☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 7, 2018 2:23 pm

· #405345
ביסט גערעכט, קיינער שלאפט נישט. נישט דער מיט די רויטע בארד מיט די פנים אראפ, נישט די אלטע באטשיס. זיי האבען פארמאכט די אויגען פון דביקות.

אוודאי אזוי.

בן ישי » דאנערשטאג יוני 7, 2018 3:36 pm

· #405359
איינער שיקט מיר די בילד פון די מאמענט קאווער און האט צוגעשריבן "זכור אהבת קדומים והחיה נרדמים"...

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 11, 2018 3:55 am

· #405642
בן ישי: אבער איך בין זיכער אז ווען מהר"א שליט"א האט אויסגעשריגן זיינע דיברות קודש מיט אן אש להבה, האבן זיך אלע דרימלענדיגע אידן אויפגעוועקט. אזוי ווי ביי מתן תורה...!

Avrom » מאנטאג יוני 11, 2018 6:50 am

· #405643
ביי מתן תורה איז מען אויך פארשלאפן

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 11, 2018 11:16 am

· #405663
אברם: דו האסט עס געגנב'עט פון מיר...!

אונטער חכם » מאנטאג יוני 11, 2018 11:25 am

· #405666
berlbalaguleh
בן ישי: אבער איך בין זיכער אז ווען מהר"א שליט"א האט אויסגעשריגן זיינע דיברות קודש מיט אן אש להבה, האבן זיך אלע דרימלענדיגע אידן אויפגעוועקט. אזוי ווי ביי מתן תורה...!

ר' בערל, איר זענט אויך פון די דרימלערס דארטן? [emoji1]

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 14, 2018 12:40 pm

· #406024
אונטער חכם:ניין. איך דרימל ביים קאמפיוטער. אבער ווען איך האב געהערט די ווערטער פון מהר"א שליט"א אויסגעשריגן מיט א שאגת ארי, האביך מיך אויפגעוועקט...!

אונטער חכם » פרייטאג יוני 15, 2018 1:04 am

· #406090
הייסט עס אייערע תגובות ווערן טאקע אזוי געשריבן נים ולא נים?
איך האב שוין לאנג חושד געווען אזוי. ,[WHITE SMILING FACE]

Just kidding.

בן ישי » דאנערשטאג יוני 21, 2018 2:45 pm

· #406867
פרשת חקת
📎 rps20180620_104521.jpg 📎 IMG_20180621_144321_725.jpg 📎 IMG_20180621_144333_374.jpg

לבי ובשרי » מאנטאג יוני 25, 2018 2:32 pm

· #407122
איך זעה נישט וואספארא חידושים עס זענען געווען אין די מאמענט פאריגע וואך.

דער דאס » מאנטאג יוני 25, 2018 2:50 pm

· #407124
לאמיר אנהייבן אזוי, וועלכע וואך האסטו יא געזען עפעס חידושים?? און וואס זענען זיי געווען?? און וואס איז אנדערש די וואך??

בן ישי » מאנטאג יוני 25, 2018 6:41 pm

· #407137
די ארטיקל איבער מלאך ביי שלהבת איז געווען זייער שיין.
צפון קארעא ארטיקל איז זייער שפאנענד און מ'ווארט פאר די צווייטע חלק.
נאכדעם איז געווען די וועכענטליכן שיינע ארטיקלעך פון הרב עזריאל טויבער'ס, הרב וואזנער, צייט דערציילט, מאמענטן איבער דער טיטאניק, די מגילות פארזעצונגען און דער מלמד ארטיקל.

לבי ובשרי » דינסטאג יוני 26, 2018 2:16 pm

· #407227
דער דאס
לאמיר אנהייבן אזוי, וועלכע וואך האסטו יא געזען עפעס חידושים?? און וואס זענען זיי געווען?? און וואס איז אנדערש די וואך??

נישט ממש אזוי. שוין געווען אפט וואס די מאגאזין זאל זיין רייך און אינפארמאטיוו

בן ישי » פרייטאג יוני 29, 2018 6:01 am

· #407583
בלק
📎 IMG_20180629_043026_134.jpg 📎 photo_2018-06-27_11-24-43.jpg 📎 IMG_20180629_043018_111.jpg

יהודי פשוט » מיטוואך יולי 4, 2018 4:04 pm

· #408072
פנחס

בן ישי » זונטאג יולי 8, 2018 3:14 am

· #408290
.
📎 DhjZqvZWAAAxw70.jpg

berlbalaguleh » זונטאג יולי 8, 2018 3:25 am

· #408291
בן ישי: ייש"כ. אט די קשיא איז מיר אויך שווער געווען תיכף ווען איך האב געליינט די ארטיקל. מ'קען עס פארענטפערן אז דער שרייבער פון דעם ארטיקל האט שוין געדאוונט א פריער'דיגן מאל אין טענקא ביהמ"ד מיט דעם וותיקין מנין. און די מעשה מיט די קאווע און צוקער איז זיך דאמאלס פארלאפן. אבער אין זיין זיכרון איז עס געשעהן יענעם פרימארגן...!

