☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אונזער זיידע לבן הארמי

אונזער זיידע לבן הארמי

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14921

יעקב מעקסוועל » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 3:47 pm

· #485651
אונזער זיידע לבן הארמי
לאמיר אויסשמועסן וואס מען האט געטון מיט לבן הארמי. לויט ווי מען זעט אין די תורה איז לבן געווען זייער אן ערליכער און גוטהארציגער מאן, און מען לייגט אים אראפ אין אונזערע קרייזן ווי ער וואלט געווען ווער ווייסט וואס. מען מאכט א גאנצע תורה פון די ווארט הארמי, "הרמאי", האסטו נישט באמערקט בתואל הייסט אויך הארמי? ווייסט גאנץ פדן ארם האט מען גערופן הארמי..?

די ערשטע מאל טרעפט מען לבן אין די תורה ווען אליעזר עבד אברהם קומט צו גיין צו טרעפן א כלה פאר יצחק. לבן נעמט אים אויף גאר שיין "בוא ברוך ה'..." פארוואס שטייסטו אינדרויסן, קום אריין, "אנכי פניתי הבית..." עס איז אויך דא פלאץ פאר די גמלים. אין מיינע אויגן זעט דאס אויס ווי גאר א העפליכער מאן, אבער ניין, גלייך דארף מען מפרש זיין פניתי הבית רעדט פון עבודה זרה...

נאך אליעזר לייגט אראפ די ווערטער פון אברהם אבינו, און די גאנצע עפיזאד, רופט זיך לבן אן "מה' יצא הדבר!". אפילו די היימישע אידן וואס איך קען זענען נישט אזוי שגור בשם ה', בוא ברוך ה', מה' יצא הדבר, ממש אומגלויבלעך.


און מען קען מיינען עשו "הרשע" איז געווען אזא גרויסע רשע. ער קומט אהיים אויסגעמוטשעט פון פעלד, ער פילט ווי ער גייט שטארבן ליטערעלי, און יעקב נוצט אויס די געלעגנהייט צו ארויסקוועטשן די בכורה. וואס זאל עשו טון? ער זאל שטארבן? און מען מאכט נאך לצנות "ויאכל וישת ויקם וילך..." עז איף די ווערטער זענען עפעס שלעכט.

איז נישט קיין וואונדער יצחק האט געוואלט בענטשן עשו, ער האט געטון צו דער זאך, און געטון זיין ארבעט אויף דער וועלט ווי א נארמאלע מענטש. אבער רבקה האט זיך אנגענומען פאר איר ספוילד ברעט, יעקב איז אפגעזיצן אין איר געצעלט ווי א תם, געארבעט ווי א רבי'שע, און זי זאגט אים גיי כאפ די ברכות. זי האט געדארפט קאכן און באקן אלעס, און אים נאך העלפן זיך אנטון...

די גרעסטע פלא איז, ער זאגט איך בין עשו דיין בכור, איך האב געטון וואס דו האסט מיר געהייסן, און אלע רבי'ס און חדר זענען מסביר פארוואס עס איז נישט קיין ליגנט... און איך האב געכאפט פון די זעלבע רבי'ס פאר סאך קלענערע ליגנטס. און נאכדעם לאכט מען אין חדר פון עשו'ס וויי געשריי, יעקב טוט נישט גארנישט א גאנצע טאג, ער קען אפילו נישט קאכן מער ווי א טאפ לינזען, און ער ריפעלט אפ זיין ברודער שוין צום צווייטן מאל. ווער וואלט אים נישט פיינט געהאט?


לאמיר כאפן א בליק ווען יעקב אבינו קומט אן קיין ארם נהרים. לבן הערט יעקב קומט, ער לויפט ארויס, ער נעמט אים ארום מיט א קוש, ער ברענגט אים אריין אין זיין הויז, און ער זאגט פאר יעקב "אך עצמי ובשרי אתה". און יעקב זיצט דארט אפ פאר א חודש צייט. און וואס האט מען מיר אויסגעלערנט? לבן האט אים געקושט צו טרעפן זיין געלט... קאם אן מען.

נאכדעם אפפערט לבן א דזשאב פאר יעקב, "מה משכרתך?". יעקב בעט לבן'ס טאכטער, אבער ער וויל נישט די עלטערע טאכטער ווי עס איז איינגעפירט אין פדן ארם (און אויך ביי אונז). ער וויל דווקא די אינגערע, און ער שעמט זיך נישט עס ארויסצוזאגן ברחל בתך בקטנה... לבן זאגט אוודאי וואלט איך איר געגעבן פאר דיר, און דא קומט די איינציגע עוולה וואס ער האט געטון, ער געבט לאה אנשטאט רחל. מען קען מיינען די ריזיגע עוולה דערפון, קודם כל איז עס פשוט די מנהג המקום, חוץ מזה, גלייך ווען די שבע ברכות האט זיך געענדיגט האט ער אויך באקומען רחל, סך הכל האט ער באקומען לאה אויך.

