☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

1265 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16493
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

פאלגזאם » מיטוואך מערץ 6, 2024 8:33 pm

· #553423
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
מופת הדור #
sorry לערנען און בית חיים יהושע מוסדות איז אזוי ווי לערנען און אלכסנדר ישיבה אדער ווי תומר דבורה ד'סקווירא ב.פ.
ס'איז שטאטישע מוסדות נאר מיט א נאמען פון א חסידות
די מוסדות פון סאטמאר מהר"א, באבוב 48, באבוב 45 אין פאפא איז אויך אזוי.

כמעט יעדע מוסדות אין בארא פארק איז א שטאטישע מוסדות.

און יעדער פון זיי האט אויך קינדער פון זייער חסידות און בית חיים יהושע אויך פארצענטיאל.
ביסט גערעכט

מופת הדור » מיטוואך מערץ 6, 2024 8:36 pm

· #553425
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סאיז דא א border line ביז ווי מ'קען זיך מתווכח זיין,
passed that זעהט מען יענע איז פארבלענדעט פאר זיינע נגיעות און איז מדמה מילתא למילתא וואס און כיתה א פארשטייט מען שוין בעסער

סביב העולם » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:44 am

· #553480
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
עמרם #
לויט ווי ווייט איך ווייס האבן זיך די רדיפות אנגעהויבן ערשט נאך די פטירה פון זיין טאטען, בחייו פון זיין הייליגע ברודער ז''ל

יא! זיי זענען באגאנגען א גרויסע עוולה מיט'ן מצער זיין רב''צ ומשפחתו,
אבער ווען רב''צ וואלט זיך ווען אביסל מער מבטל געווען צו זיין ברודער (נישט אז ער האט געדארפט) וואלט ער נישט געהאט א פאליטישע קעגנער, און ס'וואלט נישט געווען נאכאיינער וואס ניצט די באבובע נאמען

למעשה האט זיין עלטערע ברודער (מיט בערך 20 יאר) געהאט הייסע חסידים (איך זאג נישט וויפיל, אבער געבאט האט ער) און ס'האט זיי נישט אזוי געשמעקט אז רב''צ איז זיך נישט אונגאנצן מבטל (איבער דעם האט מען אים אויך גערודפט, הגם ער איז נישט געווען מחויב פאר קיינעם)
און זיי זענען געגאנגען צו די צד שכנגד

אזוי פיל איז קלאר, אז ער וואלט געקענט האבן אלעס, קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט פון אוועק גיין, ווען ער איז זיך ווען מער מבטל

נאר די סיבה איז פשוט, ער האט פשוט נישט געוויסט ווילאנג ס'וועט נעמען (און ווען ס'נעמט ווען לענגער, וואלטן זיי אים געווארפן צו די רוחות)

....
עפנטליך, אפשר. אינדערהיים איז געווען היבש געשפאנט. פון רביצין העסא לבית דעעש וועלכע האט געטרונקען איר שוועגערינס בלוט און זיכער געמאכט איר צו דערמאנען אז זי קומט נישט פון רבי'שע בלוט און איז א זיוו"ש, ביז היבשע רייבערייען צווישן די נאנטע פון מהרנ"צ און ר' שלמה'לעס נאנטע. פאר א סיבה האט ר' שלמה'לע נישט געלאזט קיין צוואה, כאטש ער איז געווען אן אויסגערעכנטער מענטש און האט גאר גוט געוואוסט אז עס גייט זיין א פייט - אויב מהרנ"צ ווערט נישט געזונט באופן נס, אזויווי עס איז טאקע געווען.

די גאס ווייסט אז מהרנ"צ האט זיך צעריסן פאר באבוב מיט חובות, אבער די גאס ווייסט נישט אז מהרב"צ האט עס שיינערהייט איבערגענומען און איז געפארן א וועלט צו דעקן די חובות אז עס זאל נישט באנקראטירן. די גאס ווייסט אויך נישט אז די ערשטע עכטע שפאלט מיט משפחת פרישוואסער איז געווען ווען זיי האבן אים געגעבן דאן אין יענע תקופה א שפאטישע נדבה לפי ערך.

די גאס ווייסט אויך נישט אז ווען מהרב"צ האט חתונה געמאכט בחיי אחיו האט מען געמאכט אש און פארעך פון זיינע שמחות, סתם טרונקענדיג זיין בלוט פאר זיין איינציגן חטא אז ער האט זיך ניש מכניע געווען פארן ברודער (געדענקט אז ער האט גארנישט געטוהן שלעכטס, ער האט קיין פיפס נישט גערעדט און האט נישט געטוהן קיין שום פעולה בקום ועשה וואס זאל אפילו זיין א פחיתות הכבוד פאר זיין ברודער. ביי זיינע שיעורים אין ישיבה האט מען אריינגעשפריצט און איבערגעדרייט, און נאך און נאך. און ווי כ'האב געזאגט, ס'איז דא פראף אז מהרמ"ד האט עס מיטגעהאלטן בשתיקה כהודאה מיט א שמוץ אריבער.

נאך א וויכטיגע פוינט... גאנץ ווינטער תשס"ה איז געווען פארהאנדלונגען צווישן ביידע זייטן, יעדער האט געוואוסט אז עס קומט א ספליט, און מ'האט אפיציעל פארהאנדלט. פאר סאם אדד ריזן, און מסתמא צוליב דעם וואס מען האט מורא געהאט פון די גאפלעך טעראריסטן מצד רמ"ד, איז נישט געווען עווידענט אז מהרב"צ האט א שטארקע שאנס. י"ג אדר ב' איז געווען הריגות אין ביהמ"ד, קיינער האט אפילו דאן נאכנישט געוואוסט וויאזוי עס גייט זיך אויסלאזן. למעשה האבן אברהם אהרן מיט אהרן בנציון בייגעל באוויזן דעם קונץ און עס איז געלונגען פאר מהרב"צ צו פארכאפן אלעס. וואס האט ער געטוהן אז זיין נעפיו איז אוועקגעגאנגען?! גארנישט... נישט געווען קיין שום מערכות, נאדא.

קומט אן דער נעפיו, דער וואס האט אים געטרונקען דאס בלוט און גע'רודפ'ט, און רופט אים אין קאורט, מיט א פארלאנג אז ער ער דארף אלעסססס, ער וויל רב"צ זאל זיך נישט טארן רופן באבוב, זאל אויפגעבן די בנינים, געלט - אלעס אלעס. דאס האט אריינגעצויגן אין א בלוטיגע מלחמה, האט אויפגעשפילט די מערכה וואס איז געווען פויליש פארווע קאלטע קריג, און האט געטרונקען מיליאנען פון צד מהרב"צ ביי די דין תורה הידוע לשמצה.

לאמיר נישט פארגעסן, דער זעלבער נעפיו האט אונטערגעשריבן (נאכן ווערן געצווינגען פון קאורט בחרפה) שטרי בירורין אז ער וויל זיין פעטער זאל זיך נישט טארן רופן באבוב, אבער ווען בי"ד פסקנ'ט אז ער טאר זיך נישט רופן באבוב, דעמאלטס מוז ער עכט נישט פאלגן נאר "ער וועט עס טוהן למען השלום והמבין יבין".

גייט דער פעטער, און ער איז מודיע פאר די קאזינס, נכדי הקדו"צ וואס האבן אלע יארן געזוכט צו קריגן כבוד אין באבוב, אהובי וידידי, מיין נעפיו רופט מיר אין קאורט / בי"ד, און ער לאזט מיר נישט רופן זיך באבוב, עס טוט מיר וויי, און אויב גייסטו צו אים פליז קום נישט צו מיר. און אויפאמאל ווערט ער דער שייגעץ און מושחת במדות...

זיין קאזין ר' יעקב יוסף הלברשטאם האט פארשטאנען אז אין מאנסי טאר נישט ר' אברהם הערש וואזנער ווערן סאטמארער רב, און האט אים געקענט פראבירן צו באשמיצן, ווייל זיין בן יחיד דארף זיין דער אויסלוסליכער רב אין מאנסי. אבער ער פארשטייט נישט פארוואס זיין קאזין מהרב"צ ווערט ברוגז ווען זיין נעפיו רופט אים אין קאורט צוצונעמען דעם נאמען באבוב...

ס"ה, יעדער רבי'ש קינד, און יעדער גאליציאנער, און זיכער אזוי יעדער רביש'ער גאליציאנער, ווערט ווי אן אקס ווען ער זעהט רויט די מינוט וואס איינער וויל עם צורירן זיין כסא מלוכה. עס איז נישט געווען קיין האר אויפשטעלנדע רשעות מצד מהרב"צ.

