☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

אבי גערעדט » פרייטאג יולי 4, 2014 10:58 am

· #209889
מאמענט הייבט שוין אן "דאונסייזן" , פון די וועכנטליכע 80 זייטן איז די וואך אראפגעגאנגען צו 64 זייטן, מיינט עס עפעס? דוכט זיך מיר אז אלע פארשפארטע אידישע מאגאזינען האבן אזוי געענדיגט

יואב » זונטאג יולי 6, 2014 4:51 am

· #210157
אלס איינער וואס קויפט וועכענטליך די אויסגאבע, און האט דאס אין די לעצטערע וואכן שטארק באגריסט און אויסגעלויבט טאקע דא אין שטיבל, וועל איך דא אויך אויסדריקן מיין אנטוישונג.

די גראמאטיק ווערט ערגער מיט וואס א וואך ס׳גייט פארביי; ספעללינג, טייפאויס, און אנדערע אויסלייג גרייזן יאגן אויך בארג אראפ, און לאזן זיך אין דעם גאנג פון אנדערע דורכגעפאלענע מאגאזינען. איך מוז באטאנען אז ס׳איז דערפרישנד צו זען א וועכענטליכע אויסגאבע אלץ מיט סחורה חדשים לבקרים. אינטערסאנטע, און העכסט-אויסשליסליכע ארטיקלען.
למעשה אבער, פיינע סובסטאנץ, שלעכט דעליווערט. אן אויסגאבע מלא וגדוש מיט גראבע טעותים. איראניש איז, ביים ענטפערן א בריוו וואס אדרעסירט די פעלערהאפטיגע אויסלייגן פון א געוויסן ארטיקל, ווינדערט מען זיך מצד דער רעדאקציע וויאזוי די אויגן פון די ״מגיהים״ האבן דאס פארזעען, און פארשפרעכט דארט אז כמוהו לא יהיה עוד. ס׳וועט מער נישט פאסירן.

מידי דברו בו: פנחס גלויבער׳ס נאמען ווי כ׳האב אויפגעפאסט, האט זיך אראפגעגליטשט פון דער לאנגער רשימה פון עדיטארס. קען זיין הא בהא תליא. א פיינער שרייבער פון וועמען כ׳האב גראדע נישט געזען די וואך עפעס, סיידן ער האלט זיך אויף אונטער א צווייטן סודאנעם. זיינע ארטיקלען זענען שטארק פראפעסינאלע, און בדרך כלל אינפארמאטיוו און קאמפריהאנסיוו -- ממש א נחת צו ליינען.

לגבי הרב מנחם האפמאן, איז פאר דעם רעדאקטאר געוועזן וויכטיג אונטערצושטרייכן אזש נאך אויף דער ערשטער זייט, די שפיזיגע ליניע: ״ניין! אידן דארפן נישט גיין אין קאלעדש צו זיין סוקסעספול אין ביזנעס״.

א נקודה וואס לאזט פלאץ צו זיין אומאיינשטימיג, און איז לדעתי נישט גערעכט. דאס אז ער צייגט אן אויף פילע פון די גרעסטע מיליאנערן, וואס זענען לאו דוקא אויסגעשטיגן צו דארט וואו זיי זענען אנגעקומען צוליב גוטע קאלעדש אויסצייכענונגען, איז לכאורה א ראיה אויף פארקערט.

קאלעדש איז טאקע דעזיגנירט דוקא פאר דעם גרויסן פראצענט פון מענטשן וועלכע זענען נישט געבוירן מיט הרב פיטעק׳ס אויסגערופענע ביזנעס סקילס; פאר דער מאיאריטעט פון ארבייטער וועלכע זענען נישט געבוירן מיט אזא סארט בלוט פון טון, עסקן׳נען, רודערן, קויפן, פארקויפן, און אויפקומען מיט פרישע אויסטרעפן פון וואנען צו לייזן דאלארן.

דער דאזיגער פראצענט, און איז געוויס די מערהייט, מוטשעט זיך טאקע. מענטשן וואס זענען נישט געבענטשט מיט ביזנעס סקיללס זענען געצווינגען צו פארקויפן זייערע גאטקעס צו קענען נאכקומען די שווערע סטאנדארטן פון דעם לעבן בכלל; פון דער היימישער געזעלשאפט בפרט. און אז לערנט מען זיך צו א פאך -- א זאך וואס פאר דער גמרא איז גראדע געוועזן באקוועם אנצונעמען אז ס׳קומט פאר דעם טאטן דאס צו טון -- קען מען האבן פון וואנען צו באצאלן די ביללס. און אז נישט זעט מען אויס אזוי ווי מ׳זעט טאקע אויס. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