נאכדעם הייבט זיך אן די ביזנעס, יעקב טוט אלע כיטערע שטיקעס צו מאכן די שאף גיין פאר אים, און אונז געבן נאך גערעכט פאר יעקב... די מציאות איז, לבן איז געווען אן עושר און יעקב איז געקומען מיט גארנישט, פלוצלונג איז יעקב געווארן בעל הבית פון ריזיגע מחנות... און ווען לבן'ס קינדער הייבן אן צו שמועסן אז יעקב האט בא'גנב'עט זייער טאטע, לאזט ער שנעל רופן רחל און לאה אין פעלד, און ער פארציילט זיי אז זייער טאטע האט אים גאר אויסגענארט... און אז גאט האט אים געהייסן שוין צוריקצוגיין קיין א"י...


נאך אלע מעשיות ווייסט יעקב וואס ער האט אפגעטון פאר עשו, ער האט גוט מורא פון אים, און וואס טוט עשו ווען ער טרעפט אים? ער נעמט אים ארום און קושט אים! עס איז אומגלויבלעך! קען זיין וועגן דעם רופט מען אים עשו הרשע, אויב וואלט ער געווען עשו הצדיק וואלט ער זיך זיכער געשלאגן מיט זיין ברודער... און וויאזוי פארציילן די רבי'ס אין חדר? ער האט אים געוואלט בייסן און זיין ציין איז ארויסגעפאלן... נישטא ווער זאל לאכן.


עס איז צייט צו אפגעבן אביסל רעספעקט פאר אונזער חשוב'ע אבות, אונז זענען טאקע אייניקלעך פון יעקב אבינו. אבער אונז זענען אויך איינקלעך פון לבן, תרח, און לויט'ס ווייב...

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 3:59 pm

· #485653
יעקב אבינו איז אויך געווען אן ארמי, ווי ס׳שטייט אין פסוק ארמי אובד אבי - א וואנדערנדער ארמעניער איז מיין זיידע געווען.

ארי נוהם » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:16 pm

· #485656
פיין, כ'וועל נעבעך נישט ארויסקומען אזוי קלוג און אויפגעקלערט, אבער כ'וועל פארט זאגן וואס איך האלט:

האסט געשריבן א קליינקעפיגע מאניפולירנדע אשכול, וואס יעדע פונקט קען מען אויסדרייען צום פארקערטן ריכטונג און צייגן וואספארא באנדיטן עשו און לבן זענען געווען.
אבער וואס זאל מען טון אז צי שרייבן איפכא מסתברא, און בארעדן די אבות און באגריסן לבן און עשו הערט זיך שרעקליך אויפגעקלערט.


איך ווייס אז מ'קען צוריק אטאקירן אז מיטן סתם אנשרייען איינעם קומט מען אין ערגעץ נישט אן, און אנשטאט דעם זאל איך אפשרייבן א נארמאלע תגובה וואס זאל אפענטפערן זיינע א.ג. 'טענות'. אבער דאס שיינט בערך ווי דער סאטמארער וואס טענה'ט אז קיין איין היימישער גדול האט נישט ארויסגעגעבן קיין ספר אפצוענטפערן די טענות פון ספר ויואל משה. האלאו? דו מיינסט אז יעדער וואס שרייבט סיי וואס מוזן אלע נאכטאנצן דעם טאקט און 'אפענטפערן'? אין לדבר סוף.
אויב וואלט אונזער מעקסוועל געפרעגט פראגעס אויף יעקב'ס אויפפירונג, אדער זיך געוואונדערט הלמאי לבן ווערט באשריבן ווי א באנדיט, וואלט איך זיך באמיט עס צו ערקלערן. אבער ווען איינער קומט מיט אייגן געשאפענע החלטות און מאכט ליצנות פון די מהלך וואס חז"ל שרייבן, דאן איז שאנדפול זיך צוריקצו'טענה'ן, ואין לי אלא ארויסצוברענגען אנטריסטונג.


וויי פאר קאווע שטיבל אז אנשטאט אדורכטון א טעמע ווי עס דארף צו זיין, אזויווי ק"ש עטליכע יאר צוריק אין די "זיבן זאטע יארן", קומען אפאר זעלבסט-דערקלערטע אויבער חכמים און האקן אין טשייניק אבי צו קענען זאגן "פארקערט".

yn.NY » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:17 pm

· #485657
רביה''ק זי''ע
יעקב אבינו איז אויך געווען אן ארמי, ווי ס׳שטייט אין פסוק ארמי אובד אבי - א וואנדערנדער ארמי איז מיין זיידע געווען.

אברהם אבינו איז אויך געווען אן "ארמי": צובראכן דעם טאטנ'ס עבודה זרה'ס, און אריינגעשטעלט די האק און די גרויסער'ס הענט...

אונז האב'ן רמאות אין די בלוט 😉

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:18 pm

· #485658
ארי נוהם
פיין, כ'וועל נעבעך נישט ארויסקומען אזוי קלוג און אויפגעקלערט, אבער כ'וועל פארט זאגן וואס איך האלט:

האסט געשריבן א קליינקעפיגע מאניפולירנדע אשכול, וואס יעדע פונקט קען מען אויסדרייען צום פארקערטן ריכטונג און צייגן וואספארא באנדיטן עשו און לבן זענען געווען.
אבער וואס זאל מען טון אז צי שרייבן איפכא מסתברא, און בארעדן די אבות און באגריסן לבן און עשו הערט זיך שרעקליך אויפגעקלערט.


