☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:11 pm

· #474329
green sunday
פריידיגע אפדעיט: אריבער 30 משפחות האבן שוין אריינגעריפון צי קענסעלן זייער חתונה אין די עטרת מייזעלס זאל, די ראשי אנשי מהרז"ל דערזענדיג וואס דא טיט זיך זייער אייגענע עולם איז בכלל נישט אין די מאאד פאר די פייט אין וואס מען שלעפט זיי אריין האבן געשיקט א מעשידזש אז מען קען שוין פארהאנדלן.

קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז 30 ארוינים געבן אויף א הערליכע זאל צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ און זענען גרייט חתונה צו מאכן אויף א טונקעלע פינפטע שטאק מיט א נידריגע דאך. די ביליגע הערליכע זאל איז א סערוויס פאר די קהילה, נישט קיין ביזנעס.

כה לחי!

גאלד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:12 pm

· #474330
אינטערסאנטער
green sunday
דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל, וואס האט דעמאלס געמאכט א מהפיכה אין וועט יעצט נאכאמאל 

https://drive.google.com/file/d/1SZH4PCI1wxxnfeGj1ocf5C9w-H64VSN3/view?usp=sharing

די קענסטו דא ברענגען וויפיל שקרים די ווילסט, אבער גאנץ סאטמאר וואס געדענקט דעם ברך משה פון נ"ט ביז בערך ס"ג-ס"ד געדענקן גיט אז דער ברך משה איז געווען פעסט אין די כלים, ער האט זיך געטענה'ט מיט מענטשן אין די פאליטיק ענינים און האט זיך קיינמאל אפילו בטעות נישט טועה געווען און געזאגט "מיין זוהן אהרן דער רב הצעיר" ( אגב דעמאלס האבן ענק נאך יא געהאלטן אז ער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים און זיין רצון איז אויפצונעמען ר'אהרן) ער האט גערעדט צענדליגער דרשות אויסעווייניג, און חוץ איבערזאגן דא דארט האט ער גערעדט זייער צו דער זאך און געזאגט איינמאל און נאכאמאל רצון קדשו אז ער וויל רז"ל זאל זיין רב אין סאטמאר.

ווי לדוגמא האב איך שוין אויבן געשריבן וואס יעדער געדענקט ווי דער ברך משה האט זיך געטענה'ט מיט ראשי קהילה (מחוצפים) אין פובליק, ווי למשל חיים אליעזר גראס וואס האט זיך במשך א האלבע שעה געטענה'ט מיט די ברך משה אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל און דער ברך משה האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן, ווען חיים אליעזר האט געטענה'ט אז די ציבור וויל נישט, האט דער ברך משה געזאגט " וואס זאל איך טוהן איך וויל זייער שטארק אויפנעמען מיין זוהן רז"ל" און ווען חיים אליעזר האט זיך צוריק געטענה'ט אז עס ברענגט מחלוקת, האט דער ברך משה געזאגט "נו וואס זאל איך טוהן אז עס ברענגט מחלוקת זאל מען זיך וועגן דעים אויפלעזן?" און ווען ער האט געטענה'ט אז מען זאל אויפנעמען ענדערש ר'אהרן, האט דער ברך משה געזאגט"ר'אהרן האט גענוג אין קרית יואל, דא וויל איך האבן מיין זוהן ר' זלמן לייב" און דאס אלעס איז געווען ברבים פארנט פון אלע טובי הקהל אין בית מדרש ברך משה.
אזוי אויך איז געווען צענדליגער מאל וואס ער האט קלאר און דייטליך אז דאס וויל איך און פארטיג, און עט'ס ארוינים זענען נישט מער ווי גראבע מחוצפים אז וואס ס'געפעלט ענק נישט זאגט עט'ס אז מען האט אים נאר אויפגעהעצט און מען דארף נישט יעצט פאלגן די רבי ( עיין ערך חיים הערש מייזליש).

סאו צו זאגן אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך אין יענע צייטן איז נישט מער ווי מכחיש געווען את השמש בצהריים, ווילסט זאגן מען האט אים איינגערעדט, דעמאלס זאג איך לשיטתכם אז מען האט אים איינגערעדט און נעבעך אריינגעדרייט אויפצונעמען ר'אהרן און זיך צוקריגן וועגן דעים מיט האלבע וועלט.

סתם א זייטיגע נארישע שאלה אויב איך מעג, און פליז ווער נישט באליידיגט,
נישט אז ס'עפעס מעלה ומוריד, נאר סתם למען הפונקטליכקייט,

דו זאגסט "אז דער ברך משה האט זיך פעסט געטענה'ט אין פאליטיק ענינים"
און "לדוגמא" די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס,

מיין שאלה איז צו די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס איז געווען די "דוגמא" אדער די "אויסנאם",
ווייל איך דענק נישט קיין שום אנדערע עפיזאד עפעס ענליכס אויסער דעם.
מיטאמאל דענק איך ער זאל אמאל זאגן ברבים בטעות "מיין זוהן ר' זלמן לייב דער וומ"ב רב"
אחוץ אפשר די "עיקר שכחתי" דרשה?
אויסער דעם ווען? ער'ט קיינמאל גערעט פון די ענינים ברבים,
דאס איינציגסטע וואס איך געדענק איז עפעס א הוקאפ פון מיאמי,
מיט בריוו'ן לרחצה און דער איד.

אדרבה אז דו קענסט מיר אנצייכענען ווען, וואלט איך עפרישיעטעד, שכוח

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:14 pm

· #474331
green sunday
א מחותן האט גענטפערט פאר איינע פון די גרויסע טעראריסטן ביי אנשי מהרז"ל וואס האט אים אנגעשריגען היתכן ער ווייגט זיך צי קענסעלן זיין חתונה די ווייסט אז די ביסט מצער דעם רבי'ן (נישט'א ווער ס'זאל לאכן) האט אים דער מחותן געפרעגט זאג נאר דעם רבי'ן טאר מען חלילה נישט מצער זיין אבער דעם אייבישטער מעג מען לכתחילה...????

אזוי האט ער געזאגט????

כ'גלייב עס נישט

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג מאי 31, 2021 8:25 pm

· #474334
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
מענטשן זענן מכחיש די שמש בצהרים, דער ב"מ האט געהאלטן צענדליגער דרשות? ווען שלש סעודות? תק"ש? כל נדרי? כ"ו אב? ווען?
אה העיקר שכחתי אז רז"ל איז א ת"ח און מ׳ דארף אים מכבד זיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

גאלד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:30 pm

· #474335
אגב, כאב יעצט נאכאמאל געליינט די עדות'שאפט פון סאטמאר-מאנטשעסטער רב בנוגע די צוואה פון ברך משה איבער דאס ממלא מקום.

ס'ממש צום שטוינען וואס דער ברך משה האט איהם געזאגט, עפעס אפענע נביאה, צו חכם עדיף מנביא, צו אפשר ער'ט געוויסט זיין דיאגנאז,

ער'ט איהם געזאגט, וועגן עפעס א ספעציפישער געוויסער חשוב'ער איד וואס אויף דער עלטער האט ער אנגעהויבן אונטערציפאנפענען מענטעלי,
האט דער ברך געזאגט פארן מאנטשעסטער רב ער האט מורא ער העט ענדיגן ווי יענעם איד און מ'העט מיך פארנארן און די עניני פון ממלא מקום,
אשר ע"כ בין איך יעצט מגלה דעת אז איך בין אויף להבא מבטל סיי וועלכער זאך איך העל זאגן בעתיד אנדערש ווי יעצט אז איך וויל נאר מיין זוהן ר' אהרן זאל זיין ממלא מקום "הוא ולא אחר",
בערך אזוי,

הפלא ופלא!

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:49 pm

· #474336
פארוואס שטייט נישט קיין דאטום? ווען האט ער דאס געזאגט?

