☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16800

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יאנואר 9, 2024 1:32 am

· #544116
א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.
דאס פאלגענדע געדאנק איז מיר איינגעפאלן ביים אויסהערן דר. נח הררי, אבער עס גייט ארויף אויף די אלגעמיינע לינקע אויפגעקלערטע געמיינדע. כ'וועל עס מאכן בקיצור.

פון איין זייט איז מען פארנימען מיט בייעלאגישע און היסטארישע עוואלוציע, נייטראלע סעלעקציע. זיי זענען פארנימען צו מסביר זיין אז אלס דרייט זיך ארום דאס "סערווייוון" און רעפראדוקציע. זייער שיין, מאכט סענס אויך צו מיר, אין אלגעמיין.

(מ'קען גאנץ רוהיג זאגן אז לויט די אויבן דערמאנטע, איז דאס באדייט פון געזינט און נישט געזינט, געבינדן מיטן פראבעבילעטי צו "סערווייוון" און רעפראדוקצירן. דאס הייסט אז אלע מעגליכקייטן וואס א מענטש פארמאגט וועלכע העלפן אים אויפשטעלן דורות, למשל אלס וואס מאכט אים אטראקטואיוו צום פארקערטע ג'ענדער וכדו' וכדו', זענען געזינט. און אלס וואס פארמינערט פון אויפשטעלן דורות אויף ווייטער איז נישט געזינט.)

הרב אויפגעקלערטע הררי וואס שטאלצירט איר מיטן גלייכן דאס אייגענע גענדער. פון אן עוועלאציאנע פערספעקטיוו ווערט איר געזען ווי א טויטע... עס זעהט אויס ווי נאטור שפייט אייך אויס, נאטור שאקלט זיך אפ פון אייך, און איז נישט מסכים איר זאלט איינזייען נאך רעפליקעס פון אייך. זעהט אויס ווי איינס פון די וועגן וויאזוי נאטור שאקלט זיך אפ פון אומגעזונטע חלקים איז דורכן זיי פאדרייען די הארמאנען אדער וואטעווער עס מאכט א מענטש ג.

נאך מער, מענטשהייט האט דאך איבערגעקלוגט סעלעקציע אין אלגעמיין. רוב מענטשן שטארבן נישט אין מלחמות, רוב מענטשן קענען נעמען מעדיקאציע אויב מען האט פיזישע אדער גייסטישע פראבלעמען. נישטא קיין סעלעקציע כמעט. זעהט זיך אויס אז דאס לעצטע וואפן מיט וואס נאטור קנאקט ארויס פארדארבענע, איז דורכן זיי מאכן ליבן די אייגענע מין...

מ'קען עס מן הסתם פארענטפערן פון אסאך וועגן, די נושא פון עוועלוציע איז טיף און פארוויקלט. כ'בין זיכער אז ס'איז דא אסאך געשריבן אויף דעם און איך בין נישט דער ערשטער דאס צו פרעגן.

(איך רעד נישט וויאזוי מען זאל זיך באגיין מיט אזאנע מענטשן געזעצליך און מאראליש. קומט נישט אריין דא)

אלפא » דינסטאג יאנואר 9, 2024 5:27 am

· #544123
Re: א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.
100%, אלס א נייהיליסט פילט ער נישט אז ער איז עפעס מחויב צום בריאה אויפן ערשטן פלאץ, אדער אז 'בלייבן' אין נאטור גייט עפעס מיינען. ער איז נישט באזארגט איבער דעם אז קלוגע מענטשן וועלן ווערן עקסטינקט, סיי ווייל ס'וועלן אייביג זיין גענוג קלוגע וועלכע זענען יא 'סטרעיט' (אדער קומט דא אויך אריין מיין טעזע אז קלוגע מענטשן קענען זיך אויך מקריב זיין פארן גרעסערן בילד - אויב וויל מען..), און סיי ווייל חכמה קען מען זיך צולערנען. אפגערעדט ווען AI איז אין די בילד וואו ס'קענען גאר זיין אסאך וועלכע ווילן בכוונה 'אפפיצן' באצייטנס...

אלפא » דינסטאג יאנואר 9, 2024 9:24 am

· #544134
Re: א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.
גראדע זע איך אים אלס זייער צופרידענע מענטש, נישט נעגאטיוו.
זיינע פעסעמיסטישע אפשאצונגען קומט לדעתי פון אן אפטימיסטישע שטעלונג און האפענונג אז מיר האבן יא די מעגליכקייט צו פארבעסערן די מצב. (אן עכטע פעסעמיסט האט נישט פארוואס צו רעדן בכלל - עס איז דאך ממילא שווארץ אן קיין וועג ארויס..)

מאטי » דינסטאג יאנואר 9, 2024 10:32 am

· #544150
Re: א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.
הררי האלט אז געפילן זענען בעצם מעכאניש, און קען ווערן רעדוצירט צו נומערן. תאוות המשגל איז בסופו של דבר א סאפיסטיקירטע אלגעריטם וואס עקזיסטענץ האט זיך אויסגעבויט אין עוואלוציע צו איבערלעבן. די הנחה איז, אויב אזוי, אז מ'וועט קענען לייכט איבערפלאנצן אזא אדער ענליכע מעכאניזם אין א לאבאראטאריע. עכ"פ לויט הררי