אויך. די פארשידענע עיכובים וועלכע זענען זיך פארלאפן אום מוצש"ק אז דער מחבר האט נישט געהאט קיין צייט צו כאפן א דרימל זענען אזעלכע עיכובים אויף וואס א יעדער ערליכער איד וועלכער עסט טשאלנט אום שב"ק ליידט...גם אני בתוכם...!

לבי ובשרי » דינסטאג יולי 10, 2018 3:09 pm

· #408443
בן ישי
.

מעגליך, די וואס האבן געבעטן די קאווע בונדלעך און פאלשע צוקער אום א תענית, זענען געווען עטליכע פון די מלחמה איבערלעבער וואס האבן מיטגעדאווענט אין יענעם מנין - ווי ער שרייבט אינעם ארטיקל... מעגליך די זכרון זייערע איז נישט אזוי וואך און זיי כאפן נישט אין וועלכע טאג זיי געפינען זיך. 😂

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 10, 2018 7:59 pm

· #408452
לבי ובשרי: אויסער דעים. מיין רבי דער הייליגער יארמער רב שליט"א, איז מרגלא בפומיה אז אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשיות...!

בן ישי » דאנערשטאג יולי 19, 2018 8:13 pm

· #409370
200
📎 IMG_20180719_200837_471.jpg

בן ישי » מיטוואך יולי 25, 2018 7:31 pm

· #409851
.
📎 Di-PNBXX4AIy098.jpeg 📎 Di-PN8rX0AEOUth.jpeg

איסר האטלקי » מיטוואך יולי 25, 2018 9:04 pm

· #409860
דאס איז די באמבע פון 200?

בן ישי » דאנערשטאג יולי 26, 2018 2:15 am

· #409867
איסר האטלקי
דאס איז די באמבע פון 200?

זיי זאגן אז די פרטים איבער 200 וועט געמאלדן ווערן פרייטאג

איסר האטלקי » דאנערשטאג יולי 26, 2018 9:41 am

· #409870
אקעי, וועסט מיך לאזן וויסן.

לבי ובשרי » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2018 1:48 pm

· #410384
עקב
מאמענט עקב

בן ישי » דינסטאג אוגוסט 7, 2018 3:10 am

· #410638
א מתנה פון די ״מאָמענט״ ארכיוון

לכבוד דאס דערגרייכן 200 וועכנטליכע נומערן ב״ה, שענקען מיר אייך א מתנה פון אונזערע ארכיוון, וואס וועט זיין צו באקומען אלס א "פרייע דאונלאוד".


<a class="postlink" href="http://200.momentmagazine.org">http://200.momentmagazine.org</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:59 pm

· #411557
קליק:

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1IkjWbuVST1Qk87J0UV-BN4z72GQ2jJ2g/view">https://drive.google.com/file/d/1IkjWbu ... 2jJ2g/view</a>
.
📎 806025328_55380.jpg

היטשער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:35 pm

· #413243
סוכות מאמענט

לבי ובשרי » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:05 am

· #413286
בד"וו אויף סוכות האבן זיי א זעלטן רייכע שטויס פון ארטיקלען, ברוך שהחיינו וקיימנו

פרישע נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 1:16 am

· #413420
היטשער
סוכות מאמענט[img]<a%20href=""></a>

יא אויף די סוכות מאמענט איז נישט דא בכלל וואס זיך אפצורעדן עס איז א געלונגענע אויסגאבע שאין כדגמתו איך ווייס נישט ווי צו אנהייבען שרייבען וואס איז זיכער די אינטערוויא מיט אליזער קרויס האט מיך געשאקט אין די בילדער פין אלי וואהל איז אויג פארכאפענד אין אים באשרייבליך אפשער גיי איך שפעטער געבען א לענגערע באריכט

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 1:29 am

· #413422
אויך זייער הנאה געהאט. זייער געלוגענע אויסגאבע.

פרישע נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 4:05 pm

· #413440
רויטע וואנצעס
אויך זייער הנאה געהאט. זייער געלוגענע אויסגאבע.