כ'קום צוריק צו מיין עיקר פוינט, די מעשיות זענען גלוי וידוע פאר יעדעם וואס האט זיך געדרייט אין באבוב יענע יארן, און קיינער לייקנט עס נישט. סאמהאו האבן אנשי מהרמ"ד מצליח געווען זיך צו פארטרעיען אלס אנשי שלום ואמת, אבער אפילו הכי האט צד מהרב"צ נישט ארויסגעלייגט די סחורה אויפן גאס, כאטש עס וואלט קלאר געטוישט דעם נערעטיוו און דעת הקהל. פארוואס?! - מיין אלא מאי איז, אז באמת זענען זיי נישט אזוינע מושחתים במדות, און ס"ה ווילן זיי אפהאקן מיט יעדן וואס האט זיי פראבירט צו אונטערהאקן בעפאר. גייט עס מיט אן עקסטרעם, אויף א משוגע'נעם וועג?! זיכער אז יא, און די באבוב'ע געקעסטלטקייט האט זיי בכלל נישט איבערגעלאזט... אבער כ'וויין נישט פון די רשעות וואס זיי טוהן כלומר'שט פאר אנשי מהרמ"ד.

---
די מעשה וואס מ'רעדט דא פון די סקול איז פשוט, מהרב"צ האט איר קלארגעשטעלט אז ער דארף א שולע, זי קען בלייבן מיט וואס זי וויל, אבער אין דעם פאל האלט ער עס מער נישט אויס, און האט פארשטייט זיך מרמז געווען אז איין טאג עפנט ער אליין. קיינער וואלט נישט געהאלטן אז מהרב"צ מוז לאזן זיינע טעכטער און אייניקלעך - און חסידימ'ס קינדער - גיין אין א שולע וואס וויל נישט מקבל מרות זיין פון אים ווייל זיין נעפיו רופט אין קאורט און מ'מוז זיין בשלום מיט די נעפיו. און זיכער וואלט קיינער נישט געהאלטן אז ער מוז פאנדרעיזן פאר זיי. זיין שוועסטער האט אפשר עס נישט געגליכן, אבער האט געזעהן אז קיין צוויי ברירות האט זי נישט, ווייל דאס געלט האט זי נישט געהאט.

בעל דרשן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 1:01 am

· #553482
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סביב העולם #

אז די רעדסט שוין פון רבי אברהם הערש וואזנער ער איז א דארן אין אויג פון רבי חיים יהושע, פירט א הערליכע קהילה מוסדות רבי אברהם הערש איז היינט די גרעסטע תורה פערזענלעכקייט אין מאנסי, מיט זיין דעת וועט מען זיך רעכענען אין גאנץ מאנסי

היימלינד » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:33 pm

· #553560
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@סביב העולם
זייער א שיינע מעשה און גאנץ קאנווינסינג, א שאד נאר אז ס'איז נישט אמת, ווען יא וואלט דאך נישט קיין געווען קיין צווייטע צד בכלל, און בפרט ביי די משפחה נכדי הקדו"צ

איך פלאן נישט צו צונעמען און אפרעגען דיין גאנצע פלפול, דאס לאז איז איך פאר די באבוב-45 אידן, אויב עס זענען דא פארהאן.

אבער א שאלה פשוט צו פארשטיין, דאס אז רעביצען העסא האט געפייניגט איר שוועגערין דאס ווייסטו, מסתם ביזט געווען דארט אין שטוב בשעת מעשה, אבער דאס וואס איז געווען גלוי לכל [אפשר פאר די ביזט געבוירען] וואס רב"צ מאמע האט געטוען מיט רנ"צ פון דעם האסטו פארגעסן?

און אגב דאגב ווי קומט דא אריין דעעש? ווען העסא וואלט געווען א קרעטשניפער קינד וואלסטו איר יא ליב געהאט ?

היימלינד » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 12:36 pm

· #553562
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אז מען רעדט פון "אמת" איז וויכטיג צו קלאר מאכען אז אמת איז נישט די פארקערטע פון שקר, דאס הייסט צדק.

אמת מיינט אז מ'קען אראפלייגען א מעשה וואס איז דייקא נישט שקר אבער עס פארציילען אויף אזא אופן וואס ס'זאל שטימען דיין נאראטיוו, און דו טוסט נישט אזוי, נאר פארציילסט עס כמו שהוא, דאס איז אמת - הרה"ק ר"פ מקאריץ וי"א בשם הרה"ק רמ"מ מקאצק.

סביב העולם » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 1:49 pm

· #553580
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
@סביב העולם
זייער א שיינע מעשה און גאנץ קאנווינסינג, א שאד נאר אז ס'איז נישט אמת, ווען יא וואלט דאך נישט קיין געווען קיין צווייטע צד בכלל, און בפרט ביי די משפחה נכדי הקדו"צ
וויט אלל דו רעספעקט, כ'גלייך נישט צו פירן א שמועס מיט דיר. נאטינג אבאוט דיינע טענות, איטס א מעטטער אוו טעיסט.

פאר די חשוב'ע ליינער דא, די ענטפער "ס'איז נישט אמת ווייל ווען יא וואלט בכלל נישט געווען קיין צווייטע צד", זאגט גאנץ אסאך. א שאד כ'האב נישט געטראכט דערפון.

היימלינד » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 2:15 pm

· #553586
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סביב העולם #

וויט אלל דו רעספעקט, כ'גלייך נישט צו פירן א שמועס מיט דיר. נאטינג אבאוט דיינע טענות, איטס א מעטטער אוו טעיסט.
וויל ריספעקט יור וויש, אזוי קען מען דיר אויך לאזען מיט די לעצטע ווארט אויך בבחינת מידות טובות לבית 48 [גאליציאן]

א גוט שבת און א געזונטען תמיד

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:04 pm

· #553597
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אזוי ווי סאטמאר מהר"א האט געעפנט בני יואל און קהילות מהר"יי האט רבי בנציון און זיין מאמע געעפנט באבוב 45.

Keep your friends close to you and your enemies much closer to you

פרי עץ הדר » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:43 pm

· #553607
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך זעה וואס דא איז געשעהן פון א ראחמיסטריוקוא אשכול איז דאס אריבער צו באובוב און סאטמאר, און איך האב איבער געטראכט די נושא און איך וויל דא איבער לאזען מיינט צוויי סענס, על ראשון ראשון, ראחמיסטריוקוא, די קינדער מער ווייניגער זענען פיינע אידען ר' דוד משה ר' בערל ר' יושע ר' זושא אלע חושיבע בני תורה און עובדי ד' , איידעלע אידען איינער מער איינער ווייניגער, איינער האט בעסערע סאשעל סקילס, איינער האט שוואכערע, אבער כולם מודים אז די ארבעה בנים זענען חושיבע אידען ראוין להיות מנהיגי עדות בישראל, ווייטער די אינגערע צוויי קינדער, ר' יעקב יוסף ר' נחום, וואס איך פארגלייך נישט איינער צום צווייטען, יעדער מיט זיינע מעלות אבער הכל מודים אז זיי זענען נישט לכתחילה אדמורים און זיי האבען אויכעט נישט גחלומט אז דאס דארף זיין, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי אז יעדער איז, דאן זאגען זיי גם אני פארוואס בין איך נישט א יורש? און דערפאר זענען זיי אויכעט געווארען אדמורים, איך וויל יא זאגען א גיט ווארט אויף ר' נחום ער איז א מוח נפלא און האט זעלטענע סאשעל סקילס קליג און גיטען קאף איז מער ווי אלע... מיט נאך שיינע מעלות,
אבער גארנישט קומט צו צו דער אייניקעל רבי יעקב יוסף פון ספרינג וואלי, דער איז שוין א עכטער געהויבענער רבי! ער איז א ת"ח א עובד ד' ! טאג און נאכט כפשוטו רופען אים שברי לב, וואס ער געט זיין הארץ און מוח אוועק פאר כלל ישראל! ער איז רבים השיב מעון, ער האט א גיט ווארט פאר יעדע איד ווי אמאליגער צדיק אמת, ער לעבט נישט פאר זיך, שמעתי ער שלאפט נישט און א בעט, ער איז א יחיד במינו.... ער פאסט תעניתם שובבים האט ער געזיכט מנין אויף קריאת ויחל און קלוזענבורג בית המדרש, א זאך וואס עס איז נישט געווען נוהג אין ראחמיסטריווקא,
איז א וודאי האבען נערישע מענטשען אים געזיכט צו פארלויפען די וועג, אבער ב"ה אז ער איז געואורען א רבי און בימיו יוושע ציון וירושלים במהרה, און דער וואס טענה'ט אז אויב עס איז דא קינדער, קומט דאס נישט פאר א קינד'ס קינד, דער ווייסט נישט היסטורי דער ווייסט נישט חסידות און ווייסט במציאות נישט וואס ער רעדט,
אבער לו יהא די טענה איז יא גערעכט, זיין רעכט צו זיין א רבי, איז נישט וועגען זיין טאטע, נישט וועגען זיין זיידע, נאר ווייל אויב עס איז דא היינט א רבי איז ער א רבי, ער איז א ריכטיגער ממשיך הבעל שם טוב זי"ע....
נעבאך פאר די רשעים וואס רופען אים אן די ווייסט די ביסט יענעם און יענעם מצער.. די ווייסט וועגען דיר האט יענער און יענער נישט קיין מנין... די ביסט שילדיג און ממאכט אויף מעשיות מיט שקרים אז זיינע חסידים רודפ'ן מענטשען חוץ וואס דאס איז שקר גמור, איז דאס אזא רשעות ווייל די מענטשען ווייסען אז ער וועט באמת האבען צער, און דאס ווילען זיי מצער זיין א הייליגער איד בושה לכם...
ווייטער באבוב, עס איז קלאר אז רב"ץ טרייבט איבער מיט זיין שנאה צו רמ"ד, עס איז קלאר אז גאליציאנע חסידים זענען ביזי מיט מחלוקת און לשון הרע'ס שוין דורות, אבער די קשיא איז אז דער מנהיג ומייסד הקהלה, רבי שלמה איז דאך געועון אזא נאבעלער מענטש, ווי קומט דאס אז זיין המשכה זאל זיין אזוי פארקערט פון זיין נאטיר? דאס איז סיי אויף רב"ץ מיט זיין פארביסענ קייט און חשבונות א קעגין יעדע מענטש וואס האט נאר א שייכות מיט רמ"ד ממש ווי א פיצעל בעבי וואס איז שלעכט און פארביסען..... ווייטער רמ"ד האט אויכעט זיינע שלעכטע מידות און שחצנות און גאוה ודי בזה....

