☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

אלגעמיין » דינסטאג יוני 29, 2021 9:14 am

· #476827
אינטערסאנטער
שבעים לשון
מטאר נישט מישן לאקשן מיט מויסטשור קיור. דאס פיוס פון בעלזא איז געטון ריכטיג מצד עצמו ווייל אזוי שטייט אין שו"ע
.

קען זיין אז אזוי שטייט אין שולחן ערוך, איך ווייס נישט. אבער על פי דעם פיפטן שולחן ערוך הייסט דאס נישט קיין מחילה, דהיינו שכל'דיג גערעדט קען נאכנישט א סאטמארע איד מוחל זיין דעם חצוף.

נישט אלעמאל קען מען בלויז פאללאוען די בוק'ס (להבדיל אלף אלפי הבדלות, איך ניץ בלויז די אויסדריק אז אפילו אין די גויאישע וועלט פארשטייט מען אזא מושג פון נישט בלויז פאללאוען די בוק'ס, נאר ניצן צו דעם אביסל שכל אויך) און על פי שכל האט נאך דער בעלזא'ר בכלל נישט פארראכטן זיינע ווערטער.

קען זיין וואס?! אוי זאגסטו גוט, פאר א טשעינדזש. מיט דעם תגובה קלארסטו אויס די פריערדיגע 30 זייטן און שטעלסט קלאר ענקער גאנצער עקזיסטענטץ.
אויפן רבין/ויואל משה'ס כבוד ביסטו פשוט באזארגט אבער דער שו"ע האט בכלל נישט קיין ווערד און איז נישט מחייב נאר ווען עס שטימט מיט 'ענקער' פיפטן שו"ע.
נישט ביי דעם פאל און נישט ביי סיי וועלכע אנדערע פאל אין אידישקייט. דאס איז ענקער שיינקייט און שטאלץ, ליידער.
קיינער קען אין דעם נישט אריינרעדן. 'אונז' מאך מיר אפ ווען מען טוט וואס. יאפ, ס'נישט קיין נייעס ביי קיינעם נאר דא שרייבסט עס צוביסלעך ארויס.
און אזוי רעדט א היימישער חסידישער סאטמארע איד, אכשר דרא.

אלגעמיין » דינסטאג יוני 29, 2021 9:54 am

· #476830
ולגופו של ענין, ער האט געטוען ווי דער הלכה/שו"ע פארלאנגט מיט די צושטימונג פון עטליכע גדולי ישראל פון די עדה"ח אין ארה"ק/ארה"ב און איז געווען פארשפרייט מיט בילדער אין אלע צייטונגען בשעתו.
יארן האט גענומען ער זאל דאס טוהן און האט געמיינט א שטארקע קלאפ אין זייער גאווה כידוע.
צו באקומען 'ענקער' שכלדיגע מחילה וואלט ער געדארפט קומען קיין ראדני און קניען פארן בד"ץ וועלכע וועט שפעטער דן זיין אויב מ'קען אים עכט שכלדיג מוחל זיין 😂
און אז מרעדט שוין פון רבין/ויואל משה'ס כבוד, גיב ביטע צו פארשטיין ווי דאס איז פלוצלינג פארשווינדען ווען 4 ראשי הראדני קרייז האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע פאר אביסל שררה אין בגץ הציוני תשס"ט אקעגן די התראה פון עדה"ח און גדולי ישראל? (פייל איז נאך היינט אפן)
ווען מ'האט אפיציעל געשיקט הונדערטער קינדער פון צרפת קיין חינוך עצמאי? (און ווען הרבי מק"י האט זיך לכתחילה נישט געוואלט צושטעלן פאר דעם סיבה, האט מען אים נאך באוואשן אלץ בעל גאווה)
ווען די סיקריקים האבן געפענט אן אייגענע שחיטה אין א"י?
ווען א קרייז-אפיליאירטע מוסד בירושלים האט גענומען געלט און מ'האט דערשטיקט דעם קול מחאה? אבער ביי חכמת לב האט מען נישט געקעט טרעפן קיין תשובה נאר פארשפארן
ועוד ועוד פון דעם דרך "פיפטן שולחן ערוך אידן" פון וועם מ'ליידט זיך צוזאם מכלומרשט בשם התורה והשיטה.

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 29, 2021 11:06 am

· #476833
אלגעמיין

דאס הייסט ריכטיג ארויסגענומען ווערטער פונעם קאנטעקטס. די שרייבסט ווילד און אבי געשריבן, יעדער קען פארשטיין וואס איך האב געשריבן, און דאס איז שוין אן אלטע אויסדריק אז מען דארף האבן דעם פיפטן שולחן ערוך און נישט אלעמאל איז גענוג ווי א שוטה צו טענה'ן ווי א ליטוואק אז אפס, אזוי שטייט אין שולחן ערוך, אוודאי איז די שולחן ערוך אונזער וועגווייזער און איך האב נישט געשריבן אנדערש, איך שרייב נאר אז די שולחן ערוך אליינס איז נישט גענוג נאר מען דארף צומאל צולייגן די פיפטע שולחן ערוך וואס דאס איז אביסל שכל.

איין מינוט, די פארשטייסט דאך גיט וואס איך האב געמיינט, און טאמער נישט, פארוואס ענטפער איך דיך בכלל? שלמה המלך האט שוין געווארנט אויף דעם

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 29, 2021 11:08 am

· #476834
אלגעמיין
ולגופו של ענין, ער האט געטוען ווי דער הלכה/שו"ע פארלאנגט מיט די צושטימונג פון עטליכע גדולי ישראל פון די עדה"ח אין ארה"ק/ארה"ב און איז געווען פארשפרייט מיט בילדער אין אלע צייטונגען בשעתו.
יארן האט גענומען ער זאל דאס טוהן און האט געמיינט א שטארקע קלאפ אין זייער גאווה כידוע.
צו באקומען 'ענקער' שכלדיגע מחילה וואלט ער געדארפט קומען קיין ראדני און קניען פארן בד"ץ וועלכע וועט שפעטער דן זיין אויב מ'קען אים עכט שכלדיג מוחל זיין 😂
און אז מרעדט שוין פון רבין/ויואל משה'ס כבוד, גיב ביטע צו פארשטיין ווי דאס איז פלוצלינג פארשווינדען ווען 4 ראשי הראדני קרייז האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע פאר אביסל שררה אין בגץ הציוני תשס"ט אקעגן די התראה פון עדה"ח און גדולי ישראל? (פייל איז נאך היינט אפן)
ווען מ'האט אפיציעל געשיקט הונדערטער קינדער פון צרפת קיין חינוך עצמאי? (און ווען הרבי מק"י האט זיך לכתחילה נישט געוואלט צושטעלן פאר דעם סיבה, האט מען אים נאך באוואשן אלץ בעל גאווה)
ווען די סיקריקים האבן געפענט אן אייגענע שחיטה אין א"י?
ווען א קרייז-אפיליאירטע מוסד בירושלים האט גענומען געלט און מ'האט דערשטיקט דעם קול מחאה? אבער ביי חכמת לב האט מען נישט געקעט טרעפן קיין תשובה נאר פארשפארן
ועוד ועוד פון דעם דרך "פיפטן שולחן ערוך אידן" פון וועם מ'ליידט זיך צוזאם מכלומרשט בשם התורה והשיטה.

זאג נאר, דו ביסט אפשר אויפגעשטאנען היינט אויף די לינקע זייט? דו קענסט ענטפערן צו דער זאך אדער דו קענסט נאר שרייען און ווילדעווען ווי א גע'שחט'נע האן?

איך האב שיין ארויסגעברענגט פארוואס דאס הייסט נישט קיין מחילה, ליין איבער רואיג וואס איך האב געשריבן און דו האסט אויף דעם גארנישט געענטפערט, זירא!
אנשטאט צו ענטפערן ווי א מענטש, נעמסטו דיך שרייען ווי א קליין קינד, העי ילדי צרפת, העי חכמת לב, העי בג"ץ. איינער רעדט יעצט פון דעם? דאס איז געענטפערט ממין הטענה?

בארואיגט אייך, דו ענטפערסט נישט אויף וואס איך האב געשריבן, יא עס האט אראפגעקלאפט דעם בעלזא'רס גאווה, אבער דאס וואס ער האט אין א לענגערע דרשה צולייגט אויף קליינגעלט פארוואס ער האלט אז דער סאטמארער רבי איז חלילה געווען א נידריגע אינג חלילה, די דאזיגע ווערטער האט ער נאך קיינמאל נישט פארראכטן און - לפי ערך וואס ער האט געטוהן פארלאנגט זיך אן אנדערע סארט מחילה - אזוי ווי איך האב דאס פריער ארויסגעברענגט שיין און נארמאל.

און ווילאנג ער שטעלט זיך נישט אויף ברבים זאגן קלאר די פארקערטע מיט די פולסטע שטארקייט פארשטיי איך נישט וויאזוי א סאטמארע איד זאל אים קענען מוחל זיין.

שבעים לשון » דינסטאג יוני 29, 2021 11:26 am

· #476835
איך בין נישט קיין מנהל דא, אבער איך מעג בעטן אז דער אשכול האט מיט די סידור קידושין מערכה לאמיר נישט פארפארן. אויב די בעלזא סאטמארער עסק איז אקטועל ביטע עפנט אן אשכול פאר די פיוס מערכה, אבער לאמיר נישט פארפארן פונעם נושא דא פון סידור קידושין\מרא דאתרא

אלגעמיין » דינסטאג יוני 29, 2021 11:53 am

· #476837
אינטערסאנטער
אלגעמיין
ולגופו של ענין, ער האט געטוען ווי דער הלכה/שו"ע פארלאנגט מיט די צושטימונג פון עטליכע גדולי ישראל פון די עדה"ח אין ארה"ק/ארה"ב און איז געווען פארשפרייט מיט בילדער אין אלע צייטונגען בשעתו.
יארן האט גענומען ער זאל דאס טוהן און האט געמיינט א שטארקע קלאפ אין זייער גאווה כידוע.
צו באקומען 'ענקער' שכלדיגע מחילה וואלט ער געדארפט קומען קיין ראדני און קניען פארן בד"ץ וועלכע וועט שפעטער דן זיין אויב מ'קען אים עכט שכלדיג מוחל זיין 😂
און אז מרעדט שוין פון רבין/ויואל משה'ס כבוד, גיב ביטע צו פארשטיין ווי דאס איז פלוצלינג פארשווינדען ווען 4 ראשי הראדני קרייז האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע פאר אביסל שררה אין בגץ הציוני תשס"ט אקעגן די התראה פון עדה"ח און גדולי ישראל? (פייל איז נאך היינט אפן)
ווען מ'האט אפיציעל געשיקט הונדערטער קינדער פון צרפת קיין חינוך עצמאי? (און ווען הרבי מק"י האט זיך לכתחילה נישט געוואלט צושטעלן פאר דעם סיבה, האט מען אים נאך באוואשן אלץ בעל גאווה)
ווען די סיקריקים האבן געפענט אן אייגענע שחיטה אין א"י?
ווען א קרייז-אפיליאירטע מוסד בירושלים האט גענומען געלט און מ'האט דערשטיקט דעם קול מחאה? אבער ביי חכמת לב האט מען נישט געקעט טרעפן קיין תשובה נאר פארשפארן
ועוד ועוד פון דעם דרך "פיפטן שולחן ערוך אידן" פון וועם מ'ליידט זיך צוזאם מכלומרשט בשם התורה והשיטה.