סעגאל » מאנטאג מאי 31, 2021 8:58 pm

· #474338
איך געדענק נאך אלס אינגעל אין אלס בחור האט מען געהאלטען אינאיין זאגען נע די מיינסט יעצט איז דא פאליטיק ווען איך בין געווען אינג דעמאלטס האט מען זיך באמת געהרגעט
איך ווייס שוין נישט איך זעה אז לא עלמן ישראל אלעס גייט אן געהעריג.

גאלד » מאנטאג מאי 31, 2021 8:59 pm

· #474339
מפיל קינד
פארוואס שטייט נישט קיין דאטום? ווען האט ער דאס געזאגט?

כ'מיין אז ער'ט יא געזאגט א פונקטליכע דאטום ווען דאס איז געווען, אויב איך געדענק גוט,
דאכצעך ס'געווען ווען ער'ט חתונה געמאכט א קינד און געווען פונקט אין ניו יארק, עפעס אזוי

סעגאל » מאנטאג מאי 31, 2021 10:29 pm

· #474342
אקעי!!!
איך מיין אבער אז 16 זייטן פון די שטינק איז שוין וועי טא מאטש!!!!

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 31, 2021 11:49 pm

· #474344
גאלד
וועגן די עטרת אברהם זאל.

וואס פונקטליך איז די מעשה?

די אהרונים האבן ארויסגעדינגען די זאל פאר איין נאכט,

וואס פונקטליך האבן די זאליס חושש געווען העט געשעהן די איין נאכט אז ס'האט זיי געברענט צו קענסלען

איך כאפ עכט נישט וואס דא גייט פאר.

די זלונים האבן פארלאנגט אז ר' מאיר שניצלער זאל זיין יושב ראש, מרז"ל זאל מאכן די הדרן, ר' מנשה פילאפף נואם הכבוד און קיין איין ארונישע דיין מעג נישט אויפטרעטן.
אה, אויך אז מ'דארף אינטערשרייבן אז רז"ל איז מרא דאתרא בקיט"ל וומ"ס והגלילות. די ארונים האבן נישט געוואלט, איז אויס חתונה.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג מאי 31, 2021 11:59 pm

· #474346
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
גאלד
מפיל קינד
פארוואס שטייט נישט קיין דאטום? ווען האט ער דאס געזאגט?

כ'מיין אז ער'ט יא געזאגט א פונקטליכע דאטום ווען דאס איז געווען, אויב איך געדענק גוט,
דאכצעך ס'געווען ווען ער'ט חתונה געמאכט א קינד און געווען פונקט אין ניו יארק, עפעס אזוי
דאס איז געווען ווען ער האט חתונה געמאכט זיין זון מיט בת ר׳ אביש ספינקער שליט"א
דרך אגב דער זון האט נעכטן געמאכט תנאים פאר זיין טאכטער

יארן לויפן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 1, 2021 12:06 am

· #474347
סעגאל
אקעי!!!
איך מיין אבער אז 16 זייטן פון די שטינק איז שוין וועי טא מאטש!!!!

פליז לאז געמאכט. איך בין מיך מחיה דא. נישטא קיין סיבה פארוואס די עפענסט בכלל די אשכול.
קוק אוועק.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 1, 2021 12:45 am

· #474349
גאלד
בקיצור כ'פארשטיי עס אינגאנצן נישט, די זאליס געינען זילטש מיט די קענסלן די עטרת אברהם פאר דעם ארונישע מסיבה.
אפי' די ארונים אין מאנרא לאזן יעדן האבן זייער זאלן אפי' בני יואל, פאר סתם אנדערע שמחות אדער מסיבות, זיי האבן נאר די פרינציפ צו איינרעדניש מיט סידור קידושין.
אבער סתם נישט געבן די האלל, פאר טריץ, קינדיש און סטופיד.

די זאליס געינען די זעלבע ווי די ארונים פארדינען פון סידור קדושין משוגעת. דהיינו, די קעלבערלעך קענען פייערן א געווינס - חיי שעה.
א שאד צו טראכטן אזוי טיף וואס די כוונות זענען פון די אומערוואקסענע מטורפים אויף ביידע זייטן

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 1, 2021 12:48 am

· #474350
מיליאנער
מפיל קינד
און בד"וו, פרדס ווערט געגעבן פאר יעדן אן אויסנאם, פונקט ווי קאנטינענטל און עטרת אברהם.

שקר!!!

ביידע זענען גערעכט. די לעצטע יאר ארבעט עס אז ווען איינער וויל בוקן א דעיט פרעגט מען ביסט א מעמבער? שיקסט די קינדער אין די מוסדות? טאמער נישט באקומסטי נישט קיין דעיט, ווייל מ'וויל גיבן א דין קדימה פאר די אייגענע. ווען ס'ווערט נענטער און ס'נאך אוועילעבל גיבט מען עס ארויס פאר כאטשיג וועם

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 1, 2021 1:04 am

· #474351
גאלד
אינטערסאנטער
green sunday
דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל, וואס האט דעמאלס געמאכט א מהפיכה אין וועט יעצט נאכאמאל 

https://drive.google.com/file/d/1SZH4PCI1wxxnfeGj1ocf5C9w-H64VSN3/view?usp=sharing

די קענסטו דא ברענגען וויפיל שקרים די ווילסט, אבער גאנץ סאטמאר וואס געדענקט דעם ברך משה פון נ"ט ביז בערך ס"ג-ס"ד געדענקן גיט אז דער ברך משה איז געווען פעסט אין די כלים, ער האט זיך געטענה'ט מיט מענטשן אין די פאליטיק ענינים און האט זיך קיינמאל אפילו בטעות נישט טועה געווען און געזאגט "מיין זוהן אהרן דער רב הצעיר" ( אגב דעמאלס האבן ענק נאך יא געהאלטן אז ער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים און זיין רצון איז אויפצונעמען ר'אהרן) ער האט גערעדט צענדליגער דרשות אויסעווייניג, און חוץ איבערזאגן דא דארט האט ער גערעדט זייער צו דער זאך און געזאגט איינמאל און נאכאמאל רצון קדשו אז ער וויל רז"ל זאל זיין רב אין סאטמאר.

ווי לדוגמא האב איך שוין אויבן געשריבן וואס יעדער געדענקט ווי דער ברך משה האט זיך געטענה'ט מיט ראשי קהילה (מחוצפים) אין פובליק, ווי למשל חיים אליעזר גראס וואס האט זיך במשך א האלבע שעה געטענה'ט מיט די ברך משה אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל און דער ברך משה האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן, ווען חיים אליעזר האט געטענה'ט אז די ציבור וויל נישט, האט דער ברך משה געזאגט " וואס זאל איך טוהן איך וויל זייער שטארק אויפנעמען מיין זוהן רז"ל" און ווען חיים אליעזר האט זיך צוריק געטענה'ט אז עס ברענגט מחלוקת, האט דער ברך משה געזאגט "נו וואס זאל איך טוהן אז עס ברענגט מחלוקת זאל מען זיך וועגן דעים אויפלעזן?" און ווען ער האט געטענה'ט אז מען זאל אויפנעמען ענדערש ר'אהרן, האט דער ברך משה געזאגט"ר'אהרן האט גענוג אין קרית יואל, דא וויל איך האבן מיין זוהן ר' זלמן לייב" און דאס אלעס איז געווען ברבים פארנט פון אלע טובי הקהל אין בית מדרש ברך משה.
אזוי אויך איז געווען צענדליגער מאל וואס ער האט קלאר און דייטליך אז דאס וויל איך און פארטיג, און עט'ס ארוינים זענען נישט מער ווי גראבע מחוצפים אז וואס ס'געפעלט ענק נישט זאגט עט'ס אז מען האט אים נאר אויפגעהעצט און מען דארף נישט יעצט פאלגן די רבי ( עיין ערך חיים הערש מייזליש).