כוכב » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:57 pm

· #213651
עס זעט אויס ווי עס האט גענומען א שטיקל ריכטונג און האט אנגעהויבן טראגן מיט זיך אייגנארטיגקייט.
עד היום איז עס געווען אבי געזונט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:59 pm

· #213652
איך רעד זיך איין אז כ'האב אנגעהויבן באקומען א שטיקל פילינג אויף די אויסגאבע. ער נעמט קארענט איווענטס און דברים העומדים על הפרק און שמועסט עס אויס און צולייגט עס, אן קיין מורא פאר קיינעם, נאר שרייבט וואס ער האט צו זאגן און וואס עס דארף געזאגט צו ווערן, אנע חנפ'ענען יעדן איינעם, ווי שיין אלע מלוה-מלכה'ס זענען געלונגען און ווילאנג די רבי'ס האבן איבערגעלאזט א רושם אויפן שטאט.

די ארטיקל לעצטע וואך "ווי אזוי קריכט מען אראפ פונעם געלט בוים" פון אונזער הויכע לעבנס סטאנדארד איז אייזן שטארק, דאס דארף מען קאפירן און אויפהענגען אין אלע שוהלן און לענגאויס גאנץ ליע עוו. כולי האי ואולי. ער זאגט און שרייעט דעם אמת וואס ברויך ארויסגעשריגן ווערן, וואס כל לבב דוי וכל ראש לחלי. נאך א גוטע ארטיקל איז געווען לעצטנס פון די משפיעים, הלמאי דער עולם (בפרט די יונגווארג) זוכט און לעכצט, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה', צי איז דאס א גוטע ערשיינונג אדער נישט, מחמת מען זעהט דאך אז די מוסדות הקדושים געפעלט נישט דער נייער דרך אשר לא שערום אבותינו... כנה וכהנה שמועסט ער אויס זאכליכע און נוצליכע דעבאטעס. ריכטיג, ער האט צומאל ארטיקלען וואס זענען נישט בסדר, אבער איך גיב רעכט צו האבן עטליכע מאל א דורכפאל, בתנאי זה אז ער וועט זיין דער ראש וראשון וואס דערשרעקט זיך נישט צו משמיע זיין דעם קול הציבור בפומבי און איז מקיים דעם לא תגורו. איך האב האפענונג אז מער און מער וויי געשרייען וועלן אויסגעלופטערט ווערן מיט די צייט, און עס וועט בעז"ה פאלן אויף די ריכטיגע אויערן.

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 25, 2014 3:12 pm

· #213770
יעצט געקויפט לכבוד דעם ארטיקל אויף די ספיד אוו לייט [עס רירט אויך אהן רעלאטיוויטי און E=MC2 אויפן שפיץ גאפל] און עס טאקע שוין אפגעלייענט, די שפראך איז געשמאק און רייך, די מאס אינפארמאציע איז פונקט די ריכטיגע אז מען נעמט עס אויף די ערשטע מאל שבת נאכ'ן טשולענט, בהתפשטות הגשמיות אויפן ריקליינער.

האפענטליך וועלן זיי ממשיך זיין מיט די סארט מאמרים, ווי צוגעזאגט סוף ארטיקל.

מנשה לוסטיג » פרייטאג יולי 25, 2014 4:14 pm

· #213790
ס'קוקט אויס ווי ער קאפירט מאמרים פון דא אין קאווע שטיבל, וואס דארף נישט זיין אויסגעהאלטן 'עט אלל' און געבט צו שטאפן די אומ'וויסנדע ערליכע לייענער וואס וואלטן לכתחילה נישט געליינט דאס, אויב זיי האבן זיך נאכנישט געכאפט

מנשה לוסטיג » מוצ"ש יולי 26, 2014 10:33 pm

· #213818
הכי קתני, ס'קוקט אויס 'אזויווי' ער קאפירט די דיעות כוזבות ווי דא ארום, און אזעלכע שטאף פיטערט ער דעם תמימות ציבור

אפטעמיסט » מוצ"ש יולי 26, 2014 10:57 pm

· #213824
קומסט אריין זייער נישט קלאר

כוכב » זונטאג יולי 27, 2014 12:04 am

· #213830
אויב דא איז דעות כוזבות דעמאלט בלייב זיצן אין פעיסבוק און הענג ארום מיט אלע שקצים און נקיבות וואס לייקן דיך.
וואס קומסטו דא בכלל?

