☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אן אצבע משולשת לכבוד לעיקוואד

אן אצבע משולשת לכבוד לעיקוואד

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8777

בר דעת » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:55 pm

· #271309
אן אצבע משולשת לכבוד לעיקוואד
אין אומרים בפני המת אלא דבריו של מת, יעצט אז לעיקוואד האט אונז איבערגעלאזט קענען מיר רעדן איבער אים און אים מחיה מתים זיין מיט די טל של תחיה וואס ארבעט פאר אט דעם גאון משונה.

צוערשט א עובדא וואס בדידי הוי עובדא מיט מרן:
יום כיפור ביי ונתנה תוקף קום איך אריין אין שול, די גאנצע שול איז פארדבקות'ט און מען וויינט, בנפשו יביא לחמו, אוי לחמו, אבער מרן לעיקוואד זיצט אויפן בענקל, זיין טערקישע טלית פארווארפן כמעט ביז טערקיי, זיין קיטל אויסגעטון, ער זיצט אין די ריזן געלע טלית קטן, די רש"ש סידור פארקלאפט, אין די הענט האלט ער א מי השילוח און ער שמייכלט. איך פרעג לעיקוואד וואס איז די שמייכל, פארוואס צייגסטו א מיטלסטע פינגער פארן גאנצן ונתנה תוקף, פארן גאנצן מושג פון תשובה?

לעיקוואד געט זיך א רייס אויף און הייבט אן גיסן פעך און שמאלץ "איך קאפוטיליר נישט, איך באוויין נישט מיין עבר, איך גלייב אז וואס איך האב געטון איז געווען רצון ה', דער איזשביצער זאגט, און אוודאי איז ער גערעכט אז גאט איז דער וואס שטופט מיר צו עבירות, און די סייענס פון גענעטישקייט צייגט אזוי, איך האלט נישט ביים זיך משפיל זיין מיין צלם אלקים און וויינען.. יא, אויב איך האב געטון עפעס ראנג דארף איך זעהן וועגן צו פארריכטן, אבער אסאך זאכן איז נישט אין מיין קאנטראל, ווי אדם האט געזאגט אכלתי ואוכל עוד, און בפרט על פי קבלה איז מיין חלק הזכרות מנשמת קין, עס איז א ביזיון האדם והשפלת צלם אלקים צו וויינען, איך בעט נישט איבער גאט, איך בין העכסטנס גרייט צו איבערבעטן זיך מיט גאט, איך וועל ארבעטן אויף אביסל מער קאנטראלירן זיך, אבער גאט מוז אויך ווייזן מער זיינע חסדים הנגלים והנסתרים און אויפהערן מיט די הסתרת פנים.... די גאנצע וויינען דא האט נישט קיין פשט"

די לעיקוואדגעיט סומאטאכע איז פארצווייגט און שווער, הללו מחייבים והללו מזכין. געוויסע זאגן אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א ראגעטשאווער אין א כולל אברכים (ניין, נישט ווי א נארמאלער מענטש אין א כיתה ג', שאץ זיך נישט אונטער, און אויטאמאטיש וועט נישט יעדער זיין א כיתה ג' יונגל) און געוויסע זאגן אז לעיקוואד מוז מען באהאנדלען מיט זיידענע הענטשוך. עד כדי כך אז הוגה און יאיר שרייבן קינות, מען בעט איבער, פעטיציע דרייווס און הוגה נעמט אפיר פון גירסא דינקותא בוידעם סיפורי קודש פון סאטמאר רב. אנדערע קאנסיפראטארן זאגן אז זינט אין אנשי שם איז ערשינען א פולע ביאגראפיע איבער לעיקווד, פארשטייט זיך למורת רוחו, כידוע שבורח מן הכבוד כמטחוי, האט ער שוין באקומען זיין כבוד האחרון און ער קען שוין גראדואירן פון כיתה ג', גוד לוק מיט טרעפן נבונים אויף דיין לעוועל.

