☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1328 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27

שמעון וואלף » מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 am

· #477906
[ציטאט אראפגענומען]

פארשטיי איך שוין קלאר פארוואס אויפ'ן שער בלאט פונעם פנקס שטייט "פנימי לא לפרסום", ווייל טאמער פעלט אויס זאל מען קענען זאגן אז פלוני אלמוני האט קיינמאל נישט מסדר קדושין געווען אן רשות.....

@גאנצל דיי קרעדעביליטי איז שטארק געפאלן

גאנצל » מאנטאג יולי 19, 2021 9:07 am

· #477929
ביז יעצט האט @שטאדעלע גארנישט אויפגעוויזן איז עס געווען א ווארט קייגען א ווארט

אבער אז ער ברענגט א ראי' דאן איז ער גערעכט

און דאס וואס ר' געציל איז עס געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' מיינט ביי מיר אז ר' געציל איז זיך סותר מיני' ובי', זיין קרעדעביליטי איז געפאלן.....

cictim » מאנטאג יולי 19, 2021 11:03 am

· #477932
און אז ר' אהרן זאגט הלכה כמותו בכל מקום ווייזט אז………

שושן פורים » מאנטאג יולי 19, 2021 1:04 pm

· #477937
גאנצל
ביז יעצט האט @שטאדעלע גארנישט אויפגעוויזן איז עס געווען א ווארט קייגען א ווארט

אבער אז ער ברענגט א ראי' דאן איז ער גערעכט

און דאס וואס ר' געציל איז עס געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' מיינט ביי מיר אז ר' געציל איז זיך סותר מיני' ובי', זיין קרעדעביליטי איז געפאלן.....

פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 19, 2021 4:32 pm

· #477956
שושן פורים: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. (כאטש איך האב דיר געגעבן א לייק.)

דאס וואס דער דיין ר' געציל שליט"א איז געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לויה איז בכלל נישט סותר זיין פסק הלכה. אדרבה. דאס ברענגט נאר ארויס זיין גדלות. אז ביי איהם איז תורה ולומדיה זייער חשוב. אפילו די הלכה בלייבט נישט אזוי ווי איהם.

משם ראיה. אז ער שפיעלט נישט קיין פאליטיק. און א פסק איז א פסק. לפי ראות עיניו. (איך קען נישט זאגן אז איך בין מסכים מיט זיין פסק הלכה . ווייל ווער ביניך דען אקעגן איהם. עפר ואפר.). אבער למעשה ביניך זייער צופרידן און איך נעם אן 100% זיין פסק הלכה...!

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יולי 19, 2021 10:09 pm

· #477977
עס דערמאנט מיר א מעשה אז אמאל איז א אידעלע ארויף אויף א עראפלאן און האט זיך געזעצט ביים פענסטער, און נעבן איהם האט זיך אראפגעזעצט אן אראבער, שטייצעך נאך א צוואנציג מינוט דער איד ברויכט שוין אין טוילעט און בעהט דעם אראבער ער זאל איהם אדורךלאזן. זאגט איהם דער אראבער פיין אבער ברענג מיך צו טרינקען א קען קאקא-קאלע. ווען דער איד קומט צוריק און טוהט אן זיין הוט צו קענען זאגן אשר יצר האט ער געפילט אז זיין הוט איז נאס פון אינעווייניג פון וואס דער אראבער האט אריינגעשפיגן ווען ער איז אוועקגעגאנגען.... רופט זיך אן דער איד: "וואס דארף מען זיך קריגען ? דו שפייעסט אריין אין מיין הוט און איך האב אריינגעקטנ’ט אין דיין קען קאקא קאלא" צו וואס פעלט עס אויס די גאנצע זאך ?

חברה לענייננו שוין גענוג געשפיגן און געקטנ’ט... לאמיר אלע מאכן שלום!!!

גאנצל » דינסטאג יולי 20, 2021 1:06 am

· #477988
שושן פורים
גאנצל
ביז יעצט האט @שטאדעלע גארנישט אויפגעוויזן איז עס געווען א ווארט קייגען א ווארט

אבער אז ער ברענגט א ראי' דאן איז ער גערעכט

און דאס וואס ר' געציל איז עס געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' מיינט ביי מיר אז ר' געציל איז זיך סותר מיני' ובי', זיין קרעדעביליטי איז געפאלן.....

פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

איך פארשטיי נישט דו פרעגסט מיר אפ ?

גאנצל » דינסטאג יולי 20, 2021 1:08 am

· #477989
cictim
און אז ר' אהרן זאגט הלכה כמותו בכל מקום ווייזט אז………

ר' אהרן האט גערעדט פארשטייט זיך פון זשענערעל הלכות וואס די דיין האט געהעריג דורכגעשמועסט די פסק מיט די צדדים, נישט פאליטיק זאכן וואס קומט פון א בריוו.

ס'איז מובן מאליו.

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 20, 2021 2:10 am

· #477992
גאנצל
שושן פורים
גאנצל
ביז יעצט האט @שטאדעלע גארנישט אויפגעוויזן איז עס געווען א ווארט קייגען א ווארט

אבער אז ער ברענגט א ראי' דאן איז ער גערעכט

און דאס וואס ר' געציל איז עס געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' מיינט ביי מיר אז ר' געציל איז זיך סותר מיני' ובי', זיין קרעדעביליטי איז געפאלן.....

פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

איך פארשטיי נישט דו פרעגסט מיר אפ ?

ער שרייבט אז ר' געציל'ס גיין צום לוי' ווייזט אז ער האלט אים נישט פאר א פורץ גדר אדער מרבה ממזרים ווייל טאמער יא וואלט ער נישט געגאנגן. (צו ר' שלמה גורן'ס לוי' וואלט ער נישט געגאנגן). ר' געציל פארשטייט אז אן אנדערע רב האט א רעכט זיך צו קריגן און טאמער מעג ער זיך קריגן מעג און דארף זיין קהילה אים פאלגן. ר' געציל זאגט זיין פסק פאר זיין קהילה.

הה"ד הא לן והא להו

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 20, 2021 7:34 am

· #477996
שמעון וואלף: ביי רעליגיע ארבעט עס נישט אזוי. דו האסט געמיינט אז אידישקייט איז א דעמאקראטיע. און מ'רעגירט ביי קאנסענסוס. דאס קענסטו נאר טרעפן אין אמעריקאנער קאנגרעס. אדער אין בריטישן פארלאמענט. (איך רעד שוין נישט פון ..."כנסת"... אין מדינת ישראל. ווייל דאס איז דאך שוין געהעריג אפיקורסות...לאל...!)...!