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 12:17 am

· #213832
דער מאמענט האט א בילד די וואך פון א פרא פאלעסטינער פראטעסט מיט א גרויסע פלאקאט "queers for Palestine" און "רעגן-בויגן" פענער,
איך גלייב אז נישט דער וואס האט געלייגט דאס בילד, און רוב ליינערס, האבן אן אנונג וואס queers און די רעגן-בויגן פענער מיינען,
אבער אזא בילד מעג נישט ערשיינען אין א היימישע אויסגאבע אויף קיין שום פאל!

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 12:20 am

· #213834
כוכב
אויב דא איז דעות כוזבות דעמאלט בלייב זיצן אין פעיסבוק און הענג ארום מיט אלע שקצים און נקיבות וואס לייקן דיך.
וואס קומסטו דא בכלל?

טול קורה מבין עניך,
Get over yourself 👍

שמעקעדיג » זונטאג יולי 27, 2014 10:31 am

· #213878
די וואך האבן זיי ווייטער א וויכטיגע דעבאטע צי די מוסדות האבן רעכט צו נוצן די קינדער אלס א משכון אויב דער טאטע באצאלט נישט שכר לימוד, ווי צב"ש אהיימשיקן, נישט געבן רעפארט קארדס, און אנדערע מיטלען, און כאטש מען קען פארשטיין די מוסדות ווייל אנדערש באקומען זיי נישט באצאלט איז אבער די שאלה אלו הצאן מה חטאו, צי גיט דאס א רעכט פארן מוסד זיך צו שפילן מיט די בלוט פון די קינדער אלס א עקסיוז.

(בין הדברים זאגט ער דארט אז ברוחניות קען מען פארשטיין פארוואס די מוסדות נוצן די קינדער פאר א שטעקן...... אבער די שאלה איז בגשמיות)

מנשה לוסטיג » זונטאג יולי 27, 2014 2:00 pm

· #213918
ישראל קאפקע
דער מאמענט האט א בילד די וואך פון א פרא פאלעסטינער פראטעסט מיט א גרויסע פלאקאט "queers for Palestine" און "רעגן-בויגן" פענער,
איך גלייב אז נישט דער וואס האט געלייגט דאס בילד, און רוב ליינערס, האבן אן אנונג וואס queers און די רעגן-בויגן פענער מיינען,
אבער אזא בילד מעג נישט ערשיינען אין א היימישע אויסגאבע אויף קיין שום פאל!

און דאס בילד פון איזרעילי פלעג מיט א האקנקרייץ, טאר אויך נישט ערשיינען אין א יידישע אויסגאבע וואס איז צום פארקויפן פאר קינד און קייט. און ליידער אסאך בדומה לזה טוט וועכנטליך דארט געברענגט ווערן, וואס איז לדעתי נישט אויסגעהאלטן פארן היימישע יונגע לייענער.

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 3, 2014 7:22 pm

· #215251
ונבנתה העיר
יעצט געקויפט לכבוד דעם ארטיקל אויף די ספיד אוו לייט [עס רירט אויך אהן רעלאטיוויטי און E=MC2 אויפן שפיץ גאפל] און עס טאקע שוין אפגעלייענט, די שפראך איז געשמאק און רייך, די מאס אינפארמאציע איז פונקט די ריכטיגע אז מען נעמט עס אויף די ערשטע מאל שבת נאכ'ן טשולענט, בהתפשטות הגשמיות אויפן ריקליינער.

האפענטליך וועלן זיי ממשיך זיין מיט די סארט מאמרים, ווי צוגעזאגט סוף ארטיקל.

די וואך האבן זיי נאכאמאל געהאט אזא סארט ארטיקל - הגם פול מיט טעיות - והוספתי שנית ידי לקנותה.

וואס איך קען נאר נישט פארשטיין איז פארוואס זיי לאזן זיך נישט אפ פון דעם נארישן 'א בליק', חוץ פון דעם וואס א בילדער העפט צום 'מאמענט' איז ווי דזשאו ביידן אין די ניין טעג [?], איז עס פול מיט אומבאלומפערטע, קרומע, נארישע, נישט-גוט-אויסגעלייגטע צושריפטן צו די בילדער.

אט איז א דוגמא פון די וואך, ער באשרייבט קריסטאל נאכט מיט אט דעם גרויסן בילד וואס יעדע הגיע לחינוך ווייסט אז דאס איז פונעם ווארשא'ער געטא.
📎 soldados-nazis.png

ישראל קאפקע » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 4:31 pm

· #216012
העי וואס איז דאס?
די זעלבע דעקל ווי צוויי וואכן צוריק, ניין?

zurich » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 4:34 pm

· #216014
ישראל קאפקע
העי וואס איז דאס?
די זעלבע דעקל ווי צוויי וואכן צוריק, ניין?

