☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

1265 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16493
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

מענדל » מיטוואך יאנואר 3, 2024 8:02 pm

· #543545
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
ווי גלייך אין סאטמער טוט מען נישט אלע שיגעץ שטיק על דרך בעל שם

מיסטעריע » מיטוואך יאנואר 3, 2024 8:12 pm

· #543547
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אבער איך ווער באשולדיגט מיט העי"ט..... אתמהה

מיסטעריע » מיטוואך יאנואר 3, 2024 8:13 pm

· #543548
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
kolal1 #
היימלינד #
סוף טוב הכל טוב #
מיסטעריע #

דו ביזט אייזן! דו נאגעלסט עס!; איך האב א גאנצע מהלך אויף דעם..... אבער דאס וועט שוין זיין נישט אינגאנצן רעספעקטפול, דעריבער האלט איך מיר צוריק, ס'איז אקעגן תקנת המקום אויכעט.

אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן, איך האב עס דערמאנט שוין אהן צו דערמאנען פערזענליכע נעמען פון רבי'ס, אדער פערזענליכע נעמען פון חסידות, אבער דו ביזט גענוג קלוג צו פארשטיין צווישן די שורות וועמען איך מיין געוויס, (Power) כח - מאכט קאראפטירט א מענטש, וואס איך וויל נישט אריינגיין דערינען, און אהן דערמאנען קיין נעמען, זייער אסאך אדמורים, נעמען דאס מיט א מורא'דיגע ערנסטקייט, דהיינו זיי באמת האלטן נישט אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, נאר ער נעמט איבער דעם טאטן'ס פלאץ, דער פראבלעם הייבט זיך אהן, ווען מ'האלט שוין אז מ'איז טאקע עפעס.

אבער דאס אמאל זעכער האלטן זיי זיך זיכער אלס מער הייליגער נשמות, סיי דער טאטע כלפי דעם זוהן, און סיי דער זוהן כלפי דעם טאטן, און ספעציעל און סקווירא, ווי ער האט געשיקט א שליח מיוחד אויסצופועלן א בן זכר, שוין, לאמיר נישט מאריך זיין מער
עס איז זייער אינטערסאנט, וואו אהין און וועם האט מען געשיקט אויספועלן א בן זכר?

דאס זענען מסתם דברים ידועים צווישן די חסידים, איז למה נגרע?
ער האט געשיקט בעטן אז מנין זאל גיין צום טאטענס ציון אז ער איז כמעט 40 ועדיין אין לו בן על שמו
ווי איז די ציון
און וועלכע יאר איז דאס געווען
רבי דוד'ל סקווערער ליגט קיוב אוקריינע, דאס האט געדארפט זיין על פי חשבון בערך אנפאנג ת"ש, ווייל אנפאנג יאר תש"א איז ער שוין געבוירן.

די מעשה איז געווען, אז החסיד ר' חיים אייזיק (קראסניאנסקי) האט נאך דעמאלס געוואוינט אין אוקריינע, די רבי האט שוין דאן געוואוינט אין קעשינוב ראמעניא, און ער האט געשיקט א בריוו, אז ער זאל ארויסגיין צום ציון זאגן פארן טאטן אז ער האלט שוין פופצן יאר נאכן חתונה, און ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן מיט א בן זכר, ר' חיים אייזיק האט פארציילט, ער איז נישט געגאנגען אליינס, ער האט ארויסגעשלעפט עטליכע חסידים, און ער האט פארגעליינט דאס קוויטל.

חודש אדר תרפ"ה האט ער חתונה געהאט, און דאס קינד איז געבוירן חודש תשרי תש"א, און ער האט געהייסן ר' חיים אייזיק מזכיר זיין אז ס'איז פופצן יאר נאכן חתונה, במילא על פי חשבון דארף עס אויסקומען אנפאנג יאר ת"ש בערך

מענדל » מיטוואך יאנואר 3, 2024 8:22 pm

· #543550
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
נאר על דרך שקצים ???

אמאהלגעקעננט » מיטוואך יאנואר 3, 2024 9:13 pm

· #543554
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
והוא פשוט!

מענדל » מיטוואך יאנואר 3, 2024 10:59 pm

· #543566
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
הייסט אין סאטמאר איז נשתכח גווארען די דרך ה'

יחסן_גדול » מיטוואך יאנואר 3, 2024 11:52 pm

· #543578
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
רבותי, דאס איז א ראחמיסטריווקא אשכול, וואו קומט דא אריין סאטמאר?

די קעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 12:23 pm

· #543616
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
די קעפעלע #
די קעפעלע #
מיסטעריע #

ס'דערקענט זיך אז דו ביזט פון די היינטיגע, אונז עלטערע דור האבן געהאט בוחר געווען דוקא פארקערט פון דיין גאנצע הסבר וואס דו גיבסט דא, ווי איך האב שוין כמה פעמים געשריבן, פאר דעם וואלט מען שוין געקענט בלייבן אין סקווירא, די טיעפע פינטעלע פון ראחמיסטריווקא וואס איז די פנימיות אהן קיין פאמפע איז שוין דערנאך, און דאס האב איך כמה פעמים ארויסגעברענגט, א פירמע ווי אלע פירמעס, נישטא וואס צו שטאלצירן מער, און נאכמער ס'האט נישט גענוג פלייש וואס זאל קענען צושטעלן די אלע מעלות וואס א חאסידיק פעקטארי טוהט סופלייען, די עסטעבלישמענט אפילו פאר די פטירה איז נאכנישט געווען אזוי רייף, על אחת כמה וכמה איצטער וואס דער לעכטיגער שיין האט זיך אפגעטוהן פונעם עולם השפל
נישט קלאר וואס די האסט פראבירט ארויס צונעמען פון מיינע ווערטער. אויב האסטו געליינט בכלל די צוויי תגובות אויף וואס איך בין מגיב?
איך וויס אויך נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען בכלל מיט דיין תגובה?