סאו צו זאגן אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך אין יענע צייטן איז נישט מער ווי מכחיש געווען את השמש בצהריים, ווילסט זאגן מען האט אים איינגערעדט, דעמאלס זאג איך לשיטתכם אז מען האט אים איינגערעדט און נעבעך אריינגעדרייט אויפצונעמען ר'אהרן און זיך צוקריגן וועגן דעים מיט האלבע וועלט.

סתם א זייטיגע נארישע שאלה אויב איך מעג, און פליז ווער נישט באליידיגט,
נישט אז ס'עפעס מעלה ומוריד, נאר סתם למען הפונקטליכקייט,

דו זאגסט "אז דער ברך משה האט זיך פעסט געטענה'ט אין פאליטיק ענינים"
און "לדוגמא" די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס,

מיין שאלה איז צו די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס איז געווען די "דוגמא" אדער די "אויסנאם",
ווייל איך דענק נישט קיין שום אנדערע עפיזאד עפעס ענליכס אויסער דעם.
מיטאמאל דענק איך ער זאל אמאל זאגן ברבים בטעות "מיין זוהן ר' זלמן לייב דער וומ"ב רב"
אחוץ אפשר די "עיקר שכחתי" דרשה?
אויסער דעם ווען? ער'ט קיינמאל גערעט פון די ענינים ברבים,
דאס איינציגסטע וואס איך געדענק איז עפעס א הוקאפ פון מיאמי,
מיט בריוו'ן לרחצה און דער איד.

אדרבה אז דו קענסט מיר אנצייכענען ווען, וואלט איך עפרישיעטעד, שכוח

א קליינע נפקא מינה צו עס איז געווען נאך פעלער ווי די לאנגע טענה'ריי פונעם ברך משה מיט חיים אליעזר גראס צו נישט, יענץ אליין איז אויך גענוג שטארק!
און אז די ביסט נישט געווען אין סאטמאר יענע יארן און די האסט נישט געהערט די דרשות פון ברך משה, דאן קען איך אייך נישט העלפן. מער ווי איינמאל האט ער גערעדט ברבים אויסעווייניג און אויסגערימט זיין זוהן ר'זלמן לייב אים אנרופנדיג מיטן טיטל "דער רב", סיי אין ראדני האט ער גערעדט, סיי אין קעמפ, אין ישיבות, ביי שמחות, ביי די דינערס און נאך.

און יא ביי די עיקר שכחתי דרשה האט ער נאכדעים וואס ער האט מאריך געווען און גערעדט פון די חסד השם אז מען איז זיך דא צאמגעקומען וכו', האט נישט געדויערט מער ווי א ספליט סעקאנד וואס מען האט אים מעורר געווען אז ער האט נישט גערעדט איבער זיין זוהן, און עס האט נישט געדויערט מער ווי צוויי דריי סקונדעס וואס ער האט גלייך געזאגט "עיקר שכחתי צו רעדן דא פארוואס מען איז זיך צוזאמגעקומען" און האט דאן מאריך געווען א שיינע שטיק צייט וואס פאר א חשוב'ע זוהן ר' זלמן לייב איז און אז ער איז ראוי לאותו איצטלא צו פירן די קהילה. ער האט דאס קלאר ארויסגעזאגט ברחל בתך הקטנה, און טויזענטער אידן האבן דעמאלס געזעהן אז ער האט גערעדט פון אויסעווייניג און מיט א ברען ארויסגעברענגט דעת קדשו קלאר און דייטליך.

moneyminded » דינסטאג יוני 1, 2021 1:06 am

· #474352
[ציטאט אראפגענומען]

היינט למשל איז דא א חתונה אין כינור דוד און אויך אין בית רחל פאראדייס, און אין עטרת מייזעלס נישט.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 1, 2021 1:26 am

· #474353
moneyminded
[ציטאט אראפגענומען]

היינט למשל איז דא א חתונה אין כינור דוד און אויך אין בית רחל פאראדייס, און אין עטרת מייזעלס נישט.

און??
די חתונה פון פאראדייס האט געקענסעלט פרדס מייזעלס
און אריבער קיין פאראדייס?

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 1, 2021 1:51 am

· #474356
גאלד
אגב, כאב יעצט נאכאמאל געליינט די עדות'שאפט פון סאטמאר-מאנטשעסטער רב בנוגע די צוואה פון ברך משה איבער דאס ממלא מקום.

ס'ממש צום שטוינען וואס דער ברך משה האט איהם געזאגט, עפעס אפענע נביאה, צו חכם עדיף מנביא, צו אפשר ער'ט געוויסט זיין דיאגנאז,

ער'ט איהם געזאגט, וועגן עפעס א ספעציפישער געוויסער חשוב'ער איד וואס אויף דער עלטער האט ער אנגעהויבן אונטערציפאנפענען מענטעלי,
האט דער ברך געזאגט פארן מאנטשעסטער רב ער האט מורא ער העט ענדיגן ווי יענעם איד און מ'העט מיך פארנארן און די עניני פון ממלא מקום,
אשר ע"כ בין איך יעצט מגלה דעת אז איך בין אויף להבא מבטל סיי וועלכער זאך איך העל זאגן בעתיד אנדערש ווי יעצט אז איך וויל נאר מיין זוהן ר' אהרן זאל זיין ממלא מקום "הוא ולא אחר",
בערך אזוי,

הפלא ופלא!

פשיהא, טאקע ממש הפלא ופלא וויאזוי דער שקרן האט אויפגעטראכט א מעשה וואס זאל ווערן אנגענומען ביי די ארוינישע קעלבלעך לויט די דעמאלסדיגע אומשטענדן און דאס הייסט גאר א רוח הקודש.

איך האב א רוח הקודש פון אהרן טייטלבוים, איך קען מיך אויפשטעלן פאר'ן ארון קודש און קוקן וואס עס גייט פאר אין סאטמאר און אויפבאקן אז אהרן האט מיר דאס שוין געזאגט פאר 10יאר צוריק, און די ארוינימלעך וועלן שפרינגען פון התפעלות פון די "אפענע רוח הקודש".

ס'איז טאקע א רוח הקודש פון הורוביץ צו קענען אויפטראכטן אזא מעשה וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עפעס א תקיעת כף, מיט אויפהייבן א חתם סופר, נישט געטראפן קיין צווייטן פאר וועם איבערצוגעבן די צוואה נאר פאר אלישע הורוויץ'ס ברידער פון מאנטשעסטער.

גיוו מי א ברעיק.

אישתישבי » דינסטאג יוני 1, 2021 5:29 am

· #474360
ר' אהרן האט פאר פינף יאר צוריק אריין גערופען זיין שוואגער ר' בעריש און געזאגט אז ער וויל נישט האבן א פנים ווי דער טאטע, ממילא טאמער אויף דער עלטער מאכט ער א מחלוקת מיט אים איז ער מוסר מודעה אז ר' חיים הערש איז רבי אין בני ברק און מענדל און קרית יואל.

גאלד » דינסטאג יוני 1, 2021 7:24 am

· #474363
בקיצור, טענה'סט ער''ז א פאלנער ליגנער. א חשובע איידעלער צוריקגעצויגענע רב, עניו ושפל ברך, צורבא מרבנן, תלמיד חכמים, מרביץ תורה, בחזקת כשרות.זאל אויפבאקן א גאנצע מעשה מיט גאנצע דעטאלן און עס זאגן ברבים פאר א ארון קודש. לייגט זיך באמת נישט אויפן שכל

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 1, 2021 7:44 am

· #474365
וואס פארשטייסטו נישט, דאס איז דאך ממש געווען מורא'דיג וויכטיג צו ראטעווען דעם דור, מפני דרכי שלום מעג מען דאך משנה זיין, יא יא אלישע הורוויץ איז א כשר'ע ברידער פון אים.אויך אן איידעלע איד ביז פאליטיק.