מיליאנער » דינסטאג יולי 20, 2021 10:45 am

· #478001
שושן פורים

פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

איך פארשטיי באמת נישט וואס דו ווילסט, ווען האט ר' געציל עפעס געפסקנט פאר אנדערע מענטשן? ער האט סך הכל געפסקנט פאר ווער ס'איז סר למשמעתו אז עפ'י הלכה טאר מען נישט חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא, און אויטאמאטיש ווער ס'איז עובר אויף דעם איז א פורץ גדר, און אויך טאר מען זיך נישט משתתף זיין ביי אזא חתונה און און עס איז דא א ערנסטע פסול און די קידושין, וזהו! ער האט קיינמאל נישט געטון קיין שום פעולה צו צווינגען אנדערע קהילות זיך צוצושטעלן צו דעם, ער האט בלויז קלאר געלאזט וויסן זיין מיינונג פאר סיי וועלכע תושב קרית יואל וואס וויל וויסן וואס די דיין וואס רביה''ק האט געשטעלט אלס פוסק אחרון אין שטאט האלט בנוגע דעם ענין און ווער עס וויל פאלגן זאל פאלגן און ווער עס וויל נישט פאלגן דעם דומ''ץ דמתא ביי די קידושין פון זיינע קינדער איז כל הכבוד! די גאנצע סיבה פארוואס די זאליס פילן זיך טעראריזירט איז בלויז טאקע די עצם פסק פון ר' געציל וואס גיבט זיי נישט קיין מנוחה, קיינער האט זיי גארנישט געטון ביי די יעצטיגע עטרת מייזעלס סומאטוכע בלויז די פסק פון ר' געציל.

חוץ מזה געפעלט מיר ווי די זאליס זענען שוין אזוי פארפארן אז זיי קענען שוין פשוט נישט פארשטיין א אמתע מהלך, עס גייט זיי ניטאמאל אריין אין קאפ! זיי קומען נאך מיט א טענה, הלמאי ר' געציל אליין האט דאך געפסקנט אז מטאר נישט מסדר קידושין זיין און ווער יא איז א פורץ גדר און דא גייט ער צו א לוי' פון א תלמיד חכם וואס איז א פורץ גדר...... יא מיינע פריינט איר וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין, ערליכע אידן קענען זיך קריגן אין לערנען און אפילו האלטן אז יענער איז עובר אויף גאר הארבע הלכות און נאכאלס נישט האבן קיין איין רגע א פריוואטע שנאה ביי זיך און הארץ אויף יענעם! ער ווערט נישט קיין זקן ממרא און א שם רשעים ירקב, ער איז נאך אלס א חשובע איד א תלמוד חכם, און דאס איז די סימן אז מ'מיינט עס לשם שמים! ווען בית שמאי און בית הלל האבן זיך געקריגט האט אויך יעדער געהאלטן אויפן צווייטן אז יענער טרעט אויף די הלכה און איז א פורץ גדר אדער נאך ערגער, און מ'האט זיך משדך געווען צווישן זיך!!!! וואס האט יענעמס מיינונג אין הלכה צוטון מיט זיין פערזענליכקייט? פארשטייט זיך ביז ער טוט נישט בפועל אינטערברענגען די הנהגה וואס דעמאלטס דארף מען פירן א מלחמה, און אפילו דעמאלטס אויך נישט פערזענליך. די סיקריקים מיט די אקטיווע שטיצע פון די זאלי פארטיי האבן אזוי אראפגעברענגט די כבוד התורה אז זיי פארשטייען שוין ניטאמאל וויאזוי עס קען זיין אזא זאך אז אנשטאט ווארפן פאשקעווילן אויף ווער עס האלט נישט ווי מיר זאל מען זיך נאך נוהג כבוד זיין, עד כדי כך אז אויב גייט מען צו די לוי' פון די בר פלוגתא איז פשוט נישטא נאך א סיבה נאר בלויז אז ער איז אויך מודה צו אים אדער ער מיינט נישט אמתדיג זיין פסק, אז נישט וויאזוי קען זיין אז ער גייט צו זיין לוי'? ער האלט דאך פארקערט ווי מיר!

אינטערשטע שורה: די דיין וואס די רבי האט געשטעלט צו פסקענען די שאלות פאר קרית יואל מגדול ועד קטן עד כדי כך אז ווען די רבי האט זיך געפינען און קרית יואל האט ער ביים טיש זיך אריבערגעבויגן אלע עלטערע רבנים אין דיינים און געפרעגט ר' געציל - די שטאטס דיין - אויב ער האט שוין געגעסן כשיעור, די זעלבע דיין האט געפסקנט אז ס'איז דא א ערנסטע פסול אין די קידושין שלא ברשות. פון די אנדערע זייט איז דא פארשידענע אנדערע חשובע דיינים וואס האלטן אז מ'מעג יא, איז יעדע טאטע וואס גרייט זיך צו פירן זיין קינד אינטער די חופה זאל מאכן זיין באשלוס ווי וועם ער וויל אננעמען והכל על מקומו יבוא בשלום.

שושן פורים » דינסטאג יולי 20, 2021 3:44 pm

· #478008
מחלוקת אין הלכה איז איין זאך און האלטן עמיצן פאר א פורץ גדר איז א אנדערע מסכת אינגאנצן. בית שמאי ובית הלל האבן קיינמאל נישט דערקלערט דעם צווייטן אלץ פורץ גדר.

בלייבט איבער צו פארשטיין פארוואס דער דיין צו וועם די רבי האט זיך צוגעבויגן אינמיטן טיש צו מעסטן כזיתים האט זיך באטייליגט ביי א לויה אפצוגעבן כבוד פאר א פורץ גדר, חוץ אויב ער האלט נישט באמת אז יענער איז א פורץ גדר.

מיליאנער » דינסטאג יולי 20, 2021 5:08 pm

· #478009
שושן פורים
מחלוקת אין הלכה איז איין זאך און האלטן עמיצן פאר א פורץ גדר איז א אנדערע מסכת אינגאנצן. בית שמאי ובית הלל האבן קיינמאל נישט דערקלערט דעם צווייטן אלץ פורץ גדר.

בלייבט איבער צו פארשטיין פארוואס דער דיין צו וועם די רבי האט זיך צוגעבויגן אינמיטן טיש צו מעסטן כזיתים האט זיך באטייליגט ביי א לויה אפצוגעבן כבוד פאר א פורץ גדר, חוץ אויב ער האלט נישט באמת אז יענער איז א פורץ גדר.

אפשר טייטשטו מיר אפ פורץ גדר? וואס טייטשט פורץ? און וואס טייטשט גדר?

אין מיין סידור שטייט אז ווער עס שטעלט זיך נישט אויף ביי והוא רחום מאנטאג און דאנערשטאג איז א פורץ גדר... איך מיין אז דו ביסט בטעות געגאנגען פארגאנגענע וואך צו די לוי' פון א פורץ גדר...

בקיצור דו מאכסט אפ חילוקים דאס יא און דאס נישט, און דו ציעסט שוין גאנצעטע מסקנות געבויעט אויף דיינע געביידעס.... אינטערשטע שורה ר' געציל קוקט אן יעדע ערליכע איד ווי טאקע דאס, א ערליכע איד, וואס ער האט פשוט חילוקי דעות, בית שמאי און בית הלל האבן אסאך מאל געהאלטן אז דער צווייטער איז עובר אויף איסורי דאורייתא!!! נישט קיין תקנות הראשונים, נישט קיין פורץ גדרן של ראשונים, נישט קיין חומרות, נאר איסורי כריתות! און נישט נאר זיי נאר אין אלע דורות זענען געווען אזעלכע סארט מחלוקת און מ'האט זיך אייביג נוהג כבוד געווען! איך זעה עס גייט דיך נישט אריין אין קאפ...

מפיל קינד » דינסטאג יולי 20, 2021 5:45 pm

· #478010
עס גייט טאקע נישט אריין אין קאפ. נישט נאר וואס ר' געצל גייט צו די לוויות פון די פורצי גדר, נאר זיינע מענטשן פארשפרייטן די נעמען און טעלעפאן נומער פון די פורצי גדר איבער די גאסן פון שטאט.

יעדע חתן כלה פון די פורצי גדר ווערן פארשריבן מיט גאלדענע אותיות אינעם פנקס לעד ולנצח. זיי ווערן באגריסט אויף די גאסן, דאס מיינט נהגו כבוד זה לזה!

אבער די זאליס און סקרוקים פארשטייען נישט וואס ס'מיינט נוהג כבוד זיין. זיי מיינען אז פאר פורצי גדר דארף מען ווארפן פאשקעווילן. קרומע קעפ.

איך מיין אז די וועד קדושת העיר זאל צושטעלן א סערוויס פון געבן לעקציעס אויף נוהג כבוד זיין פאר די וואס פארשטייען נעבעך נישט.

גאנצל » דינסטאג יולי 20, 2021 8:41 pm

· #478011
שמעון וואלף
גאנצל
שושן פורים
גאנצל
ביז יעצט האט @שטאדעלע גארנישט אויפגעוויזן איז עס געווען א ווארט קייגען א ווארט

אבער אז ער ברענגט א ראי' דאן איז ער גערעכט

און דאס וואס ר' געציל איז עס געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' מיינט ביי מיר אז ר' געציל איז זיך סותר מיני' ובי', זיין קרעדעביליטי איז געפאלן.....

פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

איך פארשטיי נישט דו פרעגסט מיר אפ ?

ער שרייבט אז ר' געציל'ס גיין צום לוי' ווייזט אז ער האלט אים נישט פאר א פורץ גדר אדער מרבה ממזרים ווייל טאמער יא וואלט ער נישט געגאנגן. (צו ר' שלמה גורן'ס לוי' וואלט ער נישט געגאנגן). ר' געציל פארשטייט אז אן אנדערע רב האט א רעכט זיך צו קריגן און טאמער מעג ער זיך קריגן מעג און דארף זיין קהילה אים פאלגן. ר' געציל זאגט זיין פסק פאר זיין קהילה.

הה"ד הא לן והא להו

נו דאס האב איך טאקע געמיינט מיט'ן זאגן אז זיין קרעדיביליטי איז געפאלן

גאנצל » דינסטאג יולי 20, 2021 8:45 pm

· #478012
@מיליאנער אויב ס'איז אזוי ווי דו זאגסט וואלט ר' געציל אויף קיין וועג נישט געטארט צוריק האלטן דאס גיין צו חתונות

אויב האלט דער דיין אז די זאך איז זאוי הארב אז מ'דארף צוריק האלטן מענטשן פון גיין צו זייערע קרוביםס חתונה דאן וואלט ער נישט געטארט גיין צו א לוי' פון אזא איינעם

און מיט דעם וואס דער דיין איז יא געאנגען ווייזט ער פאר מיר עכפ אז די גאנצע זאך איז א זשאוק

במחילת כבוד תורתו

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 20, 2021 9:23 pm

· #478015
גאנצל: איך בין נישט מסכים מיט דיר. לפענ"ד ווייזט דאס אויף די גדלות פון דעם דיין ר' געציל שליט"א. דעם פסק הלכה וואס ער האט געגעבן אלס דיין פון די קהילה איז געווען זייער ריכטיג. אבער אין די זעלבע צייט ווייזט ער ארויס אז ער האט גרויס אפשאצונג פאר א איד א גרויסן תלמיד חכם און מרביץ תורה...!

שושן פורים » דינסטאג יולי 20, 2021 10:31 pm

· #478017
berlbalaguleh
גאנצל: איך בין נישט מסכים מיט דיר. לפענ"ד ווייזט דאס אויף די גדלות פון דעם דיין ר' געציל שליט"א. דעם פסק הלכה וואס ער האט געגעבן אלס דיין פון די קהילה איז געווען זייער ריכטיג. אבער אין די זעלבע צייט ווייזט ער ארויס אז ער האט גרויס אפשאצונג פאר א איד א גרויסן תלמיד חכם און מרביץ תורה...!

צו הרב קוק ז"ל'ס לויה וואלט ער אויך געגאנגען?

גאנצל » דינסטאג יולי 20, 2021 11:06 pm

· #478018
berlbalaguleh
גאנצל: איך בין נישט מסכים מיט דיר. לפענ"ד ווייזט דאס אויף די גדלות פון דעם דיין ר' געציל שליט"א. דעם פסק הלכה וואס ער האט געגעבן אלס דיין פון די קהילה איז געווען זייער ריכטיג. אבער אין די זעלבע צייט ווייזט ער ארויס אז ער האט גרויס אפשאצונג פאר א איד א גרויסן תלמיד חכם און מרביץ תורה...!