איך ווייס אז מ'קען צוריק אטאקירן אז מיטן סתם אנשרייען איינעם קומט מען אין ערגעץ נישט אן, און אנשטאט דעם זאל איך אפשרייבן א נארמאלע תגובה וואס זאל אפענטפערן זיינע א.ג. 'טענות'. אבער דאס שיינט בערך ווי דער סאטמארער וואס טענה'ט אז קיין איין היימישער גדול האט נישט ארויסגעגעבן קיין ספר אפצוענטפערן די טענות פון ספר ויואל משה. האלאו? דו מיינסט אז יעדער וואס שרייבט סיי וואס מוזן אלע נאכטאנצן דעם טאקט און 'אפענטפערן'? אין לדבר סוף.
אויב וואלט אונזער מעקסוועל געפרעגט פראגעס אויף יעקב'ס אויפפירונג, אדער זיך געוואונדערט הלמאי לבן ווערט באשריבן ווי א באנדיט, וואלט איך זיך באמיט עס צו ערקלערן. אבער ווען איינער קומט מיט אייגן געשאפענע החלטות און מאכט ליצנות פון די מהלך וואס חז"ל שרייבן, דאן איז שאנדפול זיך צוריקצו'טענה'ן, ואין לי אלא ארויסצוברענגען אנטריסטונג.


וויי פאר קאווע שטיבל אז אנשטאט אדורכטון א טעמע ווי עס דארף צו זיין, אזויווי ק"ש עטליכע יאר צוריק אין די "זיבן זאטע יארן", קומען אפאר זעלבסט-דערקלערטע אויבער חכמים און האקן אין טשייניק אבי צו קענען זאגן "פארקערט".


פאר א סיבה האט ער עס געשריבען אין קאווע שטיבל, און נישט אין תורה ומדע.

אלבערט איינשטיין » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:28 pm

· #485660
Re: אונזער זיידע לבן הארמי
די אנגענומענע מיינונג אויף גוגל ווער לבן הארמי איז.
אינטערסאנט נאר אז לבן און בתואל און תרח זענען פון די איינצעלנע פון די זיידעס וואס קוקען אויס ווי אזוי אונז האבן אין די מסורה.
אברהם יצחק ויעקב זעהן אויס אינגאנצן אנדערש


Sent from my SM-T727U using Tapatalk

אלבערט איינשטיין » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:30 pm

· #485661
Re: אונזער זיידע לבן הארמי
אלבערט איינשטיין
די אנגענומענע מיינונג אויף גוגל ווער לבן הארמי איז.
אינטערסאנט נאר אז לבן און בתואל און תרח זענען פון די איינצעלנע פון די זיידעס וואס קוקען אויס ווי אזוי אונז האבן אין די מסורה.
אברהם יצחק ויעקב זעהן אויס אינגאנצן אנדערש


Sent from my SM-T727U using Tapatalk
גראדע איך ווייס נישט פארוואס אבער הינטער מיין מיינד ליגט מיר אין קאפ אז תרח איז געגאנגען מיט א האמבוגאר היטל מיט א שניפסל און אנגעקומען די ערשטע צו די נעפיוס בר מצוה. נאך פאר די משפחה

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

מי אני » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:59 pm

· #485665
פּראפעסאר נעמי גרץ איז מסביר אז דאס וואס חז"ל האבן פארוואנדעלט לבן אין צו א ווילעין (פי כמה) מער ווי דאס וואס איז משמע אין פסוק, איז מכח א צווייפאכיגע סיבה: צו מחפה זיין אויף און אוועקשטופן דאס וואס עס איז טאקע משמע אין פסוק אז יעקב אבינו האט זיך געפירט ברמאות וכו', און כדי צו דערווייטערן עם ישראל פון עם ארם וואס ביידע זענען געווען אין פּאראלעל וכו' און וואלטן ווען געקענט פאררעכענט ווערן ווי איינס.

תוהו ובוהו » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:37 pm

· #485778
Re: אונזער זיידע לבן הארמי
ווי שוין אמאל געשריבן דא אין שטיבל, טרעפט מען אין חז''ל כסדר דאס דרייוו פון מאכן א שווארצע ליסטע וואס אלע דארט טוהן אלעס במחשבה ובמעשה פאר שלעכטס, און אין יעדע גוטע צו נייטראלע זאך וואס ווערט דערמאנט אין פסוק ליגט באמת א טיפערע כוונה אויף שלעכטס..

און א ווייסע ליסטע וואס זיי זענען צדיקים און זינדיגן קיינמאל, ניטאמאל מיט וואס עס שטייט קלאר אין פסוק (כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, להורות תשובה לרבים, בלבל יצועי אביו וכו')

און אזוי טרעף מיר זיך כמעט אנע נייטראלע כאראקטערן אין תנ''ך, אדער האסטו עס אריינגעמאכט אינעם ווייסן קאלום ווי יתרו, ממרא וחבריהם, אדער טרעפסטו דיך אינעם שווארצן קאלום ווי פוטיפר, עשיו, ישמעאל, לבן, לוט, וואס זינדיגן אין יעדע געלעגענהייט.

די סיבה דערצו האב איך אייביג אנגעקוקט מער אלס אזא קריעיטיוו ארט, פון אויפטרעפן שלעכטע און גוטע כוונות אין יעדע דמות מקראית. (ספעציפיש דא ביי לבן איז מעגליך די סיבה, צו פארענטפערן יעקב ווי נעמי גרץ שרייבט).
מי אני

און כדי צו דערווייטערן עם ישראל פון עם ארם וואס ביידע זענען געווען אין פּאראלעל וכו' און וואלטן ווען געקענט פאררעכענט ווערן ווי איינס.

