☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

1265 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16493
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

אגריפס המלך » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 11:37 pm

· #535358
.

אגריפס המלך » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 11:38 pm

· #535359
[/quote]
אינטערעסאנט אז רבי מרדכי דוד האט געפאלגט רבי ישראל הגר נאך אלץ רב ... נישט געווען קיין שום צד נישט צו פאלגן די דין תורה ער האט פארלוירן און פארטיג[/quote]
כאילו ווען ר' ישראל קומט נישט מייעץ זיין וואלט ר' מרדכי דוד דאס נישט געטוהן...
איך האב געמיינט צו זאגן אז ער קומט אייביג צו די שוואכערע זייט וואס יענער זעהט אז ער גייט שוין פארלירן און יענער פלאנט סיי ווי סיי זיך ארויס צו ציען דערפון און דעמאלס איז ער דא מיט זיינע מורא'דיגע פיקחות.

קדושה וטהרה » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 11:58 am

· #535385
צפת
כפי השמועה איז ר' יעקב יוסף ווידער אנטלאפן קיין ארץ-ישראל. נישט באשטעטיגט.
אינטערעסאנט, אזא אפענע זאך ווי זיין פארן קיין ארץ ישראל, קענט איר נישט באשטעטיגן, אבער יעדע פרטי'ה ודוקדוקי'ה וואס טוט זיך אין יעדע כליות ולב, אונטער די קוליסן וויסט איר מיט א קלארקייט כשולחן הערוך...

ווייזט נאר ווי קראנט אייער אינפארמאציע איז..

צפת » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 12:48 pm

· #535387
א נייער ניק וואס האט בלויז געשריבן אין דעם איינעם ראחמיסטריווקע אשכול עטליכע הודעות (וואס טייל דערפון זענען שוין פארמעקט), בשעת יעדער קען זען פונקטליך וואס זיינע מאטיוון זענען. אינעם ערשטן שלום-עליכם אשכול שרייבט ער אויף ענגליש (מסתמא געמאכט דורך גוגל טרענסלעט), פראבירנדיג אונז איינצורעדן אז ער עפעס א מאדערענער אידל וואס האט 'פרענדס' חסידים און ס'אינטערעסירט אים זייער שטארק זייער קולטור און לעבן...

און דער רעדט איבער מיין קראנטקייט...

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 9:26 am

· #535429
זיין ברודער מאכט חתונה די וואך[/quote]

ווי וואוינט זיין ברודער?

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 10:04 am

· #535434
יום טוב ליפמאן צונז
זיין ברודער מאכט חתונה די וואך
ווי וואוינט זיין ברודער?[/quote]
ביתר

הרב שיף » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 2:29 pm

· #535449
ראכמסטריווקא איז היינט אזוי גרויס ווי 50 רחמעסטריווקעס פון צוואנציג יאהר צוריק, א שאד אז עס זענען נישטא 50 רבי'ס, אפשר אזוי וואלט ראכמסטריווקע צוריק באקומען איר ארגנעלקייט.

מיסטעריע » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 6:25 pm

· #535462
כ'הער יעצט פון א ראמיסטריווקער חסיד, אז ראחמיסטריווקא מאנסי חסידים שטעלן אויף א שאטער פאר מוצאי שבת סליחות בראשות ר' אברהם דוב מיט די איידים, ס'האט געהייסען אז די איידים גייט אריינפארן אין בארא פארק פאר סליחות און ימים נוראים, און מאנסי וויזניץ רבי האט אים געריפען אז ער וועט וויי טון זיין שווער אויב ער פארט אוועק.

רבי יושע גייט אויך זיין אין מאנסי מוצאי שבת סליחות.

וועט מען זעהן וויאזוי די זאך גייט זיך דארט אנטוויקלען.

יום טוב ליפמאן צונז » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 12:32 pm

· #535516
מיסטעריע
ר' אברהם דוב מיט די איידים,
ווער וועט למעשה פירן. דער איידעם אדער ס'כאפט חשק פאר ר' אברהם דוב?

