די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
1265 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16493
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מענדל #
פוילישער קארגער #
Sorry for going off topic here............but
סדרייעט זיך ארום א שמועה אז ס'דא א נייע פאשקיוועל פול שיבין בלעטער וועגען די פאליטיק און מאנסי. האט איינער געהערט דערוועגען? אויב איינער קען ברענגען ביטע
ולמצוה גדולה יחשב
פון וועלכע צד ?
ווי דרייט זיך עס
אויב קיינער דא ווייסט נישט פון דעם
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
צפת #
אנטשולדיגט אז איך האק אריין...
איך בין טאקע פונעם יונגן דור, מיר באלעקן זיך מיט די אמאליגע היסטאריע. אבער איך וויל נאר וויסן איין זאך וואס איך האב אמאל געהערט.
איז אמת, אז דער סקווירא רבי זצוק"ל האט פארלאנגט פון זיין איידעם ר' מאטעלע ז"ל, אז ער מוז קומען וואוינען אין שטעטל, און ער האט אפילו געסטראשעט מיט צוריקנעמען זיין טאכטער? - איז אמת דער פרט?
קיינמאל פארגעקומען אזאנס, רבי מאטעלע האט געהאט א גרעסערע עולם פונעם שווער יענע יארן, ער האט געמאכט שבת פאר זיך, זייענדיג וויזשניצער רב, ער איז נאכגעקומען שפעטער קיין מאנסי ווייל דער שווער האט זיך ארויסגעצויגן, און איך האלט ער האט אויכעט אפגעפיצט נאכן זעהן אז אין וויליאמסבורג קען זיך נאר סאטמאר בויען.
די מיינסט עס ערנסט אז ער האט געהאט א גרעסערע עולם ווי זיין שווער
וואס איז געשען מיט זיין עולם
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נישט ריכטיג די מעשה מיטן שטעקן - יא מיטן ארויסכאפן
למעשה די ברית געווען אין וויזניץ 162 ראס סטריט
דער אמרי חיים געווען סנדק
סקווירא רבי געזאגט די ברכות
באיאנער רבי עמידה לברכות
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
זייער אסאך ווערסיעס אין די מעשה
איינער זאגט אז ס'איז געווען אין סקווירא און איינער און וויזשניץ
איינער זאגט אמ''ח סנדק און איינער זאגט אמ''ח
איינער זאגט אז די סקווירא איז יא געווען און איינער זאגט אז ער איז בכלל נישט געווען
איינער האט א מעשה מיט א שטעקן און איינער נישט
אפשר רעדט מען פון אפאר באזונדערע מעשיות ...
אויב איינער ווייסט וועלכע יאר מ'רעדט דא און ביי וועלכע קינד אפשר ווען זאכן ווערן אויסגעקלארט
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
חקרן #
מיסטעריע #
נו, פיר אויס די מעשה..... די אמרי חיים האט שיינערהייט געצווינגען צוריק צו טראגן דאס קינד.... און די רעשט איז היסטאריע!!!!!
שורה תחתונה סקווערער רבי איז געווען סנדק!!!
הרב מיסטעריע, א גרויסן יישר כח פאר אייער היסטאריע, דער עולם באלעקט זיך די פינגער דערמיט, ואני בתוכם.
אין דעם ענין פון סנדקאות איז אייער אינפארמאציע נישט ריכטיג.
דאס קינד האט מען ארויסגעכאפט אין די פארטאגס שעות און דער אמרי חיים איז געווען סנדק, בשעת דער סקווירא זיידע איז אפילו נישט געווען ביים ברית. ער האט זיך הערשט דערוויסט שפעטער.
די רביצין טראנע איז אראפגעקומען צו איר איידעם מיט א שטעקן, און געשריגן, "דו האסט מיר שוין אוועקגע'הרג'עט איין טאכטער, יעצט ווילסטו מיר הרג'ענען אויך די צווייטע...".
קיינמאל געהערט דאס, איך האב א ידיד אין וויזשניץ וואס האט מיר פריער באשטעטיגט מיין ווערסיע, אבער ס'נישט קיין ראי', אבער פארוואס קען מען נישט פרעגן קיימישא רבין?
אין וויזשניץ גייט די מעשה אז דער אמרי חיים איז געווען סנדק, נישט דא קיין סיבה צי זאגן אזוי אויב למעשה איז סקווירא געווען סנדק, מענטשן וואס געדענקן די מעשה בפועל איז כמעט נישט דא, אבער איך קען מברר זיין די פרטים ווער ס'האט געזאגט ברכות וכו'
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די ברית איז געווען תשי״ד
ברית פון כ״ק אדמו״ר הרה״צ רבי מנחם מענדיל שליט״א מקיימישא (חתן ראחמסטריווקא, עס זאל פשוט זיין א חלק פונעם דעם אשכול)
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך האב יעצט אראפעגעלייגט די טעלעפון מיט איינעם פון סקווירא וואס איך האב שוין נישט גערעדט פאר א גוזמא יארן, חוץ אמאל געגאנגען ניחום אבילים, פארשטייט זיך זעמיר געווען יעצט א צוויי שעה דורכגעשמועסט אלטע זכרונות, ער געדענקט אויך נישט קיין מעשה פון קיין שטעקן, אבער ער זאגט אז פארקערט ווי מיין וויזשניצער חבר, וואס האט מיר אלע יארן געוואלט ארויסברענגען ווי ווייט ר' מאטעלע איז געווען חסיד פון שווער.
איצט אזוי מיין "סקווערער חבר" הייבט אהן אזוי, דו האסט א הווה אמינא אז דער סקווערער רבי וואלט נישט געגעבן פארן אמרי חיים די סנדקאות, ס'איז געווען א וויזשניצער איינרעדעניש, ווייל סך הכל האט דער רבי נישט געוואלט אז דאס קינד זאל ארויסגיין פון שטוב, נאר מ'זאל עס מאכן ביי איהם אין ביהמ"ד, ער האט דאך געוואוינט אויבן, און די יולדת מיט דאס קינד זענען געווען דארט, סך הכל רעדט מען פון אראפקומען צום בעיסמענט אין שוהל, די וויזשניצער טענה'ט ער, האבן געהאלטן אז מיט איהם קען מען זיך נישט אויסרעכענען, און ער וואלט נישט אוועקגעגעבן סנקדאות, בקיצור דאס קומט פון א ריינע סקווערע קוק ווינקל.
איצט לאמיר גיין צו מיין קוק ווינקל, אינדרויסן פון די באקס, דער סקווערער רבי האט זיך געהאלטן אלס א רבי וואס איז אין בדומה לו, ער האט באמת געגלייבט אין זיין גזע, אז זיי זענען וואס רבי פנחס קאריצער האט מבטיח געווען אז זיי זענען ספעיצעלע נשמות וואס קומט אראפ אויף דעם עולם השפל איין מאל אין טויזענט יאר, במילא, איך האלט נישט אז ער האט געהאלטן ס'קומט איהם אלעס, אבער טו-עי-סערטען-פוינט, די לייסענס צו זיין א עכטע רבי, איז זיינס, (ער איז גראדע נישט די איינציגע, די רוזשינער קינדער האבן אויך דעם גלויבינג, און חב"ד האט דעם גלויבינג) למשל ער האט נישט געלאזט זיינע קינדער גיין אליין אויפן גאס אהן א גבאי זאל באגלייטען, ער האט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטען רבין, מיט די נאמען "רבי", נאר "איהר", למשל ער האט אפילו נישט געזאגט וואס מאכט די סאטמערער רבי, איך רעדט שוין נישט וואס מאכט דער רבי, נאר וואס מאכט "איהר", ער איז נישט געגאנגען צו קיין צווייטען רבין פאר מ'איז געקומען צו איהם, וכו' וכו' נאך צענדליגע אזלעכע זאכן, דאס אלעס ווייל ער האט זיך אויפגעפירט, איך וואלט עס נישט אנגערופן מיט א ביטול ח"ו צו א צווייטן, אבער א שטיקל מלכות'דיגע באנעמונג, (לאמיר עס אזוי אנרופן איידעלערהייט) במילא קען דאס אפשר זיין פארוואס דו וויזשניצער חסידים האבן שטארק חושש געווען אז ער וועט נישט געבן די סנדקאות.
דאס איז אלעס געזאגט געווארן אזוי ווי איך האב פריער דערמאנט, נישט קיין חילוק וועלכע ווערסיע מ'זאל אננעמען, מיין וויזשניצער חבר זאגט די אמרי חיים האט געהייסן צוריק שיקן, דער סקווערער חבר (מיטן טענה האסט א הווה אמינא אז ער וואלט עס נישט געגעבן פארן אמרי חיים) מיט @תניא בניחותא זאגן די אמרי חיים, עד שיבוא השלישי @שטריימל ויכריע ביניהם אז ס'איז זיכער געווען די אמרי חיים.
איך ברענג נאר ארויס כדי לשבר האוזן פון ווי זאל זיך אפילו נעמען אזא הוה אמינא ביי וויזשניצער חסידים, זיי האבן זיך שוין באקענט פון פריער זייענדיג מחותנים.
אגב שיעור נישט פארגעסן ער איז אויכעט געווען אין זיינע אויגן דער נענסטער אייניקל צום בעש"ט,בלויז דער זעקסטער דור, במילא זיין רויעל בלוט איז מער ווי א צווייטען!