פין וואס האסטו די מערסטע הנאה געהאט

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 4:44 pm

· #413441
אלי וואהל wow wow
אליעזר קרויס מיי טייפ אף גיי
לימנוב א איד וואס לעבט אין די טשולענט אבער פארשטייט אויך סושי און א אוהב ישראל וואס טוט פאר אידן זייער שיין באשריבן
גאנץ טשיקאוו און קיוט די פראיעקט מיט די פראפאגאנדא מינסטארן פון פארשידענע הויפן

פרישע נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:22 pm

· #413444
לויט ווי איך זעי איז שוין אליעזר קרויס אלס בחור געווען די זעלבע קאנטערווערשל מענטש נאגן ליינען די מעשה וואס ער האט געהאט אין ישיבה דאמעטארי מיט א פאשקעווילן וועגן הענגען א אשר יצר אין בית הכסא

בן ישי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 3:58 am

· #413463
רויטע וואנצעס
אלי וואהל wow wow
אליעזר קרויס מיי טייפ אף גיי
לימנוב א איד וואס לעבט אין די טשולענט אבער פארשטייט אויך סושי און א אוהב ישראל וואס טוט פאר אידן זייער שיין באשריבן
גאנץ טשיקאוו און קיוט די פראיעקט מיט די פראפאגאנדא מינסטארן פון פארשידענע הויפן

זייער גיט ארויסגעברענגט.
איך האב אויך שטארק ליב געהאט די ארטיקל איבער ליאזנע רבי הרב דויטש פון די תורה מיזועם...ווען ליבאוויטש וואלט געליינט יודיש וואלטן די מאמענט בעלי בתים געדארפט דינגען סקיוריטי גארדס...

פרישע נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:36 pm

· #413468
יא עס איז גאנץ א געוואגטע שטעלונג פאר די מאמענט צו שרייבן אזוי אפען ביי ליוזנע רבי

פרישע נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:48 pm

· #413470
עס קוקט אויס ווי די מאמענט האט געמאכט א יד אחת מיט די מקובל רבי שמואל ארי עקשטיין אז זיי מאכן 10 פראצענט פין זיינע פארדינסטן ווייל אין די שלח תשע'ו איז ער געווען באשריבען אלס די מעין ארטיקל אין יעצט האבען זיי נאך 3 זייטן פין עם

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 2:52 am

· #413560
פרישע נייעס: דו מאכסט א טעות. דער מאמענט האט דעם זעלבן אפמאך מיט כולל חצות און תהילים כולל...! אט די אלע תרפ"ט ארגאניזאציעס און מוסדות מוזן דאך האבן ערגעץ וואו אפצולאדענען זייערע באבע מעשיות...!

ווען א איד קען נישט שלאפן ביינאכט, נעמט ער ארויס די גמרא אדער שולחן ערוך. און ער לערנט. צו דעים דארף מען נישט קיין כולל. און ווען א איד שפירט אז ס'דרוקט איהם צום הארצן. אדער ער וויל אפגעבן א שבח והודאה צום הייליגן באשעפער, נעמט ער ארויס דאס תהילימ'ל און זאגט א פאר קאפיטלעך תהילים. און מ'דארף צו דעים נישט האבן קיין תהילים כולל.. אויך א מענטש וואס איז נישט איינגערעדט דארף נישט אנקומען צו דעם איד וואס גיסט בליי אין א פאלאטשינט בעקעלע אום 3 אזייגער פארטאגס. און ער שלעפט ארויס גרויסע סכומים געלט פון אומשולדיגע, פארצווייפלטע מענטשן וועלכע ליידן בעוה"ר אויף פסיכאלאגישע דיסארדערס.

קאצקע ציקער » מוצ"ש אקטאבער 6, 2018 11:02 pm

· #413863
די ארטיקל אויפן ליאזנע רבי איז ממש א וועקער ארטיקל אזוי גראב און אפן לייגן זיי אראפ ווי די מישיחיסטען האבן עים געוואלט הארגענען ועוד

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 7, 2018 12:06 am

· #413872
יא, וויאזוי ס'אידישט זיך, אזוי גויאישט זיך...

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 7, 2018 1:35 am

· #413881
קאצקע ציקער
די ארטיקל אויפן ליאזנע רבי איז ממש א וועקער ארטיקל אזוי גראב און אפן לייגן זיי אראפ ווי די מישיחיסטען האבן עים געוואלט הארגענען ועוד

קאצקע ציקער: ס'איז דא א צווייטע (און אפשר א דריטע) זייט פון די מטבע אויך. דער הייליגער ליאזנא רבי שליט"א איז נישט אזא אומשולדיג יונגעלע ווי ער ווילל זיך דא אהערשטעללן. ס'איז דא יש דורשים לשבח. ויש דורשים אז ער איז א שטיקל ליגנער. א שטיקל פעלשער. און א גוט שטיקל דעמאגאג...! וועלכער ווערט נישט רויט ווען ער זאגט א ליגנט...! (וכבודו במקומו מונח.).