אז ראחמיסטריווקא רבי איז געווען עפעס גאר אנדערש און העכער פון די מנהיגי דורינו, איז ווער דינגט זיך מיט דעם?

אדער אז די ביסט גאר אנטלאפן פון סקווערי און געגאנגען קיין ראחמיסטריווקא? גלייבט זיך שווער היות עס איז כמעט נישט דא קיין מנין אידען וואס האבן דאס מצליח געווען צו טוהן, כידוע לכל וואס עס איז דארט פארגעגאנגען פארן האבן עטוואס שייכות מיטן שרעקליכען חטא
כמעט די אלע סקווערע אנגעווייטעגטע און אנטלאפענע זענען געבלבען שטעקן ערגעץ ווי אינמיטן וועג ארויס (א היפש פאר אין מאנסי) אדער זענען זיי גאר געבליבען אינעוויניג פארשפארט אינעם הייליגען שיכון אונטער די אייזערנע גראטעס, אבער נישט אין ראחמיסטריווקא.
דאס איז סתם ליגענט, אזוי ווי נאך פילע אנדערע פאלטשע אינפארמאציע, ראחמיסטריווקא איז ליידער יארן לאנג געלאפן אויף א ליניע פון העיט-פיינטשאפט אקעגן סקווירא, און ליידער האט די מאשין פארקויפט לאקשן, אין די נייע דור, צוגעקומענע פרחי חסידים פון שערי יושר מיט אנדערע ישיבות וכו' האבן אלעס געקויפט, לכאורה נישטא אויף דעם פלאטפארמע צו אפשר בכלל אין ראחמיסטריווקא וואס קענען די גאנצע אמת'ע היסטאריע ווי מיר, ווי איך האב שוין געשריבן קוק איך מיך אהן ווי די בני יואל פון ראחמיסטריווקא......

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא, איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז ביי מיר זענען זיי אלע אייניג, אין די סיבה פארוואס ער קעניש מצליח זיין, אפילו זאל ער גיין קיין ווערן רבי אין בויבעריק, וועט ער אויך נישט האבן קיין חסידים, ס'איז דא א איינגעווארצעלטע שנאה אקעגן אלס זיין שייכות קיין סקווירא.
פון ווי קומט דעס?

די קעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 12:25 pm

· #543617
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #
מיסטעריע #
און איך אלס א פייערדיגע מתנגד אקעגן דעם ממלא מקום און א פלאם פייערדיגע חסיד פונעם רבין, קען ענק זאגן אז ניין און ניינציג פראצענט פון די רדיפות זענען שטותים, אפשר גיי איך צו ווייט, אבער ניינציג פראצענט זיכער, איך געדענק פאר אינטרעסאנקייט האב איך נאכגעקוקט מהרמ"ד אונגאר מיט זיין שוואגער מהר"י רובין פון באבוב, אין איך רעדט נישט פון היינט, וואס ס'איז שוין אפגעקילט, אבער אפילו אין די בראשית יארן, וויפל זיי האבן זיך מכבד געווען, איז נאכאלס נישט געווען די זעלבע מאס רעספעקט אין ידידות וואס די ביידע שוואגערס האבן געהאט צווישן זיך.

איך האב אלעמאל געקלערט, וואס איז געווען די סיבה פונעם סקווערן דאס צו טוהן מכבד זיין און טיילן זיין רביסטעווע אויף א נישט נארמאלע פארנעם, די חסידים פלעגן טעהנ'ן, קוק אהער ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט, חוץ זיין שוואגער וואס איז באמת געווען זיין איינציגע שוואגער, ווייל מיט רבי מאטעלע האט ער קיין שפראך נישט געהאט, און די רבי האט אויך נישט געהאט קיינעם חוץ איהם, (הגם דער רבי פלעגט יא פארברענגן און מיטהאלטן די נייעס, ספעציעל די ארץ ישראל'דיגע מלחמות וכדומה, די עלטערע אידן האבן הנאה געהאט ביים קאווע טישל נעבן פאליש, די רבי'ס מיינונגען זענען בדרך כלל געווען קורץ אבער טיפזיניג,) דעריבער איז די אהבה געווען גרויס, די פראבלעמען האבן אונז געמאכט, ווי דא דארטן האבן אונז גערעדט און געלאזט פאלן ווערטער אויפן סקווערן און גערעדט הייליג אויפן רבין, און אזוי געמאכט פראבלעמען. (מיין זוהן האט אמאל זיך צורעדט אין חדר, וואס איך בין אדורך דעמאלס).

נאכמער די סקווערער האט קיין שלום בית נישט געהאט, בכלל נישט געווען קיין רעביצין סטייל, עכ"פ טראנע'ס סטייל אוודאי נישט, אירע קינדער דאס הייסט אהרן מענדי מיט איצי זענען געגאנגען סוטס, און די רבי'ס קינדער זענען געגאנגען חניוקיש אנגעטוהן, מאטי מיט ר' דוד משה און ר' בערל האבן אויסגעזעהן די ריכטיגע רבישע אייניקלעך. בכלל נישט געווען קיין רדיפות, ביים טיש איז מען אויך געזיצן לויט די עלטער, ביז זאכן האבן זיך אנגעהויבן זעצן אין פלאץ, די סקווערע האבן בר מצווה/חתונה געהאט און די רבי'ס קינדער האבן אויכעט אנגעהויבן צו בר מצווה/חתונה האבן, און במילא איז שוין געווארן די רבי'ס קינדער ווערסוס רבי איציקל'ס קינדער, און אזעלכע מענטשן ווי מיר האבן שטילערהייט געזוכט ווי קען מען מער מאכן די רבי איציקל אלס מלך, נישט משנה למלך, און איך האב שוין געזאגט אז אין תש"מ האב איך אריינגעהויבן אזאנס און אזעלכס.