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
kolal1 #
מיסטעריע #
צפת #
אנטשולדיגט אז איך האק אריין...
איך בין טאקע פונעם יונגן דור, מיר באלעקן זיך מיט די אמאליגע היסטאריע. אבער איך וויל נאר וויסן איין זאך וואס איך האב אמאל געהערט.
איז אמת, אז דער סקווירא רבי זצוק"ל האט פארלאנגט פון זיין איידעם ר' מאטעלע ז"ל, אז ער מוז קומען וואוינען אין שטעטל, און ער האט אפילו געסטראשעט מיט צוריקנעמען זיין טאכטער? - איז אמת דער פרט?
קיינמאל פארגעקומען אזאנס, רבי מאטעלע האט געהאט א גרעסערע עולם פונעם שווער יענע יארן, ער האט געמאכט שבת פאר זיך, זייענדיג וויזשניצער רב, ער איז נאכגעקומען שפעטער קיין מאנסי ווייל דער שווער האט זיך ארויסגעצויגן, און איך האלט ער האט אויכעט אפגעפיצט נאכן זעהן אז אין וויליאמסבורג קען זיך נאר סאטמאר בויען.
די מיינסט עס ערנסט אז ער האט געהאט א גרעסערע עולם ווי זיין שווער
וואס איז געשען מיט זיין עולם
אוודאי, אראפקומענדיג פון שיף האט שוין רבי מאטעלע געהאט מער מענטשן וואס האבן איהם אפגעווארט, סקווערער רבי האט נישט געהאט קיין "איין חסיד", רבי מאטעלע האט געזעהן אוודאי אז מ'זאל מכבד זיין דעם שווער, די ליסקא רבי פון בארא פארק האט מיר אמאל געזאגט, אז זיין זיידע האט אפילו געגעבן א קאפעליטש פארן סקווערן רבין, אפילו דאס האט ער נישט געהאט ווער זאל איהם באזארגן, ער האט געהאט א ברודער דאהי אין אמעריקא פון פאר די קריג, יענער האט געוואוינט אין בארא פארק, ער איז נסתלק געווארן בשעת דער סקווערער רבי איז געווען אויפן שיף, אנקומענדיג דא איז ער איינגעשטאנען ביים צעהלימער רב ז"ל פאר עטליכע וואכן, ביז מ'האט איינגערישט דעם ברודער'ס דירה אין בארא פארק, (ווען ער איז צוריק געפארן אויף וויליאמסבורג וואוינען, האט דער פאלטיטשאנער רבי ז"ל דער פקודת אלעזר איבערגענומען יענעם הויז), רבי מאטעלע איז דעמאלס געווען פון דער יחידים וואס האבן געקענט צו גיין צום עמוד ווייל ער האט געהאט א בארד, און געווען אין מקווה יעדן טאג.
דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט, אז דער שפעטערדיגע סקווערער רב, רבי משה ניישלאס האט זיך מקשר געווען (לכאורה אלס א בעלזער אייניקל) און ער האט געהאט א ישיבה אין וואודמיר לאנג איילענד, פאר שארית הפליטה יוצאי סערדאהעל, און אזוי האט אנגעהויבן זיין אביסל מנין אין בארא פארק, און דאס האט אביסל געגעבן אביסל וויקעישאון פאר רעב מאטעלע וואס האט זיך געקענט אביסל אנהייבן זיין ראלע אלס וויזשניצער רב
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סוף טוב הכל טוב #
מיסטעריע #
בעסיקלי דער רבי ווערט נישט אויס אויב מ'מאכט טעותים, דער פראבלעם איז ווען ער ווערט אויפגעוויזן זיין מיסטעיק, און ער קען נישט מודה זיין אין דעם טעות, און ער קען זיך נישט זעהן צו פאררעכטן זיינע מיסטעיקס און זיינע דרכים. (ביידיוועי דאס איז מיין פראבלעם וואס איך האב מיט דער היינטיגער סקווערער מנהיג)
בעיסקלי זאגסטו אז דו האלטס פון דעם טאטן אזויפיל ווי פון דעם זוהן, אדער פון דעם זוהן אזויפיל וויפיל פון דעם טאטן?
איך זאג יעדער האט געהאט מעלות און חסרונות, דער פראבלעם הייבט זיך אהן אז מ'קען נישט מודה זיין אין זאגן "טעיתי"!
וויאזוי זאגט דער וועלט, וואס איז דער חילוק פון א חסיד מיט א מתנגד, איין מענטש דער רבי, היינט בין איך שוין עלטער, אבער איך קום שוין פון דעם סטעידזש אין לייף, ווי מ'מוז כסדר פארגיטיגן דעם רבי'ן אויף אלעס, דער רבי האט געקענט טוהן זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ס'גארנישט געשעהן ער איז ווייטער דער זעלבער, ער פאררעכט זיינע טעותים, איך האב וועגן דעם פראבירט אנצוהייבן פון דער בראשית יארן, אולי וועט יעדער פארשטיין וואס ער וויל, און ציען זיינע אייגענע מסקנות, ס'איז זייער שווער איבערצומאכן מענטשן, מיר האט גענומען יארן צו אנקומען צום אביעקטיוו בליק וואס איך האב, (עכ"פ אין מיינע אויגן) איך האב אלע יארן געלעבט פון קענען אלע חסידישע לשון הרע'ס און גאסיפ, למעשה שטעלט זיך ארויס, אז מ'פארלאנגט פון א רבי (און מיט רעכט) זאל כאטשיג זיין א איידעלע בעל מידות, איינער פארלאנגט דען זיי זאלן פליען אין הימל, אבער אז איך פשוטע איד, וועט זיך קריגן מיט מיין ברודער, וועט יעדער האלטן אז איך בין א נידריגע בעל מחלוקת, ווען איך זאל טשעפענען א איד, און איהם נישט מפייס זיין, און נאך רודפ'ן עד חרמה, ווער וועט אפילו זיך וועלן משדך זיין מיט אזא איינעם, רבי'ס האבן עפעס אזא פרי-פעס- ער מעג אלעס טוהן, און ס'איז נאך אפילו נארמאל.
יעצט ווען איך וועל ממשיך זיין צו שרייבן בל"נ וועל איך דעמאלס ארום רעדן איבער דעם נושא, אז (POWER) מאכט קאראפטירט א מענטש, און ס'איז נישט מער ווי א מענטשליכע זאך אז ווען דער רבי אדער מנהיג כאפט זיך אז מיט זיין געוואלדיגע כח און מאכט האט ער דעמאלישט א צווייטען איד, זאל ער איהם מפייס זיין, דער אלטער סקווערער רבי האט למעשה געהאט א מאגנעט וואס האט צוגעשלעפט צו איהם, איך פלעג כסדר פרעגן זקני חסידים (וואס האבן נישט ארויסגעמופט און שטעטל, דעריבער זיי זענען נישט מקושר געווארן צוליב דעם שטעטל) ס'איז געווען א סאטמער רב א קלויזענבורגער רב רבי'ס וואס האבן געזאגט תורה, געהאלטן דרשות וכו', דא זיצט זיך א איד, מ'הערט נישט פון איהם קיין פיפס, און זיי פלעגן מיר זאגן מ'קען עס נישט מסביר זיין, עפעס א מין העכערקייט, אבער צוריק צום נקודה, איך האב עס מסביר געווען פריער ס'איז געווען א געוויסע מלכות'דיגע שטאלץ, אז ער האט א ספעציעל נשמה, דעריבער דארף מען זיך מכניע זיין צו איהם.
איך וועל נאר בל"נ מאריך זיין אסאך אסאך קלארער און טיעפער ווען דער צייט וועט ערלויבן און איך וועל האבן גענוג כח
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך מוז דא באטאנען אז מרעדט דא פון אלטן סקװערער רבי׳ן זי״ע רעדט זיך דא פֿון גאר א גרױסער מענטש.
װיל איך דערמאנען צװײ זאכען.
1 הג״ר יעקב קאמינעצקי זצל פלעגט זאגן אױפן רבי׳ן פון הימל װעט מען עם ניט דיסאפױנטן.
2 הג״ר ישראל סאלאנטער זצל האט געזאגט מקען צוקומען צו רוח הקודש נישט האבנדיק געהאט מתקן געװען קען אײן מדה !
וד״ל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היינט איז דער יארצייט פון רבי משה גבאי, אפשר אויב איינער וויל איבערנעמען און שרייבן אביסל איבער איהם, אבער איך האב נישט קיין כח.
ער וואלט אליינס געקענט זיין א רבי, ער איז געווען ממקורו אן אלכסנדר חסיד, און ער מיט די סקולענער רבי (נועם אליעזר), און דער ריבניצער זענען צוזאמען געווען א חוש המשולש פון תלמידים ביים הייליגן שטעפינעשטער זי"ע, שפעטער איז ער געווארן גבאי ביים סקווערן רבי'ן, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט זיינע פאפירן, איז ער נישט אנגעקומען קיין אמעריקא, ערשט יארן שפעטער, דאכצעך צוויי מאל אלס וויזיט, אדער ביי פיניע'ס בר מצוה אדער פיניע'ס חתונה, איז ער שוין פארבליבן דאהי,
אמאל האט ער זיך אונטערגעלאכט און פארציילט פארן רבין, ער הערט חיים זאנוויל (ריבניץ) נעמט קוויטלעך, האט איהם דער רבי געזאגט: משה? דו רעדסט? איך וועל דיר קנס'נען! פון היינט און ווייטער וועל איך דיר מוזן רופן "רבי" משה!! האט ער זיך אנגעהויבן מתחנן זיין, ניין ניין, נאר דאס נישט! איך וועל מער נישט רעדן!!!