ניין

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:52 pm

· #216335
פיינע נייעס לעצטע וואך, איך קען זיי נישט גענוג גראטולירן.
קודם כל די קוראזש פון א לאנגע ארטיקל אקעגן די מאנסי דעוועלאפערס, וואס איז אקעגן דעם אנגענומענעם דעת הקהל, און ברענגט ארויס דעם צד פון "פרעזערוו רעמעפא".
און דערנאך האבן זיי א שטיקל ווי זיי לייגן אראפ דעם שרעקליכן מצב הפרנסה, און ווי אזוי אונזער עולם לעבט אין עולם הדמיון און קיינער טוט גארנישט למעשה, מען מאכט אלעס אוועק כלאחר יד... מורא'דיגע דיבורים, קילורין לעינים.

נאר אזוי, מען וועט האקן און בראקן אויף די נושא פון פרנסה ביז דער עולם וועט זיך אויפוועקן פון דעם זיסן טיפן בערן שלאף און דערזעהן דעם ביטערן מציאות וואו מיר געפינען זיך. כה לחי!

פישלע העררינג » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:58 pm

· #216338
שמעקעדיג
פיינע נייעס לעצטע וואך, איך קען זיי נישט גענוג גראטולירן.
קודם כל די קוראזש פון א לאנגע ארטיקל אקעגן די מאנסי דעוועלאפערס, וואס איז אקעגן דעם אנגענומענעם דעת הקהל, און ברענגט ארויס דעם צד פון "פרעזערוו רעמעפא".
און דערנאך האבן זיי א שטיקל ווי זיי לייגן אראפ דעם שרעקליכן מצב הפרנסה, און ווי אזוי אונזער עולם לעבט אין עולם הדמיון און קיינער טוט גארנישט למעשה, מען מאכט אלעס אוועק כלאחר יד... מורא'דיגע דיבורים, קילורין לעינים.

נאר אזוי, מען וועט האקן און בראקן אויף די נושא פון פרנסה ביז דער עולם וועט זיך אויפוועקן פון דעם זיסן טיפן בערן שלאף און דערזעהן דעם ביטערן מציאות וואו מיר געפינען זיך. כה לחי!

איך האב געזעהן א נייע ביכל אין געשעפט The Parnassah Guide ווי עס ווערט אויסגעשמועסט יעדע סארט פאך, פאר וועמען עס איז געמאכט, וויפיהל צייט נעמט זיך עס צו לערנען, וויפיהל געלט קאסט עס צו לערנען, וויפיהל פארדינט מען, איז דא א וואקס מעגליכקייט, וכו וכו וכו. דאס דארף מען טיילן ביי יעדן חתן שיעור. אין יעדע כולל ברויך מען עס ארייננעמען. ווער עס קען עס אפשאצן דא ברבים למצוה גדולה יחשב.

יואב » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:02 pm

· #216398
הגם איך קויף דעם מאמענט וועכענטליך, קומט מיך נישט אויס דאס דורכצובלעטערן אזוי תם ונשלם. מיין אפעטיט דערצו איז דראסטיש געפאלן, און מיין אפטעמיסטישער בליק איבער דער דאזיגער אויסגאבע, וועלכע האט אנגעבליך געזאלט הייבן דעם ניווא פון ליין מאטריאל אויף דער אידישער שפראך ביים היימישן עולם, האט זיך שטארק פארטונקלט, און אריינגעהויבן א שטיקל אנטוישונג -- ווי כ׳האב שוין געשריבן דא.

שבת נחמו איז נאך אבער אזוי הלכה למשה מסיני אוועקצופארן ווי לאקשן-קוגל, און הגם איך בין איבערצייגט אז נישטא קיין בעסערס ווי פארבלייבן אין שטאט זומער, ווארום יענעמס וואקאציע איז דאך אויטאמאטיש מיין וואקאציע, האב איך מיך פארט געזען אין אזא מצב אז מ׳פארט. א גזירה פון הימל צו גיין אין גלות -- גלות טאקע אין דער זעלבער צייט ווען צוליב דעם געפיל, שפירט כלל ישראל אז די הפטורה פון טרייסט איז דוקא מענדעטארי.

האב איך פארבויגן דעם מאמענט אויף האלב, און זייענדיג גוט איינגעשטעקט אינעם ביזעם טאש, האב איך מיך א לאז געטאן אין שול.