איז דען בימי חז''ל נאך געווען גילטיג אזא חשש?

יעקב מעקסוועל » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:45 pm

· #485788
ארי נוהם
ווען איינער קומט מיט אייגן געשאפענע החלטות און מאכט ליצנות פון די מהלך וואס חז"ל שרייבן, דאן איז שאנדפול זיך צוריקצו'טענה'ן, ואין לי אלא ארויסצוברענגען אנטריסטונג.

איך בין נישט געקומען צו אפווענדן קיינעם, און עס פעלט נישט אויס זיך צוריקצו'טענה'ן. איך האב סאך הכל געשריבן אן ארטיקל בדרך צחות, און דערמיט ארויסגעברענגט עטליכע נקודות. מעגסט זיין מחולק מיט די נקודות, און דו מעגסט אויך זיין מחולק מיט די סטייעל פון די ארטיקל. לדעתי איז עס נישט קיין סאך אנדערש אין סטייעל ווי דיין ארטיקל דא.

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:12 pm

· #485791
ערשטע זאך וואס דו טוסט אנטקעגן די מעינסטריעם איז אז דו זאגסט אנשטאטס "די פעטער לבן" ווי סאיז נהוג צו זאגן זאגסטע די זיידע לבן

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:28 pm

· #485792
יעקב מעקסוועל: מיין פערספעקטיוו איבער לבן הארמי איז אז ער איז טאקע געווען זייער העפליך צו אליעזר עבד אברהם. און יארן שפטער אויך צו יעקב אבינו. אז ער איז געווען א גוטער ביזנעסמאן. און ער האט פארשטאנען צו פאבליק רילעישנס. און ער האט געוואוסט וואו צו מאכן א גוטן אינוועסמענט. אזוי ווי א סאך רבנים און רעבעס טוען היינט צו טאג. ביי אליעזר האט ער פארשטאנען אז ווען ער איז געקומען מיט א שליחות פון אברהם אבינו האט ער זיכער מיטגעברענגט א סאך גאלדענע צירונג. אויך געלט. נאר ביי יעקב האט ער געמאכט א שטיקל טעות. ער האט (נעבעך) געמיינט אז יעקב אבינו האט מיט זיך א גרויס פארמעגן. אדער לכה"פ קעש. ניין. אמעריקען עקספרעס איז נאך דאמאלס נישט געווען. ווייל אויב יא. וואלט נישט געווען קיין פראבלעם אז אליפז, דער זון פון עשיו האט איהם בארויבט...!

חקרן » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 12:11 am

· #485808
אויב שוין תמים, איז יצחק געווען א סוג תמים וואס מ'האט געקענט טון מיט אים וואס מען האט געוואלט.

צווישן אברהם און שרה זעט מען געשפרעכן, אפילו ליבליכע. דאס זעלבע צווישן יעקב מיט זיינע ווייבער. יצחק, זעט מען כמעט נישט אז ער האט עפעס גערעדט מיט זיין ווייב. דאס איינציגסטע מאל איז געווען, ווען זי האט אים פארדרייט א קאפ מיטן זאגן, קצתי בחיי מפני בנות חת. יעקב האט געהאט צו טון מיט זיין ברודער עשיו'ן, און ער האט געמוזט אנטלויפן פון אים. רבקה ראט יעקב'ן צו אנטלויפן און זאגט אים פונקטליך וואו צו גיין. דערנאך קומט זי צו איר מאן, און האקט אים א טשייניק מיט א קצתי בחיי... און יצחק, וואונשט נאך אזוי ווארעם אן...

בכלל, רבקה מאנאווערט איר מאן אויף כח. דא הייסט זי דעם זוהן אויספאפן דעם אלטן טאטע'ן, און זיך מאכן פארן עלטערן ברודער, דאן ארבעט מען מיט אים מיט א קצתי בחיי... אויסער דעם זעט מען נישט קיין נארמאלע שמועסן צווישן יצחק מיט רבקה.

אויך דער בתואל זיידע, האט געליטן אויף אלסהיימערס. ווען אליעזר איז געקומען פארהאנדלען מיט די משפחה אויף א שידוך פאר יצחק'ן, איז דער טאטע בתואל געזעצן דארט ביים טיש, אינאיינעם מיטן זוהן לבנ'ן, אבער בתואל האט נישט ארויסגערעדט פון מויל א ווארט, געזעצן דארט ווי א טויטער און זיך אומגעקוקט, לבן האט געפירט דאס גאנצע געשעפט. שפעטער ווען דער פסוק דערציילט ווער דאס איז געווען רבקה, זאגט דער פסוק, "רבקה בת בתואל, אחות לבן הארמי" - בת בתואל איז נישט גענוג, ער איז געווען אן אלטער זאטער, א קאקער, דער עיקר סימן איז "אחות לבן", ער האט זיך געפארט דארט.