(ער האט נישט געקענט דערהייבן די נייע טייפ קאמפעני-חסידות, ער איז געווען אלעס פנימיות, ער פלעגט נעמען ביים טיש שיריים דוקא נישט פון ישעי' גבאי, וועם ער האט נישט געקענט דערליידן פארן מאכן א קאמפעני, אויך האט ער געפילט ישעי' וואלט איהם געדארפט צוריקגעבן די גבאות, אויב מ'האט געוואלט מאכן סדר לדוגמא א שורה מענטשן זאלן זיך נישט שטופן ביים אריבער גיין דעם רבין גיבן לחיים, האט ער דווקא אנגעהויבן שטופן, דאס איז גראדע א נארישע דוגמא וואס איך ברענג ארויס פון איהם, אבער די סיבה פארוואס איך זאג דאס, ווייל ער האט כסדר גענומען ראמיסטריווקא רבי'ס חלה אלס שיריים, ער האט דאס געטוהן ביים אלטען רבין שוין געהאט די מנהג)
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #
ווי אויך די בעלזע קבוצה אינעם שטעטל, די מעשה מיט זייער של"ס, איז אלס געווען די שווער, ער וואלט כשלעצמו קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך, בעלזע איז געווען ביי איהם קודש קדשים, נאר דאס געשענט נישט ביים שווער.
וואס איז געווען די מעשה מיט די בעלזע קבוצה?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
איצט לאמיר גיין צו מיין קוק ווינקל, אינדרויסן פון די באקס, דער סקווערער רבי האט זיך געהאלטן אלס א רבי וואס איז אין בדומה לו, ער האט באמת געגלייבט אין זיין גזע, אז זיי זענען וואס רבי פנחס קאריצער האט מבטיח געווען אז זיי זענען ספעיצעלע נשמות וואס קומט אראפ אויף דעם עולם השפל איין מאל אין טויזענט יאר, במילא, איך האלט נישט אז ער האט געהאלטן ס'קומט איהם אלעס, אבער טו-עי-סערטען-פוינט, די לייסענס צו זיין א עכטע רבי, איז זיינס, (ער איז גראדע נישט די איינציגע, די רוזשינער קינדער האבן אויך דעם גלויבינג, און חב"ד האט דעם גלויבינג)
און אנדערע ווערטער עס איז א רוסישע פראבלעם
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
הגאון הצדיק #

לכאורה איז עס געווען די פראבלעם וויאזוי די דריטע דור פון חסידות, דהיינו נאך די תלמידי המגיד זענען אויפגעלעזט געווארן, און ס'געווארן דינאסטיעס, און פוילן איז געווען א צאנזער רב און א ראפשיצער רב וואס האבן אוועק געמאכט די חלק, איז עס געבליבן נאר ביי אוקריינער.
הגם מ'קען דאס טשעלענדזשן, זענען די ראפשיצער / צאנזער אייניקלעך נישט געווארן רבי'ס? און ווער רעדט נאך באבוב? וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א געהעריגע רוזשינער מלכות, אויף וואס די פאונדינ"ג פאטער"ס פון די דינאסטיעס האבן דאס ממאס געווען, אבער שוין אזוי גייט עס, אזוי ווי ס'טשערנאבעלט און רוזשינן'ט זיך אזוי צאנז'ט זיך
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #
ר' מיסטעריא, ב"ה איהר האט פיין פארדריידט די אשכול דערוויל להנאת הציבור אנשטאטס זיך באנעמען צו די טעראר טעמא וואס ער האט אפגעליטען דארט.
אפשר איז עס בעסער אזוי, היות מען האט אנגעהויבען שרייבען נעמען פון געוויסע שוכני עפר וואס די מעשיות און התנהגות זייערע איז ווייט פון פאסיג ארויס צושרייבען ברבים איז אויב מען איז ממשיך מיט אמת'ע שקאצעריי און טעראר איז עס בכלל נישט אזוי פשוט.
מה שנוגע צו דיין ימות עולם באשרייבונג אויף הייליג שטעטל און די איידרוק פון ראחמיסטריווקא רבי ז"ל מיט די שיינע מעשיות, יא דערווייל איז נישט געווען קיין עקסטרע חידושים אדער מיסאינפארמאציא ב"ה, אבער עס פעלט א גאר וויכטיגע נקודה אין דיינע באשרייבונגען, אומאנהענגיג צו מען איז יא א חסיד אדער נישט פונעם ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, וואס אן דעם נקודה זעהט ער אויס ווי א... אבער מיט דעם קלארקייט קען מען בפשטות אלעס וואס די האסט באשריבען קלאר פארשטיין.
הפוך בה דכולה בה
די ראחמיסטריווקא רבי איז געווען א חסיד נלהב פונעם שווער עד זיבולא בתרייתא.
די נקודה האט איבערגעוועגט אלעס אין זיין גאנצע הלוך ילך, ער האט געהאט א התבטלות צו זיין שווערס רצון און דעת עד הסוף, ער איז געווען גרייט און איז טאקע געגאנגען אין פייער פארן שווער און גארנישט האט אדער וואלט איהם געקענט אפשטעלען צו מקיים זיין די רצון פון שווער, ער האט דאס גענומען אלס זיין תפקיד אין שטעטל בחייו פונעם שווער און אפשר נאך מער לאחר מותו פילענדיג די העלעם און גרויסע חלל וואס איז איבערגעבליבען דארט אן קיינעם, ובמקום שאין אנשים השתדל להיות איש.
דאס מיינט נישט אז זיין אייגענע דעת אדער רצון האט פארנומען א פלאץ אז ער דארף אויספירן, ער איז געווען ידוע אלס א גאון אין מדות, א עניו און א שפל ברך, פאר ווער עס האט איהם געקענט, נאר ער האט עס אנגעקוקט ווי זיין שליחות, זיין תפקיד רוחני אויף די וועלט, אפילו דאס איז קעגען זיין מהות און נאטור.
ווי למשל די סוכה מעשה, ער האט קיינמאל נישט געגסען בבית אבותיו שמיני עצרת אין סוכה, נאר דאס וויל די שווער און דאס גייט מען זעהן צוצושטעלן.
ווי אויך די בעלזע קבוצה אינעם שטעטל, די מעשה מיט זייער של"ס, איז אלס געווען די שווער, ער וואלט כשלעצמו קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך, בעלזע איז געווען ביי איהם קודש קדשים, נאר דאס געשענט נישט ביים שווער.
די ליסטע עדיגט זיך נישט, אפילו די פרשה מיט..... גלייך נאכן פטירה בנוגע די ביה"ח ווי צו באגרובען...... נישט זיך, אין נישט די טובה פונעם פארטיי, נאר וואס וואלט די שווער געוואלט, הכל עשה לכבודו.
די זעלבע מיט זיין צוגאנג צו סאטמאר רב ז"ל וואס די האסט שוין דערמאנט, ער האט פארשטאנען זיין גרויסקייט, אבער עס איז אלס ארום די נקודה די רצון וכבוד פונעם שווער וזהו.
דאס איז א סיכום אויף אלעס וואס די האסט און אפשר וועסט נאך שרייבען.
זייער קלאר ארויסגעברענגט
אדרבא ווען ס'איז געקומען צו איהם אליין איז ער געווען שטארק קעגען די אלע מעשי שוואנצנות, ביודעי ובמכירי קאמינא מכמה פעמים בקו"פ
לגבי די סוכה מעשה דאס האב איך געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען, און די בחור איז שפעטער געווען פון דא גאר נאנטע ביים רבין, ע"ה
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
איך פארשטיי בכלל נישט דיין אויסבראך, ס'איז דא צוויי מהלכים צו באשרייבן די נושא, נאר נעגאטיוו אדער נאר פאזעטיוו, און דערנאך איז דא א דריטע מהלך פון שרייבן אביעקטיוו, ס'גייט ח"ו אויסקומען אז זייער אסאך מאל ביים שרייבן גייט מען נישט קענען גלייבן פארשידענע טעראר אקטן, ס'גיבט אסאך צו, אויב מען פארשטייט די יסוד היסודות, פון וואספארא מורכב די אתרוג בוים איז איינגעפלאנצן געווארן!
אין כאן אויסברוך בכלל
גראדע פאר א פרעמדער קען דאס טאקע אויסקוקען זייער נעגעטיוו, ובדר"כ פשוט גוט צו וויסען אז איר שרייבט דאס לויט אייער סקווירא בליק, והרבה פנים לתורא
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
הגם מ'קען דאס טשעלענדזשן, זענען די ראפשיצער / צאנזער אייניקלעך נישט געווארן רבי'ס? און ווער רעדט נאך באבוב? וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א געהעריגע רוזשינער מלכות, אויף וואס די פאונדינ"ג פאטער"ס פון די דינאסטיעס האבן דאס ממאס געווען, אבער שוין אזוי גייט עס, אזוי ווי ס'טשערנאבעלט און רוזשינן'ט זיך אזוי צאנז'ט זיך
זיי זענען דאך טשערנאביל'ע איינקלעך אויכעט איז פון יעדע זיידע האט מען גענומען עפעס
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@מיסטעריע, בנוגע נישט גיין באזוכן א צווייטע רבי נאר אויב יענער איז ערשט געקומען צו איהם א באזוך, איז נישט נאר געווען פאר אלגעמיינע אדמורי״ם ורבנים, נאר אפילו פאר אנדערע טשערנאביל׳ער אדמורי״ם אויך.