שענערע ארוינים פון אים האבן שוין געטוהן ארגערע זאכן פארנט פון אן ארון קודש, דער איידעלער הויז בחור פונעם רבי'ן ז"ל בעל ויואל משה האט גענומען אן אקטיוון טייל בשעת מען האט געשלאגן און גערצח'ט שמחת תורה ביי די ראדני פראגראם, און דער צענטראלער חובת הלבבות מוסר זאגער פון קרית יואל האט געטאנצן אויפ'ן בלעמער אהן א קאפל. אויך בפניו פון אן ארון קודש.

סאו קום מיר נישט פארקויפן וואס די איידעלע ארוינים זענען יא אדער נישט אומשטאנד צו טוהן לטובת זייער תאוות הנצחון.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יוני 1, 2021 8:18 am

· #474367
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
אינטערסאנטער
גאלד
אינטערסאנטער
green sunday
דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל, וואס האט דעמאלס געמאכט א מהפיכה אין וועט יעצט נאכאמאל 

https://drive.google.com/file/d/1SZH4PCI1wxxnfeGj1ocf5C9w-H64VSN3/view?usp=sharing

די קענסטו דא ברענגען וויפיל שקרים די ווילסט, אבער גאנץ סאטמאר וואס געדענקט דעם ברך משה פון נ"ט ביז בערך ס"ג-ס"ד געדענקן גיט אז דער ברך משה איז געווען פעסט אין די כלים, ער האט זיך געטענה'ט מיט מענטשן אין די פאליטיק ענינים און האט זיך קיינמאל אפילו בטעות נישט טועה געווען און געזאגט "מיין זוהן אהרן דער רב הצעיר" ( אגב דעמאלס האבן ענק נאך יא געהאלטן אז ער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים און זיין רצון איז אויפצונעמען ר'אהרן) ער האט גערעדט צענדליגער דרשות אויסעווייניג, און חוץ איבערזאגן דא דארט האט ער גערעדט זייער צו דער זאך און געזאגט איינמאל און נאכאמאל רצון קדשו אז ער וויל רז"ל זאל זיין רב אין סאטמאר.

ווי לדוגמא האב איך שוין אויבן געשריבן וואס יעדער געדענקט ווי דער ברך משה האט זיך געטענה'ט מיט ראשי קהילה (מחוצפים) אין פובליק, ווי למשל חיים אליעזר גראס וואס האט זיך במשך א האלבע שעה געטענה'ט מיט די ברך משה אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל און דער ברך משה האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן, ווען חיים אליעזר האט געטענה'ט אז די ציבור וויל נישט, האט דער ברך משה געזאגט " וואס זאל איך טוהן איך וויל זייער שטארק אויפנעמען מיין זוהן רז"ל" און ווען חיים אליעזר האט זיך צוריק געטענה'ט אז עס ברענגט מחלוקת, האט דער ברך משה געזאגט "נו וואס זאל איך טוהן אז עס ברענגט מחלוקת זאל מען זיך וועגן דעים אויפלעזן?" און ווען ער האט געטענה'ט אז מען זאל אויפנעמען ענדערש ר'אהרן, האט דער ברך משה געזאגט"ר'אהרן האט גענוג אין קרית יואל, דא וויל איך האבן מיין זוהן ר' זלמן לייב" און דאס אלעס איז געווען ברבים פארנט פון אלע טובי הקהל אין בית מדרש ברך משה.
אזוי אויך איז געווען צענדליגער מאל וואס ער האט קלאר און דייטליך אז דאס וויל איך און פארטיג, און עט'ס ארוינים זענען נישט מער ווי גראבע מחוצפים אז וואס ס'געפעלט ענק נישט זאגט עט'ס אז מען האט אים נאר אויפגעהעצט און מען דארף נישט יעצט פאלגן די רבי ( עיין ערך חיים הערש מייזליש).

סאו צו זאגן אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך אין יענע צייטן איז נישט מער ווי מכחיש געווען את השמש בצהריים, ווילסט זאגן מען האט אים איינגערעדט, דעמאלס זאג איך לשיטתכם אז מען האט אים איינגערעדט און נעבעך אריינגעדרייט אויפצונעמען ר'אהרן און זיך צוקריגן וועגן דעים מיט האלבע וועלט.

סתם א זייטיגע נארישע שאלה אויב איך מעג, און פליז ווער נישט באליידיגט,
נישט אז ס'עפעס מעלה ומוריד, נאר סתם למען הפונקטליכקייט,

דו זאגסט "אז דער ברך משה האט זיך פעסט געטענה'ט אין פאליטיק ענינים"
און "לדוגמא" די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס,

מיין שאלה איז צו די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס איז געווען די "דוגמא" אדער די "אויסנאם",
ווייל איך דענק נישט קיין שום אנדערע עפיזאד עפעס ענליכס אויסער דעם.
מיטאמאל דענק איך ער זאל אמאל זאגן ברבים בטעות "מיין זוהן ר' זלמן לייב דער וומ"ב רב"
אחוץ אפשר די "עיקר שכחתי" דרשה?
אויסער דעם ווען? ער'ט קיינמאל גערעט פון די ענינים ברבים,
דאס איינציגסטע וואס איך געדענק איז עפעס א הוקאפ פון מיאמי,
מיט בריוו'ן לרחצה און דער איד.

אדרבה אז דו קענסט מיר אנצייכענען ווען, וואלט איך עפרישיעטעד, שכוח

א קליינע נפקא מינה צו עס איז געווען נאך פעלער ווי די לאנגע טענה'ריי פונעם ברך משה מיט חיים אליעזר גראס צו נישט, יענץ אליין איז אויך גענוג שטארק!
און אז די ביסט נישט געווען אין סאטמאר יענע יארן און די האסט נישט געהערט די דרשות פון ברך משה, דאן קען איך אייך נישט העלפן. מער ווי איינמאל האט ער גערעדט ברבים אויסעווייניג און אויסגערימט זיין זוהן ר'זלמן לייב אים אנרופנדיג מיטן טיטל "דער רב", סיי אין ראדני האט ער גערעדט, סיי אין קעמפ, אין ישיבות, ביי שמחות, ביי די דינערס און נאך.

און יא ביי די עיקר שכחתי דרשה האט ער נאכדעים וואס ער האט מאריך געווען און גערעדט פון די חסד השם אז מען איז זיך דא צאמגעקומען וכו', האט נישט געדויערט מער ווי א ספליט סעקאנד וואס מען האט אים מעורר געווען אז ער האט נישט גערעדט איבער זיין זוהן, און עס האט נישט געדויערט מער ווי צוויי דריי סקונדעס וואס ער האט גלייך געזאגט "עיקר שכחתי צו רעדן דא פארוואס מען איז זיך צוזאמגעקומען" און האט דאן מאריך געווען א שיינע שטיק צייט וואס פאר א חשוב'ע זוהן ר' זלמן לייב איז און אז ער איז ראוי לאותו איצטלא צו פירן די קהילה. ער האט דאס קלאר ארויסגעזאגט ברחל בתך הקטנה, און טויזענטער אידן האבן דעמאלס געזעהן אז ער האט גערעדט פון אויסעווייניג און מיט א ברען ארויסגעברענגט דעת קדשו קלאר און דייטליך.
איך קען האבן די רעקאדינגס פון די אלע דרשות?
שקר גס במילתא דעבידי לגלויי
ביי די הכתרה נאך העיקר שכחתי האט ער נישט גערעדט א ווארט פון רבנות, נאר אז ער איז א חשובער יונגערמאן וכו׳
איך בין דארט געווען, און די ביסט מכחיש השמש בצהרים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יוני 1, 2021 8:19 am

· #474368
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
אינטערסאנטער
וואס פארשטייסטו נישט, דאס איז דאך ממש געווען מורא'דיג וויכטיג צו ראטעווען דעם דור, מפני דרכי שלום מעג מען דאך משנה זיין, יא יא אלישע הורוויץ איז א כשר'ע ברידער פון אים.אויך אן איידעלע איד ביז פאליטיק.