זאג נאר, דו ביסט אפשר אויפגעשטאנען היינט אויף די לינקע זייט? דו קענסט ענטפערן צו דער זאך אדער דו קענסט נאר שרייען און ווילדעווען ווי א גע'שחט'נע האן?

איך האב שיין ארויסגעברענגט פארוואס דאס הייסט נישט קיין מחילה, ליין איבער רואיג וואס איך האב געשריבן און דו האסט אויף דעם גארנישט געענטפערט, זירא!
אנשטאט צו ענטפערן ווי א מענטש, נעמסטו דיך שרייען ווי א קליין קינד, העי ילדי צרפת, העי חכמת לב, העי בג"ץ. איינער רעדט יעצט פון דעם? דאס איז געענטפערט ממין הטענה?

בארואיגט אייך, דו ענטפערסט נישט אויף וואס איך האב געשריבן, יא עס האט אראפגעקלאפט דעם בעלזא'רס גאווה, אבער דאס וואס ער האט אין א לענגערע דרשה צולייגט אויף קליינגעלט פארוואס ער האלט אז דער סאטמארער רבי איז חלילה געווען א נידריגע אינג חלילה, די דאזיגע ווערטער האט ער נאך קיינמאל נישט פארראכטן און - לפי ערך וואס ער האט געטוהן פארלאנגט זיך אן אנדערע סארט מחילה - אזוי ווי איך האב דאס פריער ארויסגעברענגט שיין און נארמאל.

און ווילאנג ער שטעלט זיך נישט אויף ברבים זאגן קלאר די פארקערטע מיט די פולסטע שטארקייט פארשטיי איך נישט וויאזוי א סאטמארע איד זאל אים קענען מוחל זיין.

מיין ענטפער אין קורצן:

1. ער האט געטוען וואס די תורה הק' פארלאנגט און יוצא געווען אלע שיטות. דו ווילסט ער זאל טוען לויט ענקער 5'טע שו"ע און געפיל. אירעלעווענט.
2. דיין כלומר'שטער אויפברויז פאר כבוד רבינו והשיטה הק' - דיין קרייז גיבט נישט קיין דעקל פאר די זאכן כנ"ל.
3. דיין אויסדריק אויפן שו"ע vs ענקער 5'טע שכל איז מיינד-באגלינג און שפיגלט אפ ענקער געדאנקען-גאנג אין אלע ענינים.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יוני 29, 2021 12:14 pm

· #476839
שבעים לשון
איך בעט אייך זייער הרב בעל עגלהת נישט ווערן איבערגענומען און דורך דעם אראפ פירן די נושא צו זייטיגע ענינים וואס קען אויך זיין וויכטיג אבער מקען עס באהאנדלען און א באזונדערע אשכול.

פרעגסט אויב א מזרחיסטישער רב קען אויך אנקומען קיין קרית יואל וכו' וכו'? דער ענטפער איז מאנסי יוכיח סקווער יוכיח בית שמש יוכיח קוק וויאזוי עס דעוועלאפט זיך א ישוב, און ווער סקען יא אדער נישט קומען. קיין ניו סקווער קען זיכער נישט אנקומען קיינער ווייל די שטאט באלאנגט פאר א יחיד. קיין מאנסי קען יעדער קומען ווייל די שטאט איז אפן פאר יעדן וואס קויפט לאנד. וכו' וכו' עס שטעלט ארויס אז קרית יואל ווערט אן אפענע שטאט דערווייל נאר פאר אלע סאטמארער פראקציעס אבער ימים ידברו צו א דרויסנדער וועט איין טאג האבן אן אינטערעסע אריינצוקומען.

אין סקווער קען א סקווערער חסיד פון ב"פ אויך נישט קויפן, נאר אינסיידערס עס איז קאנטראלד פון אינעווייניג כדי צו האלטן דעם גייסט. קרית יואל איז א אפענער און אפסקעיל דירות מארקעט מקוקט נישט נאך דיין מעמבערשיפ ווען דו קויפסט א דירה, ממילא יא עס איז אפן, די מוסדות דארפן אמאל א שמיי דריי צו קענען עפענען לאקאלע בתי מדרשים מקויפט מיט נעמען פון יחידים וכו' אבער אין טאטעל סאיז א אפענע שטאט פינטל.

אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי הייקעל נאר אויף דעם איינעם פונקט פון דעם סידור קידושין ווען יעדער וואס וואוינט היינט דא נעמט ערליכע אידן יראים ושלמים פאר מסדרי קידושין.
אויב האסטו מורא פון לעתיד סוועט וורן א הפקר וועלט? אדרבא וועט מען דעמאלטס צוזאם נעמען אלע רבני העיר מכל הקהלות און מטכס עצה זיין צו האלטן די שטאט ריין ווייטער. אבער צו מאכן ערליכע שטובער אייגענע ברודערס שכינים טובים משפחה און רופן בלשונות של גנאי און מערער זיין אויף ערליכע קידושין איז אווערדאן און עס איז צייט אראפצוטרעטן.

הייסט די זאגסט אזוי ווי קר"י איז אייביג געווען א פרידליכע שטאדט און געלאזט עפענען אנדערע קהלות אין זייער שטאדט, דארפן זיי יעצט מוותר זיין אויף זייער בעלות ע"פ תורה אין שטאדט

יא, זיי האבן פארשטאנען אז אסאך איינוואינער ווילן נישט דאווענען מיט דעם שטאטס רב, האבן זיי נישט געשטערט עפענען ביהמ"ד, און יעצט גייסטו מיט דעים שוואכקייט אוועקנעמען זיין רבנות?

ווען זיי וואלטן געווען ווי סקווער אז דא קען נישט וואינען נאר חסידים וואס קומען יעדע וואך צום טיש וכדומה, וואלסטו פארשטאנען אז ער איז בעה"ב

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יוני 29, 2021 12:23 pm

· #476841
שבעים לשון
לדעתי אויב איז עמיצער חייש להגנת כבודו של מהר"א וואלט ער פאר כל הון דעלמא נישט צוגעלאזט אזא פאטאלן טעות פון פריש אויפלעבן איזה מערכה שהוא אינערהאלב די שטאט קרית יואל.

די קרעדיט פאר א פרידליכער שטאט, אפילו נאר לפנים, גייט ביי דיפאלט פאר מהר"א און עס מאכט זיין קהלה שיין און זיס. און אזוי גייט שוין דארט אפאר יאר, ווי שוין ערווענט אז יעדער דאווענט איבעראל נישטא קיין האס און שנאה מלעבט ווי ברודער,
על אף וואס אינערליך וואלט מען זיך פארברענט איינער דעם צווייטן, דהיינו ווען דער ווילעדזש קען א שטיקל אנדרייען אויף אפהאלטן א פערמיט אן עפראוועל וכו' פאר די מהרי"י צו בנ"י פראקציעס בדיל ויעבור גיט מען א רוק אריין און שוין געפארן ווייטער אבער קיין פולווער איז נישטא און ווער סוויל רודערן וועט אים יעדער פארווארפן הלמאי ער בארעדט די באהערדע, מוועט אויף אים טייטלען ווי א העצער פאר שלעכטקייט וכו'

דו שרייבסט זאכן קעגן מציאות, יעדער אין קר"י ווייסט אז די זאליס ווערן באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשקעס, זייערע בילדערס באקומען שנעלערע פערמיטס און נאך

בכלליות בויען זיי אפאר ביהמ"ד אין קר"י אן קיין שום שטערונגען, די גרויסע ביהמ"ד אויף 5 גארפילד האט א פערמיט אן צושטעלן פארקינג ווי די געזעץ פארלאנגט, קיין איין ביהמ"ד מצד מהר"א באקומט דאס נישט, זיי קענען ווען זאגן גיי בוי דיין ביהמ"ד ערגעץ אנדערש, נישט לעבן די אנדערע, און שטעל צו פארקינג (זיי האבן געווינען אין געריכט מיט חרדים), אבער למען המנוחה (אדער מורא) געט מען זיי אלעס נאך, און דו שעמסט דיך נישט צו שרייבן היפוך המציאות.

שבעים לשון » דינסטאג יוני 29, 2021 12:54 pm

· #476847
וועלכע ביהמ"ד אין קרית יואל האט פארקינג?
בית ברוך? קען מען פארקן אויפן דרייוועי פון הרב ריספלער ע"ה
אבני צדק? האט מען לעצטנס אריינגעשטיפט פארקינג פאר פערציג קארס פאר א ריזיג ביהמ"ד
אלטא פיגא? האט אפשר 25 ספאטס

דער ביזנעס צענטער צוויי ריזיגע בנינים מיט אפיסעס און א סופערמארקעט און פול מיט ריטעיל סטארס, וויפיל ספאטס איז דא צו פארקן?

קרית יואל האט אין זייער זאונינג נישט אזא זאך וואס הייסט פארקינג, איך האב א דירה אין קרית יואל פאר זומער וכו' עס וואוינען 8 מענטשן און עס איז דא 3 פארקינג ספאטס, די ווילעדזש קען היינט נישט געוואונען א פארקינג פראבלעם. זיי האבו עס נישט ענפארסד ביי די אייגענע פראדזשעקטס.

יעצט צוריק צו די נושא, ווען סאטמאר נעמט די מהלך פון סקווער קומט מען בכלל נישט אן צו די איצטיגע מציאות מחמת כמה סיבות די שטאט וואלט נישט באשטאנען פון אזא מספר בליעה"ר, אבער אונטער איצטיגן מציאות קען מען נישט צוריק דרייען דעם זייגער און שרייען אז אט מיט די זאך פון סידור קידושין דאס איז מיינס אפילו ביי דיר אינדערהיים. ער קען פראבירן בכל הכבוד אבער עס איז פארפאלן לפי המציאות. קען זיין סוועט נאך פארגאסן ווערן אביסל אידיש בלוט פון אידן, חתנים וכלות, און מחותנים, משפחה קריגערייען, אויף דעם חשבון פון מהר"א וראשי הקהלה, פארפאלן דאס איז דער שריים וואס האבן פון דרך הבעש"ט פארבליבן פאר אונזער דור פאר ביאת המשיח במהרה, אבער דער מציאות אז קרית יואל איז אן אפענע שטאט ווייל דאס איז די סאורס קאוד פון סאטמאר בכלל איז א ביטערער מציאות וואס ממוז לעבן מיט.

דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר, עס לעבן נאך אידן היינט וואס געדענקן די ראסע דיסקרימינאציע אונטערן שירעם פון געזעץ פון ווילעדזש. עס איז די נעקסטע און יתכן דער ענגילטיגער שריט צו פארוואנדלען קרית יואל אלס אן עיר ואם בישראל. ימים ידברו

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יוני 29, 2021 1:54 pm

· #476854

קודם האט דער ווילדזש טעראזירט די צד רז"ל, יעצט טוישסטו די ניגון אז מ' קען עס נישט אינפארסן, זיי קענן נישט געווינען? איי קעגן חרדים האבן זיי געווינען, א קשיא אויף א מעשה

זיי מוזן נישט האבן פארקינג פאר יעדען מתפלל ווייל א חלק גייט צופיס אבער א ביהמ"ד מיט אפאר טויזענט זיצן דארף האבן עפעס א פארקינג פראוצעטועל, און זיי האט מען אינגאנצן נאכגעגעבן

וואס מיינט "דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר" די קהלה מיט די פייט דאך נאך פאר בעלות?