אגב רבי פיניע איז אוועקגעפארן תש"מ, און במילא רבי אברהם דוב וואס איז יא געבליבן, איז אויך געווען אויסגעשפילט נאך אלעם איז ער שוין אין די יארן נאר א "אייניקל פון אלטער רבי'ן" און נישט קיין "קינד" סיי נישט פונעם סקווערן און אפילו נישט פון אונזער רבין
איך וויס נישט וואספארא טעראר איהר זענט מגדיר אלס שטותים, און וואס מען דארף טוהן יענעם מצער צו זיין און דערנידערן באופן פרטי צו ווערן פארופען אלס טעראר, עס איז גארנישט קיין סתירה מיטן שוואגער איהם אפגעבן כבוד הראוי ברבים. סו"ס האט די שוואגער אויך געוויסט אז ראחמיסטריווקא רבי ז"ל איז געווען חשוב און באליבט ביי זיין טאטע וואס האט איהם געטרויעט מיט כמעט אלע רוחניותדיגע איינגעלעגענהייטען פונעם שטעטל און אז "אן" זיין שוואגערס שטיצע און שטיין צום האנט כסדר וואלט ער זיך גאר שטארק געמיטשעט.....

מיט דעם אלעם איז אנגעגאנגען א שטארקע טעראר אויף א קלאסישע שטילע פארנעם, נישט ווי די היינטיגע קינדערישע מעשיות, (אפשר אביסעל ענדילט די היינטיגע ראחמיסטריווקא מאנסי פרשה וואס מען דרייט אן בפנימי אונטערן טיש פאר ר' יעקב יוסף, פאר די וואס ווייסן אביסעל מער ווי וואס עס שטייט געשריבען אויף ק"ש)

אנגעהויבען פונעם פארלירען די געהאלט פון די מוסדות אביסעל נאכן פטורה פונעם שווער ווי ער האט וויטער געארבעט אין ישיבה/חדר, נישט צי האבן קיין דאלער צום נשמה אויף פשוטע טעגליסע הוצאות ווען נישט די פאר גוטע אידען וואס האבן איהם געשטיצט.
באזייטיגען און מזלזל זיין אין זיין טאטע ר' יוחנן ז"ל ווען ער פלעגט זיך משתתף זיין ביי די שמחות אין שטעטל און שפעטער אין איהם אליין כל ימיו (כבר בתחילה מהחתונה ושבת שבע ברכות של האדמו"ר מקייעמישא שליט"א כידוע מיט ר' י.י.א. וכל הימים עד החתן מאהל של ר' יעקב יוסף מסקווירא-מאנסי שליט"א) און אין שנת תשמ"ב ביים התייסדות פון זיין רביסטעווע מיט אלע שטרענגע אזהרות איהם אנגעשראקען און וואס מען האט איהם שארף אנגעזאגט וואס יא און נישט צו טוהן און וויטער במשך די יארן ווען עס איז אונטערגעקומען א געלעגענהייט, ביזן לוי' די פארגאנגענע אלול מיט די פרשה פון די מטה ביי די קבורה און אפילו ביי השתתפות ביים ניחום אבלים וואס עס איז געווען פלאי פלאים אז לאחר פטורתו נישט צו קענען דערמאנען ברבים אפי' איין ווארט בכבודו פונעם נפטר....

די איבעריגע קענט איהר ר' מיסטעריא משלים זיין אויב געפינט איהר דאס פאר וויכטיג ארויסצולייגען די אלטע גארבעד"ש ברבים.

ר' י.י.א. און ר' ח.ב. ועוד ועוד..... מיט זייערער אונטער שמשים האבן גוט געוויסט ווי אזוי איהם צו צאפן די בלוט און נישט אומזינסט האט איהם ר' ח.ב. איבערגעבעטן בתחנונים ווען ער איז געזעצן אין א"י נאך פרשת סקווירא.

די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל איז געווען א גרויסע חכם און האט אלעס פארשטאנען אבער גאר ווייניג גערעדט, אפשר אמאל מפעם לפעם לצורך הענין האבן די גאר נאנטע געקענט הערן עפעס א ווארט, אבער זיין לעבן איז געווען א דערהויבענע עבודה צו שלינגען אויף זיין אייגענע כבוד און מקבל זיין יסורים בשמחה מיט א פעסטע אמונה עד הסוף.

רי מיסטעריא עס קען זיין איהר זענט אן אלטע שונא וואס האט געליטען אין שטעטל אבער אפשר האט איהר אויך נאך אין זיך די סקווירא פינק טיף אין הארץ וואס לאזט אייך נישט מאשר זיין די מציאות הדברים.

און וואס איז מיט דעס?

מיסטעריע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 2:18 pm

· #543625

דאס קומט פון טריקענע פאקטן, שפאציר אריין אין ביהמ"ד, ירא הקהל וישפוט, כאפט א שמועס מיט יעדן חסיד (אינקלודינג מיר ביז איך בין אביסל עלטער געווארן אין די היציגקייט האט זיך בארויאיגט)!

מיסטעריע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 2:21 pm

· #543626

די זעלבע זאך, דאס קומט פון טריקענע פאקטן, וואס איך האב אליין מיטגעלעבט

די קעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 2:44 pm

· #543627
Re:
מיסטעריע #
די אנדערע זייט
צפת
לית מאן דפליג אז ס'קומט אים די אדמורו"ת.
די מעשה איז פשוט אז ער וויל נישט.
(און א גרויסע חלק פארוואס ער וויל נישט איז, ווייל זיין פעטער ר' יהושע איז געקומען קיין מאנסי.)
נו, אז ער וויל נישט, קען דאך ר' יהושע קומען.

נישט אזוי?

יעצט, אלע סקווירא ניקס, קומט אריין...
איך האב נישט געזאגט אז ר' יעקב יוסף דארף זיין רבי, סוף כל סוף איז ר' יהושע א קינד פון די ראחמיסטריווקא רבי ז''ל, און אפילו ער וואוינט אין סקווירא און במילא האט ער געמוזט אויפשטעלן א סקווירא שטוב, איז ער אבער אלץ געווען א שטרקע חסיד פון זיין גרויסן טאטען, און ס'קומט אים אויכט צי זיין א רבי,
נאר איך האב גאזאגט אז די ראחמיסטריווקא עולם אין מאנסי וויל ר' יעקב יוסף און ס''ס קומט אים אויכט די אדמורי''ת מצד אביו ז''ל,
פארוואס האט רבי יהושע טאקע נישט ארויסגעמופט פון סקווירא? אויב איך געדענק גוט האט רבי דוד משה אויכעט געוואוינט איו סקווירא, אבער שפעטער נאכן ברודער'ס פטירה עוקר דירתו געווען, ס'איז פארשטענדליך אז רבי יהושע, אז דאס עצם בלייבן אין סקווירא האט זיכער צוגעהאלפן צו די שנאה און האס פון דער ראחמיסטריווקא עולם וואס איך זעה דא אינעם אשכול, ער וואלט געדארפט זיין קלוגער אין פאראויסזעהן..... מ'קעניש טאנצן אויף צוויי חתונות
דאס אויך?

די קעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 3:07 pm

· #543630
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ר' מיסטעריא, ווי"ט א"ל ד"א ריספעק"ט פאר א סיניו"ר סיטיזע"ן ילוד ני"ו סקווי"ר.
(וואס איך בין גאר שטארק מסופק צו דאס איז סתם אן אויסגעזויגענע שקר מתחילתו און מען רעדט דא פון א אינגערמאן....)

זייט דיין אנקום צום אשכול, ביסטו כסדר מגיב ווי א ריינע סקווירא בנוגע רוב נושאים (עס מיז נישט זיין א חסרון עס איז א מציאות),
  • ראחמיסטריווקא רבי איז געווען דער אין שטעטל דער איז געשטאנען אונטער די הנהגת הקאמפעני והטעראר באופן גנאי,
      ר' יושע פראבלעם אין מאנסי איז נאר צוליב זיין א סקווירא איידעם ותושב וכו,
        און די אימצאליגע באקאנטע רדיפות וטעראר אויפן ראחמיסטריווקא רבי ז"ל ואביו ומשפחתו אין סקווירא זענען ריינע שטותים,
          און נאך צענדליגע תגובות בדומה להם....

        איך האב דיר געברענגט א ליסטע פון מעשיות פון טעראר אקטיוויטעטן וואס די האסט ניטאמאל ריאגירט אויף, (אפשר ווייסטו בכלל נישט פון וואס איך האב גערעדט?) נאר האסט פיין פארדרייט די אשכול, נאכדעם פרעגסטו וואס איז די פערזענליכע אטאקעס ווען מען ברענגט בסך הכל ארויס אז די שרייבסט ווי א סקווירא און די קענסט זיך נישט אפשאקלען פון די מוח וואשן, צו טראמ"א וכו. וואס די ביסט (מכלומריש) דארט אריבער.

        איהר זענט בארעכטיגט צו שרייבען ווי אזוי איהר ווילט, די סגנון און תוכן און געבעקטס, און אפילו לייקענען וואספארע פאקטן איהר ווילט, מיר האבן שוין געהאט ר' בעל דרשן וואס האט געטוהן דאס זעלביגע טראללען דא ביתר שאת (איהר קענט איהם אפשר?).

        אבער איהר דארפט פארשטיין אז ווען איינער ברעגט דערויף אויפמערזאמקייט אפילו איהר האט עס נישט ליב צו הערן ווערט דאס נישט ח"ו א פערזענליכע אטאקע אויף אייך, אדער העי"ט.

        מיסטעריע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 3:18 pm

        · #543632
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        איך האב אנדערע מהלך ווי דיר, איך גיי שרייבן רואיג און געלאסען אין אנקומען צו יעדן דיטעיל בעז"ה, סך הכל דו שרייבסט איינזייטיג און געוואלט איך זאל שוין לויפן צו תשל"ב איך האלט נאך פאר דעם, מ'וועט צו אלעס אנקומען בלי נדר

        עמרם » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 3:20 pm

        · #543634
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        מיסטעריע #
        איך האב אנדערע מהלך ווי דיר, איך גיי שרייבן רואיג און געלאסען אין אנקומען צו יעדן דיטעיל בעז"ה, סך הכל דו שרייבסט איינזייטיג און געוואלט איך זאל שוין לויפן צו תשל"ב איך האלט נאך פאר דעם, מ'וועט צו אלעס אנקומען בלי נדר
        זייער פיין !
        אבער שרייב !
        מיר ווארטן צי הערן !

        מיסטעריע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 3:22 pm

        · #543635
        Re: Re:
        די קעפעלע #
        מיסטעריע #
        די אנדערע זייט
        צפת
        לית מאן דפליג אז ס'קומט אים די אדמורו"ת.
        די מעשה איז פשוט אז ער וויל נישט.
        (און א גרויסע חלק פארוואס ער וויל נישט איז, ווייל זיין פעטער ר' יהושע איז געקומען קיין מאנסי.)
        נו, אז ער וויל נישט, קען דאך ר' יהושע קומען.

        נישט אזוי?

