☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » סיפורי צדיקים

סיפורי צדיקים

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11203
בלאט: 1 2 3 4

ארי נוהם » מיטוואך אפריל 7, 2021 6:03 pm

· #469404
רעביצין פינטער'ס ברודער איז נארוואס נפטר געווארן, דער גאב"ד מאנטשעסטער הרב שנעעבאלג.

זי זעלסט, אלס טאכטער פון הגרד"צ שנעעבאלג (וואס איז נאך פריער געווען רב פון מאנטשעסטער און אויך ר"י וויזניץ אינעם שטאט וויזניץ), האט געוויס געהאט פון וואו צו נאשן אירע ידיעות אין לערנען.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 7, 2021 10:46 pm

· #469421
ארי נוהם: לויט ווי איך בין אינפארמירט האט איהר טאטע געהייסן ר' יעקב יצחק. זייער זונד'ל, דער איצטיגער אנפיהרער פון געשעפט הייסט אויך יעקב יצחק...!

כרם זית » מיטוואך אפריל 7, 2021 11:30 pm

· #469424
דאכט זיך אז אין דער אויבנדערמאנטן ספר, ווערט פארציילט די מעשה איבער די שידוך פון דער צאנזער רב זצ"ל, אויף להבדיל רמ"ד וועלכע איז אויך געווען א בעל מום. בלייבט נאר איבער צו זען ווער עס האט עס געגנבט פון וועם...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:20 pm

· #469533
כרם זית: ס'איז מסתבר אז אט די מעשה איז געווען ביי צאנזער רב. ווייל רמ"ד איז געווען זייער ווייט פון קבלה. און גלייבן אין גילגולים...!

מי אני » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 9:14 pm

· #470223
בשעת דער פיזיקער דר. ריטשערד פיינמאן האט געאבעט מיט זיינע קאלעגעס אויף די מאנהעטען פראיעקט פלעגט ער אפטוהן שפיצלעך אויף זיי. ער האט זיך אויסגעלערענט ווי אזוי צו ברעכן די קאמבינעישאן פון שלעסער. ער האט זיך איינמאל אריינגעבראכן אין צו א קאלגעס סעיף און דארטן אריינגעלייגט א צעטל אז דאס איז ער, ריטשערד פיינמאן און ער האט זיךאריינגעבראכן אהין. ער האט דערנאך געבראכן די קאמבינעישאן פון יענעם'ס אנדערע סעיף, ארויסגענומען פון דארט א סודות'דיגע צעטל, און געשריבן "פונעם זעלבן". דער קאלעגע איז צוריקגעקומען און געעפענט צום ערשט די צווייטע און איז בלאס געווארן נישט וויסענדיג אז דאס איז געווען פיינמאן.

פיינמאן האט אמאל אראפגענומען א טיר פון א צימער. די ארבעטערס האבן זיך געוואונדערט ווער האט גע'גנב'עט די טיר. פיינמאן האט זיי געזאגט אז ס'איז געווען אים. האבן זיי אים געזאגט, נישט גלייבענדיג, אז ער זאל אויפהערן צו וויצלען איבער דעם.

***

דער רוסישער אידישער פיזיקער דר. לעוו לאנדוי האט שוין געקענט קאלקולוס ביי די 13 יאר.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:04 pm

· #470224
אז דו רעדסט פון ריטשארד פיינמאן, ער האט געזאגט. אויב סייענס איז דיר נישט אינטערעסאנט, לערנסטו עס נישט פון די ריכטיגע רבי. נאים הדברים למי שאמרם.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:24 pm

· #470226
אין בנוגע לערנען (קוואנטום) פיזיקס האט ער געזאגט, "וואס איין נאַר קען פארשטיין, קען א צווייטער אויך." און לויט דר. אנטאני זיִ האט ער מיט "איין נאַר" געמיינט זיך אליין...