קדושה וטהרה » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 1:00 pm

· #535520
מיסטעריע
כ'הער יעצט פון א ראמיסטריווקער חסיד, אז ראחמיסטריווקא מאנסי חסידים שטעלן אויף א שאטער פאר מוצאי שבת סליחות בראשות ר' אברהם דוב מיט די איידים, ס'האט געהייסען אז די איידים גייט אריינפארן אין בארא פארק פאר סליחות און ימים נוראים, און מאנסי וויזניץ רבי האט אים געריפען אז ער וועט וויי טון זיין שווער אויב ער פארט אוועק.
רבי יושע גייט אויך זיין אין מאנסי מוצאי שבת סליחות.
וועט מען זעהן וויאזוי די זאך גייט זיך דארט אנטוויקלען.
צפת
עטליכע קרישקעלעך בנוגע ראחמיסטריווקע מאנסי:

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, האט געראטן ר' יעקב יוסף אז ער זאל נישט אננעמען די רבי'סטעווע.

די מוסדות ראחמיסטריווקע מאנסי, גיבט נישט קיין דריסת-הרגל פאר ר' יהושע אין די מוסדות. ער האט גראדע יא פראבירט און געוואלט מאכן שייכות, אבער זיי האבן אים געוויזן דעם רוקן.

פאריגע וואך פאר שבת, איז געקומען א שליחות פון ר' אברהם דוב צו ר' יהושע, מיט א בקשה אז ער זאל נישט פירן דעם ערשטן וואך, אז מען זאל קענען אויסגלייכן ענינים. ר' יהושע האט נישט געוואלט נאכגעבן זיין פעטער און ער איז יא געקומען. ווען מען האט געפרעגט ר' יהושע וואס וועט זיין מיטן ביהמ"ד פון ר' אברהם דוב, דאס בית-המדרש וועט ווערן אויסגעשפילט, האט ער געענטפערט אז ער וועט זארגן אז עס זאל בלייבן דארט מנין...
צפת
-----------

בינעך צומישט... קומט עס יא פון משפחת אברהם דוב, אדער נישט..

אדער גאר וויזשניצער רבי - עפ"י בקשת די שוועסטער... מאכט אביסעל ריסורטש..

ווער פירט דא די מערכה? פארוואס קומט שליחות'ן פון משפחת אברהם דוב?
(אדער גיבט בעסער אכטונג נישט אויסצוזאגן די אמת בטעות...)

קדושה וטהרה » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 2:37 pm

· #535533
מסיבת לחיים בראשות האדמורי"ם שליט"א מראחמסטריווקא
א הערליכן מסיבת לחיים איז יעצט פארגעקומען בהיכל הכולל / ביהמ"ד החדש אויף האפעל לעין, בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליטא מראחמסטריווקא, וואס איז היינט געקומען פון בארא פארק און האט אפגעשטאט א באזוך אין די נייע בנין.

עס איז אנוועזד געווען ווי פארשטענדליך די ברודער הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל שליט"א, און אזוי אויך די נעפיו הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א בהרה"צ ר' מאטיל זצ"ל.

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.

מיסטעריע » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 4:23 pm

· #535541
איך וויל פרעגן א נארישע שאלה, קען אבער זיין אז ס'האט עפעס אמת אין זיך....

אפשר איז די בארא פארקער רבי געקומען ווייזן פאר ביידע מאנסי אדמורי"ם, די ביהמ"ד איז די העדקוואדער'ס אין בארא פארק, אין קיינער פון ענק זאלן זיך נישט פילן באלעבאס דא, און אולי וועלן זיי ביידע צוזאמען אנהייבן פירן,

קדושה וטהרה » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 6:09 pm

· #535556
קדושה וטהרה
א הערליכן מסיבת לחיים איז יעצט פארגעקומען בהיכל הכולל / ביהמ"ד החדש אויף האפעל לעין, בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליטא מראחמסטריווקא, וואס איז היינט געקומען פון בארא פארק און האט אפגעשטאט א באזוך אין די נייע בנין.

