☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 22, 2022 12:33 pm

· #496841
ייעעקקבב
כדאי צו דערמאנען פין צייט צו צייט די פשוטע פאקטן
אינדערהיים איז געווען אזא זאך ווי א שטאט מיט א מרא דאתרא וואס קר“י איז נישט אזוי לכו“ע והא ראיה פלייש וואס קימט נישט פין מהר“א פאלט קיינעם נישט אן אז עס איז א פראבלעם און אויב ער איז ווען מרא דאתרא וואלט די פלייש געדארפט זיין כנבילה וטריפה כידוע וויפיל די קדושת יום טוב זי“ע האט מרעיש עולמות געווען אויף דעם
די רבי די ברך משה זי“ע די מרא דאתרא האט 2 מאל געשריבען בכתב יד קדשו אז בנו כ“ק מרן אדמו“ר מסאטמאר שליט“א ידו כידי לסדר קידושין בקרית יואל וואס עפ“י הלכה איז נישט דא קיין שום טענה שבעולם וואס קען אוועקמאכן א בריוו בכתב יד
אינדערהיים איז געווען א דבר פשוט כמבואר בשו“ת מהרש“ג אז א קהלה שנתפרדו האט נישט קיין שום שייכות צי די אלטע קהילה און אזוי האבן אלע גדולי הדור געהאלטען און אזוי האט אויך רביה“ק זי“ע אליין געטוהן און איינער וואס קריגט זיך אויף דעם איז א חולק על רבו כחולק על השכינה
בית דין צדק דקיט“ל דסאטמאר ובתוכם די ראב“ד וואס הלכה כמותו בכל מקום האבן געשריבן א מכתב הלכה אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם חתונה צי מאכן בגלילות קרית יואל אן רשות פין מהר“א און אזוי אויך האט די בעל אגלי דבש נאך “קיינמאל“ נישט געזאגט אז א חתונה אין עטרת מייזעלס דארף רשות פין מהר“א און די גאנצע מערכה האט מיט די תורה און מיט הלכה גארנישט נאר ס“ה אביסל שמציגע פאליטיק

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מערץ 22, 2022 9:22 pm

· #496872
באקומען📎 דינסטאג שמיני.pdf

מחצה''ק » דינסטאג מערץ 22, 2022 10:22 pm

· #496876
א חסיד פון ווילנא
באקומען📎 דינסטאג שמיני.pdf

גראדע היימשטאט שפראך...

מיליאנער » דינסטאג מערץ 22, 2022 11:28 pm

· #496879
[ציטאט אראפגענומען]

ער פארציילט דא א מעשה, אינטרעסאנט פארוואס דו רופסט עס א קרעפל פשעטל, עס איז נישט מעגליך עס זאל זיין אמת?

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך מערץ 23, 2022 8:00 am

· #496890
אינטערסאנט וואס די "ווייסט" קלאר איז איז אמת, און וואס מ' זאגט אנדערש איז שקר

וואסער » מיטוואך מערץ 23, 2022 12:41 pm

· #496914
צו די מעשה אז מען האט אים מכבד געווען און ער האט זיך אפגעזאגט איז אמת אדער נישט ווייס איך נישט.
אבער הפלא ופלא... הרה"ג ר' שלמה פילט זיך נאנט מיט מהר"א...

א ידיד מיט מהר"א שיקט זיינע קינדער לערנען אין ויואל משה???
א ידיד מיט מהר"א טרעט אויף מיט א דרשה ביים מעמד מקהלות לטובת קהל יטב לב מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א לערנט במשך'ן טאג אין כולל מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א באטייליגט זיך בכלל ביי א חתונה שלא ברשות מהר"א???
א ידיד מיט מהר"א זיצט אין פסק'נט שאלות אין בית הוראה דקהל יט"ל מהרז"ל??? (יא ער איז נאך היינט דארטן געווען).

עס איז נישטא אפילו ווער עס זאל לאכן...

די סיבה פארוואס ער האט זיך באטייליגט ביי די אסיפת העיר איז (בערך) די זעלבע פארוואס אב"ד טאלטשאווע האט זיך דארט באטייליגט ואכמ"ל
אפשר איז טאלטשאווער רב אויך פערזענדליך א ידיד מיט מהר"א...???

מיליאנער » מיטוואך מערץ 23, 2022 12:53 pm

· #496915
וואסער

איך קען נישט טאשער דיין, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער איך פארשטיי בכלל נישט דיין תמיה, איז נישטא אזא זאך אז א אפיציעלע זאלי זאל זיך פילן בידידות מיט מהר''א? איך קען עס עפעס יא פארשטיין.

חוץ פון דעם זאגט ער דאך אז ער קומט פון צייט צו צייט צו מהר''א'ס טישן, און ער האט אפגעשטעלט די שיעורים בבית מדרשו אין די נאכט פון די אסיפת העיר, שווער צו גלייבן אז די ארוינים האבן געלייגט פרעשור אויף יעדע בית מדרש'ל אז מ'זאל אפשטעלן די שיעורים און קיינער האט גארנישט געהערט פון דעם, און נישט נאר דאס נאר פונקט טאשע דיין איז געפאלן פאר עס....

בקיצור, איך האב נישט אנונג איבער דעי סומאטוכע, אבער דיינע קשיות זענען זיכער קיין קשיות נישט.

אויך, אפשר ביסטו מסביר די גזירה שוה פון טאלטשאווא רב מיט טאשער דיין, איך ווייס נישט פארוואס עס איז אכמ''ל אפשר דאך קען מען הערן א קורצע פירוש?

מיליאנער » מיטוואך מערץ 23, 2022 1:09 pm

· #496916
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב מיך פאר צוויי מינוט פארגעשטעלט ווי איך בין א דרויסענדיגער אן קיין צד אין די פאליטיק, האט זיך מיר אויסגעשטעלט אזא בילד: איין צד דערציילט מעשיות מיט דיטעילס אויף לעבעדיגע מענטשן (וואס קענען אליין ארויסקומען לייקענען) וואס עס איז פארגעגאנגען דארט, און די אנדערע צד פארפירט אז אויף עטליכע מעשיות ווייסט ער קלאר אז ס'נישט אמת (איי, אז די מענטש איז סייווי שוין באשמירט אין די גאס זאג כאטש וואס די מעשה איז אמת'דיג געווען) און נאכדעם קומט א וואסעריגע סטעיטמענט אז אלע מעשיות איז נאר ווייל מ'וויל פארדרייען די קעלבלעך און ווייל מען קען נישט אראפשלינגען די דורכפאל.

כ'מוז דיר זאגן אז אלס דרויסענדיגער האב איך געמוזט אננעמען די ערשטע צד, פשוט ווייל די ערשטע קוקט אויס ווי ס'איז אמת'דיג און די צווייטע קוקט אויס געמאלן וואסער אויסגעמישט מיט קנאה צוזאמען מיט שנאה....

