☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

1265 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16493
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

היום » זונטאג אפריל 7, 2024 9:46 pm

· #558081
Re: Re:
הכנה דרבה #
היום #
אבער פארוואס זאל מען דאס שרייבן אויף עהם (אדער אויף סיי וועם) ווי א מעלה, מדרגה, אדער א סיבה עהם צו מקבל זיין אלץ רבי? ווייל ער אלט? ער האט געגעסן אסאך אפיקומנ׳ס?
גראדע איז נישט יעדער זוכה צו עסן אזויפיל אפיקומנס, האב איך באקאנטער וואס האט נאך אין זיין לעבן קיין אפיקומן געגעסן, אסתר אייער האט ער שוין יא אסאך געגעסן, לכאורה מער ווי דעם ראחמעסטריווקאנ׳ס אפיקומנס.
נו, איז וועלעכע סארט רבי זיכט ער?…
אדער אפשר איז דא א געוויסע טיפ וואס זיכן עהם פאר זייער רבי?…

@הכנה דרבה, איך פארשטיי נישט וואס דיין פוינט דארף דא צו זיין???
עפעס בנוגע די שמועס וואס מען רעדט דא?

מיסטעריע » מאנטאג מאי 6, 2024 5:58 pm

· #561017
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
📎 IMG-20240506-WA0274.jpg

מיסטעריע » מאנטאג מאי 6, 2024 5:59 pm

· #561018
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
צוויי אידן האבן זיך צוזאם געטראפן און שמועסן פריינטליך

עמרם » מאנטאג מאי 6, 2024 6:15 pm

· #561025
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
@מיסטעריע, ש'כח פארן בילד, און אויב די ווייסט אפשר זאגסטו ווי ס'איז פארגעקומען די פגישה ?

עמרם » מאנטאג מאי 6, 2024 6:17 pm

· #561027
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
און אז מ'האט דיך שוין דא, ביסט אונז נאך שילדיג, די פארזעצונג איבער סקווירא ...
מיר ווארטן מיט שפאנונג !!!

מיסטעריע » מאנטאג מאי 6, 2024 6:24 pm

· #561028
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
כ'האב נישט קיין השגה, איינער האט עס מיר געשיקט אין אישי

מיסטעריע » מאנטאג מאי 6, 2024 6:26 pm

· #561030
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ביזט גערעכט, אי"ה העמיר זיך מצמצם זיין די מחשבה אביסל און שרייבן דערוועגן

יאנעשאלמע » מאנטאג מאי 6, 2024 7:03 pm

· #561041
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
עמרם #
@מיסטעריע, ש'כח פארן בילד, און אויב די ווייסט אפשר זאגסטו ווי ס'איז פארגעקומען די פגישה ?
כותלי בית המדרש יוכיחי דאס איז דאך די סקווירא שוהל אין שיכון

היימלינד » דינסטאג מאי 7, 2024 12:17 pm

· #561140
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ער האלט עפעס אין די האנט, בפשטות פון די לחיים היינט אין ש"ס נאך די תפילין לייגען פון נכד ראי"ה

רעבמאטעס » דינסטאג מאי 7, 2024 3:07 pm

· #561182
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
צו א קליינע מחלוקה...

היימלינד » דינסטאג מאי 7, 2024 3:14 pm

· #561186
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
רעבמאטעס #
צו א קליינע מחלוקה...
בכלל נישט קיין מחלוקה
יעצט ענטפער צוריק וועסטו האבן נאך א תגובה צו דיין חשבון

מיסטעריע » דאנערשטאג מאי 9, 2024 11:31 pm

· #561556
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ליצנותא דסקוויראי
📎 IMG-20240509-WA0284.jpg

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג מאי 10, 2024 2:18 am

· #561572
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
ליצנותא דסקוויראי
גיב אביסל הסבר

די קעפעלע » מאנטאג מאי 13, 2024 1:02 pm

· #561885
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
ליצנותא דסקוויראי

די התנצלות פון אונטען מאכט מיר טאקע טראכטן אז עס איז עפעס אן אינערליכע ארבעט וואס איז ב'אמת נישט דא צו מאכן ליצנות פונעם רבי'ן נאר איז אנגעגעסן פון די פנימי בלעטעל די וועכענטליכע בצילא דמהימנותא עילאה וואס איז פונקט אזוי ליצנותדיג ווי דעם שטיקל, נאר ווערט ארויס געגעבן פונעם מפעל לתורה וחסידות צוזאמען מיט די אנדערע גליונות ווי שאלות ותשובות, (בחצר?) וכדומה.