עס איז אנוועזד געווען ווי פארשטענדליך די ברודער הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל שליט"א, און אזוי אויך די נעפיו הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א בהרה"צ ר' מאטיל זצ"ל.

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.
📎 Screenshot_20230907_175052_WhatsApp.jpg

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 6:26 pm

· #535558
קדושה וטהרה
קדושה וטהרה
א הערליכן מסיבת לחיים איז יעצט פארגעקומען בהיכל הכולל / ביהמ"ד החדש אויף האפעל לעין, בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליטא מראחמסטריווקא, וואס איז היינט געקומען פון בארא פארק און האט אפגעשטאט א באזוך אין די נייע בנין.

עס איז אנוועזד געווען ווי פארשטענדליך די ברודער הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל שליט"א, און אזוי אויך די נעפיו הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א בהרה"צ ר' מאטיל זצ"ל.

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.
דיין פילטער פילטערט נאר קדושה און טהרה?

למדן וחסיד » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 6:39 pm

· #535559
וויפיל משפחות חסידי רחמסאריווקא איז דא און מאנסי?

מיסטעריע » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 7:19 pm

· #535561
למדן וחסיד
וויפיל משפחות חסידי רחמסאריווקא איז דא און מאנסי?

יעצט געפרעגט א ראחמיסטריווקא חסיד, ער זאגט צווישן 35 און 50 חסידים

צפת » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:14 pm

· #535604
אסאך מער.

מיסטעריע » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:47 pm

· #535611
צפת
אסאך מער.
וויפל מער

הרב שיף » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 9:01 am

· #535666
מיסטעריע
צפת
אסאך מער.
וויפל מער
אסאך מער מיינט צווישן 37 און 52

אבער באמת איז יא דא און מאנסי א שיין עולם, די ראכמעסטריווקער'ס וועלן וויסן גענוי'ער.

תניא בניחותא » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 9:16 am

· #535668
כ’האב מורא אז דער עולם וואס ווארט אויף אביסל עקשן אין רחמסטריבקא וועלן זיין דיסאפוינטעד....
ס’זעט נישט אויס ווי זיי האלטן זיך ביים שלאגן.
אויף אזעלכע חשובע קינדער קען מען רואיג זאגן אלו ואלו דברי אלוקים חיים, איש על מחנהו ואיש על דגלו יעדער זאל מקבל זיין הדרכה און חיזוק פון וועם ער שפירט א קשר, ממנו ילמדו וירבו כמותם בישראל.

מיסטעריע » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:44 pm

· #535770
בילדער פון דעם עולם ביי סליחות, פון אלע ראחמיסטריווקא אדמורים,? איינער קען ארויפלייגן,

תודה למפרע

מכסה לשפנים » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:35 pm

· #535819
כ'האב ערשט יעצט באמערקט די אשכול,

איין נקודה פארזעט מען דא, רי"י האט זייער א שווער בענקל אן זיין פעטער אין די כולל בילדונג, זיין שווער און שוויגער ווילן אים אלץ רבי פאר זייער אייגענע כבוד, אויב ס'וועט ארבעטן אז ער ווערט באמת א געהעריגע רבי וועט עס זיי שטערן, זיין שווער וויל נישט שטיין ביים איידעם'ס הקפות, און ער וויל נישט אז די איידעם זאל ארויסנעמען די עולם אין א צווייט ביהמ"ד צו פירן, ס'איז א שווערע מציאות

מיסטעריע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:51 pm

· #535821
מכסה לשפנים
כ'האב ערשט יעצט באמערקט די אשכול,

איין נקודה פארזעט מען דא, רי"י האט זייער א שווער בענקל אן זיין פעטער אין די כולל בילדונג, זיין שווער און שוויגער ווילן אים אלץ רבי פאר זייער אייגענע כבוד, אויב ס'וועט ארבעטן אז ער ווערט באמת א געהעריגע רבי וועט עס זיי שטערן, זיין שווער וויל נישט שטיין ביים איידעם'ס הקפות, און ער וויל נישט אז די איידעם זאל ארויסנעמען די עולם אין א צווייט ביהמ"ד צו פירן, ס'איז א שווערע מציאות