שענערע ארוינים פון אים האבן שוין געטוהן ארגערע זאכן פארנט פון אן ארון קודש, דער איידעלער הויז בחור פונעם רבי'ן ז"ל בעל ויואל משה האט גענומען אן אקטיוון טייל בשעת מען האט געשלאגן און גערצח'ט שמחת תורה ביי די ראדני פראגראם, און דער צענטראלער חובת הלבבות מוסר זאגער פון קרית יואל האט געטאנצן אויפ'ן בלעמער אהן א קאפל. אויך בפניו פון אן ארון קודש.

סאו קום מיר נישט פארקויפן וואס די איידעלע ארוינים זענען יא אדער נישט אומשטאנד צו טוהן לטובת זייער תאוות הנצחון.
פארוואס איז ר׳ מאיר שטערן און ווידער מער באגלייבט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

גאלד » דינסטאג יוני 1, 2021 10:41 am

· #474371
אינטערסאנטער
וואס פארשטייסטו נישט, דאס איז דאך ממש געווען מורא'דיג וויכטיג צו ראטעווען דעם דור, מפני דרכי שלום מעג מען דאך משנה זיין, יא יא אלישע הורוויץ איז א כשר'ע ברידער פון אים.אויך אן איידעלע איד ביז פאליטיק.

שענערע ארוינים פון אים האבן שוין געטוהן ארגערע זאכן פארנט פון אן ארון קודש, דער איידעלער הויז בחור פונעם רבי'ן ז"ל בעל ויואל משה האט גענומען אן אקטיוון טייל בשעת מען האט געשלאגן און גערצח'ט שמחת תורה ביי די ראדני פראגראם, און דער צענטראלער חובת הלבבות מוסר זאגער פון קרית יואל האט געטאנצן אויפ'ן בלעמער אהן א קאפל. אויך בפניו פון אן ארון קודש.

סאו קום מיר נישט פארקויפן וואס די איידעלע ארוינים זענען יא אדער נישט אומשטאנד צו טוהן לטובת זייער תאוות הנצחון.

בקיצור, לשיטתך, איינער וואס איז א אהרוני פארלירט זיין חזקת כשרת. און איז עלול אויף דאס ארגסטע, קיין נפק"מ וואס דער מענטש איז.

וואונדערבאר.

תמים » דינסטאג יוני 1, 2021 4:47 pm

· #474401
CP

…, איך בין נישט קיין זאלי, די ווייסט עס זייער גוט, און איך וואלט זיך געווינטשען אז זיי פלאפען, אבער למעשה, לעת עתה, אז משטייט שוין העכער א וואך זינט די סידור קידושין סומאטוכע איז אריין אין קראפט, האבן די זאליס א פולי און קאמפליט ווין אווער די סיטועישאן. צו מיר ווילען יא צו מיר ווילען נישט.

רבי זלמן לייב האט געמאכט א פאליסי אז נאר ער מעג זיין סידור קידושין, ווייל די ארוינים האבן שאנטאזשירט זיינע מחותנים. זיין מעסעדזש האט סאמהאו גוט אויסגענומען. די ארוינים האבן געטרייט צו ברעטשקען און וויינען טעראר, אבער קיינער האט עס נישט אפגעקויפט.

יעדער איז געווען זעכער אז די ״זאלי מענטאליטי״ פון איינגעבן און זיך לאזן פראקן אינעם טרוקענעם לייב ווי די צוויי ברידער פון סלאוויטע גייט דא אויך געווינען און די זאליס גייען אויפהייבען א ווייסע פאן און אנטלויפען פונעם פראנט, אבער דאס האט נישט פאסירט. אבסולוטלי נישט.

וויאזוי זיי האבען עס געמאכט ווייסעך נישט, אבער זיי האבן עס געמאכט הונדערט פראצענט. זייערע אלע חתונות מיינוס 1 זענען געבליבען, און זייערע מענטשען לאכען אין פנים אריין פון די גרויסע מעכטיגע ארוינישע קאמפאני שוין מיט א נייע זאל אינאיינעם..

איך ווייס קלאר פון א עטרת מייזעלס אינסיידער אז זיי האבן פאריגע וואך געסקאורט נאך א גוטע פאר חתונות, און דער “שוואכלינג״ זלמן לייב קומט ארויס יעדע נאכט נאכאמאל און נאכאמאל און ווייזט נישט קיין שום צייכענעס פון סיי וועלכע ריקציג.

אונזער גרויסער מעכטיגע רבי אהרן וואס האט ער דא געוויזען צו זיין נאמען? זילטשא. באהאלט זיך אונטער א תלוש צו קאלען מחותנים און אונטער א נעבעכדיגע אודיטאריום מיט א אויסגעצאלטע חתונה צו טרייען אריבערצוגעווינען זייערע מענטשען צו קומען צו די חתונה.

און וואס ענטפערן די זאליס צו א ״פרייע חתונה״? רבינו אהרן הגדול, ישקנו! איך דארף עס נישט… האלט דיך מיט די זאל, האלט דיך מיט ציקערלעך. איך וועל מיך אן עצה געבן אן דיין הילף, זשאסט בעק אפף און דריי מיר נישט דעם קאפ. איך וויל חתונה מאכן ווי איך וויל, אפילו דארט גיי איך יא דארפען צאלען נארמאל.

וואס גייט פאר? מענטשען זענען משוגע? מווארפט אוועק פרי חתונות? סגייט זיי נישט אן אויב עפעס א פעטערל גייט נישט קומען?

די תירוץ איז זייער פשוט, און דאס זאגט זיך אין איין ווארט: ״דיגניטי״.

א מענטש האט זייער ליב ביליג, אבער פאר אלעם האט א מענטש דיגניטי. ער וויל זיין א ״מענטש״. ווען ער מאכט חתונה וויל ער חתונה מאכן אויף זיינע טוירמס און נישט אויף טוירמס וואס עפעס א תלישה קטנא האט פאר אים אויסגעפלאנט ביי א מיטינג אין א בוידעם.

זיין קהלה האט א זאל, ער שפירט זיך באקוועם דארט חתונה צו מאכען, און דארט איז ווי ער באלאנגט.

ער קען חתונה מאכן פאר פרי אין אוידטיארום? ער קען גיין אין רוח החיים פארק אויך אין א טענט. ער וויל נישט, רעבעניו. ״ער״ מאכט חתונה, און נישט שעהר, און נישט קיינער פון אונזערע באמבע קעפ.

יעדע מענטש האט א נאטירליכע אינסטינקט צו זיין אליין אין טשארזש אויף זיינע זאכען, און ער איז נישט נייגעריג קיינער זאל אים מאכן זיינע חשבונות.

געדענקסט וואס אונז פלעגן טון מיט די צוואנציג באטלעך פרי מילעך? מע איז געגאנגען אין בית הכבוד, אראפגעדרייט די קאווער, אויסגעדרייט מיטן פיטעם אראפ און אראפגעפלאשט אן צוריקקוקען.

דאס איז וואס די זאליס טוען מיט די פרי חתונות. פרי איז גוט ווען איינער דארף עס, נישט ווען מדארף עס נישט.

אפגערעדט פון די זשאוק: אלע ארוינים שטייען און וויינען שוין יארען, טו עפעס וועגן זאלען פארן ציבור, מאך נאך א חתונה זאל, יעדער לאכט זיך אויס. נישטא צו וועמען צו רעדען. פלוצלינג א פייט מיט די זאליס? אהההה, איבערנאכט א נייע זאל, ביליג, פרי. פשיהא! וואס איז געשעהן אפשר זאגסטו מיר?

