Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #פרי עץ גאנץ א שוואכע אפשאצונג, איך האב נישט קיין נערווען צו מאריך זיין, אין באמת וועם אינטרעסירט עס עכט?
א פאר נקודות און שוין:
לעיקוואד: ער איז זייער מצליח מיט זיין עולם, שוין געוועהן דארט עטליכע מאהל ביי וואכענדיגע מאורעת, דאס אז ס'איז נישט קיין גרויסע געפארעכטץ אויף יו"ט וועט מען באלד צוקומען, שבתים דא דארט הער איך אז יא אביסעל, ער פערזענליך איז אביסעל דיסעפוינטעד מיט א חלק פון די קלייענטעל, ער איז געוועהן צוגעוואוינט צו העכערע, אבער איך מיין אז ער איז זיך טועה, ס'איז שוין 2024, ער איז געווען חוץ לענינים פאר אפאר יאר.
אוקנוויין: מורא'דיג מצליח פון דעי וואן נאך פאר ער איז געווען רבי, ער איז א כאריזמאטישע מענטש, שיינע רעדנער און בעל תפלה, פארשטייט די ביזנעס זייער גוט.
ער פירט זיך רבי לכל דבר און דאס איז גורם אז איינס העכער איהם זאל האבן לחץ אויך צו פירען וכדומה וואס בעצם אינטרעסירט עס איהם נישט.
מאנסי: איך וואלט עס נישט גערופען אן אייגענע הצלחה, רוב קרעדיט קומט זיך פאר זיין נעפיו סיי פארן ארום שלעפען קודם און אויך אקטיוו שיקן אהין אינקלאדינג די גבאי ממ"ל, ער דערמאנט כסדר "די פעטער די רבי פון דא", מוצ"ש האט ער דערמאנט וועגען די חתונה ועוד הרבה, למעשה האט ער גאנץ א קליינע קביעות'דיגע עולם, אבער קען במשך הזמן גאנץ פיין מצליח זיין, ער איז א געשמאקער מיט תוכן.
וומסב"ג: מצד ראחמיסטריווקא איז אלעס as expected ער איז אלעמאל געווען באליבט און ער דערמאנט די מערסטע פון די טאטע, ממילא איז קיינער נישט סורפרייזד, דו דערמאנסט לינדען, עס איז געווען א שיינע עולם פון לינדען דארט אויף שבועות און בכלל אנערע זמנים ומועדים, די גאר אינגע אינגעלייט וואס האבן געלערנט ביי איהם אין ישיבה גייען פייער פאר איהם אבער אפילו אויך אביסעל עלטערע וואס געדענקען שוין נישט די רבי בתוקפו, חוץ מזה האט ער זיך קיינמאל נישט געמישט אין גארנישט האט ער קיין שונאים נישט, נישט אז די אנדערע יא.
ב"פ: אלעס פארט ווייטער מיט א שטארקייט בעסער ווי געראכטען, ער ארבייט אסאך וויאזוי אויפצונעמען א מענטש און די עולם איז זייער צופרידען, צו זענען אלע געשוואורענע חסידים? ניין אבער מתנגדים זיכער נישט און זייערע קינדער גייען בדרך הטבע יא זיין שטארקע חסידים, בכלל איז די עולם באקוועם דארט און מען זיכט נישט אוועק צו פארען וואס איז אויך א גרויסע טירחא, דאס פארענטפערט אויך פארוואס ימים טובים אין לעיקוואד איז נישט געווען קיין סאך געסט, איי וומסב"ג? זיינע אוהדים זענען מער א אינגערע עולם און איז לעת עתה מער עקסייטונג משא"כ די וואס דו האסט עקספעקטעד צו פארען קיין לעיקוואד זענען בעיקר העכער 40. ודו"ק.
טייערער היימלינד שלום וברכה!
מיר האבען נישט קייין גרויסע וויכוח,
אבער איין ווארט בנוגע לעיקוואד, די אינטערסע וואס איז געווען ערווארטעט איז נישטא... אמת יא דא דארט א שיינע אייגענער עולם אבער די מציאות איז די רבי דארט איז א מאשין און זייענדיג ווייט אוועק אין לעיקוואד הערט מען נישט געניק דערפון, אין פאר די חסידישע וועלט ס'איז א שאד! באמת!
לויט זיינע כוחות, וואלט ער געדארפט אננעמען די וועלט און עס איז נישט.... מער פון דעם זאג איך נישט,
אבער ער האט נישט מער ווי א פיפציג, ווייל מען שאצט לויט די ערווארטונג און לויט די מציאות.... אפי' עס איז כפי ערך מצליח אבער לויט די ערווארטונג איז דאס א פיפציג משא"כ די אנדערע ברידער'ס וואס יעדער איז פיל מער מצליח,
און וואס די זאגט לגבי ווילאמסבורג האט פרעמדע לדעתי איז דאס א חלק פון די הצלחה יא וויליאמסבורג האט א קליינע אייגענע עולם אבער עס ציהט מענטשען מיינט אז דא איז דא א ברכה... און ווער רעד דער עולם פון בארא פארק איז נייגעריק אין דער זאל דאס איז א חלק פון זיין הצלחה וואס מאכט אים מער ווי אנדערע ובפרט ווען דער וויליאמסבורגער רבי האט אויסגעזעהן ווי דערנאך.... און למעשה איז געווארען הבורח מכבוד הכבוד רודף אחריו און עס איז מקיום געווארען דער ואחריתך ישגה מאוד,
למשל ווען די לעיקוואד רבי וואלט געווען אין ווילאמסבורג מיין איך וואלט אויכעט געווען פיל בעסער פאר אים...טראצדעם וואס לעיקוואד האט א שול מיט מוסדות מיט א ישיבה אבער די אינטערעסע און די שכינות פון בארא פארק וואס איז די מרכז פעלט זייער אויס וואס ליידער איז נישטא....
בנוגע מאנסי פארשטיי איך בכלל נישט דיין הערה, דאס איז די קרעדיט פון זיין נעפיו? כהאב נישט א ספק אז אין מאנסי אין ספרינג ואולי איז נישט געווען די מעשה ידי אדם נאר אלעס משמים א הימעלידע הנהגה די רצון בעלי בחירה וואס האבען געהאט דא א כח האבען געוואלט גאנטץ עפעס אנערשט, די בורא כל עולמים האט געפירט א וועלט עס האט זיך געדרייט אז די יד ד' האט געמאכט די רבי פון ספרינג ואולי וואס די מאנסיער פעטער האט געהאט א יד ווער עס פארשטייט פארשטייט.... ודי בזה,
איז למעשה פונקט פארקערט די מאנסי פעטער האט געמאכט די נעפיו פאר רבי און די נעפיו איז א שטיק גאלד און בענטשט זיינע שונאים שטאץ זיי שעלטען און ער איז ממש די ריכטיגע המשכה פון זיין הייליגען זיידען ודי בזה...
ספ"וו: פאדערט א שמועס פאר זיך און יעצט האב איך נישט קיין כח פארדעם.