זאל דער עולם אריינקומען מיט א באריכט וויאזוי ס'געווען מוצאי שבת סליחות, האט זיך דער שווער געשטעלט אין דער זייט פארן איידעם? האבן זיי געפירט א בשותפות'דיגע רעביסטיווע? סתם צו זאגן אז מען פארזעהט א נקודה, ווען מ'האלט נאך א מוצאי שבת סליחות, קען מען געוואויר ווערן איך היה המצב,

מיסטעריע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:57 pm

· #535823
ק/פ

שידוך:
בת ר' שמעון דוב טווערסקי
עם בן ר' יעקב יוסף בן אדמו"ר ראחמס"ט - מאנסי

ווער איז דאס מהר"יי אדער מהר"י?

מכסה לשפנים » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:00 pm

· #535824

נישט ריכטיג, יעצט וועט די שווער אלעס טוען אז די איידעם זאל זיין די רבי, די פראבלעם וועט זיין ווען ס'וועט געלונגען, דעמאלסט ווערן די שוועריקייטן, כל זמן ער איז מכבד די איידעם איז ער דאך דער וואס איז מכבד, ווען ס'איז דא חסידים ארבעט עס שוין נישט אזוי, [דאס איז די סיבה וואס רי"י זאגט אז ער וויל נישט ווערן - כך שמעתי]

מכסה לשפנים » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:00 pm

· #535825
מיסטעריע
ק/פ

שידוך:
בת ר' שמעון דוב טווערסקי
עם בן ר' יעקב יוסף בן אדמו"ר ראחמס"ט - מאנסי

ווער איז דאס מהר"יי אדער מהר"י?
איך גלייב אז ר' יעקב יוסף האט נישט א זון יעקב יוסף

למדן וחסיד » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:12 pm

· #535826
שמחה בחצר הקודש סקווירא

שידוך שליסן פון החתן פרע"ח מנחם נחום ני"ו בן הרב יעקב יוסף שליט"א בנו בכורו של האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק שליט"א עב"ג הכלה בת הרב שמעון דוב טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א וחתן בעל עטרת אפרים ממאקאווא זצ"ל

שמחת האירוסין וועט פארקומען היינט נאכט בחצר הקודש סקווירא

קדושה וטהרה » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:16 pm

· #535827
נעכטן האט כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי שליט"א, נכדו הגדול פון הרה"ק מראחמסטריווקא זצוק"ל, זיך פארבינדן צו די בעה"ב פון מערכת קול בחצרות און געבעטן בתחנינים אז זיי זאלן אויפהערן אים צו רופן רבי, אבער די מנהל המערכת האט זיך מתחצף געוועהן צום רבי'ן שליט"א, און געזאגט אז ווי לאנג ער איז קיין שותף אין די קוויטלעך בלייבט עס אזוי.

צפת » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 6:59 pm

· #535846
פשש, מורא'דיגע דברי חכמה.

פון דעם קענט איר זען ווי קלוג און מאסנגעבנד אלע זיינע תגובות זענען אין דעם ענין פון ראחמיסטריווקע (די איינציגסטע אשכול וואו ער שרייבט), און ווי קראנט דער מענטש איז... אמער, ער איז דאך אן ערנסטער מענטש...

קהל'ס נער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:59 pm

· #535865
קדושה וטהרה
נעכטן האט כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי שליט"א, נכדו הגדול פון הרה"ק מראחמסטריווקא זצוק"ל, זיך פארבינדן צו די בעה"ב פון מערכת קול בחצרות און געבעטן בתחנינים אז זיי זאלן אויפהערן אים צו רופן רבי, אבער די מנהל המערכת האט זיך מתחצף געוועהן צום רבי'ן שליט"א, און געזאגט אז ווי לאנג ער איז קיין שותף אין די קוויטלעך בלייבט עס אזוי.
לאל
אזאלכע ליצנות פאסט פאר @ברוך שפינוזה… 😂 😂 😂

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 4:15 pm

· #535973
וואס איז די מעשה אין לינדן? איז טאקע דא דארט 2 רביס.