דארפסט האבן א גאנג, מ' קען נישט יעדע מינוט איבערדרייען דעם דאשיק לויט ווי עס געפעלט דיר יענע מינוט

גאנצל » דינסטאג יוני 29, 2021 4:54 pm

· #476864
לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים

שבעים לשון » דינסטאג יוני 29, 2021 8:31 pm

· #476875
א חסיד פון ווילנא

טעראריזירט מאן דכר שמי', מען האט ענג געמאכט ווען מהאט געקענט בעקיפין, אין דער עפענטליך איז ביזנעס עז יוזשועל גוטע ברודער. לגבי חרדים איך בין נישט קיין לאו פראפעסאר און איך ווייס נישט וואס איז געווען די קעיס.
זיי מוזן נישט האבן פארקינג פאר יעדען מתפלל ווייל א חלק גייט צופיס אבער א ביהמ"ד מיט אפאר טויזענט זיצן דארף האבן עפעס א פארקינג פראוצעטועל, און זיי האט מען אינגאנצן נאכגעגעבן
בית ברוך איינער פון די שיינע שטילע ווינקלען און קרית יואל לשבחם פון די הנהלת הביהמ"ד בראשות מהר"י בן מהר"א זייער אן אנגענעם ביהמ"ד פאר תושבים געסט און בעלי שמחה פון אלע קהלות, דארט איז נישטא אפילו איין פארקינג ספאט, נאר מקען פארקן (באגנבענען די תושבים פון די גאס) מיטן צונעמען זייער פארקינג. דער נייער ביהמ"ד אויף גארפיעלד האט די זעלבע מספר אויף גארפיעלד און אינעם שאפינג צענטער. קמ"ל אז דער ווילעדזש האט גענוצט דעם זעלבן סטאנדארט ווי ביי זיך.
וואס מיינט "דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר" די קהלה מיט די פייט דאך נאך פאר בעלות?
במחילת כבודך איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט
דארפסט האבן א גאנג, מ' קען נישט יעדע מינוט איבערדרייען דעם דאשיק לויט ווי עס געפעלט דיר יענע מינוט

במחילת כבודך איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט

אלגעמיין » מיטוואך יוני 30, 2021 12:15 am

· #476892
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלדיג, ווארט נאך 10 יאר וועסטו קענען דערציילן דיינע קעלבן אז די רבי האט בשעתו בלית ברירה געדארפט אליינס לויפן פאר מעיאר און אזוי געראטעוועט די זאך...
ס"ה געווען דעמאלטס היץ צווישן עטליכע צדדים אין די פירערשאפט און דאס צו פארגלייכן האט מען אריינגענומען א טראסטי צופרידן צו שטעלן אלע צדדים.
יא, עס איז געווען א גענעראל פארזאמלונג ווי אין די דעמאלטסדיגע יארן ווען עטס פלעגט נאך ארויסשטעלן קאנדידאטן,
ווייל אט היינט-יעצט-מארגן-נעכטן האמיר רוב ציבור און מ'גיימיר/האמיר געווינען און די רבי האט ס"ה געווינטשען ולא יראו ולא ישחיתו וכו' דעיטס איט.
אויב א פראבלעם מיט די וואלן האט דער פארלוירענער זייט געהאט א גרעסער פראבלעם ווען די נומבערס האבן געשרינקן יעדעס מאל און די אנדערע זייט האט זיך ארויפגעריקט.
וליתר שאת האט מען פארמירט דעם טאון אוו פאלם טרי צו גענצליך דערשטיקן ענקער לעצטער מאכט פון אריינוואוטען קאנדידאטן שונאי ישראלים אפצוטוען ק"י (איינוועגס די אייגענע משפחה...)

און יעצט צום דיעל, דאס איז געווארן אויסגעארבעט ביים ענקער בנין אויף חברון ווי ויו"מ/אלייענס האט זיך קאמיטעט מער נישט צו רודפן, מסר'ן און די שמוץ טראגעריי צו די גוישע צייטונגען
אקעגן יעדער פראיעקט וואס די ווילעדזש שטעלט אהער אינק. ענעקסעישאן/פייפליין, א פרשה פון רשעות פאר זיך (איינער געדענקט איבער די אשת חיל מקוה באריכט אינעם רעקארד?).

אינטערסאנטער » מיטוואך יוני 30, 2021 12:44 am

· #476893
גאנצל
לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים

ווער רעדט דא צו מען האט יוצא געווען על פי שולחן ערוך צו נישט. מען רעדט דא צו עס איז פשוט אז א סאטמארע איד זאל נישט עקסעפטן אזא מחילה ווען ער האט ליידער אזוי מיאוס מבזה געווען זייער רבי'און האט קיינמאל קיינמאל נישט ברבים דערקלערט אז זיין עקלדיגע באשולדיגונג קעגן דעם צדיק הדורות איז פאלש. קיינער האט דאס נישט געהערט פון אים בעת וואס זיין פשט'ל אראפצורייסן דעם סאטמארע רב איז נאך יא דא.

מען רעדט נישט דא סתם אז ער האט מבזה געווען דעם ויואל משה מיט'ן אים שרייען שייגעץ ארויס וכדומה, דעמאלס העלפט אפשר צו גיין צו א קבר מיט א מנין איבערבעטן., אבער דא איז דאס געווען סאך טיפער ווי דעם, אין יענע שמוציגע דרשה האט דער בעלזא'ר אויפגעבויעט א גאנצע מהלך המחשבה וויאזוי אנצוקוקן סאטמאר רב, כלומפרשט אויפווייזנדיג אז דער סאטמארער רב איז חלילה געווען א ביליגע פאליטישען בעת'ן מאכן קינדערישע חשבונות מיט'ן ארויסגעבן דעם ויואל משה, און איך גלייב אז היות דער רב האט אזוי געזאגט גלייבן דערין נאך היינט טויזענטער בעלזא חסידים אז עס איז יש דברים בגו.

אויף די מהלך המחשבה וואס ער האט דעמאלס געבויעט מיט א ביליגע זלזול קעגן סאטמאר רב האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל צוריקציען, ער האט נאך קיינמאל נישט געזאגט אז ער האלט אנדערש, קיינמאל קיינמאל ביז דעם היינטיגן טאג. ער האט אפשר מפייס געווען אז ער האט דאס נישט געדארפט זאגן ברבים אבער עד היום האט מען נאכנישט געהערט אז ער זאל צוריקציען פון די ביליגע דברי גנאי, און ערקלערן אז חס ושלום אזוי צו טראכטן אויף דעם קדוש ישראל און בעל מסירת נפש דער הייליגער סאטמארער רב וואס האט זיך כל כולו מפקיר געווען פאר כבוד שמים און דאס שרייבן דעם ויואל משה איז אים אנגעקומען מיט בלוט, אים קאסטנדיג דאס געזונט און וואס נישט. ער האט אזא סארט פיוס קיינמאל נישט געמאכט און ער האט קיינמאל נישט געזאגט ברבים אז דברים שאמרתי לפניכם טעות הוא בידי, נאר מיט זיין דרשה איז ער געבליבן, זיינע דברי בזיון און בליק וואס ער האט אויפגעבויעט אויף סאטמאר רב איז געבליבן, נאר ער האט מפייס געווען אז - אפילו איך האלט אזוי בעצם- וואלט איך דאס נישט געטארט זאגן ברבים.

נאך אזא סארט בזיון- אוועקשטעלנדיג סאטמארער רב ללעג ולקלס לדורות עולם- איז מעגליך אז על פי שולחן ערוך האט ער יוצא געווען מיט'ן גיין אויפ'ן קבר, איך ווייס נישט (מער מסתבר אז נישט), אבער ווען ער טוט דאס צו א טאטן וואלט א קינד בכלל נישט געקענט מוחל זיין ווילאנג ער ציט נישט צוריק ברבים פון זיינע ווערטער, און צוריקציען מיינט נישט אז מען ציט צוריק אז ברבים וואלט איך דאס נישט געדארפט זאגן, נאר צוריקציען מיינט זיך אויפשטעלן און זאגן אז די עצם זאך איז נישט אמת, און דאס האט דערווייל דער בעלזא'ר קיינמאל נישט געטוהן.

ממילא האב נישט קיין טענות אז אן אמת'ע סאטמארע חסיד קען אים בשום אופן נישט פארטראגן, די וואונד איז נאך אלס אפן און די ווייטאג איז נאך אלס גרויס און דערווייל האט ער נאך בכלל נישט געפיקסט און צוריקגעצויגן פון זיינע דברי גנאי ברבים.

להלכה » מיטוואך יוני 30, 2021 1:47 am

· #476898
קלארשטעלינג
א) מהר"א איז אויף גענימען בחיי אביו לעמוד לימין אביו ברויך מען פריש אויף נעמען לאחר פיטרתו
ב) א צוואה איז א מצוה לקיים און נישט קיין חיוב
ג) ר"ד עקשטיין האט תשס"א צוגענימען די רעכט פון צד מהרז"ל פון ווערן אויסגעוועלט אלטס ראשי וטובי קהלה במילא וואס די קהלה באשליסט איז זיי נישט מחייב אפילו מיטן אויפנעמען א מרא דאתרא למלא מקום הרב הקודם
ד) ער האט זיי צוגעמינען א מקום קבורה כידוע
ה) אפילו בלא זה מבואר בשו"ת מהרש"ג ח"ה דלמען השלום יכולין להיפרד (וכן עשו למעשה בכמה קהילות כגון גלאנטא סאדערהלי ועוד)
ו) זיי זענען שוין לאנג א קהילה נפרדה 1 מוסדות 2 מקואות 3 בתי מדרשים 4 בית החיים מיט וואס איז מהר"א זייער מרא דאתרא
ז) והעולה על כולנה ברויך דען חסידי מהר"א זיי און די קהלה אויב יא קען רעדן פון א שאלה

אלגעמיין » מיטוואך יוני 30, 2021 8:33 am

· #476904
אינטערסאנטער
גאנצל
לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים

ווער רעדט דא צו מען האט יוצא געווען על פי שולחן ערוך צו נישט. מען רעדט דא צו עס איז פשוט אז א סאטמארע איד זאל נישט עקסעפטן אזא מחילה ווען ער האט ליידער אזוי מיאוס מבזה געווען זייער רבי'און האט קיינמאל קיינמאל נישט ברבים דערקלערט אז זיין עקלדיגע באשולדיגונג קעגן דעם צדיק הדורות איז פאלש. קיינער האט דאס נישט געהערט פון אים בעת וואס זיין פשט'ל אראפצורייסן דעם סאטמארע רב איז נאך יא דא.

מען רעדט נישט דא סתם אז ער האט מבזה געווען דעם ויואל משה מיט'ן אים שרייען שייגעץ ארויס וכדומה, דעמאלס העלפט אפשר צו גיין צו א קבר מיט א מנין איבערבעטן., אבער דא איז דאס געווען סאך טיפער ווי דעם, אין יענע שמוציגע דרשה האט דער בעלזא'ר אויפגעבויעט א גאנצע מהלך המחשבה וויאזוי אנצוקוקן סאטמאר רב, כלומפרשט אויפווייזנדיג אז דער סאטמארער רב איז חלילה געווען א ביליגע פאליטישען בעת'ן מאכן קינדערישע חשבונות מיט'ן ארויסגעבן דעם ויואל משה, און איך גלייב אז היות דער רב האט אזוי געזאגט גלייבן דערין נאך היינט טויזענטער בעלזא חסידים אז עס איז יש דברים בגו.