לכאורה, אויב איז די סיבה צוליב די הייליגע נשמה, פארמאגט דאך יענער אדמו״ר, וואס איז אויך א בן אחר בן פונעם מאו״ע מטשערנאביל אויך די זעלבע הייליגע נשמה?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בענין דאס נישט גיין באזוכן נאר אויב יענער איז געקומען קודם, שמעתי פעם אז אין ליובאוויטש איז דא א סידור פון בעש"ט וואס לויט'ן יחוס קומט עפעס אויס אז דער סקווערער רבי וואלט עס געדארפט ירש'נען, און חב"ד איז געווען גרייט דאס אפצוגעבן אויב סקווערער רבי קומט עס אפנעמען ביי זייער רבי'ן, אבער היות סקווירא גייט נישט קודם באזוכן א.א.וו. איז דאס סידור געבליבן דארט.
כ'ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, אדרבה זאל עמיצר אויסקלארן
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נחום הסופר #

בכלל נישט, יש הרבה פרטים
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די סיפור איז ריכטיג אז סקווירא רבי האט עס נישט געוואלט גיין נעמען, אבער פרטי הדברים איז נישט ירושה, איז פשוט א סידור וואס איז פאר׳משכנ׳ט געווארן ביי א לויבאוויטשער חסיד, וואס האט אהין געגעבן דעם סידור צו זיין רבי׳ן און ווען סקווירא איז דאס געקומען אפנעמען איז עס שוין געווען אין חב״ד.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
היינט איז דער יארצייט פון רבי משה גבאי, אפשר אויב איינער וויל איבערנעמען און שרייבן אביסל איבער איהם, אבער איך האב נישט קיין כח.
ער וואלט אליינס געקענט זיין א רבי, ער איז געווען ממקורו אן אלכסנדר חסיד, און ער מיט די סקולענער רבי (נועם אליעזר), און דער ריבניצער זענען צוזאמען געווען א חוש המשולש פון תלמידים ביים הייליגן שטעפינעשטער זי"ע, שפעטער איז ער געווארן גבאי ביים סקווערן רבי'ן, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט זיינע פאפירן, איז ער נישט אנגעקומען קיין אמעריקא, ערשט יארן שפעטער, דאכצעך צוויי מאל אלס וויזיט, אדער ביי פיניע'ס בר מצוה אדער פיניע'ס חתונה, איז ער שוין פארבליבן דאהי,
אמאל האט ער זיך אונטערגעלאכט און פארציילט פארן רבין, ער הערט חיים זאנוויל (ריבניץ) נעמט קוויטלעך, האט איהם דער רבי געזאגט: משה? דו רעדסט? איך וועל דיר קנס'נען! פון היינט און ווייטער וועל איך דיר מוזן רופן "רבי" משה!! האט ער זיך אנגעהויבן מתחנן זיין, ניין ניין, נאר דאס נישט! איך וועל מער נישט רעדן!!!
(ער האט נישט געקענט דערהייבן די נייע טייפ קאמפעני-חסידות, ער איז געווען אלעס פנימיות, ער פלעגט נעמען ביים טיש שיריים דוקא נישט פון ישעי' גבאי, וועם ער האט נישט געקענט דערליידן פארן מאכן א קאמפעני, אויך האט ער געפילט ישעי' וואלט איהם געדארפט צוריקגעבן די גבאות, אויב מ'האט געוואלט מאכן סדר לדוגמא א שורה מענטשן זאלן זיך נישט שטופן ביים אריבער גיין דעם רבין גיבן לחיים, האט ער דווקא אנגעהויבן שטופן, דאס איז גראדע א נארישע דוגמא וואס איך ברענג ארויס פון איהם, אבער די סיבה פארוואס איך זאג דאס, ווייל ער האט כסדר גענומען ראמיסטריווקא רבי'ס חלה אלס שיריים, ער האט דאס געטוהן ביים אלטען רבין שוין געהאט די מנהג)
סאיז דא וואס טענהען אז רבי משה גבאי איז געווען פון דעיע וואס האבן גוואלט אז די ראמיסטריווקא רבי זאל זיין מ"מ

איך גלייב נישט אז עס איז געווען אפילו א הוה אמינא ביי ר' משה אויף למעשה. א יעדער בר דעת האט פארשטאנען אז די רצון פון סקווירא רבי ז"ל איז אז זיין בן יחיד'ל זאל זיין די ממשיך און ממלא מקומו יהי' מה שיהי'.
עס איז גאנץ מסתבר אז טראץ די רצון פונעם צאדיק האט ר' משה נאכאלץ נישט געהאט קיין עקסטרע שטארקע הערצה צום בן יחיד, זיי זענען געווען געקנעטען פון אנדערע טייג, און עס איז קלאר אז ער האט שטארק מעריץ געווען מיט אן אויסטערלישע אהבה די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, זיי האבן זיך גאר גוט פארשטאנען, געווען אויף איין זייט רובא דרובא און זייער סגנון האט געהאט פארשידינע ענדליכקייטען, ווי אויך איז געווען שטארק ציווישן די צוויי א בערך'דיגע "את אשר אהבת אהבתי ואשר שנאת שנאתי" מיט די זעלבע ליסטע פון מענטשן און מהלכים וואס זיי האבן יא און נישט סובל געווען.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
די קעפעלע #
ר' מיסטעריא, ב"ה איהר האט פיין פארדריידט די אשכול דערוויל להנאת הציבור אנשטאטס זיך באנעמען צו די טעראר טעמא וואס ער האט אפגעליטען דארט.
אפשר איז עס בעסער אזוי, היות מען האט אנגעהויבען שרייבען נעמען פון געוויסע שוכני עפר וואס די מעשיות און התנהגות זייערע איז ווייט פון פאסיג ארויס צושרייבען ברבים איז אויב מען איז ממשיך מיט אמת'ע שקאצעריי און טעראר איז עס בכלל נישט אזוי פשוט.
מה שנוגע צו דיין ימות עולם באשרייבונג אויף הייליג שטעטל און די איידרוק פון ראחמיסטריווקא רבי ז"ל מיט די שיינע מעשיות, יא דערווייל איז נישט געווען קיין עקסטרע חידושים אדער מיסאינפארמאציא ב"ה, אבער עס פעלט א גאר וויכטיגע נקודה אין דיינע באשרייבונגען, אומאנהענגיג צו מען איז יא א חסיד אדער נישט פונעם ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, וואס אן דעם נקודה זעהט ער אויס ווי א... אבער מיט דעם קלארקייט קען מען בפשטות אלעס וואס די האסט באשריבען קלאר פארשטיין.
הפוך בה דכולה בה
די ראחמיסטריווקא רבי איז געווען א חסיד נלהב פונעם שווער עד זיבולא בתרייתא.
די נקודה האט איבערגעוועגט אלעס אין זיין גאנצע הלוך ילך, ער האט געהאט א התבטלות צו זיין שווערס רצון און דעת עד הסוף, ער איז געווען גרייט און איז טאקע געגאנגען אין פייער פארן שווער און גארנישט האט אדער וואלט איהם געקענט אפשטעלען צו מקיים זיין די רצון פון שווער, ער האט דאס גענומען אלס זיין תפקיד אין שטעטל בחייו פונעם שווער און אפשר נאך מער לאחר מותו פילענדיג די העלעם און גרויסע חלל וואס איז איבערגעבליבען דארט אן קיינעם, ובמקום שאין אנשים השתדל להיות איש.
דאס מיינט נישט אז זיין אייגענע דעת אדער רצון האט פארנומען א פלאץ אז ער דארף אויספירן, ער איז געווען ידוע אלס א גאון אין מדות, א עניו און א שפל ברך, פאר ווער עס האט איהם געקענט, נאר ער האט עס אנגעקוקט ווי זיין שליחות, זיין תפקיד רוחני אויף די וועלט, אפילו דאס איז קעגען זיין מהות און נאטור.
ווי למשל די סוכה מעשה, ער האט קיינמאל נישט געגסען בבית אבותיו שמיני עצרת אין סוכה, נאר דאס וויל די שווער און דאס גייט מען זעהן צוצושטעלן.
ווי אויך די בעלזע קבוצה אינעם שטעטל, די מעשה מיט זייער של"ס, איז אלס געווען די שווער, ער וואלט כשלעצמו קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך, בעלזע איז געווען ביי איהם קודש קדשים, נאר דאס געשענט נישט ביים שווער.
די ליסטע עדיגט זיך נישט, אפילו די פרשה מיט..... גלייך נאכן פטירה בנוגע די ביה"ח ווי צו באגרובען...... נישט זיך, אין נישט די טובה פונעם פארטיי, נאר וואס וואלט די שווער געוואלט, הכל עשה לכבודו.
די זעלבע מיט זיין צוגאנג צו סאטמאר רב ז"ל וואס די האסט שוין דערמאנט, ער האט פארשטאנען זיין גרויסקייט, אבער עס איז אלס ארום די נקודה די רצון וכבוד פונעם שווער וזהו.
