גאלד מיליאנער
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
בכלל נישט, ס'ווייטאגט מיר אזא דרשה, ס'א געפערליכע חילול השם, אז א מנהיג זאל העצן אזוי,
די ענטפער פאר דעם דארף זיין צו רעוואלטירן, און זאגן רבי לעבן, ניין ניין ניין איך וויל נישט פיינט האבן מיין ברודער, איך וויל דייקא זיין באהבה ואחוה מיט מיינע ברודער, ארונים זאלן דאווענען ביי זאלוים צו בני יואל, און זאלונים ביי ארונים, מ'זאל זיך העלפן איינעם דעם אנדערען, און לויזן די ספוילט ברעט רבי'ס אויפן דראנג!!!
א מעסעזש וואס איז ארומגעפארען
אל מול מעלת כ״ק אדמו״ר שליט״א מנהיג קהלתינו הק׳ והנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק׳ בקרית יואל יצ״ו
אחרי דרישת בשלומכם הטוב
בנוגע די דרשה וואס איז געזאגט געווארן דורך די כ״ק אדמו״ר שליט״א אין אונזער געגנט דעם מוצש״ק פרשת אחרי תשפ״ב אין די נייע ביהמ״ד סאטמאר ווערנאן, בעת אונז זענען נישט די וואס דארפן אדער טוען נעמען א מיינונג אין די פירוד לבבות וואס ברענט ליידער בקרב קרית יואל, און אונז דארפן נישט און טוען נישט נעמען א מיינונג ח״ו וואספארא דרשה עס דארף געזאגט ווערן דורכ׳ן רבי׳ן שליט״א, בנוגע די מצב און מציאות הדברים
כדאי מזאל בעסער פארשטיין אונזער ווייטאג און די ציל פון די דאזיגע שורות טוען מיר דא בהקדם מיט אייניגע ווערטער אראפלייגן די פרייעדיגע מציאות אין אונזער געגנט, בשכונותינו טוען אלע תושבי השכונה בלי שום יוצא מן הכלל לעבן מיט א געוואלדיגע אחדות און שלום, עס איז באמת צי באווינדערען ווי אלע תושבים וואס ציילט זיך ביי אריבער 500 משפחות בליעה״ר און געהערן אן צי אלע פראקציעס מקורב ומרחוק לעבן אינאיינעם ווי ״אידן״, און פון ווען די היזיגע ביהמ״ד אין די קעסקעיד דעוועלעפמענט איז געפענט געווארן פאר 16 חדשים צוריק - טראץ וואס עס איז אונטער די בעלות פון די אנדערע קהלה טוען אברכי אנ״ש זיין א גלייכע טייל אינעם ביהמ״ד אונז שפירן דארט זייער וועלקאם, די גבאי הביהמ״ד ר׳ לוי יצחק לעווי און ר׳ הירצקא האניג מאכן זיכער אז יעדע יחיד ווערט אייניג סערווירט בסבר פנים יפות, אונז באקומען זיצן און עליות מיט די פולסטע ארגענעלקייט אן קיין שום עדיעטוט, הערשט יעצט פאר פסח האבן קרוב צי 30 אנ״ש נצרכים ערהאלטן קמחא דפסחא פון די ביהמ״ד קאסע, אסאך פון אונז האלטן א נאנטע קשר מיטן די דיינים פונעם ביהמ״ד אלעס גייט דא צי בהשכל ובדעת במידה ובמשקל, אונז קענען זאגן בפה מלא זאגן אז די הנהלת הביהמ״ד גייען ארויס פון זייער וועג אז יעדע יחיד ויחיד פון די תושבי השכונה זאל זיין א אייניגע טייל - חסדי השם כי גבר עלינו, ותלמידי חכמים מרבה שלום בעולם (בעת די אנדערע געגנטער פון וויליאמסבורג ווי אונזער קהלה האבן שוהלן און זייער קהלה נישט איז די מציאות ווייט נישט אזוי והדברים ידועים ואכמ״ל)
יעצט צום ווייטאגליכע מציאות וואס האט זיך אפגעשפילט דעם מוצש״ק ביים חנוכת הבית פאר די נייע ביהמ״ד, ווי געזאגט אונז האבן נישט און דארפן נישט האבן קיין מיינונג בנוגע ענקער סוכסוך אין קרית יואל און בנוגע ווען / אויב די דרשה דארף געזאגט ווערן דאס איז נישט אונזער עסק, אונזער ווייטאג איז אבער אז דייקא ביי אונז ווי יעדער לעבט באהבה באחוה שלום ורעות ווערט געזאגט די ווערטער וואס קען שאפן ח״ו א פירוד לבבות צווישן דעם היזיגן עולם היל״ת, ובפרט אז די נייע ביהמ״ד איז נאך בזעיר אנפין בלויז פאר שבתים וימים טובים און אונזער ציבור דאווענט ווייטער בימות החול און א גרויס ציבור אויך שבתים אין די צענטראלע ביהמ״ד פון די געגנט, וויאזוי דארפן אונז פעיסן אונזערע חבירים וידידים דארט אין ביהמ״ד? וויאזוי דארפן אונז זיך טרעפן מיט די הנהלת וגבאי הביהמ״ד בלויז 2 וואכן נאכן ערהאלטן גרויסע קמחא דפסחא טשעקס פון די ביהמ״ד קאסע? וויזאוי קען די דרשה וואס פאדערט שארף אויף פון אנשי שלומינו נישט צי דאווענען אין זייערע בתי מדרשים געזאגט ווערן ווען דאס גאנצע ציבור גייט בימות החול, און א גרויס טייל אויך בשבתות וימים טובים בהכרח דאווענען ביי זיי? אז די ווערטער מוזן געזאגט ווערן וואלט געווען מער פאסיג און אין פלאץ ביי ענק אין קרית יואל ווי דאס ענין איז נוגע אויף למעשה, אדער העכסטענס בבית מדרשו פונעם רבי׳ן אויף ראדני סטריט, דאס אריינמישן אונזער ציבור דאהי אין דאס עסק ביש איז א ווייטאג און א צער פארן גאנצע ציבור אנשי שלומינו, וידינו של אנ״ש שכונת קעסקעיד מסולקת של עסק ביש מכל וכל.
החותמים בצער רב יום א׳ לסדר קדושים תשפ״ב פה שכונת קעסקעיד וויליאמסבורג
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר