די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
1265 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16493
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
העריך אז ר' יושע - מאנסי עפענט א ישיבה קטנה קומענדיגע יאר און זיין נעפיו רי"י האט מודיע געווען פאר זיין - די ארגינעלע - מוסדות אז זיי טארען נישט עפענען א ישיב"ק ביז ווילאנג די פעטערס מוסד איז מצליח און האט א גוטע נאמען אין שטאט.
פון א צווייטער - א כלי ראשון - האב איך געהערט אז רי"י האט איהם געזאגט אז ער האפט אז די היימישע עולם וועט אהין שיקען, ממילא וועט די אינגע דור שוין זיין ביים פעטער...
איז דאס א קראנטע זאך?
פארוואס האט די ראחמיסטריווקא ראשי המוסדות פון מונסי נישט געפענט א ישיבה קטנה ביז היינט?
זיי האבן געמיזט ווארטן אז ר' יושע'ס מענטשן זאלן פראבירן צו עפענען?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #

#1 די חדר איז ערשט לעצטענס אנגעקומען צו כיתה ט' איז עס נישט געווען אזא נושא און בכלל אינטערנעמען נאך א מוסד קומט מיט א טייערע פרייז און ס'איז דאך געווען איין חסידות מיט ב"פ ביז יעצט...
#2 ס'איז יא געווען א מדובר פון דעם יעצט [איך ווייס נישט ווי ערענסט למעשה] און טאקע וועגען דעם האט די רבי געזאגט וואס ער האט געזאגט.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
די קעפעלע #
היימלינד #
פרי עץ הדר #
היסט אזוי יעדע תגובה ביז א הער איז הונדרעט פראצענט פאסיג נאר די איין זאך אז די וועלט זאגט סתם א לשון הרע אז אאיד שחאפט איין שעה אין א מעת לעת און די ווייסט קראנט אז נישט אבער דאס צו מגיב זיין דיינע ברייטע ידיעות דאס איז נישט פאסיג? שיין
עס איז מיר שווער צו פארשטיין וואס דו שרייבסט, ביטע שרייבט איבער קלארער און אויב איך וועל קענען/וועלען וועל איך אייך ענטפערען
ווי איך הער לערנט ער אין א כולל חצות און נאכדעם ער האט נאך א שטיקל סדר פארמיטאג, ער איז איינגעשטעלט אין אפאר ישיבות נאכמיטאג און ביינאכט. לויט דעם חשבון בלייבט נישט צופיל שעה צו שלאפן.
עס קוקט אויס אז ער האט גאר שטארקע כוחות הנפש צו קענען אנגיין אזוי מידי יום ביומו, זיין עבודת השם בנוסף זיך ארומדרייען העלפן מענטשן אן אויפהער און זיין א מגיד שיעור פאר בחורים אלעס מיט אן אויפגעלעבטע געשמאקע נאטור. אבער ווי היימלאנד זאגט איז נישט די וויניג שלאפן די נקודה ווי עס שטעקט זיין צדקות/גדלות.
ווי אויך איז זיין זיידע ז''ל געווען שטארק ידוע פארן פירן א נארמאלע סדר היום אלע יארן און האט אזוי מדריך געווען זיינע ארימיגע.
(מיר האבן להבדיל היבש אפאר ניקים דא וואס זעהט אויס האבן אויך כמעט א שלאפלאזע סדר היום מיטן זיין שטארק פארנימען אויפן געוועב 😉 )
נישט נאר די זיידע נאר ער האט מיר געזאגט פאר א היבש ביסעל יארן צוריק, לאנג פאר ראחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי האבן געלייגט אן אויג אויף איהם, אז די סארט סדר היום איז נישט קיין ריכטיגע מהלך, איי ער טוט עס יא?.... קשיא
לגבי פרי עץ הדר:
איך פארשטיי נישט וועלעכע לשון הרע דו מיינסט,
איך האב נישט קיין שום סיבה איהם צו בארעדען, אדרבא אויב איך וואלט געווען א ראחמיסטריווקער וואלט איך גלייך געלאפען צו איהם, און אפילו אזוי בין איך שוין יארען א שטארקע מעריץ זיינער.
ס'איז א פראבלעם צו שלאפען מער ווי א שעה ביינאכט?
און אויב וואלט עס יא געווען אמת וואלט איהם דאס געמאכט גרעסער?
שלאפען איין שעה, 4 שעה אדער 10 שעה א מעת לעת האט מיט פיזישע כוחות, איה"נ אז א מענטש קען זיך אביסעל אוועק רייסען פון שלאף אבער מיט א גבול אז נישט וועט ער קראנק ווערען.
מענין לענין האט די רבי הנ"ל אמאל געזאגט ברבים לגבי א געוויסע ענין אז "גזל שינה" קען אויך אמאל מיינען אז די שינה איז א גזלן דהיינו אז עס גזל'ט די צייט וואס עכט דארף מען נישט שלאפען, ודו"ק.
עכ"פ זיין צדקות האט נישט מיט זיין שלאף, אויב עפעם האט עס מיט די פריעדיגע תגובה [פארן שלאפען] בנוגע די ישיבה קטנה
לכבוד היימילינד איך ווייס נישט ווער איר זענט אבער אוודאי האבען אדמורי ראחמיסטריווקא און אלע אנדערע צדיקים נישט געמאנט אז דער המון עם זאל נישט עסן און שלאפען יעדער ווייסט די הנהגה פון די ראחמיסטריווקא רבי אין ארץ ישראל וואב איז למעלה למעלה מהזמן אדער אדמור מאמישנאוו ארצינו הק' וואס איז צוויי טעג נאכען זמן און ער סקיפט עסן און שלאפען בכלל למעלה משכל אנוש ווי אויכעט די עבודה פון ריבניץ און טאהש און לעלוב ועוד ועוד
אדמור מספרינג וואלי איז לויט זיין אויסזעהן א איש בין אנשים פשוט בפשטות סולם מוצה ארצה וראשו מגיע שמימה.... ער דרייט זיך מיט נארמאלע מענטשען און נארמאלע זייגער אבער מיר האבען נישט א השגה און דער מהות הגדול והקדוש פון דעם מלאך בדמות איש.... ווי נעמט איר א חוצפה זאגען איר האט א קשיא אז ער שלאפט נאר איין שעה, מחוצף איינער, האסט צובארכען און דיין לעבען איין שלעכטע נאטיר? איך ווייס ווען איך האב נישט פונקטליך אכט שעה און א נאכט קען איך נשיט שטיין לעבען מענטשען איך בין אויפגערעגט און מיד און שלעכט מוטיג, דא גייט ארום א אידעל אן קיין שלאף טאג איין טאג אויס, מיט א שמייכעל אויפגעלייגט געט א שיעור דף היומי פאר בעלי בתים און אהט נערווען צו זייער קלאטץ קשיוס און מסביר נאכאמאל און נאכאמאל,
דערנאך זיצט און א ישיבה מיט שוואכערע בחורים און טוט דארט זיין הייליגע ארבעט און ביינאכט מיט מער מציונים און שערי אפרים ווי ער גייט ווי ער שטייט נעמט ער איין די תלמידים ווי א מאגנאט מען קלעבט צו אים מיט אזא דארשט און די האסט קשיות,
ווייטער זיין זיידע איז געווען א אנדערע מציאות קיינער ווייסט נשיט זיין בהאלטענע סדר ווייל עס איז נישטא איינער וואס איז געועון מיט אים ביינאכט זיינע קינדער ווייסען נשיט ווען ער איז געשלאפעו בכלל, ער האט אבער געמאנט נארמלקייט אזוי ווי זיין הייליגער אייניקעל מאנט, אבער פאר זיך זענען זיי געועון אנשי סוד בכללנישט פאר קיינעם זייער געשעפטען זייער הייליגער ארבעט בהצנע לכת
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
שעפעלע טייערע איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, איך האלט פון איהם עולמות ומלואו, און איך בין נישט קיין מחוצף פארן שרייבען אז ער שלאפט מער ווי א שעה, דאס איז א מציאות !
און נאכאמאל דיין רבי איז זייער גרויס - בפשטות קען איך איהם אסאך לענגער ווי דיר - אבער שלאפען מער אדער ווייניגער מאכט איהם נישט גרעסער אדער קלענער, איך וואלט נישט געהאלטען קיין איין טראפ ווייניגער פון איהם ווען ער וואלט ווען געשלאפען 12 שעה א נאכט, און איך וועל נישט האלטען מער פון אנדערע רבי'ס אפילו ווען זיי וואלטען געשלאפען אזוי ווייניג ווי איהם.
נישט דאס מאכט איהם גרויס! אויב דאס איז זיין גאנצע גדלות ביי דיר דעמאלטס זיך דיר שוין א צווייטע רבי.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
די קעפעלע #
היימלינד #
העריך אז ר' יושע - מאנסי עפענט א ישיבה קטנה קומענדיגע יאר און זיין נעפיו רי"י האט מודיע געווען פאר זיין - די ארגינעלע - מוסדות אז זיי טארען נישט עפענען א ישיב"ק ביז ווילאנג די פעטערס מוסד איז מצליח און האט א גוטע נאמען אין שטאט.
פון א צווייטער - א כלי ראשון - האב איך געהערט אז רי"י האט איהם געזאגט אז ער האפט אז די היימישע עולם וועט אהין שיקען, ממילא וועט די אינגע דור שוין זיין ביים פעטער...
איז דאס א קראנטע זאך?
פארוואס האט די ראחמיסטריווקא ראשי המוסדות פון מונסי נישט געפענט א ישיבה קטנה ביז היינט?
זיי האבן געמיזט ווארטן אז ר' יושע'ס מענטשן זאלן פראבירן צו עפענען?
#1 די חדר איז ערשט לעצטענס אנגעקומען צו כיתה ט' איז עס נישט געווען אזא נושא און בכלל אינטערנעמען נאך א מוסד קומט מיט א טייערע פרייז און ס'איז דאך געווען איין חסידות מיט ב"פ ביז יעצט...
#2 ס'איז יא געווען א מדובר פון דעם יעצט [איך ווייס נישט ווי ערענסט למעשה] און טאקע וועגען דעם האט די רבי געזאגט וואס ער האט געזאגט.
איז אבער קראנט אז ר' יושע עפענט טאקע א ישיבה קטנה און וועם טראכטן זיי צו פארכאפן דארט? וועלן די המון עם ראחמיסטריווקא פון מאנסי בכלל קלערן פון אהין שיקן?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #
איז אבער קראנט אז ר' יושע עפענט טאקע א ישיבה קטנה ס'איז קראנט אז ער פלאנט און רעדט דערפון, וואס וועט זיין למעשה ווייסט איין באשעפער און וועם טראכטן זיי צו פארכאפן דארט? המון עם איז אויך גוט, ס'איז א גוטע צו מאכען חסידים, ער האט למעשה וואס צו פארקויפען וועלן די המון עם ראחמיסטריווקא פון מאנסי בכלל קלערן פון אהין שיקן? שווער צו וויסען, מושכל ראשון זאגט אז נישט אבער ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך וואס ליגען נישט אין פאליטיק [דהיינו רובא דרובא] וועלען אהין שיקן בפרט אויב די רבי שטיצט עס

צו שיקען אין א ישיבה האט מיט ליגען אין פאליטיק? איר זענט בגדר אנושי?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
א איד האט א בחור איך קען הערען אז ער וויל זיין זון זאל קונה זיין ביי זיין רבין אוןנישט ביי א אנדעער רבין, דאס איז נישט פאליטיק, אבער זאגען אז איך מאך מיר א חשבון מיט מיין זונ'ס תכלית און איך שיק ניטש צו מיין רבין ישיבה ווייל ביי יענער וועט ער האבען מער תכלית הער איך, אבער א חשבון פון פאליטיק, איך שיק נישט ווייל איך וויל איינעם אפטוהן, ביסטו משיגע? וועליעכע מענטש אין ראחמיסטריוקוא טראכט אזוי ? איך זאג אייך בנאמנות איך קען די אידען קיינער טראכט נישט פון פאליטיק,
זייער קלאר מיין רבי איז פאר א צווייטע רבי תכלית איז פאר אלעם אבער אפטוהן דער דארף געבוירען ווערען אין סדום.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ הדר #
היימלינד #
די קעפעלע #
איז אבער קראנט אז ר' יושע עפענט טאקע א ישיבה קטנה ס'איז קראנט אז ער פלאנט און רעדט דערפון, וואס וועט זיין למעשה ווייסט איין באשעפער און וועם טראכטן זיי צו פארכאפן דארט? המון עם איז אויך גוט, ס'איז א גוטע צו מאכען חסידים, ער האט למעשה וואס צו פארקויפען וועלן די המון עם ראחמיסטריווקא פון מאנסי בכלל קלערן פון אהין שיקן? שווער צו וויסען, מושכל ראשון זאגט אז נישט אבער ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך וואס ליגען נישט אין פאליטיק [דהיינו רובא דרובא] וועלען אהין שיקן בפרט אויב די רבי שטיצט עס
צו שיקען אין א ישיבה האט מיט ליגען אין פאליטיק?
ניין איר זענט בגדר אנושי?
ניין
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ הדר #
א איד האט א בחור איך קען הערען אז ער וויל זיין זון זאל קונה זיין ביי זיין רבין אוןנישט ביי א אנדעער רבין, דאס איז נישט פאליטיק, אבער זאגען אז איך מאך מיר א חשבון מיט מיין זונ'ס תכלית און איך שיק ניטש צו מיין רבין ישיבה ווייל ביי יענער וועט ער האבען מער תכלית הער איך, אבער א חשבון פון פאליטיק, איך שיק נישט ווייל איך וויל איינעם אפטוהן, ביסטו משיגע? וועליעכע מענטש אין ראחמיסטריוקוא טראכט אזוי ? איך זאג אייך בנאמנות איך קען די אידען קיינער טראכט נישט פון פאליטיק,
זייער קלאר מיין רבי איז פאר א צווייטע רבי תכלית איז פאר אלעם אבער אפטוהן דער דארף געבוירען ווערען אין סדום.
רבי, סדום וכו' קומט דא נישט אריין
זייער פשוט אסאך ראחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי האבען ווייטאג אויף איהם אדער אויף זיינע ארומיגע און וועלען נישט זיכען דייקא אהין צו שיקן ווען עס זענען פארהאן אנדערע גוט אפציעס, פארשטאנען? אויב נישט גיי שלאפען פאר א שעה און קום צוריק.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
די קעפעלע #
איז אבער קראנט אז ר' יושע עפענט טאקע א ישיבה קטנה ס'איז קראנט אז ער פלאנט און רעדט דערפון, וואס וועט זיין למעשה ווייסט איין באשעפער און וועם טראכטן זיי צו פארכאפן דארט? המון עם איז אויך גוט, ס'איז א גוטע צו מאכען חסידים, ער האט למעשה וואס צו פארקויפען וועלן די המון עם ראחמיסטריווקא פון מאנסי בכלל קלערן פון אהין שיקן? שווער צו וויסען, מושכל ראשון זאגט אז נישט אבער ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך וואס ליגען נישט אין פאליטיק [דהיינו רובא דרובא] וועלען אהין שיקן בפרט אויב די רבי שטיצט עס
גערעכט, קיינער קען נישט עכט וויסען צו עס וועט זיי געלונגען, אבער די מושג און חוצפה הערטס זיך ווי גאנץ א ווייטאגליכע זאך, אז זיי גייען אן דארט (ביי ר' יושע) כאילו לא היה און געבן נישט אויף איבערצונעמען ראחמיסטריווקא מאנסי, ווען כמעט די גאנצע ציבור פון ראחמיסטריווקא האט איין רצון און אפאר יחודים/מיעוטים שטעלן זיך קעגן די רצון פינעם ציבור און גייען אן מיט אזא בלעכנקייט, פעסטקייט און עזות. פארדעם זענען זיי (די חסידי ר' יעקב יוסף) טאקע די אמת'ע ראחמיסטריווקא חסידים, אדער עכ"פ האבן זיי זיכער אן אמת'ע ראחמיסטריווקא רבי, ווייל אזאנס וואלט נישט געקענט געשען אין קיין שום אנדערע חסידות אדער קהילה.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך זעה גוט?
ר׳ שיע פלאנט צו עפענען א ישיבה?
נישט דא ווער זאל לאכן?
דער איד מוטשעט זיך צו באצאלן רענט פאר זיין דירה אין האפאל, מען האט שוין נישט באצאלט אין כולל עטליכע חדשים.
ביי די תפלות און טישן האט ער מערסטנס פרעמדע מענטשן/שכנים וועלכע וועלן נישט שיקן צו זיין ישיבה, חסידי ראחמיסטריווקא פון ווארען קארט וועלן ״זיכער נישט״ אהין שיקן.
אויב אזוי וואס איז דער פלאן? פון די 40 אורחים וועלכע דרייען זיך ביי אים קען מען מיט זיי גיין צום טיש און עפענען א ישיבה? דאכט זיך אז נישט. ספעציעל ווען ער האט נישט די הילף פון זיינע קינדער, ער האט איין איינציגע שוויצער עמרם ווייס וזהו, די אנדערע יחידים זענען שיינע אידן וועלכע וועלן קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט אריינלייגן דערפאר.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אגב, ראחמיסטריווקא "אוק ענד וויין", מה זה "אוק ענד וויין"??
ס'איז א שטאט, א געגענט, אדער אזוי ווי "פערצן ענד פופציג"??
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
יחסן_גדול #

עמרם ווייס טוט אסאך אהן טראכטען כידוע ליודעים...
מיט די ביהמ"ד האט ער מצליח געווען כפי ערך, סאו יו נעווער נאו
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
אגב, ראחמיסטריווקא "אוק ענד וויין", מה זה "אוק ענד וויין"??
ס'איז א שטאט, א געגענט, אדער אזוי ווי "פערצן ענד פופציג"??
א געגענט אין ניי לעיקוואד
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
יחסן_גדול #
איך זעה גוט?
ר׳ שיע פלאנט צו עפענען א ישיבה?
נישט דא ווער זאל לאכן?
דער איד מוטשעט זיך צו באצאלן רענט פאר זיין דירה אין האפאל, מען האט שוין נישט באצאלט אין כולל עטליכע חדשים.
ביי די תפלות און טישן האט ער מערסטנס פרעמדע מענטשן/שכנים וועלכע וועלן נישט שיקן צו זיין ישיבה, חסידי ראחמיסטריווקא פון ווארען קארט וועלן ״זיכער נישט״ אהין שיקן.
אויב אזוי וואס איז דער פלאן? פון די 40 אורחים וועלכע דרייען זיך ביי אים קען מען מיט זיי גיין צום טיש און עפענען א ישיבה? דאכט זיך אז נישט. ספעציעל ווען ער האט נישט די הילף פון זיינע קינדער, ער האט איין איינציגע שוויצער עמרם ווייס וזהו, די אנדערע יחידים זענען שיינע אידן וועלכע וועלן קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט אריינלייגן דערפאר.
וועט אויפנעמען א גוטע סטעף, און מאכן פון פרעמדע רחמס"קע חסידים.
זיין טאטע זצ"ל האט אויך קיינעם מיטגעברענגט פון רחמסטריבקא. ער האט גענומען בארא פארקע אידן און זיי געמאכט רחמסירטיקבא חסידים. און מהרי"י מסקווירא זצ"ל האט גענומען וויליאמסבורגע אידן און געמאכט פאר אוקריינע סקווירא חסידים.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סוף טוב הכל טוב #

נו, וועלן מיר אים וואונטשן גרויס הצלחה!
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סוף טוב הכל טוב #
זיין טאטע זצ"ל האט אויך קיינעם מיטגעברענגט פון רחמסטריבקא. ער האט גענומען בארא פארקע אידן און זיי געמאכט רחמסירטיקבא חסידים. און מהרי"י מסקווירא זצ"ל האט גענומען וויליאמסבורגע אידן און געמאכט פאר אוקריינע סקווירא חסידים.
קיין פארגלייך. זיין טאטע און זיין זיידע האבן פארט געהאט א פארצייטישקייט און דעריבער האבן זיי געצויגן מענטשן צו זיך. אבער אלעס קען זיין און מעגליך וועט ער מצליח זיין.

אמאל האט זיך פארצייטישקייט פארקויפט, היינט פארקויפן זיך אנדערע זאכן.

ריכטיג. ונזכה ונחיה ונראה צו ער וועט עפעס פארקויפן, און אויב יא אויב מענטשן וועלן ווילן קויפן פון אים...
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
סוף טוב הכל טוב #
זיין טאטע זצ"ל האט אויך קיינעם מיטגעברענגט פון רחמסטריבקא. ער האט גענומען בארא פארקע אידן און זיי געמאכט רחמסירטיקבא חסידים. און מהרי"י מסקווירא זצ"ל האט גענומען וויליאמסבורגע אידן און געמאכט פאר אוקריינע סקווירא חסידים.
קיין פארגלייך. זיין טאטע און זיין זיידע האבן פארט געהאט א פארצייטישקייט און דעריבער האבן זיי געצויגן מענטשן צו זיך. אבער אלעס קען זיין און מעגליך וועט ער מצליח זיין.
איך גלייך איהם טאקע נישט צו זיי אבער ער האט אויך וואס צו פארקויפען און צודעם האט ער א חן, א שאד נאר אז ער איז ווי ער איז, און א צווייטע פלאץ וואלט ער אסאך שענער געשיינט.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סוף טוב הכל טוב #
לאכעדיג #
סוף טוב הכל טוב #
זיין טאטע זצ"ל האט אויך קיינעם מיטגעברענגט פון רחמסטריבקא. ער האט גענומען בארא פארקע אידן און זיי געמאכט רחמסירטיקבא חסידים. און מהרי"י מסקווירא זצ"ל האט גענומען וויליאמסבורגע אידן און געמאכט פאר אוקריינע סקווירא חסידים.
קיין פארגלייך. זיין טאטע און זיין זיידע האבן פארט געהאט א פארצייטישקייט און דעריבער האבן זיי געצויגן מענטשן צו זיך. אבער אלעס קען זיין און מעגליך וועט ער מצליח זיין.
אמאל האט זיך פארצייטישקייט פארקויפט, היינט פארקויפן זיך אנדערע זאכן.
עולם גולם זיכט היינט "סערוויס" דעטס איט
אויב קריגט מען עס איז גוט אז נישט גייט מען ווייטער
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
לאכעדיג #
סוף טוב הכל טוב #
זיין טאטע זצ"ל האט אויך קיינעם מיטגעברענגט פון רחמסטריבקא. ער האט גענומען בארא פארקע אידן און זיי געמאכט רחמסירטיקבא חסידים. און מהרי"י מסקווירא זצ"ל האט גענומען וויליאמסבורגע אידן און געמאכט פאר אוקריינע סקווירא חסידים.
קיין פארגלייך. זיין טאטע און זיין זיידע האבן פארט געהאט א פארצייטישקייט און דעריבער האבן זיי געצויגן מענטשן צו זיך. אבער אלעס קען זיין און מעגליך וועט ער מצליח זיין.
איך גלייך איהם טאקע נישט צו זיי אבער ער האט אויך וואס צו פארקויפען און צודעם האט ער א חן, א שאד נאר אז ער איז ווי ער איז, און א צווייטע פלאץ וואלט ער אסאך שענער געשיינט.
ער האט געהאט א ברירה פון גיין קיין וויליאמסבורג, ער וואלט דארט אסאך מער מצליח געווען ווי רבי זושא, אבער… דער שווער פארשטייט בעסער, און ר׳ בערל האט אים אויך צוגעשטופט אז ער זאל זיך באזעצן אין מאנסי, כאטש ער האט גוט געוואוסט אז די ראחמיסטריווקא חסידים ווילן אים נישט אלס זייער רבי.
יעצט וועט ער דארפן שטארק שוויצן צו מצליח זיין.
בדרך אגב די ערשטע טעג פסח וועט ער זיין אין סקווירא, די סדרים ביים שווער כאילו ער איז נישט קיין רבי, ווייל ער קען נישט באווייזן צו צושטעלן א סקווירא פסח ווירטשאפט אין מאנסי.
אלס ווייל ער האט געפאלגט זיינע שלעכטע יועצים.

נו, וואס זאגסטו אנדרעש פון מיר? מיר האלטען ביידע די זעלבע לגבי איהם אין מאנסי
איך האב גערעדט בכלליות צו א ישיבה קען מצליח זיין צו נישט.
איך ווייס אבער נישט צו ער וואלט מער מצליח געווען אין וומסב"ג ווי רימ"ז, קען זיין אז סקווירא וואלט איהם דארט געשטיצט אבער פאר די וומסב"ג גאס וואלט ער לכאורה נישט גערעדט, רימ"ז איז זייער נערץ אין רחמס"ט און בכלל האט ער א שיינע פרעמדע עולם [לפי ערך] ביי די טישען דארט יעדע וואך דערווייל.
לגבי די שווער: ער איז גראדע נישט אזא טיפש, נאר אהבה מקלקלת את השורה...
ועוד יש לומר אז ווען ער האט א שיטה גייט ער אלל די וועי מיט בלינדע קאטשקע אויגן בלי חשבון כלל וכלל, אדער ווי די חסידים וועלען עס אנרופען "מסירת נפש".
לדוגמא איז געווען נאך די "ערשטע" ל"ג בעומר פייער, איז א נאנטער צום סקווירא רבי געגאנגען רעדען מיט איהם וועגען די ענין און ווען ער איז ארויס האט ער געזאגט אז ער פארשטייט נישט וואס גייט דא פאר, די מענטש רעדט נישט צום זאך, געווענליך רעדט ער ווי א חכם מחוכם און איך רעד זיך אלעס דורך מיט איהם, אבער יעצט.... I don't know what happened to him
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
דער רחמיסטרייקא זצ"ל האט באקומען זיין גדלות פון זיין שווער רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקוווער, און רבי יעקב יוסף פון בעלזא א דאנק [זיין רביצין טראנא ע"ה] זיין שווער רבי פינעליע, ממילא רבי יששכר דוב רוקח פון בעלזא האט געקענט פארגרעסערן זיין טאטע'ס רביסטווע דורך צוען די אונגארישע נערנים, א זאך וואס זיין טאטע רבי יהושע האט אנגעהויבן טוהן.
עכ"פ ווען נישט סקווירא וואלט מען נישט אנגעקוקט דעם ראחמיסטריווקא, זיין טאטע האט גארנישט געהאט, און דאנק איהם האט שוין זיין נעפיו פון ירושלים מרויח געווען שתי פעמים, פונעם פעטער וחדא מתחי זייענדיג א איידעם ביי הרב ניישלאס. ווייל דער פון ירושלים'ס פאטער האט פארמאגט א גרויסע שיעור פון גארנישט שבגארנישט.
ואחר הדברים האלה, דער ריכטיגע רבי איז נישט טווערסקי, דאס איז בלויז א פענע נאמען, דער ריכטיגע נאמען איז קרעמער, (מפי השמועה).
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
דולה ומשקה #

שקר מכל הצדדים

דו האסט בכלל געקענט זיין טאטע הרה״ק רבי ישראל מרדכי זי״ע? דו זאגסט אויף אים גארנישט שבגארנישט? ער האט זיך טאקע אזוי געהאלטן, אבער ער האט געהאט אפאר הונדערט אידן וועכנטליך, ספעציעל סוף ימיו, און הרה״צ רבי דוד שליט״א האט איבערגענומען פונעם טאטן א גרייטע חסידות.
צווייטנס, אויב איז דאס גרויסקייט פונעם בארא פארקער רבי זצוק״ל געווען דאס זייענ׳דיג אן איידעם אין סקווירא, דאן פארוואס איז ער הערשט גרויס געווארן אין די וועלט אין די לעצטע צען יאר, איז ער נישט געווען אן איידעם אין סקווירא די ערשטע דרייסיג יאר?
די תירוץ איז טאקע ״קרעמער״!… מיט זיינע מוסדות ראחמיסטריווקא… עס האט גארנישט מיט סקווירא איינגעשטויסן.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
דולה ומשקה #
דער רחמיסטרייקא זצ"ל האט באקומען זיין גדלות פון זיין שווער רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקוווער, און רבי יעקב יוסף פון בעלזא א דאנק [זיין רביצין טראנא ע"ה] זיין שווער רבי פינעליע, ממילא רבי יששכר דוב רוקח פון בעלזא האט געקענט פארגרעסערן זיין טאטע'ס רביסטווע דורך צוען די אונגארישע נערנים, א זאך וואס זיין טאטע רבי יהושע האט אנגעהויבן טוהן.
עכ"פ ווען נישט סקווירא וואלט מען נישט אנגעקוקט דעם ראחמיסטריווקא, זיין טאטע האט גארנישט געהאט, און דאנק איהם האט שוין זיין נעפיו פון ירושלים מרויח געווען שתי פעמים, פונעם פעטער וחדא מתחי זייענדיג א איידעם ביי הרב ניישלאס. ווייל דער פון ירושלים'ס פאטער האט פארמאגט א גרויסע שיעור פון גארנישט שבגארנישט.
ואחר הדברים האלה, דער ריכטיגע רבי איז נישט טווערסקי, דאס איז בלויז א פענע נאמען, דער ריכטיגע נאמען איז קרעמער, (מפי השמועה).
דאס האסטו געזאגט בלױז זײענדיק מבושם אדער בנשימה אחת אױך?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
דולה ומשקה #
און דאנק איהם האט שוין זיין נעפיו פון ירושלים מרויח געווען שתי פעמים, פונעם פעטער וחדא מתחי זייענדיג א איידעם ביי הרב ניישלאס. ווייל דער פון ירושלים'ס פאטער האט פארמאגט א גרויסע שיעור פון גארנישט שבגארנישט.
ואחר הדברים האלה, דער ריכטיגע רבי איז נישט טווערסקי, דאס איז בלויז א פענע נאמען, דער ריכטיגע נאמען איז קרעמער, (מפי השמועה).
כ'פארשטיי נישט. דו ביסט אינגאנצן...?
דו האלסט טאקע אז די גרויסקייט פון ר' ישראל מרדכי קומט בלויז דערפאר ווייל זיין יונגערע ברודער איז אן איידעם אין סקווירא? - סיריעסלי?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פאר די געלט האסטו געקענט זאגן וייל זיין זין איז געווארן א לובאביטש ער אדער אז זיין אנדערע זין די היינטיגע רבי איז געווארן א סאטמערער
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
װער סהאט געהאט די זכי׳ געדענקט נאך די הױכע זמנים בײ הרה״ק ר מאטאלע זי”ע מראחמעסטריװקא אבער בײ מיר איז של״ס עפעס די מערסטע
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אמאהלגעקעננט #

ביי קה אכסוף איז געווען וואס צו זעהן, בדר"כ האט ער פראבירט צו זיין זייער באהאלטען אבער דעמאלטס איז געווען עפעס מורא'דיג, ביים דאווענען אויך אבער פון אינטערען טלית איז געווען שווערער צו זעהן.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
📎 רבי_ישראל_מרדכי_מראחמסטריבקה.jpg
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
📎 Picture3.jpg
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
אמאהלגעקעננט #
װער סהאט געהאט די זכי׳ געדענקט נאך די הױכע זמנים בײ הרה״ק ר מאטאלע זי”ע מראחמעסטריװקא אבער בײ מיר איז של״ס עפעס די מערסטע
ביי קה אכסוף איז געווען וואס צו זעהן, בדר"כ האט ער פראבירט צו זיין זייער באהאלטען אבער דעמאלטס איז געווען עפעס מורא'דיג, ביים דאווענען אויך אבער פון אינטערען טלית איז געווען שווערער צו זעהן.
שמעקן טאביק איז געװען אן אײגענע זאך ?

ניין. ר׳ יוחנן פלעגט שמעקן טאביק. ער האט נישט גערעדט קיין ווארט. מענטשן פלעגן קומען צו די טישן, געשטאנען אויף פארענטשעס שטיל אזויווי מתים, און געקוקט אויף א רבי שמעקן טאביק.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
וואס ווייניג ווייסען איז די ברודער פון אמעריקא ז"ל פלעגט פאר לאנגע יארען שמעקען טאביק ביי חזרת הש"ץ ואולי עוד זמנים אויסגעדרייט צום ארון קודש אז מ'זאל נישט זעהן.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
דולה ומשקה #
דער רחמיסטרייקא זצ"ל האט באקומען זיין גדלות פון זיין שווער רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקוווער, און רבי יעקב יוסף פון בעלזא א דאנק [זיין רביצין טראנא ע"ה] זיין שווער רבי פינעליע, ממילא רבי יששכר דוב רוקח פון בעלזא האט געקענט פארגרעסערן זיין טאטע'ס רביסטווע דורך צוען די אונגארישע נערנים, א זאך וואס זיין טאטע רבי יהושע האט אנגעהויבן טוהן.
עכ"פ ווען נישט סקווירא וואלט מען נישט אנגעקוקט דעם ראחמיסטריווקא, זיין טאטע האט גארנישט געהאט, און דאנק איהם האט שוין זיין נעפיו פון ירושלים מרויח געווען שתי פעמים, פונעם פעטער וחדא מתחי זייענדיג א איידעם ביי הרב ניישלאס. ווייל דער פון ירושלים'ס פאטער האט פארמאגט א גרויסע שיעור פון גארנישט שבגארנישט.
ואחר הדברים האלה, דער ריכטיגע רבי איז נישט טווערסקי, דאס איז בלויז א פענע נאמען, דער ריכטיגע נאמען איז קרעמער, (מפי השמועה).
😂 עס האט געקאסט א גוטע לאך.
אבער זאג נאר, אזא סקווירא תגובה פאסט גאר שטארק נאר פאר א ניק ווי @בעל דרשן איז דאס טאקע די מקור פון די
(מפי השמועה)???.

גאם אני מצטרף צום לאך. באמת מיר געקאסט א פיינעם שמייכל נאך א שווערע טאג ארבעט.....
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סוף טוב הכל טוב #
לאכעדיג #
סוף טוב הכל טוב #
זיין טאטע זצ"ל האט אויך קיינעם מיטגעברענגט פון רחמסטריבקא. ער האט גענומען בארא פארקע אידן און זיי געמאכט רחמסירטיקבא חסידים. און מהרי"י מסקווירא זצ"ל האט גענומען וויליאמסבורגע אידן און געמאכט פאר אוקריינע סקווירא חסידים.
קיין פארגלייך. זיין טאטע און זיין זיידע האבן פארט געהאט א פארצייטישקייט און דעריבער האבן זיי געצויגן מענטשן צו זיך. אבער אלעס קען זיין און מעגליך וועט ער מצליח זיין.
אמאל האט זיך פארצייטישקייט פארקויפט, היינט פארקויפן זיך אנדערע זאכן.
אבער די פארצייטישע זוכן נישט וואס פארקופט זיך היינט, זיי קופן ווייטער וואס האט זיך פארציינטנס פארקויפט, פארצייטינקייט!…
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היום #

אבער איך בין גראדע יא פון די היינטיגע, און איך הייב נישט אהן צי פארשטיין די וואס זיכן פארצייטינקייט,
אדרבה קען מיר א ״פארצייטישער״ דאס מסביר זיין.
זייט ווען איז דא א זיי מצוה?
איז עס א דרך בעבודת השם? פארוואס? וויאזוי?
א יוד דארף היינט פראבירן צו זיין ווי פון אמאל? דער רבש״ע האט אונז דווקא נישט געלייגט צו לעבן ״פארצייטינס״, ער האט אונז געלייגט דא! ״היינט״!
לאמיר זיכן צו נאך גיין אזא רבי וואס קען גוט ארום דרייווען און מדריך זיין יודען דווקא אין די היינטוגע סארט לעבן!
איינער האלט פארקערט? (זיכער יא, ס׳איז דאך דא די ״פארצייטישע״… קען איינער ארויף קומען מסביר זיין פארקערט?

פארצייטישט מיינט נישט אז מען פארשטייט נישט צו מדריך זיין די היינטיגע דור. אדרבה, ראחמיסטריווקא רבי ז'ל האט מדריך געווען אלפים ורבבות פינעם היינטיגען דור סיי דיירעקט און סיי אימדיירעקט, ער האט געהאלפן מענטשן פון אלע שיכטען און קרייזען, ער האט נישט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך פירן פארצייטישט, ער האט זיי נישט געלאזט גיין עקסטרעם און פראבירט זיי צו העלפן פירן א ערליך לעבן לויט זייערע אומשטענדן.
עכ'פ איז ראחמיסטריווקא רבי ז'ל געווען א גאר פארצייטישטע רבי פונעם פריערדיגען דור,אבער ווער עס האט געהאט עפעס שייכות מיט איהם בענקט זיך צוריק מיט אויסטערלישע געגועים

די וועלט זאגט אז די געלונגענסטע רילעישנשיפס זענען די וואס זענען קיינמאל נישט עכט צושטאנד געקומען, א פאנטאזירטע ראמאנס איז די מערסט מושלם'דיגע ראמאנס וואס קען נאר זיין ווייל ס'דארף זיך נישט רעכענען מיט'ן מציאות. די זעלבע זאך איז מיטן לעבן אינעם "אמאל".
Re:
הכנה דרבה #

איך קען אויף דעים אליין מעיד זיין, בדידי הווי עובדא

לעבן מיט אמאל ווען מען רעדט אין די קאנטעקסט פון א צדיק א רבי אדער אן אדם גדול וואס איז געווען פונעם פריערדיגע דור מיינט לעניות דעתי גאר עפעס אנדערש.
א צדיק וואס וואקסט אויף אין א סביבה ארומגענימען מיט דערהויבענע מענטשן וואס האבן איהם אויסגעפורעמט זיין פערזענליכקייט, וואס ער איז געווען אפגעזינדערט פון די אלע היינטיגע באקוועמליכקייטען, איז זיין ריינקייט, דערהויבענקייט, זיין גאנצע באנעמונג איז בכלל נישט אויף א שטאפל ווי אנשים כערכינו וואס וואקסן אויף אין א פארגרעבטע וועלט.
עס איז עפעס וואס מען האט געשפירט ווען מען איז לעבן די פארצייטישטע צדיקים, ווען מען רעדט מיט זיי אדער אפי' ווען מען זעהט אדער הערט וואס זיי זאגן, זייער בליק אויף א יעדע זאך, זייער חכמה און שיקול הדעת איז עפעס גאר אנדערש. דאס מיינט נישט אז זיי האבן נישט פארשטאנען וואס די היינטיגע ניסיונות און שוועריקייטען זענען, גאר פארקערט זיי האבן געוויסט צו העלפן א יעדעם היינטיגען מענטש מיט זיין פעקל מיט אן אויסטערלישע קלארקייט.
דאס האב איך טאקע געמיינט..

דאס הייסט אז לאו דווקא מענטשען זענען געקומען צו עהם ווייל זיי זוכן פארצייטיש און ער פארקויפט עס.
ער איז פשוט געווען א גרויסער יוד, און מענטשען זענען געגאנגען צו עהם האבן געפיעלט ווי זיי זענען ווען ביי א רבי פון א דור אדער דורות צוריק.
האב איך פארשטאנען דיין ענפער?
אויב יא איז די לשון ״פארצייטנס״ פשוט נישט אקוראט, ווייל דאס מיינט א יוד פון היינט וואס לעבט ווי א יוד פון אמאל, פון אלטע צייטן.
משא״כ די זאגסטו, אז זיין חידוש איז געווען זיין כח פון העלפן און מדריך זיין היינטיגע יודן,
יא? פארשטאנען?
Re: Re:
די קעפעלע #
הכנה דרבה #
היום #
אבער איך בין גראדע יא פון די היינטיגע, און איך הייב נישט אהן צי פארשטיין די וואס זיכן פארצייטינקייט,
אדרבה קען מיר א ״פארצייטישער״ דאס מסביר זיין.
זייט ווען איז דא א זיי מצוה?
איז עס א דרך בעבודת השם? פארוואס? וויאזוי?
א יוד דארף היינט פראבירן צו זיין ווי פון אמאל? דער רבש״ע האט אונז דווקא נישט געלייגט צו לעבן ״פארצייטינס״, ער האט אונז געלייגט דא! ״היינט״!
לאמיר זיכן צו נאך גיין אזא רבי וואס קען גוט ארום דרייווען און מדריך זיין יודען דווקא אין די היינטוגע סארט לעבן!
איינער האלט פארקערט? (זיכער יא, ס׳איז דאך דא די ״פארצייטישע״… קען איינער ארויף קומען מסביר זיין פארקערט?
די וועלט זאגט אז די געלונגענסטע רילעישנשיפס זענען די וואס זענען קיינמאל נישט עכט צושטאנד געקומען, א פאנטאזירטע ראמאנס איז די מערסט מושלם'דיגע ראמאנס וואס קען נאר זיין ווייל ס'דארף זיך נישט רעכענען מיט'ן מציאות. די זעלבע זאך איז מיטן לעבן אינעם "אמאל".
לעבן מיט אמאל ווען מען רעדט אין די קאנטעקסט פון א צדיק א רבי אדער אן אדם גדול וואס איז געווען פונעם פריערדיגע דור מיינט לעניות דעתי גאר עפעס אנדערש.
א צדיק וואס וואקסט אויף אין א סביבה ארומגענימען מיט דערהויבענע מענטשן וואס האבן איהם אויסגעפורעמט זיין פערזענליכקייט, וואס ער איז געווען אפגעזינדערט פון די אלע היינטיגע באקוועמליכקייטען, איז זיין ריינקייט, דערהויבענקייט, זיין גאנצע באנעמונג איז בכלל נישט אויף א שטאפל ווי אנשים כערכינו וואס וואקסן אויף אין א פארגרעבטע וועלט.
עס איז עפעס וואס מען האט געשפירט ווען מען איז לעבן די פארצייטישטע צדיקים, ווען מען רעדט מיט זיי אדער אפי' ווען מען זעהט אדער הערט וואס זיי זאגן, זייער בליק אויף א יעדע זאך, זייער חכמה און שיקול הדעת איז עפעס גאר אנדערש. דאס מיינט נישט אז זיי האבן נישט פארשטאנען וואס די היינטיגע ניסיונות און שוועריקייטען זענען, גאר פארקערט זיי האבן געוויסט צו העלפן א יעדעם היינטיגען מענטש מיט זיין פעקל מיט אן אויסטערלישע קלארקייט.
יא, אודאי.
פארשטייט זיך אז ער איז אויף געוואקסן אנדערע צייטן, אפשר טאקע אמאליגע צייטן, ער איז דאך נישט אוועק אלץ יונגערמאן…
איך מיין אז ער האט געהאט גאר ווייניג חסידים זיין גיל, אדער אפילו נאנט, רוב זענען געווען יונגער פון עהם מיט א דור צוויי אדער אפילו דריי…
אבער פארוואס זאל מען דאס שרייבן אויף עהם (אדער אויף סיי וועם) ווי א מעלה, מדרגה, אדער א סיבה עהם צו מקבל זיין אלץ רבי? ווייל ער אלט? ער האט געגעסן אסאך אפיקומנס?
ער האט געהאט מער ווי דעם, אסאך מער ווי דעם…

אבער בכל אופן, נישט דאס איז געווען מיין שאלה.
איך האב מיך באצוגן צו וואס @לאכעריג האט געשריבן, אויבן…
״קיין פארגלייך. זיין טאטע און זיין זיידע האבן פארט געהאט א פארצייטישקייט און דעריבער האבן זיי געצויגן מענטשן צו זיך. אבער אלעס קען זיין און מעגליך וועט ער מצליח זיין״.
עפעס משמע, אז כדי צו מצליח זיין מיט חסידים, צו ציען מענטשען צו זיך, האט מיט א פארצייטישקייט…
האב איך מעורר געווען, אז אדרבה, איך זיך אין מיין רבי תורה, עבודה, וגמ״ח, מידות טובות,
און שכל והבנה צו מיין היינטיגע דור…Re: Re:
היום #
אבער פארוואס זאל מען דאס שרייבן אויף עהם (אדער אויף סיי וועם) ווי א מעלה, מדרגה, אדער א סיבה עהם צו מקבל זיין אלץ רבי? ווייל ער אלט? ער האט געגעסן אסאך אפיקומנ׳ס?
גראדע איז נישט יעדער זוכה צו עסן אזויפיל אפיקומנס, האב איך באקאנטער וואס האט נאך אין זיין לעבן קיין אפיקומן געגעסן, אסתר אייער האט ער שוין יא אסאך געגעסן, לכאורה מער ווי דעם ראחמעסטריווקאנ׳ס אפיקומנס.