דאס איז א סיכום אויף אלעס וואס די האסט און אפשר וועסט נאך שרייבען.
זייער קלאר ארויסגעברענגט
אדרבא ווען ס'איז געקומען צו איהם אליין איז ער געווען שטארק קעגען די אלע מעשי שוואנצנות, ביודעי ובמכירי קאמינא מכמה פעמים בקו"פ
לגבי די סוכה מעשה דאס האב איך געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען, און די בחור איז שפעטער געווען פון דא גאר נאנטע ביים רבין, ע"ה
אפילו די וואס זענען פארבליבען אין שטעטל וואס זענען ממונה מוח צווואשן די ציבור לטובת הפארטיי און וועלן ניצן ברבים די אויסדרוק פון ר' מיסטעריא "ראחמיסטריווקא רבי איז געשטאנען אונטער די גאנצע סקווירא דיקטאטורשאפט טעראר וכו", און אפי' די וואס האבן געכאפט דערפאר זענען באמת מודה און מסכים צום אויבענדערמאנטע נקודה אז לא זה כעומת זה, לא מיני' ולא מיקצתי'.
מיך איז גראדע גאר אינטערסאנט צו וויסן וואס פאר א שווארצע קאץ איז אריבער צווישן ר' מיסטעריא (מיטן ראחמיסטריווקא רבי ז"ל) ווי ער פארקויפט אז ער האט בייגעוואונט אין די יונגע יארן אלץ ילוד ותושב השיכון, אז ער קען זיך נישט ארויס זעהן פון זיין אזוי גערופענע שרעקליכע טראמ"ע צו מסכים זיין מיט די מציאות?
(אדער איז ער אפשר נישט דער וואס ער שילדערט זיך אלץ דא אויף ק"ש)
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
כבוד הרב @מיסטעריע, איך וויל זיך באדאנקען פאר די הערליכע סחורה. אזוי אויך וויל איך זיך מצרף זיין צו די בקשה וואס אנדערע האבן שוין געבעטן, ביטע עפן א באזונדער אשכול פאר די סחורה. עס איז ממש א שאד עס זאל באגראבן ווערן דא.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
נחום הסופר #
בענין דאס נישט גיין באזוכן נאר אויב יענער איז געקומען קודם, שמעתי פעם אז אין ליובאוויטש איז דא א סידור פון בעש"ט וואס לויט'ן יחוס קומט עפעס אויס אז דער סקווערער רבי וואלט עס געדארפט ירש'נען, און חב"ד איז געווען גרייט דאס אפצוגעבן אויב סקווערער רבי קומט עס אפנעמען ביי זייער רבי'ן, אבער היות סקווירא גייט נישט קודם באזוכן א.א.וו. איז דאס סידור געבליבן דארט.
כ'ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, אדרבה זאל עמיצר אויסקלארן
בכלל נישט, יש הרבה פרטים
לאמיר פארציילן די מעשה, ס'געווען א סקווערער חסיד וואס האט געהייסן ר' יצחק ליפסון ער איז געהייראט א אייניקל פונעם דגל מחנה אפרים, ער האט געירשנט זיין שווער וואס האט געהאט די בעל שם'ס רבינו תם תפילין און סידור, ער איז געווען זייער א פארמעגליכע איד, און ער האט געגעבן פארן סקווערן רבין דעם ר"ת תפילין בתנאי ער זאל דאס לייגן, ער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט לייגן אזעלכע הייליגע תפילין, למעשה וויבאלד ער האט עס איהם נישט געוואלט געבן אויב גייט ער עס נישט לייגן, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און עס געלייגט איינמאל, דאגעגן דער סידור האט ער איהם נאר "געבארגט" און ווען ער האט עס אפגענומען ביי איהם, האט ר' יצחק איהם בתוך הדברים געזאגט אז דער סיבה פארוואס ער דארף דאס יעצט, ווייל ער האט פאלוירן זיין גאנצע געלט, און ער האט פשוט נישט קיין ברירה און ער מוז עס פארקויפן, און דער סקווערער רבי האט פארשטייט זיך נישט געהאט קיין הוה אמינא פון ווי צו נעמען אפילו א איבריגע פרוטה דאס צו קויפן, אבער האט דער סקווערער רבי דאן אויסגעפירט אז ר' יצחק ליפסון האט איהם געזאגט אז ווער ס'גייט זיין דער ענדגילטיגע קונה, גיי איך מיך אויסנעמען מיט איהם, אז אויב קומט אמאל א סקווערער אייניקל און וויל עס צוריק אפקויפן דארף מען עס איהם צוריק פארקויפן.
אונזער ר' יצחק האט ארויסגעלאזט א קול אז ער האט דעם בעל שם'ס סידור צו פארקויפן, דער פריערדיגע ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ איז געוואויר געווארן פון דעם, און ער האט עס זייער שטארק געוואלט קויפן, ער האט אבער אויך נישט געהאט קיין געלט צו דאס אפקויפן, איז ער דאך געווען א חכם מחוכם, און ער איז געקומען צו פארן פון אטוואצק פוילן ביז קעשינוב ראמעניא און אריבער געגאנגען צו ר' יצחק ליפסון אין שטוב, און ער האט איהם פארגעשלאגן, אויב קענסטו מיר עס פארבארגן פאר א חודש צייט, און אויב ביז דעמאלס ברענג איך דיר נישט אפ דאס געלט דאן באקומסט עס צוריק און קענסט גיין עס פארקויפן ווייטער, וואס מיינט איהר האט דער ריי"ץ געטוהן, ער האט ארויסגעלייגט אן אדווערטייזמענט, אז ווער עס וויל קען קומען און קוקן דער בעשטה"ק סידור, און עס קישן, (דאכצעך דאווענען דערין האט ער נישט געלאזט) אבער מ'מוז באצאלן עטליכע זלאטעס, און פארשטייט זיך ס'געקומען א עולם גדול יעדן טאג, און נאך ווי ער האט געהאט צו באצאלן פאר דעם ר' יצחק ליפסון, און נאך אסאך פריער ווי א חודש.....
לאמיר צונעמען די מעשה, מ'האלט יעצט נאך תש"י דער ליובאוויטשער רבי רמ"מ זיצט אויפן שווער'ס בענקל, און מ'קומט צו איהם מיט א מעשה, נישט געווען קיין שום סיבה פאר ליובאוויטשער רבי דאס צו אויפצוגעבן, (איך רעדט שוין נישט אז ער איז געווען א כיטרער געשליפן קלוגער מענטש, וואס אזוי האט ער אויך געטוהן און געוואונען ביי די פרשת דידן נצח מיט זיין פלומעניק בערי גורארי, אז די אלע ספרים און ירושה פון זיין שווער איז נישט זיינס, ס'קערט פאר חב"ד, און דער רבי דאס הייסט רבי מנחם מענדל באלאנגט אויך פאר חב"ד.....) דער סקווערער רבי האט געהאט א מעשה, אבער נישט קיין שום שטר אדער א קבלת קנין וכדו', מ'קען מיט קיין מעשה נישט ארויס נעמען קיין סידור.
די גאנצע מעשה אז ער איז נישט געגאנגען צו איהם און צוליב דעם האט ער טאקע נישט באקומען דעם סידור איז א באקאנטע פיינע סקווערע געבעקס, די גאנצע טענה איז בכלל נישט ריכטיג, ווי אויסגעשמועסט פריער, און איך האב פאר ענק נייעס איך קוק דאך היינט אלעס מיט א ברייטערער בליק, (וואס זאל איך טוהן אז @קעפעלע און @היימלינד מיט נאך אנדערע האלטן איז איך קוק עס מיט א סקווערער בליק.... איך פיל נישט אז איך דארף פירן א וויכוח איבער דעם, אונז גיי מיר שוין אין צירקול'ס כ'האב מיר שוין מסביר געווען עטליכע מאל פון וועלכע ענג"ל איך קום... נאר דא קומט עס אריין, דעריבער שרייב איך עס דא וד"ל) ענק האבן איין הוה אמינא ווען דער סקווערער רבי ז"ל קען באקומען דעם סידור לויפט ער נישט אויף אלע פיהר? על אף וואס ער גייט נישט צו קיינעם נאר טאמער יענער קומט צו איהם קודם, לאמיר שוין זאגן אז אלס עקשנות'דיגע פרינציפ איז ער נאכאלס נישט געגאנגען צום לויבאוויטשער רבין, נאר אויב ער קומט צו איהם פריער, פארוואס האט ער דאס מינדעסטע נישט געטוהן, כאטשיג זאל ער אראפ שיקן א משלחת צום לויבאוויטשער רבין אדורך שמועסן דעם ענין, נאר וואס דען ער האט אליין פארשטאנען, אז ער האט נישט עפעס זאכליך אין האנט איינצומאנען, און אפילו מ'וואלט זיך מקשר געווען מיט חיים ליבערמאן דער לייבעריען פון די אוצר ספריית חב"ד, וואלט ער אויכעט נישט פארשטאנען וואס פונקטליך ווילסטו פון מיר. (וואס אונטערן טיש האט ער יא פראבירט אז דער רמ"מ זאל נישט האבן די גאנצע בעלות אויף דעם לייבערי, ער איז שטילערהייט געווען א חסיד פון דער רש"ג ביז די שוים האט זיך געזעצט, און רמ"ש האט איבערגעוואונען דאס מערהייט, האט ער אלס ווי ער האט געקענט געבן א שטיקל קיצל פאר דעם רמ"ש אבער ער האט זיך אלס געמאכט ווי ער כאפט נישט, אזוי אז אפילו שפעטער ביי בערי'ס פרשה האט ער זיך נישט געקענט ארויסשטעלן לטובתו וואס מאנכע האלטן אז ער האט געהאט א שטארקע יד און אונטערציען בערי).