דורש אמת » פרייטאג אפריל 16, 2021 12:41 pm

· #470278
Re: סיפורי צדיקים
berlbalaguleh
כרם זית: ס'איז מסתבר אז אט די מעשה איז געווען ביי צאנזער רב. ווייל רמ"ד איז געווען זייער ווייט פון קבלה. און גלייבן אין גילגולים...!
דוכט זיך אז דער אנעקדאָט איז געדרוקט געווארן אויף רבי משה מענדלסאן פריער, און בחיים חיותו פונעם צאנזער, (דורך קייזערלינג). די מעשה האט ניט קיין שייכות מיט קבלה אדער גילגולים. אגב ניט דער חתם סופר און ניט דער צדיק פון צאנז האבן געזאגט אויף רמבמ״ן להבדיל, און ווער זענען מיר דאס מחדש צו זיין? כולי עלמא מודו אז רמ״ד איז געווען א פרומער איד למעשה און מקדש געווען שם ישראל צווישן די פעלקער , כאטש ניט אלע האבן מסכים געווען מיט זיינע גענג.


Sent from my iPad using Tapatalk

דורש אמת » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 10:24 am

· #471836
Re: סיפורי צדיקים
כרם זית
דאכט זיך אז אין דער אויבנדערמאנטן ספר, ווערט פארציילט די מעשה איבער די שידוך פון דער צאנזער רב זצ"ל, אויף להבדיל רמ"ד וועלכע איז אויך געווען א בעל מום. בלייבט נאר איבער צו זען ווער עס האט עס געגנבט פון וועם...
דוכט זיך אז דער אנעקדאָט איז געדרוקט געווארן אויף רבי משה מענדלסאן פריער, און בחיים חיותו פונעם צאנזער, (דורך קייזערלינג). אגב ניט דער חתם סופר און ניט דער צדיק פון צאנז האבן געזאגט אויף רמבמ״ן ׳להבדיל׳, און ווער זענען מיר דאס מחדש צו זיין? כולי עלמא מודו אז רמ״ד איז געווען א פרומער איד למעשה און מקדש געווען שם ישראל צווישן די פעלקער , כאטש ניט אלע האבן מסכים געווען מיט זיינע גענג.
חדש אסור מן התורה…


Sent from my iPad using Tapatalk

מי אני » דינסטאג מאי 11, 2021 3:59 pm

· #472925
דער בארימטער מאטעמאטיקער און לאגיקער דר. קורט גאָדעל, נאכדעם וואס מ׳האט ערמארדעט זיין חבר דר. מאריטץ שליק, האט אלס געציטערט אז מ׳וועט אים פאר׳סמ׳ען און דעריבער נאר געגעסן עסן וואס זיין ווייב האט אנגעגרייט. זיין ווייב האט אמאל געדארפט ווערן האספיטאליזירט פאר א לענגערע וויילע פון א האלבע יאר. דורכאויס, האט גאָדעל גארנישט געוואלט עסן, אזש ער איז געשטארבן פון הונגער. ער האט געוואויגן 65 פונט ביים שטארבן.
מי אני
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. ‏אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.

ובנוגע חכמת יוונית און כל רעה ולא אשה רעה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס העסיאד זאגט אין זיין ווערק און טעג. (ער איז געווען אין בערך די זעלבע תקופה ווי הומירוס וואס ווערט דערמאנט אין מס׳ ידים (ד ו) און אין ירושלמי סנהדרין י א.):
For a man wins nothing better than a good wife, and then again nothing deadlier than a bad one.

מי אני » מיטוואך יוני 9, 2021 8:03 pm

· #475230
מ׳פארציילט (געהערט פון דר. דניאל ווייטסאן) אז ווען דער פיזיקער דר. סעם טיִנג האט געזוכט דעם J/ψ פּארטיקל האט ער מורא געהאט אז דר. בּוּרטאן ריכטער, וואס האט דאס אויך געזוכט, וועט עס טרעפן פאר אים. פאר זיינע עקספּערימענטן האט ער געדארפט נוצן דעם זעלבן לאבארעטארי אין MIT וואו אנדערע גרופעס האבן אויך געטוהן אנדערע עקספערימענטן, און זיך געדארפט איינטיילן צייטן מיט זיי. זיי האבן אנגעהויבן באמערקן ווי יעדן אינדערפרי טוהן זייערע מאשינען וואס זיי דארפן פאר זייערע ריסערטש נישט ארבעטן. זיי האבן אריינגעשטעלט א קאמערא און געזעהן אז יעדע נאכט קומט דר. טיִנג אריין און קטנ׳ט אויף זייערע כלים דאס צו שאָרטן, כדי ער זאל דאדורך באקומען דעם לאבארעטארי (מיט זיינע כלים) פאר זיינע עקספערימענטן.