מיינע עלטערן האבן בכיוון געקליבן א קאנטרי וואו מ׳רעכט אפ א דאווענען בבחינת כל נערווען תיפלצנה. האב איך אזוי בין גברא לגברא דערקוויקט מיין זעל מיטן לעזן דעם מאמענט ממש פון דעקל צו דעקל.

מה אומר ומה אגיד. מיין הארץ איז געפאלן פאר דער אויסגאבע. איך קלער נאר, הלוואי איז דער פארלאנג דערצו גרויס ביים היימישן ציבור. זאל נאר נישט די דאזיגע צייטשריפט טיילן דעם זעלבן סוף ווי פילע בעפאר.

ס׳איז געוויס א שאלה פון צייט עד שיפתחו ארובות השמים, און פאשקעווילן למיניהם וועלן פארבן אונזערע סבלנות׳דיגע גאסן ווייס.

ס׳איז דערפרייענד צו זעען, אזא צייטשריפט אונטער וועמענס פאפיר ליגט באגראבן א גרייטקייט צו נארמאליזירן די פארקלאפטע פינסטערע מוחות פון יהדות החרדית.

קודם זייער פארזוך אנצוהאלטן א קאלום איבער וויסענשאפט גייט ב״ה אן. שלמה וואלף האט הערליך און קלאר אילוסטרירט דעם ענין פון גראוואטי. רייך און עלעקוואנט אויף אזא אופן, אז אפילו די חוטב עצים און אשר יצר אקטיוויסטן זאלן ארויסהאבן דעם ענין אויפ׳ן שפיץ גאפל.

חיים שפיטצער׳ס ארטיקל איבער אנטיסעמיטיזם אין ניו יארק שנייד דורך אלע ביינער מיט קראפט, אן אפילו שענקן פאר דעם דינטשיגן סקרוך די צייט צו פארלויפן. אזוי פריקען אמת. גענומען אזא ווייטאגליכן נושא, און דאס מסביר געוועזן מיט אזא קלארקייט און אנגעהאלטנקייט; אזוי עלעקוואנט און קאמפריהענסיוו.

הרב לאבינ׳ס אינטערווענץ אנצוהאלטן שלום, און דאס צוזאמלעבן צווישן דעם ברוקלינעם אידנטום און איסלאמישע שכנים, איז אויך א גאר גוט שטיקל; חינוך אינדערהיים איז אויך אזוי ביטער-זיס ארויסגעברענגט. בבחינת פון זיין פענע צו די אויערן פון כלל ישראל.

בלייבט איבער צו האפן אז דער טויבער היימישער גאנג זאל זיך אפשטעלן פאר א רגע, און הארכן וואס מ׳רעדט צו אים. זיי שוין נישט אזא עקשן, דו איגנאראנטער שמענדריק, פקח עיניך וראה!

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:42 am

· #216432
די home schooling ארטיקעל איז אויך גאנץ געוואגט.
סנעמט אוועק די מוסדות שטעקן.
גראדע רב לעווין'ס באזוך ביים אימאם האט מיר אויסגעזען סתם אבי געמאלן וואסער.
טוט עס עפעס אויף למעשה, רב לעווין פארטרעט עפעס אן אפציעלע ארגענעזאציע ?

zurich » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:17 am

· #216439
אבער ער האט שיין מסביר געוועין די סיבות פארוואס די אראבערס זענען וואויל אין ניו יורק

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 17, 2014 2:17 am

· #217070
די אינטערווי מיט איש ירושלים האב איך נישט געליינט קוק מיר אויס זייער נישט אינטערסאנט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:51 pm

· #217832
ממש געוואלדיג די דעבאטע די וואך. ער שמועסט אויס דעם פראבלעם פון אינטערנעט און אונזער מלחמה דערקעגן, אז עס האט נישט קיין זין סתם צו ווארפן זאמד אין די אויגן, דער גאנצער אסר'ן איז נאר געווען – לפי דבריו – א הוראת שעה וואס וויבאלד מען איז נישט געווען גרייט פארן שונא האט מען זיך די לעצטע רגע פרובירט צו פארפאנצערן ווי ווייט מעגליך; אבער וויבאלד דער פראבלעם ווערט כסדר נאר שטארקער, און זוכט אנצוקומען אין מערערע תחומים אין לעבן ווי בלויז אסר'ן וועט שוין נישט גענוג זיין, דארף מען אננעמען בעסערע תכסיסי מלחמה, זיך אראפזעצן און מקדם זיין את פני הרעה, זעהן ווי אזוי מען קען אויף א פראקטישן אופן געווינען די מלחמה.