איך פארשטיי אז עס באדערט דיר אז אויף אזויפיל חתונות זענען דא מעשיות ווי קאמפליצירט עס איז געווען דורכצושטיפן אן רשות, אבער וואס זאל מען טון? די לעבן גייט נישט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט, די עיקר איז וויאזוי מען נעמט עס אן, קענסט עס אננעמען איזי, טראכטן ביי זיך 'שוין ברוך השם איך האב אנדערע זאכן וואס גייען מיר יא גוט, מ'וועט שוין אראפשלינגען די סידור קידושין דורכפאל', אדער קענסטו זיך רעגן און שרייען 'ס'נישט אמת! כ'ווייס קלאר! ס'נאר פאר די קעלבלעך'!ַ

איך זאג דיר צו אז דו וועסט זיין סאך מער צופרידן פון די ערשטע וועג.

ייעעקקבב » מיטוואך מערץ 23, 2022 3:48 pm

· #496924
מיליאנער
וואסער
צו די מעשה אז מען האט אים מכבד געווען און ער האט זיך אפגעזאגט איז אמת אדער נישט ווייס איך נישט.
אבער הפלא ופלא... הרה"ג ר' שלמה פילט זיך נאנט מיט מהר"א...

א ידיד מיט מהר"א שיקט זיינע קינדער לערנען אין ויואל משה???
א ידיד מיט מהר"א טרעט אויף מיט א דרשה ביים מעמד מקהלות לטובת קהל יטב לב מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א לערנט במשך'ן טאג אין כולל מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א באטייליגט זיך בכלל ביי א חתונה שלא ברשות מהר"א???
א ידיד מיט מהר"א זיצט אין פסק'נט שאלות אין בית הוראה דקהל יט"ל מהרז"ל??? (יא ער איז נאך היינט דארטן געווען).

עס איז נישטא אפילו ווער עס זאל לאכן...

די סיבה פארוואס ער האט זיך באטייליגט ביי די אסיפת העיר איז (בערך) די זעלבע פארוואס אב"ד טאלטשאווע האט זיך דארט באטייליגט ואכמ"ל
אפשר איז טאלטשאווער רב אויך פערזענדליך א ידיד מיט מהר"א...???
איך קען נישט טאשער דיין, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער איך פארשטיי בכלל נישט דיין תמיה, איז נישטא אזא זאך אז א אפיציעלע זאלי זאל זיך פילן בידידות מיט מהר''א? איך קען עס עפעס יא פארשטיין.

חוץ פון דעם זאגט ער דאך אז ער קומט פון צייט צו צייט צו מהר''א'ס טישן, און ער האט אפגעשטעלט די שיעורים בבית מדרשו אין די נאכט פון די אסיפת העיר, שווער צו גלייבן אז די ארוינים האבן געלייגט פרעשור אויף יעדע בית מדרש'ל אז מ'זאל אפשטעלן די שיעורים און קיינער האט גארנישט געהערט פון דעם, און נישט נאר דאס נאר פונקט טאשע דיין איז געפאלן פאר עס....

בקיצור, איך האב נישט אנונג איבער דעי סומאטוכע, אבער דיינע קשיות זענען זיכער קיין קשיות נישט.

אויך, אפשר ביסטו מסביר די גזירה שוה פון טאלטשאווא רב מיט טאשער דיין, איך ווייס נישט פארוואס עס איז אכמ''ל אפשר דאך קען מען הערן א קורצע פירוש?

איך ווייס נישט ווי לאנג מען גייט רעדן איבער די גאר נאנטע קשר פין די טאהשע דיין מיט “הרב“ אהרן אבער די סיבה פארוואס עס איז נישט געווען קיין שיעורים די נאכט פין די א“ג אסיפת העיר איז ווייל הרב מיילעך פין קרית טאהש האט געהייסען און וועגן דעם גייט אויך די טאהשע דיין מזמן לזמן צי אנדערע מעמדים ביי הרב אהרן
בדרך אגב זיצט די טאהשע דיין יעדן טאג אין די סאטמערע בית הוראה אין קרית יואל פין 11:00 ביז 1:00 צופרי

מיליאנער » מיטוואך מערץ 23, 2022 4:42 pm

· #496929

פארוואס האט הרב מיילעך פון קרית טאהש געהייסן אפשטעלן די שיעורים די נאכט פון די אסיפת העיר?

ייעעקקבב » מיטוואך מערץ 23, 2022 4:58 pm

· #496933
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך

מיליאנער » מיטוואך מערץ 23, 2022 5:42 pm

· #496934
ייעעקקבב
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך

הייסט ר' מיילעך איז געפאלן פאר די ארוינים'ס שפיצל?

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:44 am

· #496950
מיליאנער
ייעעקקבב
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך

הייסט ר' מיילעך איז געפאלן פאר די ארוינים'ס שפיצל?

מאכסט אן הנחה "געפאלן" כאילו מ'האט דארט עובר געווען איסורי כריתות, און נאכדעם פרעגסטי קשיות.

מיליאנער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:49 am

· #496975
שמעון וואלף
מיליאנער
ייעעקקבב
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך

הייסט ר' מיילעך איז געפאלן פאר די ארוינים'ס שפיצל?

מאכסט אן הנחה "געפאלן" כאילו מ'האט דארט עובר געווען איסורי כריתות, און נאכדעם פרעגסטי קשיות.

האסט מיר בכלל נישט פארשטאנען.

@יעקב (כ'וויל נישט חוזק מאכן פון זיין קעקעצן) האט אראפגעלייגט אז די סיבה פארוואס טאשע רבי איז געווען די איינציגסטער נאן-סאטמארער אין קרית יואל צו באפעלן זיינע חסידים טון א זאך וואס מ'האט בכלל נישט פארלאנגט פון אים, דהיינו אפצושטעלן שיעורים די נאכט פון די (א''ג) אסיפת העיר, איז נישט געווען ווייל ער האט געהאלטן אז א מרא דאתרא דארף האלטן די שטאט הייליג און ריין, און אז מען דארף זיך פולי צושטעלן צו א מרא דאתרא, און ס'איז א פליכט צו גיין צו די אסיפה, די סיבה איז געווען פשוט ווייל ער וויל זיין נייטראל און די ארוינים האבן אראפגעלייגט א בילד כאילו ס'איז א נייטראלע זאך, און טאשע רבי איז געווען די איינציגסטער וואס איז טאקע געפאלן פאר זייער בלאף, און ער האט ערנסט געמיינט אז די ארוינים און די זאליס גייען זיך טרעפן אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל צו א אסיפה וואס די מרא דאתרא האט פאררופן.....אין די צייט וואס הרב יעקב און אלע אנדערע זאליס האבן יא געוואוסט אז ס'איז בלויז פאליטיק און ווייזן מאכט, און כבוד עצמו, וכו'.... און אנדערע ווערטער די ארוינים האבן גוט אריינגענארט טאשע רבי, און מסתמא האבן זיי פרובירט איינצורעדן אנדערע רבי'ס אויך וואס האבן בתים מדרשים אין ק''י ווי למשל קרעטשניף-סיגוט, אבער זיי זענען געווען גענוג קלוג צו כאפן די שקר, נאר בלויז טאשע רבי האט נישט געהאט די שכל.....

