א חסיד פון ווילנאשטעלט אייך פאר
צד מהר"א האלט אז וומסב"ג באלאנגט פאר זיי, זיי האבן גערופן צו ד"ת, געגאנגען איו קאורט (בהיתר צו באיסור) און פרובירט אלעס אין די וועלט עס צו באקומען
משא"כ צד מהרז"ל. האט געטענ׳ט ר"א האט קרית יואל און וומסב"ג/ברוקלין באלאנגט פאר רז"ל
יארן זענן דורך רז"ל האט געווינען וומסב"ג, ר"א האט *אלעס* געפענט פון דאסניי, זיי האבן נישט קיין דריסת הרגל אין קיין איינע פון די מוסדות
שאעלט אייך פאר אז ר"א קומט אריין אפילו פאר סנדקאות אין ראדני, אפגערעדט אז ער זעצט זיך אראפ אויף זיין טאטנ׳ס פלאץ וואס עס וואלט געשען
די שטאדט קר"י איז אייביג געווען ברשות ר"א אזוי ווי די ביהמ"ד ראדני פאר רז"ל (וומסב"ג איז א רה"ר באלאנגט נישט פאר סאטמאר נאר יעדער ביי זיך אין ביהמ"ד) ר"א איז געבליבן וואינען אין קר"י כדי נישט צו זיין צו נאנט צום ברודער ועוד טעמים
פארוואס מעג רז"ל קומען אויף קר"י און אונטערהאקן דעם ברודער? צוליב זיינע מענטשן? ווער הייסט זיי זאלן דארא וואינען אויב זיי האבן א פראבלעם מיט ר"א? זייער אסאך פון זיי שטערט זיי נישט ר"א און זיי האבן ביידע וועלטןש געניסן פון א יודישע ווילעדזש, נוצן די ארונישע ביהמ"ד, היכל התורה, און קייינער שטערט זיי נישט
פארוואס זאל מען זיך נישט האלטן דער אין ראדני מיט אירע מוסדות רון דער מיט קר"י אזוי ווי עס איז געווען די טענה לכתחילה?
ד"א קיינער פארציילט נישט דא אז די ווילידזש גייט ארוס פון וועג צופרידן צו שטעלן צד מהרז"ל, פרעגט אייך נאך ווער באקומט שנעלער פערמיטס צו בויען מי"ט אדער מי"א, זיי בויען די גרויסע ביהמ"ד אויף גארפיעלד מיט א פערמיט אפילו זיי האבן נישט קיין פארקינג. ווי די געזעץ פארלאנגט, פארוואס האט די וויליעדזש נישט געזאגט פאר זיי אז ביידע גרויסע ביהמ"ד דארפן נישט זיין איינס לעבן אנדערן, די שטאדט איז גענוג גרויס? למען השלום האט מען זיי געגעבן פערמיטס איבעראל
וואס באקומט מען דערפאר, א שטויס, א פארלאנג צו די גאווערמענט אויפלעזן די ווילעדזש
מ׳ קען נאך אסאך מאריך זיין ועוד חזון למועד
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
👍