צום סוף האבן דר. טיִנג און דר. ריכטער ביידע מגלה געווען דעם J/ψ פּארטיקל אויפ׳ן זעלבן טאג. זיי האבן ביידע צוזאמען באקומען דעם נאבעל פרייז דערפאר.

דאס דערמאנט אויך פון סעיר׳ס געזעץ.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 9, 2021 8:36 pm

· #475234
א מחלוקת צווישן צדיקי עולם, וואס פארשטייען מיר איינפאכע מענטשן.

טמיר » מיטוואך יוני 9, 2021 10:29 pm

· #475261
Re: סיפורי צדיקים
וואס מאכט איינעם פאר א צדיק אריינצילייגן זיינע עובדות אין דעם אשכול? א שיינע זינגער למשל אויך, אדער נאר א מאטאמאטיקער?

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

מי אני » זונטאג יולי 18, 2021 12:04 am

· #477850
📎 A011A645-C236-48BA-98AA-44CD8DB32D7F.jpeg

מי אני » מוצ"ש יולי 24, 2021 11:00 pm

· #478254
📎 0D1C513C-D308-4F52-B261-BBD5D150714F.jpeg
📎 9DC3D87C-BFE5-4F46-B586-6E3F86076049.jpeg

***

ווען דער חכם אנטוין ארנאָד האט געפירט א פולמוס קעגן די טעאלאגיע וואס מאלעבראנך האט געשריבן האט מאלעבראנך זיך אפגערעדט אז ארנאָד האט אים נישט פארשטאנען. האט אים א חבר געזאגט, ״ווער דען גייט דיר יא פארשטיין אויב נישט ארנאָד?״

מי אני » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 7:40 pm

· #479522
📎 Nagarjuna.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 4:55 pm

· #479587
מי אני: אויף די קעניגין וויקטאריא פון ענגלאנד ווערט אויך דערציילט אז אין איהרע יונגערע יארן איז זי געווען א ..."פארטי גוירל"... און האט ליעב געהאט ארום צו האצקענען און מאכן און גיין אויף פארטיס. נאר שפעטער איז זי געווארן אן ארכי קאנסערוואטיוו...!

דאס איז דער פאלל מיט (כמעט) אלע בעלי תשובה. צוערשט האצקען זיי ארום און האקן א לעבן. נאכדעם, ווען זיי טוען תשובה וויללן זיי אז א יעדער זאלל מכפר זיין אויף זייערע עבירות וואס זיי זענען באגאנגען אין זייער יוגנט...!

תרמב » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:42 pm

· #479663
ס’איז דא זייער א אינטערסאנטע טיווי סעריע איבער איר מיט די נאמען וויקטאריע זיי לייגן איר אראפ פאר זייער א קלוגע און גוט הארציגע.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:20 am

· #479676
תרמב: אבער וואס האט זי געטון פארדעם? פאר זי איז געווארן א בעלת תשובה...!

מי אני » דינסטאג אוגוסט 17, 2021 3:33 pm

· #479942
מי אני
מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.

אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.

מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. ‏אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.

📎 Nietzsche.jpg
Friedrich Nietzsche

***

דער מאטעמאטיקער דר. אלעקס קאנטאראוויטש ארבעט אין פּיוּר מאטעמאטיקס. אין דעם (ובמאטאמאטיקס בכלל) איז א פּרוּף א זיכערע זאך בלי שום דופי וספק בו. ער פארציילט אז ווען ער איז געגאנגען צו דזשורי דוּטיִ איז ער אנגעקומען צו וואָר דיִר, וואו די אדוואקאטן וועלן אויס ווער עס זאל זיין אויפ׳ן דזשורי, און דער דעפענס אדוואקאט האט אים געפרעגט וואס איז זיין קאריערע? ווען ער האט גע׳ענטפערט אז ער איז א פּיוּר מאטעמאטיקער האט אים דער אדוואקאט גראד פארשיקט. אנגעבליך ווייל ער אומבאהאווענט אינעם מושג פון ריִזענעבּל דאַוּט; עס מוז זיין פולקאם זיכער…
‏עס זעהט אויס אז די חזקה איז געווען אויף יא שולדיג מעיקרא…

מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:49 pm

· #481671
דער בארימטער פיזיקער ניִלס בּאָהר האט געהאט אזא אומלעזבארע האנטשריפט אז ער האט געדארפט דיקטירן צו זיין מוטער זיין PhD טעזע ווארט-ביי-ווארט אז זי זאל עס שרייבן אנטשטאט אים אליין.