זאל דער דיין לאזן פאר אלע חסידים ווייזן גדלות ....

בקיצור אויב דער דיין אליין גייט צו חרדים -וואס אגב מיט דעם אנערקענט ער דעם קהלו נפרדות טענות- צו די לוי' מאכט ער פון זיין 'שטרענגע' פסק א חוכא וטלולא

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 21, 2021 1:56 am

· #478020
גאנצל
שמעון וואלף
גאנצל
שושן פורים

פארהאן צוויי ערליי הלכה'דיגע מחלוקת

א. א רב פסק'נט אויף א געוויסע שאלה איין וועג, ער פארשטייט אז אזוי קוקט איהם אויס די ריכטיגע צוגאנג, אן אנדערע רב פסק'נט אנדערש ווייל אזוי קוקט איהם אויס ריכטיג, ביידע רבנים רעספעקטירן דעם אנדערן און פארשטייען אז פונקט ווי ער האט א רעכט צו פסק'נען האט דער צווייטער אויכעט, און אוודאי האט מען נישט קיין טענות אויב דער אנדערע רב'ס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער רב'ס פסק.

ב. א רב טוט אדורך א געוויסע שאלה און עס קומט איהם אויס אז נישט נאר איז די הלכה א געוויסע וועג נאר עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, נישט נאר דאס נאר עס איז ביי איהם קיין שום ספק אז די וואס טוען אנדערש זענען פורצי גדר און זייער התנהגות קען גורם זיין אנדערע פירצות ותוצאותיו מי ישורנה, אזא רב מוז טון כל מה שביכלתו אז מענטשן אפילו נישט שומעי לקחו און אפילו זיי נעמען אן זיין בר פלוגתא'ס פסק זאלן אויכעט טאן לויט זיין פסק היות דאס איז די איינציגסטע דרך התורה.

ביי די שערוריה האט רבי געציל שליט"א נישט סתם געפסק'נט פאר זיינע מענטשן אז לויט איהם טאר מען דאס נישט טאן און די וואס רעכענען זיך מיט זיינע פסקים זאלן אזוי טאן, ניין! ער איז ארויסגעקומען מיט די אנדערע מהלך, נעמליך זיין פסק אויף די שאלה איז די איינציגסטע דעת תורה און "יעדער" מוז זיך פירן לויט דעם, הרשות בידו צו קלארשטעלן דאס וואס קומט איהם אויס על פי תורה די ריכטיגע זאך צו טאן.

אבער ווען עס קומט לגבי זיך באטייליגן ביי די לויה, אויב איז רבי געציל איבערצייגט אין זיין אייגענע פסק איז דאך יענער א פורץ גדר, וואס האט א ערליכע רב בישראל צו זוכן ביי א פורץ גדר'ס לויה? וועמען גייט אן וויפיל יענער האט געלערנט? מען טאר נישט שטיצן קיין פורץ גדר. אלא מאי, רבי געציל אליינס איז מסכים אז יענער איז געווען א רב מיט א דעת תורה וואס האט געהאט א רעכט צו פסק'נען לויט ווי עס האט אויסגעקוקט פאר יענעם די ריכטיגע וועג, איז וואס האט מען טענות ווען יענעמס נאכפאלגערס פירן זיך לויט זייער דיין'ס דעת תורה?

איך פארשטיי נישט דו פרעגסט מיר אפ ?

ער שרייבט אז ר' געציל'ס גיין צום לוי' ווייזט אז ער האלט אים נישט פאר א פורץ גדר אדער מרבה ממזרים ווייל טאמער יא וואלט ער נישט געגאנגן. (צו ר' שלמה גורן'ס לוי' וואלט ער נישט געגאנגן). ר' געציל פארשטייט אז אן אנדערע רב האט א רעכט זיך צו קריגן און טאמער מעג ער זיך קריגן מעג און דארף זיין קהילה אים פאלגן. ר' געציל זאגט זיין פסק פאר זיין קהילה.

הה"ד הא לן והא להו

נו דאס האב איך טאקע געמיינט מיט'ן זאגן אז זיין קרעדיביליטי איז געפאלן

מיטן שרייבן "הא לן והא להו" האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז ר' געציל איז א פליפ פלאפער. געמיינט האט עס אז זיין פסק איז געזאגט פאר זיין קהילה וואס האט אויפגענומען מר"א אלץ מרא דאתרא און זיי (די קהילות שנפרדו) זאלן טון ווי זייערע רבנים הייסן.

מיליאנער » מיטוואך יולי 21, 2021 10:01 am

· #478021
אזוי ווייט האלט מען שוין?! מען פארשטייט שוין נישט די חילוק פון אסר'ן צו גיין צו א חתונה שלא כהלכה ביזן גיין צו יענעמ'ס לוי'?וואס איז בכלל די דמיון? ווען האט ר' געציל געהייסן אדער אפילו געשטיצט דאס פירן א פריוואטע ברוגז מיט די פורצי גדר? ער האט אמאל געזאגט אז מען טאר נישט גיין צו זייערע אנדערע שמחות וואס זיי מאכן? אדער זייערע לויות? חס ושלום!

מען גלייכט עס נאך צו הרב קוק? איר פארשטייט נישט אז הרב קוק איז געווען א אפיקורס וואס האט געוואלט אפפארן כלל ישראל און להבדיל ר' שמעון משה איז געווען א ערליכע איד וואס האט געהאט שארפע מיינונגס פארשידענהייטן בעניני הנהגה וסידור קידושין?

ווען די רבי ז''ל איז געגאנגען צו די לוי' פון הרב קאטלער אדער געגאנגען באזוכן די מתירי והולכי לבחירות וואס האבן מכשיל געווען טויזענטער אידן מיט שלש חמורות ווי די רבי איז מברר איז ער אויך געווען א פליפ פלאפ?

יא, ר' געציל האלט אז מיט דעם וואס רש''מ האט מסדר קידושין האט ער פורץ גדר געווען, און ער איז טאקע נישט געגאנגען ווען ער האט איינמאל חתונה געמאכט אין יענעם זאל, אבער רש''מ איז קיינמאל נישט געווען קיין מחוצף ער האט קיינמאל נישט געפירט קיין מערכות, בלויז מיינונגס פארשידענהייטן איבער ענינים וואס ר' געציל האלט עס איז זייער הארב און ר' שמעון משה האט געהאלטן עס איז מותר.