תרמב » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:32 am

· #485852
ר’ מעקסוועל דו מאכסט אזוי קליין די איין עוולה וואס לבן האט געטון, וואס הייסט לבן האט זיך אריינגעמישט אין איינעמס אהבה? יעקב האט דירעקט ענדערש ליב געהאט רחל, און לבן איז געגאנגען און ארויפגעצווינגען א שידוך אויף יעקב, ממש אזוי פארדארבן ווי די היינטיגע צייטן מיט די ארעינזשד שידוכים, די עיקר איז די מחותנים מעטשן, הא קעירס וואס די חתן וויל.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:39 am

· #485854
תרמב: איך ווייס נישט וועגן לבן. אבער די היינטיגע בעלי מאכערס זענען זיכער שולדיג אין דעם...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 12:40 am

· #485998
לגבי וואס כ׳האב אויבן געשריבן אז די תורה רופט יעקב אבינו ארמי אובד האב איך פריער נאכגעקוקט אין רש״י זעה איך אז ער לערנט פשט ווי דער מדרש אז ארמי מיינט מען לבנ׳ען טאקע, פארשטייט זיך אבער אז ס׳איז פונקט גוט פאר א מדרש און על פי פשט האט עס נישט קיין הענט און קיין פיס ווי אלע ראשונים אויפ׳ן פלאץ זענען מסביר. א פלא איז מיר אבער געווען דער רשב״ם וואס זאגט אז דער ארמי אובד מיינט מען אברהם, דאס ווייס איך ניטאמאל ווי צו פארדייען ווייל די המשך פונעם פסוק קלעבט נישט אפילו מיט קרעיזי גלו.

תוהו ובוהו » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 1:02 am

· #486000
רביה''ק זי''ע
א פלא איז מיר אבער געווען דער רשב״ם וואס זאגט אז דער ארמי אובד מיינט מען אברהם, דאס ווייס איך ניטאמאל ווי צו פארדייען ווייל די המשך פונעם פסוק קלעבט נישט אפילו מיט קרעיזי גלו.

וואס ס'שטופט אים צו לערנען אזוי איז קלאר, ווייל אים שטערט סיי דעם 'ארמי' וואס שטימט נאר אויף אברהם, ווייל יעקב איז דאך נישט קיין ארמי (וואס שטערט טאקע פארן אב"ע אויכעט), און סיי דעם 'אובד' וואס דער אב"ע מוז טייטשן "עני בלא ממון", און ער טייטשט פשוט "אן ארמעניער עקזייעל".

לגבי דעם המשך הפסוק דארף מען מסתמא לערנען, אז זינט מ'באציעט זיך צו אברהם מיט 'אבי' און ס'שטייט נישט קלאר אברהם, פאסט צו רעדן ווייטער פון "אבי שירד מצרימה" על אף דאס איז שוין יעקב, כאילו ס'וואלט געשטאנען "אבי היה ארמי אובד, ואבי גם ירד מצרימה" ודו"ק

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 5:01 pm

· #486141
‏דא שרייבט דר. בּערי דוב וואלפיש אז חז״ל האבן מפרש געווען און האמילעטיקעלי אויסגעטייטשט עשו, וואס איז בעצם מהפסוקים גרידא א נייטראלע כאראקטער, אלס א שלעכטע כאראקטער, וויבאלד די אנטאגאניסטישע שכן אדום, צו וועמען די פסוקים געבן אָן די יחוס צו עשו, איז מעיקרא בעת בית ראשון אלס געווען מער-ווייניגער אויף א שוואכערע שטאנד לעומת/ביחס צו א״י און זיך ארויפגעהויבן נאכ׳ן חורבן און געווארן שטערקער וכו׳ בעת בית שני, ועכ״כ אז הודרוס, וועמען די פאלק האט געהאסט, האט געשטאמט פון זיי. דערנאך ווען הודרוס האט געמאכט א יד אחת מיט די רומיים האט מען שוין צאמגעשטעלט ״אדום = רוים״; דאס האט זיך נאר פארשטערקערט מיט די האס וואס מען האט געהאט צו די רומיים אלס זייער אונטערדרוקונג און הריגות פון אידן. דערפאר האט מען ארויפגעשטעלט ווי מער א נעגאטיוון ליכט אויף עשו וועלכעס איז פון וועמען אדום (אָנגעבליך) שטאמט.

דערנאך ווען מלכות רומי האט אָנגענומען די קריסטליכע רעליגיע האט עשו דאס אויך אָנגעהויבן סימבאליזירן. דאס איז די סיבה פארוואס רש״י איז מפרש עשו אין ווי מער א נעגאטיוון ליכט.

מיין אמת » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 2:35 am

· #486437
Re: אונזער זיידע לבן הארמי
וועגען דעיס אז עס זעיט אויס ווי חז''ל זאלן נעמען א נייוטראלע מענטש פון די תורה אין אריינלייגען א נעגעטיווע נעראטיוו ווי עשו, לבן, וכדו' .
די וואך בליקענדיג אין פרשת תולדות האט מיך עס געווינדערט ווי אזוי א מענטש וואס פאנגט חיות צו עסן ווערט אראפגעלייגט דארך חז''ל אין אזא שלעכטע ליכט vs איינער וואס זיצט אין גצעלטען און פאשעט שאף, אבער וואס איך האב נאכדעים באמערקט איז אז ווען סקומט צו ריינקייט און אמת'דיגקייט זעיט מען שוין יא אין די תורה אליין א חילוק בין יעקב לעשו, סא בעיסיקלי נעמען חז''ל א מענטש וואס איז נישט ריין אין אמת'דיג אין זיך אין לייגען עס אריין אין אלע זיינע מעשים אויף א אנזעיעדיגע פארנעם על דרך ןיאכל- אן א ברכה וילך-נישט געקושט די מזוזה, ס'איז ארויס צי ברענגען און א פשוטע פארנעם וואס ס'דערהערט זיך אין די תורה ווער זיי זענען געווען אין ס'שוין נישט נוגע צו יעקב איז א יושב בשם ועבר ליושב אהל ומקנה אין צו עשו האט געפרעגט היאך מעשרים את המלח וכדו'

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

צקון לחש » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 1:16 pm

· #486454
(@חקרן געדענק אז יצחק האט מצחק געווען מיט רבקה ביי אן אפענע פענסטער...)