ייעעקקבב » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:04 am

· #496976
איך האב נישט געמיינט צי זאגען נעטראל מיט ארונים סאטמאר און בני יואל איך האב געמיינט צי זאגען אלע מענטשען וואס זענען נישט קיין ארונים נמשל טאהש צאנז זמיגראד תולדות אהרן קרעטשנוב ברסלב וכו' וואס די ארונים האבען געוואלט אז זיי אלע זאלען קימען

מיליאנער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:18 pm

· #496982
איך האב גאר א שוואכע אינטערעסע מיטצופארן מיט דיין רייד.

א רבי (פון א צווייטע לאנד גאר) באפעלט זיינע חסידים אפצושטעלן שיעורים ווייל ער האט געמיינט אז די אנדערע גייען זיך צושטעלן, דערווייל האט עפעס יעדער געוואוסט זיך נישט צו צושטעלן און געלאזט טאשע רבי ווי א נאר אויפן מארק....

בכלל איז אינטרעסאנט ווי די זאליס זענען שוין לאנגיעריגע יודעי מחשבות, ווען מהר''א טוט עפעס גוט איז דא א לאנגע פשעטל וואס ער האט באמת געצילט און וואס ער האט געמיינט אז עס גייט זיך אויסשטעלן וכו', און ווען איינער שטעלט זיך צו צו אים איז דא א לאנגע פשעטל וואס ער האט באמת געטראכט און געמיינט....

בקיצור מיין אנאליז איז, אז אלע רבנים האבן טאקע געוואלט זיין נייטראל דערפאר האבן זיי געלאזט זייערע חסידים אליינס באשליסן יא אדער נישט צו גיין צום אסיפה, און זיי ווילן זיך זיכער נישט אריינמישן אין די מרא דאתרא פאליטיק, (און אזוי דארף טאקע צו זיין, זיי דארפן נישט האבן קיין שום שטעלונג אין אינערליכע סאטמארע אנגעלעגענהייטן) און טאשע רבי האט דייקא יא גענומען א שטעלונג און באפוילן זיך פולי צושטעלן צום מרא דאתרא.

פארוואס זאג איך עס? ווייל עס געפעלט מיר ווי כדי צו אויפווייזן אז טאשע דיין איז בכלל נישט בידידות מיט מהר''א בין איך גאר געוואר געווארן אז טאשע רבי אנערקענט מהר''א אלס מרא דאתרא....

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 9:20 pm

· #497001
Fwd: די חתונה היינט נאכט דאנערשטאג שמיני אין עטרת מייזעלס צווישן די מחותנים הרב הערשל בוכינגער - הרב יואל הורוויץ בן הגה"צ מראפשיץ שליט"א, איז יא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רבינו שליט''א האט מכבד געווען דעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט''א מיט סידור קידושין.

הערט די מודעה מטעם קהלתינו הק' אויף קול הקהל
845-774-4040 3-8

מיליאנער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 9:20 pm

· #497002
[ציטאט אראפגענומען]

מיליאנער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:33 pm

· #497008
[ציטאט אראפגענומען]

אינטרעסאנט אז איינער וואס איז באקאנט פון די גרעסטע שונאים פון מהר''א (מילד גערעדט) קומט צו מהר''א'ס טישן פון צייט צו צייט.

אינטרעסאנט אז איינער וואס איז באקאנט פון די גרעסטע שונאים פון מהר''א האלט נאך אימיטן די מערכה פון ווייזן (פאר וועם?) אז ער מישט זיך נישט אפיציעל, אזש יעדע מאל מען רעדט ביי א מסיבה פון איין צד דארף מען לויפן איבערדרייען די סדרי בראשית פאר די אנדערע צד...

אינטרעסאנט אז דו פארשטייסט אז ר' געציל קען באמת פאר זיך האלטן אז סידור קידושין אן רשות איז מותר אבער לצורך פרנסה דארף ער זיך צושטעלן, אבער טאשע דיין קען נישט פערזענליך זיין בידידות מיט מהר''א און נאך אלס זיין א אפיציעלע זאלי צוליב סיי וועלכע סיבה.

בכלל, פארוואס טאקע האט טאהש וואס איז רעלאטיוו פון די קליינע קהילות אין די וועלט די גרעסטע קהילה אין קרית יואל נאך סאטמאר?

די סיבה איז פשוט, עס איז נישטא קיין איין איד אינדרויסן פון טאהשע גרעניצן וואס באצייכנט זיך בלויז פאר א טאהשער. יעדער איינער באלאנגט אויך צו א צווייטע קהילה און פארשטייט זיך כמעט יעדער באלאנגט צו סאטמאר, און פארשטייט זיך כמעט יעדער האט גענומען א צד אין סאטמאר.

ממילא א פאפאנער האט נישט וואס צו חתונה האבן אין קרית יואל, א טאהשער יא, סאו ס'איז היבש נאריש זיך צו באציען צו טאהש ווי צו א טירט-פארטי קהילה אין די צייט וואס יעדע פון אירע מעמבער'ס באלאנגען פולי ערגעץ.

סאו די גאנצע פשעטל ווי כאילו ''טאהש'' האט עפעס געפילט אז די ארוינים מאכן די אסיפה צו נייטראל סאו מוז מען צווינגען יעדן צו קומען טראץ וואס טאשע דיין אליין איז פון די גרעסטע שונאים פון מהר''א מאכט עפעס נישט קיין סענס....

איך האב גענדיגט מיט די טאהשע שמועס, ביי מיר איז קלאר אז אדער האט טאשע דיין אדער טאהשע רבי געהייסן זיך פולי צושטעלן צו אן אסיפה וואס די מרא דאתרא האט פאררופן פאר די גאנצע שטאט.

מיליאנער » מאנטאג מערץ 28, 2022 11:00 pm

· #497129
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.

און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מערץ 29, 2022 8:18 am

· #497138
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.

און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?

וואס רעדט איר? ווי האט ר' דוד מייזליש געדארפט רשות פון רז"ל?