סקרן » זונטאג אקטאבער 7, 2018 10:29 am

· #413906
berlbalaguleh
קאצקע ציקער
די ארטיקל אויפן ליאזנע רבי איז ממש א וועקער ארטיקל אזוי גראב און אפן לייגן זיי אראפ ווי די מישיחיסטען האבן עים געוואלט הארגענען ועוד

קאצקע ציקער: ס'איז דא א צווייטע (און אפשר א דריטע) זייט פון די מטבע אויך. דער הייליגער ליאזנא רבי שליט"א איז נישט אזא אומשולדיג יונגעלע ווי ער ווילל זיך דא אהערשטעללן. ס'איז דא יש דורשים לשבח. ויש דורשים אז ער איז א שטיקל ליגנער. א שטיקל פעלשער. און א גוט שטיקל דעמאגאג...! וועלכער ווערט נישט רויט ווען ער זאגט א ליגנט...! (וכבודו במקומו מונח.).

ס'דא וואס האלטן אנדערש ווי די ויש דורשים? נאך קינמאל נישט באגעגענט איינער וואס קען אים אדער האט געדיעלט מיט אים און האלט ווי די ערשטע יש דורשים

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 7, 2018 12:39 pm

· #413916
פיין, שוין דא א נושא פארן נעקסטן וועקער. ווער נעמט זיך אונטער צו באשרייבן די ויש דורשים?

(ארטיקל קען הייסן שקר-מענט, א המשך פון שקר-ליין)

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 7, 2018 1:38 pm

· #413928
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: לויט די סטענדערדס פון די סאטמאר'ע אויסגאבעס, ווי דער איד, בלאט און אנדערע גליונות איז נאך דער מאמענט גאנץ מעסיג. אמת. ער שטופט אויכעט די סאטמאר'ע פראפאגאנדע. אבער אין די זעלבע צייט ליידט ער נאכנישט (ב"ה) פון די געוויינליכע סאטמאר'ע מחלה אראפצוקלאפן א יעדן איינעם אנדער'ן...! און טאקע דערפאר זענען דא גענוג יושבי חושך. הויפטזעכליך אין וויליאמסבורג עיר הקדשה. וועלכע וויללן איהם אונטערברענגען...!

בן נריהו » זונטאג אקטאבער 7, 2018 2:10 pm

· #413932
/

גדליה » זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:44 am

· #414802
די וואך איז דא אן ארטיקעל פון @ונבנתה העיר אין מאמענט
איך בין חושד אז דאס איז די ארטיקל וואס האט געדארפט גיין אין קנקן 😛

מיימון » זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:45 am

· #414803
וואס??

מיימון » זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:38 pm

· #414825
אפשר קען איינער מסביר זיין פאר אזא אידיאט ווי מיר וואס דא שטייט? ונבנתה האט טאקע געשריבן עפעס? אויב יא וואו קען מען דאס זען? וואס איז מיט קנקן?

מיימון » זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:11 pm

· #414827
יישר כח ליפא פארן קומען צוהילף אין אישי. איך בין יעצט שנעל געלאפן צום איינציגסטן געשעפט אין (דרויסן פון) מיין שטאט וואו מען קען קויפן דעם מאמענט און זיך איינגעהאנדלט איינס. נישט געוואוסט אז דער עולם האט זיך אריבערגעפעקלט צו ריעל לייף.

מיימון » זונטאג אקטאבער 21, 2018 7:38 pm

· #414857
אקעי ונבנתה זייער שיין. איך האב געלייקט דארט אונטן פונעם מאמענט, קענסט עס קומען אויפפיקן ביי מיר אינדערהיים. איך וואלט געזאגט אז איך בין באליידיגט אז דו שרייבסט נישט אינעם וועקער וזרים אכלו נחלתינו, אבער איך זאג עס נישט. איך וויל נאר פארשטיין וואס איז די מאטיוואציע פון א מענטש צו שרייבן ווען קיינער קען אים נישט. בשלמא דא האט מען כאטש די ווירטואלע שטיצע און לייקס אבער אינעם מאמענט קומט נישט קיין קאמענטס און לייקס און די שכנים און קרובים ווייסן ניטאמאל וועמען צו קרעדיטירן. דאס זעלבע איז אינעם וועקער ווען מיינע חברים מיינען אז איך מיין אז זיי ווייסן נישט וואס וועקער איז. מה"ט האב איך שטארק הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט כץ וועלכער קומט ארויס קלאר מיטן נאמען (אגב לכאורה א חידוש פונעם מאמענט אראפצונעמען די פארצייטישע סטיגמעס).
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21