☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » "ואפילו בהסתרה" שאקלט הארץ-סטרונעס

"ואפילו בהסתרה" שאקלט הארץ-סטרונעס

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6923
בלאט: 1 2 3 4

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 8:52 am

· #215793
"ואפילו בהסתרה" שאקלט הארץ-סטרונעס
איך ווייס נישט צי ס'איז די סאלידע שטימע פון יואלי קליין, די וואונדער שטימע פונעם ילד הפלא, די נשמה'דיגע ווערטער פון רבי נחמן וואס צעפלאמט יעדע אידישע קושקע, אבער דער ניגון פשוט צעשפילט מיינע אינערליכסטע הארץ סטרונעס.
דער ניגון איז באזירט אויף די ווערטער פון רבי נחמן אז "אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה בוודאי גם שם נמצא השם יתברך”.
אזעלכע פשוט'ע ווערטער און דאך אזוי טיף. געזאגט געווארן צוויי הונדערט יאר צוריק דורך א צדיק אמת, און ס'לעכערט נאך אידישע הערצער ביז צום היינטיגן טאג.
תורתו של רבי נחמן איז דאך געבויעט אויף אזעלכע פשוט'ע מונחים אין אידישקייט. בנים אתם לה' אלוקיכם, און א טאטע פארלאזט נישט זיינע קינדער ווען אימער.
ווי פאסיג איז זיך צו קערן צו רבי נחמנ'ס לימודים טאקע בזמנינו אלה, ווען מיר האבן קריגן די טייערע מתנה פון "הסתרה שבתוך ההסתרה". וועלן מיר זיך מחזק זיין מיט רבי נחמנ'ס ירושה לדורות וואס ער האט אונז געלערנט, אז "בודאי", אן קיין שום צל של ספק, גם שם נמצא השם יתברך. א איד דארף טרעפן השי"ת אין זיינע שווערסטע מצבים, וואו ער זאל נישט זיין און האלטן, אין וועלכע מצרים, ברוחניות צי בגשמיות, דער באשעפער איז מיט אים, אין גן עדן פונקט ווי אין גיהנום.
(סארי פאר דע רענט...)

דא האט איר דעם ניגון

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=KcGX2xBaMbw">https://www.youtube.com/watch?v=KcGX2xBaMbw</a>

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 8:56 am

· #215794
נישטא די זעלבע לשון פון ישעיה הנביא? רשב"ם און בעל התניא?

אפטעמיסט » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 9:04 am

· #215795
די אנהייב איז די שענסטע חלק. די ווערטער ואפילו בהסתרה, איי, שטיינער קענען צעגיין.

פליקער » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 12:51 pm

· #215993
טאקע א הערליכע ניגון, עס שמעקט מיר ווי א יואלי רויט ניגון, ער האט פיל אזעלכע הערליכע ניגונים

zurich » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 4:33 pm

· #216013
[ציטאט אראפגענומען]

ווער זאגט אז ער איז א ישראל זינגער?

outspoken » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 4:59 pm

· #216018
zurich
[ציטאט אראפגענומען]

ווער זאגט אז ער איז א ישראל זינגער?

The singer is yoly Klein from yerushalyim, his father is from bnie Barak satmar chasidim

מנשה לוסטיג » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 6:37 pm

· #216027
ס'נישט די ווערטער ס'נישט די מיינונגט, ס'איז די טאן.

כוכב » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 6:53 pm

· #216029
דו רעדסט וויאזוי סאיז ביי דיר.
ביי מיר איז עס ריין די ווערטער.
געפעלט מיר דיין בלעכנקייט אפצופסקען פאר יעדן אין דער וועלט פאר וואס סכאפט אים.
מנשה בתפארתו.
אגב, דיין יונגעלע איז זייער זיס, סאיז מיר געווען רירנד צו זען ווי דו באזוכסט אים אין קעמפ.

לך לך » זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:41 pm

· #216098
הערליכע ניגון!!!!!!!!!!!!
give us more

קליגער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:49 pm

· #216197
א געוואלדיגע ניגון. (מילים)
ס'איז נאר א סינגל ? אדער ס'דא נאך ?

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:01 pm

· #216549
אפטעמיסט
די אנהייב איז די שענסטע חלק. די ווערטער ואפילו בהסתרה, איי, שטיינער קענען צעגיין.

מיך כאפט דוקא די טאון פון די צמד-מילים "גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך אני עומד..".

כ'פארשטיי אבער נישט, ממה נפשך, אויב ה' שטייט דארט, פארוואס איז עס שווער?
@ברסלבער גענוג גע'קאנטרי'ט.