היימלינד » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:55 pm

· #553612
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ הדר די כותב השורות כפות באבוב תמרים סאטמער וענף עץ [א](ע)בות ראחמיסטריווקא

דאס איז בערך די תמצית פון דיין אנאליז

די קעפעלע » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 3:57 pm

· #553613
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ הדר #

גאנץ קלארע דיבורים.

בעל דרשן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 5:31 pm

· #553663

בקיצור ווילסט לאזן וויסן אז די אלס ראחמיסטריווקא חסיד האט ר' יעקב יוסף דעם אייניקל די מערסטע געצויגן פיין ביזט בארעכטיגט, אבער זאלסט וויסן אז יעדעם איינעם ציט א צווייטע, ס'דא וואס וועלן רעדן אותות ומופתים פון רבי דוד משה ( גראדע איך אלס נישט ראחמיסטריווקא חסיד זעה איך אין רבי דוד משה די מערסטע נאנט צו זיין טאטע, א עכטע ראחמיסטריווקא קינד פאקט איין אלע ברודערס און פלומעניקס ) און א צווייטע וועט רעדן גרויס פון רבי נחום'טשע וכדומה, סוף פסוק ווען די זעסט אין ר' יעקב יוסף מרחמ"ט-ספ"וו קדושה איז דא א צווייטער וואס וועט עס זעען אין איינער פון די אנדערע רחמיסטריווקא רבי'ס

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 5:46 pm

· #553674
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@בעל דרשן פונקט אזוי ווי אין ראחמיסטריווקא ציט יעדער צו א צווייטן די זעלבע זאך איז אין באבוב, דארטן ציט אויך א יעדער צו א צווייטן.

היימלינד » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 5:53 pm

· #553682
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
@בעל דרשן פונקט אזוי ווי אין ראחמיסטריווקא ציט יעדער צו א צווייטן די זעלבע זאך איז אין באבוב, דארטן ציט אויך א יעדער צו א צווייטן.
אמת, אבער די חילוק איז אז אין ראחמיסטריווקא זענען דא עטליכע רבי'ס מאש"כ באבוב איז נאר דא איינס

בעל דרשן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 6:01 pm

· #553690
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
@בעל דרשן פונקט אזוי ווי אין ראחמיסטריווקא ציט יעדער צו א צווייטן די זעלבע זאך איז אין באבוב, דארטן ציט אויך א יעדער צו א צווייטן.
אז מיר ציט רבי לייבל רובין צו זיין רבי מעג איך גיין אין קאורט אוועקצונעמען פונעם יורש?!

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 6:03 pm

· #553692
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
לאכעדיג #
@בעל דרשן פונקט אזוי ווי אין ראחמיסטריווקא ציט יעדער צו א צווייטן די זעלבע זאך איז אין באבוב, דארטן ציט אויך א יעדער צו א צווייטן.
אז מיר ציט רבי לייבל רובין צו זיין רבי מעג איך גיין אין קאורט אוועקצונעמען פונעם יורש?!
פרעג דיין לאקאלע רב.

בעל דרשן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 6:16 pm

· #553698
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
בעל דרשן #
לאכעדיג #
@בעל דרשן פונקט אזוי ווי אין ראחמיסטריווקא ציט יעדער צו א צווייטן די זעלבע זאך איז אין באבוב, דארטן ציט אויך א יעדער צו א צווייטן.
אז מיר ציט רבי לייבל רובין צו זיין רבי מעג איך גיין אין קאורט אוועקצונעמען פונעם יורש?!
פרעג דיין לאקאלע רב.
נישט איר זענט די לאקאלע רב פון קאווע שטיבל ? פון אייער תגוובת זעט אויס איר זענט אויסגעקאכט אין ד' חלקי שלחן ערוך

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:01 pm

· #553701
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
נישט איר זענט די לאקאלע רב פון קאווע שטיבל ? פון אייער תגוובת זעט אויס איר זענט אויסגעקאכט אין ד' חלקי שלחן ערוך
ווערטלעך באלאנגען און די מילתא דבדיחותא אשכול.

איך האב בלויז ארויסגעברענגט א נקודה למחשבה אז פונקט ווי די פארשטייסט אז די חסידי ראחמיסטריווקא האבן א רעכט צו קלויבן וועם זיי ווילן פאר א רבי ברויכסטו אויך פארשטיין אז די חסידי באבוב האבן אויך געהאט א רעכט צו קלויבן וועם זיי האבן געוואלט פאר א רבי.

און יא, ווען לייבול רובין ז"ל באשליסט ווען צו ווערן באבוב רבי און טויזענטע באבובע חסידים גייען מיט מיט אים וואלט דיין רבי פון 48 געהאט א ערנסטע פראבלעם מיט אים.

עמרם » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:40 pm

· #553714
די פראבלעם איז, אז ווען באבוב האט זיך צעטיילט איז נאכנישט געווען די מנהג אז ס'ווערט אפאר רבי'ס, און ממילא האט אויסגעבראכן די שרעקליכע מחלוקת,

שטעל דיך פאר אז ס'געשענט הײנט, ווען אלע וויזניצע קינדער, אלע סקולענע קינדער און אלע ראחמיסטריווקא קינדער זענען געווארן רביס מיט די זעלבע נאמען, וואלט מען מער פארשטאנען אז ס'מעג זיין מער ווי איין באבוב,

ליידער האט באבוב נישט דערלעבט, אפשר ביי די קומעדיגע דור וועט מען זוכה זיין...

בעל דרשן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:29 pm

· #553731
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
❓
לאכעדיג #
בעל דרשן #
נישט איר זענט די לאקאלע רב פון קאווע שטיבל ? פון אייער תגוובת זעט אויס איר זענט אויסגעקאכט אין ד' חלקי שלחן ערוך
ווערטלעך באלאנגען און די מילתא דבדיחותא אשכול.

איך האב בלויז ארויסגעברענגט א נקודה למחשבה אז פונקט ווי די פארשטייסט אז די חסידי ראחמיסטריווקא האבן א רעכט צו קלויבן וועם זיי ווילן פאר א רבי ברויכסטו אויך פארשטיין אז די חסידי באבוב האבן אויך געהאט א רעכט צו קלויבן וועם זיי האבן געוואלט פאר א רבי.

און יא, ווען לייבול רובין ז"ל באשליסט ווען צו ווערן באבוב רבי און טויזענטע באבובע חסידים גייען מיט מיט אים וואלט דיין רבי פון 48 געהאט א ערנסטע פראבלעם מיט אים.
יעדער איד איז בארעכטיגט צו עפענען א שול און זיך רופן אדמו"ר, אבער צו גיין אין א מחלוקות און רופן א קהילה אין קאורט איז נישט בארעכטיגט, בפרט ווען די ווייסט אז בצדק געהערט עס פאר כ"ק דעם רב הצעיר, דאס אז ר' יהושע רובין איז אוועקגעשטאנען פון די אדמור"ת איז ווייל ער האט גוט געוויסט אז עס קומט זיך פארן פעטער ווען ער האלט באמת אז ער דארף זיין ממשיך, גיבט ער עס נישט אזוי שנעל אוועק פאר א יונגערע שוואגער.. נאר ער איז נישט אזא פייטער ווי ר' מרדכי דוד.

יעצט קום מיר נישט זאגן אז באבוב איז געגאנגען אין א קריג מיט ר' מרדכי דוד ווייל די מציאות איז אנדערש געווען, ק"ק באבוב איז געווען גרייט צו פארהאנדלען מיט ר' מרדכי דוד אויף דו שענסטע פארנעם און ער האט נישט געווילט ווייל ער האט אלעס געדארפט, געלאפן אין קאורט און פון דארט אין בית דין און וואס די תוצאה איז געווען ווייסט יעדער...

ווען גייט ר' מרדכי דוד ארויס און ער הייבט אן גלייך פון דאס ניי, א פרישע ביזנעס נאמען, וואלט געווען א הערילכע שלום, און ער וואלט אסאך בעסער געשטאנען,

הגאון הצדיק » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 8:37 pm

· #553738
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היות אז ס'איז שוין געווארן א גאנצע באבוב'ע אשכול, און מ'בארעדט דא אזוי רב"צ באבוב'ער אלס א מושחת וואס דערוואטערט יעדע פון בני משפחתו וואס איז נאר געווען עלה במחשבה צו גיין צו ח"א הרמ"ד, אלס שטיקל באבוב'ע תלמיד, וויל איך צולייגן וואס איך האב אליינס גיהערט.