אויף די מהלך המחשבה וואס ער האט דעמאלס געבויעט מיט א ביליגע זלזול קעגן סאטמאר רב האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל צוריקציען, ער האט נאך קיינמאל נישט געזאגט אז ער האלט אנדערש, קיינמאל קיינמאל ביז דעם היינטיגן טאג. ער האט אפשר מפייס געווען אז ער האט דאס נישט געדארפט זאגן ברבים אבער עד היום האט מען נאכנישט געהערט אז ער זאל צוריקציען פון די ביליגע דברי גנאי, און ערקלערן אז חס ושלום אזוי צו טראכטן אויף דעם קדוש ישראל און בעל מסירת נפש דער הייליגער סאטמארער רב וואס האט זיך כל כולו מפקיר געווען פאר כבוד שמים און דאס שרייבן דעם ויואל משה איז אים אנגעקומען מיט בלוט, אים קאסטנדיג דאס געזונט און וואס נישט. ער האט אזא סארט פיוס קיינמאל נישט געמאכט און ער האט קיינמאל נישט געזאגט ברבים אז דברים שאמרתי לפניכם טעות הוא בידי, נאר מיט זיין דרשה איז ער געבליבן, זיינע דברי בזיון און בליק וואס ער האט אויפגעבויעט אויף סאטמאר רב איז געבליבן, נאר ער האט מפייס געווען אז - אפילו איך האלט אזוי בעצם- וואלט איך דאס נישט געטארט זאגן ברבים.

נאך אזא סארט בזיון- אוועקשטעלנדיג סאטמארער רב ללעג ולקלס לדורות עולם- איז מעגליך אז על פי שולחן ערוך האט ער יוצא געווען מיט'ן גיין אויפ'ן קבר, איך ווייס נישט (מער מסתבר אז נישט), אבער ווען ער טוט דאס צו א טאטן וואלט א קינד בכלל נישט געקענט מוחל זיין ווילאנג ער ציט נישט צוריק ברבים פון זיינע ווערטער, און צוריקציען מיינט נישט אז מען ציט צוריק אז ברבים וואלט איך דאס נישט געדארפט זאגן, נאר צוריקציען מיינט זיך אויפשטעלן און זאגן אז די עצם זאך איז נישט אמת, און דאס האט דערווייל דער בעלזא'ר קיינמאל נישט געטוהן.

ממילא האב נישט קיין טענות אז אן אמת'ע סאטמארע חסיד קען אים בשום אופן נישט פארטראגן, די וואונד איז נאך אלס אפן און די ווייטאג איז נאך אלס גרויס און דערווייל האט ער נאך בכלל נישט געפיקסט און צוריקגעצויגן פון זיינע דברי גנאי ברבים.

זייט נישט ברוגז, אבער אידן פירן זיך ע"פ תורה/ושו"ע. שטימט נישט אייביג מיט געפיל.
און ווי פריער דערמאנט; ער האט געטוען וואס די תורה הק' פארלאנגט און יוצא געווען אלע שיטות. קיינער האלט דיך נישט אפ פון פילן אבער קיין טענות האב נישט.
אגב, א היבשע פאר אנשי שם אין ראדני האבן גערעדט די ביליגסטע זלזולים קעגן דעם היינטיגן רבין טאטע, און ס'נישטא קיין פראבלעם דערמיט צו ארבעטען אן קיין מחילה וכד'...
איבערקייען דיין אויפברויז מאכט נישט מער עפעקטיוו דיין פוינט. דיין קרייז גיבט נישט קיין דעקל פאר די זאכן כנ"ל.

אלגעמיין » מיטוואך יוני 30, 2021 9:51 am

· #476909
[ציטאט אראפגענומען]

1. די דיעל איז געמאכט געווארן ביים ריארגענאזירינג פון ויו"מ אינטער די נייע פירעשאפט וועלכע האט געברענגט אביסל שכל צום טיש אז מ'האלט ביי זירא מיט די נעגעטיו עדיטאט.
חברון איז געווען איינע פון די פראיעקטאן אויפן טיש בשעת מעשה. ביהמ"ד אויף גארפילד אויך און נאך צוויי אנדערע.
(די אבזורד טייל איז נאר אז בשעת מ'קייט און שרייט איבער דעם פארקינג פראבלעים האט מען דירעקט אויסגעוועלט גארפילד vs צוויי אנדערע לאטס אין צענטער פון שטאט)
2. קארעקט, מענטשן האבן טענות אויף די פירערשאפט (דא און איבעראל ווי עס איז דא א פירערשאפט...) אבער די ווייסט אויך אז זיי גייען נישט אויפגעבן די שטאט/וואלן פאר דעם.
דעם סטראשע פון "אויב די זאליס הייבן צוריק אן מיטן ארויסשטעלן קאנדידאטן" איז 20 יאר אלט און מיליאנען דאלארן געפלאשט און דורכגעפאלן.
אדרבה, פראביר נאכאמאל...ווען זיי האבן ווען א 25% טשענס וואלטן זיי עס שוין געטוען. און יא, דאס גייט אנהאלטן ביז משיח'ס טאג.
3. "די אקטיוו בלאקן די באר שבע ווילידש"; כ'פארטרעיט נישט דעם ווילעדש דא, אבער לע"ד שטעלן זיי א ווידערשטאנד צו דיפענדן מיליאנען אינוועסטירט ביי תושבי ק"י אינעם ענעקסעישאן און פייפליין.
ביים זיצן מיט די ארגענאזירער איז געווען קלאר אז ס'נישט קיין פראבלעם מצידם אבער זיי וועלן צוווארטן ביז זאכן פאלן אין פלאץ מיט ענעקסעישאן/פייפליין/סוער.

אינטערסאנטער » מיטוואך יוני 30, 2021 9:56 am

· #476910
אלגעמיין, שמע נא אל עצתי, סעעינג פאר עי פרענד.

אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן חוץ איבערחזר'ן א זאך וואס איך מען האט דיך שוין אויף דעם געענטפערט, און חוץ ווארפן זאמד אין די אויגן מיט שרייען העי די ביסט אויך נישט גיט, איז בעסער אז מען ענטפערט נישט.

עס איז נישט דא קיינער וואס מען איז מקרב אין ראדני וואס האט אויף אזא פארנעם מבייש געווען דעם ברך משה, אדרבה אויב פערזענליכע ביושים מיט הוצאת לעז לדורות אראפשמירן א רב בישראל אלס א פגום רחמנא ליצלן, איז דאס געווען פון די זייט פון סאטמאר, בשעת די אנדערע זייט האבן בעיקר געזאגט זייער מיינונג אין הלכה, איך וויל נישט יעצט בשום אופן אריינגיין אין די שמועס פון סאטמארע נידחים וואס מען האט מיט רעכט צוריקגעברענגט ווייל זייער עיקר שנאה איז געווען אויף אהרן נישט אויף די ברך משה.

אבער אינטערשטע שורה איז דאס נישט קיין פארגלייך צום דרשה פונעם בעלזא'ר ווי ער האט פערזענליך מבייש געווען סאטמאר רב און אינטערגעגראבן זיין גאנצע יסוד און האט נאך קיינמאל נישט צוריקגעצויגן.

איך האלט אז וואס איך האב געשריבן איז שוין גענוג קלאר לכל מבקש את האמת און א גיטן טאג.

אלגעמיין » מיטוואך יוני 30, 2021 10:15 am

· #476912

1. איך האב דירעקטעט צו די ליינער פאר וועם די פראבירסט איינצורעדן דיינע געפיל'ישע גלויבן.
דיין טענה לגבי דעם ענין איז אירעלעווענט און דאס איז מיין פוינט פון דיר ענטפערן בכלל.
"מיט שרייען העי די ביסט אויך נישט גיט"; סארי, אבער ברויז נישט אויף יענעם'ס עוולות און פארזעהן דאס אייגענס.
2. "איך וויל נישט יעצט בשום אופן אריינגיין אין די שמועס פון סאטמארע נידחים"; איך אויך נישט, ווייל איר זענט אוט אוו טאטש מיט ריעליטי אין דעם ענין...
גערעכט, ביז מ"ה איז עס געווען קעגן בר"מ און פון דאן האט מען גענומען זיין זוהן אלס אן עדישאנעל טארגעט.
כ'געדענט אויך ווי מ'האט באשריגן און געשפיגן אויפן בר"מ שבועות אויף גארפילד תשנ"ו און דער איד איז פון די נאנטע היינט צוטאגס. אוי, פארגעסן אז מגיימיר נישט דארט...

גאלד » מיטוואך יוני 30, 2021 11:38 am

· #476920
..כלייג עס איבער צוליב די וויכטיגע הוספת

אייראפעישער חסיד » מיטוואך יוני 30, 2021 11:39 am

· #476921

ביטע זיך האלטן צו נושאים אנע אריינגיין אין פריוואטע געפעכטן. ייש''כ.

גאלד » מיטוואך יוני 30, 2021 2:28 pm

· #476929
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין (אין אפשר אנדערע זאכן) איז דא א מרא דאתרא,
און אזוי זענען געווען אין כמעט אלע גרויסע שטעט אין יוראפ,
פשט איז יעדער קען טאן וואס ער וויל,
יעדער האט זיך זיין שול, זיין רב, מיט אייגענע ישיבות, אייגענע מנהגים,
אבער ס'דא איין מרא דאתרא, א שטאטס רב,
וואס לגבי געוויסע באגרעניצטע פונקציעס האט ער דער איינציגער רעכט,
כ'דענק, כאב געליינט, אז ביי די גרויסע מחלוקה,
ווען מהרי"ד מבעלזא זצ"ל האט געוויילט אין מונקאטש, בעת מלחמת העולם הראשון,
האט זעלבסטפארשטענדליך רי"ד געפירן אינגאנצן איין אייגן ווירטשאפט,
זענען לגמרי נישט געווען בשלום כידוע,
אבער ס'מקובל אז ער'ט געזאגט פאר זיינע יושבים,
אז דער רב (דער מנחת אלעזר) איז מרא דאתרא, "לגבי סידור קידושין"
דאס מיינט נישט אז מ'איז "משעובד" צום רב,
קענסט פירן דיין ווירטשאפט כאוות נפשך,
נאר דאס איינע ענין פון סידור קידושין מוז גיין דורכן מרא דאתרא,
אחוץ דעם ביסטע פריי צו דיך גיין דיין וועג אומגעשטערט,

ממילא דאס אז די זאליס האבן א אייגענע בוטשער צו א מצה בעקעריי וכדומה,
איז בעצם לא מוריד ולא מוריד,
ס'האט לכאורה קיין שום סברא אז דאס זאל מאכן די נפק"מ,

וואס יא, אויב די א"ג "קהילה נפרדה" האט אנדערע השקפות, א אנדערע דרך החיים, אנדערע מסורה וכדומה
וואס זיי ווילן נישט נשפע ווערן פונעם אנדערען קהילה,
דאן וואלט איך יא מודה געווען אז יש סברה לומר אז דאס הייסט א קהילה נפרדה,
ווייל מחמת זייער מסורה וחינוך הדורות ווילן זיי אין פרינציפ נישט געבן קיין שום הכרה והערצה פארן דעם יעניגן רב,
אזא גאטונג ווי אין יוראפ איז געווען די שטאטוס-קווא, און די חסידים,
די חסידים זענען געווען אויסן צו פירן א קהילה אויף א פרומערע השקפה ווי די שטאטוס-קווא,
(כ'רעד שוין נישט פון די נעאלאגן, דאס איז דאך אפגערעט),
ממילא האבן זיי מייסד געווען א "קהילה נפרדה",
די אלע בנינים ומוסדות וצרכי הקהלה וואס מ'איז מייסד איז נישט וואס מאכט די קהילה נפרדה
דאס איז די "תוצאה" פון א קהילה נפרדה,
ס'האט גארנישט געהאט מיט ווער דער רב איז,
ס'האט מיט דעם אז די גאנצע סטאנדאדט פון אידישקייט איז אנדערש,
וכמדומה לו אז די אלע מקורות וואס צד הזאלונים ברענגען דעם רעיון פון א "קהלה נפרדה",
איז דער צד השוה אלעמאל געווען דער מציאות,
אז דער אפגעטיילטע קהילה האט נישט געוואלט נשפע ווערן אדער זיין אנגעוויזן און א קהילה אדער רב וואס איז נישט גענוג פרום לויט זייער סטאטנדארד, דו"ק ותשכח

יעצט בנידון דידן אין קרית יואל,
ס'שווער צו זאגן אז די פארשידענע קהילות זענען עפעס אנדערש בעניני השקפה,
ס'אלעס ווי מ'רופט אויף ענגליש - like minded - לגבי יהדות
אפי' די וואס רופן זיך טאהש צו ספינקא,
איז נאכאלס די סטאנדארד, די יסודות, די קולטור, די באנעמונג,
איז אלעס אויפן האר די זעלבע,
איבעראל איז דא מער פרומערער מיט מער קילער, וכדומה,
אבער בכלליות איז אלעס ממש די זעלבע,
די איין איינציגע נפק"מ, ווי מ'קען זיך בשום אין פנים ואופן זיך אויסקומען,
איז די פערזענליכע חסידישע רבישע פאליטיק ומחלוקת,
דהיינו איין צד וויל דוקא ר' אהרן דער אנדערער וויל דוקא נישט ר' אהרן,
ביי דעם הייבט זיך עס אן און ביי דעם ענדיגט זיך עס
לאמיר זיך נישט פאפן לאמיר נישט שפילן תמ'וואטע,
דאס איז דער שורש הדיון,

אויב אזוי, השתא דאתיין להכא,
זעה איך נישט קיין שום מקום לומר אז דאס זאל זיין א עקסקיוז פאר א קהילה נפרדה,
למעשה איז דער גאנצער רעיון פון די התייסדות פון קרית יואל איז געווען על דעת זה צו אנטלויפן פון ברוקלין,
כדי צו פירן איין אייגן ווירטשאפט מיט א אייגן עקסקלוסיוו הנהגה,
איז כל זמן דער שטעטל איז נאכאלס אלעס סאטמארע, אונגארישע, אזיאטישע, קנאישע תושבים,
איז אחרי רבים להטות, דאס רוב ווילן ר' אהרן'ען,
ממילא איז ער לכאורה ע"פ יושר, ע"פ תורה, ע"פ שכל וע"פ נימוס, דער רעכטער מרא דאתרא,
עכ"פ זיכער לגבי סידור קידושין,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן - בדרכי נועם - א סברה אחרת,

שבעים לשון » מיטוואך יוני 30, 2021 3:57 pm

· #476932
גאלד
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין איז דא א מרא דאתרא,
און אזוי זענען געווען אין כמעט אלע גרויסע שטעט אין יוראפ,
כ'דענק, כאב געליינט, אז ביי די גרויסע מחלוקה,
ווען מהרי"ד מבעלזא זצ"ל האט געוויילט אין מונקאטש, בעת מלחמת העולם הראשון,
האט זעלבסטפארשטענדליך רי"ד געפירן אינגאנצן איין אייגן ווירטשאפט,
זענען לגמרי נישט געווען בשלום כידוע,
אבער ס'מקובל אז ער'ט געזאגט פאר זיינע יושבים איז דער רב (דער מנחת אלעזר) איז מרא דאתרא, "לגבי סידור קידושין"
דאס מיינט נישט אז מ'איז "משעובד" צום רב,
קענסט פירן דיין ווירטשאפט כאוות נפשך,
נאר דאס איינע ענין פון סידור קידושין מוז גיין דורכן מרא דאתרא,
און נאכדעם ביסטע פריי צו דיך גיין דיין וועג,

ממילא דאס אז די זאליס האבן א אייגענע בוטשער צו א מצה בעקעריי וכדומה,
איז בעצם לא מוריד ולא מוריד,
ס'האט לכאורה קיין שום סברא אז דאס זאל מאכן די נפק"מ,

וואס יא, אויב די א"ג "קהילה נפרדה" האט אנדערע השקפות, א אנדערע דרך החיים, אנדערע מסורה וכדומה
וואס זיי ווילן נישט נשפע ווערן פונעם אנדערען קהילה,
דאן וואלט איך יא מודה געווען אז יש סברה לומר אז דאס הייסט א קהילה נפרדה,
ווייל מחמת זייער מסורה וחינוך הדורות ווילן זיי אין פרינציפ נישט געבן קיין שום הכרה והערצה פארן דעם יעניגן רב,
אזא גאטונג ווי אין יוראפ איז געווען די שטאטוס-קווא, און די חסידים,
די חסידים זענען געווען אויסן צו פירן א קהילה אויף א פרומערע השקפה ווי די שטאטוס-קווא,
(כ'רעד שוין נישט פון די נעאלאגן, דאס איז דאך אפגערעט),
ממילא האבן זיי מייסד געווען א "קהילה נפרדה",
די אלע בנינים ומוסדות וצרכי הקהלה וואס מ'איז מייסד איז נישט וואס מאכט די קהילה נפרדה
דאס איז די "תוצאה" פון א קהילה נפרדה,
ס'האט גארנישט געהאט מיט ווער דער רב איז,
ס'האט מיט דעם אז די גאנצע סטאנדאדט פון אידישקייט איז אנדערש

יעצט בנידון דידן אין קרית יואל,
ס'שווער צו זאגן אז די פארשידענע קהילות זענען עפעס אנדערש בעניני השקפה,
ס'אלעס ווי מ'רופט אויף ענגליש - like minded - לגבי יהדות
אפי' די וואס רופן זיך טאהש צו ספינקא,
איז נאכאלס די סטאנדארד, די יסודות, די קולטור, די באנעמונג,
איז אלעס אויפן האר די זעלבע,
איבעראל איז דא מער פרומערער מיט מער קילער, וכדומה,
אבער בכלליות איז אלעס ממש די זעלבע,
די איין איינציגע נפק"מ ווי מ'קען זיך בשום אין פנים ואופן זיך אויסקומען איז דער פורצוג פונעם רב,
איין צד וויל דוקא ר' אהרן דער אנדערער וויל דוקא נישט ר' אהרן,
ביי דעם הייבט זיך עס אן און ביי דעם ענדיגט זיך עס
לאמיר זיך נישט פאפן לאמיר נישט שפילן תמ'וואטע,
דאס איז דער שורש הדיון,

אויב אזוי, השתא דאתיין להכא,
זעה איך נישט קיין שום מקום לומר אז דאס זאל זיין א עקסקיוז פאר א קהילה נפרדה,
למעשה איז דער גאנצער רעיון פון די התייסדות פון קרית יואל איז געווען על דעת זה צו אנטלויפן פון ברוקלין,
כדי צו פירן איין אייגן ווירטשאפט מיט א אייגן עקסקלוסיוו הנהגה,
איז כל זמן דער שטעטל איז נאכאלס אלעס סאטמארע, אונגארישע, אזיאטישע, קנאישע תושבים,
איז אחרי רבים להטות, דאס רוב ווילן ר' אהרן'ען,
ממילא איז ער לכאורה ע"פ יושר, ע"פ תורה, ע"פ שכל וע"פ נימוס, דער רעכטער מרא דאתרא,
עכ"פ זיכער לגבי סידור קידושין,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן בדרכי נועם א סברה אחרת,

גאלד, איך מוז דיר ארויסהייבן פארן שרייבן אזוי מענטשליך, נארמאל, אן אריינברענגען פערזענליכע סענטימענטן פון שנאה אדער נצחון וכדומה און איך וועל אויפן זעלבן סטיל פראבירן צו פרעגן וואס איך האב נישט פארשטאנען און קאמענטירן וואס איך האלט פאר ריכטיג.

א מרא דאתרא וואס ווערט גערופן היינט א שטאטס רב, נישט א א רב פון א לאקאלע קהלה און נישט א רבי פון א חסידות. א שטאטס רב איז דער רב און אמאל אויך אב"ד אויב פונקציאנירט א בי"ד
אין אנטווערפען איז הרב שיף דער שטאטס רב, עס איז דא א שטאטישע קהלה און זענען אחראי אויף זייער אסאך שטאטישע אנגעלעגנהייטן, זיי האבן דיינים בעלי מכשירים וכו' איז הרב שיף דער מסדר קידושין יעדע נאכט, לפי ידיעתי פלעגט דער באניער רב זיין מסדר קידושין פאר אנ"ש סאטמאר.
אין מאנטריאל איז דא שטאטישע קהלה מיט א רב הרב ווייס זיי טראגן אחריות אויף עירוב כשרות MK און מסתם נאך זאכן, האט עמיצער אמאל געהערט אז אין די פילע קהלות אין גרעיטער מאנטריאל ווי דער הרב ווייס איז מסדר קידושין?
אין לאנדאן איז דא א שטאטישע קהלה מיט אחריות'ער ווי כשרות ועוד (כדתיא) מיט א רב הקהלה הרב פדווא איז דער הרב פדווא מסדר קידושין ביי אלע חופות אין לאנדאן?
אין ירושלים איז דא א שטאטישע קהלה מיט א בי"ד מיט הכשרים, שחיטה וכו' און זיי האבן א רב לרפו"ש, איז דער הרב ווייס מסדר קידושין אין גאנץ ירושלים ביי אלע חופות?

א שטאטס רב הייבט זיך נישט אן ביים רב עס הייבט זיך אן ביי די שטאטישע קהלה, ווי אלע אידן פון די שטאט זענען חברי הקהלה, מעמבערס, און די קהלה ווי א יעדער איז א מעמבער, ערוועלט א וועד פאר די הנהלת הקהלה און ראשי הקהל און א רב און דער רב ווערט באשטעטיגט אלס מרא דאתרא וכו'

דער ענין אין קרית יואל איז גאר אנדערש, עס איז נישטא קיין שטאטישע קהלה וואס איז אחראי אויף די שטאט בכלליות ווי אלע תושבים זענען מעמבערס חברים אין די קהלה, נאר ס’האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז מהר"א איז געווארן דער רב אין די קהלה יט"ל תשמ"ה, קרית יואל איז דעמאלס באשטאנען פון איין חסידות איין רבי דער בר"מ זצ"ל, יעדער איז געווען א מעמבער אין די קהלה און ער איז געווען רב הקהלה לאקאל אפילו סאיז געווען מענטשן וואס האבן געהאט פארשידענע טענות כלפי זיינע אדער קהלישע החלטות אבער יעדער איז א חלק דערין אלס חבר הקהלה. דער אויסשליסליכער מחליט אויף די קהלה איז דעמאלס געווען דער בר"מ זצ"ל וואס איז געווען אויפגענומען אלס רב ואב"ד סאטמאר וואס די קהלה ומוסדות אין קרית יואל איז אונטער דעם שירעם.

די שטאט איז זיך צעוואקסן דארונטער די קהלה והמסתעף מיט א מספר רב ערליכע סאטמארע אידן יראים ושלמים דערונטער א ריזיגע נעץ פון מוסדות לתורה ויראה כה יתן ד' וכה יוסיף.