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:42 pm

· #216559
אויב השם זאגט אנכי הסתר מיינט דאך דאס אז ער איז דא נאר איז באהאלטן. איז וואס לייגט ר נחמן צו "בודאי גם שם נמצא השם יתברך"?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:47 pm

· #216561
נולד מאוחר
אויב השם זאגט אנכי הסתר מיינט דאך דאס אז ער איז דא נאר איז באהאלטן. איז וואס לייגט ר נחמן צו "בודאי גם שם נמצא השם יתברך"?

אז מ'זאל זיין פארזיכערט אז השי"ת איז דא. אפילו צומאל זעען מיר נישט און שפירן ח"ו נישט זיין אנוועזנהייט. דאס איז א חיזוק פאר א איד בכל מצב שהוא... 😕 😎 😈 😈 🙄 ❓ ❗ 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:56 pm

· #216565
אויב גאט זאגט ער איז דא אפי בהסרה איז נישט געניג חיזוק ווי ווען ר' נחמן זאגט ?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:04 am

· #216566
נולד מאוחר
אויב גאט זאגט ער איז דא אפי בהסרה איז נישט געניג חיזוק ווי ווען ר' נחמן זאגט ?

אמאל, אין געוויסע מצבים הערט מען מער ווען א לעבעדיגער מענטש זאגט א זאך. ווי מען ווייסט עס אין סוב-קאנסשיענס... 🙄 😉 😮

zurich » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:07 am

· #216567
נולד מאוחר
אויב השם זאגט אנכי הסתר מיינט דאך דאס אז ער איז דא נאר איז באהאלטן. איז וואס לייגט ר נחמן צו "בודאי גם שם נמצא השם יתברך"?

וואס פארשטייסטו נישט? אנכי הסתר קיקט אויס ווי דער אייבערשטער איז נישט דא, קימט ר' נחמן און זאגט אז און דעם הסתר איז דער אייבערשטער מיט אונז

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:42 am

· #216579
הסתר טייטש באהאלטען נישט ושב מאחריך אוועקגיין. ווען כזאג מיין קונד איך גיי מיר באהאלטן אין די הויז ווייסט ער אז איך בין דא אין די הויז.
ווען גאט זאג ווען כוועל אוועק גיין הער איך וואס ר' נחמן לייגט צי.

קליגער אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:57 am

· #216582
ר' נחמן העט נישט זאגן חלילה אנדערש פונעם אייבירשטען.. ער איז מסביר וואס דאס מיינט הסתרת פנים..
פארשטענדליך ??
העסטו אוודאי ענטפערן ווי א אויבער-חכם צו וואס דארף איך ר' נחמן זאל מיר דאס מסביר'ן כ'ווייס עס אליינס... העל איך דיר ענפערן צוויי תירצים איינס: good luck for you אבער א צווייטער ווייסט דאס נאך נישט אליינס ער מיז לערנען ספרי חסידית אז ער זאל צוקימען צו דעם. צווייטענס כ'מיין אז די אליינס וואלסט אויך נישט אזוי שטארק אריינגעקלערט אינעם פסוק ואנוכי אסתר ווען נישט דעם שטיקל פון ר' נחמן (אדער דעם ניגון).

פלעין יודיש » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:02 am

· #216593

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:40 pm

· #216670
פון וועמען האט ער דאס גענומען אז אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה געפונט זיך דארט אויך גאט?

zurich » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:41 pm

· #216672
מנשה לוסטיג
פון וועמען האט ער דאס גענומען אז אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה געפונט זיך דארט אויך גאט?

וואס האסטו געמיינט נאר דו ווייסט?

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:43 pm

· #216673
איך ווייס עס פון די תורה שבכתב, און פון נאך הונדערטע מאמרים, וואס יסודתן בהררי קודש, אבער כ'פרעג אויב זאל עס ער מחדש זיין, וואס דערויף זאגט מען אז 'ער' האט געזאגט, פון ווי נעמט 'ער' עס

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:13 pm

· #216728
ס'איז נישט אז רבי נחמן זאגט עס מדעת עצמו, וואס גראדע וואלט ער ווען געקענט און זיינע ווערטער וואלטן אויך געווען אין דיינע יסדתן בהררי קודש. נאר די ניגון איז געשטעלט אויף ווערטער וואס ר' נחמן האט געשריבן. קאן טאקע זיין אז דער צדיק ברענגט עס אראפ פון א ראשון, וועלן מיר ווארטן אויף @ברסלבער זאל אריינפילן די בלענקס...