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מערץ 29, 2022 8:25 am

· #497139
אגב, מהר"א פלעגט אויך נישט געבן רשות פאר יעדע זיידע וואס איז א רב ביז פרשת סידור קידושין, מפלעגט אפילו זיכער מאכן אז ר געציל זאל קימען אנשטאט ביי די דינסטיג חתונות, אבי דער זיידע זאל נישט קענען מסדר זיין, והדברים יודעים,[/quote]

שקר וכזב אזוי ווי אלע דיינע אינפארמאציע
איך בין געווען ביי א חתונה וואס ...... רב ז"ל איז געווען א עלטער פעטנר און מהר"א האט אים איבערגעגעבן סידור קידושין

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 9:44 am

· #497144
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט ווי דו האסט געזען איך זאל האבן געזאגט אז זיידעס זענען דעי וואס דארפן בעטן רשות, וואס איך האב געזאגט איז אז ווער עס קען די מעליצער פארשטייט אז ער וועט נישט זיין א מסדר קידושין אן מהר''א'ס רשות און דאס זעלביגע מיטן ראפשיצער אלס מחותן. (און בכלל איז נישטא קיין איין נייטראלע רב וואס קומט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל אן רשות.)

עס איז נישטא אזא זאך ווי אויטאמאטישע רשות. נישטא. איינער וואס וויל האבן א אײגענע מסדר קידושין דארף בעטן רשות און מהר''א באטראכט יעדע חתונה עקסטער פארן באקומען רשות, און ער האט זיין מהלך ווען יא און ווען נישט צו געבן, גענוג און נאך האבן 'נישט' באקומען רשות (ידוע די מעשה פון די חתן וואס איז געקומען ביום חופתו בעטן רשות).

יעצט מיט דיין לעצטע פאראגראף האסטו געוויזן אז דו ביסט א פראסטע ליגנער. ביסט א שקרן.

מהר''א האט שוין די פאליסי זינט תשמ''ה ווען ער איז געווארן קרית יואלע רב אז א זיידע וואס איז א רב האט געמעגט קומען מסדר קידושין זיין, דארפסט נישט לויפן ביז קאשוי רב, ר' יואל מארגענשטערן אליינס האט באקומען רשות ביי זיין אייניקל'ס חתונה אינמיטן ברען פון די מערכה צוועלף יאר צוריק! און די סברא אינטער די פאליסי איז פשוט, מהר''א קוקט נישט אן סידור קידושין ווי א כיבוד, ער קוקט עס אן ווי אן אחריות! און ער וויל צוריקהאלטן אז פשוט'ע אידן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געפענט קיין אבן העזר שולחן ערוך זאלן זיין די אחראים אויף די קידושין טראץ וואס פערצופאל איז זייער אייניקל דער וואס גייט יעצט אינטער די חופה. פארשטייט זיך ווען מהר''א קען ווען פארהערן יעדע זיידע און זיכער מאכן אז ער איז קלאר אין אלעם וואס פעלט זיך אויס, וואלט מען דעיס געטון, אבער דאס איז נישט שייך כמובן, ממילא האט מהר''א געמאכט א פאליסי אז אויב איז די זיידע איז א ערנסטע רב, וואס איז געווענליך א תלמיד חכם, און בקי בטיב גיטין וקידושין, מעג מען מסדר קידושין זיין, נישט קיין חילוק ווער עס איז, זאל עס זיין זיין גרעסטע שונא, און אויב קומט עס נישט נאך די תנאי מעג עס זיין זיין געטרייסטע חסיד און ער וועט נישט באקומען רשות.

אבער מהרז''ל וואס איז דאך משכמו ולמעלה גבוה, והא ראי' ער זיצט דאך מיט פארמאכטע אויגן ביי די אסיפות הרבנים בשעת די רבנים זענען דן בעניני הכלל, צוליב זיין אויסטערלישע צדקות און אויסגעטונקייט פון די וועלט האט ער געמאכט א פאליסי אז בלויז ער קען זיין מסדר קידושין הוא ולא אחר! די צדיק האט זיך אפילו אוועקגעריסן פון זיין עבודת הקודש און אפגעזעצן אין קרית יואל פאר א וואך צייט כדי צו קענען זיין די אויסשליסליכע מסדר קידושין אין עטרת מייזעלס, ממילא איז מיר א וואונדער פארוואס די מעליצער האט זוכה געווען צו באקומען רשות, און איך ווארט נאך אלס אויף אן ענטפער.

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט מיט ר' געציל אין די דינסטאג'ס, לויט ווי איך פארשטיי זאגסטו אז מ'האט ספעציעל געמאכט אז ר' געציל זאל מסדר קידושין זיין דינסטאג אבי די זיידע וואס איז א רב זאל נישט קענען מסדר קידושין זיין? האסט געטראכט פאר דו האסט דעיס געשריבן?

מהר''א געט איבער די אחריות פון סידור קידושין פון שטאט בשעת ער געפונט זיך נישט אין שטאט פארן קרית יואלע דיין, און פארטיג.

אגב אז מרעדט פון ר' געציל האב איך לעצטנס גערעדט מיט א זאלי און איך האב געהערט פון אים א אינטרעסאנטע נקודה, ער זאגט מיר אז ער האלט אויך אז מהר''א האט די אויטאריטעט פון סידור קידושין אין קרית יואל, אבער נישט צוליב די ארוינים'ס טענה פון 'ברך משה' אדער 'רוב שטאט' נאר פשוט ווייל די רבי ז''ל בעל דברי יואל די מייסד העיר האט געשטעלט ר' געציל פאר די העכסטע אויטאריטעט אין קרית יואל און ער האט טאקע געהאט די בעלות אויף די סידור קידושין די ערשטע יארן, און שפעטער האט ער עס איבערגעגעבן פאר מהר''א סאו דאס איז די סיבה פארוואס די סידור קידושין באלאנגט פאר מהר''א.

סתם א אינטרעסאנטע פוינט אוו וויאו....

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 10:59 am

· #497145
דאס איז א חידוש! מהר“א וויל סך הכל אז די מסדר קידושין זאל זיין א בקי בטוב גיטין וקדושין ער מיינט בכלל נישט קיין תאות השררה
איין זאך איז מער נאר שווער אויב זיין פראבלעם איז נאר דאס פארוואס איז געפלויגען פאשקעווילען קעגן שארמאשער רב ז“ל ביי עטרת מאיר צבי פארן זיין מסדר קידושין דארט מהר“א האט געדארפט זאגען אז אזוי ווי די גאנצע פראבלעם איז אז מען דארף זיין בקי און שארמאשע רב איז א בקי געבט ער אים רשות צי מסדר קידושין זיין דארט אייביג

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 12:21 pm

· #497150
ייעעקקבב
דאס איז א חידוש! מהר“א וויל סך הכל אז די מסדר קידושין זאל זיין א בקי בטוב גיטין וקדושין ער מיינט בכלל נישט קיין תאות השררה
איין זאך איז מער נאר שווער אויב זיין פראבלעם איז נאר דאס פארוואס איז געפלויגען פאשקעווילען קעגן שארמאשער רב ז“ל ביי עטרת מאיר צבי פארן זיין מסדר קידושין דארט מהר“א האט געדארפט זאגען אז אזוי ווי די גאנצע פראבלעם איז אז מען דארף זיין בקי און שארמאשע רב איז א בקי געבט ער אים רשות צי מסדר קידושין זיין דארט אייביג

נא, פארדעם האט ער אים געגעבן רשות ווען ער איז געווען א זיידע און מ'האט געבעטן רשות.

ווילסט מהר''א זאל אפמאכן ווער עס קען יא לערנען און ווער נישט?

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 12:29 pm

· #497151

פארוואס נאר ווען ער איז געווען א זיידע און ווען מען האט זיך מכניע געווען פאר מהר“א? מהר“א האט געדארפט זאגן אז אזוי ווי שארמאשע רב איז א בקי בטוב גיטין וקידושין מעג ער אייביג זיין מסדר קידושין אין עטרת מאיר צבי נישט קיין חילוק צי ער איז א זיידע אדרע נישט און נישט קיין חילוק אויב די מחותנים האבען זיך מכניע געווען פאר מהר“א אדער נישט

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 12:34 pm

· #497152
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.

און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?

די ראפשיצע רב איז נישט די ראפשיצע רב פין בארא פארק א מחותן מיט מהר“א דאס איז ראפשיצע רב פין קרית יואל
און בדרך אגב איז ראפשיצע רב פין בארא פארק א בליטיגע שונא פאר מהר“א אפילו היינט נאכען זיין א מחותן מיט אים

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 3:23 pm

· #497168

קען זיין, טעיתי. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז דא צוויי ראפשיצער'ס, די פון וואס איך האב גערעדט ווייס איך אז ער איז נאך אלס א שונא אבער ער וואלט נישט געגאנגען אפן קעגן מהר''א אלס מחותן.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז מיין פוינט לגעבי די מעליצער נאך אלס רעלעוואנט, (חוץ אויב ס'איז דא צוויי מעליצער'ס).

אבער אפשר דאך ביסטו דיך מרחם און דו ענטפערסט מיר וויאזוי די מעליצער האט זוכה געווען צו א רשות פון מהרז''ל אין די צייט וואס גדולים וטובים האבן נישט זוכה געווען? האט מהרז''ל אנגעהויבן געבן רשות?

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 3:26 pm

· #497169
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
דאס איז א חידוש! מהר“א וויל סך הכל אז די מסדר קידושין זאל זיין א בקי בטוב גיטין וקדושין ער מיינט בכלל נישט קיין תאות השררה
איין זאך איז מער נאר שווער אויב זיין פראבלעם איז נאר דאס פארוואס איז געפלויגען פאשקעווילען קעגן שארמאשער רב ז“ל ביי עטרת מאיר צבי פארן זיין מסדר קידושין דארט מהר“א האט געדארפט זאגען אז אזוי ווי די גאנצע פראבלעם איז אז מען דארף זיין בקי און שארמאשע רב איז א בקי געבט ער אים רשות צי מסדר קידושין זיין דארט אייביג

נא, פארדעם האט ער אים געגעבן רשות ווען ער איז געווען א זיידע און מ'האט געבעטן רשות.

ווילסט מהר''א זאל אפמאכן ווער עס קען יא לערנען און ווער נישט?

פארוואס נאר ווען ער איז געווען א זיידע און ווען מען האט זיך מכניע געווען פאר מהר“א? מהר“א האט געדארפט זאגן אז אזוי ווי שארמאשע רב איז א בקי בטוב גיטין וקידושין מעג ער אייביג זיין מסדר קידושין אין עטרת מאיר צבי נישט קיין חילוק צי ער איז א זיידע אדרע נישט און נישט קיין חילוק אויב די מחותנים האבען זיך מכניע געווען פאר מהר“א אדער נישט

צום זעקסטן מאל: מהר''א וויל נישט פארהערן קיינעם, עס איז נישט מעגליך צו מחלק זיין ער קען יא און ער נישט. א זיידע וואס איז א רב באקומט רשות. דאס איז שוין א פערציג יעריגע מהלך לאוישט''א.

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 3:48 pm

· #497171

אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 3:52 pm

· #497172
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.

און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?

די ראפשיצע רב איז נישט די ראפשיצע רב פין בארא פארק א מחותן מיט מהר“א דאס איז ראפשיצע רב פין קרית יואל
און בדרך אגב איז ראפשיצע רב פין בארא פארק א בליטיגע שונא פאר מהר“א אפילו היינט נאכען זיין א מחותן מיט אים[/quote]

קען זיין, טעיתי. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז דא צוויי ראפשיצער'ס, די פון וואס איך האב גערעדט ווייס איך אז ער איז נאך אלס א שונא אבער ער וואלט נישט געגאנגען אפן קעגן מהר''א אלס מחותן.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז מיין פוינט לגעבי די מעליצער נאך אלס רעלעוואנט, (חוץ אויב ס'איז דא צוויי מעליצער'ס).

אבער אפשר דאך ביסטו דיך מרחם און דו ענטפערסט מיר וויאזוי די מעליצער האט זוכה געווען צו א רשות פון מהרז''ל אין די צייט וואס גדולים וטובים האבן נישט זוכה געווען? האט מהרז''ל אנגעהויבן געבן רשות?[/quote]
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 6:12 pm

· #497177
ייעעקקבב
אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?

כדי צו האבן קאנטראל אויף די סידור קידושין. אויב וועט יעדע רב זיין ערלויבט וועט נישט דויערן לאנג וואס די גאנצע תקנה וועט ווערן אויס. ומובן הוא. מ'האט געמאכט איין איינציגע אויסנאם אויב ס'איז דא א זיידע א רב.

די מהלך האט שוין מהר''א געהאט בחייו פון זיין טאטן די ברך משה און מיט זיין הסכמה.

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 6:14 pm

· #497178
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 6:53 pm

· #497184
מיליאנער
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?

יא אנהייב איז געווען נאר די מרא דאתרא כ“ק מרן אדמו“ר הגה“ק שליט“א אדער איינער פין די רבי'ס קינדער

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 6:55 pm

· #497185
מיליאנער
ייעעקקבב
אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?

כדי צו האבן קאנטראל אויף די סידור קידושין. אויב וועט יעדע רב זיין ערלויבט וועט נישט דויערן לאנג וואס די גאנצע תקנה וועט ווערן אויס. ומובן הוא. מ'האט געמאכט איין איינציגע אויסנאם אויב ס'איז דא א זיידע א רב.

די מהלך האט שוין מהר''א געהאט בחייו פון זיין טאטן די ברך משה און מיט זיין הסכמה.