זרחי » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 4:04 am

· #486508
א

ליב צו וויסן » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:00 am

· #486509
זרחי
אזוי פיל שטותים - שוין אפגעזען אפיקורסות - האב איך נאך נישט געזען. אבער אויב שוין פשוטו של מקרא וואס איז מיט די פסוק "השמר לך מדבר עם יעקב מטוב ועד רע" ? און וואס איז מיט וואס ס'שטייט אין די הפטורה "ואת עשו שנאתי" ?


דאס אז דו האסט נישט ליב דעם דערהער מאכט עס נאכנישט פאר קיין שטותים...
ווען דו גייסט צו די ארבעט היינט זעץ זיך אוועק מיטן דזשעניטאר און ליין אים פאר די אלע פסוקים -פון די ערשטע מאל וואס מען דערמאנט לבן'ן ביזן לעצטן- אבער פשוט עברי-טייטש, אן קיין רש"י און אן די מינדענסטע פשט...
ווען דו ענדיגסט גיב אים א פרעג, "ווער איז די Villain דא?"

די ענטפער קען דיך סורפרייזן..
(נישט אז ס'איז זיכער אז נאר יעקב וועט ווערן א Villain... ס'איז אבער אויך בכלל נישט זיכער אז "נאר" לבן וועט זיין)

זרחי » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:07 am

· #486510
[

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:32 am

· #486512
זרחי
אזוי פיל שטותים - שוין אפגעזען אפיקורסות - האב איך נאך נישט געזען. אבער אויב שוין פשוטו של מקרא וואס איז מיט די פסוק "השמר לך מדבר עם יעקב מטוב ועד רע" ? און וואס איז מיט וואס ס'שטייט אין די הפטורה "ואת עשו שנאתי" ?

די ״טוב ועד רע״ ביי לבן איז נישט קיין געהעריגע ראיה לרשעתו. די פשטנים דארט [אבן עזרא, ספורנו, רמב״ן] זענען מפרש אז דאס איז פשוט אז לבן זאל נישט איבעררעדן יעקב זיך צוריקצוקערן מיט אים נישט מיט׳ן צוזאגן גוטס און נישט מיט סטראשענען.

ולגבי ״ואת עשו שנאתי״ איז דאך מלאכי געשריבן געווארן (לכו״ע) שוין לאחר החורבן הראשון וואס מ׳איז שוין דאן געווען (גאר) ברוגז אויף די בני אדום וכנ״ל בדברי דר. וואלפיש (וכתהלים מזמור קלז). (און די חוקרים נעמען אויך אָן אז עובדיה איז געשריבן געווארן באותו תקופה און דערפאר איז דארט דא ענליכע סענטימענטן. און אפילו טאמער פריער איז עס ווייל מ׳איז געווען ברוגז אויף זיי וואס זיי האבן מורד געווען בשעת מלכותו של יהורם (מלכים ב ח כב) ואפילו מיטגעהאלפן מיט אינוואדירער.)

זרחי » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:00 am

· #486516
ן

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:16 am

· #486517
דער אבן עזרא שרייבט דארט ״ובא השם [אל לבן] לכבוד יעקב״ ע״ש. אזוי שרייבט דארט דער רמב״ן אויך אז ס׳איז געווען ״לכבוד הצדיק״ ע״ש. עכ״פ זעהט מען ווייטער נישט דערפון אז הקב״ה איז געווען ״ברוגז״ אויף לבן; נאר אים מודיע צו זיין אז ״כי אני צויתיו לשוב אל ארצו״ [רמב״ן]. מען זעהט טאקע יא דערפון כבודו של יעקב (אבער דאס הא׳מיר שוין פריער אין פרשה ביי חלומו).

ובנוגע מלאכי איז דאס ווען ס׳איז געשריבן געווארן און די היסטארישע קאנטעקסט קען יא לכאורה צוגעבן צו הבנת הפשט בדבר הנביא וה׳. והיינו, אז פון די פסוקים גרידא קען די ״ואת עשו שנאתי״ (און אזוי אויך דעם ״ואהב את יעקב״) ארויפגיין און זיך באציהען אויף עם עשו [עם אדום] (ועם יעקב [עם ישראל]). (פון די פשטנים דארט איז אבער יא משמע אז זיי פארשטייען אז עס גייט ארויף אויף עשו (און יעקב) אליין אויך.)

זרחי » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:39 am

· #486518
ד

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:51 am

· #486519
נאכאמאל. ״התגלות אל לבן לכבוד יעקב״ באדייט נישט אז הקב״ה איז געווען ״ברוגז״ אויף לבן אדער אז ער איז געווען א רשע. עס באדייט, צום מערסטענסט, אז לבן איז נישט געווען ראוי לנבואה מעצמו (און פון א תושבע״פ פּערספּעקטיוו לגבי זיין זיין ראוי לנבואה עיין בסנהדרין קה.); נישט אז ער איז דוקא א ״רשע״. ועכ״פ בלייבן מיר אז מפשוטו של מקרא, און פון די פסוק, זעהט מען דאס נישט.