די אנדערע זייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:37 pm

· #536046
ב"ה
איך האב הייינט געטראפן א חבר וואס וואוינט אין מאנסי א ראחמיסטריווקא חסיד, און אזוי שמועסענדיג מיט אים פרעג איך אים וואס גיייט טאקע פאר דארט , זאגט ער מיר אז די גאנצע עולם איז מיט ר' יעקב יוסף, ס'איז מיר געווען אונטערסאנט ווייל דא אין די אשכול איז דא א שטיקעל עולם וואס איז מיט ר' יהושע, פרעג איך אים טאקע יעדער, זאגט ער ניין, ר' יהושע האט איין גבאי מיט נאך דריי מענטשען זענען מיטגעגאנגען מיט אים, אבער אלע אנדערער ראחמיסטריווקא חסידים פון מאנסי זענען מיט ר' יעקב יוסף.
נאך קרישקיליך וואס ער האט פארציילט
אז ר' יעקב יוסף'ס מאמע - ר' מאטעלס אלמנה האט פארלאנגט פון די ברידערס לבית ראחמיסטריווקא אז איר זוהן זאל אויכט ווערן א רבי במקום פון זיין טאטען ז''ל ,
אז ר' אברהם דוב שטיצט שטארק זיין איידעם זאל זיין רבי, און ריפט אים רבי.
ר''ה גייט מען דאווענען אין א זאל.
די מוסדות זענען מיט ר' יעקב יוסף, און ס'איז פארגעקומען א קביעת מזוזה אין די מיידל סקול דארך ר' יעקב יוסף (לויט ווי איך פארשטיי געהערט די מוסדות צי ר' אברהם דוב).
וויזניצער רבי פון מאנסי וויל אז ר' יעקב יוסף זאל ווערן א רבי.

קהל'ס נער » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:55 pm

· #536047
פארוואס פאלט קיינער נישט איין אז ס׳קען זיין צוויי ראחמיסטריווקא רבי׳ס אין מאנסי?
קאר סערוויס מעיג זיין מאטיס און בעריס.
גראסעריס מעיג זיין עווערגרין און ראקלענד.
יעדע ביזנעס איז דא כאטש צוויי דא אין מאנסי, פונקט ראחמיסטריווקא רביס קען נאר זיין איינס?

מכסה לשפנים » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:55 pm

· #536048
די אנדערע זייט
ב"ה
אז ר' יעקב יוסף'ס מאמע - ר' מאטעלס אלמנה האט פארלאנגט פון די ברידערס לבית ראחמיסטריווקא אז איר זוהן זאל אויכט ווערן א רבי במקום פון זיין טאטען ז''ל ,
זיין באבע די ראחמיסטריווקא רביצין וויל אויך שטארק אז ער זאל ווערן רבי.

די אנדערע זייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:42 pm

· #536054
קהל'ס נער
פארוואס פאלט קיינער נישט איין אז ס׳קען זיין צוויי ראחמיסטריווקא רבי׳ס אין מאנסי?
קאר סערוויס מעיג זיין מאטיס און בעריס.
גראסעריס מעיג זיין עווערגרין און ראקלענד.
יעדע ביזנעס איז דא כאטש צוויי דא אין מאנסי, פונקט ראחמיסטריווקא רביס קען נאר זיין איינס?
מיין חבר האט מיר געזאגט אז לויט ווי סקוקט אויס וועט טאקע זיין צוויי

ר' יעקב יוסף וועט האבען די אלטע רחמיסטריווקא עולם, מיט די מוסדות, און מיט די צייט וועט מען בויען א גרויסע ביהמד"ר, אבער ס'וועט נעמען צייט ביז ער הייבט אהן צי פירען געהעריג

ר' יהושע וועט דארפען שאפען פרישע חסודים, אבער ער פירט שוין יעצט, און ציביסלעך וועט ער גרויס ווערן

די אנדערע זייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:43 pm

· #536055
כפול

צפת » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:47 pm

· #536057
לית מאן דפליג אז ס'קומט אים די אדמורו"ת.
די מעשה איז פשוט אז ער וויל נישט.
(און א גרויסע חלק פארוואס ער וויל נישט איז, ווייל זיין פעטער ר' יהושע איז געקומען קיין מאנסי.)
נו, אז ער וויל נישט, קען דאך ר' יהושע קומען.