שמעתי פון א טווערסקי (איך געדענק נישט יעצט זיין נאמען, ער איז היינט פון די פירער'ערס אין ק"ק ראחמסטריווקא א"י אין די שטאט ביתר) מנכדי הרה"צ ד"ר הר' אי"ה טווערסקי בן מילוואקי, אז ער האט א קאזין וואס בשעת די מחלוקה, איז ער גיגאנגען צוזאנען מיט צד רמ"ד, און נישט מיט צד רב"צ, די קאזין איז א סופר סת"ם, אין די לעצטע יאהר (כאפטס מיר נישט אויף די ווארט קען זיין עס איז געווען א ביסל פריער), האט א משפחה מחסידי רב"צ געשריבן ביי אים א ס"ת, פארשטייט זיך זיי האבן עס גיהאלטען בסוד.
ביי כתיבת אותיות איז די סופר אויך געווען ביים מעמד, און נאך ווען רב"צ האט געשריבן א אות אין ס"ת, און מ'האט געטרינקען לחיים, האט רב"צ זיך אנגערופן פאר זיין קאזין, "די תורה זאגט, אז עס איז דא ענין פון המקרב את קרוביו, מיר זענען דאך קרובים, דו דארפסט נישט מורא האבן אריינקומען דא פון צו מאל" נאך וואס ער איז ארויס גיגאנגען מבית רב"צ האט ער גערופן זיין קאזין עם דערציילן.

א צוויטע זאך האב איך אמאל גיהערט בשם הרה"ח הישיש ר' לייבל סטעמפל, אז מיין רבי איז רמ"ד אבער באבוב'ע רב איז מיין קאזין רב"צ

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 9:41 pm

· #553750
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
יעדער איד איז בארעכטיגט צו עפענען א שול און זיך רופן אדמו"ר, אבער צו גיין אין א מחלוקות און רופן א קהילה אין קאורט איז נישט בארעכטיגט, בפרט ווען די ווייסט אז בצדק געהערט עס פאר כ"ק דעם רב הצעיר, דאס אז ר' יהושע רובין איז אוועקגעשטאנען פון די אדמור"ת איז ווייל ער האט גוט געוויסט אז עס קומט זיך פארן פעטער ווען ער האלט באמת אז ער דארף זיין ממשיך, גיבט ער עס נישט אזוי שנעל אוועק פאר א יונגערע שוואגער.. נאר ער איז נישט אזא פייטער ווי ר' מרדכי דוד.

יעצט קום מיר נישט זאגן אז באבוב איז געגאנגען אין א קריג מיט ר' מרדכי דוד ווייל די מציאות איז אנדערש געווען, ק"ק באבוב איז געווען גרייט צו פארהאנדלען מיט ר' מרדכי דוד אויף דו שענסטע פארנעם און ער האט נישט געווילט ווייל ער האט אלעס געדארפט, געלאפן אין קאורט און פון דארט אין בית דין און וואס די תוצאה איז געווען ווייסט יעדער...

ווען גייט ר' מרדכי דוד ארויס און ער הייבט אן גלייך פון דאס ניי, א פרישע ביזנעס נאמען, וואלט געווען א הערילכע שלום, און ער וואלט אסאך בעסער געשטאנען,
די נקודה איז אז א גרויסער טייל באבובע חסידים האבן נישט געוואלט רבי בנציון פאר רבי אוו זיי האבן אויסגעקליבן די צווייטע איידעם פון מהרנ"ץ אלץ זייער ממלא מקום באדמור"ת באבוב

און וויבאלד די טייל באבובע חסידים האבן געקרוינט רבי מרדכי דוד אלס רבי האט דאס אים געגעבן א גרויסע כוח אין דין תורה און וועגן דעם האט רבי בנציון געדארפט געבן פאר זיין צד שכנגד 6 מיליאן דאלאר און ווי אויך האט ער נישט געקענט אוועק נעמען פון זיי די נאמען באבוב.

מען האט אבער געברויכט א היכר האט מען צוגעלייגט 45.

רבי יהושע רובין האט זיך געבעטן ביי זיין יונגערע שוואגער זאל ווערן רבי, ער האט גוט געוויסט וואס פאר א גוטע מידות זיין פעטער האט און ער האט אים נישט געוואלט עקסעפטען.

פרי עץ הדר » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 10:10 pm

· #553753
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
פרי עץ הדר #
איך זעה וואס דא איז געשעהן פון א ראחמיסטריוקוא אשכול איז דאס אריבער צו באובוב און סאטמאר, און איך האב איבער געטראכט די נושא און איך וויל דא איבער לאזען מיינט צוויי סענס, על ראשון ראשון, ראחמיסטריוקוא, די קינדער מער ווייניגער זענען פיינע אידען ר' דוד משה ר' בערל ר' יושע ר' זושא אלע חושיבע בני תורה און עובדי ד' , איידעלע אידען איינער מער איינער ווייניגער, איינער האט בעסערע סאשעל סקילס, איינער האט שוואכערע, אבער כולם מודים אז די ארבעה בנים זענען חושיבע אידען ראוין להיות מנהיגי עדות בישראל, ווייטער די אינגערע צוויי קינדער, ר' יעקב יוסף ר' נחום, וואס איך פארגלייך נישט איינער צום צווייטען, יעדער מיט זיינע מעלות אבער הכל מודים אז זיי זענען נישט לכתחילה אדמורים און זיי האבען אויכעט נישט גחלומט אז דאס דארף זיין, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי אז יעדער איז, דאן זאגען זיי גם אני פארוואס בין איך נישט א יורש? און דערפאר זענען זיי אויכעט געווארען אדמורים, איך וויל יא זאגען א גיט ווארט אויף ר' נחום ער איז א מוח נפלא און האט זעלטענע סאשעל סקילס קליג און גיטען קאף איז מער ווי אלע... מיט נאך שיינע מעלות,
אבער גארנישט קומט צו צו דער אייניקעל רבי יעקב יוסף פון ספרינג וואלי, דער איז שוין א עכטער געהויבענער רבי! ער איז א ת"ח א עובד ד' ! טאג און נאכט כפשוטו רופען אים שברי לב, וואס ער געט זיין הארץ און מוח אוועק פאר כלל ישראל! ער איז רבים השיב מעון, ער האט א גיט ווארט פאר יעדע איד ווי אמאליגער צדיק אמת, ער לעבט נישט פאר זיך, שמעתי ער שלאפט נישט און א בעט, ער איז א יחיד במינו.... ער פאסט תעניתם שובבים האט ער געזיכט מנין אויף קריאת ויחל און קלוזענבורג בית המדרש, א זאך וואס עס איז נישט געווען נוהג אין ראחמיסטריווקא,
איז א וודאי האבען נערישע מענטשען אים געזיכט צו פארלויפען די וועג, אבער ב"ה אז ער איז געואורען א רבי און בימיו יוושע ציון וירושלים במהרה, און דער וואס טענה'ט אז אויב עס איז דא קינדער, קומט דאס נישט פאר א קינד'ס קינד, דער ווייסט נישט היסטורי דער ווייסט נישט חסידות און ווייסט במציאות נישט וואס ער רעדט,
אבער לו יהא די טענה איז יא גערעכט, זיין רעכט צו זיין א רבי, איז נישט וועגען זיין טאטע, נישט וועגען זיין זיידע, נאר ווייל אויב עס איז דא היינט א רבי איז ער א רבי, ער איז א ריכטיגער ממשיך הבעל שם טוב זי"ע....
נעבאך פאר די רשעים וואס רופען אים אן די ווייסט די ביסט יענעם און יענעם מצער.. די ווייסט וועגען דיר האט יענער און יענער נישט קיין מנין... די ביסט שילדיג און ממאכט אויף מעשיות מיט שקרים אז זיינע חסידים רודפ'ן מענטשען חוץ וואס דאס איז שקר גמור, איז דאס אזא רשעות ווייל די מענטשען ווייסען אז ער וועט באמת האבען צער, און דאס ווילען זיי מצער זיין א הייליגער איד בושה לכם...
ווייטער באבוב, עס איז קלאר אז רב"ץ טרייבט איבער מיט זיין שנאה צו רמ"ד, עס איז קלאר אז גאליציאנע חסידים זענען ביזי מיט מחלוקת און לשון הרע'ס שוין דורות, אבער די קשיא איז אז דער מנהיג ומייסד הקהלה, רבי שלמה איז דאך געועון אזא נאבעלער מענטש, ווי קומט דאס אז זיין המשכה זאל זיין אזוי פארקערט פון זיין נאטיר? דאס איז סיי אויף רב"ץ מיט זיין פארביסענ קייט און חשבונות א קעגין יעדע מענטש וואס האט נאר א שייכות מיט רמ"ד ממש ווי א פיצעל בעבי וואס איז שלעכט און פארביסען..... ווייטער רמ"ד האט אויכעט זיינע שלעכטע מידות און שחצנות און גאוה ודי בזה....
בקיצור ווילסט לאזן וויסן אז די אלס ראחמיסטריווקא חסיד האט ר' יעקב יוסף דעם אייניקל די מערסטע געצויגן פיין ביזט בארעכטיגט, אבער זאלסט וויסן אז יעדעם איינעם ציט א צווייטע, ס'דא וואס וועלן רעדן אותות ומופתים פון רבי דוד משה ( גראדע איך אלס נישט ראחמיסטריווקא חסיד זעה איך אין רבי דוד משה די מערסטע נאנט צו זיין טאטע, א עכטע ראחמיסטריווקא קינד פאקט איין אלע ברודערס און פלומעניקס ) און א צווייטע וועט רעדן גרויס פון רבי נחום'טשע וכדומה, סוף פסוק ווען די זעסט אין ר' יעקב יוסף מרחמ"ט-ספ"וו קדושה איז דא א צווייטער וואס וועט עס זעען אין איינער פון די אנדערע רחמיסטריווקא רבי'ס
איך בין נישט מער ווי א שכון בין איך, און איך פלעג זיך אריינכאפען ביים טאטען און אלע זמנים, און וואס רבי דוד משה איז די מערסטע ענדליך צום טאטען יא אפשר זאגט איר מיט וואס?
לאמיר זאגען וואס דער טאטע איז געווען און מיינע נערישע אויגען... א בעל תפלה נפלא מיט א חן און הארטץ , רבי דוד משה איז דאס? יא? ער קען זאגען בכלל ארויס א אידיש ווארט מיט א טעם? נישט צו חוזק מאכען חלילה.. ער האט דאס נישט, און פערטיג, זאג נישט ער איז ווי די טאטע קיין שייכות נישט,
אויפגענימען א מענטש מיט אהבה וחמלה זיך מיט געפרייט מיט יעדע איד יעדע איד רבי דוד משה איז זייער א פיינער איד אבער נישט דער באנעמוג ער דארף נאכאמאל געבוירען ווערען....
די טאטע אייביג גיווען מיט א שמייכעל מיט סבר פנים יפות
די טאטע אייביג געדאווענט מיט א ברען און א חיות
דיטאטע אי זגעועון ריין און גלאט מלא טעם וחן
נישט געטראכט פון זיך פון זיין חסידות נאר אפשר פון דיר און פון דיך מאכען פרייליך...
ער האט נישט געהאט א חלום אז ער האט מענטשען וואס באלאנגען צו אים...
קיינער איז אים נישט געווען שילדיג גארנישט....
אויב די ווילסט יא זאגען ענדליך צום טאטען
באמת יעדער קינד האט א ענדליכקייט לאמיר זיי אויסרעכענען...
ר' דוד משה איז א פשטן א ראחמיסטריוקוא קינד....
ר' בערל איז א רעדנער א ידען נעמט אויף פריינדליך
ר' יושע האט די טאטענ'ס מוח ידועת גאר געשמאק
ר' זושא איז ריין די טאטע זיין פשטות זיין דאווענען זיין ערינסקייט דארף גארנישט...
אבער רבי יעקב יוסף פון ספרינג וואלי איז זיך מוסר נפש צו גיין און פייער פאר יעדע איד דאס קומט פון די זיידע מיט די אלע שיינע מעלות פון ריינקייט פשטות אמת דאווענען מיט פייער און וואס נישט