פון פשטות הכתובים זעהט מער אויס, ולפי פירושי הראשונים, אז ער׳ט אים געוואלט צוריקערן וכנ״ל. און אז דו ווילסט דאס צאמשטעלן מיט מלאכי קען מען טענה׳ן עפ״י פשוטו אז דאס אז הקב״ה נעמט זיך אָן פאר יעקב איז ל״ד וועגן ער איז ״גערעכט״ דא, נאר ווייל ״ואהב את יעקב״… 😉 הקב״ה זאגט נישט [אין פסוק] אז יעקב איז ״גערעכט״, ואפילו הפשטנים הראשונים זאגן נאר אז ער איז גערעכט אין דעם מיט׳ן זיך אומקערן אויף א״י שהוא עפ״י ציווי ה׳.

‏פון דע מה שתשוב ל״אפיקורוס״, גראדע עפעס וואס שטייט אויך אין תושבע״פ (אבות ב יד), איז דאס גאנץ ווייט, וואו די דיון איז איבער פשוטו של מקרא.

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 4, 2021 7:37 pm

· #487281
מי אני
ובנוגע מלאכי איז דאס ווען ס׳איז געשריבן געווארן און די היסטארישע קאנטעקסט קען יא לכאורה צוגעבן צו הבנת הפשט בדבר הנביא וה׳. והיינו, אז פון די פסוקים גרידא קען די ״ואת עשו שנאתי״ (און אזוי אויך דעם ״ואהב את יעקב״) ארויפגיין און זיך באציהען אויף עם עשו [עם אדום] (ועם יעקב [עם ישראל]). (פון די פשטנים דארט איז אבער יא משמע אז זיי פארשטייען אז עס גייט ארויף אויף עשו (און יעקב) אליין אויך.)

📎 4D4083DA-375C-432A-8475-FDD30272E899.jpeg
דאס שרייבט דר. דזשעימס קוגל לגבי די פסוקים. ער גייט טאקע מיט די מהלך אז עס איז א סקימעטיק נערעטיוו, והיינו אז די כאראקטערן אין די מעשיות זענען (בדרך כלל) נישט ״אויסגעפלעשט״ ווייל עס דארף צו באדייטן אן עטיעלאגיע פאר די ליינערס/צוהערערס וכו׳ אין די תקופה וואס עס איז געשריבן געווארן וכו׳, והיינו פארוואס זאכן אין זייער תקופה איז אזוי ווי עס איז, און דאס איז דאדורכן מאכן די כאראקטער א סטיריאָטייפּ פון די וואס שטאמען פון אים. און עשו, פון וועמען די בני אדום אָנגעבליך שטאמען, איז טאקע א dumb brute, אבער ל״ד ״רשע״.

אבער מאידך גיסא לגבי לבן שרייבט ער:
📎 6DCB3248-18EA-4BF3-A882-3442B3258CB2.jpeg

מי אני » דינסטאג יאנואר 18, 2022 9:06 am

· #491927
📎 C37BE15C-4787-4E9C-AA04-668381A00CCF.jpeg

מי אני » דינסטאג אקטאבער 25, 2022 4:18 pm

· #510643
דר. קריסטיִן העיס זאגט אין די לעקציע לגבי misconceptions ווי אזוי מ'באטראכט תנ"ך:
Biblical narratives are not pious parables about saints. Okay? Not pious tales. They're psychologically real literature about very real or realistic people and life situations. They're not stories about pious people whose actions are always exemplary and whose lives should be models for our own, despite what Sunday School curricula will often turn them into. And despite what they would have us believe. There is a genre of literature that details the lives of saints, Hagiography, but that came later and is largely something we find in the Christian era. It's not found in the Bible. The Bible abounds with human not superhuman beings, and their behavior can be scandalous. It can be violent, it can be rebellious, outrageous, lewd, vicious. But at the same time, like real people, they can turn around and act in a way that is loyal and true above and beyond the call of duty. They can change, they can grow

But it's interesting to me that there are many people who, when they open the Bible for the first time, they close it in shock and disgust. Jacob is a deceiver; Joseph is an arrogant, spoiled brat; Judah reneges on his obligations to his daughter-in-law and goes off and sleeps with a prostitute. Who are these people? Why are they in the Bible? And the shock comes from the expectation that the heroes of the Bible are somehow being held up as perfect people. That's just not a claim that's made by the Bible itself

So biblical characters are real people with real, compelling moral conflicts and ambitions and desires, and they can act shortsightedly and selfishly. But they can also, like real people, learn and grow and change; and if we work too hard and too quickly to vindicate biblical characters just because they're in the Bible, then we miss all the good stuff. We miss all of the moral sophistication, the deep psychological insights that have made these stories of such timeless interest

So read it like you would read any good book with a really good author who knows how to make some really interesting characters
ועיין כאן. ‏אין אָנהויב פון די לעקציע ברענגט זי צו פון דר. נחום סאַרנאַ אז די מעשיות פון די אבות זענען יא עפעס היסטאריש ומכח ענליך צו דעם טעם: אויב איז עס געשריבן/פארפאסט געווארן בתקופת ישראל על אדמתן וואלטן זיי ווען געוואלט אז אברהם אבינו און די אבות זאלן נישט זיין מעיקרא קיין גרים אינעם לאנד. ווי אויך וואלטן זיי נישט געמאכט יעקב אבינו׳ס ווייבער שתי אחיות וואס איז שוין געווען אסור. וכדומה. זי ברענגט אבער אויך צו חולקים אויף דעם.