        יעצט, אלע סקווירא ניקס, קומט אריין...
        איך האב נישט געזאגט אז ר' יעקב יוסף דארף זיין רבי, סוף כל סוף איז ר' יהושע א קינד פון די ראחמיסטריווקא רבי ז''ל, און אפילו ער וואוינט אין סקווירא און במילא האט ער געמוזט אויפשטעלן א סקווירא שטוב, איז ער אבער אלץ געווען א שטרקע חסיד פון זיין גרויסן טאטען, און ס'קומט אים אויכט צי זיין א רבי,
        נאר איך האב גאזאגט אז די ראחמיסטריווקא עולם אין מאנסי וויל ר' יעקב יוסף און ס''ס קומט אים אויכט די אדמורי''ת מצד אביו ז''ל,
        פארוואס האט רבי יהושע טאקע נישט ארויסגעמופט פון סקווירא? אויב איך געדענק גוט האט רבי דוד משה אויכעט געוואוינט איו סקווירא, אבער שפעטער נאכן ברודער'ס פטירה עוקר דירתו געווען, ס'איז פארשטענדליך אז רבי יהושע, אז דאס עצם בלייבן אין סקווירא האט זיכער צוגעהאלפן צו די שנאה און האס פון דער ראחמיסטריווקא עולם וואס איך זעה דא אינעם אשכול, ער וואלט געדארפט זיין קלוגער אין פאראויסזעהן..... מ'קעניש טאנצן אויף צוויי חתונות
        דאס אויך?
        וואסי די פראבלעם דערמיט, ווייל דו האסט איהם נישט ליב, אדער ווייל דו האסט אנערקענט און מהרי"י (און מיט רעכט, אלס אן איש מורם מעם) וועגן דעם אלס איינער ווי מיר, מעג נישט פרעגן א לאגישע טענה?! פליז פארשעם נישט דיין אינטעליגענץ, דאס האט מיט העי"ט גארנישט

        מיסטעריע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 3:22 pm

        · #543636
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        עמרם #
        מיסטעריע #
        איך האב אנדערע מהלך ווי דיר, איך גיי שרייבן רואיג און געלאסען אין אנקומען צו יעדן דיטעיל בעז"ה, סך הכל דו שרייבסט איינזייטיג און געוואלט איך זאל שוין לויפן צו תשל"ב איך האלט נאך פאר דעם, מ'וועט צו אלעס אנקומען בלי נדר
        זייער פיין !
        אבער שרייב !
        מיר ווארטן צי הערן !

        איך וועל פראבירן אין דער וויקענד,

        יחסן_גדול » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 4:02 pm

        · #543639
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        פוילישער קארגער #
        Sorry for going off topic here............but
        סדרייעט זיך ארום א שמועה אז ס'דא א נייע פאשקיוועל פון זיבען בלעטער וועגען די פאליטיק און מאנסי. האט איינער געהערט דערוועגען? אויב איינער קען ברענגען ביטע
        ולמצוה גדולה יחשב
        איך ווייס נישט, איך זעה דא אויף ק"ש א פאשקעוויל (קרי אשכול) וועגן די פאליטיק אין מאנסי, פון זעקס און צוואנציג בלעטער... 🙂

        ליינען » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 4:37 pm

        · #543643
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        ר' מיסטעריאNu we are waiting come with more details

        נחום הסופר » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 7:11 pm

        · #543666
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        מיסטעריע #
        עמרם #
        מיסטעריע #
        איך האב אנדערע מהלך ווי דיר, איך גיי שרייבן רואיג און געלאסען אין אנקומען צו יעדן דיטעיל בעז"ה, סך הכל דו שרייבסט איינזייטיג און געוואלט איך זאל שוין לויפן צו תשל"ב איך האלט נאך פאר דעם, מ'וועט צו אלעס אנקומען בלי נדר
        זייער פיין !
        אבער שרייב !
        מיר ווארטן צי הערן !

        איך וועל פראבירן אין דער וויקענד,
        הרב מיסטעריע, מיר ווארטן בכליון עינים צו ליינען דיינע געשמאקע זכרונות, אבער טאקע אויפ'ן זעלבן מהלך ווי ביז יעצט, רואיג און געלאסן, פאמעליך, בכובד ראש, נישט כאפן הייסע לאקשן (ווי מענטשן האבן היינט ליב), נאר טאקע אנהייבן פון א', אריינברענגען דעם עולם אין די זאך, און גיין צוביסלעך מענין לענין.

        כספי » פרייטאג יאנואר 5, 2024 12:41 am

        · #543705
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        ר' @מיסטעריע יעדע ווארט דיינע דא איז צו צוקושן...
        דיין קלארע אביעקטיווע בליק, צוזאמען מיט דיין עקספיריענס אין לעבן - וואס מ'רופט חכמת החיים, שטעלן קלאר אוועק די פיקטשער פאר די אויגן
        כ'בעט דיר בין שאר תושבי השטיבל גיי אן! פליז, אונז שלינגען מיט דארשט דיינע ווערטער

        די קעפעלע » פרייטאג יאנואר 5, 2024 12:19 pm

        · #543739
        Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
        די קעפעלע #
        ר' מיסטעריא, ווי"ט א"ל ד"א ריספעק"ט פאר א סיניו"ר סיטיזע"ן ילוד ני"ו סקווי"ר.
        (וואס איך בין גאר שטארק מסופק צו דאס איז סתם אן אויסגעזויגענע שקר מתחילתו און מען רעדט דא פון א אינגערמאן....)

        זייט דיין אנקום צום אשכול, ביסטו כסדר מגיב ווי א ריינע סקווירא בנוגע רוב נושאים (עס מיז נישט זיין א חסרון עס איז א מציאות),
        • ראחמיסטריווקא רבי איז געווען דער אין שטעטל דער איז געשטאנען אונטער די הנהגת הקאמפעני והטעראר באופן גנאי,
            ר' יושע פראבלעם אין מאנסי איז נאר צוליב זיין א סקווירא איידעם ותושב וכו,
              און די אימצאליגע באקאנטע רדיפות וטעראר אויפן ראחמיסטריווקא רבי ז"ל ואביו ומשפחתו אין סקווירא זענען ריינע שטותים,
                און נאך צענדליגע תגובות בדומה להם....

              איך האב דיר געברענגט א ליסטע פון מעשיות פון טעראר אקטיוויטעטן וואס די האסט ניטאמאל ריאגירט אויף, (אפשר ווייסטו בכלל נישט פון וואס איך האב גערעדט?) נאר האסט פיין פארדרייט די אשכול, נאכדעם פרעגסטו וואס איז די פערזענליכע אטאקעס ווען מען ברענגט בסך הכל ארויס אז די שרייבסט ווי א סקווירא און די קענסט זיך נישט אפשאקלען פון די מוח וואשן, צו טראמ"א וכו. וואס די ביסט (מכלומריש) דארט אריבער.

              איהר זענט בארעכטיגט צו שרייבען ווי אזוי איהר ווילט, די סגנון און תוכן און געבעקטס, און אפילו לייקענען וואספארע פאקטן איהר ווילט, מיר האבן שוין געהאט ר' בעל דרשן וואס האט געטוהן דאס זעלביגע טראללען דא ביתר שאת (איהר קענט איהם אפשר?).

              אבער איהר דארפט פארשטיין אז ווען איינער ברעגט דערויף אויפמערזאמקייט אפילו איהר האט עס נישט ליב צו הערן ווערט דאס נישט ח"ו א פערזענליכע אטאקע אויף אייך, אדער העי"ט.
              מיסטעריע #
              איך האב אנדערע מהלך ווי דיר, איך גיי שרייבן רואיג און געלאסען אין אנקומען צו יעדן דיטעיל בעז"ה, סך הכל דו שרייבסט איינזייטיג און געוואלט איך זאל שוין לויפן צו תשל"ב איך האלט נאך פאר דעם, מ'וועט צו אלעס אנקומען בלי נדר

              ראשית איך האב זיך נאר באצויגען מיט מיין אויבענדערמאנטע תגובה צו דיין וויינעריי אויף היימלאנד ועוד, פארוואס מען קוקט דיר אן ווי א שטיקל סקווירא שרייבער מיט אן אגענדע.

              איך האב נישט קיין פערזענליכע פראבלעם מיט דיינע "היסטארישע" באשרייבונגען, איך טרייב דיר נישט אין ערגעטץ און אדרבה זאל שוין טאקע קומען עפעס מער אינפארמעטיוו און אביעקטיוו, ווען איך האב געזעהן פון דיר פארדרייטע תגובות אדער די תגובות וואס זענען נישט קראנט האב איך דאס ארויסגערופען למען תדעו, ענ"ד י"א קע"ן ד"א ע"ז י"א פלי"ז

              איך זעה טאקע אז דיינע ווערטער ווערן דא שטארק אויפגענומען ביי אסאך, מען האט אייך געקרוינט פאר א היסטאריקער אויף די סקווירא איינגעלעגענהייטען, בפרט די וואס האבן מן הסתם נישט קיין עכטע ידוע און פארשטאנד אין די די.נ.עי. פון סקווירא, וואס כנראה קוקן אויף דעם ווי עפעס אן עקסטרעמע אומבאקאנטע פארלוירענע שבט מיט א קוריאוזע פיערערשאפט פארשטעקט ערגעץ ווי די אידישע אמי"ש להבדיל, איז יעצט אז די גייסט ווייטער נוצען דא דיין שופר זאלסטו געדענקען, שעהם דיך נישט מיטען אמת און Please don't abuse your power.

              עמרם » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:05 pm

              · #543786
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              איך וויל נישט איבערהאקן דא די זכרונות....

              די וואך שבת האט מען פאר'ן ליינען עמטליך מכתיר געווען כ''ק רבי יעקב יוסף שליט''א אלץ אדמו''ר מ'ראחמיסטריווקא ספרינג וועלי

              יאריך ימים אל ממלכתו !!

              נישנאש » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:14 pm

              · #543787
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              די ביהמ"ד איז אין מאנסי ווי קומט אריין ספרינג וואלי?

              מענדל » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:19 pm

              · #543788
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              עמרם #
              איך וויל נישט איבערהאקן דא די זכרונות....

              די וואך שבת האט מען פאר'ן ליינען עמטליך מכתיר געווען כ''ק רבי יעקב יוסף שליט''א אלץ אדמו''ר מ'ראחמיסטריווקא ספרינג וועלי

              יאריך ימים אל ממלכתו !!
              ווער האט מכתיר געווען ? און וואס איז יעצט געשהן ?

              עמרם » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:22 pm

              · #543789
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              נישנאש #
              די ביהמ"ד איז אין מאנסי ווי קומט אריין ספרינג וואלי?
              די רבי'ס הויז איז אין ספרינג וועלי

              עמרם » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:24 pm

              · #543791
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              מענדל #
              עמרם #
              איך וויל נישט איבערהאקן דא די זכרונות....

              די וואך שבת האט מען פאר'ן ליינען עמטליך מכתיר געווען כ''ק רבי יעקב יוסף שליט''א אלץ אדמו''ר מ'ראחמיסטריווקא ספרינג וועלי

              יאריך ימים אל ממלכתו !!
              ווער האט מכתיר געווען ? און וואס איז יעצט געשהן ?
              איינער האב מאריס

              וואס איז יעצט געשעהן פונקליך, ווייס איך נישט
              אבער פון היינט אין ווייטער איז ער אפציעל א רבי

              (זיין שווער בלייבט ווייטער אב''ד ראחמיסטריווקא מאנסי)

              מענדל » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:27 pm

              · #543792
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              עמרם #
              מענדל #
              עמרם #
              איך וויל נישט איבערהאקן דא די זכרונות....

              די וואך שבת האט מען פאר'ן ליינען עמטליך מכתיר געווען כ''ק רבי יעקב יוסף שליט''א אלץ אדמו''ר מ'ראחמיסטריווקא ספרינג וועלי

              יאריך ימים אל ממלכתו !!
              ווער האט מכתיר געווען ? און וואס איז יעצט געשהן ?
              איינער האב מאריס

              וואס איז יעצט געשעהן פונקליך, ווייס איך נישט
              אבער פון היינט אין ווייטער איז ער אפציעל א רבי

              (זיין שווער בלייבט ווייטער אב''ד ראחמיסטריווקא מאנסי)
              יצחק אהרן ?

              עמרם » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:32 pm

              · #543793

              איך ווייס נישט ,

              איך זאג ס''ה וואס איך האב געהערט

              קליינע צדיק » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 9:56 pm

              · #543813
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              וואז איז יעצט געשען אז ער האט מחליט געווען איבערצונעמען אפיציעל?
              און וואס טוישט זיך נאך די אפיציעלע הכתרה
              אויסער די רופן ראחמסטריווקא ספרינג וועלי

              נאך א שמויגער » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 9:58 pm

              · #543815
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              איך פארשטיי נישט. דער וואס וואוינט אין מאנסי נאר לכבוד שב"ק וועט זיין אדמו"ר ממאנסי?

              קליינע צדיק » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 9:59 pm

              · #543816
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              נאך א שמויגער #
              איך פארשטיי נישט. דער וואס וואוינט אין מאנסי נאר לכבוד שב"ק וועט זיין אדמו"ר ממאנסי?
              למען השלום מעג מען זאגן ליגענט און פארדרייען פאקטן אויך
              🙂

              kolal1 » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 10:27 pm

              · #543826
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              [ציטאט אראפגענומען]

              עמרם » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 11:25 pm

              · #543846
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              קליינע צדיק #
              וואז איז יעצט געשען אז ער האט מחליט געווען איבערצונעמען אפיציעל?
              און וואס טוישט זיך נאך די אפיציעלע הכתרה
              אויסער די רופן ראחמסטריווקא ספרינג וועלי
              וואס הייסט וואס טוישט זיך ?
              ער איז אויפציעל א רבי !

              (אין אייוועלט וועט מען שוין מעגן שרייבן אדמו''ר.... כ'האף אזוי ..)

              חאסקעל » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 11:38 pm

              · #543851
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              די מוסדות וועט אויך הייסן ספרינג וועלי?

              אמאהלגעקעננט » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 11:43 pm

              · #543853
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              זענען אין tallman?

              עמרם » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:06 am

              · #543857
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              חאסקעל #
              די מוסדות וועט אויך הייסן ספרינג וועלי?
              למעשה איז די ספרינג וועלי רבי'ס שווער - מאנסי רב באלבאוס אויף די מוסדות, ממילא וועט עס לכאורה בלייבן מאנסי

              אייגענע השערה

              בעל דרשן » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:06 am

              · #543858
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              נאך א שמויגער #
              איך פארשטיי נישט. דער וואס וואוינט אין מאנסי נאר לכבוד שב"ק וועט זיין אדמו"ר ממאנסי?
              איך מיין גראדע אז רבי יעקב יוסף וואינט אויך נישט אין מאנסי נאר אין ספרינג וועלי

              אזוי צו אזוי איז עס א שיינע זאך פון רבי יעקב יוסף פאר די טויש

              אמאהלגעקעננט » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:11 am

              · #543860
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              למאי נ”מ למקח ולממכר ? Seriously

              בעל דרשן » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:14 am

              · #543861
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              אמאהלגעקעננט #
              למאי נ”מ למקח ולממכר ? Seriously
              ווי אזוי מ' שרייבט אינעם כתובה חוץ דעם גארנישט

              אמאהלגעקעננט » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:18 am

              · #543863
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              .