נישט אזוי?

יעצט, אלע סקווירא ניקס, קומט אריין...

די אנדערע זייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 6:00 pm

· #536059
צפת
לית מאן דפליג אז ס'קומט אים די אדמורו"ת.
די מעשה איז פשוט אז ער וויל נישט.
(און א גרויסע חלק פארוואס ער וויל נישט איז, ווייל זיין פעטער ר' יהושע איז געקומען קיין מאנסי.)
נו, אז ער וויל נישט, קען דאך ר' יהושע קומען.

נישט אזוי?

יעצט, אלע סקווירא ניקס, קומט אריין...
איך האב נישט געזאגט אז ר' יעקב יוסף דארף זיין רבי, סוף כל סוף איז ר' יהושע א קינד פון די ראחמיסטריווקא רבי ז''ל, און אפילו ער וואוינט אין סקווירא און במילא האט ער געמוזט אויפשטעלן א סקווירא שטוב, איז ער אבער אלץ געווען א שטרקע חסיד פון זיין גרויסן טאטען, און ס'קומט אים אויכט צי זיין א רבי,
נאר איך האב גאזאגט אז די ראחמיסטריווקא עולם אין מאנסי וויל ר' יעקב יוסף און ס''ס קומט אים אויכט די אדמורי''ת מצד אביו ז''ל,

צפת » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:43 pm

· #536064
איך בין מיט אייך נישט מחולק.

איך בין יא מחולק מיט די מענטשן וואס האבן אנהויב פונעם אשכול פראבירט צו פארדרייען א קאפ, אז כמעט דער גאנצער עולם אין מאנסי איז מיט ר' יהושע, און בלויז ר' אברהם דוב ובניו ווילן ר' יעקב יוסף. היינט זעט שוין יעדער איינער וואספארא שטותים זיי האבן פראבירט צו פארקויפן פארן עולם און דאס אלעס בזדון ובמעל, פשוט צו שטופן אן אגענדע (אפשר דארף מען זיי חוסם זיין פאר טראללן?)

איך בין יא מחולק מיט די וואס האבן פראבירט ארויסצולאזן שמועות, אז 80 יונגעלייט האבן אונטערגעשריבן א כתב התקשרות צו ר' יהושע (נישטא ווער ס'זאל לאכן), בשעת אין די זעלבע צייט פארקויפן זיי אז אין מאנסי זענען פאראן 35 ראחמיסטריווקע יונגעלייט. דאס אלעס איז געטון געווארן בזדון ובמזיד, בלויז צו שטופן אן אגענדע.

היינט, ווען מען האלט שוין צוויי וואכן נאכדעם, קומט אריבער צום טיש פון ר' יהושע, און קומט אריבער צום ספק טיש פון ר' אברהם דוב/ר' יעקב יוסף, און זאגט מיר אליין ווער עס האט מער מענטשן און ווער עס האט דעם עולם. און דאס איז שוין נאכדעם וואס ר' יהושע פירט ווי א רבי און ר' יעקב יוסף האט נאכנישט אנגענומען עמטליך פולשטענדיג די אדמורו"ת.

סא, יעצט קען איך זיך שוין ערלויבן צו פרעגן: וועמען האט איר פראבירט צו פאפן?

איר האט פראבירט חוזק צו מאכן פון אונז? - וואס האט איר געקלערט, מען וועט קיינמאל נישט וויסן אז איר האט סתם געדרייט א טשייניק? - וואס האסטו געמיינט?