עס איז שוין איינמאל געווען אין עטרת מייזעלס אדער עטרת מאיר צבי וואס א פשוטע יונגערמאן נישט קיין רב איז געווען מסדר קידושין?

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 7:05 pm

· #497187

כ'בין נישט באקאנט.

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 7:12 pm

· #497188
[ציטאט אראפגענומען]

אין קרית יואל איז זיין אחריות אז עס זאל נישט פארקומען קיין מכשולות אין די שטאט.

פאר דעי סיבה האט ער אויך מייסד געווען א וועד משמרת צו היטן עס זאל נישט פארקומען קיין שמוץ אין קרית יואל און נישט אין וויליאמסבורג.

אין וויליאמסבורג איז עס נישט זיין אחריות זוכט ער נישט קיין פראוואקציעס מיט מענטשן ער איז סך הכל מעורר זיינע חסידים ושומעי לקחו וויאזוי זיך צו פירן.

פאר דעי סיבה טראגן נישט די זאליס מיטן עירוב אין וויליאמסבורג כרצון הדברי יואל, ווייל עס איז נישט דא קיין אחראי, משא''כ אין קרית יואל ווי אלע זאליס טראגן ווייל עס איז דא א מרא דאתרא וואס נעמט אחריות.

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 7:14 pm

· #497189
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?

יא אנהייב איז געווען נאר די מרא דאתרא כ“ק מרן אדמו“ר הגה“ק שליט“א אדער איינער פין די רבי'ס קינדער

ילמדינו רבינו. וואס האט די רבי שליט''א געהאלטן אנהייב אזש עס האט זיך געלוינט צו שאפן עגמת נפש פאר זיינע אייגענע חסידים, און וואס איז געשען אז ער האט צוריקגעצויגן? מיינט די צוריקציען אז ער האט נישט גוט געטון ביז יעצט?

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 7:57 pm

· #497191
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

אין קרית יואל איז זיין אחריות אז עס זאל נישט פארקומען קיין מכשולות אין די שטאט.

פאר דעי סיבה האט ער אויך מייסד געווען א וועד משמרת צו היטן עס זאל נישט פארקומען קיין שמוץ אין קרית יואל און נישט אין וויליאמסבורג.

אין וויליאמסבורג איז עס נישט זיין אחריות זוכט ער נישט קיין פראוואקציעס מיט מענטשן ער איז סך הכל מעורר זיינע חסידים ושומעי לקחו וויאזוי זיך צו פירן.

פאר דעי סיבה טראגן נישט די זאליס מיטן עירוב אין וויליאמסבורג כרצון הדברי יואל, ווייל עס איז נישט דא קיין אחראי, משא''כ אין קרית יואל ווי אלע זאליס טראגן ווייל עס איז דא א מרא דאתרא וואס נעמט אחריות.

וועגן דעם טראגט מען אויך אין מאנסי ווייל מאנסי איז די גלילות קרית יואל און איז אונטער דעם א“ג מרא דאתרא?

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 8:06 pm

· #497193
מיליאנער
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?

יא אנהייב איז געווען נאר די מרא דאתרא כ“ק מרן אדמו“ר הגה“ק שליט“א אדער איינער פין די רבי'ס קינדער

ילמדינו רבינו. וואס האט די רבי שליט''א געהאלטן אנהייב אזש עס האט זיך געלוינט צו שאפן עגמת נפש פאר זיינע אייגענע חסידים, און וואס איז געשען אז ער האט צוריקגעצויגן? מיינט די צוריקציען אז ער האט נישט גוט געטון ביז יעצט?

ער האט נישט ציריקגעצויגען פין גארנישט נאר אלטס מרא דאתרא פין די שטאט און אלטס רבי פין טויזענטער חסידים אין די שטאט האט ער געפיעלט פאר א אחריות צו צושטעלען א חתונה זאל פאר די קהילה נאר צוליב די פרעשור פין די טערעריסטען האט מען אנגעהויבען צי פרעגען רשות פין מהר“א און עס איז געווארען ערגער און ערגער פין טאג צי טאג מען האט געדארפט מקבל מרות זיין צאלן געלט וכו' האט די רבי מגודל אהבת ישראל געמאכט א תקנה אז מער קען מען נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס מיט רשות פין מהר“א און אזוי גייט די אהרונישע טעראר אטעמאטיש 1 טאג קראכן און כדאי די תקנה זאל טאקע אריינגיין און קראפט האט קודם נאר די רבי אליינס אדער איינער פין די קינדער געמעגט זיין מסדר קידושין

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 9:34 pm

· #497205

ביטע, איין זאך. זאגט נישט קיין ליגנט. איך בין אייך גרייט צו ענטפערן אויף אלעם אבער רעדט נישט קיין אפענע שקרים.

מ'האט קיינעם נישט געהייסן מקבל מרות זיין פון מהר''א.

מ'האט קיינמאל קיינעם נישט געבעטן קיין געלט.

עס איז נישט געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

עס איז עקשעלי מיט גארנישט געטוישט געווארן פון די לעצטע צענדליגע יארן, סך הכל האט זיך מהרז''ל דערזען צוואנציג יאר נאכן ווערן רעבע אז ער איז א היסטארישע לוזער אין קרית יואל, און יעצט ווען פרישע יונגעלייט זענען אריינגעקומען ביים רודער האט די קאמפעני צוליב א געוויסע ציל באשלאסן אז מען גייט זיך אנהייבן צו הייבן די קעפ, מ'האט איינגעשפאנט די הייליגע רבי, וואס האט זיך פארשטייט זיך צוגעכאפט דערצו מגודל שנאתו צו זיין עלטערן ברודער וואס ער פארגינט שוין נישט די לעצטע צענדליגע יארן (אגב אויך א מוסר השכל פארן לעולם אל משנה אדם בנו בין הבנים, נאך וואס די ברך משה האט זייער אפן ממש שלא כדרך כל האדם געטריט אנדערש זיין עלטסטער זון ווי די אנדערע קינדער ממש באופן מבהיל, כידוע לכל, און דאס האט מורא'דיג ווי געטון פאר מהרז''ל און עס האט אים ממש אויפגעגעסן לעבעדיגערהייט פאר קנאה, און דאס האט ליידער גורם געווען די ביטערע מחלוקת. נחזור לענינינו....)

די שכרות האט אים אזוי פארבלענדעדט אז ער האט נישט געכאפט ווי מאדנע עס קוקט אויס אין מענטשנ'ס אויגן אז א רעבע פון טויזענטער אידן האט נישט קיין אנדערע דאגה נאר צו זיך אריינזעצן ביים ברודער אין שטאט פאר א גאנצע וואך און פארפירן קיינער טאר נישט נעמען רשות פון מיין ברודער! נאר איך און קיינער נישט מעג מסדר קידושין זיין! ווען די קאמפעני האט אים ענדליך געפינט די אויגן האט ער זיך טאקע אויפגעהויבן, פארקוקט אויף זיין היסטארישע אהבת ישראל און צוריקגעקומען למעון קדשו נאך בלויז צוויי טעג מיט א שטרענגע ווארענונג אז נאר זיינע קינדער און קיינער נישט מער.