און ר' געציל אנשטאט פירן א ברוגז אז ער האט זיך אריינגעפיפן אין זיין פסק, וואס יעדער פארשטייט אז אפילו ער זאל נישט מיינען ערנסט זיין אייגענע פסק וואלט פאר סתם א מענטש געבאדערט אז מען פייפט זיך אריין אין זיין פסק, און אנשטאט דעם איז ער געגאנגען צו זיין לוי'! מיט דעם האט זיך זיין קרעדיבילעטי געהויבן! מיט דעם ווייזט ער אז ער מיינט אמתדיג זיין פסק און ס'איז נישט בלויז פריוואטע נגיעות און אויב איינער פאלגט נישט ווערט ער אויפגערעגט אויף יענעם...

דאס איז די שענסטע זאך!

שושן פורים » מיטוואך יולי 21, 2021 2:53 pm

· #478040
הונדערט פראצענט, אויב די רבי ז"ל זאל ווען האבן באמת געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ממש פונקט ווי די ג' חמורות, וואלט ער נישט געגאנגען באזוכן אדער צו די לויה פון אזא איינעם, און דאס אז ער איז יא געגאנגען ווייזט אז ער האט נישט באמת געהאלטן אזוי, ער האט פשוט גענוצט א שארפע אויסדרוק צו ווייזן אז ער האלט אז די זאך איז זייער הארב.

הרב קוק איז געווען א אפיקורס וואס האט געוואלט אפפירן כלל ישראל? גיוו מי עי ברעיק .

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך יולי 21, 2021 3:06 pm

· #478043
שושן פורים
הונדערט פראצענט, אויב די רבי ז"ל זאל ווען האבן באמת געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ממש פונקט ווי די ג' חמורות, וואלט ער נישט געגאנגען באזוכן אדער צו די לויה פון אזא איינעם, און דאס אז ער איז יא געגאנגען ווייזט אז ער האט נישט באמת געהאלטן אזוי, ער האט פשוט גענוצט א שארפע אויסדרוק צו ווייזן אז ער האלט אז די זאך איז זייער הארב.

הרב קוק איז געווען א אפיקורס וואס האט געוואלט אפפירן כלל ישראל? גיוו מי עי ברעיק .

אן זאגן א מיינונג צו רב קוק איז א אפיקורס אדער אויב די רבי ז"ל זאל ווען האבן באמת געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ממש פונקט ווי די ג' חמורות, איז גוט צו זען אז די זעלבע וואס האלטן אז רב קוק איז נישט א אפיקורס און אז די רבי ז"ל האט באמת נישט געהאלטן אז זיך משתתף זיין בבחירות איז ווי די ג' חמורות, די זענן וואס האלטן אז מהר"א איז נישט רב אין קר"י

עס איז זייער פארשטענדליך די צאמשטעל

מיליאנער » מיטוואך יולי 21, 2021 3:08 pm

· #478044
.

שושן פורים » מיטוואך יולי 21, 2021 3:18 pm

· #478045
.

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 21, 2021 6:18 pm

· #478069
.

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 21, 2021 6:19 pm

· #478070
(כ'האב פשוט צוריק גענטפערט פאר "מיליאנער" און "שושן פורים" 😂 😂)

גאלד » מיטוואך יולי 21, 2021 7:09 pm

· #478085
שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 22, 2021 6:44 am

· #478149
מפיל קינד
עס גייט טאקע נישט אריין אין קאפ. נישט נאר וואס ר' געצל גייט צו די לוויות פון די פורצי גדר, נאר זיינע מענטשן פארשפרייטן די נעמען און טעלעפאן נומער פון די פורצי גדר איבער די גאסן פון שטאט.

יעדע חתן כלה פון די פורצי גדר ווערן פארשריבן מיט גאלדענע אותיות אינעם פנקס לעד ולנצח. זיי ווערן באגריסט אויף די גאסן, דאס מיינט נהגו כבוד זה לזה!

אבער די זאליס און סקרוקים פארשטייען נישט וואס ס'מיינט נוהג כבוד זיין. זיי מיינען אז פאר פורצי גדר דארף מען ווארפן פאשקעווילן. קרומע קעפ.

איך מיין אז די וועד קדושת העיר זאל צושטעלן א סערוויס פון געבן לעקציעס אויף נוהג כבוד זיין פאר די וואס פארשטייען נעבעך נישט.

און די לעקציעס וועללן שוין העלפן...?! אז איינער ווילל נישט פארשטיין וועט איהם גארנישט העלפן...!

מיליאנער » דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:04 pm

· #478159
[ציטאט אראפגענומען]

אינטרעסאנט ווען ער איז געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' האט ער נישט געטראכט פון פרנסה...?

ווער איז דעי פרנסה וואס ער האט מורא? לויט מיין אינפארמאציע איז שוין מער ווייניגער די עולם בכלל נישט אינטרעסירט אין קיין מערכה, עס איז בלויז ר' געציל וואס געט נישט אויף און פארפירט, אזויווי מ'זעט קלאר אז די ארוינים זענען שא שטיל ס'איז בלויז געווען די אסיפה ווי די דיין האט משמיע געווען דעתו.

אדרבה לאמיר הערן פון דיר ווער פונקטליך שטייט דא און מאכט זיכער אז ר' געציל פארפירט ווייטער, און עס איז בידו אוועקצונעמען זיין פרנסה? און פארוואס טוט יענער גארנישט ווייטער? ער לאזט ר' געציל אפזאגן זיין מיינונג און ער לאזט עס לויפן, ער קעשט עס נישט איין?

איך מיין אז יעדער זעט אז ר' געציל איז געגאנגען דא קעגן די ארוינישע עסטעבלישמענט, און די גאנצע רעאקציע מצד די ארוינים איז געווען איין איינציגע אסיפה ווי ר' געציל האט משמיע געווען דעת תורתו.

איז לאמיר הערן ווער דא ווייסט וואס וואלט געשען ווען ר' געציל איז ווען שטיל יעצט? ער וואלט געווארן אויס דיין? און דעמאלטס וואלטן די ארוינים געווען צופרידן אז זיי האבן מער נישט ר' געציל?