מאן דאמר » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:59 pm

· #216752
מנשה לוסטיג
איך ווייס עס פון די תורה שבכתב, און פון נאך הונדערטע מאמרים, וואס יסודתן בהררי קודש, אבער כ'פרעג אויב זאל עס ער מחדש זיין, וואס דערויף זאגט מען אז 'ער' האט געזאגט, פון ווי נעמט 'ער' עס

דערפאר טאקע אין שטעטל איז ר׳ נחמן געוועזן צווישן די חייבי שריפה

מאטי » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:03 am

· #216756
דאס גאנצע דין ודברים דא דערמאנט מיר פון דעם מענטש אין מארק וואס האט זיך אפגעשטעלט ביים פיש סוחר פרעגן פשט אינעם שילד "דא פארקויפט מען פרישע פיש".
"פארוואס דארפט איר שרייבן "פיש", יעדער זעט דאך סיי ווי אז דא פארקויפט מען פיש?
פרישע? נו וואדען אלטע?
"פארקויפט"... "אה! כ'האב געמיינט מ'גיט בחינם...
דא... זיכער נישט קעגן איבער?

איך קוק אן ר' נחמנ'ס ווארט, ווי דער אויבערחכם ווען מ'שפילט באהאלטן, וואס שרייט; "ער איז דארט! ער איז דארט!

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:46 am

· #216770
מנשה לוסטיג
פון וועמען האט ער דאס גענומען אז אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה געפונט זיך דארט אויך גאט?

פון וועמען האט 'ער' גענומען אז מען דארף אויסזאגן תהלים ברציפות שבת אינדערפרי פארן דאווענען?

נהורא נפישא » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:52 am

· #216772
פון אליהו הנביא.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:57 am

· #216775
איך ווייס. מיין נקודה איז, דעם זלזול מיט וואס מנשה רעדט אויף ר' נחמן מברסלב זי"ע וואס איז א בן דורו פון די ערשטע פון די טשערנאבלער גזע איז געפערליך.

וואס הייסט פון וואו ער האט געוואוסט, ער האט געוואוסט פון די זעלבע פלאץ ווי דיינע רבי'ס האבן געוואוסט. ער איז שוין געבוירן אויפן שפיץ בארג. קענסט די משל?

נהורא נפישא » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:03 am

· #216777
יעצט אז דו ווייסט, האלסט אז אליהו הנביא וואלט נישט געטאן א בעסערע דזשאב ווען ער קומט צום נודע ביהודה פאדערן אז מ'ברויך אויסזאגן תהילים ברציפות שבת אינדערפרי פארן דאווענען, הלל עם ברכה ער"פ וכדומה ?
וואס עפעס איז ער געקומען צום מאור עיניים וואס האט רעלאטיוולי נישט געהאט די גרויסע השפעה ?

מאטי » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:20 am

· #216779
נהורא נפישא
יעצט אז דו ווייסט, האלסט אז אליהו הנביא וואלט נישט געטאן א בעסערע דזשאב ווען ער קומט צום נודע ביהודה פאדערן אז מ'ברויך אויסזאגן תהילים ברציפות שבת אינדערפרי פארן דאווענען, הלל עם ברכה ער"פ וכדומה ?
וואס עפעס איז ער געקומען צום מאור עיניים וואס האט רעלאטיוולי נישט געהאט די גרויסע השפעה ?

הסתרה שבהסתרה

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:02 am

· #216791
אליהו הנביא איז נישט די ערב פסח מצות באקן הלל מיט א ברכה? אדער האט ער געזאגט מער ווי איין זאך?

ברסלבער » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:40 pm

· #216828
גראדע דא איז מנשה גערעכט. רבי נחמן האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן, ער איז נאר מעורר און מחזק דאס פשוט'ע אידישקייט.
וועסטיך אוודאי פרעגן: אז ס'איז פשוט אידישקייט, צו וואס דארף מען רבי נחמנ'ן, דאס קען מען דאך אליין אויך טוהן?
איז דער תירוץ: גיי צום שפיגל און גוט דיך גוט אריין אויב דו ביזט מקיים די פשוטע אידישקייט, און אויב נישט זאלסטו גיין צו רבי נחמן אדער צו סיי וועלכע צדיק וואס קען דיר העלפן מקיים זיין די פשוטע אידישקייט.