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
יחסן_גדול #
@מיסטעריע, בנוגע נישט גיין באזוכן א צווייטע רבי נאר אויב יענער איז ערשט געקומען צו איהם א באזוך, איז נישט נאר געווען פאר אלגעמיינע אדמורי״ם ורבנים, נאר אפילו פאר אנדערע טשערנאביל׳ער אדמורי״ם אויך.
לכאורה, אויב איז די סיבה צוליב די הייליגע נשמה, פארמאגט דאך יענער אדמו״ר, וואס איז אויך א בן אחר בן פונעם מאו״ע מטשערנאביל אויך די זעלבע הייליגע נשמה?
ריכטיג, אבער יענער איז נישט געווען אזוי נאנט ווי איהם אלס א דור אחר דור, במילא איז ער נישט "אזוי שטארק" הייליג ווי איהם, אזעלכע חשבונות לויפט זיי אין קאפ....
נענסטע בעל שם'סקע אייניקל, נענסטע טשערנאבלער אייניקל, וויפל מאל מ'איז א טשערנאבלער אייניקל וכו' דעריבער איז זיין נשמה די הייליגסטע וואס נאר שייך!!
איך האב אפילו א שטארקע ראיה צו מיין מיינונג, ווייל דער היינטיגער מנהיג פון ספרינג וואלי, וועט קיינמאל פאר א מיסטעיק נישט זאגן אז ער איז דער זיבעטער דור פון בעשטה"ק, ער וועט אלעמאל זאגן "דער טאטע ז"ל איז געווען די זעקסטע דור פון בעשטה"ק", דאס איז אזא סקעם פון ..... שוין איך וויל נישט ארויסזאגן פון מויל.
לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט, פארוואס קען ער נישט זאגן איך בין דער זיבעטער דור, ס'כמעט נישטא נאך איינער אינעם דור וואס איז אזוי נאנט ווי איהם (דאכצעך אפשר נאר איינער, אין קרוינהייטס איז דא א לויבאוויטשער איד וואס איז אויך דער זיבעטער דור) בקיצור נעה, דאס איז נישט גענוג גוט.... איך וועל דיר זאגן אז דער טאטע איז געווען דער "זעקסטער" דור, און דו הערסט אפילו נישט דער טאטע בלא בלא, אלס וואס דו הערסט איז דער דיוק "זעקסטע" דור.
נו פרעג איך דיר, בין איך נישט גערעכט מיט מיין הנחה אז אלעס האט זיך געשפילט אין קאפ, אפילו צווישן דער אנדערער טשערנאבלער אייניקלעך, בין איך אבער דער נענסטע!!!
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
גוט מארגן!
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #
מענדל #
מיסטעריע #
היינט איז דער יארצייט פון רבי משה גבאי, אפשר אויב איינער וויל איבערנעמען און שרייבן אביסל איבער איהם, אבער איך האב נישט קיין כח.
ער וואלט אליינס געקענט זיין א רבי, ער איז געווען ממקורו אן אלכסנדר חסיד, און ער מיט די סקולענער רבי (נועם אליעזר), און דער ריבניצער זענען צוזאמען געווען א חוש המשולש פון תלמידים ביים הייליגן שטעפינעשטער זי"ע, שפעטער איז ער געווארן גבאי ביים סקווערן רבי'ן, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט זיינע פאפירן, איז ער נישט אנגעקומען קיין אמעריקא, ערשט יארן שפעטער, דאכצעך צוויי מאל אלס וויזיט, אדער ביי פיניע'ס בר מצוה אדער פיניע'ס חתונה, איז ער שוין פארבליבן דאהי,
אמאל האט ער זיך אונטערגעלאכט און פארציילט פארן רבין, ער הערט חיים זאנוויל (ריבניץ) נעמט קוויטלעך, האט איהם דער רבי געזאגט: משה? דו רעדסט? איך וועל דיר קנס'נען! פון היינט און ווייטער וועל איך דיר מוזן רופן "רבי" משה!! האט ער זיך אנגעהויבן מתחנן זיין, ניין ניין, נאר דאס נישט! איך וועל מער נישט רעדן!!!
(ער האט נישט געקענט דערהייבן די נייע טייפ קאמפעני-חסידות, ער איז געווען אלעס פנימיות, ער פלעגט נעמען ביים טיש שיריים דוקא נישט פון ישעי' גבאי, וועם ער האט נישט געקענט דערליידן פארן מאכן א קאמפעני, אויך האט ער געפילט ישעי' וואלט איהם געדארפט צוריקגעבן די גבאות, אויב מ'האט געוואלט מאכן סדר לדוגמא א שורה מענטשן זאלן זיך נישט שטופן ביים אריבער גיין דעם רבין גיבן לחיים, האט ער דווקא אנגעהויבן שטופן, דאס איז גראדע א נארישע דוגמא וואס איך ברענג ארויס פון איהם, אבער די סיבה פארוואס איך זאג דאס, ווייל ער האט כסדר גענומען ראמיסטריווקא רבי'ס חלה אלס שיריים, ער האט דאס געטוהן ביים אלטען רבין שוין געהאט די מנהג)
סאיז דא וואס טענהען אז רבי משה גבאי איז געווען פון דעיע וואס האבן גוואלט אז די ראמיסטריווקא רבי זאל זיין מ"מ
איך גלייב נישט אז עס איז געווען אפילו א הוה אמינא ביי ר' משה אויף למעשה. א יעדער בר דעת האט פארשטאנען אז די רצון פון סקווירא רבי ז"ל איז אז זיין בן יחיד'ל זאל זיין די ממשיך און ממלא מקומו יהי' מה שיהי'.
עס איז גאנץ מסתבר אז טראץ די רצון פונעם צאדיק האט ר' משה נאכאלץ נישט געהאט קיין עקסטרע שטארקע הערצה צום בן יחיד, זיי זענען געווען געקנעטען פון אנדערע טייג, און עס איז קלאר אז ער האט שטארק מעריץ געווען מיט אן אויסטערלישע אהבה די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל, זיי האבן זיך גאר גוט פארשטאנען, געווען אויף איין זייט רובא דרובא און זייער סגנון האט געהאט פארשידינע ענדליכקייטען, ווי אויך איז געווען שטארק ציווישן די צוויי א בערך'דיגע "את אשר אהבת אהבתי ואשר שנאת שנאתי" מיט די זעלבע ליסטע פון מענטשן און מהלכים וואס זיי האבן יא און נישט סובל געווען.
דער וועלט זאגט אז צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, און ס'איז קלאר אז דער מין מאדעל פון ר' משה און אונזער רבין ז"ל (ראחמיסטריווקא) איז שוין א דיסקאנטיניו"ד אייטע"ם, דער פנימיות החסידות וואס איז געלאפן אין דער אדערן פון ר' משה איז דער זעלבע טייגע געקנאטן ווי דעם ראחמיסטריווקא רבין, און דער מרחק פון אונזער רבין (ראחמסטריווקא) צום היינטיגן גייסטליכן מנהיג אין ראקלענד קאונטי איז ווייטער ווי ניו יארק קיין אויסטראליע אויב נישט מער, מיט דעם אלעם האט ר' משה געהאט א געוויסע נישט ממש פאמפע דראמפע הויכע שטאקיגע פארענטשאס, אבער א שטיקל מלכות'דיגע דינאסטיע בית רבינו ווירטשאפט האט ער געהאט אין זיך וואס ער האט מיטגעברענגט פון רוזשין, (פון אלכסנדר ווייס איך פאר זיכער אז נישט.....)
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
ווי אזוי האט יענער געזאגט, ער זאל קומען צו מיר איך וועל עס איהם דערמאנען..... עניוועי סאטמערער רב האט געהאלטן אז דער ייטב לב ולמעלה בקודש איז יא געווען חסידות, פארוואס??
ווען מ'פרעגט ווען מיר, זאג איך ענק, חסידות על פי דרך וואס דער בעשה"ק האט געוואלט איז געבליבן אין חב"ד און סטאלין, אביסל סלאנים (בעיקר ווייסע), און אפילו דארטן איז שוין אויך נישט ווי אמאל, אונזערע קרייזן האבן מיט חסידות נישט קיין שייכות אפילו פאר א מיסטעיק, וואס אונז האב מיר, איז א חסידישע בלענד!
אין מיינע אויגן זענען אונז ריכטיגע חתם סופר אידן, ווי חיצונית האט געשפיעלט א גרויסע ראלע, און א חסידישע בלענד ווי מיר פראבירן צו אדאפטירן עטליכע קרישקעלעך פון די חסידישע אידילאגיע.
"און דאס האט אונזער רבי ממאס געווען בתכלית המיאוס" און געהאסט די אלע וואס האבן געהאלטן וויאזוי איך האלט היינט.