ער זאגט נישט ווי אזוי – דאס לאזט ער פאר די גדולי דורנו אויסצו'פיגור'ן – פארדעם זענען זיי דאך די צדיקי דורנו – אבער ער איז ליידער ביטער גערעכט, און קודאס פארן ארויפברענגען דעם פראבלעם אויפן אויבערפלאך.

אפטעמיסט » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:11 pm

· #217846
ווער נאך איז חושד אז איך בין גאר דער רעדאקטאר פונעם מאמענט?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:46 pm

· #217851
כוכב
אויב דא איז דעות כוזבות דעמאלט בלייב זיצן אין פעיסבוק און הענג ארום מיט אלע שקצים און נקיבות וואס לייקן דיך.
וואס קומסטו דא בכלל?

איך זאג דעם אמת, ס'איז דורכזיכטיג כפירה רייד יעדע וואך באזונדער, כאטש איך זיץ אין פייס, מאכט עס נישט אוועק די אמת וואס איך זאג, קבל את האמת ממי שאמרו.

בר דעת » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:57 pm

· #217852
מנשה קענסט נוצן א פרישע טעפל אייז וואסער.
אפשר גאר א פרישע רקידה'לע

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:58 pm

· #217853
און דער איזרעאלי קליפ וואס דו לינקסט קיין יוטוב ווי פרויען און מענער טאנצן, יענץ איז תורה בטהרה, און נאר ואפילו בהסתרה איז נישט גענוג ווארעם.
מנשה, סטאפ דיין היפאקריטסווע.

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:14 pm

· #217856
דער סקווירער גיליון האט יעדע וואך דורכזוכטיגע כפירה צומאל איז עס אף ווייט כפירה און לכבוד יו'ט בעיזשע כפירה.
יעצט פרעג מיך אפ.
און זייט ווען איז א גראסערי מאן א פוסק אין הל' כפירה? הל' בשר בחלב פסקנסטו אויך?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:21 pm

· #217859
איך בין מוסר מודעה, אז כ'האב חלילה גארנישט פערזענליך קעגן דער בליק, איך שפיר אז כ'מוז זאגן וואס איך זעה דארט, יא איך נעם עס אין האנט יעדע דריטע וואך, און קוק ווידער, אפשר האבן זיי שוין אפגעלאזט די גריבלערייען אין זאכן וואס איז נישט געזונט פאר אונזערע יונגע קינדער צו לייענען, אבער ניין, זיי שרייבן מיט א פרישקייט נאך און נאך שעדליכע נושאים וואס איז א סכנה פאר ווער ס'וויל זיינע קינדער זאלן האלטן די קאפ גלייך.
און יעצט קענט איר מיר באוואשן מיט קאלטס און ווארעמס, כ'מיין כ'האב יוצא געווען.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:37 pm

· #217862
איך מוז צושטימען צו ר' מנשה,
נישט קיין אפענע דורזיכטיגע כפירה, אפילו נישט קיין באהאלטענע כפירה, אבער זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:46 pm

· #217868
מנשה, אויסער מאלן וואסער און דעמאגאגן כדרכך בקודש מיט דיין קונסטלערישן vague שפראך. אפשר ציטירסטו עפעס א פאראגראף כפירה?

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:49 pm

· #217869
ישראל קאפקע
זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???

בשבילי! » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:55 pm

· #217870
דאס איז חוץ'ן פורים מאכן פון זייערע ליינער. לעצטע וואך אויפן דעקל א ריזיגן בילד פון איש ירושלים, ווער קען מיינען אז דא קומט א זאפטיגס אינטערוויו מיט דעם מיסטעריעזן מאן, נאכן אפליינען בין איך געוואר געווארן אין וויפיל פיס סווימינג פול א קינד מעג דייוון. פארוואס האבן זיי פאר דעם געלט נישט אינטערוויווט א צווייטן לייף גארד?

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:55 pm

· #217871
יין שרף
ישראל קאפקע
זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???


אללא

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:58 pm

· #217873
I'm back
יין שרף
ישראל קאפקע
זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???


אללא

Stop it!!! One track minded b!t©hes.
מען מעג טאקע נישט האבן דא א נארמאלע שמועס?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:01 pm

· #217875
יין שרף
ישראל קאפקע
זיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.


אמונה אין וואס???


איך קען דיר נישט געבן קיין משל אויפן פלאץ, לאמיר ווארטן ביז נאך שבת, (איך בליק עס געווענליך דורך אום שבת),

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:26 pm

· #217895
וואספארא טעראריסט ביסטו אז דו ווייסט אפילו נישט אז אללא מיינט גאט??