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:29 pm

· #536073
[ציטאט אראפגענומען]
ניין

עסקן בדברים » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:04 pm

· #536076
איך פיל awkward פאר זיי
📎 Screen Shot 2023-09-14 at 9.46.23 PM.png

מחונך » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:32 am

· #536135
מיין ברודער איז לעצטנס געוועזן ביי מיר האב איך אים מכבד געווען מיט רשעות קאלטע סעלטזער נישט וויין.... אויך, עס איז מיר נישט איינגעפאלן צו נעמען א בילד... אבער אפשר זענען זיי מער סאפיסטיקירט און פאטאדזשעניק...

מיסטעריע » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 6:05 am

· #536237
מכסה לשפנים
די אנדערע זייט
ב"ה
אז ר' יעקב יוסף'ס מאמע - ר' מאטעלס אלמנה האט פארלאנגט פון די ברידערס לבית ראחמיסטריווקא אז איר זוהן זאל אויכט ווערן א רבי במקום פון זיין טאטען ז''ל ,
זיין באבע די ראחמיסטריווקא רביצין וויל אויך שטארק אז ער זאל ווערן רבי.
וואס האלט דער רעבעצין בנוגע רבי יהושע? זי וויל ער זאל גיין קיין וויליאמסבורג?

מיסטעריע » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 6:15 am

· #536238
די אנדערע זייט
צפת
לית מאן דפליג אז ס'קומט אים די אדמורו"ת.
די מעשה איז פשוט אז ער וויל נישט.
(און א גרויסע חלק פארוואס ער וויל נישט איז, ווייל זיין פעטער ר' יהושע איז געקומען קיין מאנסי.)
נו, אז ער וויל נישט, קען דאך ר' יהושע קומען.

נישט אזוי?

יעצט, אלע סקווירא ניקס, קומט אריין...
איך האב נישט געזאגט אז ר' יעקב יוסף דארף זיין רבי, סוף כל סוף איז ר' יהושע א קינד פון די ראחמיסטריווקא רבי ז''ל, און אפילו ער וואוינט אין סקווירא און במילא האט ער געמוזט אויפשטעלן א סקווירא שטוב, איז ער אבער אלץ געווען א שטרקע חסיד פון זיין גרויסן טאטען, און ס'קומט אים אויכט צי זיין א רבי,
נאר איך האב גאזאגט אז די ראחמיסטריווקא עולם אין מאנסי וויל ר' יעקב יוסף און ס''ס קומט אים אויכט די אדמורי''ת מצד אביו ז''ל,
פארוואס האט רבי יהושע טאקע נישט ארויסגעמופט פון סקווירא? אויב איך געדענק גוט האט רבי דוד משה אויכעט געוואוינט איו סקווירא, אבער שפעטער נאכן ברודער'ס פטירה עוקר דירתו געווען, ס'איז פארשטענדליך אז רבי יהושע, אז דאס עצם בלייבן אין סקווירא האט זיכער צוגעהאלפן צו די שנאה און האס פון דער ראחמיסטריווקא עולם וואס איך זעה דא אינעם אשכול, ער וואלט געדארפט זיין קלוגער אין פאראויסזעהן..... מ'קעניש טאנצן אויף צוויי חתונות

עין לציון צופיה » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:41 pm

· #536363
בעל דרשן
צפת
הרה"ק ר' יעקב יוסף מראחמיסטריווקע מאנסי שליט"א איז היינט צוריקגעקומען פון לאנדאן. עס איז געווען פאר אים א גרויסן קבלת-פנים אין בית-המדרש. קיין רבי'שע בענקל האט ער נאכנישט געוואלט האבן, אבער דער גאנצער ציבור איז אריבערגעגאנגען וואונטשן שלום-עליכם, בתוכן רבני העיר און חשוב'ע מענטשן פון שטאט. קוויטלעך נעמט ער למחצה, אין לאנדאן האט ער גענומען געהעריג קוויטלעך פון עטליכע אנשים חשובים, פון אנדערע האט ער נישט געוואלט נעמען. דאהי, אויב איינער גיבט אים א קוויטל, נעמט ער דאס און לייגט עס אריין אין טאש.