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 9:57 am

· #482119
אין ניינצענטן יאר-הונדערט איז געווען א מחלוקת אינעם פעלד פון ניוראסייענס ווי אזוי איין ניוראן אינעם מח טוהט קאמיוניקירן מיט אן אנדערע. רוב האבן געהאלטן אז איין ניוראנ׳ס דענדרייטס, וואו עס געבט איבער דעם סיגנאל, זענען באהאפטן מיט די נעקסטע וכן הלאה; א סינקטיטיאום (גערופן געווארן דעם רעטיקולער טעאריע). עס זענען אבער געווען אנדערע וואס האבן געהאלטן אז עס איז נישט ממש באהאפטן נאר עס איז דא א ״ליידיגע״ פלאץ צווישן איינס אינעם אנדערן, א סינעפּס, וואו עס ״שפרינגט אריבער״ (ע״י כעמיקאל סיגנאלן/ניוראטרענסמיטערס).

דר. קאַמילוֺ גאָלדזשי האט געהאלטן פון דעם סינקטיטיאום דאקטרין אז עס איז ממש באהאפטן. ער איז אויפגעקומען מעט א מעטאדע ווי אזוי מ׳קען סטעינען די ניוראנס און דאדורך ״זעהן״ די סיגנאלן. דר. סאנטיִאַגוֺ קאדזשאל, וואס האט געהאלטן אז עס איז יא דא א ״ליידיגע״ פלאץ צווישן זיי צוויי, האט גענוצט גאָלדזשי׳ס מעטאדע אים אפצופרעגן און דאס אויפווייזן. זיי האבן זיך איינער דעם אנדערן פיינט געהאט און זיך נישט געגליכן.

זיי האבן ביידע צוזאמען געקריגן דעם נאבעל פּרייז אין 1906 פאר זייער ארבעט אין ניוראסייענס. ביי זיין דרשה האט קאדזשאל דאך געלויבט גאָלדזשי, אבער ווען גאָלדזשי האט אויפגעטרעטן האט ער אטאקירט קאדזשאל און זיין טעאריע.

מי אני » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 9:36 pm

· #485551
📎 Ellenberg 1.jpg
📎 Ellenberg 2.jpg
דר. דזשאָרדען עלענבערג.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 4:51 pm

· #486538
א דזשורנאליסט איז אמאל געקומען אפהאלטן אן אינטערוויוּ מיט׳ן פיזיקער דר. פּאָל דיראק. דער דזשורנאליסט האט אים קיינמאל נישט געהאט געזעהן מעיקרא. ווען ער איז אָנגעקומען צום אדרעס פון דיראק, איז דיראק געווען אין די גארטן פארענט פון זיין הויז. דער דזשורנאליסט, נישט וויסענדיג אז ער איז דאס, האט אים געפרעגט, ״פראפעסאר דיראק איז אינדערהיים?״ אויף דעם האט אים דיראק גע׳ענטפערט, מיט די גאנצע ערענסטקייט, ״ניין.״ (ער איז דאך אינעם גארטן אינדרויסן.)

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:21 pm

· #486545
איך וואלט אויך אזוי געענפערט. אה כ'בין אבער נישט קיין פראפעסאר.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:28 pm

· #488290
דער ענגלישער שרייבער און פילאזאף גילבּערט קיִט טשעסטערטאן: 📎 Chesterton.jpg

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 7:22 pm

· #489136
ווען אגוסטין-לוּאיס קאַוּטשי איז אויפגעקומען מיט א נייעם געדאנק אין ווי אזוי צוצוגיין צו קאלקולוס:
📎 AA8BB076-05A5-4BBC-9D75-DE48EDE7CB63.jpeg

***

📎 620FE0F9-B918-4BC9-B740-7D0D4780A551.jpeg

***

📎 A0D4B229-670E-4CA2-8BFD-16BDA08CD9A2.jpeg

good news » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:35 pm

· #489634
...

מי אני » זונטאג יאנואר 9, 2022 12:52 pm

· #491083
📎 F6BDA28A-AC35-4F1C-B9F5-53D6B59BCC60.jpeg

***

📎 C35C29DC-AC26-4414-9E58-78749283BE53.png
בנוגע אקאדעמישע דעבאטעס אין ענדאָסימבּיִאטיק טעאריע. מ׳זאל חלילה נישט פארכאפט ווערן…
ועיין ערך סעיר׳ס געזעץ.