און אגב פארוואס איז ר' געציל נישט ארוסגעקומען מיט א איסור קעגן א בית המדרש וואס ווארפט זיך נישט אינטערן מרא דאתרא? איך בין זיכער ער וואלט באקומען א פעסטן רעיס פאר אזא איסור?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:49 pm

· #478172
מיליאנער: איך בין שוין (מענטללי) עקזהאוסטעד. ערשעפט, בלע"ז. ווייל מ'קייעט שוין איבער די זעלבע שטותים איבער א מיליאן מאל.

דאס וואס דער דיין ר' געציל גייט נישט ארויס מיט אן איסור אקעגן א ביהמ"ד. (יהיה מי שיהיה. אפילו די בני יואל אויב זיי רודערן נישט צופיהל ארום.). איז ווייל קרית יואל איז נישט סקווירא. דא האט מען נישט מורא פאר קאמפעטישן. מ'לאזט א יעדן איינעם אדער גרופ אויפמאכן א ביהמ"ד. דער אויסנאם איז ענייני גיטין וקידושין. און שטאטישע כשרות...!

עודך. וועקטס מיך ביטע אויף ווען דער אשכול וועט האלטן ביי 500 בלעטער... יישר כח...!

מיליאנער » דאנערשטאג יולי 22, 2021 4:19 pm

· #478176
בערל: איך ווייס אויך די ענטפער! איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט, באט נעווער מיינד...

אבער איך וויל דו זאלסט מיר שוין זאגן די נאמען פון דעם פארברעכער וואס שטייט העכער דיר מיט א רעוואלווער און צווינגט דיך אריינצוקומען אין דעם אשכול... מיין הארץ גייט אויס פאר דיר..

העכער דעי אשכול שטייט קלאר איבער וואס די נושא איז דא און יעדער וואס וויל גריבלען אין דעי נושא איז דא די פלאץ דערפאר, אויב דו פלאצט שוין קענסטו נעמען א ברעיק אזויווי איך וואס כ'האב נישט אריינגעטרעטן דא פאר פיר וואכן און יעצט בין איך צוריקגעקומען מיט אויסגערוטע אויגן און רויטע באקן...

אגב וויל איך נישט בארגן דיין פאון די מינוט ווען דעי אשכול קומט אן צו 500 בלעטער....

גאלד » דאנערשטאג יולי 22, 2021 5:00 pm

· #478178
[ציטאט אראפגענומען]

שכוח. כאב נאר געפרעגט.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 23, 2021 7:00 am

· #478231
מיליאנער
בערל: איך ווייס אויך די ענטפער! איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט, באט נעווער מיינד...

אבער איך וויל דו זאלסט מיר שוין זאגן די נאמען פון דעם פארברעכער וואס שטייט העכער דיר מיט א רעוואלווער און צווינגט דיך אריינצוקומען אין דעם אשכול... מיין הארץ גייט אויס פאר דיר..

העכער דעי אשכול שטייט קלאר איבער וואס די נושא איז דא און יעדער וואס וויל גריבלען אין דעי נושא איז דא די פלאץ דערפאר, אויב דו פלאצט שוין קענסטו נעמען א ברעיק אזויווי איך וואס כ'האב נישט אריינגעטרעטן דא פאר פיר וואכן און יעצט בין איך צוריקגעקומען מיט אויסגערוטע אויגן און רויטע באקן...

אגב וויל איך נישט בארגן דיין פאון די מינוט ווען דעי אשכול קומט אן צו 500 בלעטער....

מיליאנער: מ'קען האבן רויטע באקן פון ווערן אויסגעפאטשט...!

האמת אגיד ולא אבוש. איך בין געבוירן אונטער דעם מזל ..."ליברא"... וואגשאל. מ'זאגט (אזוי זאגן די אסטראלאגן) אז ווער ס'איז געבוירן אונטער דעם מזל האט א שטארקן סענס פאר גערעכטיגקייט. און איך קען זייער שטארק נישט דערליידן עוולות, און אומ יושר. דאס איז דער איינציגער טעם פארוואס איך בין בכלל דא. ס'נישט אז איך וואלגער מיך אונטער'ן טיש ביי מהר"א שליט"א און איך קלייב די ברעקלעך שיריים וואס פאללן ארונטער...!

מיליאנער » מאנטאג יולי 26, 2021 5:23 pm

· #478349
אין א פרישע שריט להרמת כח הקדושה וכח ההנהגה אין די גלילות פון קרית יואל האט מהר''א געשיקט א שליחות צו וויליאמסבורג וויזניצע רבי וועלכע האלט זיך אויף אין בלומינגראוו (דאכט זיך מיט די ישיבה) אז די מנהג המקום אין קרית יואל איז צו האלטן שבת ביזן זמן רבינו תם אין צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס אבער ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן עס מסדר צו זיין און דערווייל זאל מען אים לאזן ווייטער אנגיין.

חסידי מהרז''ל זענען זייער אויפגעברויזט מיטן טענה אז די אמתע מרא דאתרא וואס איז בראש פון אלע הנהגת העיר האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט און מיט דעם וואס וויזניץ שטעלט זיך צו צו מהר''א אנערקענט ער אפיציעל אז מהר''א איז מרא דאתרא.

מפיל קינד » מאנטאג יולי 26, 2021 6:43 pm

· #478352
מיליאנער
צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס

אזעלכע שקרים. קיין איין ווארט שטימט נישט.

וויזניץ ענדיגט מעריב אסאך נאכן 72. די איינציגסטע פראבלעם איז די לעכט ביים טיש פאר די תורה וואס מ'לייגט ביים 60...

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 27, 2021 1:37 am

· #478375

די ווילסט הערן די מעשה אדער ווילסטי פרעגן קשיות? בי טעם דריי נישט קיין קאפ מיט פאקטן, די מעשה איז געדריקט שווארץ אויף ווייס

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 27, 2021 6:15 am

· #478379
שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!

נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!

נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!

מיליאנער » דינסטאג יולי 27, 2021 10:02 am

· #478387
קודם כל אויף מפיל קינד'ס קשיא, מהר''א האט נישט גערעדט פון ויזניצע רבי'ס שלש סעודות אליינס, ער האט גערעדט פון דעם וואס חסידי וויזניץ פאר זיך דאווענען ביי די פערציג און טוען מלאכות בפרהסיא און א פלאץ וואס איז דא א שטאטישע קהילה און א רב וואס ביי זיי איז נאך הויעך שבת אזש די עולם גייט נאך זאגאר צו מנחה און דא זעט מען שוין אידן מיט טעלעפאנען און קארס.