בעל דרשן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 11:33 pm

· #553762

הייסט די חסרונות און די פארלוסט וואס זיי האבן געהאט אין דין תורה קוקסטו אן ווי א גדולה און א געווינס.. אזוי קרום צו טראכטן...

בנוגע די געלט באבוב האט מעיקרא מסכים געווען צו געבן אסאך מער פון דעם, און בנוגע דעם נאמען באבוב קיינער קען נישט הייסן אוועקנעמען אינגאנצן א נאמען, ס'איז ווי א ביזנעס נאמען וואס צענדליגע ביזנעסער קענען זיך רופן ez אדער 'די בעסט' אבער מ'דארף לעגאל צוגעבן אז עס זאל זיין אנדערש פונעם ערשטן היינו הך 45 איז א צוגעלייגטע נאמען אינגאנצן וואס דאס ווייזט די האסט גארנישט קיין שייכות מיט די באבובער דינאסטיע די ביזט א פרישע שלשלת דאס האט נישט געשמעקט פאר צד 45 !

בעל דרשן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 11:37 pm

· #553763

און אנדערע וועלן גענוי טרעפן דאס מסירת נפש צו גיין אין פייער פאר א צווייטן ביי א צווייטן אין די ממשיכים

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:03 am

· #553765
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
הייסט די חסרונות און די פארלוסט וואס זיי האבן געהאט אין דין תורה קוקסטו אן ווי א גדולה און א געווינס.. אזוי קרום צו טראכטן...

בנוגע די געלט באבוב האט מעיקרא מסכים געווען צו געבן אסאך מער פון דעם, און בנוגע דעם נאמען באבוב קיינער קען נישט הייסן אוועקנעמען אינגאנצן א נאמען, ס'איז ווי א ביזנעס נאמען וואס צענדליגע ביזנעסער קענען זיך רופן ez אדער 'די בעסט' אבער מ'דארף לעגאל צוגעבן אז עס זאל זיין אנדערש פונעם ערשטן היינו הך 45 איז א צוגעלייגטע נאמען אינגאנצן וואס דאס ווייזט די האסט גארנישט קיין שייכות מיט די באבובער דינאסטיע די ביזט א פרישע שלשלת דאס האט נישט געשמעקט פאר צד 45 !
רבי בנציון האט געהאלטן אז ער האט פארלוירן די דין תורה ווייל זיין נעפיו קען זיך נאך אלץ רופן באבוב.

ער איז בכלל נישט געווען פרייליך ווען די פסק איז ארויסגעקומען.

רבי בנציון האט געוואלט געבן געלט פאר באבוב 45.
איך ליין גוט???

א סעלפישער מענטש, ער פארמאגט גאליציאנע בלוט
דורך און דורך, זיינע בלוט שונאים.
און ער האט זיי געוואלט געבן א וואס??

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:07 am

· #553766
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
און אנדערע וועלן גענוי טרעפן דאס מסירת נפש צו גיין אין פייער פאר א צווייטן ביי א צווייטן אין די ממשיכים
און איך וועל עס טרעפן ביי באבוב 45.

סביב העולם » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:24 am

· #553773
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #

רבי בנציון האט געוואלט געבן געלט פאר באבוב 45.
איך ליין גוט???

א סעלפישער מענטש, ער פארמאגט גאליציאנע בלוט
דורך און דורך, זיינע בלוט שונאים.
און ער האט זיי געוואלט געבן א וואס??
ווילסט עכט וויסן א וואס?! א צען מיליאן דאלער, אין די בראשית פון דין תורה, אויב זיי טרעטן אפ פון דעם נאמען און קריכן אראפ פון בוים

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:28 am

· #553774
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סביב העולם #
ווילסט עכט וויסן א וואס?! א צען מיליאן דאלער, אין די בראשית פון דין תורה, אויב זיי טרעטן אפ פון דעם נאמען און קריכן אראפ פון בוים
הערט זיך ווי א מוצאי שבת מעשה

אבער לאמיר זאגן אז די מעשה איז יא אמת קוקט אויס אז באבוב 45 האט ענדערש געקענט באשטיין צו באקומען נאר 6 מיליאן דאלאר און זיי זאלן יא בלייבן מיט די נאמען.

און אזוי איז טאקע געבליבן.

בעל דרשן » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:52 am

· #553785
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
בעל דרשן #
און אנדערע וועלן גענוי טרעפן דאס מסירת נפש צו גיין אין פייער פאר א צווייטן ביי א צווייטן אין די ממשיכים
און איך וועל עס טרעפן ביי באבוב 45.
מצא מין את מינו

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:54 am

· #553786
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
מצא מין את מינו
וכן למר.

בעל דרשן » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:57 am

· #553789
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
בעל דרשן #
מצא מין את מינו
וכן למר.
איך פארשטיי יעצט איז אייך אויך ביטער וכן ל'מר' עס זאל דיר אנטקעגן קומען מתוק זיסע טעג

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 12:59 am

· #553791
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
איך פארשטיי יעצט איז אייך אויך ביטער וכן ל'מר' עס זאל דיר אנטקעגן קומען מתוק זיסע טעג
אין דברי שלמה אין די הקדמה איז די רב זאל ווערן געזונט מאריך אין די ענין.

און ער פירט דארט אויס, זאג איך אייך צו מיינע טייערע ברודער אין אמעריקע, אז די שטריימלעך וועלן נישט האבן קיין שפיצן וועט אייך גוט זיין.

בעל דרשן » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:02 am

· #553793
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך הייב אן פילן ווי איך האב אריינשפאצירט אין קינדערגארטן.. האב הצלחה איך האף נאר די ביזט שבת מאמע די וואך

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:06 am

· #553795
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
ואנחנו מה... מיר ווילן שלום אני שלום.. אלע גדולים האבן אונז געזונט...
המה "48" למלחמה.