מי אני » זונטאג יאנואר 16, 2022 7:41 pm

· #491777
📎 A8FD06C8-17BF-4B71-B515-705883D715DD.jpeg

מי אני » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 7:27 pm

· #492425
דר. דזשארדען עלענבּערג פארציילט: 📎 D9CBDD53-BF79-4308-9133-04256E86ECC6.jpeg
ער דערציילט אויך אז דר. דזשאַן קאַנוועי האט אויסגערעכענט פאר 12 שעה נאכאנאנד די סימעטריִס פון א ספיר-פּעקיִנג אין 24 דיימענשאנס, אויף איין ריזיגע שׁיִט פון פאפיר.

מי אני » זונטאג יאנואר 30, 2022 5:21 pm

· #493455
אין 1894 האט מען אפגעהאלטן אין פאריז א משפט קעגן 30 אנארכיסטן. איינע פון זיי איז געווען דער ארטיסט וחכם פעליקס פענעאן. בשעת די משפט האט ער גענוצט זיין סענס אָוו הומאר און wit קעגן דער שופט דאַריאַס:

דאַריאַס: ביסטו אַן אנארכיסט, מאנסיור פענעאן?

פענעאן: איך בין א בּורגונדיען געבוירן אין טורין.

דאַריאַס: דיין פאליציי פייל לויפט פאר 175 עמודים. עס איז דאקומענטירט אז דו ביסט געווען גאר היימיש מיט׳ן דייטשן טעראריסט קאמפמייער.

פענעאן: די היימישקייט האט נישט געקענט זיין צי נאנט וויבאלד איך רעד נישט דייטש און ער נישט פראנצויזיש.

דאַריאַס: עס איז פעסטגעשטעלט אז דו נעמסט דיך ארום מיט כהן און אָרטאָז.

פענעאן: מ׳קען זיך נישט ארומנעמען מיט נאר צוויי מענטשן. עס פעהלט אויס א דריטער.

דאַריאַס: מ׳האט געזעהן ווי דו שמועסט מיט זיי אונטער א לעמפּוֺיסט.

פענעאן: א לעמפּוֺיסט איז רינדעכיג. קען מיר דער הויכגעשעצטער ריכטער זאגן וואו ״אונטער״ א לעמפּוֺיסט איז?

די דזשורי האט זיי אלע פרייגעלאזט.

‏עס דערמאנט אביסל פון די משפט דראמאטיזירט אין די פילם.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:15 pm

· #495298
דער Egyptologist פלינדערס פּעטרי:
📎 CC89BAD8-A8C6-4FDA-B590-727412B2E6C3.jpeg
און זיין זוהן דער מאטעמאטיקער דזשאַן פלינדערס פּעטרי:
📎 C39DABE2-7B95-4DC9-9628-487CB02E4944.jpeg

מי אני » מאנטאג פעברואר 21, 2022 4:22 pm

· #495498
די פסיכאלאג דזשוּדיט ריטש העריס איז ארויסגעווארפן געווארן פון די הארווארד PhD פּראגראם, דורך דר. דזשאָרדזש מילער, ווייל עס האט געפעהלט ״ארידזשינעליטי״ אין איר ארבעט. יארן שפעטער האט זי ארויסגעגעבן א שטודיע איבער דעם אז די חברותא גרופע פון א מענטש איז מער פועל אויף אים ווי זיינע עלטערן וכדומה, ואפילו וואס מ׳האט געמיינט איז מכח זיי. דאס איז גאר גוט אויפגענומען געווארן אין די אקאדעמישע צירקלען און מ׳האט איר באלוינט מיט די דזשאָרדזש מילער עוואָרד אין פסיכאלאגיע, וואס (שוין אַן עלטערע) מילער האט איר איבערגעגעבן.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 21, 2022 8:14 pm

· #495504
מי אני: ייש"כ. ביי אונז פלעגט מען זאגן ...How the cookie crumbles...Speaking of irony...!