קוויטל געלט נעמט ער אויך נאר למחצה?....

שבת וועט לכאורה זיין א גרויסער שבת, הגם ס'וועט אפיציעל נישט זיין פאר די גאס, מען גייט דאס נישט מעלדן. יתכן אז ס'וועלן זיין וואס וועלן נישט וויסן דערפון. אבער וויבאלד ס'וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, וועט זיין שמח, מען וועט גיין אהין און אהער...

מיין געפיל: עווענטואל וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, ביידע וועלן מצליח זיין און ביידע וועלן זיך רעספעקטירן. ר' יעקב יוסף וועט נישט וועלן נעמען אלעס גלייך און ס'וועט גיין צוביסלעך.

מיין געפיל : גייט זיין איין רחמיסטריווקא רבי אין מאנסי, רבי יעקב יוסף וועט זיין א שיינע אויבן אן איד ביי זיין שווער ער פאריפט זיך בכלל נישט רבי

לויט ווי איך קען ר' יעקב יוסף, קען זייער מעגליך זיין אז פרייטאג צו נאכטס, וועט ער פלוצלינג אנקומען צום טיש פון זיין פעטער און זיצן דארט ווי א חסיד. אויב דאס וועט געשען, בין איך נייגעריג צי ר' יהושע וועט אים מכבד זיין ווי א רבי אדער ווי א חשוב'ער אייניקל.

ר' יעקב יוסף איז היינט געווען ביים פעטער די רחמיסטריווקא רבי פון מאנסי געדאווענט שחרית אין בית המדרש

ימים ידברו.
יעצט אריינגעקומען דא
אלטס ראחמיסטריווקא חסיד (פון מאנסי) אלע מיינע יארן מוז איך זאגן אז דער "בעל דרשן" איז די ערשטע מענטש וואס איך קען וואס האט בכלל עפעס א קרום ווארט צו זאגן אויף רי"י
(מיין געפיל זאגט מיר אז ער איז א סקווירא....)

עין לציון צופיה » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:13 pm

· #536369
יעצט נאכן ענדיגן די גאנצע אשכול
יעדער ווארט וואס "צפת" שרייבט איז אמת ויציב והשאר ב....
כפיל ווי ער דרייט זיך דא אין שטיבל

למדן וחסיד » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:16 pm

· #536370
דער עולם דא ווארט צו הערן וואו אזוי איז געווען ראש השנה

יום טוב ליפמאן צונז » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 11:44 pm

· #536608
קען איינער געבען א ריפארט אויף שבת??? ראש השנה???

יום טוב ליפמאן צונז » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 6:26 pm

· #537720
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בכלל האט ער אלע יארן - שוין אלס גרויסער
רבי - אליין ארויסגעטראגן די גארבערדזש, וואס
ער פלעגט רופן 'דער קאצקער כיבוד', און אפילו
צעטיילט ערליכערהייט די רעסייקלינג ווי די דינא
דמלכותא. (די וואך אין שריפט - חג הסוכות תשפ"ד)

פארוואס הייסט דאס דער קאצקער כיבוד?

צפת » מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:44 am

· #537759
Re:
בעל דרשן #

רוב רחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי גייען מיט די זון וואס אלע ברודער די רבי'ס ווילן דאס און אלע עסקני הקהילה שטיצען דאס

נו בעל-דרשן, וואס איז געווארן פון דיינע "רוב רחמיסטריווקא חסידים"? - האסט געזען וואס טוט זיך ראש-השנה, האסט געזען וואס טוט זיך שמחת-תורה? - וויפיל האט ר' יהושע געהאט און וויפיל האט ר' יעקב יוסף געהאט?

קום ארויס, זיי אמת'דיג... דערצייל פארן עולם וואס "רוב רחמיסטריווקא חסידים" אין מאנסי האבן מחליט געווען... ווער האט דער "רוב רחמיסטריווקא חסידים", און ווער האט די מוסדות?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26