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:09 am

· #553798
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
איך הייב אן פילן ווי איך האב אריינשפאצירט אין קינדערגארטן.. האב הצלחה איך האף נאר די ביזט שבת מאמע די וואך
ווען מען האט שוין נישט וואס צו ענטפערן אבער מען וויל האבן די לעצטע ווארט שרייבט מען טאקע דאס. איך פארשטיי דיר.

תורת ה' תמימה משיבת נפש עדות ה' נאמנה מחכימת פתי...

סביב העולם » פרייטאג מערץ 8, 2024 9:40 am

· #553841
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
לאכעדיג #
סביב העולם #
ווילסט עכט וויסן א וואס?! א צען מיליאן דאלער, אין די בראשית פון דין תורה, אויב זיי טרעטן אפ פון דעם נאמען און קריכן אראפ פון בוים
הערט זיך ווי א מוצאי שבת מעשה

אבער לאמיר זאגן אז די מעשה איז יא אמת קוקט אויס אז באבוב 45 האט ענדערש געקענט באשטיין צו באקומען נאר 6 מיליאן דאלאר און זיי זאלן יא בלייבן מיט די נאמען.

און אזוי איז טאקע געבליבן.
ניין, זיי האבן נישט געקענט באשטיין. זיי האבן נאר גע'חלומ'ט בהקיץ אז זיי גייען אלעס באקומען, אריינגערעכנט דעם ביהמ"ד הגדול, און אפילו אפשר אויך די עקסקלוסיוו רעכט אויפן נאמען. נאכאמאל, דאס איז געווען אנהויב פון די דין תורה ווען צד 48 האט פראבירט דאס אפצוענדיגן על צד היותר שטיל.
אוודאי ווען 45 ווייסט דאן אז דאס קומט וואלטן זיי ניטאמאל גע'חלומ'ט פון דאס אפזאגן.

די קעפעלע » פרייטאג מערץ 8, 2024 11:53 am

· #553846
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
פרי עץ הדר #
איך זעה וואס דא איז געשעהן פון א ראחמיסטריוקוא אשכול איז דאס אריבער צו באובוב און סאטמאר, און איך האב איבער געטראכט די נושא און איך וויל דא איבער לאזען מיינט צוויי סענס, על ראשון ראשון, ראחמיסטריוקוא, די קינדער מער ווייניגער זענען פיינע אידען ר' דוד משה ר' בערל ר' יושע ר' זושא אלע חושיבע בני תורה און עובדי ד' , איידעלע אידען איינער מער איינער ווייניגער, איינער האט בעסערע סאשעל סקילס, איינער האט שוואכערע, אבער כולם מודים אז די ארבעה בנים זענען חושיבע אידען ראוין להיות מנהיגי עדות בישראל, ווייטער די אינגערע צוויי קינדער, ר' יעקב יוסף ר' נחום, וואס איך פארגלייך נישט איינער צום צווייטען, יעדער מיט זיינע מעלות אבער הכל מודים אז זיי זענען נישט לכתחילה אדמורים און זיי האבען אויכעט נישט גחלומט אז דאס דארף זיין, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי אז יעדער איז, דאן זאגען זיי גם אני פארוואס בין איך נישט א יורש? און דערפאר זענען זיי אויכעט געווארען אדמורים, איך וויל יא זאגען א גיט ווארט אויף ר' נחום ער איז א מוח נפלא און האט זעלטענע סאשעל סקילס קליג און גיטען קאף איז מער ווי אלע... מיט נאך שיינע מעלות,
אבער גארנישט קומט צו צו דער אייניקעל רבי יעקב יוסף פון ספרינג וואלי, דער איז שוין א עכטער געהויבענער רבי! ער איז א ת"ח א עובד ד' ! טאג און נאכט כפשוטו רופען אים שברי לב, וואס ער געט זיין הארץ און מוח אוועק פאר כלל ישראל! ער איז רבים השיב מעון, ער האט א גיט ווארט פאר יעדע איד ווי אמאליגער צדיק אמת, ער לעבט נישט פאר זיך, שמעתי ער שלאפט נישט און א בעט, ער איז א יחיד במינו.... ער פאסט תעניתם שובבים האט ער געזיכט מנין אויף קריאת ויחל און קלוזענבורג בית המדרש, א זאך וואס עס איז נישט געווען נוהג אין ראחמיסטריווקא,
איז א וודאי האבען נערישע מענטשען אים געזיכט צו פארלויפען די וועג, אבער ב"ה אז ער איז געואורען א רבי און בימיו יוושע ציון וירושלים במהרה, און דער וואס טענה'ט אז אויב עס איז דא קינדער, קומט דאס נישט פאר א קינד'ס קינד, דער ווייסט נישט היסטורי דער ווייסט נישט חסידות און ווייסט במציאות נישט וואס ער רעדט,
אבער לו יהא די טענה איז יא גערעכט, זיין רעכט צו זיין א רבי, איז נישט וועגען זיין טאטע, נישט וועגען זיין זיידע, נאר ווייל אויב עס איז דא היינט א רבי איז ער א רבי, ער איז א ריכטיגער ממשיך הבעל שם טוב זי"ע....
נעבאך פאר די רשעים וואס רופען אים אן די ווייסט די ביסט יענעם און יענעם מצער.. די ווייסט וועגען דיר האט יענער און יענער נישט קיין מנין... די ביסט שילדיג און ממאכט אויף מעשיות מיט שקרים אז זיינע חסידים רודפ'ן מענטשען חוץ וואס דאס איז שקר גמור, איז דאס אזא רשעות ווייל די מענטשען ווייסען אז ער וועט באמת האבען צער, און דאס ווילען זיי מצער זיין א הייליגער איד בושה לכם...
ווייטער באבוב, עס איז קלאר אז רב"ץ טרייבט איבער מיט זיין שנאה צו רמ"ד, עס איז קלאר אז גאליציאנע חסידים זענען ביזי מיט מחלוקת און לשון הרע'ס שוין דורות, אבער די קשיא איז אז דער מנהיג ומייסד הקהלה, רבי שלמה איז דאך געועון אזא נאבעלער מענטש, ווי קומט דאס אז זיין המשכה זאל זיין אזוי פארקערט פון זיין נאטיר? דאס איז סיי אויף רב"ץ מיט זיין פארביסענ קייט און חשבונות א קעגין יעדע מענטש וואס האט נאר א שייכות מיט רמ"ד ממש ווי א פיצעל בעבי וואס איז שלעכט און פארביסען..... ווייטער רמ"ד האט אויכעט זיינע שלעכטע מידות און שחצנות און גאוה ודי בזה....
בקיצור ווילסט לאזן וויסן אז די אלס ראחמיסטריווקא חסיד האט ר' יעקב יוסף דעם אייניקל די מערסטע געצויגן פיין ביזט בארעכטיגט, אבער זאלסט וויסן אז יעדעם איינעם ציט א צווייטע, ס'דא וואס וועלן רעדן אותות ומופתים פון רבי דוד משה ( גראדע איך אלס נישט ראחמיסטריווקא חסיד זעה איך אין רבי דוד משה די מערסטע נאנט צו זיין טאטע, א עכטע ראחמיסטריווקא קינד פאקט איין אלע ברודערס און פלומעניקס ) און א צווייטע וועט רעדן גרויס פון רבי נחום'טשע וכדומה, סוף פסוק ווען די זעסט אין ר' יעקב יוסף מרחמ"ט-ספ"וו קדושה איז דא א צווייטער וואס וועט עס זעען אין איינער פון די אנדערע רחמיסטריווקא רבי'ס

בעל דרשן, לאמיר נישט פארגעסן אז איר אלס א שטארק הייסע סקווירא חסיד, זעהט איר אלעס אין רבי דוד משה שליט"א פאר איין סיבה, ווייל אין סקווירא פאריפט מען איהם צו זיין א שטארקע חסיד פונעם סקווירא צדיק מיט א גרויסע התבטלות צום רבי'ן און אפילו ביים אויפריפען צו מצוה טאנץ ביי זיין חתונה מיט אהרן מענדיל די ווינטער איז די עיקר נקודה ותוכן פון די גראמען געווען פון זיין שטארקע קשר קיין סקווירא והמסתעף.
(מען האט קוים געדענקט צו דערמאנען אז ער שטאמט פון א טאטע (און מאמע) וואס איז יעצט אוועק און וואס זיין טאטע האט אלץ געטוהן פארן היינטיגע צדיק, שטעטל, פארן שווער זצ"ל וכו:)

רבי דוד משה'ס אלע מעלות וואס סקווירא אנערקענט אין איהם ווי זיין התמדה בתורה און נאך, זענען אך ורק ווייל ער איז א סקווירא, דעריבער מעג מען זאגן אויף איהם א גוט ווארט (מען האט איהם מער ליב און שטעטל ווי זיין ברידער ר' יושע חדב"ן)

עס איז טאקע געווען גאר קענטיג ווען רבי דוד משה האט געפירט טיש אין שטעטל די פארגאנגענע שב"ק יתרו מיט די השתתפות פון סקווירא רבי'ס קינדער, דיינים ורבנים און א גרויסע ציבור פון שטעטל עפעס וואס זיין טאטע זצ"ל האט קיינמאל נישט געהאט ווען ער האט געפירט טיש אין שיכון סקווירא במשך די יארן אלס זיידע ביי שמחות נאר גאר פארקערט.