איז דא נארט קאריע? דא געלט און פלאץ און צייט נאר צו שטויסען יענעם? קיינער קויפט עס נישט.

דאס האט די גרויסע ארוינישע קאמפאני פארזען, זייער מיאוס פארזען. עס איז 2021, און קיינער פאלט נישט מער פאר די נאנסענס. דריי נישט די קאפ, טריי נישט יענעם איינצוטיילען וויאוזי חתונה צו מאכען מיט גוטען און נישט מיט בייזען, ווייל ווי מער דו טרייסט אלס מער לאכט מען. און ווען מען לאכט אינדרויסען, לאכן מיר אויך אינעווייניג.

יעדער האט ב״ה גענוג אייגענע גארבעזש, איך וויל נישט רעדען פון בני ברק ווייל נאכדעם וועט עטץ שרייען ארויני העיטער, אבער יו גייס געט די פוינט. אונז האמיר אונזער טראקלאוד פון פראבלעמס, פאר מיר גייען טרייען משוגע צו מאכען מענטשען וואס האבען מיט אונזער גאנצע קאמפאני גארנישט, אז פלוצלינג ביים חתונה מאכען זאלען זיי פאלען פאר אונז.

מארעל אוו די סטארי? ליוו ענד לעט ליוו. און זיך דיר נישט אייגענע פראבלעמען מיט די הענט.

יעדער מיט א טראפ שכל האט געמעגט פארשטיין, אז רבי זלמן לייב איז טאקע פארשלאפען אבער א שלאפענדיגער בער. ער איז נישט בני יואל. ער האט א ריזיגע קאמפאני, ער האט מענטשען, ער האט געלט, און ווען די וועסט אזויפיל ציפען און דערקיטשען דעם בער וועט ער איין טאג זיך אויפכאפען און דעמאלט צוריק שטויסען א מחי׳ אז די וועסט נישט וויסען אויף וועלכע זייט דו ביזט היינט אויפגעשטאנען.

דאס איז יעצט געשען. האסט געטרייט צו פושען ביז די קלימאקסען? האסט געטון פאררוקטע זאכען ווייל דו האסט געזען יענער לאזט זיך? האסט עס צוריק אין קאפ.

נאך א וואך אין די סידור קידושין מערכה איז סעיף צו זאגען, פאר יעדען מיט שכל אין קאפ: די זאליס האבן דאס געווינען. און געווינען בגדול. און קיין וועג צוריקצודרייען איז מער נישט דא.

די לידערשיפ דא קען צוריקגיין צו באהאנדלען די פירצה פון ווידיאוס ביי חתונות.

הצלחה.

אלגעמיין » דינסטאג יוני 1, 2021 5:40 pm

· #474402
תמים
CP

…, איך בין נישט קיין זאלי, די ווייסט עס זייער גוט, און איך וואלט זיך געווינטשען אז זיי פלאפען, אבער למעשה, לעת עתה, אז משטייט שוין העכער א וואך זינט די סידור קידושין סומאטוכע איז אריין אין קראפט, האבן די זאליס א פולי און קאמפליט ווין אווער די סיטועישאן. צו מיר ווילען יא צו מיר ווילען נישט.

רבי זלמן לייב האט געמאכט א פאליסי אז נאר ער מעג זיין סידור קידושין, ווייל די ארוינים האבן שאנטאזשירט זיינע מחותנים. זיין מעסעדזש האט סאמהאו גוט אויסגענומען. די ארוינים האבן געטרייט צו ברעטשקען און וויינען טעראר, אבער קיינער האט עס נישט אפגעקויפט.

יעדער איז געווען זעכער אז די ״זאלי מענטאליטי״ פון איינגעבן און זיך לאזן פראקן אינעם טרוקענעם לייב ווי די צוויי ברידער פון סלאוויטע גייט דא אויך געווינען און די זאליס גייען אויפהייבען א ווייסע פאן און אנטלויפען פונעם פראנט, אבער דאס האט נישט פאסירט. אבסולוטלי נישט.

הצלחה.

שאאאר, מיט א קמץ...
ווען די שרייבסט "CP" האלט יעדער דא תיכף אז "איך בין נישט קיין זאלי" און "איך וואלט זיך געווינטשען אז זיי פלאפען" האט דאס געשריבן... 😂
אביסל סעלף-ריספעקט און פאר די ליינער. נייס-טריי עניוועי

גאלד » דינסטאג יוני 1, 2021 5:46 pm

· #474403
פאר די רעקארד, ס'איז יא א קאפי-פעיסט, דער געמויזעכטס דרייט זיך אויף וואטסעפ שוין אפאר טאג.

אבוויעסלי קומט עס פון א אנגעווייטאגטע זאלי, אבער ס'שוין אפאר טאג אלט.

תמים » דינסטאג יוני 1, 2021 5:51 pm

· #474404
אלגעמיין
תמים
CP

…, איך בין נישט קיין זאלי, די ווייסט עס זייער גוט, און איך וואלט זיך געווינטשען אז זיי פלאפען, אבער למעשה, לעת עתה, אז משטייט שוין העכער א וואך זינט די סידור קידושין סומאטוכע איז אריין אין קראפט, האבן די זאליס א פולי און קאמפליט ווין אווער די סיטועישאן. צו מיר ווילען יא צו מיר ווילען נישט.

רבי זלמן לייב האט געמאכט א פאליסי אז נאר ער מעג זיין סידור קידושין, ווייל די ארוינים האבן שאנטאזשירט זיינע מחותנים. זיין מעסעדזש האט סאמהאו גוט אויסגענומען. די ארוינים האבן געטרייט צו ברעטשקען און וויינען טעראר, אבער קיינער האט עס נישט אפגעקויפט.

יעדער איז געווען זעכער אז די ״זאלי מענטאליטי״ פון איינגעבן און זיך לאזן פראקן אינעם טרוקענעם לייב ווי די צוויי ברידער פון סלאוויטע גייט דא אויך געווינען און די זאליס גייען אויפהייבען א ווייסע פאן און אנטלויפען פונעם פראנט, אבער דאס האט נישט פאסירט. אבסולוטלי נישט.

הצלחה.

שאאאר, מיט א קמץ...
ווען די שרייבסט "CP" האלט יעדער דא תיכף אז "איך בין נישט קיין זאלי" און "איך וואלט זיך געווינטשען אז זיי פלאפען" האט דאס געשריבן... 😂
אביסל סעלף-ריספעקט און פאר די ליינער. נייס-טריי עניוועי

סאיז מיר גאנץ פארשטענדליך, אז חוץ פון דעם האסטו נישט וואס צוצילייגען צום קנאקעדיגען אנאליז, צו וואס יעדע ארוני, חוץ די פאר נארישע פראפעגאנדירער וועט אגריען.

איך האב דאס נישט געשריבען, איך וואלט גערן גענומען קרעדיט דערויף, און אריינשארן אפאר לייקס. אבער מברויך זיין אנעסט און נישט נעמען קיין קרעדיט אויף א צווייטנס ווערק, האב איך געשריבען קפ.

צי סאיז געשריבען דורך א ארוני צי א זאלי ווייס איך נישט און סמאכט גארנישט אויס. אז איינער זאגט גוט האב איך עס מיטגעטייילט מיט גוטע פריינט דא..

תמים » דינסטאג יוני 1, 2021 5:58 pm

· #474406
גאלד

אבוויעסלי קומט עס פון א אנגעווייטאגטע זאלי, אבער ס'שוין אפאר טאג אלט.

דא איין זאך וועל איך מוזען אגריען צי מיין ידיד הרב גאלד..

די אנגעווייטאגקייט וואס הערשט ביי די זאליס די טעג, נאך די העכסט געלונגעגע סידור קידושין מערכה פון די ארונים איז עפעס אימבאשרייבליך..