אין די לעקציע זאגט זי אויך ענליך לגבי משה והמעשה של יציאת מצרים.


ולגבי דעם דאקומענטערי היפאטעזיע בכלליות זאגט זי אין די לעקציע [22:15-24:45]:
It needs to be remembered that the documentary hypothesis is only a hypothesis. An important and a useful one, and I certainly have used it myself. But none of the sources posited by critical scholars has been found independently: we have no copy of J, we have no copy of E we have no copy of P by itself, or D by itself. So these reconstructions are based on guesses. Some of them are excellent, excellent guesses, very well supported by evidence, but some of them are not. Some of the criteria invoked for separating the sources are truly arbitrary, and extraordinarily subjective. They are sometimes based on all sorts of unfounded assumptions about the way texts were composed in antiquity, and the more that we learn about how texts in antiquity were composed, we realize that it's perhaps not unusual for a text to use two different terms for the same thing within one story, since we find texts in the sixteenth, seventeenth century BCE on one tablet using two different terms to connote the same thing. So the criteria that are invoked for separating sources often ignore the literary conventions of antiquity, and the more that we learn about that the better able we are to understand the way the biblical text was composed. Repetition isn't always a sign of dual sources; it often servers a rhetorical function. Variant terms aren't always a sign of dual sources; they may have a literary or aesthetic function

So most biblical scholars today do accept some version of Wellhausen's theory - yes we feel the Bible is composed of different sources. We don't always have tremendous confidence, though, in some of the finer details and conclusions of his work and the work of other scholars who followed after him. Some doubt the existence of E altogether - it is so fragmentary and so isolated. Others defend the antiquity of P. Others argue that everything is post-exilic, everything's after the fifth century. It was written in the fourth, third century in the Persian period. None of it comes from an older period. Scandinavian scholars, they're not enthusiastic about source criticism at all. The whole Copenhagen School of Bible scholarship prefers - many of them prefer - to see the Bible as basically an oral narrative that just grew through accretion over time

So I did assign readings in the documentary hypothesis - it's extraordinarily important - but you do need to understand that it is one hypothesis, a major and controlling hypothesis out there, but it's not without criticism
עס איז מן הראוי לציין צו וואס דער פילאזאף גאטהאלד אפרים לעסינג האט געזאגט אז ארגומענטן קעגן דעם בוכשטעבליכן זין בתנ״ך וכדומה זענען ל״ד ארגומענטן קעגן דעם גייסט פון רעליגיע.

אלפא » מוצ"ש אקטאבער 21, 2023 4:54 pm

· #537991
Re: אונזער זיידע לבן הארמי
תוהו ובוהו #
ווי שוין אמאל געשריבן דא אין שטיבל, טרעפט מען אין חז''ל כסדר דאס דרייוו פון מאכן א שווארצע ליסטע וואס אלע דארט טוהן אלעס במחשבה ובמעשה פאר שלעכטס, און אין יעדע גוטע צו נייטראלע זאך וואס ווערט דערמאנט אין פסוק ליגט באמת א טיפערע כוונה אויף שלעכטס..

און א ווייסע ליסטע וואס זיי זענען צדיקים און זינדיגן קיינמאל, ניטאמאל מיט וואס עס שטייט קלאר אין פסוק (כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, להורות תשובה לרבים, בלבל יצועי אביו וכו')

און אזוי טרעף מיר זיך כמעט אנע נייטראלע כאראקטערן אין תנ''ך, אדער האסטו עס אריינגעמאכט אינעם ווייסן קאלום ווי יתרו, ממרא וחבריהם, אדער טרעפסטו דיך אינעם שווארצן קאלום ווי פוטיפר, עשיו, ישמעאל, לבן, לוט, וואס זינדיגן אין יעדע געלעגענהייט.

די סיבה דערצו האב איך אייביג אנגעקוקט מער אלס אזא קריעיטיוו ארט, פון אויפטרעפן שלעכטע און גוטע כוונות אין יעדע דמות מקראית. (ספעציפיש דא ביי לבן איז מעגליך די סיבה, צו פארענטפערן יעקב ווי נעמי גרץ שרייבט).
מי אני
און כדי צו דערווייטערן עם ישראל פון עם ארם וואס ביידע זענען געווען אין פּאראלעל וכו' און וואלטן ווען געקענט פאררעכענט ווערן ווי איינס.
איז דען בימי חז''ל נאך געווען גילטיג אזא חשש?
עס שטומט מיט דעם וואס אידישקייט איז געפארן אויף א רייזע פון קינדערישקייט ביזן ווערן אלס מער און מער ערוואקסן במחשבה ובמעשה, און ווי די פסיכא-אנאליטישן טעאריע לויטערט איז מען אינגערהייט נוטה צו 'ספליטן' די גוטע פון די שלעכטע, פארבנדיג יעדע זאך שווארץ אדער ווייס...