אינצווישן האט די קהלה אויסגעשלאסן אייניגע חברים פון די קהלה וואס האט געפירט צו די גרינדונג פון א נייע שפליטער קהלה אינערהאלב די שטאט קרית יואל מיט א מוסד און מורי הוראה און א שחיטה און ביה"ח אבער נישט קיין רב הקהלה. נאך וואס דער בר"מ זצ"ל עלה בסערה השמימה איז די סאטמארער קהלה צעשפליטערט געווארן בכל מקומות מושבותיהם מהאט געעפנט בתי מדרשים וכו' און אין קרית יואל בכללם א נייע קהלה מוסדות וכו' אבער נישט קיין לאקאלער רב נאר אונטערן שירעם פון מהרי"י.

בחייו פונעם לעצטן אויפגענומענעם מרא דאתרא אין קרית יואל האט מען געהאט שווערע טענות אויף די נייע קהלה היתכן ? אבער דער תירוץ איז דאן געווען אז מהאט דאך זיי אוועקגענומען זייער חבר סטאטוס, און ממוז דאך ווייטער עקזיסטירן האבן זיי מיט אלע שוועריגקייטן איבערגעלעבט דעם דרוק און געבויעט וואס זיי האבן געבויעט בלי שום שייכות כל דהוא מיט קהל יט"ל מהר"א.

מאז לאחר פטירתו פונעם בר"מ זצ"ל איז כהיום נישטא אין קרית יואל א פאראייניגטע קהלה וואס כל תושבי העיר זענען אנגעשלאסן אלס מעמבערס, אדער אז אלע קהלות פאראייניגט מיט שעבודים פון
כשרות וכדומה אונטער איר, וואס דאס מיינט אז יעדער מעמבער פון די עקזיסטירנדע קהלות האבן דעם שעבוד און זענען מעמבערס.

נאר היינט איז דער מציאות אז א ריזן מספר תושבי העיר זענען שוין בכלל נישט קיין חברי הקהלה בקהל יט"ל מהר"א, אסאך האבן געטוישט זייער מעמבערשיפ מקהלה לקהלה, צו קהל בני יואל יארן צוריק,און קהל יט"ל מהרי"י לעצטנס (עס זענען דא אינגעלייט לפי מיין השערה וואס זענען קיין מעמבערס בכלל) די קהלות האבן געעפנט בתי מדרשים ביה"ח בוטשער בתי חינוך ישיבות וכו' וכו' זיי האבן נאך נישט ערוועלט קיין הנהלת הקהלה, זיי האבן נישט קיין ערוויילטע ראשי הקהל און קיין ערוועלטן רב, און יעצט האבן זיי אויך חתונה זאלן וואס סערווירטן זייערע חברי הקהלה. אדער סיי ווער סוויל דינגען דאס פלאץ. אלע קהלות אין די שטאט קרית פונציאנירן פאר זיך ווי א חסידות ווי אלעס גייט לויטן רבינ'ס רצון מיטן אויסנאם פון קהל בנ"י וואס פירט זיך לפי א וועד הרבנים ובעה"ב און זיי מאכן יא אמאל וואלן פאר געוויסע החלטות.

לפי"ז איך זעה באמת נישט וויאזוי מהר"א זאל האבן געווארן דער שטאטס רב אדער וויאזוי קהל יט"ל מהר"א זאל האבן באקומען דעם סטאטוס פון שטאטישע קהלה, ווען א מספר עצום זענען לגמרי נישט אנגעשלאסן דערין.
די מונקאטשער בעלזאר מציאות קען איך נישט און איךך ווייס נישט קיין םרטים מדמה צו זיין מלתא למלתא

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 30, 2021 4:02 pm

· #476933
גאלד: איך בין א ביסל מחולק מיט דיר לגבי די פאקטן אין אנטווערפן. (לונדון ווייס איך נישט.).

ס'איז דא 2 קהילות נפרדות. ביידע זענען אפיציעל אנערקענט דורך די רעגירונג. און א יעדע איינס פון זיי פיהרט אדורך אלע קהל'שע פונקציעס. אריינגערעכנט סידור קידושין. זיי האבן אויך א סעפאראט קהילה אפיס. און זיי רעפארטן די אלע זאכן פאר די רעגירונג.

די מער פרומערע (צו וואו אלע היימישע קהילות באלאנגען.) הייסט מחזיקי הדת. און די מער מאדערנע. אפילו א ביסל ציוניסטיש געשטימט, הייסט שומרי הדת. אבער ביידע קהילות זענען 100% ערליכע אידן.

דאס אויבנדערמאנטע איז ..."דזשאסט פאר דהע רעקארד"...!

גאלד » מיטוואך יוני 30, 2021 4:20 pm

· #476934
שכוח, פאר דיין צייט און מוח, @שבעים לשון

האסט געוויסע פעיר פוינטס,

כ'זעה נישט ווי איינער גייט קליגער מיטן סתם גיין אהין אין צוריק מיט איבערקייען די זעלבע ארגומענטן,

מ'זעמיר נישטא צו האבן דאס לעצטע ווארט,

ממילא, כעלעס לאזן ביי דעם, הצלחה רבה!

נ"ב, איך בין מעודד יעדן דא צו גיין אויפן זעלבן מהלך,
דהיינו נקוט די 2 כללים,
1. קיי נישט איבער די זעלבע פונקט נאכאמאל און נאכאמל, ספעהלט באמת נישט אויס
2. זוך נישט צו האבן דאס לעצטע ווארט,

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 30, 2021 4:29 pm

· #476936
גאלד: מהאי טעמא זעהסטו מיך שוין ווייניגער דא אין דעם אשכול. (אויסער אז איינער שרייבט עפעס וואס צינדט מיך אונטער.). ווייל מ'האט שוין דא (כמעט) אלעס איבערגעקייעט און איבערגעדראשן. נאר געוויסע יחידים וויללן נישט איינזעהן דעם אמת. זאגן זיי איבער די אלטע מעשיות נאכאמאל און נאכאמאל. ללא תועלת.., א גוטן טאג...!

גאלד » מיטוואך יוני 30, 2021 4:49 pm

· #476938
איין רעיון וואס איך וויל מוסיף זיין,
(שבעים איר זענט מער ווי וועלקאם צו ראעגירן),

ווי עס שיינט איז כולי עלמא מודה,
אז לכתחלה בימי המייסד רבינו זצוק"ל איז דער רבי געווען דער עקסקלוסיוו מרא דאתרא,
אויף דעם איז לית מאן דפליג,
על דעת זה האט מען דאך מייסד געווען דעם שטעטל,
אנדערש, וואלט מען דאך געקענט בלאבן אין ברוקלין,
אויב בימי רבינו וואלט איינער געהאט די העזה צו מאכן א "קהילה נפרדה",
וואלט מען איהם אנגעקוקט ווי א געהעריגע נערוון קראנקער, א יצא מדעתו,

די שאלה איז נאר ווען און פארוואס האט זיך זאכן געטוישט,
יעצט, דו האסט שטארקע סברות פארוואס זאכן האבן זיך געטוישט, כאב אלעס געזעהן, מסכים,
אבער פון דעם דיין'ס פראספעקטיוו, ווי עס שיינט,
איז ער נאך סטאק אין תשל"ו,
(צו גערעכט צו נישט גערעכט)
ביי איהם האט זיך גארנישט געטוישט,
ער ווייסט נישט פון קיין מאנקי ביזנעס,
ביי איהם איז קרית יואל די זעלבער קרית יואל ווי 45 יאר צוריק,
צו ס'קומט מחמת תמימות ווייל ער באגרייפט נישט ווי טיף און ברייט די התנגדות איז,
אדער קען זיין ער באגרייפט יא, נאר ער האלט ס'נישט משנה,
ווייל למעשה איז ווייטער דער שטאט באוואינט מיט די זעלבע טיפ סאטמארע אידן,
נו איז דא א מיעוט וואס איז נישט ציפרידן,
אחרי רבים להטות,
דער אינטערשטער שורה איז אז דאס פונקטליך איז לכאורה די יסוד הסברה פונעם דיין שליט"א,

פתחון פה » מיטוואך יוני 30, 2021 4:55 pm

· #476940
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
איך בין שטארק מסופק צו אין סאטמאר איז די רבי געווען מסדר קידושין ביי יעדע חתונה ס'איז לבי אומר לי כמעט זיכער אז נישט ווי ס'איז געווען א גרויסע שטאט מיט עטליכע חתונות עכ"פ אין די גאר הייסע סעזאנען מיט עטליכע ישיבות בנש"ק רבילע'ך בתי מדרשים מיט דומצ'ים די רבי איז נאר געווען דער וואס האט זיך אומגעקוקט אויף די שטאט אז אלעס זאל זיך פירן כראוי אבער ערהאט קיינמאל נישט פארלאנגט אז סידור קידושין זאל זיין דווקא ער ...... אויב איינער ווייסט קראנט אנדערש פון א מקור ראשון אדרבא זאל ער ברענגן און מ'וועט דן זיין דערויף

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

גאלד » מיטוואך יוני 30, 2021 5:04 pm

· #476943
וואס הייסט, ער'טעך געשריבן א תשובה איבער דעם נושא להחמיר,
כ'פארשטיי אז די זאליס האלטן אז קרית יואל איז נישט דומה, מסכים,
אבער למעשה האט דער רבי געהאלטן אז דער תקנה קען זיין גילטיג בימינו בכל חומר הדין,

פתחון פה » מיטוואך יוני 30, 2021 5:08 pm

· #476944
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
גאלד
וואס הייסט, ער'טעך געשריבן א תשובה איבער דעם נושא להחמיר,
כ'פארשטיי אז די זאליס האלטן אז קרית יואל איז נישט דומה, מסכים,
אבער למעשה האט דער רבי געהאלטן אז דער תקנה קען זיין גילטיג בימינו בכל חומר הדין,
די ענטפערסט מיר יעצט ? אויב דו מיינסט מיר אנטשולדיגט ווייל איך האב נישט באקומען קיין ענטפער

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

איך אויך » מיטוואך יוני 30, 2021 5:22 pm

· #476945
גאנצל
לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים

זאג דו גלייבט דען אליינס די דברי הבל הבלים וואס דו חלומסט בהקיץ? אדער האסטו עס געהערט/געזעהן פונעם געמיינעם טעלער בכבודו ובעצמו?

שבעים לשון » מיטוואך יוני 30, 2021 10:41 pm

· #476964
גאלד
איין רעיון וואס איך וויל מוסיף זיין,
(שבעים איר זענט מער ווי וועלקאם צו ראעגירן),

ווי עס שיינט איז כולי עלמא מודה,
אז לכתחלה בימי המייסד רבינו זצוק"ל איז דער רבי געווען דער עקסקלוסיוו מרא דאתרא,
אויף דעם איז לית מאן דפליג,
על דעת זה האט מען דאך מייסד געווען דעם שטעטל,
אנדערש, וואלט מען דאך געקענט בלאבן אין ברוקלין,
אויב בימי רבינו וואלט איינער געהאט די העזה צו מאכן א "קהילה נפרדה",
וואלט מען איהם אנגעקוקט ווי א געהעריגע נערוון קראנקער, א יצא מדעתו,

די שאלה איז נאר ווען און פארוואס האט זיך זאכן געטוישט,
יעצט, דו האסט שטארקע סברות פארוואס זאכן האבן זיך געטוישט, כאב אלעס געזעהן, מסכים,
אבער פון דעם דיין'ס פראספעקטיוו, ווי עס שיינט,
איז ער נאך סטאק אין תשל"ו,
(צו גערעכט צו נישט גערעכט)
ביי איהם האט זיך גארנישט געטוישט,
ער ווייסט נישט פון קיין מאנקי ביזנעס,
ביי איהם איז קרית יואל די זעלבער קרית יואל ווי 45 יאר צוריק,
צו ס'קומט מחמת תמימות ווייל ער באגרייפט נישט ווי טיף און ברייט די התנגדות איז,
אדער קען זיין ער באגרייפט יא, נאר ער האלט ס'נישט משנה,
ווייל למעשה איז ווייטער דער שטאט באוואינט מיט די זעלבע טיפ סאטמארע אידן,
נו איז דא א מיעוט וואס איז נישט ציפרידן,
אחרי רבים להטות,
דער אינטערשטער שורה איז אז דאס פונקטליך איז לכאורה די יסוד הסברה פונעם דיין שליט"א,

גאלד, אויב דער דיין זאל האבן באזירט דעם מהלך ריין ע"פ תורה דהיינו אז אלס אן אינדעפענדענט דיין וואלט דאס געווען זיין החלטה ופסק הלכה, קען אני הקטן נישט אריינרעדן אדער מפלפל זיין ווייל קטנו עבה ממתני איך בין זייער ווייט פון זיך פארהערן מיט אזא ת"ח. און אויב איז דאס טאקע א ריין הלכה'דיגע נושא איז דא בכלל נישט דאס פלאץ נושא ונותן צו זיין איבער דעם.