די קעפעלע » מאנטאג מאי 13, 2024 1:51 pm

· #561902
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #
מיסטעריע #
ליצנותא דסקוויראי

די התנצלות פון אונטען מאכט מיר טאקע טראכטן אז עס איז עפעס אן אינערליכע ארבעט וואס איז ב'אמת נישט דא צו מאכן ליצנות פונעם רבי'ן נאר איז אנגעגעסן פון די פנימי בלעטעל די וועכענטליכע בצילא דמהימנותא עילאה וואס איז פונקט אזוי ליצנותדיג ווי דעם שטיקל, נאר ווערט ארויס געגעבן פונעם מפעל לתורה וחסידות צוזאמען מיט די אנדערע גליונות ווי שאלות ותשובות, (בחצר?) וכדומה.
אגב אז מען רעדט שוין יא, שטעלט אייך פאר אז איר וואלט געקענט זיין דא אויפן רשימה, 📎 photo_2024-05-08_11-12-24.jpg

מיסטעריע » מאנטאג מאי 13, 2024 11:26 pm

· #562031
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בין איך נישט אינטרעסירט געווען, און איך האב נישט קיין חרטה, אפשר היינט ווען ביי אונז נישט ספעציעל וועט אפשר מעגליך קומען א מחשבה זרה? נעה! איך גלייב אז נישט.

אגב איך בין מוחה אויף די עלבונה של תורה, אז מ'שרייבט נישט הרה"ג אויף רבי שלום פאללאק

מיסטעריע » מאנטאג מאי 13, 2024 11:29 pm

· #562032
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ביידיוועי די אידן זענען שוין זיבעציגער אדער גאר הויעכע זעכציגע יארן, סתם זעכציג יעריגע דארף זיין נאך 200 זיכער, אהרן מענדי און איצי זענען שוין אויכעט זעכציג

די קעפעלע » דינסטאג מאי 14, 2024 12:50 pm

· #562135
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
בין איך נישט אינטרעסירט געווען, און איך האב נישט קיין חרטה, אפשר היינט ווען ביי אונז נישט ספעציעל וועט אפשר מעגליך קומען א מחשבה זרה? נעה! איך גלייב אז נישט.

אגב איך בין מוחה אויף די עלבונה של תורה, אז מ'שרייבט נישט הרה"ג אויף רבי שלום פאללאק
דאס דארף נישט ווערן פארענטפערט, ווייל די פארשטייסט דאך אליינס. ער איז דאך אויך נישט געווארן ראב'ד פאר א סיבה.

אזוי פיל יא, מען האט איהם געלייגט איין שירה העכער שלום בער.

היימלינד » דינסטאג מאי 14, 2024 1:38 pm

· #562150
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
די קעפעלע #

אזוי פיל יא, מען האט איהם געלייגט איין שירה העכער שלום בער.
די נעמען זעהט אויס עפ"י סדר א"ב

נאוואמינסקער » מיטוואך מאי 15, 2024 3:47 pm

· #562330
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
וואס פאר א סארט עולם האט דער וויליאמסבורג רבי ביי זיין טישין? סקווירא? סאטמאר?

מיסטעריע » מיטוואך מאי 15, 2024 4:52 pm

· #562334
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
[ציטאט אראפגענומען]
סתם גערעדט, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט גיין צו זיינע טישן, זיי מוזן לכאורה שיקן מענטשן מחזק זיין דעם סקווערן עולם, צוליב ס'ווערט שוואכער און שוואכער, דאס איז א פראבלעם פון אלע קאמפעניס, צוליב מ'קען נישט טרעפן קיין דירות מוז מען זיך אריבערציען קיין מאנסי, בלייבט וויליאמסבורג אויסגעשפילט.

אגב איינער זאגט מיר אז א גרויסע פראצענט וואס פייגערן אבער קענען נישט האבן די זכי' צו וואוינען אין דעם אלטן שטעטל, האבן זיך איינגעשריבן אין די מאסן אינעם נייעם שטעטל.

דהיינו די אלע צוגעקומענע נישט תלמידים וכדו'

טובלכל » מיטוואך מאי 15, 2024 5:31 pm

· #562337
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
סקווער האט כהיום אין וויליאמסבורג נאר בערך 120 משפּחות אמאל יארן צירוק פלעגט די רבי נאך קומען.ַ די חסידים האבן געבעטן רצונינו...

היימלינד » מיטוואך מאי 15, 2024 5:37 pm

· #562339
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
טובלכל #
סקווער האט כהיום אין וויליאמסבורג נאר בערך 120 משפּחות אמאל יארן צירוק פלעגט די רבי נאך קומען.ַ די חסידים האבן געבעטן רצונינו...
ער פלעגט קומען ווי די טאטע, 2 מאל א יאר, ער האט דאס זייט געזאגט ביים זיך ציען צו די דאן נייע שטעטל
אבער שוין היבש אפאר יאר וואס ער איז נישט געקומען

וואס איז יעצט געשעהן אז ער האט געשיקט זיין זין ?

בן ישי » מיטוואך מאי 15, 2024 5:39 pm

· #562340
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיסטעריע #
[ציטאט אראפגענומען]
סתם גערעדט, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט גיין צו זיינע טישן, זיי מוזן לכאורה שיקן מענטשן מחזק זיין דעם סקווערן עולם, צוליב ס'ווערט שוואכער און שוואכער, דאס איז א פראבלעם פון אלע קאמפעניס, צוליב מ'קען נישט טרעפן קיין דירות מוז מען זיך אריבערציען קיין מאנסי, בלייבט וויליאמסבורג אויסגעשפילט.

אגב איינער זאגט מיר אז א גרויסע פראצענט וואס פייגערן אבער קענען נישט האבן די זכי' צו וואוינען אין דעם אלטן שטעטל, האבן זיך איינגעשריבן אין די מאסן אינעם נייעם שטעטל.

דהיינו די אלע צוגעקומענע נישט תלמידים וכדו'
די נייע שטעטל לאזט מען יעדעם קומען אפילו ביידע עלטערן וואינען נישט אין שטעטל, נישט געלערנט אין די ישיבות וכו'?

טובלכל » מיטוואך מאי 15, 2024 5:52 pm

· #562342
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
טובלכל #
סקווער האט כהיום אין וויליאמסבורג נאר בערך 120 משפּחות אמאל יארן צירוק פלעגט די רבי נאך קומען.ַ די חסידים האבן געבעטן רצונינו...
ער פלעגט קומען ווי די טאטע, 2 מאל א יאר, ער האט דאס זייט געזאגט ביים זיך ציען צו די דאן נייע שטעטל
אבער שוין היבש אפאר יאר וואס ער איז נישט געקומען

וואס איז יעצט געשעהן אז ער האט געשיקט זיין זין ?
איך הער וואס די זאגטס,
אפשר די מקוה און בעיסעמענט וואס זיי האָבן געענדיגט?

די קעפעלע » מיטוואך מאי 15, 2024 8:46 pm

· #562366
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
היימלינד #
די קעפעלע #

אזוי פיל יא, מען האט איהם געלייגט איין שירה העכער שלום בער.
די נעמען זעהט אויס עפ"י סדר א"ב

עס איז געווען א ווערטל

מענדל » זונטאג מאי 26, 2024 5:43 pm

· #563330
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ראה מה בין בני לבן....
📎 photo_2024-05-26_17-38-31.jpg 📎 photo_2024-05-26_17-38-53.jpg

אמאהלגעקעננט » זונטאג מאי 26, 2024 7:30 pm

· #563337
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מענדל #
ראה מה בין בני לבן....
[.

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג מאי 31, 2024 3:29 pm

· #563919
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מענדל #
ראה מה בין בני לבן....
וואו איז דאס?מאנסי,וויליאמסבורג?

מענדל » פרייטאג מאי 31, 2024 3:30 pm

· #563920
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
ראה מה בין בני לבן....
וואו איז דאס?מאנסי,וויליאמסבורג?
מאנסי/ספרינגוועלי

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג מאי 31, 2024 3:32 pm

· #563922
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מענדל #
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
ראה מה בין בני לבן....
וואו איז דאס?מאנסי,וויליאמסבורג?
מאנסי/ספרינגוועלי
ווער איז גרעסער?

מענדל » פרייטאג מאי 31, 2024 3:36 pm

· #563925
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
ראה מה בין בני לבן....
וואו איז דאס?מאנסי,וויליאמסבורג?
מאנסי/ספרינגוועלי
ווער איז גרעסער?
פרעג @בעל דרשן

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג מאי 31, 2024 3:37 pm

· #563926
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מענדל #
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
רב חאצאצאק הקטן #

וואו איז דאס?מאנסי,וויליאמסבורג?
מאנסי/ספרינגוועלי
ווער איז גרעסער?
פרעג @בעל דרשן
פארוואס?

א גוט יאר » מוצ"ש יוני 1, 2024 10:24 pm

· #563964
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
ראה מה בין בני לבן....
וואו איז דאס?מאנסי,וויליאמסבורג?
מאנסי/ספרינגוועלי
ווער איז גרעסער?
כאפ א בליק אויף די בילדער

רב חאצאצאק הקטן » דינסטאג יוני 11, 2024 3:17 pm

· #564855
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
א גוט יאר #
רב חאצאצאק הקטן #
מענדל #
רב חאצאצאק הקטן #

וואו איז דאס?מאנסי,וויליאמסבורג?
מאנסי/ספרינגוועלי
ווער איז גרעסער?
כאפ א בליק אויף די בילדער
ס"טוט גארנישט.

בעל דרשן » פרייטאג יוני 21, 2024 6:51 pm

· #565850
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
גרויסע שבת עלי' לתורה די וואך פאר א אייניקל פון די ראחמיסטריווקא רבי פון מאנסי, ערשטע שמחה בבית המלכות נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה, גייט ווערן געפראוועט אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין מאנסי בהשתתפות פולע חסידים ואנשי מעשה

פסכתר » דינסטאג יוני 25, 2024 8:04 pm

· #566245
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
ווער אינטערסירט פאזעטיווע נייעס?

כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי איז געווען ביים יארצייט טיש פון ר מאטל ז"ל ביים רבין פון ספרינג וואלי פאר די חתן מאהל פון א אייניקל אוין סקווירא

מענדל » דינסטאג יוני 25, 2024 8:32 pm

· #566249
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פסכתר #
ווער אינטערסירט פאזעטיווע נייעס?

כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי איז געווען ביים יארצייט טיש פון ר מאטל ז"ל ביים רבין פון ספרינג וואלי פאר די חתן מאהל פון א אייניקל אוין סקווירא
שיין!

עמרם » מיטוואך יוני 26, 2024 12:16 am

· #566271
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פסכתר #
ווער אינטערסירט פאזעטיווע נייעס?

כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי איז געווען ביים יארצייט טיש פון ר מאטל ז"ל ביים רבין פון ספרינג וואלי פאר די חתן מאהל פון א אייניקל אוין סקווירא
בילד ?

רויטער » מיטוואך יוני 26, 2024 12:52 am

· #566282
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
שלום שלום צווישן יידן

צפת » מיטוואך יוני 26, 2024 3:22 am

· #566299
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
בעל דרשן #
גרויסע שבת עלי' לתורה די וואך פאר א אייניקל פון די ראחמיסטריווקא רבי פון מאנסי, ערשטע שמחה בבית המלכות נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה, גייט ווערן געפראוועט אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין מאנסי בהשתתפות פולע חסידים ואנשי מעשה
חחחחחחחחחח מלכות ראחמסטריווקא... בית המלכות... מ'דערקענט פיין וואו דו באלאנגסט און וואס דו ווילסט דא מיט די אלע "מלכות" נייעסן.

זאג נאר, וואו זענען טאקע רוב עולם געגאנגען פון רחמיסטריווקע מאנסי? - איך אינדזשוי יעדע מאל דו זאגסט דעם ליגנט פון פריש. איך וויל עס נאכאמאל הערן. וועמען האט דער עולם געוואלט און וואו איז דער עולם טאקע געגאנגען.

בעל-דרשן, באהאלט זיך נישט. קום אריין קלאר, וועמען האט דער עולם געוואלט און וואו געפינט זיך רוב עולם?

עמרם » מיטוואך יוני 26, 2024 10:34 am

· #566336
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
למעשה האט ר' יהושע געטוהן א גוטע מאוו, מיטן עפענען א ישיבה קטנה קומעדיגע זמן
ווער ווייסט, ס'קען אים נאך אפשר ברענגן חסידים...

היימלינד » מיטוואך יוני 26, 2024 11:04 am

· #566337
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
רויטער #
שלום שלום צווישן יידן
קיינמאל קיין מחלוקה נישט געווען

און בד"וו אלע רבי מוטל'ס שוואגערס וואס זענען געווען אין מאנסי זענען אויך געווען דארט

וויזניץ קיימישע, בארנוב, סקווירא מאנסי

היימלינד » מיטוואך יוני 26, 2024 11:05 am

· #566338
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
עמרם #
למעשה האט ר' יהושע געטוהן א גוטע מאוו, מיטן עפענען א ישיבה קטנה קומעדיגע זמן
ווער ווייסט, ס'קען אים נאך אפשר ברענגן חסידים...
דאס איז טאקע די מטרה, מיר האבן שוין געברענגט די נייעס מיט עטליכע חדשים צוריק

פרי עץ הדר » מיטוואך יוני 26, 2024 5:58 pm

· #566421
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
מיר האלטען שוין נאנט צו די סיום פון די י"א חודש מען ערנדיגט קדיש זאגען דער ערב ראש חודש תמוז הבעל"ט שוין אריבער כמעט עלעף חדשים זינט די פטירה פון האי צדיק כביר דער לעצטער לייב וואס מיר האבען געהאט מיר מוזען מאכען א חשבון הנפש ואוס טוט זיך מיט בית ראחמיסטריווקא ווי אזוי זענען די ממשיכים מצליח וואס איז מסודר און וואס נישט ווי איז פארהאנען חידושים סוף כל סוף איז אריבער א יאר מיט אלע ימים טובים ווי אוזי זעהט דאס אויס גייענדיג ווייטער
א' איז דער בנו הגדול הרה"צ רבי דוד משה שליט"א די רבי אין ב"פ
מען מוז מודה זיין די קרובים ורחוקים עס איז א ווינדער ווי אוזי די זאך איז מסודר און אדרבה די ציבור איז געוואקסען און ווארעם צו די זאך יעדע פרייטאג צו נאכטס די שלוש סעודות און די תפלות איז בלי עין הרע די שענסטע און גרעסטע וואס איז שייך זייענדיג אין בארא פארק שבועות כהאב נישט געגלייבט איך בין אריין ביים ליינען די ערשטע טאג יו"ט און די בית המדרש איז געווען געפאקט..... א מעגא עולם א ריזען עולם נישט געווען קיין סך געסט ווי פאר שטענדליך אבער עס פעלט ב"ה נישט קיין עולם
און מיט א קיק אויף ווייטער זאלען זיי בעסער צו בויען און פאר ברייטערען די שול ווייל און עטליכע יאר איז נישט דא א פלאץ פאר א נאדעל צו שטעלען שבת ויו"ט....
און לויט די יכולת פון די רבי מאכט ער די בעסטע וואס איז שייך ער פרובירט די בעסטע צו זאגען זמירות די שענסטע וואס איז מעגליך פאר זיינע יכולת [כהאף אז ער רעדט זיך נישט אן אז ער מוז דאווענען פאר די עמוד ימים נוראים] ער זאל נאר טרעפען א ש"ץ וואס דער עולם האט ליב דאס איז מיין עצה...
אבער בר מן דין איז די זאך מצליח
איך וואלט אים געגעבען א גרעיט א גיטע ניינציג....

ב' הרה"צ רבי בערל שליט"א די לייקוואד רבי
איך האב זייער שווער גארבעט צו אויסגעפינען די מציאות דארט זייענדיג זייער פרעמד צו די זאך אדרבה פאר בעסערט מיך אויב איך האב א גרייז, און אויב איך דארף מאכען א גרעיט וואלט איך לויט מיין שאצונג געזאגט איז עס א שוואכע 50 און מיט ווייטוג זאג איך עס וויל רבי בערל איז א כליל המעלות א אוצר פון שטריכען פון טאטען ער נעמט אויף א מענטש ווי עס באדארף האט און זיך א אוצר צו פארקויפען כגעדנק נאך אלטץ בחור אין די מ' יארען וואס רבי בערל איז געווען די גרויסע חלק פון די הצלחה פון בית ראחמיסטריווקא,
וואס איז די פשט אז די זאך ציעט נישט אז יו"ט שבועות איז געווען נאר איין גאסט אינגאנצען! הישמע כזאת רבי בערל וואלט געדארפט האבען צענדליגער בארא פארקע אידען און ואינונו ס'נישט צו פארשטיין די מעשה.... ממש א מעשה בעל דבר האט זיך דארט אריינגעכאפט....
סאיז מיר ממש שווער ממשיך צו זיין פון ווייטוג א ארט וואס האט געדארפט ווערען די וועלט'ס ווינדער איז אזוי שטיל וואס איז דער פשט? ועוד חזון למועד צו אריינקריכען אין די מציאות און תוצאות וכו'....

ג' הרה"צ רבי יושע שליט"א די מאנסיער רבי און כוועל אנהייבען מיט די גרעיטס קומט אים א זיבציג! און פארוואס ווייל ער איז ממש א יש מאין די עולם פון מאנסי איז דאך נישט מיט אים, און ער איז מצליח מיט נייע מענטשען כ'מיין עס קומט א 70 און באמת דארך מען דאס אפשאצען אין 5 יאר ווען עס איז שוין דא פינעף יאר ארבעט אויף די פיעלד, ער וועט שוין האבען א ישיבה מיט ידידים און שונאים... און זענם די אנטווירלונגען
אבער לויט פון וואס ער האט אנגעהויבען און ווי ער איז א שיינע 70

ד' הרה"צ רבי זושא שליט"א די ווילאמסבורגער רבי
איז א זיכערע הונדרעט ער איז אנגעקימען מיט א יואש פארלוירען א זיכערע לינדען מיט 30 אינגעלייט וואס זענען געווען כולו פאר אים און זיי זענען דיסעפוינטענט איבערלאזנדיג כדומן על פני השדה און ווילאמסבורג איז לכתחלה נישט די גרעסטע הצלחהדיגער ארט פאר ראחמיסטריווקא קיינמאל געווען און די זאך שיינט בלי עין הרע הונדרעטער אידען קלאמערען זיך ביי די תפלות און טישען געסט יעדע שבת די ווייב ווי מען זאגט אין אמעירקע איז א פריילעכער דער עולם איז הייפער געלט גיסט זיך נוסח ווילאמסבורג שבועות איז געועון פיל כעסט פון איבעראלל ממש א הונדרעט מיט א פלאס!

ה' הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א די רבי פון לינדען איז א זיכערע הונדרעט וואס ער האט הייסט א גרויסע הצלחה ודי בזה....

ו' הרה"צ רבי נחום שליט"א אוק וויין רבי לויט די באריכטען איז א זיכערע הצלחה א זיכערע הונדרעט ודי בזה

ז' ואחרון אחרון חביב די ספרינג וואלי רבי, הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, איך וויל נישט זאגען א גרעיט אדער א נומער, וועגען עין הרע, אבער דאס איז זיכער די שטערקסטע און גרעסטע הצלחה וואס איז שייך, איז דא ביי אים,
און לויט זיין רצון נישט צו זיין א רבי, און לויט די מציאות פון זיין שווער שליט"א, און זיינע פעטערס, וואס איז כמעט נישט שייך געווען בדרך הטבע אז ער זאל זיין א רבי, נישט האבענדיג א אדרעס בכלל, און די יד ד' האט געפירט אז ער זאל זיין מיט אזא הצלחה, וואס איז נגד הטבע נגד המציאות, ווי מען ווערט דורך אים מחוזק אין די אמונה כפשוטו....

צפת » מיטוואך יוני 26, 2024 9:46 pm

· #566449
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ הדר #
ה' הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א די רבי פון לינדען איז א זיכערע הונדרעט וואס ער האט הייסט א גרויסע הצלחה ודי בזה....

ו' הרה"צ רבי נחום שליט"א אוק וויין רבי לויט די באריכטען איז א זיכערע הצלחה א זיכערע הונדרעט ודי בזה
אפשר זענט איר מאריך אביסל מער איבער די צוויי. וואס האבן זיי היינט? - האבן זיי מוסדות, האבן זיי חסידים וואס גלייבן אין זיי, האבן זיי געסט אויף ימים טובים, פירן זיין טיש יעדע וואך און נעמען אויף קוויטלעך? - שרייבט מען אראפ זייערע תורות און מען דרוקט עס, זאגן זיי בכלל תורה? - די מענטשן וואס דאווענען אין זייערע בתי-מדרשים זענען ערנסטע חסידים, אדער זענען זיי בלויז מתפללי בית-המדרש, ווי א רב און זיינע מתפללים. פארמאגן זיי חסידים פון דער פרעמד?

וואס פונטקליך איז זייער מצב? - דער עולם איז זייער נייגעריג צו הערן א גרוס פון זיי, און ווי אזוי זיי האבן זיך אויפגעבויט אין די ערשטע יאר?

מענדל » מיטוואך יוני 26, 2024 10:55 pm

· #566460
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
צפת #

פעלט נישט אויס מאריך צו זיין מען דארף זיך נאר אויסלערנען צו ליינען צווישען די שורות

צפת » דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:37 am

· #566464
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פארט, זיי זענען א רבי פון חסידים, אדער עפעס אזוי ווי נאדבורנא באניע וכו'?

פסכתר » דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:28 am

· #566491
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ הדר #
מיר האלטען שוין נאנט צו די סיום פון די י"א חודש מען ערנדיגט קדיש זאגען דער ערב ראש חודש תמוז הבעל"ט שוין אריבער כמעט עלעף חדשים זינט די פטירה פון האי צדיק כביר דער לעצטער לייב וואס מיר האבען געהאט מיר מוזען מאכען א חשבון הנפש ואוס טוט זיך מיט בית ראחמיסטריווקא ווי אזוי זענען די ממשיכים מצליח וואס איז מסודר און וואס נישט ווי איז פארהאנען חידושים סוף כל סוף איז אריבער א יאר מיט אלע ימים טובים ווי אוזי זעהט דאס אויס גייענדיג ווייטער
א' איז דער בנו הגדול הרה"צ רבי דוד משה שליט"א די רבי אין ב"פ
מען מוז מודה זיין די קרובים ורחוקים עס איז א ווינדער ווי אוזי די זאך איז מסודר און אדרבה די ציבור איז געוואקסען און ווארעם צו די זאך יעדע פרייטאג צו נאכטס די שלוש סעודות און די תפלות איז בלי עין הרע די שענסטע און גרעסטע וואס איז שייך זייענדיג אין בארא פארק שבועות כהאב נישט געגלייבט איך בין אריין ביים ליינען די ערשטע טאג יו"ט און די בית המדרש איז געווען געפאקט..... א מעגא עולם א ריזען עולם נישט געווען קיין סך געסט ווי פאר שטענדליך אבער עס פעלט ב"ה נישט קיין עולם
און מיט א קיק אויף ווייטער זאלען זיי בעסער צו בויען און פאר ברייטערען די שול ווייל און עטליכע יאר איז נישט דא א פלאץ פאר א נאדעל צו שטעלען שבת ויו"ט....
און לויט די יכולת פון די רבי מאכט ער די בעסטע וואס איז שייך ער פרובירט די בעסטע צו זאגען זמירות די שענסטע וואס איז מעגליך פאר זיינע יכולת [כהאף אז ער רעדט זיך נישט אן אז ער מוז דאווענען פאר די עמוד ימים נוראים] ער זאל נאר טרעפען א ש"ץ וואס דער עולם האט ליב דאס איז מיין עצה...
אבער בר מן דין איז די זאך מצליח
איך וואלט אים געגעבען א גרעיט א גיטע ניינציג....