מי אני » דינסטאג מאי 10, 2022 7:11 am

· #499757
דריי טעג איידער דער אוקריינישער פילאזאף הרייהארי סקאָוואָראָדאַ איז געשטארבן, איז ער געגאנגען צום שטוב פון איינע פון זײנע נאענטסטע חברים און אים געזאגט, אז ער איז געקומען בלייבן אויף שטענדיג. יעדן טאג איז ער ארויס פון שטוב מיט א שׁאָוועל און האט געגראבן זיין אייגענעם קבר פאר די דריי טעג. אויפ׳ן דריטן טאג האט ער געגעסן מיטאג, זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ״מײן צײט איז געקומען״. ער איז ארײן אין נעקסטן צימער, זיך אראפגעלייגט און געשטארבן. אויף זיין מציבה האט ער געהייסן שרייבן ״די וועלט האט מיר פרובירט צו פאַנגן, אבער עס איז איר נישט געלונגען.״

היסטאריע » דינסטאג מאי 10, 2022 10:36 am

· #499765
Thales
תלס איז געוועהן א פיליזאף וואס האט איז פאסאנירט מיט דער הימל פין דער נאכט. ער האט אזוי גוט געקענט דער הימל אז ער האט פאראויס געוויסט ווען דער נעקסטע ליקוי חמה גייט זיין.

אמאהל איז ער געגאנגען ביינאכט און זיך פארגעסן און זיך פארטיפט אין הימל, איז ער אריין געפאלן אין א לאך!!

האט ער געוואלט ווייזן אז ער פארשטייט צו דער ערד, האט ער גע'טענה'ט אז דער הצלחה אין דער פעלד, וויפיל עס וואקסט האט מיט דער וועטער נישט מיט די געטער, ווי דער המון עם האט דעמאלס געגלייבט.
האט ער איין יאר, וויסענדיג אז עס גייט זיין א גרויס ריבוי פין זתים, איילבירטן,אויסגעקויפט אלע זיתים פרעסן, די בית הבד, פאר דער זוממער.
ווען די איילבירטן זענען געקומען מיט א גרויסע שפע, האט יעדער געדארפט די פרעסען צו קענען אויסקוועטשן די איילבירטן, האט ער האבענדיג אלע, זיי פארדינגען פאר א גרויסע ריווח.

מי אני » דינסטאג מאי 10, 2022 11:38 am

· #499795
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=454133#p454133

אין 1504 האט פאסירט א טאטאלער ליקוי לבנה. קריסטאפער קאלאמבּוס, וויסענדיג דאס פון פאראויס דורך די ספר אויף אסטראנאמיע פון הרב אברהם זכות, האט דאס גענוצט צו דערשרעקן די דזשעמעיקן איינוואוינער זיי זאלן געבן עסן פאר אים און זיינע מענטשן.

‏דא דערמאנט דאס הרב דר. הילל [הענרי] אבראמסאן.

***
📎 10BF342F-2BAA-4E15-B32B-7880C4F0548B.jpeg

מי אני » מיטוואך יוני 1, 2022 3:17 pm

· #501425
די אשה חכמה אקסיאָטיא פון פליאוס האט געהאט געלערענט אפלטון׳ס רעפּאָבּליק און געקומען קיין אטענס לערנען אין זיין אקאדעמי. כדי נישט צו דארפן צוקומען צו ווערן א הויכע-קלאס זונה וואס האט געקענט זיין אַן אינטעלעקטועל בחברותא מיט הויכע-קלאס מענער [א העטאַיראַ], האט זי זיך פארשטעלט ווי א מאן כל זמן זי האט דארט שטודירט.

***
📎 686B19C2-43A5-4C09-9E7B-2C48A29D2755.jpeg

כרם זית » מיטוואך יוני 1, 2022 3:34 pm

· #501427
Re: סיפורי צדיקים
מי אני
די אשה חכמה אקסיאָטיא פון פליאוס האט געהאט געלערענט אפלטון׳ס רעפּאָבּליק און געקומען קיין אטענס לערנען אין זיין אקאדעמי. כדי נישט צו דארפן צוקומען צו ווערן א הויכע-קלאס זונה וואס האט געקענט זיין אַן אינטעלעקטועל בחברותא מיט הויכע-קלאס מענער [א העטאַיראַ], האט זי זיך פארשטעלט ווי א מאן כל זמן זי האט דארט שטודירט.
איך האב נישט געוויסט אז די פיליזאפן זענען געווען אזוי נידריג?

