ווי אין שו"ע ווערט דערמאנט, אז די וואס עסן א גאנץ יאר פת עכו"ם, זאלן אין די הייליגע טעג נישט עסן.
ובכן, בין איך מודיע בשער בת רבים, אז ביז נאך די הייליגע טעג, וועלן מיר זין פארנומען מיט די מצות היום, און אריינלייגן אין זיך אביסעלע ערנסטקייט, וועלן מיר זיך נישט דרייען דא, א חוץ אויב דער יצר וועט גורם זיין.
אי"ה תגובות אויף צוריק צו פארענטפערן, וואס א ידעעם איז שווער בנוגע די נושא, וועט פשטות זיין, נאך די הייליגע טעג.
צום ווידערזעהן.
א ביטע צו די מנהלים מיך נישט אויסשפארן פון מאחורי הפרגוד, נאך די הייליגע טעג. א גוטע כתיבה וחתימה טובה, בעטס ענק אויס אלעס גוטס
הלוואי כזאל האבן די כוחות פון קענען זאגן דעמאלס יא און דעמאלס נישט, יודע צדיק נפש בהמתו, כקען מיר נישט פון היינט, עניוועי ס'דא א צייט פאר אלעמען, אין די פרייע צייט וועליך בלי נדר טרייען צו שרייבן לענגערע ארטיקלעך וואס געווענליך האביך נישט די געדולד דערצו, איך וועל זיי ארויפלייגן לכשאפנה אי"ה.
אין די משנה שטייט מכל מלמדי השכלתי, @א איד האט מיך מעורר געווען א נקודה, און בכח קנאת סופרים וויל איך אים נאכמאכען.
ווען איך האב מיך איינגעשריבען דא אפאר וואכען צוריק איז מיר קאווע שטיבל געווען א מורא'דיגע זאך, איך האב געהאט א ווינקל ווי זיך אויסצולופטערן, און כסדר זיך אונטערגעהאלטן מיט די געשמאקע תגובות פון (איך בעט אנטשולדיגונג פון וועם איך לאז אויס, עניוועי האב איך נישט זוכה געווען צו יעדן אין אזא קורצע צייט) ווי, @זר זהב@געפילטע פיש@מאראנצןזאפט @אנאנים @יואב@שמעקעדיג@קאווע טרינקער בערל בעל עגלה, @משה געציל@טאמבל סאס@פרישער@לעמיל ועוד ועוד ועוד....., צו איז עס געווען ווען מען האט זיך געלאזט וואויל גיין אין א פארמאכטען אשכול, אדער ווען מען האט פארנומען יואב'ס סעלפאון אדער ווען מען איז געגאנגען צו גאסט ביי ר' מאטל, די אלע אשכולות און תגובות האט מען זיך געקענט אויסבלאזן, און א טובל און ארויס.
אבער אין די לעצטע 3 וואכען (קען זיין עס האט מיט'ן חורבן ביהמ"ק) ווי שוין ערווענט איז מעשה שטן הצליח אז איך וועל מיך אלץ אנשטויסן אין גאנצע אדער האלבע כופרים אדער סתם אנדרייערס, און איך האב מיך פלוצלינג דערזעהן זיצן שעות און טרינקן קאווע, ע"כ אזוי ווי עס קומט שוין די קומענדיגע וואך ט"ו באב, וואס די גמרא זאגט מכאן ואיליך דמוסיף יוסיף, ע"כ וויל איך זיך נעמען אין די האנט אריין, און זיך אפלערנען פון די גוטע אידן דא אין קאווע שטיבל, ועל איך זיך אונטערנעמען נישט צו טרינקן קיין קאווע עטליסט ביז נאך די הייליגע טעג, ע"כ וויל איך ענק וואונטשן:
א געזונטן זומער א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר א גמר חתימה טובה מען זאל זיך אויסבעטן אלעס גוטס א גרינגען תענית - און איך וויל איבערבעטן אלע וואס איך האב (בטעות, בשוגג, במזיד) וויי געטוהן די שלאק זאל פארטיג זיין צום זמן א פרייליכען סוכות א גוט קוויטעל א גוט יום טוב א געזונטען ווינטער
@קאווע טרינקער די ענין פון אפיקורוס איז נישט געווען געצילט צו דיר, (און באמת צו קיינעם, נאר ארויס צוברענגען די אנדערע זייט, איך האב נישט געוויסט אז עס וועט פארוויקעלט ווערן). עניוועי איך בין שוין לאנג פון דיינע מענטשען 😂 😂
מיין אקאונט האט געהאט פראבלעמען מיט אריינסיינען. די גבאים האבן פראבירט צו פארעכטן די פראבלעם, אבער האבן נישט געקענט דערגיין די אורזאך דערצו. ממילא איז געבליבן אז איך וועל עפענען א נייע אקאונט.
לויט ווי רבי נחמן שרייבט אין זיינע ספרים איז דאס קלאר נישט אמת. ער שרייבט אז יעדער אן אויסנאם נישט קיין חילוק אין וועלכע נידריגסטע מדריגה ער איז געפאלן, אויב ער וועט קומען צו זיין קבר און זאגן דארט די תיקון הכללי וועט ער זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אים א טובה צו טוהן, ביי די פאות וועט ער אים ארויס שלעפן פון שאול תחתית. ולפי זה האט רבי נחמן נישט קיין פאראיבל אויף קיינעם וואס קומט צו אים, ער האט סבלנות צו יעדן, און ער וועט קער נעמען פון יעדן איינעם פריער צו שפעטער.