אבער וואס איז די געוויינעכץ דא פאר לעיקוואד? ער קוקט און ווייזט א מיטלסטע פינגער. אזוי צו אראפלאזן זיך? שעלט אים, שפעט אים אפ, אפשר וועט ער צוריקקומען. וואס איז די בקשת מחילה און התנצלות המוני? לעיקוואד איז געגאנגען, די אבידה איז גרויס, אבער דער עקשן דקדושה לאזט נישט וויינען.
הערסט לעיקוואד, נאדיר א מילסטע פינגער!
זיך בעטן ביי דיר איז א השפלה, העכסטנס זיך איבערבעטן, אפשר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:19 pm

· #271326
דער באשעפער אליינס וויינט דאך אשר הרעותי... און בעט זיך ביי אונז תביאו עלי כפרה... וכדומה.

בר דעת » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:28 pm

· #271332
בכל אופן, עס איז נישט מיין זאך, דאס האט דאך לעיקוואד געזאגט, וואג זיך נישט אים צו צענזורירן, ער וועט נאכאמאל אוועקגיין... עניוועי, איך האב עס געטוישט

הוגה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:45 pm

· #271340
[ציטאט אראפגענומען]


א יעדע טאג ווען דו קלאפסט סלח לנו זאגסטו אז גאט האט וואס צו פארריכטן.

@בר דעת, don't be such a p*ssy!

🙄

בר דעת » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:55 pm

· #271348
איך זעה אויך גבורה אין נאכגעבן, טאלערירן, מוותר זיין און מאכן אנדערע מענטשן באקוועם. מען קען שרייען "כיתה ג' יונגלעך" אדער קען מען טראכטן אז אנדערע מעגן האבן זייערע מיינונגען און קפידות, זאל זיי זיין צום געזונט. א ערוואקסענע ביטול געמישט מיט טאלעראנץ

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:56 pm

· #271351
מיין לייק איז געקומען נאכ'ן רעדאגירן

הוגה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:01 pm

· #271354
בר דעת
איך זעה אויך גבורה אין נאכגעבן, טאלערירן, מוותר זיין און מאכן אנדערע מענטשן באקוועם. מען קען שרייען "כיתה ג' יונגלעך" אדער קען מען טראכטן אז אנדערע מעגן האבן זייערע מיינונגען און קפידות, זאל זיי זיין צום געזונט. א ערוואקסענע ביטול געמישט מיט טאלעראנץ


זייער גוט, איך האב הנאה צו וויסן אז דו וועסט טאלערירן די פאקט אז איך האלט דיך פאר א פו*י... 🙂

יאיר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:01 pm

· #271355
בר דעת, ווער ווייסט, אפשר ווען דו וואלסט ארויסגעשטעקט דיין אצבע משולשת פאר זר זהב וואלט ער צוריקגעקומען 😂

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:06 pm

· #271359
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמערל אום דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:01 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: צענזור גייט אן אין פולן קראפט! אין כתה ג' געט מען פאר מיאוסע ווערטער פעפער!


👍 👍

הוגה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:09 pm

· #271360
ROT*L 😂 😂

וואו קען איך געבן א לייק פאר שמערל? 🙂

שמערל » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:10 pm

· #271361
דא

בר דעת » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:13 pm

· #271363
נו

הוגה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:14 pm

· #271365
כ'האב נאר געמאכט אן אבזערוואציע, נישט קיין דזשאדזשמענט. אדרבא, איי ל*וו יו מאר נאו...

פארוואס? » פרייטאג מאי 1, 2015 1:59 pm

· #271702
Re: אן אצבע משולשת לכבוד לעיקוואד
[ציטאט אראפגענומען]


בדרך אגב, דערמאנסטו מיר א שמועס וואס כ׳האב געהאט מיט א באקאנטן לעצטנס.
אונז האמיר פראבירט שפאקולירן וואס מיינט עס ״א בחינה״? ווען נוצט מען עס? און וואס איז די פונקטליכע דעפינאציע.

די מסקנא איז געווען, אז א בחינה איז אזא מין שליסל-ווארט, וואס אויב מ׳זאגט עס, דארף די קומענדיגע פאר זאצן נישט מאכן קיין סענס.

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 1, 2015 2:14 pm

· #271710
Re: אן אצבע משולשת לכבוד לעיקוואד
איך קען א גאנצע סאסייעטי וואס אפי' מזאגט נישט די ווארט "בחינה" דארף אויך נישט מאכן סענס וואס מזאגט