היסטאריע » פרייטאג יוני 3, 2022 5:25 pm

· #501614
איינער פין די פיליזאפן זענען נגזר געווארען מען זאל זיי אויפהענגן רח"ל. האט ער געהערט ווי זיינע תלמידים רעדן זיך אדורך וועגן זיין קבורה, ווייל אויב נישט וועלען איםַ די פייגל אויפעסן. האט ער זיי געזאגט, אז פאר די פייגל איז דא א פשוט'ע עצה, מען זאל אים לייגן א שטעקען אין די האנט, אזוי וועט ער פארטרייבן די פייגל. האבן אים די תלמידים געזאגט, אז ווען ער איז טויט פילט ער נישט, און קען נישט פארטרייבן די פייגל! האט דער רבי געזאגט, אויב איך פיל נישט, וואס גייט ענק אהן אויב די פייגל עסן מיין פלייש?

עד כאן המעשה.
איינער האט ערגעץ געזען די מעשה?

מי אני » פרייטאג יוני 3, 2022 6:21 pm

· #501616
סיסעראָ זאגט דאס נאך פון דייאַדזשיניִס דער ציניקער. ער איז געווען אביסל באשריבן אין וועקער 18.

כרם זית » מאנטאג יוני 6, 2022 10:58 pm

· #501624
Re: סיפורי צדיקים
כרם זית
מי אני
די אשה חכמה אקסיאָטיא פון פליאוס האט געהאט געלערענט אפלטון׳ס רעפּאָבּליק און געקומען קיין אטענס לערנען אין זיין אקאדעמי. כדי נישט צו דארפן צוקומען צו ווערן א הויכע-קלאס זונה וואס האט געקענט זיין אַן אינטעלעקטועל בחברותא מיט הויכע-קלאס מענער [א העטאַיראַ], האט זי זיך פארשטעלט ווי א מאן כל זמן זי האט דארט שטודירט.
איך האב נישט געוויסט אז די פיליזאפן זענען געווען אזוי נידריג?
מיינע מלמדים פלעגן פארציילן אז אריסטו איז 'דורכגעפאלן'. אפשר קען @מי אני אריינקומען מיט די מעשה? איז עס אמת אדער סתם חסידיגראפיע?

היסטאריע » מאנטאג יוני 6, 2022 11:10 pm

· #501625
אין מיין די רעדסט פין דער באקאנטע מעשה וואס מען פארציילט אין חב"ד, יעצט בין איך נישט א פיליזאף.

מי אני » מאנטאג יוני 6, 2022 11:31 pm

· #501626
‏דא הא׳ביך צוגעברענגט די סיפור. איך ווייס נישט צי ס׳שטימט מיט וואס היסטאריקער נעמען אָן אז אריסטו איז געווען אלכסנדר׳ס לעהרער ביז אלכסנדר איז געווען 16 יאר. און אלכסנדר האט ערשט חתונה געהאט ביי די 28. אריסטו האט זיך נאכדעם אויך געדרייט בחצר המלכות? (ווי אויך איז אריסטו דאן געווען 57 יאר אלט. 3 יאר פאר זקנה לפי המשנה באבות פ״ה מכ״א. זקן נואף איז דאך סתם אזוי מהני שאין הדעת סובלתן כדאיתא בפסחים קיג:)

***

אלס בחור, נאך די ערשטע וועלט קריג, פלעגט זיך ווערנער הייזענבערג פיזיש שלאגן אויף די גאס מיט קאמוניסטן.

***

קארל פרידריך גאַוּס פלעגט נאר דרוקן זיינע מאטעמאטישע פּרוּפס טאמער האט ער געהאלטן אז זיי זענען ״קב ונקי״ אין זיינע אויגן. איינמאל איז קאַרל דזשעקאָבּי (דער ״צווייט-בעסטע״ מאטעמאטיקער בימיו) אים געקומען באזוכן און געזאגט פאר גאַוּס א מאטעמאטישער חידוש מיט וואס ער איז אויפגעקומען. איז גאַוּס געגאנגען צו זיין שאפע און ארויסגענומען פון דארט א פאפיר אויף וואס ער האט דאס שוין געהאט געשריבן און מקדים געווען. האט אים דזשעקאָבּי געזאגט, ״א שאד דו האסט דאס נישט געדרוקט. האסט שוין געדרוקט שוואכערס פון דעם.״

יאנאש בּאָליאַי (וואס פלעגט איבערנעמען און ערפילן זיין טאטע וואלפגאנג׳ס מאטעמאטיקס פראפעסאר פאזיציע אלט זייענדיג נאר 13 יאר) האט געשיקט צו גאַוּס זיין אויפטוה איבער נאַן-יוּקלידיען דזשיאמעטריס. גאַוּס האט אים צוריקגעשריבן אז עס איז מורא׳דיג אבער דאס משבח זיין איז אזוי ווי זיך אליינס משבח זיין ווייל ער האט שוין געשריבן אין דעם נאר נאכנישט געדרוקט. עס האט זייער צובראכן בּאָליאַי.