וואס בעצם האט דעי פראבלעם געשטיפט רביה''ק צו פאררופן די אסיפת הרבנים און מאכן איין זמן הדה''נ און זמן מוצ''ש צוליב די גרויסע זלזול שבת און מכשולות וואס איז עלול ארויסצוקומען פון דעם.

און יעצט בערל, איך פארשטיי נישט ווי דו זעסט אין מיינע ווערטער עפעס וועגן ערבות אדער זיך זארגן פאר יענעמ'ס עבירות, דאס אלעס וואלט גוט געווען ווען ער רופט ווען אן וויזניצע רבי מוחה זיין פארוואס ביי אים אין 6 לי דאווענט מען פרי, דא איז דאך נישט געוען אזוי די מעשה בכלל, וויזניץ איז געקומען אין א פלאץ וואס איז אינטער די אויטאריטעט פון א קהילה וואס הונדערט פראצענט מענטשן דערפון האלטן נאך שבת און דא קומען אידן און זענען מחלל שבת לשיטתם (וואס איז מעגליך אפילו א פראבלעם עפ''י הלכה) און מהר''א וועלכע טראגט די אחריות פון שטאט האט פארלאנגט פון וויזניצע רבי צו פארלאנגען פון זיינע חסידים נישט צו טון קיין מלאכות בפרהסיא ביזן זמן מוצ''ש פון די גאנצע שטאט! ביי זיך אין ביהמ''ד קענען זיי טון וואס זיי ווילן אבער נישט אין גאס! וואס וויזניצע רבי האט אינגאנצן פארשטאנען.

גראדע פאר זיך האלט מהר''א זייער שטארק נישט פון די וויזניצע זמן לגבי שב''ק וואס איז א דאורייתא און מ'פארלאזט זיך אויפן גרעסטן מקיל און די צייט וואס מ'שטרענגט זיך אזוי אן אפילו אויף חומרות און מנהגים, אבער ווי געזאגט נישט דעיס איז געווען די מדובר דא.

מצפצף » דינסטאג יולי 27, 2021 10:03 am

· #478388
מפיל קינד
מיליאנער
צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס

אזעלכע שקרים. קיין איין ווארט שטימט נישט.

וויזניץ ענדיגט מעריב אסאך נאכן 72. די איינציגסטע פראבלעם איז די לעכט ביים טיש פאר די תורה וואס מ'לייגט ביים 60...

עס איז אמת אז מהר"א האט געשיקט א שליחות צו ר' יצחק יוחנן, אבער דער לעצטער האט נישט געהעריג געענטפערט, ער האט בלויז געזאגט אז ער וועט מיר זיך 'איבערטראכטן'.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 27, 2021 9:46 pm

· #478472
מיליאנער: מיט דעם זעלבן ארגומענט קענמען זאגן אז די אידן (און אפילו הרה"צ מ'וויזשניץ מאנסי זצ"ל) וועלכע האבן זיך געמישט ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט האבן געהאט קינדער וועלכע זענען געגאנגען דארט. און זיי זענען נישט געווען צופרידן מיט געוויסע זאכן פון די הנהגה...!

ס'איז דא נאך א סאך צו זאגן וועגן אט די פרשה. ואכמ"ל...!

מפיל קינד » דינסטאג יולי 27, 2021 11:57 pm

· #478479
ס'איז דא חסידי וויזניץ וואס וואוינען עמטליך אין בלומינגראוו? נישט געוואוסט.

דאכט זיך אז די וויזניצע האלטן נישט 40 פאר זמן מוצאי שבת, נאר 58 אלס תוס' שבת. דאס מיינט אז ביז מ'ענדיגט מעריב איז שוין נאכן 72.

עס איז אויך א פלא אז מהר"א איז מרא דאתרא אין בלומינגראוו. מתחילה האט ער נישט געלאזט אהינגיין וואוינען ווייל ס'דא דארט אפענע סווימינג פולס (און ער קען פארלירן וויילער אין די מאנראו וואלן...), אבער נאכדעם וואס ס'איז מצליח און מ'מופט אהין אין די מאסן, איז ער גאר מרא דאתרא דארט.... ויהי לפלא.

שבעים לשון » מיטוואך יולי 28, 2021 12:18 am

· #478481
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!

נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!

נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!

האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס. דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן.
לאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא, דברי יציב מקלויזנבורג, צו פון מהרי"י מסקווירא, מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?

שושן פורים » מיטוואך יולי 28, 2021 12:58 am

· #478486
שבעים לשון

ווייל אסאך גרויסע רבנים האבן אנגענומען די פסק פונעם ר"ת מיינט נאך נישט אז די גאונים אדער אלע אנדערע שיטות זענען אין די וועלט אריין, יעדע רב קען איינפירן ביי זיך אין קהילה וויאזוי ער וויל.

סטעגעהערטאמאסע

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 28, 2021 6:33 am

· #478515
ריכטיג: איך וועלל נישט אריינגיין אין א ויכוח בהלכה מיט דיר צוליעב דעם וואולגארן וועג ווי דו פיהרסט א דעבאטע. אבער אזויפיהל קען איך דיר יא זאגן אז דאהי, אין נ.י. האט דער סאטמאר'ע רב איינגעפיהרט צו האלטן דעם שיעור פון 72מינוט נאך די שקיעה. ואפשר להרחיב את הדיבור יותר. נאר אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט. צוליעב דיין אוממענטשליכע אויפפיהרונג (כבר ידעתי מזמן. ועכשיו ביותר.) ווילל איך אפהאקן דעם שמועס מיט דיר טאקע דא...!

מפיל קינד » מיטוואך יולי 28, 2021 6:57 am

· #478517
[ציטאט אראפגענומען]

מער ווי אין ירושלים לכאו'. טויזנטער פרומע ליטווישע וואס זענען מחמיר כשיטת הבריסקער רב, ועוד גדול"י, מרן הגר"ח, הגראי"ל שטיינמאן, הגרי"ש אלישב, ועוד.

איך האב אמאל געדאווענט אלס בחור אין סאטמאר אין ירושלים (עזרת תורה), האט מיר איינער געוויזן אויף א הויכער ליטוואק אז דאס איז א זון פון הרב שטיינמאן. ער איז מקפיד אויף שי' רבינו תם, און נאר אין סאטמאר האט ער א מנין אזוי שפעט...

שבעים לשון » מיטוואך יולי 28, 2021 9:39 am

· #478524
טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו
מרעדט פון ניו יארק און ער ווארפט אריין ירושלים בני ברק. קודם מיין איך אז די נושא פון זמן באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך עס האט מיט סידור קידושין גארנישט.