סך הכל איז אייער גאנצע תגובה וואס איר פראבירט אוועק צומאכן דעם פרי עץ הדר פשוט אין ליניע מיטן פראפעגאנדע מאשין וואס מען פרעגלט אין הייליגע שטעטל.

תמימותדיגע » פרייטאג מערץ 8, 2024 3:26 pm

· #553866
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
איך בין באבוב 45 גענויגט.

עס איז שווער צו רעאגירן אין דעם רחמיסטריווקא אדמורי"ם אשכול איבער די באבובער מחלוקה. עס קען זיין אויב מען וועט אריבערפירן די גאנצע שמועס איבער באבוב אין א אשכול וואס באהאנדלט דעם טעמע וועל איך קענען מגיב זיין.

עס איז וויכטיג צו באטאנען און דאס זאג איך צו מיר אליינס אויכעט, אז ביי יעדע מחלוקה איז דא וואס מען זאגט און וואס מען ווייסט און וואס מען טראכט און וואס מען האט אין דמיון.

איך געב קרעדיט פאר @בעל דרשן פאר אראפברענגן זיין מהלך אין דעם נושא. עס איז קענטיג אז א חלק פון וואס ער שרייבט גלייבט ער באמת אז עס איז אזוי. עס איז אויך קענטיג אז א חלק פון וואס ער שרייבט איז פאנטאזיע. אבער כל הכבוד פאר זיין קלאהרקייט אין דעם נושא וויאזוי ער קוקט אויף דעם.

בעל דרשן » פרייטאג מערץ 8, 2024 3:58 pm

· #553872
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
תמימותדיגע #

דיין הקדמה אז ביזט פון צד 45 פאר ענטפערט שוין אלעס
א שאד דיינע איבריגע שורות וועגן פאנטאזיע דמיון, איך האב נישט ערווארטעט פון אזא איינעם פון די צד שכנגד זאל מודה זיין.
בעצם איז דאך ענקער גאנצע שיטה אין די המשכה געבויט אויף דמיונות און פאנטאזיעס
האב א לעכטיגע שבת.

היימלינד » זונטאג מערץ 10, 2024 1:38 pm

· #554020
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
העריך אז ר' יושע - מאנסי עפענט א ישיבה קטנה קומענדיגע יאר און זיין נעפיו רי"י האט מודיע געווען פאר זיין - די ארגינעלע - מוסדות אז זיי טארען נישט עפענען א ישיב"ק ביז ווילאנג די פעטערס מוסד איז מצליח און האט א גוטע נאמען אין שטאט.

פון א צווייטער - א כלי ראשון - האב איך געהערט אז רי"י האט איהם געזאגט אז ער האפט אז די היימישע עולם וועט אהין שיקען, ממילא וועט די אינגע דור שוין זיין ביים פעטער...

פרי עץ הדר » זונטאג מערץ 10, 2024 5:04 pm

· #554099
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #
בעל דרשן #
פרי עץ הדר #
איך זעה וואס דא איז געשעהן פון א ראחמיסטריוקוא אשכול איז דאס אריבער צו באובוב און סאטמאר, און איך האב איבער געטראכט די נושא און איך וויל דא איבער לאזען מיינט צוויי סענס, על ראשון ראשון, ראחמיסטריוקוא, די קינדער מער ווייניגער זענען פיינע אידען ר' דוד משה ר' בערל ר' יושע ר' זושא אלע חושיבע בני תורה און עובדי ד' , איידעלע אידען איינער מער איינער ווייניגער, איינער האט בעסערע סאשעל סקילס, איינער האט שוואכערע, אבער כולם מודים אז די ארבעה בנים זענען חושיבע אידען ראוין להיות מנהיגי עדות בישראל, ווייטער די אינגערע צוויי קינדער, ר' יעקב יוסף ר' נחום, וואס איך פארגלייך נישט איינער צום צווייטען, יעדער מיט זיינע מעלות אבער הכל מודים אז זיי זענען נישט לכתחילה אדמורים און זיי האבען אויכעט נישט גחלומט אז דאס דארף זיין, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי אז יעדער איז, דאן זאגען זיי גם אני פארוואס בין איך נישט א יורש? און דערפאר זענען זיי אויכעט געווארען אדמורים, איך וויל יא זאגען א גיט ווארט אויף ר' נחום ער איז א מוח נפלא און האט זעלטענע סאשעל סקילס קליג און גיטען קאף איז מער ווי אלע... מיט נאך שיינע מעלות,
אבער גארנישט קומט צו צו דער אייניקעל רבי יעקב יוסף פון ספרינג וואלי, דער איז שוין א עכטער געהויבענער רבי! ער איז א ת"ח א עובד ד' ! טאג און נאכט כפשוטו רופען אים שברי לב, וואס ער געט זיין הארץ און מוח אוועק פאר כלל ישראל! ער איז רבים השיב מעון, ער האט א גיט ווארט פאר יעדע איד ווי אמאליגער צדיק אמת, ער לעבט נישט פאר זיך, שמעתי ער שלאפט נישט און א בעט, ער איז א יחיד במינו.... ער פאסט תעניתם שובבים האט ער געזיכט מנין אויף קריאת ויחל און קלוזענבורג בית המדרש, א זאך וואס עס איז נישט געווען נוהג אין ראחמיסטריווקא,
איז א וודאי האבען נערישע מענטשען אים געזיכט צו פארלויפען די וועג, אבער ב"ה אז ער איז געואורען א רבי און בימיו יוושע ציון וירושלים במהרה, און דער וואס טענה'ט אז אויב עס איז דא קינדער, קומט דאס נישט פאר א קינד'ס קינד, דער ווייסט נישט היסטורי דער ווייסט נישט חסידות און ווייסט במציאות נישט וואס ער רעדט,
אבער לו יהא די טענה איז יא גערעכט, זיין רעכט צו זיין א רבי, איז נישט וועגען זיין טאטע, נישט וועגען זיין זיידע, נאר ווייל אויב עס איז דא היינט א רבי איז ער א רבי, ער איז א ריכטיגער ממשיך הבעל שם טוב זי"ע....
נעבאך פאר די רשעים וואס רופען אים אן די ווייסט די ביסט יענעם און יענעם מצער.. די ווייסט וועגען דיר האט יענער און יענער נישט קיין מנין... די ביסט שילדיג און ממאכט אויף מעשיות מיט שקרים אז זיינע חסידים רודפ'ן מענטשען חוץ וואס דאס איז שקר גמור, איז דאס אזא רשעות ווייל די מענטשען ווייסען אז ער וועט באמת האבען צער, און דאס ווילען זיי מצער זיין א הייליגער איד בושה לכם...
ווייטער באבוב, עס איז קלאר אז רב"ץ טרייבט איבער מיט זיין שנאה צו רמ"ד, עס איז קלאר אז גאליציאנע חסידים זענען ביזי מיט מחלוקת און לשון הרע'ס שוין דורות, אבער די קשיא איז אז דער מנהיג ומייסד הקהלה, רבי שלמה איז דאך געועון אזא נאבעלער מענטש, ווי קומט דאס אז זיין המשכה זאל זיין אזוי פארקערט פון זיין נאטיר? דאס איז סיי אויף רב"ץ מיט זיין פארביסענ קייט און חשבונות א קעגין יעדע מענטש וואס האט נאר א שייכות מיט רמ"ד ממש ווי א פיצעל בעבי וואס איז שלעכט און פארביסען..... ווייטער רמ"ד האט אויכעט זיינע שלעכטע מידות און שחצנות און גאוה ודי בזה....
בקיצור ווילסט לאזן וויסן אז די אלס ראחמיסטריווקא חסיד האט ר' יעקב יוסף דעם אייניקל די מערסטע געצויגן פיין ביזט בארעכטיגט, אבער זאלסט וויסן אז יעדעם איינעם ציט א צווייטע, ס'דא וואס וועלן רעדן אותות ומופתים פון רבי דוד משה ( גראדע איך אלס נישט ראחמיסטריווקא חסיד זעה איך אין רבי דוד משה די מערסטע נאנט צו זיין טאטע, א עכטע ראחמיסטריווקא קינד פאקט איין אלע ברודערס און פלומעניקס ) און א צווייטע וועט רעדן גרויס פון רבי נחום'טשע וכדומה, סוף פסוק ווען די זעסט אין ר' יעקב יוסף מרחמ"ט-ספ"וו קדושה איז דא א צווייטער וואס וועט עס זעען אין איינער פון די אנדערע רחמיסטריווקא רבי'ס