ניוטאן פלעגט אויך נישט דרוקן אפט און ווען ער פלעגט דרוקן פלעגט ער אפטמאל דרוקן אנאנים. יאָהאַן בּערנאָלי פלעגט זיי אבער אפטמאל דערקענען אז זיי זענען פון ניוטאן, זאגענדיג ״איך דערקען דעם ארי דורך זיין דריסה״.

מי אני » זונטאג יוני 12, 2022 10:18 am

· #501940
אפלטון האט דעפינירט א ״מענטש״, אין דעם טעקסאנאמי פון בע״ח, אלס א לעבנספארעם אָנע פעדערן וואס גייט אויף צוויי פיס. האט דייאַדזשיניס געברענגט א טשיקען, אויסגעפליקט אירע פעדערן, און געזאגט, ״קוקסט! אפלטון׳ס מענטש!״

אפלטון האט דאן געטוישט זיין דעפיניציע פונעם טעקסאנאמי פון ״מענטש״ צו א לעבנספארעם אָנע פעדערן וואס גייט אויף צוויי פיס און האט פלאכע ברייטע נעגל.

היסטאריע » זונטאג יוני 12, 2022 11:15 am

· #501947
וואס פשט? אפלטון האט נישט געהאלטען פין שכל און השארת אדער קדמות הנפש?

מי אני » זונטאג יוני 12, 2022 11:42 am

· #501950
ווי איך פארשטיי איז דאס פשוט אלס די טעקסאנאמי פונעם מענטש: אין/פון וועלכע סוג/כלל פון בע״ח איז ער א מין (פרטי) פון. ענליך צו ווי אזוי אין ביאלאגישע טעקסאנאמי כהיום זענען אונז בתוך דעם קלאס פון מעמעליאַ, דעם אָרדער פון פּריימעטס, דעם פאמיליע פון האמינידעי אא״וו. דאס איז פשוט נישט אזוי מדוייק און ראפינירט (ווי אויך סתם אזוי אומריכטיג…).

כרם זית » זונטאג יוני 12, 2022 11:59 am

· #501952
Re: סיפורי צדיקים
דערמאנט מיך די גמרא אין חולין בסוגיא דטריפת איבער דער עסקן בדברים וועלכע האט אויסגעפליקט די פעדערן.

מי אני » זונטאג יוני 19, 2022 1:11 am

· #502473
פּלוּטארך דערציילט אויף ארכימידוס אז ווען ער פלעגט זיך באדען אין די מרחצאות פלעגט ער פון די פארע וכדומה מאלן שׁעיפּס וכו׳ אויף זיך און אויסרעכענען זייערע דזשיאמעטריק פּראפּערטיס.

ווען דער רוימישער גענעראל מארקוס קלאָדיאוס מארסעליאוס האט איינגענומען סירעקיוס האט א סאלדאט געוואלט ברענגען ארכימידוס צום גענעראל. ארכימידוס האט אבער געהאלטן אינמיטן ארבעטן אויף א דזשיאמעטריק פראבלעם און אפגעזאגט. זיינע לעצטע ווערטער זענען געווען ״צושטער נישט מיינע סירקעלס״.

***
📎 6215D4E6-35B9-4591-A1EA-B3DB73FC216E.jpeg דר. חנה ארענדט.

***

דעקארט, ווען ער איז געווען א קינד, האט מען אים געלאזט שלאפן ביז שפעט זייענדיג אז ער איז געווען א שוואך קינד. ער פלעגט אפט בלייבן אין בעט און קלערן איבער פילאזאפישע שאלות.

דאס האט מעגליך גורם געווען זיין טויט ווען אויף די עלטער איזער געווען די לעהרער פון פילאזאפיע פאר די מלכה פון שוועדן און זי האט זיך געשטעלט אז דאס זאל זיין דוקא פארטאגס.
בלאט: 1 2 3 4