בנוגע "חסידישע" רבי'ס דאס איז שוין עפעס אנדערש, דאס איז יא געווען במשך הדורות וואס רבי'ס זענען געווען גרויסע בעלי מחשבה און אויסטערלישע עובדי ה' באמת וביראה וברתת ובזיעה, אונזער רבי ז"ל איז זיכער געווען אחד מקדמאי, איך בין נישט געווען דורות צוריק, און איך האב נישט קיין מעסטער איהם אפצומעסטן, אבער מיין געפיל זאגט מיר אזוי.
איינער פון די עלטערע חסידים האבן אמאל געזאגט, חסידים זענען היינטיגע (פון דעם היינטיגען דור) אבער רבי'ס ווילן זיי אמאליגע (פונעם אמאליגען דור)
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
הגאון הצדיק #
מיסטעריע #
הגם מ'קען דאס טשעלענדזשן, זענען די ראפשיצער / צאנזער אייניקלעך נישט געווארן רבי'ס? און ווער רעדט נאך באבוב? וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א געהעריגע רוזשינער מלכות, אויף וואס די פאונדינ"ג פאטער"ס פון די דינאסטיעס האבן דאס ממאס געווען, אבער שוין אזוי גייט עס, אזוי ווי ס'טשערנאבעלט און רוזשינן'ט זיך אזוי צאנז'ט זיך
זיי זענען דאך טשערנאביל'ע איינקלעך אויכעט איז פון יעדע זיידע האט מען גענומען עפעס
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם "מלכות" באבוב, איך פארגין עס געזונטערהייט פאר ביידע באבוב עד שיבוא משיח צדקנו, און זיי מאכן ביידע שלום! וואס איך האב יא א שטיקל פראבלעם, מ'איז פארנומען מיט די "צאנזער זיידע" ארויף און "צאנזער זיידע" אראפ, יעדע מינוט מיט עפעס אנדערש, האלאו קריך אראפ פון בוים דו ביזט א געהעריגע פראכטפולער קעניגליכער רוזשינער רבי, און לאז דעם צאנזער זיידן אין גן עדן במנוחה, אגב דעם צאנזער זיידע'ס כח התורה קענען ענק נישט נאכמאכן, מאכט כאטשיג נאך זיין כח הצדקה, זאל קיין פרוטה נישט נעכטיגן אין ענקער באנק קאנטע ווי דער צאנזער זיידע.
אז איך האב שוין דערמאנט משיח, די רבי'ס האבן א ריזיגע פראבלעם, משיח וועט קומען און מ'וועט אויסרופן אברהם יצחק יעקב וכו' משה רבינו און אזוי ווייטער הלל הזקן רבי עקיבא רבי שמעון בן יוחאי, און שפעטער אביי ורבא וכו' און יעדער מיט די זעלבע עניוות גייט פאמעלאך צום בימת הכבוד, און פרעגט זיך ביזט זיכער מ'מיינט מיר? אפשר איז דא נאך איינער וואס האט דעם זעלבען נאמען, מ'האלט שוין ביים בעל שם טוב, און אזוי גייט מען אראפ ביז מען שרייט אויס כ"ק אדמו"ר שליט"א!!! הונדערט רבי'ס קומען צו לויפן יעדער האלט ביי זיך מ'מיינט זיכער איהם!
צווישן אונז גערעדט, ניין און ניינציג פראצענט פון די רבי'ס גייען שטיין אין די לעצטע שורה, און דער פשוט'ער אידל איינגבויגן מיט זיין קליינע סידור'ל ער וועט שטיין פארנט
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
איינער פון די עלטערע חסידים האבן אמאל געזאגט, חסידים זענען היינטיגע (פון דעם היינטיגען דור) אבער רבי'ס ווילן זיי אמאליגע (פונעם אמאליגען דור)
די מעשה זאגט מען אויף די בית ישראל פון גור ,
הרה''ח המפורסם ר' אליש ענגלענדער שיחי' איז געווען א בעלזא חסיד, ווען מ'האט אויפגענומען די היינטיגע בעלזער איז ער געווען זייער נישט צופרידן, און ער איז אריין צום בית ישראל זיך אויסרעדן אז נישט דעס איז א רבי וכו' ,
ווען ער איז ארויס האט די בית ישראל זיך אנגערופן: חסידים זענען זיי היינטיגע, און רבי'ס ווילן זיי ווי אמאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@מיסטעריע its was a pleasure to read your thinks please put more
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
WE WANT MORE
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
וואס האלט דער עולם זאל מען עפענען א פרישע אשכול פאר הרב מיסטעריעס גאלדענע ווערק? ווייל ס'ליגט דא אין דעם אשכול וואס קיינער חולמט נישט אדער איז עס בעסער ס'ליגט דא שלא שלטא בה עין הרע...
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
עמרם #
מיסטעריע #
איינער פון די עלטערע חסידים האבן אמאל געזאגט, חסידים זענען היינטיגע (פון דעם היינטיגען דור) אבער רבי'ס ווילן זיי אמאליגע (פונעם אמאליגען דור)
די מעשה זאגט מען אויף די בית ישראל פון גור ,
הרה''ח המפורסם ר' אליש ענגלענדער שיחי' איז געווען א
בעלזא חסיד, ווען מ'האט אויפגענומען די היינטיגע בעלזער איז ער געווען זייער נישט צופרידן, און ער איז אריין צום בית ישראל זיך אויסרעדן אז נישט דעס איז א רבי וכו' ,
ווען ער איז ארויס האט די בית ישראל זיך אנגערופן: חסידים זענען זיי היינטיגע, און רבי'ס ווילן זיי ווי אמאל
you mean Koloshitz, he nothing to do with Belz, he can in to the picture to help his brother in law
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
based on how Misteria is putting it, you are right, but fortunately these are not true facts its just based on his trauma of being an Hungarian Chasam Sofer Yid like he wrote later on, and ended up [like many others] in the wrong place
I can elaborate later on when I have my Yiddish back
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב שוין געשריבן פריער, אז סאטמערער רב האב איך שוין נישט געקענט, דעמאלס בין איך נאך געווען אין די סקווערע איינגעצוימטע קעסטל, אבער איך האב צוויי מעשיות פון די באיאנער רבי ז"ל, איין מאל איז דאס געווען נאכדעם וואס ער האט פארציילט א רוזשניער מעשה, וואס האט זיך געהערט אזוי ווי אלע מעשיות, בקיצור סאטמערער רב האט עס אוועקגעמאכט, האט איהם דער באיאנער רבי געענטפערט, "אבער אויף אייערע זיידעס וואלט איר געגלייבט די מעשיות", און די צווייטע מאל איז געוען טאקע ווען דער סאטמערער האט עפעס געזאגט א הפלגה אויף זיינע זיידעס, אז זיי זענען שוין צעהן אדער אכצן דורות נוטרי הברית, (צוויי גירסות פארהאנען 10 אדער 18) האט איהם דער באיאנער רבי געענטפערט, "סאטמערער רב, איך האב אויכעט געהאט זיידעס".
ביי ביידע אינצידענטן האט דער סאטמערער רב געשמייכלט און נישט געענטפערט אז איך וואלט נישט געגלייבט אזעלכע מעשיות אדער הפלגות אויף זיינע זיידעס.
איך פראביר אויף זייער אסאך מאל צו ענדיגן מיינע תגובות, מיט אזא ברייטע (אפיקורסישע?) בליק, (פארשטייט זיך נאר בדרך הלצה... איך מיין עס נישט ח"ו עכט, חס מלהזכיר צו פוגע זיין אין הייליגע צדיקים וד"ל), עניוועי א איד האט אמאל געפרעגט ער וויל זייער שטארק וויסן ווער איז געווען דער עלעפטער אדער ניינצעטער דור.... שוין א ווערטל אין ווייטער געגאנגען.
במילא פון דא האב איך גענומען מיין הנחה אז הא לן והא להו, ביי יענעם אוועקגעמאכט און ביי זיך נישט, אבער ס'מאכט אסאך סענס וואס דו זאגסט, עכ"פ געפרעדיגט האט ער זיכער נישט דאס, קען זיין בדרך אגב האט ער אמאל גערעדט פון זיינע זיידעס, נאך אלעם איז ער געווען דער שוואכסטער יחסן פון אלע רביס, ער האט פארשטייט זיך געהאט "יחוס עצמו" בלויז א קוק צו טוהן אויף זיין נאכגייער דער ברך משה איז געווען א יחסן גדול.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך האב געהערט די מעשה ביי די קאפישטיניצער אז בשעת מעשה האט ער נישט צוריק גענטפערט און לאנגע צייט שפעטער האט איהם די סאטמאר רב עפעס איבער געזאגט בשם זיין טאטען, האט די קאפישטניצער געפרעגט ווער זאגט, האט איהם די סאטמארער גענטפערט וואס הייסט איך האב דאס געהערט פון מיין הייליגען טאטע, דעמאלטס האט זיך די קאפישטיניצער אנגערופען, סאטמאר רב איך האב אויך געהאט א הייליגע טאטע
די סאטמאר רב האט מפליג געווען אז ער זיך איינגעהאלטען ביז א שעת הכושר
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
קאצקע ציקער #
וואס האלט דער עולם זאל מען עפענען א פרישע אשכול פאר הרב מיסטעריעס גאלדענע ווערק? ווייל ס'ליגט דא אין דעם אשכול וואס קיינער חולמט נישט אדער איז עס בעסער ס'ליגט דא שלא שלטא בה עין הרע...