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:30 am

· #219411
ונבנתה העיר
וואס איך קען נאר נישט פארשטיין איז פארוואס זיי לאזן זיך נישט אפ פון דעם נארישן 'א בליק', חוץ פון דעם וואס א בילדער העפט צום 'מאמענט' איז ווי דזשאו ביידן אין די ניין טעג [?], איז עס פול מיט אומבאלומפערטע, קרומע, נארישע, נישט-גוט-אויסגעלייגטע צושריפטן צו די בילדער.

אט איז א דוגמא פון די וואך, ער באשרייבט קריסטאל נאכט מיט אט דעם גרויסן בילד וואס יעדע הגיע לחינוך ווייסט אז דאס איז פונעם ווארשא'ער געטא.

באקומען אין אישי:

'מאמענט' און 'א בליק' צוטיילן זיך קומענדיגע וואך, ברוך הטוב והמטיב.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:08 pm

· #219601
דער בליק איז נישקשה פאר זיך, און ס'דא צופיל קריטיק זינט איר שידוך מיטן טרייפענעם מאמענט

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:25 pm

· #219612
[ציטאט אראפגענומען]

יידישע?

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:39 pm

· #219635
ניין, סקווערע

מיין מיינונג » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:14 am

· #219777
מפי השמועה האט ר׳ יואל קרויס פון די בארימטע YHK גראפיקס פירמע אפגעקויפט די מאמענט פון משפחת רובין, און ער זעלבסט ווערט דער רעדאקטאר און אויסשטעלער פון א מאמענט מיט נאך צוויי ביילאגעס וואס וועלן צוקומען וועכנטליך, א מאמענט פאר די שטוב און פאר די קינדער.

אפטעמיסט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:12 am

· #219802
@אנאנים, אויב איז אמת אז "מאמענט" טיילט זיך אפ פונעם "בליק" (ווי ס'איז צום האפענונג) דארף מען טוישן דער קעפל פון דעם אשכול.

קענער » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:16 am

· #219803
דארף מען פותח זיין א נייע אכשכול
איך וויל פארשטיין
דאס גייט זיין ממש אזוי ווי דער צייטשריפט ע"ה? די זעלבע סטייל און אויסשטעל?
מיט א ביטע צו יואל קרויס, זייטס מוחל און לייגט ארויס די פלענער

אבי גערעדט » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:08 am

· #220985
היינט געטוויט
@MagazineMoment: Some exciting announcements to come in this week's Moment. Who's ready? #MomentMagazine #Yiddish

m.twitter.com/MagazineMoment

מ גפני » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 2:35 pm

· #221405
אבי גערעדט
היינט געטוויט
@MagazineMoment: Some exciting announcements to come in this week's Moment. Who's ready? #MomentMagazine #Yiddish

m.twitter.com/MagazineMoment

וואס איז די exciting announcements?

אבי גערעדט » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 12:59 am

· #221514
This
📎 IMG_20140905_005856.jpg

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 7:47 pm

· #221901
מאמענט
טייערע לייענער און שטיצער פון ״מאָמענט״,

נאָך אַ קנאַפּע האַלבן יאָר פון ערשיינען וועכנטליך צו דער צופרידנהייט פון טויזנטער אידישע פאַמיליעס וועלכע דאַנקען דעם אויבערשטן פאַר דער וועכנטליכער אויסגאַבע אין דער אידישער שפּראַך וואָס קען אריינגענומען ווערן אין שטוב אָן זאָרגן פאַר סיי וועלכע איבלען פון דער פרעמדער גאַס, און שטייענדיג ביים ענדע פונעם אידישן קאַלענדער יאָר, איז אַ פּאַסיגע צייט צו נעמען אַ מאָמענט זיך אויסצושמועסן און איבערגעבן די לייענער וועגן פּאָזיטיווע אַנטוויקלונגען וואָס קומען יעצט בעז״ה צום ״מאָמענט״.

מיר האַלטן שטענדיג פאַר די אויגן די ווערטער וואָס מיר האָבן געשריבן און געמיינט אין אונזער ערשטע אויסגאבע: ״מאָמענט גאַרט צו זיין אַ פּובליקאַציע פון העכסטן קאַליבער און בעסטער קוואַליטעט, מיט אַ שטאַרקע געוויכט אויף איר זעלישע געשטאַלט פּונקט ווי אויף איר קאָלירפולן אויסקוק, אַזוי ווי אַן אָנגענומענע ערליכע מאַגאַזין דאַרף צו זיין.״ און אַז דאָס איז די וויזיע אויף וואָס ״מאָמענט״ איז באַגרינדעט, קענען די לייענער זיכער זיין אַז מיר רוען נישט אַרויפצוברענגען די ניוואָ פון אונזער-אייער מאַגאַזין, די איינציגסטע וועכנטליכע אויסגאַבע אין דער אידישער שפּראַך פון דעם סאָרט, וואָס איז גענצליך ריין פון לשון-הרע, מחלוקת אָדער פּאָליטיק און אָנגעלאָדנט מיט אָריגינעלע שעפערישע ווערק.