אגב איך האב זייער א גוטע ליין פאר מהרז''ל'ס מציבה (לאמוע''ש) ביי די 'ל' פון יקותיאל קען מען שרייבן לא התיר לסדר קידושין בעיר קרית יואל לשום אדם רק הוא לבדו מגודל אהבתו לעדת צאן מרעיתו ולמען למנוע טעראר מעיר עוז לנו

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 9:40 pm

· #497206
[ציטאט אראפגענומען]

שעפעלע, האסט פארגעסן אז אידן האבן געהאט געבוקט די זאל און די זאליס מגודל טובם ואהבת ישראל זענען גרייט געווען צו צוריקגעבן די דעפאזיטס?

קוק איבער די ערשטע בלעטער פון די אשכול.

פילן פאר זיכרון איז אין אייער לאקאלע העלט פוד סטאר.

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 9:53 pm

· #497207
[ציטאט אראפגענומען]

😂 😂 😂 זיי קוקן אליינס איבער די עירוב? ווער האט געמאכט די עירוב? די ארוינים האבן געמאכט די עירוב! זיי האבן עס געמאכט מיט זעלטענע הידורים, די גאנצע שטאט איז ארומגענומען א פיזישע צוים, (מ'האט טאקע קודם נישט געוואלט אריינעמען בלומינגראוו ווייל מ'האט נישט געקענט ארומנעמען די גאנצע שטח מיטן צוים) זיי מאכן זיכער יעדע וואך אז אלעס איז אויסגעהאלטן, אבער ס'דא אפאר אידן וואס פארלאזן זיך נישט אויף די ארוינים? 😂 פארוואס מאכן זיי נישט קיין אייגענע עירוב?

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 10:06 pm

· #497208
מיליאנער
ייעעקקבב

ער האט נישט ציריקגעצויגען פין גארנישט נאר אלטס מרא דאתרא פין די שטאט און אלטס רבי פין טויזענטער חסידים אין די שטאט האט ער געפיעלט פאר א אחריות צו צושטעלען א חתונה זאל פאר די קהילה נאר צוליב די פרעשור פין די טערעריסטען האט מען אנגעהויבען צי פרעגען רשות פין מהר“א און עס איז געווארען ערגער און ערגער פין טאג צי טאג מען האט געדארפט מקבל מרות זיין צאלן געלט וכו' האט די רבי מגודל אהבת ישראל געמאכט א תקנה אז מער קען מען נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס מיט רשות פין מהר“א און אזוי גייט די אהרונישע טעראר אטעמאטיש 1 טאג קראכן און כדאי די תקנה זאל טאקע אריינגיין און קראפט האט קודם נאר די רבי אליינס אדער איינער פין די קינדער געמעגט זיין מסדר קידושין

ביטע, איין זאך. זאגט נישט קיין ליגנט. איך בין אייך גרייט צו ענטפערן אויף אלעם אבער רעדט נישט קיין אפענע שקרים.

מ'האט קיינעם נישט געהייסן מקבל מרות זיין פון מהר''א.

מ'האט קיינמאל קיינעם נישט געבעטן קיין געלט.

עס איז נישט געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

ביטע נישט לייקענען קיין אפענע פאקטן עס איז א באקאנטע זאך געווען דעמאלטס איך האב עס גראדע אליין געהערט פין איינער וואס האט חתונה געמאכט דעמאלטס אז ער האט געדארפט מקבל מרות זיין און צאלען געלט אדרבה פרעג פין איינער וואס האט דעמאלטס חתונה געמאכט
היינט נאכדעם וואס מהר“א האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה די עולם פייפט אים אין פנים אריין גיסט זיך שוין אליין רשות אן בעהטן און עס ווערט שוין למפרע כשר די קידושין פין די עלטערע קינדער

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 10:09 pm

· #497209
מיליאנער
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?

כדי צו האבן קאנטראל אויף די סידור קידושין. אויב וועט יעדע רב זיין ערלויבט וועט נישט דויערן לאנג וואס די גאנצע תקנה וועט ווערן אויס. ומובן הוא. מ'האט געמאכט איין איינציגע אויסנאם אויב ס'איז דא א זיידע א רב.

די מהלך האט שוין מהר''א געהאט בחייו פון זיין טאטן די ברך משה און מיט זיין הסכמה.

עס איז שוין איינמאל געווען אין עטרת מייזעלס אדער עטרת מאיר צבי וואס א פשוטע יונגערמאן נישט קיין רב איז געווען מסדר קידושין?

כ'בין נישט באקאנט.

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 10:46 pm

· #497210
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב

ער האט נישט ציריקגעצויגען פין גארנישט נאר אלטס מרא דאתרא פין די שטאט און אלטס רבי פין טויזענטער חסידים אין די שטאט האט ער געפיעלט פאר א אחריות צו צושטעלען א חתונה זאל פאר די קהילה נאר צוליב די פרעשור פין די טערעריסטען האט מען אנגעהויבען צי פרעגען רשות פין מהר“א און עס איז געווארען ערגער און ערגער פין טאג צי טאג מען האט געדארפט מקבל מרות זיין צאלן געלט וכו' האט די רבי מגודל אהבת ישראל געמאכט א תקנה אז מער קען מען נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס מיט רשות פין מהר“א און אזוי גייט די אהרונישע טעראר אטעמאטיש 1 טאג קראכן און כדאי די תקנה זאל טאקע אריינגיין און קראפט האט קודם נאר די רבי אליינס אדער איינער פין די קינדער געמעגט זיין מסדר קידושין

ביטע, איין זאך. זאגט נישט קיין ליגנט. איך בין אייך גרייט צו ענטפערן אויף אלעם אבער רעדט נישט קיין אפענע שקרים.

מ'האט קיינעם נישט געהייסן מקבל מרות זיין פון מהר''א.

מ'האט קיינמאל קיינעם נישט געבעטן קיין געלט.