פליז לאז געמאכט, ס'מיר א שטארקע פרעשור, איך בין נישט קיין שרייבער, איך טייפ זייער שווער וכו' סקען נאר גיין נעטשרו"ל, אז מ'מאכט א גאנצע אשכול וועל איך האבן נאך מער פרעשור צו שרייבן וואס קומט לכחילה נישט אהן גרינג, לאז עס אזוי און מ'וועט שרייבן ווי אזוי ס'איז.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
[ציטאט אראפגענומען]
based on how Misteria is putting it, you are right, but fortunately these are not true facts its just based on his trauma of being an Hungarian Chasam Sofer Yid like he wrote later on, and ended up [like many others] in the wrong place
I can elaborate later on when I have my Yiddish back
ס'קוקט אויס פון דער עולם אז מ'איז שוין מיד פון דיינע פערזענליכע "פאלטשע" אטאקעס, דו האלטס אז ס'איז נישט ריכטיג, דאן קום אריין קלארער מיט דיין מיינונג, ווייז אביסל ערוואקסענקייט, נישט סתם שיסן, לכו נא ונווכחה.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך האלט נישט אז איך האב דיר אטאקירט, און אויב יא בעט איך דיר שוין איבער
אויב איינער רעדט מיט העיט איז עס די, אבער אויב די האסט נישט ליב וויאזוי איך שרייב איז נישט, איך טשעק ארויס ושלום על ישראל
נאר איין מעסעדז' פאר די ליינער, איינער וואס קען נישט קיין ספאניש פארשטייט נישט ווען מען רעדט צו איהם אויף ספאניש, די זעלבע זאך איינער וואס האט נישט ארויס [נישט אז איך האב יא אינגאנצען] ווער די סקווירא רבי און זיין איידעם זענען געווען, וועט קיינמאל נישט פארשטייען די ריכטיגע זייט פון די מעשיות וואס מיסטעריע ברענגט אדער איז מרמז דערצו.
יעדער זאך שאצט מען לויט די אייגענע פערספעקטיוו - פארשטייט זיך אז דארט ווי ס'איז נישט דא קיין אגענדע, וכ"ש ווען ס'איז יא דא...
קיין חסיד פון די היינטיגע סקווירא בין איך אויכעט נישט אבער עס פעלט נישט אויס צו באשמיצען זיין טאטע ומהלכו מיט שקרים, אין בעסטען פאל קען מען זאגען "איך שטאם פון אן אנדערע מדינה און איך פארשטיי נישט זיין שפראך" און גראדע אין די נקודה האט אסאך געשטעקט די נישט נאנטקייט צווישען איהם און די סאטמאר רב ודו"ק כי קצרתי, וכשם שמצוה וכו'

איך רעדט נישט דא מיט קיין העיט, איבער'חזר'ן איינמאל און נאכאמאל אזעלכע לשונות ווי טראמא ואביזרייהו דאס איז העיט, אדער ווי איך האב עס געשריבן עטליכע בלעטער צוריק א אויסבראך.
נחזור לענינו, איך האב פארדעם מקדים געווען אז ווען מ'איז א חסיד גיבט מען א פרי-פעס אויפן רבין, און א מתנגד גיבט איהם גארנישט, קום איך אני הקטן און שרייב אראפ טרוקענע פאקטן, און פראבירט צו ציען מסקנות אינדרויסן פונעם באקס, נישט ווי דער חסיד וואס גיבט דעם פרי-פעס אויף אלעס, און נישט ווי דער מתנגד וואס מאלט אראפ ווי א..... בקיצור, וואס איך פראביר צו טוהן איז ווי פאלגענד, איך ברענג ארויס למשל א געוויסע מעשה וואס איז געווען אזוי און אזוי, און דא האב מיר פון דער זעלבע מענטש א מעשה ווי ער האט זיך אויפגעפירט פונקט להיפוך, פראביר מיר אונז צו נעמען זיינע אנדערע מעשים אדער דוגמאות וואס האבן זיך אויסגעשטעלט אזוי און אזוי, און מען אנאליזט דאס אויף א שיינעם רואיגן אויפן, (אמאל מאכט נאך אפילו א גלייכווערטל אויכעט, וואס סתם אזוי ווען מ'וואלט געעפנט א אשכול צו שרייבן אזעלכע זאכן, וואלט עס געהייסן באשמוצען - העיט וכדומה, אבער אונזער עולם האט הנאה צו הערן בשעת מ'לופטערט זיך אויס אזא בדרך אגב הערה אדער מעשה'לע וכדו'), ס'פארט דווקא נישט אויפן פארטייאישן ניווא, נישט אלס חסיד און אוודאי נישט אלס מתנגד, ווייל דעמאלס האט מען ערשט קשיות אויף ערליכע אידן, נאך אלעם הרב היימלינד ביזטו א חסיד, אבער דער גאס איז נישט, אבער מ'האט געהאלטן אז זיי זענען ערליכע אידן, וויל דאך יעדער פארשטיין די לאגיק זייערע, און מ'פראבירט צו פארשטיין יעדעם פון וועלכע פערספעקטיוו און קוק ווינקל ער איז געקומען אויף א רעספעקעטירטן רואיגן אטמאספער.
אדרבה באשולדיגסט מיר און באשמוצען דעם סקווערן רבין ז"ל און שרייבן אויף איהם שקרים... זאג מיר איין "שקר" וואס איך האב געשריבן
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
כדי לשבר את האוזן, וועל איך נאך איינמאל פראבירן צו מסביר זיין, די חילוק פון פארשידענע ניקים וואס זענען חסידים ווערסוס דער אלגעמיינע גאס. (אולי אפשר דאך וועט מיר דאסמאל יא געלונגען זיך ארויסצוברענגן קלארער...)
במשנת חב"ד איז דא א מעשה, אז דער שפאלער זיידע איז געקומען צום אלטען רבין (דער בעל התניא, אדער אין דעם אשכול דארף מען זאגן די רַב) ער זאל אונטערשרייבן אקעגן רבי נחמן ברעסלעווער, האט איהם דער בעל התניא געזאגט, "איך האב איהם פון אנפאנג נישט געהאלטן אזוי גרויס, אז איך זאל איהם שפעטער דארפן אוועקווארפן", וואס ווי באקאנט איז דער שפאלער זיידע געווען פון אנפאנג פון די שטערקסטע אנהענגער און שפעטער געווארן דער גרעסטע קעגנער.
דאס זעלביגע איז דער חילוק צווישן א חסיד און דער אלגעמיינע גאס, מ'רעדט דאך אוודאי נישט פון דער מתנגד אדער אנטי חסיד, ווייל וואס האבן מיר בכלל זיך צו מתווכח זיין מיט איהם, אבער מ'רעדט פון די אלגעמיינע גאס וואס האלט שטארק פון די ערליכע אידן, און זיי האבן קשיות, ווייל זיי האבן לכתחילה נישט געהאלטן דעם רבין אזוי גרויס ווי דעם חסיד, במילא פראבירט מען זיך אויסצושמועסן אויף א געלאסענעם וועג.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע איך האב זייער הנאה פון די אויפן וואס די שרייבסט !
גיי אהן און שרייב ווייטער !
מאך דיך נישט ציטון פון קריטיקירער
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@מיסטעריע, לויט דיר מעג מען דאך דא שרייבן א גלייכווערטל…
״אויב מען מעג זאגן א ווערטל״… צו דען האט דער סקווירא רבי זצ״ל נישט ממשיך געווען פון אט די הייליגע נשמות פאר זיין בן יחיד, דער היינטיגער מנהיג עדת ישורון?…

דו ביזט אייזן! דו נאגעלסט עס!; איך האב א גאנצע מהלך אויף דעם..... אבער דאס וועט שוין זיין נישט אינגאנצן רעספעקטפול, דעריבער האלט איך מיר צוריק, ס'איז אקעגן תקנת המקום אויכעט.
אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן, איך האב עס דערמאנט שוין אהן צו דערמאנען פערזענליכע נעמען פון רבי'ס, אדער פערזענליכע נעמען פון חסידות, אבער דו ביזט גענוג קלוג צו פארשטיין צווישן די שורות וועמען איך מיין געוויס, (Power) כח - מאכט קאראפטירט א מענטש, וואס איך וויל נישט אריינגיין דערינען, און אהן דערמאנען קיין נעמען, זייער אסאך אדמורים, נעמען דאס מיט א מורא'דיגע ערנסטקייט, דהיינו זיי באמת האלטן נישט אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, נאר ער נעמט איבער דעם טאטן'ס פלאץ, דער פראבלעם הייבט זיך אהן, ווען מ'האלט שוין אז מ'איז טאקע עפעס.
אבער דאס אמאל זעכער האלטן זיי זיך זיכער אלס מער הייליגער נשמות, סיי דער טאטע כלפי דעם זוהן, און סיי דער זוהן כלפי דעם טאטן, און ספעציעל און סקווירא, ווי ער האט געשיקט א שליח מיוחד אויסצופועלן א בן זכר, שוין, לאמיר נישט מאריך זיין מער

עס איז זייער אינטערסאנט, וואו אהין און וועם האט מען געשיקט אויספועלן א בן זכר?
דאס זענען מסתם דברים ידועים צווישן די חסידים, איז למה נגרע?

ער האט געשיקט בעטן אז מנין זאל גיין צום טאטענס ציון אז ער איז כמעט 40 ועדיין אין לו בן על שמו

ווי איז די ציון
און וועלכע יאר איז דאס געווען