ב' הרה"צ רבי בערל שליט"א די לייקוואד רבי
איך האב זייער שווער גארבעט צו אויסגעפינען די מציאות דארט זייענדיג זייער פרעמד צו די זאך אדרבה פאר בעסערט מיך אויב איך האב א גרייז, און אויב איך דארף מאכען א גרעיט וואלט איך לויט מיין שאצונג געזאגט איז עס א שוואכע 50 און מיט ווייטוג זאג איך עס וויל רבי בערל איז א כליל המעלות א אוצר פון שטריכען פון טאטען ער נעמט אויף א מענטש ווי עס באדארף האט און זיך א אוצר צו פארקויפען כגעדנק נאך אלטץ בחור אין די מ' יארען וואס רבי בערל איז געווען די גרויסע חלק פון די הצלחה פון בית ראחמיסטריווקא,
וואס איז די פשט אז די זאך ציעט נישט אז יו"ט שבועות איז געווען נאר איין גאסט אינגאנצען! הישמע כזאת רבי בערל וואלט געדארפט האבען צענדליגער בארא פארקע אידען און ואינונו ס'נישט צו פארשטיין די מעשה.... ממש א מעשה בעל דבר האט זיך דארט אריינגעכאפט....
סאיז מיר ממש שווער ממשיך צו זיין פון ווייטוג א ארט וואס האט געדארפט ווערען די וועלט'ס ווינדער איז אזוי שטיל וואס איז דער פשט? ועוד חזון למועד צו אריינקריכען אין די מציאות און תוצאות וכו'....

ג' הרה"צ רבי יושע שליט"א די מאנסיער רבי און כוועל אנהייבען מיט די גרעיטס קומט אים א זיבציג! און פארוואס ווייל ער איז ממש א יש מאין די עולם פון מאנסי איז דאך נישט מיט אים, און ער איז מצליח מיט נייע מענטשען כ'מיין עס קומט א 70 און באמת דארך מען דאס אפשאצען אין 5 יאר ווען עס איז שוין דא פינעף יאר ארבעט אויף די פיעלד, ער וועט שוין האבען א ישיבה מיט ידידים און שונאים... און זענם די אנטווירלונגען
אבער לויט פון וואס ער האט אנגעהויבען און ווי ער איז א שיינע 70

ד' הרה"צ רבי זושא שליט"א די ווילאמסבורגער רבי
איז א זיכערע הונדרעט ער איז אנגעקימען מיט א יואש פארלוירען א זיכערע לינדען מיט 30 אינגעלייט וואס זענען געווען כולו פאר אים און זיי זענען דיסעפוינטענט איבערלאזנדיג כדומן על פני השדה און ווילאמסבורג איז לכתחלה נישט די גרעסטע הצלחהדיגער ארט פאר ראחמיסטריווקא קיינמאל געווען און די זאך שיינט בלי עין הרע הונדרעטער אידען קלאמערען זיך ביי די תפלות און טישען געסט יעדע שבת די ווייב ווי מען זאגט אין אמעירקע איז א פריילעכער דער עולם איז הייפער געלט גיסט זיך נוסח ווילאמסבורג שבועות איז געועון פיל כעסט פון איבעראלל ממש א הונדרעט מיט א פלאס!

ה' הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א די רבי פון לינדען איז א זיכערע הונדרעט וואס ער האט הייסט א גרויסע הצלחה ודי בזה....

ו' הרה"צ רבי נחום שליט"א אוק וויין רבי לויט די באריכטען איז א זיכערע הצלחה א זיכערע הונדרעט ודי בזה

ז' ואחרון אחרון חביב די ספרינג וואלי רבי, הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, איך וויל נישט זאגען א גרעיט אדער א נומער, וועגען עין הרע, אבער דאס איז זיכער די שטערקסטע און גרעסטע הצלחה וואס איז שייך, איז דא ביי אים,
און לויט זיין רצון נישט צו זיין א רבי, און לויט די מציאות פון זיין שווער שליט"א, און זיינע פעטערס, וואס איז כמעט נישט שייך געווען בדרך הטבע אז ער זאל זיין א רבי, נישט האבענדיג א אדרעס בכלל, און די יד ד' האט געפירט אז ער זאל זיין מיט אזא הצלחה, וואס איז נגד הטבע נגד המציאות, ווי מען ווערט דורך אים מחוזק אין די אמונה כפשוטו....
ר שיע און ר נחום זענען ביידע מצליח לפי ערכם זיי האבן אנגעהויבן פון סקרעטש. האמת אגיד איך בין א חסיד פון ר נחום עס איז די איינציגסטע טיש פרייטיג צונאכטס און אוקוויין. ער האט א שיינע עולם ביים טיש אפילו אין די זוממער די זעלבע איז מיט מלוה מלכה. שבת צופרי האט ער פערציג פופציג מתפללים. ער האט אנגעהאבען פון 0. משא"כ ר' שיע האט געהאט א כולל.