לאמיר האפן צייט וועט היילן, און זיי וועלן צי זיך קומען פונעם הילכיגען דורכפאל. און זיך לערנען איינמאל פאר אלעמאל אז די אימגלויבליכע סייעתא דשמיא וואס ר' אהרן האט ביי אלע מערכות וועלטליך מיט זיינע קעגנער, קען מען נישט בייקומען!

אלגעמיין » דינסטאג יוני 1, 2021 6:05 pm

· #474409

צוצולייגן? כ'הער נישט? ש'טא וואס...אן אנאליז (נישט געוויסט דאס הייסט אן אנאליז...) פון הוילע דמיונות און לופט צו האלטן מאמענטום כנהוג דארט.
איינער האט מיר געשיקט פיל מיט קונטרסים/פאשקעווילן וואס עטס ליפערטס דורך פאסט צו אלע ק"י איינוואוינער פאר לעצטע עטליכע חדשים.
האסט געזען איינער זאל ראגירן? מ'סתם אויך נישט געהאט צוצולייגן...
הגם כ'האלט מ'וואלט געדארפט מוחה זיין אויף די עלבון התורה/ליצנות וואס איר טוט קעגן מרן הב"מ וגריח"מ פר"מ זצ"ל

גאלד » דינסטאג יוני 1, 2021 6:06 pm

· #474410
כ'פארשטיי ביסט סארקאסטיש, אבער קענסט זעהן פון דעם שרייבער ווי די האס און שנאה קאכט אינעם, נעבעך. ויה"ר שילמדו תועים בינה.

תמים » דינסטאג יוני 1, 2021 6:19 pm

· #474411
גאלד
כ'פארשטיי ביסט סארקאסטיש, אבער קענסט זעהן פון דעם שרייבער ווי די האס און שנאה קאכט אינעם, נעבעך. ויה"ר שילמדו תועים בינה.

נו.. אין דיינע תגובות דא איז אויך דא אסאך האס און שנאה, לכאורה מער ווי אין די ארטיקל. צו מיינט עס ביזט אנגעווייטאגט? סאיז לאו דוקא פארבינדען.

אדער, אפשר איז עס יא פארבינדען, און ביסטו טאקע יא אנגעווייטאגט און ביזט ווייט נישט דער איינציגסטער.. מיינע אלע ארונישע פריינט, וואס איך קען עכ"פ, זענען ביטער גערעגט אויף די זינלאזע נארישע מערכה, און זענען זייער גערעגט אז אין 2021 איז נאך דא אזעלכע קיען אין לידערשיפ פאזיציעס ביי די ארונים.

פארשטייט זיך אז דעם רבין אליינס קען מען נישט אפען בלעימען, באשולדיגט מען די ארומיגע וואס האבן אנגעמאכט די בני ברק'ע מערכה און יעצט די סידור קידושין.

מיר, וואס קענען יא זאגן דעם אמת, ווייסען דאך אז די ארומיגע זענען ס"ה געטרייע גבאים, וואס פרובירן זייער בעסט מיט וואס מהאט..

אלגעמיין » דינסטאג יוני 1, 2021 6:34 pm

· #474413

פלא והפלא וואס דיינע "ארונישע פריינט" זאגן אלץ נישט...ממש פונקט ווי דאס וואס די ווילסט הערן/זאגן...

גאלד » דינסטאג יוני 1, 2021 6:47 pm

· #474414
קען זיין איך בין אנגעווייטאגט, גאנץ מעגליך, כ'ווייס עכט נישט,

פון איין זייט אהרט מיך באמת נישט אז ר' זלמן לייב האט א ביליאן חסידים,
הלואי זאל זיין פולקאם שלום צווישן אלע פראקציעס, יעדער זאל האבן וויפיל חסידים זיי ווילן, הלואי מי יתן והי'
פון די אנדערע זייט ווען איינער נעמט זיך איבערמאכן היסטארי, וועגן דעם ברך משה,
וועקט זיך און מיר אויף די ארוניזם און ס'ברענט מיר צו שטעלן די רעקארד אויפן פלאץ,

צו דאס מיינט אנגעווייטאגט? פאסעבל.

ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 1, 2021 9:10 pm

· #474439
שמעון וואלף
גאלד
בקיצור כ'פארשטיי עס אינגאנצן נישט, די זאליס געינען זילטש מיט די קענסלן די עטרת אברהם פאר דעם ארונישע מסיבה.
אפי' די ארונים אין מאנרא לאזן יעדן האבן זייער זאלן אפי' בני יואל, פאר סתם אנדערע שמחות אדער מסיבות, זיי האבן נאר די פרינציפ צו איינרעדניש מיט סידור קידושין.
אבער סתם נישט געבן די האלל, פאר טריץ, קינדיש און סטופיד.

די זאליס געינען די זעלבע ווי די ארונים פארדינען פון סידור קדושין משוגעת. דהיינו, די קעלבערלעך קענען פייערן א געווינס - חיי שעה.
א שאד צו טראכטן אזוי טיף וואס די כוונות זענען פון די אומערוואקסענע מטורפים אויף ביידע זייטן

פארוואס אומערוואקסן?? איך קען אסאך ערוואקסענע וואס טענה'ען און שלאגן זיך פאר זייער ספארטס טיעם..

וואסער » מיטוואך יוני 2, 2021 12:53 am

· #474456
[ציטאט אראפגענומען]

היינט איז דארט פארגעקומען א חתונה, אן אייניקל פון א איד וואס זיצט אויף איינע פון די חשוב'סטע פאזיציעס ביי די ארונים אין קרית יואל.

וואסער » מיטוואך יוני 2, 2021 12:55 am

· #474457
תמים
גאלד

אבוויעסלי קומט עס פון א אנגעווייטאגטע זאלי, אבער ס'שוין אפאר טאג אלט.

דא איין זאך וועל איך מוזען אגריען צי מיין ידיד הרב גאלד..

די אנגעווייטאגקייט וואס הערשט ביי די זאליס די טעג, נאך די העכסט געלונגעגע סידור קידושין מערכה פון די ארונים איז עפעס אימבאשרייבליך..

לאמיר האפן צייט וועט היילן, און זיי וועלן צי זיך קומען פונעם הילכיגען דורכפאל. און זיך לערנען איינמאל פאר אלעמאל אז די אימגלויבליכע סייעתא דשמיא וואס ר' אהרן האט ביי אלע מערכות וועלטליך מיט זיינע קעגנער, קען מען נישט בייקומען!

ווי למשל די מערכה מיטן בן אחותו...

מיליאנער » מיטוואך יוני 2, 2021 12:12 pm

· #474478
וואסער
היינט איז דארט פארגעקומען א חתונה, אן אייניקל פון א איד וואס זיצט אויף איינע פון די חשוב'סטע פאזיציעס ביי די ארונים אין קרית יואל.

און די זיידע איז געקומען צו די חתונה?

תמים » מיטוואך יוני 2, 2021 12:34 pm

· #474480
CP

א משלחת פונעם געוועזענעם מרא דאתרא זענען געווען ביי הגאון ר' משה שטערנבוך
שליט''א צו פראבירן צו באקומען א מכתב איסור - פאר די רייט פרייז פארשטייט זיך
- אויף די וואס מאכן חתונה און קרית יואל והגלילות אן רשות פונעם מרא דאתרא,
ווייל די פראבלעם לאזט ממש נישט די רבי שלאפן רואיג ביינאכט.

זיי זענען אים שיין מסביר די פראבלעם, פרעגט ער וואס איז די גאנצע פראבלעם?
ס''ה גיבט נישט ארויס די זאל פאר ווער ס'נעמט נישט רשות און א גוטן טאג?!
זאגען זיי אים מ'רעדט פון זייערס א זאל..