עס איז נישט געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

ביטע נישט לייקענען קיין אפענע פאקטן עס איז א באקאנטע זאך געווען דעמאלטס איך האב עס גראדע אליין געהערט פין איינער וואס האט חתונה געמאכט דעמאלטס אז ער האט געדארפט מקבל מרות זיין און צאלען געלט אדרבה פרעג פין איינער וואס האט דעמאלטס חתונה געמאכט
היינט נאכדעם וואס מהר“א האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה די עולם פייפט אים אין פנים אריין גיסט זיך שוין אליין רשות אן בעהטן און עס ווערט שוין למפרע כשר די קידושין פין די עלטערע קינדער

קום אריין מיט מער דעטאלן, וויפל געלט בערך האט מען געדארפט צאלן? פאר וועם האט מען עס געדארפט צאלן? וויאזוי האט מען געדארפט מקבל מרות זיין? אינטערשרייבן? אפשר ברענגסטו אהער די צעטל? זינט ווען האט זיך אנגעהויבן דעי פארלאנגען? וויאזוי איז עס צוגעגאנגען? אז איינער איז אריינגעקומען צו מהר''א בעטן רשות האט מהר''א אים דערלאנגט א צעטל אינטערצושרייבן? ער האט פארלאנגט ער זאל צוריקקומען מיט געלט? ווער האט אלס געדארפט אינטערשרייבן? נאר די מחותן וואס האט געבעטן רשות? ביידע מחותנים? די חתן כלה? און אויב איינער האט יא אינטערגעשריבן און דער אנדערער נישט?

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 10:53 pm

· #497211
ייעעקקבב

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב

ממילא?

ייעעקקבב » דינסטאג מערץ 29, 2022 11:14 pm

· #497213
מיליאנער
ייעעקקבב

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב

ממילא?

אויב מהר“א איז טאקע אזא צדיק אין עניו און באמת די רדיפות ביי די עטרת מאיר צבי איז נישט ווייל מהר“א איז א פראסטע בעל גאוה (והא ראיה ער האט אזוי שיין באהאנדעלט אייביג אלע וואס האבען זיך געטרויט צי זאגען א ווארט קעגן אים) נאר ווייל ער האט זיך געזארגט אז עס גייען קימען פשוטע יונגעלייט מסדר קידושין זיין וואס איז זיין פראבלעם מיט רבנים וואס זענען מסדר קידושין אן זיין רשות?

מיליאנער » דינסטאג מערץ 29, 2022 11:48 pm

· #497215
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב

ממילא?

אויב מהר“א איז טאקע אזא צדיק אין עניו און באמת די רדיפות ביי די עטרת מאיר צבי איז נישט ווייל מהר“א איז א פראסטע בעל גאוה (והא ראיה ער האט אזוי שיין באהאנדעלט אייביג אלע וואס האבען זיך געטרויט צי זאגען א ווארט קעגן אים) נאר ווייל ער האט זיך געזארגט אז עס גייען קימען פשוטע יונגעלייט מסדר קידושין זיין וואס איז זיין פראבלעם מיט רבנים וואס זענען מסדר קידושין אן זיין רשות?

ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן, מהר''א אלס מרא דאתרא און אחראי לאזט נישט יעדע מאן דהוא מסדר קידושין זיין אפילו ער איז א בנש''ק וואס האט געעפנט א ביהמ''ד, אדער אפילו א רב, אזויווי די מעשה פון די מינקת חבירו ווי מהר''א האט צוריקגעהאלטן א מכשול אין זיין שטאט טראץ וואס די מחותן האט למעשה געטראפן א רב אין מאנסי וואס איז אים גרייט געווען צו מסדר קידושין זיין אין אזא פאל. מהר''א וואלט נישט געקענט מונע זיין אזא זאך אין קרית יואל ווען ער האט ווען נישט די קאנטראל פון סידור קידושין.

איין אויסנאם האט ער געמאכט אויב די זיידע איז א אנערקענטע רב.

(לגבי דיינע איינגערינגעלטע ווערטער, וויל איך דיר זאגן אז מהר''א האט נאך קיינמאל! קיינמאל! קיין איין איינציג מאל נישט ארויסגעקומען אראפרייסן, אדער אפילו עפעס ענלעך צו דעם, איינעם וואס איז ארויסגעקומען קעגן אים פערזענליך! און ס'איז געווען גענוג פון דעי.... די איינציגסטע מאלן ווען מהר''א איז ארויסגעקומען מיטן שארפסטן איז געווען ווען עס האט זיך געהאנדלט פון זיין טאטנ'ס כבוד אדער די קהילה אויף זיין טאטע האט מקבל אחריות געווען, דו באקומסט פון מיר א הינדערטער אויב ברענגסטו מיר א פאל ווען מהר''א האט עפעס געזאגט קעגן איינעם צוליב וואס ער האט גערעדט אדער געטון סיי וואס קעגן אים פערזענליך. ער האט שוין געזאגט אז ער איז מוחל יעדן איינעם וואס האט אים מצער געווען במשך די יארן חוץ די וואס האבן גורם געווען אין די פירוד צווישן אים און זיין טאטן.

זאג מיר אויב דו ווילסט איך זאל מער מאריך זיין אין די נקודה איך האב אסאך וואס צו זאגן.)

ייעעקקבב » מיטוואך מערץ 30, 2022 12:12 am

· #497220
מיליאנער
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב

ממילא?

אויב מהר“א איז טאקע אזא צדיק אין עניו און באמת די רדיפות ביי די עטרת מאיר צבי איז נישט ווייל מהר“א איז א פראסטע בעל גאוה (והא ראיה ער האט אזוי שיין באהאנדעלט אייביג אלע וואס האבען זיך געטרויט צי זאגען א ווארט קעגן אים) נאר ווייל ער האט זיך געזארגט אז עס גייען קימען פשוטע יונגעלייט מסדר קידושין זיין וואס איז זיין פראבלעם מיט רבנים וואס זענען מסדר קידושין אן זיין רשות?

ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן, מהר''א אלס מרא דאתרא און אחראי לאזט נישט יעדע מאן דהוא מסדר קידושין זיין אפילו ער איז א בנש''ק וואס האט געעפנט א ביהמ''ד, אדער אפילו א רב, אזויווי די מעשה פון די מינקת חבירו ווי מהר''א האט צוריקגעהאלטן א מכשול אין זיין שטאט טראץ וואס די מחותן האט למעשה געטראפן א רב אין מאנסי וואס איז אים גרייט געווען צו מסדר קידושין זיין אין אזא פאל. מהר''א וואלט נישט געקענט מונע זיין אזא זאך אין קרית יואל ווען ער האט ווען נישט די קאנטראל פון סידור קידושין.

איין אויסנאם האט ער געמאכט אויב די זיידע איז א אנערקענטע רב.

איך בין שוין אינגאנצען צומישט אויב מהר“א'ס פראבלעם איז אז די מסדר קידושין מיז זיין א רב וואס איז א חילוק צו מען פרעגט אים רשות אדער נישט אדער א זיידע אדער נישט סידור קידושין באקימט דאך סיי ווי נאר א רב אלטס די שענסט כיבוד ביים חופה און אויב עס קיין זיין פראבלעמען אפילו מיט א רב פארוואס אויב עס איז א זיידע און מען איז זיך מכניע צי אים באקימט ער רשות נישט קיין חילוק וועלכער רב ער איז?