דא רעדט מען נאר איבער די פאליטישע אספעקט וואס פירט צו אזא פסק הלכה, עס איז נישט דאס ערשטע מאל אין די לעצטע 35 יאר אין סאטמאר ווי דיינים אדער פסקים ווערן מאטיווירט פון פאליטישע מאטיוואציע צו פארן כבוד פון ראש השושלת און די דיינים האבן מחמת פרנסתם געמוזט נעמען א שטעלע. איך ווייס נישט ווי אלט די שרייבער דא זענען אבער אויב זענט איר אין שוין נענטער צו פופציג קענט איר זיכער ארויסלייגן עטליכע דוגמאות.

בני יואל איז געווארן געאסרט בשעתן דורך אלע דייני הקהל, (שפעטער מיט דער ירושה תקופה הפה שאסר הוא הפה שהתיר) דער דיסטריקט פאליטיק איז מותר לכל הדיעות פון אלע דייני הקהל (מיטן אויסנאם פון איין דיין וואס האט געפעלט א האר ער זאל פארלירן זיין פאסטן) און שפעטער בתקופת הירושה פונעם בר"מ זצ"ל איז אויך געווען נאר פארטיי געשטימטע פסקים פאר ביידע צדדים, ואכמ"ל, און יעצט ביי סידור קידושין מרא דאתרא איז ווייטער פארטיי געשטימטע פסקים אלעס להלכה ברורה מיט מראה מקומות און שארפע מעשיות וכל אחד תולה באשלי רברבי וכו' והוא פלא.

יעדע פאלעמיק אין הלכה מאז ומקדם איז דא צדדים, מקילים מתירים מחמירים אוסרים דאס אז אלע דיינים האבן ממש די זעלבע מיינונג דאס האט איינמאל פאסירט ביי מתן תורה נעשה ונשמע אמרו כאחד, פון דארט און ווייטער איז דא כשם שאין פרצופיהם שוות כך אין דעותיהם שוות. טאר איך נישט האבן א פארדאכט אז אין אזא פסק הלכה הערשט אויך אביסל פון די זאך וואס הייסט חסידות, אין היינטיגן אידיש, ריין פאליטיק? און ווי פריער ערווענט איך האב נאכנישט באגעגנט א פאל ווי מזאל פאר הלכות פסוקות אין שו"ע וואס ווערן נאכגעלאזט און יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט די מראה מקום, נישט קיין תשובה ספרים מיט מעשיות פון מוקאטשער רב צו בעלזער רב, אויף דעם איז מען בכלל נישט מרעיש עולמות, ממאכט נישט קיין אסיפות מיט קיין וועדות אלא מאי פיר אויס אליין.
און פאר דעם צד אז דא שרייט מען זייער צו באשיצן א חסידות, און נאטינג ראנג, און אויף דעם רעדט מען דא.

דער דיין הרב בערקאוויטש כבודו במקומו מונח, ער איז א איד א גרויסער תלמיד חכם אין היינטיגן דור, א מוסמך און מומחה להוראה פון גרויסע אידן ובתוכם הרב פריעדמאן ז"ל הרב לייטנער ז"ל לפי דבריו, ער איז זייער ווייט פון א תמים אבער ווייט ווייט און ער קען זייער גוט די מציאות פון קרית יואל זייענדיג דארט אזויפיל יאר בתוך הדברים, ער איז זיך נישט טועה און ער איז בארעכטיגט נישט אוועקצוגעבן זיין לאנגיעריגע פאסטן און פרנסה פאר עמיצן פון מהר"א'ס קינדער אדער אייניקלעך.

כוועל אי"ה צוריק קומען מיט אן ענטפער אויפן אחרי רבים להטות ווייל סאיז שפעט געווארן.

גאלד » מיטוואך יוני 30, 2021 11:49 pm

· #476968
פאר די רעקארד, ר' געציל האט נישט קיין היסטארי פון פליפ פלאפן.
די וומ"ב דיינים טאקע יא,
אבער זיין רעקארד איז ציכטיג זויבער אינעם הינזיכט פון פליפ-פלאפן.

ר' געציל מיט די אהרונים געינען גארנישט פאליטיש פון דעם גאנצן עסק, ס'נאר א קאפ-וויי,
די המון עם קאפערירט נישט, ס'נישט פאפולער ביים המון, סאינטערסירט נישט דעם דורכשניטליגן אהרוני,
ממילא ווייסעך נישט אויף וואס די בויסט דיין קאנספיראציע אז ר' געציל מיינט פאליטיק, וועלכער פאליטיק?

און דא איז נישט קיין "מרעיש עולמות",
דא איז א רעאקציע צו א פירצה,
יעדער נייע פירצה איז נאטורליך צו ערווארטן עפעס א רעאקציע,
ווען בני יואל האט געעפנט דעם זאל,
איז געווען א נאטורליכע רעאקציע,
ווי ער האט זיך אפגעזאגט זיין דעת תורה און מער האט מען נישט געהערט פון איהם איבער דעם נושא,
יעצט ווען די זאליס האבן געעפנט זייער זאל,
איז ארומגעגאנגען שמועות רחוקות כאילו דער דיין זאל האבן חוזר געווען,
ווייל ס'ארבעט נישט, מ'פאלגט איהם ממילא נישט וכו'
ווען ער וואלט שטיל געבליבן וואלט בלי ספק יעדער געזאגט "אפי' אהרונים" אז ער האט ספיקות אין זיין פסק,
מ'האט דאך איהם געפרעשורט צו זיך אפלאזן, אזוי האט ער געזאגט ביי די אסיפה,
ממילא האט ער רעאגירט און קלארגעשטעלט אז ער איז עודנו עומד בשיטתו כבתחילה בלי שום שנוי כ"ש,
וכל רוחות שבעולם לא יזיזו,
כ'גלייב נישט די גייסט נאכאמאל הערן פון עהמען איבער דעם נושא,
(אחוץ אז ס'הערט פאסירן א פרישע פירצה אין דעם ענין, וואס איך זעה נישט וואס איז נאך געבליבן)

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 12:36 am

· #476973
גאלד
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין (אין אפשר אנדערע זאכן) איז דא א מרא דאתרא,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן - בדרכי נועם - א סברה אחרת,

וואו אין די וועלט איז נאך היינט דא א קפידא אויף סידור קידושין?

אפי' אין סקווירא איז דער רבי נישט מסדר און מ'דארף נישט קיין רשות... נישט אין לאנדאן פרעגט מען, נישט אנטווערפן, וואו יא??

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 12:43 am

· #476975
גאנצל
לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים

מ'האמער דא א תלמוד חלום... א נחת.

אין שו"ע הל' מחילה שטייט קלאר אז ביי מוציא שם רע איז די הלכה אנדערש! וואס דאס איז געווען די מעשה אין בעלזא.

רמ"א תר"ו סעיף א': ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו. מ'זעט אז מוציא שם רע איז נישט סתם געטשעפעט, נאר מ'דארף נישט מוחל זיין!!

דער מחבר אליין א סעיף שפעטער: תקנת קדמונינו וחרם, שלא להוציא שם רע על המתים

אסאך פוסקים נעמען אן אז ס'איז לא ניתן למחילה, חוץ אויב מ'קען עס צוריקדרייען.

לשון שו"ע הרב: ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו בכל עניין, אפילו אם יבקש ממנו כמה פעמים, משום דאפשר שיש בני אדם ששמעו הוצאת הלעז עליו ולא שמעו הפיוס, וידמה להם שאפשר שהלעז הוא אמת, ולא יצא עדיין אדם זה נקי מחשד. ומכל מקום מדת ענווה למחול אפילו בהוצאת שם רע:

בכהאי גוונא איז פשוט, אז זיך אויפשטעלן זאגן טעיתי איז דער מהלך דאס צוריקצודרייען וואס דעמאלטס איז עס ניתן למחילה. א מנין ביים קבר העלפט נישט אויף בארעדן איינעם הוצאות לעז אדער שם רע.

אבער סאטמאר רב...

שמעון וואלף » דאנערשטאג יולי 1, 2021 1:20 am

· #476979
מפיל קינד
גאלד
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין (אין אפשר אנדערע זאכן) איז דא א מרא דאתרא,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן - בדרכי נועם - א סברה אחרת,

וואו אין די וועלט איז נאך היינט דא א קפידא אויף סידור קידושין?

אפי' אין סקווירא איז דער רבי נישט מסדר און מ'דארף נישט קיין רשות... נישט אין לאנדאן פרעגט מען, נישט אנטווערפן, וואו יא??

נאך מער, וואס איז געווען אין קר"י ביז מ'האט אויפגענומען מר"א אלץ רב, האט מען געדארפט גיבן סידור קדושין פאר'ן ברך משה? טאמער נישט, דאן מהיכי תיתי אז ווען מ'האט אים אויפגענומען אלץ מרא דאתרא האט עס געמיינט אז מ'וועט אים מוזן גיבן סידור קדושין?

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 1, 2021 8:16 am

· #476984
מפיל קינד
גאנצל
לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים

מ'האמער דא א תלמוד חלום... א נחת.

אין שו"ע הל' מחילה שטייט קלאר אז ביי מוציא שם רע איז די הלכה אנדערש! וואס דאס איז געווען די מעשה אין בעלזא.

רמ"א תר"ו סעיף א': ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו. מ'זעט אז מוציא שם רע איז נישט סתם געטשעפעט, נאר מ'דארף נישט מוחל זיין!!

דער מחבר אליין א סעיף שפעטער: תקנת קדמונינו וחרם, שלא להוציא שם רע על המתים

אסאך פוסקים נעמען אן אז ס'איז לא ניתן למחילה, חוץ אויב מ'קען עס צוריקדרייען.

לשון שו"ע הרב: ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו בכל עניין, אפילו אם יבקש ממנו כמה פעמים, משום דאפשר שיש בני אדם ששמעו הוצאת הלעז עליו ולא שמעו הפיוס, וידמה להם שאפשר שהלעז הוא אמת, ולא יצא עדיין אדם זה נקי מחשד. ומכל מקום מדת ענווה למחול אפילו בהוצאת שם רע:

בכהאי גוונא איז פשוט, אז זיך אויפשטעלן זאגן טעיתי איז דער מהלך דאס צוריקצודרייען וואס דעמאלטס איז עס ניתן למחילה. א מנין ביים קבר העלפט נישט אויף בארעדן איינעם הוצאות לעז אדער שם רע.