איז עס אונז אַ פרייד און אַ כבוד צו לאָזן אונזערע געערטע לייענער און פּאַטראָנאָזירער וויסן אַז צום נייעם אָנקומענדיגן יאָר תשע״ה הבעל״ט וועט דער גאַנצער מאַגאַזין באַקומען אַ פולשטענדיגן פּנים חדשות, פון אַ אידישן און פון אַ פּראָפעסיאָנעלן שטאַנדפּונקט.

אין דער קומענדיגער אויסגאַבע וואָס וועט ערשיינען די וואָך פון פר׳ נצבים-וילך וועט איר זיך באַגעגענען מיט טייל פון אַ ריי פאַרבעסערונגען וואָס מיר האָבן אין די לעצטערע וואָכן אונטערגענומען, און דורכאויס די קומענדיגע תקופה וועט די אויסגאַבע בלויז ווערן שענער און בעסער מיט נאָך אינטערעסאַנטע רובריקן און קאָלומס.

אין צוגאָב וועלן מיר דעם ראש השנה מאַכן אַ ״שהחיינו״ אויף אַ שפּאָגל נייעם אָפּטיילונג ״בּאַלעבּאָסטע״, אַ ספּעציעלע ביכל וואס וועט יעדע וואָך מיטקומען מיט׳ן ״מאָמענט״, געווידמעט פאַר דער בעל-הבית׳טע פון דער אידישער שטוב.

אויך די קינדערלעך וועלן זיך וואונטשן ״לשנה טובה״ מיט אַ ניי-איבערגעאַרבעטע ״קינדער צייט״ אָפּטיילונג, וואָס וועט אויך ווערן יעדע וואָך באַזונדער געדרוקט און מיטגעשטעלט מיט׳ן איבעריגן פּעקל פון ״מאָמענט״. (די בילדער-אויסגאַבע ״אַ בליק״ וועט פון יעצט און ווייטער ווערן געדרוקט און פאַרקויפט עקסטער אַזוי ווי ביז היינט).

מיט אַ פאַרשענערטע אויסגאַבע און פאַרבעסערטע קוואַליטעט אין יעדן הינזיכט, מיט דריי וועכנטליכע ביכלעך מיט די פּאַסיגסטע אינהאַלט פאַר דער גאַנצער אידישער פאַמיליע, האָפן מיר בעז״ה צו שפּאַנען פאָראויס און אייך ברענגען יעדע וואָך אַ הערליכע זאַמלונג פון רייכע אָריגינעלע ווערק, געאייגנט פאַר יונג און אַלט, אַהערגעשטעלט דורך די צוזאַמענאַרבעט פון אונזער אויסדערוועלטער און פּראָפעסיאָנאַלער שטאַב.

און אַז מיר האבן שוין אויפגעמישט דעם ערשטן נומער פון ״מאָמענט״ וועלן מיר ציטירן נאָך איין פּאַראַגראַף וואָס איז פּונקט אַזוי אַקטועל און האָט יעצט בלויז אַ פיל שטערקערן באַדייט. ״מיר שטייען ערשט ביים אָנהויב. גרויסצוגיגע פּלענער פון פאַרשענערן, אויסברייטערן און נאָך מער באַרייכן מאָמענט׳ס שפּאַלטנס ליגן אויף דעם רעדאַקציע טישל. לייענער וואָס האָבן סיי וואָספאַראַ קאָמענטאַרן וואַרטן מיר צו הערן פון אייך, כדי מיר זאלן קענען צושטעלן די אויסגאַבע לויט׳ן געשמאַק פון אונזערע קונדן, אויפ'ן שענסטן און בעסטן פאַרנעם.״

צום ווידערזען אין דער אויסגאַבע פון ״מאָמענט״ ערב ראש השנה. אַ כתיבה וחתימה טובה!

בכבוד רב, די רעדאַקציע

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:08 pm

· #221909
אןיך זיכען זיי פרישע שרייבערס

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:16 pm

· #221912
זיי מוזן אויפהערן מיט זייערע פאלשע כללים אין גרעמער זיי לייגן קאמע'ס וואו ס'קומט נישט אריין איבערהויפט די ארטיקלן פון וואלף, מ'קען צודרייט ווערן
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21