              cictim » זונטאג יאנואר 7, 2024 4:02 am

              · #543883
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              ביי די וועכנטליכע מלוה מלכה האט כ”ק מרן אדמו"ר שליט"א פארציילט סיפורי צדיקים ווי געווענליך, פארן בענטשן האט די רבי שליט"א עטליכע מינוט ארומגערעדט "ענינא דיומא" איבער די ברענדיגע דברים העומדים על הפרק, ווי רבינו שליט"א במתק לשונו איז איבערגעגאנגען די השתלשלות המשכת ההנהגה פון נאכן יום המר והנמהר כט’ אב מיט די הסתלקות פון אבינו רועינו רבינו הקדוש זי"ע ווי כ”ק מרן אדמו"ר שליט"א פון לעיקוואד האט אריבערגערופן רבינו שליט"א בשליחות פון די ברודער האדמורי"ם שליט"א אז רבינו שליט"א זאל זיך מצרף זיין צו די הנהגה אינאיינעם מיט די פעטערס האדמורי"ם שליט"א אויף וואס די רבי שליט"א האט קאטעגאריש אפגעזאגט אין זיך ארויסגעדרייט אין אזוי ווייטער במשך ימי השבעה זענען כסדר געקומען הפצרות פון די פעטער'ס שליט"א וואס מפטירים כדאתמול אין די רבי האט זיך כסדר ארויסגעדרייט, די רבי האט דערמאנט אז ביים שבת תוך ימי האבל האט מען יא ארויפגעצווינגען אויפן רבי’ן זיך צו משתתף זיין כאחד האדמורי"ם, אזוי איז אונטערגעקומען חודש תשרי אין די מ’האט געוואלט אוועקפאהרן אויף ראש השנה אין שמחת תורה אבער די אויבישטער פיהרט זיין וועלט אין מ’האט געדארפט פארבלייבן דאהי, די רבי האט נאכגעברענגט א ווארט בדרך שאדם רוצה לילך אמענטש מיינט ער ווייסט ווי ער אבער פון הימל מוליכין אותו, אויך האט ש”ב די ראש ישיבה הרב מרדכי פנחס שליט"א עטליכע מאהל שטארק מפציר געווען אויף צו אהנעמען די הנהגה אין כסדר אויך פון אנדערע אבער מ'האט מיט כל מיני טצדיקי אפגעווארפען אין זיך ארויסגעדרייט, עס איז געקומען חנוכה אין צינדן ליכט ברבים אין בית מדרש על אף די אנדערע ביזט איצטיגע הנהגות ברכים האט מען געהאט תירוצים פארוואס דאס איז נישט קיין הנהגה פון אדמורות אבער ליכט צינדן איז בשום אופן נישט ארויפגעקומען אויף צוטוהן אין אזוי ווייטער, פאר צוויי וואכן צוריק איז פאהרגעקומען א מיטטינג צוזאמען מיט די פעטערס האדמורי"ם שליט"א ווי זיי האבן אראפגעשטעלט א פיס אז מען מוז אהנעמן די ההנהגה אהן קיין תירוצים.. די רבי האט דערמאנט אז איינע פון די מניעות דאס די שווער שליט"א איז שוין רב דא אין שטאט פאר 40 יאהר אין עס איז איינע לפי כבודו אבער די רב שליט"א איז אקעגן געקומעןאין געמאהנט אין געפאדערט דאס אהנצונעמען. די רבי שליט"א פארציילט אז נאך נעתר זיין להבקשה האט ער געהאלטן אז זיך רופן די רבי פון מאנסי קען זיין א פראבלעם היות עס איז דא א נייע אור אין שטאט מיט די שיינע הויף וואס די פעטער שליט"א האט אויפגעשטעלט אין היות צוויי הויפן האט נישט קיין פשט איז ער אויפגענומען צו דאס רופן מיטן נאמען ראחמיסטריווקא - ספרינג וועלי, אהנווייזענדיג אז דא זיצט חשובע ספרינג וועלי רב אב”ד ווילעדניק, איו אזוי אויך האט די רבי שליט"א דערמאנט א טיר-ביי-טיר שכן דומ"ץ סקווירא-ספרינג וועלי וואס ביי טיש אין סקווירא רופט מען אויס די "ספרינג וועלי דיין".... דאס אלעס אין נאך ארום די נושא ווי די רבי שליט"א רעדט ארום במתיקת לשונו... דערנאך האט די רבי צוגענדיגט אז דאס אלעס איז די חיצוניות אבער די עיקר איז די פנימיות אוועקצושטעלן די פלאץ מיט א שטארקייט ברוחניות אין אלעס וואס פעהלט זיך אויס, אין צוגענדיגט מיט ברכת קודש. אין די משמש בקודש הרב אהרן ישראל קראמער שליט"א האט אויסגעשריגן אין א געזאנג פון כי אורך ימים ושנות חיים אין מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי ווי די גאנצע עולם אין שפיץ פון די מנהיג העדה כ”ק מרן אדמו"ר שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצען לכבודה של מקום ולכבוד בית ראחמיסטריווקא.
              יאריך ימים על ממלכתו.

              די טעלעפאן ליין פון די קהילה האט געטוישט די סיסטעם לאור די קריאת קודש.
              718-550-8733

              נאוואמינסקער » זונטאג יאנואר 7, 2024 11:54 am

              · #543894
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              פין חדרי חרדים: עוד הוסיף: כי הרבי ביקש כי מפני השלום, אינו רוצה שיקראו לו בשם האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי' אלא האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי ספרינג וואלי'.

              איז עס אדמו"ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי אדער אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי ספרינג וואלי?

              עמרם » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:14 pm

              · #543895
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              נאוואמינסקער #
              פין חדרי חרדים: עוד הוסיף: כי הרבי ביקש כי מפני השלום, אינו רוצה שיקראו לו בשם האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי' אלא האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי ספרינג וואלי'.

              איז עס אדמו"ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי אדער אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי ספרינג וואלי?
              ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי !

              צפת » זונטאג יאנואר 7, 2024 12:48 pm

              · #543896
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.

              גוט מסדר געווען...

              עמרם » זונטאג יאנואר 7, 2024 1:04 pm

              · #543897
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              צפת #
              סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.

              גוט מסדר געווען...
              איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט די נאמען ?

              צפת » זונטאג יאנואר 7, 2024 1:59 pm

              · #543904
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              כ'מיין אז ס'וואלט שוין ענדערש געווען אויב ער זאל טוישן נאמען, זיך רופן האדמו"ר ממקרוב, אדער "טשערנאביל רחמסטריבקא".

              עמרם » זונטאג יאנואר 7, 2024 2:01 pm

              · #543905
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              צפת #
              כ'מיין אז ס'וואלט שוין ענדערש געווען אויב ער זאל טוישן נאמען, זיך רופן האדמו"ר ממקרוב, אדער "טשערנאביל רחמסטריבקא".
              לענ''ד איז דעס זייער גוט
              איך זעה נישט קיין שום חילוק צווישן מאנסי און ספרינג וואלי

              אמאהלגעקעננט » זונטאג יאנואר 7, 2024 2:21 pm

              · #543907
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              צפת #
              סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.

              גוט מסדר געווען...
              אדרבה, עכ האט יעצט א מפני דרכי שלום צונאמען. פאליטיש איז גאגץ פײן

              בעל דרשן » זונטאג יאנואר 7, 2024 2:44 pm

              · #543908
              Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
              צפת #
              סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.

              גוט מסדר געווען...
              ווייטער מישטו אריין סקווירא... זיי נישט אזוי איינזייטיג שעפעלע

              האט 0 מיט סקווירא רבי יעקב יוסף האט נישט געהאט קיין ברירה
              זיך רופן ראחמיסטריווקא מאנסי קען ער נישט צוליב דעם פעטער וואס מ'רופט אזוי
              האט נישט קיין פשט ביידע מיט די זעלבע נאמען איינער וואלט געדארפט טוישן און ער האט עס געטון קומט זיך אים קרעדיט פארן זיין א מענטש

              א שאד נאר אז אלע זענען קאפ און וואנט מיט די נאמען ראחמיסטריווקא די קלוגסטע וואלט געווען ווען איינער פון די ברודער קלויבט זיך א צווייטע נאמען אזוי ווי קראלי און פרימישלאן און נאך האבן געטון
              בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26