ר' בערל מאכסטו אויסקוקען זייער שלעכט. למעשה ער פירט זייער שיין ער האט באקומען אלעס גרייט ישיבה, בית מדרש, חדר, און אלעס פארט א מחיה. איך בין געווען ביים סעודות בעל שם מוצאי פסח חוץ פון די בחורים איז געווען א גרויסע עולם פון די בעלי בתים אין שיינע אידן. איי געסט? ווער דארף געסט אז סאיז דא געניג אייגענע. די חסידית בויט זיך שוין דארט פון די סמך יארען

ר זושא ב"ה א שיינע בית המדרש אבער רוב זענען פרעמדע. איך בין געווען די שבת צופרי ביי שחרית סאיז עפעס געווען פארשלאפען. אבער ער פירט הערליך שיין שלש סעודות. די עולם קומט פון איבערראלל.

היימלינד » דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:30 am

· #566498
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
פרי עץ גאנץ א שוואכע אפשאצונג, איך האב נישט קיין נערווען צו מאריך זיין, אין באמת וועם אינטרעסירט עס עכט?

א פאר נקודות און שוין:

לעיקוואד: ער איז זייער מצליח מיט זיין עולם, שוין געוועהן דארט עטליכע מאהל ביי וואכענדיגע מאורעת, דאס אז ס'איז נישט קיין גרויסע געפארעכטץ אויף יו"ט וועט מען באלד צוקומען, שבתים דא דארט הער איך אז יא אביסעל, ער פערזענליך איז אביסעל דיסעפוינטעד מיט א חלק פון די קלייענטעל, ער איז געוועהן צוגעוואוינט צו העכערע, אבער איך מיין אז ער איז זיך טועה, ס'איז שוין 2024, ער איז געווען חוץ לענינים פאר אפאר יאר.

אוקנוויין: מורא'דיג מצליח פון דעי וואן נאך פאר ער איז געווען רבי, ער איז א כאריזמאטישע מענטש, שיינע רעדנער און בעל תפלה, פארשטייט די ביזנעס זייער גוט.
ער פירט זיך רבי לכל דבר און דאס איז גורם אז איינס העכער איהם זאל האבן לחץ אויך צו פירען וכדומה וואס בעצם אינטרעסירט עס איהם נישט.

מאנסי: איך וואלט עס נישט גערופען אן אייגענע הצלחה, רוב קרעדיט קומט זיך פאר זיין נעפיו סיי פארן ארום שלעפען קודם און אויך אקטיוו שיקן אהין אינקלאדינג די גבאי ממ"ל, ער דערמאנט כסדר "די פעטער די רבי פון דא", מוצ"ש האט ער דערמאנט וועגען די חתונה ועוד הרבה, למעשה האט ער גאנץ א קליינע קביעות'דיגע עולם, אבער קען במשך הזמן גאנץ פיין מצליח זיין, ער איז א געשמאקער מיט תוכן.

וומסב"ג: מצד ראחמיסטריווקא איז אלעס as expected ער איז אלעמאל געווען באליבט און ער דערמאנט די מערסטע פון די טאטע, ממילא איז קיינער נישט סורפרייזד, דו דערמאנסט לינדען, עס איז געווען א שיינע עולם פון לינדען דארט אויף שבועות און בכלל אנערע זמנים ומועדים, די גאר אינגע אינגעלייט וואס האבן געלערנט ביי איהם אין ישיבה גייען פייער פאר איהם אבער אפילו אויך אביסעל עלטערע וואס געדענקען שוין נישט די רבי בתוקפו, חוץ מזה האט ער זיך קיינמאל נישט געמישט אין גארנישט האט ער קיין שונאים נישט, נישט אז די אנדערע יא.

ב"פ: אלעס פארט ווייטער מיט א שטארקייט בעסער ווי געראכטען, ער ארבייט אסאך וויאזוי אויפצונעמען א מענטש און די עולם איז זייער צופרידען, צו זענען אלע געשוואורענע חסידים? ניין אבער מתנגדים זיכער נישט און זייערע קינדער גייען בדרך הטבע יא זיין שטארקע חסידים, בכלל איז די עולם באקוועם דארט און מען זיכט נישט אוועק צו פארען וואס איז אויך א גרויסע טירחא, דאס פארענטפערט אויך פארוואס ימים טובים אין לעיקוואד איז נישט געווען קיין סאך געסט, איי וומסב"ג? זיינע אוהדים זענען מער א אינגערע עולם און איז לעת עתה מער עקסייטונג משא"כ די וואס דו האסט עקספעקטעד צו פארען קיין לעיקוואד זענען בעיקר העכער 40. ודו"ק.

ספ"וו: פאדערט א שמועס פאר זיך און יעצט האב איך נישט קיין כח פארדעם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26