ריכטיג איך בין נישט דא אויף א פארהער, איך האף אזוי, אבער שיטת ר"ת איז נישט קיין מנהג פון סאטמאר רבי זצ"ל ווי ר' בערל האט געשריבן.
וועגן אמרי חיים איז דא א מעשה אז דער דברי יציב האט זיך פארהערט איבער די נושא מיט אים און עס איז געווען א שארפער שמועס וואס איך וויל נישט איבערשרייבן מחמת כבודו פון אמרי חיים.

אוודאי איז דא אזוינע וואס זענען געקומען פון מקומות מיט אנדערע זמנים, אבער בשעתם האבן די פוסקים פארשטאנען אז ממוז איינפירן א מנהג המקום מחמת התקלה, און כדי לשמור על קדושת השבת זאל נישט זיין נראה כשתי תורות, און נאר דער וויזניצער רבי" ז"ל האט געשטעלט אן עקשנות אין ניו יארק, נגד רוב דעות של רבנים ופוסקים מובהקים ביי יענע אסיפה. און עס איז שווער צו פארשטיין על מה ולמה.

דער פרשה פון נישט וועלן איינפירן א זמן פאר שמירת שב"ק ותוספת שבת איז חרוט לדורות אויף די מצבה פון וויזניצער רבי ז"ל? איך גלייב אז נישט.

מיליאנער » מיטוואך יולי 28, 2021 10:10 am

· #478529
מפיל קינד
ס'איז דא חסידי וויזניץ וואס וואוינען עמטליך אין בלומינגראוו? נישט געוואוסט.

דאכט זיך אז די וויזניצע האלטן נישט 40 פאר זמן מוצאי שבת, נאר 58 אלס תוס' שבת. דאס מיינט אז ביז מ'ענדיגט מעריב איז שוין נאכן 72.

עס איז אויך א פלא אז מהר"א איז מרא דאתרא אין בלומינגראוו. מתחילה האט ער נישט געלאזט אהינגיין וואוינען ווייל ס'דא דארט אפענע סווימינג פולס (און ער קען פארלירן וויילער אין די מאנראו וואלן...), אבער נאכדעם וואס ס'איז מצליח און מ'מופט אהין אין די מאסן, איז ער גאר מרא דאתרא דארט.... ויהי לפלא.

אינטרעסאנט פארוואס עס איז נישט בייגעפאלן פאר וויזניצע רבי צו ענטפערן די צוויי פשוטע תירוצים פאר מהר''א, איינס ס'איז בכלל נישט דא קיין וויזניצע אידן אין בלומינגראוו, און נאמבער צוויי קיינער טוט נישט קיין מלאכה פאר די 72, דער עולם זיצט איבער א שעה צייט ביי שלש סעודות...

זעט אויס מפיל קינד אז דו ביסט יעצט געוואר געוארן צוויי חידושים אין איין שאס....

און לגבי דיין צווייטע ליצנות, זייט וויסן אז מהר''א האט שוין באקומען פונעם ערשטן טאג נאכן הכתרה די טיטל (און פליכט) אב''ד ור''מ קרית יואל ''והגלילות'', אזויווי אלע שטאטישע רבנים אין די אלטע היים, און ער האט שוין פון די ערשטע טאג אינפארסירט תקנות דארט ובתוכם די אפענע סווימינג פאלס און איך כאפ באמת נישט פשט פון דעי ליצנות אז קודם האט ער צוריקגעהאלטן מענטשן פון גיין וואוינען דארט און יעצט זאגט ער אז ער איז מרא דאתרא, וואס האט הודו מיט כוש? ווי זעסטו פון דעם וואס ער האט צוריקגעהאלטן מענטשן פון גיין וואוינען דארט אז ער האט האט אויפגעגעבן די רבנות?

ער האט צוריקגעהאלטן מענטשן פון אהינגיין וואוינען עטליכע יאר צוריק ווען ס'איז נאכנישט געווען אזוי אנגענומען זיך ארויסצוציען פון די אלטגעזעסענע געגענטער און מהר''א האט מורא געהאט אז די אידן וואס ציען זיך ארויס דארט זוכן בלויז אראפציווארפן פון זיך די קרית יואלע עול און ס'עט זיין דארט א הפקר וועלט.

מיליאנער » מיטוואך יולי 28, 2021 10:11 am

· #478531
שושן פורים
שבעים לשון
berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!

נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!

נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!

האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס. דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן.
לאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא, דברי יציב מקלויזנבורג, צו פון מהרי"י מסקווירא, מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?

ווייל אסאך גרויסע רבנים האבן אנגענומען די פסק פונעם ר"ת מיינט נאך נישט אז די גאונים אדער אלע אנדערע שיטות זענען אין די וועלט אריין, יעדע רב קען איינפירן ביי זיך אין קהילה וויאזוי ער וויל.

סטעגעהערטאמאסע

יעדער איינער האט אלע רעכטן, ס'איז בלויז א חידוש נפלא אז אין די צייט וואס אידן זענען אזוי מקפיד אויף מנהגים אדער קבלות, און מ'לאזט זיך אפילו קאסטן אויף דעם ממון ודמים, און דא ביי שבת קודש וואס ס'איז דא אזעלכע אנגענומענע פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף האלטן שבת ס''ה נאך צען צו צוואנציג מינוט זאל מען זיך פארלאזן אויף די מקילים סתם אזוי.

מפיל קינד » מיטוואך יולי 28, 2021 10:34 am

· #478537
מיליאנער, הייסט אז ביז מ'איז אהינגעגאנגען וואוינען איז ער געווען מרא דאתרא אויף די גויים און גויטעס פון די סווימינג פולס. און אויף די קאטשקעס דארט.

יעצט ווערט אויטאמאטיש נתברר למפרע אז די אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן שלא בהסכמתו, זענען אלע אונטער זיינע לאפעס...

אגב, ביז וואו ציט זיך די גלילות? אויב גייט מען איין טאג וואוינען ביז מאנסי גייט מאנסי והגלילות אויטאמאטיש זיין אונטער אים? וואס גייט דעמאלטס זיין מיט אלע חתונות וואס מ'האט געמאכט אין מאנסי איידער די גלילות האט זיך אויסגעצויגן?

קום אריין קלאר מיט א שיעור כללי אין הלכות גלילות.