בעל דרשן, לאמיר נישט פארגעסן אז איר אלס א שטארק הייסע סקווירא חסיד, זעהט איר אלעס אין רבי דוד משה שליט"א פאר איין סיבה, ווייל אין סקווירא פאריפט מען איהם צו זיין א שטארקע חסיד פונעם סקווירא צדיק מיט א גרויסע התבטלות צום רבי'ן און אפילו ביים אויפריפען צו מצוה טאנץ ביי זיין חתונה מיט אהרן מענדיל די ווינטער איז די עיקר נקודה ותוכן פון די גראמען געווען פון זיין שטארקע קשר קיין סקווירא והמסתעף.
(מען האט קוים געדענקט צו דערמאנען אז ער שטאמט פון א טאטע (און מאמע) וואס איז יעצט אוועק און וואס זיין טאטע האט אלץ געטוהן פארן היינטיגע צדיק, שטעטל, פארן שווער זצ"ל וכו:)

רבי דוד משה'ס אלע מעלות וואס סקווירא אנערקענט אין איהם ווי זיין התמדה בתורה און נאך, זענען אך ורק ווייל ער איז א סקווירא, דעריבער מעג מען זאגן אויף איהם א גוט ווארט (מען האט איהם מער ליב און שטעטל ווי זיין ברידער ר' יושע חדב"ן)

עס איז טאקע געווען גאר קענטיג ווען רבי דוד משה האט געפירט טיש אין שטעטל די פארגאנגענע שב"ק יתרו מיט די השתתפות פון סקווירא רבי'ס קינדער, דיינים ורבנים און א גרויסע ציבור פון שטעטל עפעס וואס זיין טאטע זצ"ל האט קיינמאל נישט געהאט ווען ער האט געפירט טיש אין שיכון סקווירא במשך די יארן אלס זיידע ביי שמחות נאר גאר פארקערט.

סך הכל איז אייער גאנצע תגובה וואס איר פראבירט אוועק צומאכן דעם פרי עץ הדר פשוט אין ליניע מיטן פראפעגאנדע מאשין וואס מען פרעגלט אין הייליגע שטעטל.
נאכאמאל איך האב נישט קיין שום זאך אקעגין קיינעם פון די חושיבע ברידער אלע זענען ערליך וואויל חשוב דערהויבען די ידיעות וואס איך האב ערשט האנט אויף די נעפיו ווייס איך פון א מקור מוסמך עס וועט מיר זיין די גרעסטע האנה צוהערען אז אלע זענען אזוי וכל שכן די רבי וואס זיצט אויף די שטיל פון זיין טאטען אדרבה ואדרבה הלואי מי יתן
דער נעפיו הער איך ממקור ראשון שלאפט א שעה אין א מעת לעת ויש אומרים אייןש עה און צוויי מעת לעת די אנדערע שעה'ס איז ער פארנימען למעלה מראש פאר אידענס וועגען און פאר לימוד תורה שאפט רבבות פאר אידען דאהי אין ארץ הקודש טוט אלעס וואס מענטשליך מעגליך לקרב תועי רוח פארבלאזענטע נשמות וואס איז משאת נפשו הטהור, מחזק טאג און נאכט נשברי לב אלמנות ויתומים שוואכע און קראנקע עס מוז בכלל נישט האבען מער ווי זיין זרע אברהם יצחק יעקב זענט איר אויף זיין ליסט און ער דארף נישט תשלים גמול, אויב איר ווייסט אז רבי דוד משה טוט דאס אויכעט ווייסט ווי שטארק איך פריי מיך... און הלוואי רבי בערל רבי זושא רבי יושע אדמור מלינדען רבי נחום יעדער איז אזוי הלוואי הלוואי ביי אים גראדע ווייס איך, צו מיט גיין זיין סדר היום פון איין טאג איז נורא נוראות דעטס איט...

היימלינד » זונטאג מערץ 10, 2024 5:10 pm

· #554101
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
שלאפען מער אדער ווייניגער איז נישט וואס מאכט איינעם גרעסער אדער קלענער - געווענליך

איך רעאגיר נישט צו די נושא נאר צו דיין הנחה בנוגע די שלאפען

און גראדע שלאפט ער מער ווי א שעה א טאג

פרי עץ הדר » זונטאג מערץ 10, 2024 5:29 pm

· #554105
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
שלאפען מער אדער ווייניגער איז נישט וואס מאכט איינעם גרעסער אדער קלענער - געווענליך

איך רעאגיר נישט צו די נושא נאר צו דיין הנחה בנוגע די שלאפען

און גראדע שלאפט ער מער ווי א שעה א טאג
לכבוד היימלינד איך זעה איר ווייסט קלאר זאכען אפשר זאגט איר מיר יא וויפול שלאפט ער יא מער ווי איןן שעה וויפול און ווען?

היימלינד » זונטאג מערץ 10, 2024 5:37 pm

· #554112
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ הדר #

לכבוד היימלינד איך זעה איר ווייסט קלאר זאכען אפשר זאגט איר מיר יא וויפול שלאפט ער יא מער ווי איןן שעה וויפול און ווען?
איך האלט נישט אז ס'איז פאסיג דא ברבים, אבער יא איך ווייס די ענטפער
איך פארשטיי דער וואס וויל נישט גלייבען

פרי עץ הדר » זונטאג מערץ 10, 2024 5:47 pm

· #554116
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
פרי עץ הדר #

לכבוד היימלינד איך זעה איר ווייסט קלאר זאכען אפשר זאגט איר מיר יא וויפול שלאפט ער יא מער ווי איןן שעה וויפול און ווען?
איך האלט נישט אז ס'איז פאסיג דא ברבים, אבער יא איך ווייס די ענטפער
איך פארשטיי דער וואס וויל נישט גלייבען
היסט אזוי יעדע תגובה ביז א הער איז הונדרעט פראצענט פאסיג נאר די איין זאך אז די וועלט זאגט סתם א לשון הרע אז אאיד שחאפט איין שעה אין א מעת לעת און די ווייסט קראנט אז נישט אבער דאס צו מגיב זיין דיינע ברייטע ידיעות דאס איז נישט פאסיג? שיין

היימלינד » זונטאג מערץ 10, 2024 5:57 pm

· #554119

עס איז מיר שווער צו פארשטיין וואס דו שרייבסט, ביטע שרייבט איבער קלארער און אויב איך וועל קענען/וועלען וועל איך אייך ענטפערען

די קעפעלע » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:07 pm

· #554379

ווי איך הער לערנט ער אין א כולל חצות און נאכדעם ער האט נאך א שטיקל סדר פארמיטאג, ער איז איינגעשטעלט אין אפאר ישיבות נאכמיטאג און ביינאכט. לויט דעם חשבון בלייבט נישט צופיל שעה צו שלאפן.
עס קוקט אויס אז ער האט גאר שטארקע כוחות הנפש צו קענען אנגיין אזוי מידי יום ביומו, זיין עבודת השם בנוסף זיך ארומדרייען העלפן מענטשן אן אויפהער און זיין א מגיד שיעור פאר בחורים אלעס מיט אן אויפגעלעבטע געשמאקע נאטור. אבער ווי היימלאנד זאגט איז נישט די וויניג שלאפן די נקודה ווי עס שטעקט זיין צדקות/גדלות.

ווי אויך איז זיין זיידע ז''ל געווען שטארק ידוע פארן פירן א נארמאלע סדר היום אלע יארן און האט אזוי מדריך געווען זיינע ארימיגע.

(מיר האבן להבדיל היבש אפאר ניקים דא וואס זעהט אויס האבן אויך כמעט א שלאפלאזע סדר היום מיטן זיין שטארק פארנימען אויפן געוועב 😉 )

היימלינד » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:17 pm

· #554383

נישט נאר די זיידע נאר ער האט מיר געזאגט פאר א היבש ביסעל יארן צוריק, לאנג פאר ראחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי האבן געלייגט אן אויג אויף איהם, אז די סארט סדר היום איז נישט קיין ריכטיגע מהלך, איי ער טוט עס יא?.... קשיא

לגבי פרי עץ הדר:
איך פארשטיי נישט וועלעכע לשון הרע דו מיינסט, איך האב נישט קיין שום סיבה איהם צו בארעדען, אדרבא אויב איך וואלט געווען א ראחמיסטריווקער וואלט איך גלייך געלאפען צו איהם, און אפילו אזוי בין איך שוין יארען א שטארקע מעריץ זיינער.
ס'איז א פראבלעם צו שלאפען מער ווי א שעה ביינאכט?

און אויב וואלט עס יא געווען אמת וואלט איהם דאס געמאכט גרעסער?

שלאפען איין שעה, 4 שעה אדער 10 שעה א מעת לעת האט מיט פיזישע כוחות, איה"נ אז א מענטש קען זיך אביסעל אוועק רייסען פון שלאף אבער מיט א גבול אז נישט וועט ער קראנק ווערען.

מענין לענין האט די רבי הנ"ל אמאל געזאגט ברבים לגבי א געוויסע ענין אז "גזל שינה" קען אויך אמאל מיינען אז די שינה איז א גזלן דהיינו אז עס גזל'ט די צייט וואס עכט דארף מען נישט שלאפען, ודו"ק.

עכ"פ זיין צדקות האט נישט מיט זיין שלאף, אויב עפעם האט עס מיט די פריעדיגע תגובה [פארן שלאפען] בנוגע די ישיבה קטנה