נו דאן זאל מען ארויסווארפן אזאנע קינדער פון די שטאטישע מוסדות און פארטיג?!
זיי האבן אייגענע מוסדות..

דאס איז שוין א פראבלעם, נו זאל מען אסר'ן דריסת הרגל פון די פורצי גדר און
אלע בתי מדרשים פונעם שטאט?!
זיי האבן זיך אייגענע בתי מדרשים....

נא, אפשר בלית ברירא מוז מען מאכן אז די פורצי גדר קענען נישט קויפן פלייש,
מצות, מקוואות און אלע סערוויס'ס א.ד.ג.?!
זיי האבן די אלע זאכן אייגענע...

מיין איך אז מ'זאל זיי פשוט נישט לאזן מקבר זיין בביה''ח לאחר מוע''ש, והכל על
מקומו יבוא בשלום?!
זיי האבן א אייגענע ביה''ח...

פרעגט ער, נו מיט וואס פינקטלעך איז ר' אהרן מרא דאתרא?!

מיליאנער » מיטוואך יוני 2, 2021 1:05 pm

· #474485
גאלדענע געלעגענהייט!!!

געזוכט א טויגליכע אינגערמאן צו מסביר זיין פאר א תמים די אפטייטש פון מרא דאתרא.

סקיללס פארלאנגט: איבערפלוס פון צייט, און נערווען.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 2, 2021 1:17 pm

· #474486
מיליאנער
גאלדענע געלעגענהייט!!!

געזוכט א טויגליכע אינגערמאן צו מסביר זיין פאר (א תמים) [רבי משה שטערנבוך] די אפטייטש פון מרא דאתרא.

סקיללס פארלאנגט: איבערפלוס פון צייט, און נערווען.

מיליאנער » מיטוואך יוני 2, 2021 1:31 pm

· #474488
רבונו של עולם! ווי פאני מענטשן קענען זיין....

דו גלייבסט באמת אז רבי משה שטערנבוך האט דעיס געזאגט?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 2, 2021 1:35 pm

· #474490
יא, ארונים קען מען איינרעדן וואס מ׳וויל. 😛

תמים » מיטוואך יוני 2, 2021 2:18 pm

· #474491
מיליאנער
גאלדענע געלעגענהייט!!!

געזוכט א טויגליכע אינגערמאן צו מסביר זיין פאר א תמים די אפטייטש פון מרא דאתרא.

סקיללס פארלאנגט: איבערפלוס פון צייט, און נערווען.

נו הרב מיליאנער אפשר נעמסטו די געלעגענהייט? איך מיין די האסט די סקילס.. א איבערפלוס פון צייט זיכער..

נו אפשר קומסטו טאקע אריין קלאר מיט די אפטייטש פון מרא דאתרא?

איך מיין אז סברויך נישט זיין אזוי קאמפלעצירט.. קום אריין קלאר.

תרמב » מיטוואך יוני 2, 2021 2:31 pm

· #474492
איך האב יעצט אפגעלייענט און איין שאס די לעצטע צעהן פעיזשעס איך האב איין ווארט צוצולייגן, שעמט אייך! גרויסע אדאלטס פייטן זיך אויף אזעלכע אלטע שטוסים!
איך ווינדער מיך שוין לאנג וואס איז די נפקא מינא וואס די ברך משה האט געוואלט? ער לעבט שוין נישט, סאיז נישט נוגע זיין מיינונג, וואס איז נוגע, איז וואס די חסידים ווילן, אז זיי ווילן מהר"א זאלן זיי גיין צו מהר"א און אז זיי ווילן מהרז"ל זאלן זיי גיין דארט, סאיז דא איינער וואס מאכט זיינע באשלוסן לויט הירצקא צוויבל און משה גבאי'ס עדותשאפטן?

מיליאנער » מיטוואך יוני 2, 2021 2:33 pm

· #474494
תמים
מיליאנער
גאלדענע געלעגענהייט!!!

געזוכט א טויגליכע אינגערמאן צו מסביר זיין פאר א תמים די אפטייטש פון מרא דאתרא.

סקיללס פארלאנגט: איבערפלוס פון צייט, און נערווען.

נו הרב מיליאנער אפשר נעמסטו די געלעגענהייט? איך מיין די האסט די סקילס.. א איבערפלוס פון צייט זיכער..

נו אפשר קומסטו טאקע אריין קלאר מיט די אפטייטש פון מרא דאתרא?

איך מיין אז סברויך נישט זיין אזוי קאמפלעצירט.. קום אריין קלאר.

ס'איז טאקע נישט קאמפליצירט.

די שטאטישע קהילה נעמט אויף א רב.

מיליאנער » מיטוואך יוני 2, 2021 2:38 pm

· #474496
.

תמים » מיטוואך יוני 2, 2021 2:41 pm

· #474497
מיליאנער
תמים
מיליאנער
גאלדענע געלעגענהייט!!!

געזוכט א טויגליכע אינגערמאן צו מסביר זיין פאר א תמים די אפטייטש פון מרא דאתרא.

סקיללס פארלאנגט: איבערפלוס פון צייט, און נערווען.

נו הרב מיליאנער אפשר נעמסטו די געלעגענהייט? איך מיין די האסט די סקילס.. א איבערפלוס פון צייט זיכער..

נו אפשר קומסטו טאקע אריין קלאר מיט די אפטייטש פון מרא דאתרא?

איך מיין אז סברויך נישט זיין אזוי קאמפלעצירט.. קום אריין קלאר.

ס'איז טאקע נישט קאמפליצירט.

די שטאטישע קהילה נעמט אויף א רב.

איך הער.. זייער קלאר..

וואס מאכט עס פאר שטאטישע קהלה? אויב קהלת מהרז"ל נעמט יעצט אויף ר' חיים הערש ווערט ער מרא דאתרא?

און וויאזוי נעמט מען אויף דעם רב? מיט וואלן ? מיט ירושה ? און אויב דער מוריש ציט צוריק? און אויב וויל זיך א קהלה אפטיילן?

ב"ה מיר האבן א פוסק דא, אבער דערווייל העמיר זיך פארלאזען אויף רוברבני סאטמאר וואס האבן קלאר געזאגט זייער מיינונג

מיליאנער » מיטוואך יוני 2, 2021 2:51 pm

· #474498
זייער קלאר געפרעגט.

אין יאר תשמ''ה איז געווען איין קהילה אין קרית יואל.

און די קהילה האט אויפגענומען א רב.

- אן וואלן, אזויווי די מייסד הקהילה האט געפסקט לגבי ריסקעווע רב'ס זון אין ב''ב.

- און אן ירושה.

און ניין, מען קען זיך, ווי פארשטענדליך נישט אפטיילן, ווייל ווען דען איז געזאגט געווארן די הלכה פון מרא דאתרא, אויב יעדער וואס ווארפט זיך נישט אינטער עפענט א ניי''ע קהיל''ה...

וואסער » מיטוואך יוני 2, 2021 3:40 pm

· #474503
מיליאנער
וואסער
היינט איז דארט פארגעקומען א חתונה, אן אייניקל פון א איד וואס זיצט אויף איינע פון די חשוב'סטע פאזיציעס ביי די ארונים אין קרית יואל.

און די זיידע איז געקומען צו די חתונה?

אוודאי!
ב"ה דער עולם דערשרעקט זיך שוין נישט פון קיין טעראר!

היינט קומט דארט פאר בעז"ה נאך א חתונה. דאס גייט שוין זיין די אכטע (אדער ניינטע) חתונה מיטן מסדר קידושין דורכ'ן רבי פון די קהילה. זיך נישט לאזענדיג טרעטן פון טעראר דורכ'ן גרוש שעהר. [דאס איז א חוץ די קרוב צו 300 חתונות וואס זענען שוין פארגעקומען אין עטרת מאיר צבי במשך די פארגאנגענע צען יאר].