אבער סאטמאר רב...

הוצאת שם רע איז גאר אן אנדערע ענין. שמועס עס דורך מיט ת"ח און אגב עטליכע סעיפים שפעטער רעדט דער מחבר/ופוסקים די אויפן התשובה אפי' ביי דעם פאל.
זיין פארברעך איז געווען דברי בזיון/וגנאי ת"ח און מיט די צושטימונג פון גדולי ישראל האט ער געטוען ווי די תורה הייסט. אגב דער שו"ע האט אויך הדרכה/שארפע לשונות איבער מוחל זיין א בעל עבירה...
אונז ווייס מיר ביידע אז דאס האט מיט געפילן ווי פריער ערווענט.

פתחון פה » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:02 am

· #476986
אלגעמיין
הוצאת שם רע איז גאר אן אנדערע ענין. שמועס עס דורך מיט ת"ח און אגב עטליכע סעיפים שפעטער רעדט דער מחבר/ופוסקים די אויפן התשובה אפי' ביי דעם פאל.
זיין פארברעך איז געווען דברי בזיון/וגנאי ת"ח און מיט די צושטימונג פון גדולי ישראל האט ער געטוען ווי די תורה הייסט. אגב דער שו"ע האט אויך הדרכה/שארפע לשונות איבער מוחל זיין א בעל עבירה...
אונז ווייס מיר ביידע אז דאס האט מיט געפילן ווי פריער ערווענט.

חוץ דער ענין פון מרא דאתרא'שאפט, דאס האט נישט מיט קיין געפילען, דאס איז קלאר הלכה ווי מקען נישט טרעפן קיין צד היתר אדער צדי צדדים בשום אין אופן שבעולם LOL

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:39 am

· #476988
אה, ערשטענס קודאס אז מיר האבן א גראונד לעוועל לגבי בעלזא תשובה, ווייל כ'האב דערווייל נישט געזען קיין גדול וואס זאל דאס אויסשליסן לגבי הלכה נאר ס'איז א שווערע געפילישע שלינג.

לגבי מרא דאתרא/סידור קידושין האמיר שטארקע גדולים וואס שטיצן דאס אינטער, וואס זאל איך טאן...

אז מ'רעדט שוין, איר אלס א.ג. תלמידים/חסידים פונעם מייסד הקרי' וואלט געפאסט אז גלייבענדיג אין זיין צדקות ורוה"ק האט מיטן ממנה זיין דעם ק"י דיין עטוואס געוויסט וואס ער טוט און מ'ברויך נישט אזוי מזלזל זיין בכבודו/תורתו. די ווארימע ווערטער פון הנ"ל לגבי בזיון ת"ח איז אויך אקטועל דא.

פתחון פה » דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:54 am

· #476990
ער האט אים ממנה געווען אלס מו"ץ וזה הוא, ער האט גארנישט אריינצורעדן איבער דרויסענדגע זאכן וואס דארפן א בליק מלחוץ.

אלגעמיין » דאנערשטאג יולי 1, 2021 10:55 am

· #476993
ערשטענס קריגסט זיך מיט א בפירוש'ע מושיען של ישראל און זכר צדיק לברכה...

"ער האט גארנישט אריינצורעדן איבער דרויסענדגע זאכן"; דאס איז אייגענס אדער א חלק פון רבין'ס צוואה...?
אבער אפי' אלס מו"ץ איז דאס דאך א שאלה אנבאלאנגט די קהילה/שטאט.
און לאמיר גיין צום "זאכן וואס דארפן א בליק מלחוץ"; ווער איז דער מלחוץ וואס דו רעקאמענדירסט צו דן זיין "איבער דרויסענדיגע זאכן"?
יעצט אז מיט בעלזא זעמיר מסודר, אפשר איינע פון זייערע דיינים... 🙂

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יולי 1, 2021 12:35 pm

· #476998
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

אין ירושלים איז קיינמאל נישט געווען דער כח מרא דאתרא נאר פאר חברי העדה"ח, מ' האט קיינמאל נישט געשטעלט א דגוש אויף דעם וויבאלד די עדה"ח באשטייט פון אסאך קהלות בעיקר זיך אפטיילן פון די מזרחי און די פרייע, מיט דעם אלעמען איז מען אייביג מכבד דעם רב אן א חיוב

אוודאי איז נישט געווען קיין אנדערע מסדר קידושין אין די ארטאדאקסישע קהלה אין סאטמאר נאר דער רבי/רב אדער ברשותו

אין קר"י ביז מ' האט אויפגענומען מהר"א סיי בחייו פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וואס איז נישט געווען בכח, און שפעטער ביים ב"מ וואס האט נישט געוואינט דארט (ווען ער איז דארט געווען איז ער טאקע געקומען צו סידור קידושין (אנדערש ווי אין וומסב"ג ווי מ' איז געקומען צו זיין הויז ווער עס האט געוואלט) אויב נישט איז בד"כ ר' געציל געווען, חוץ אז מ' האט געהאט א קרוב משפחה

באר מים » דאנערשטאג יולי 1, 2021 1:49 pm

· #477001
מפיל קינד
גאלד
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין (אין אפשר אנדערע זאכן) איז דא א מרא דאתרא,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן - בדרכי נועם - א סברה אחרת,

וואו אין די וועלט איז נאך היינט דא א קפידא אויף סידור קידושין?

אפי' אין סקווירא איז דער רבי נישט מסדר און מ'דארף נישט קיין רשות... נישט אין לאנדאן פרעגט מען, נישט אנטווערפן, וואו יא??

אין אנטווערפן וואגט זיך קיינער נישט מסדר קידושין צו זיין אן רשות פון מרא דאתרא

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 2:29 pm

· #477004
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

קיינער קען נישט? פרעג סיי ווער ס'וואוינט אין לאנדאן, ס'איז אפשר דא 50 אידן דארט וואס זענען מכבד דעם רב... נישטא קיין רב פאדווא און נישטא קיין רשות. פאקט איז פאקט.

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 2:30 pm

· #477005
א חסיד פון ווילנא
אין ירושלים איז קיינמאל נישט געווען דער כח מרא דאתרא נאר פאר חברי העדה"ח, מ' האט קיינמאל נישט געשטעלט א דגוש אויף דעם וויבאלד די עדה"ח באשטייט פון אסאך קהלות בעיקר זיך אפטיילן פון די מזרחי און די פרייע, מיט דעם אלעמען איז מען אייביג מכבד דעם רב אן א חיוב

פארוואס רעדסטו שטותים??? ווער איז מכבד??

גאלד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 3:07 pm

· #477009
מפיל קינד
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

קיינער קען נישט? פרעג סיי ווער ס'וואוינט אין לאנדאן, ס'איז אפשר דא 50 אידן דארט וואס זענען מכבד דעם רב... נישטא קיין רב פאדווא און נישטא קיין רשות. פאקט איז פאקט.

פאר די רעקארד, לפי ידיעתי, סאטמארע אידן זענען אלע מכבד רב פאדווע,
און כ'שטעל זיך פאר אז אנדערע קנאי'שע סארט חסידים אזוי ווי סאטמאר, טוהן די זעלבע,
כ'זאג גארנישט צו ס'מיינט עפעס לענינינו,
קען זיין זיי טוהן עס נאר אלס רעספעקט אויס,
איך זאג עס נאר סתם פאר די רעקארד,

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 1, 2021 3:09 pm

· #477010
באר מים
מפיל קינד
גאלד
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין (אין אפשר אנדערע זאכן) איז דא א מרא דאתרא,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן - בדרכי נועם - א סברה אחרת,

וואו אין די וועלט איז נאך היינט דא א קפידא אויף סידור קידושין?

אפי' אין סקווירא איז דער רבי נישט מסדר און מ'דארף נישט קיין רשות... נישט אין לאנדאן פרעגט מען, נישט אנטווערפן, וואו יא??

אין אנטווערפן וואגט זיך קיינער נישט מסדר קידושין צו זיין אן רשות פון מרא דאתרא

מ'פארציילט נאך, אז איינמאל האט עמיצער אן חצוף מכבד געווען א צווייטן צו זיין מסדר קידושין אין קעגנווארט פונעם רב הגאון רבי חיים קרייזווירטה ז''ל. האט זיך דער רב ז''ל אנגערופן: מסדר קידושין בין איך טאקע נישט געווען, אבער דער מסדר הגט וועל אי''ה יא זיין. וכך הוה...

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 3:57 pm

· #477011
גאלד
מפיל קינד
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

קיינער קען נישט? פרעג סיי ווער ס'וואוינט אין לאנדאן, ס'איז אפשר דא 50 אידן דארט וואס זענען מכבד דעם רב... נישטא קיין רב פאדווא און נישטא קיין רשות. פאקט איז פאקט.

פאר די רעקארד, לפי ידיעתי, סאטמארע אידן זענען אלע מכבד רב פאדווע,
און כ'שטעל זיך פאר אז אנדערע קנאי'שע סארט חסידים אזוי ווי סאטמאר, טוהן די זעלבע,
כ'זאג גארנישט צו ס'מיינט עפעס לענינינו,
קען זיין זיי טוהן עס נאר אלס רעספעקט אויס,
איך זאג עס נאר סתם פאר די רעקארד,

מכבד זיין יא, אבער ביז סידור קידושין...

באבוב'ע אידן האבן דירעקט יא געגעבן פאר הרב פאדווע, אסאך מער ווי סאטמארע. דאס איז דער מציאות.

גאלד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 4:45 pm

· #477012
כאב געמיינט צו זאגן מכבד מיט "סידור קידושין",

און קען זיין ביסט גערעכט, איך זיך מיך נישט צו דינגען,
כאב עס נאר געזאגט ווייל די פאר חתונות וואס איך האב מיטגעהאלטן פון לאנדענער סאטמערער אידן האבן אלע מכבד געווען רב פאדווע "מיט סידור קידושין".
ממש איינס ביי איינס,
קען זיין ס'פונקט אזוי געווען פערצופאל, איך ווייס נישט,

שבעים לשון » דאנערשטאג יולי 1, 2021 7:30 pm

· #477018
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

אין ירושלים איז קיינמאל נישט געווען דער כח מרא דאתרא נאר פאר חברי העדה"ח, מ' האט קיינמאל נישט געשטעלט א דגוש אויף דעם וויבאלד די עדה"ח באשטייט פון אסאך קהלות בעיקר זיך אפטיילן פון די מזרחי און די פרייע, מיט דעם אלעמען איז מען אייביג מכבד דעם רב אן א חיוב

אוודאי איז נישט געווען קיין אנדערע מסדר קידושין אין די ארטאדאקסישע קהלה אין סאטמאר נאר דער רבי/רב אדער ברשותו

אין קר"י ביז מ' האט אויפגענומען מהר"א סיי בחייו פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וואס איז נישט געווען בכח, און שפעטער ביים ב"מ וואס האט נישט געוואינט דארט (ווען ער איז דארט געווען איז ער טאקע געקומען צו סידור קידושין (אנדערש ווי אין וומסב"ג ווי מ' איז געקומען צו זיין הויז ווער עס האט געוואלט) אויב נישט איז בד"כ ר' געציל געווען, חוץ אז מ' האט געהאט א קרוב משפחה

שוין פריער דערמאנט אין לאנדאן איז דא שטאטישע קהלה מיט א רב הקהלה און יעדער איז אין די קהלה וכן באנטווערפען אבל קרית יואל כעת לא כן הוא. עס איז נישטא קיין פאראייניגטער קהלה וואו אלע תושבי העיר זענען חברים.