די ווערטער קומען פון א לענגערע טיפע תורה אין ליק"מ ח"א נ"ו, און די איבערטייטש פון הסתרה שבתוך הסתרה איז ער דארט מסביר אז ווען א מענטש ווייסט אז דער אייבערשטער איז באהאלטן פון אים און ער פרובירט אים כאטש צו זוכן, איז שוין גוט. אבער אמאל איז דא אז די הסתרה אליין איז אויך באהאלטן, מען ווייסט אפילו נישט אז עפעס פעלט, אלעס איז גוט און אלעס איז פיין. אבער פון מאל צו מאל כאפט מען אן התעוררות, טיף אין בעק אוו מיינד ווייסט מען דאך אז דער מצב איז גארנישט אזוי פויגל'דיג, קומט רבי נחמן און דערמאנט דעם מענטש אז אפילו ווען מען איז אין א מצב וואס מען אינגאנצן קאלט און אויסגעלאשן, מען האט נישט קיין שום התעוררות, איז אויך דער אייבערשטער דארט באהאלטן, און מיט עטליכע ווערטער צום אייבערשטער וועט ער דיר ארויסשלעפן פון דיין זומפ.

באמת איז דאס זייער פשוט, מען דארף נישט רבי נחמן פאר דעם, אבער משום איזה סיבה הענגט נישט די ווערטער אויף די ביהמ"ד ווענט, און ביי די מעכטיגע אסיפות למען חיזוק הדת לאנשים ונשים, האט מען אויך פארגעסן דאס צו זאגן. מען איז נאר ביזי ווי גרויס און שטארק דער יצר הרע איז און ווי ער געפינט זיך אין יעדנ'ס טאש, און כל באיה לא ישובון, און אז דער זוהר זאגט אז עס העלפט נישט קיין תשובה, וכו'.

שמערל » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:00 pm

· #216833
שלום עליכם ברעסלאווער.
שכוח פאר די לינק, אבער איך פארשטיי נאכאלטס נישט וואס פונקטליך מיינט הסתרה "שבתוך" ההסתרה, אפשר ביסטו בעסער מסביר.
ווי אויך פון ווי קומט די צווייטע העלפן ניגון גם מאחורי הפרגוד כו', פון מהרא"ש?

ברסלבער » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:05 pm

· #216834
קוק אריין אינעווייניג אין ליק"מ ער איז מסביר ואנכי הסתר אסתיר, אז אפילו דאס אז איז דא אן הסתרה וועט אויך זיין באהאלטן. הסתרה שבתוך הסתרה - די הסתרה איז אין אן הסתרה.
איך ווייס נישט ווער עס האט געמאכט דעם ניגון, נישט פון מוהרא"ש. די ווערטער זענען מער ווייניגער ארויסגענומען פון דעם ליק"מ, נאר אביסל צוגעפיצט.
מען ווארט איינער זאל זיך מתנדב זיין עס איבערצומאכן אויף אידיש.

Ben-Shishim » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:21 pm

· #216837
שלום עליכם הרב ברסלבער

שוין זייער לאנג נישט געהערט פין דיר, זעהט אויס אז די ביסט געווען בהסתרה בתוך הסתרה.

יישר כח פאר'ן הסבר זייער גיט ארויסגעברענגט.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 4:04 pm

· #216844
משולם שטיינפעלד
איך ווייס. מיין נקודה איז, דעם זלזול מיט וואס מנשה רעדט אויף ר' נחמן מברסלב זי"ע וואס איז א בן דורו פון די ערשטע פון די טשערנאבלער גזע איז געפערליך.

וואס הייסט פון וואו ער האט געוואוסט, ער האט געוואוסט פון די זעלבע פלאץ ווי דיינע רבי'ס האבן געוואוסט. ער איז שוין געבוירן אויפן שפיץ בארג. קענסט די משל?

זילזול? איך מעג שוין נישט פרעגן?
פון די זעלבע פלאץ פון וואו מיינע רעביס האבן געוואוסט? ער האט געזאגט אז ער האט א נייע דרך, אנדערש ווי דער הייליגער בעל שם, און מיינע רבי'ס זענען א המשך פונעם בעל שם, און חזרה איז נישט קיין עוולה, און מעורר זיין איז נישט שלעכט, אבער זאגן זאגט ער, דער רבי זאגט. איך קלער וואס איז די חידוש וואס ער זאגט, מער וואס איך ווייס שוין פון איבעראל.
איך האב באמת געוואלט דערהערן א חידוש.
אבער נאכאמאל, אז מ'פרעגט א קשיא איז עס זילזול? אזוי צעפראסעקעט שפירסטו ווען איך שרייב? אדער פשוט ווייל איך האב עס געשריבן מוז מען מיר מסדר זיין.

Ben-Shishim » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 5:18 pm

· #216854
מנשעלע
דע פראבלעם איז נישט אז די האסט געפרעגט, ס'איז נאר וויאזוי מען פרעגט.

אין איין וועגס וויל איך דיר פארציילען א מעשה
מיט יארן ציריק האב איך געמכט א שבע ברכות פאר א משפחה ביי מיר אינדערהיים, פארשטייט זיך אז כהאב געהאט פארשידינע געסט
פליצלונג זעה איך ווי איינער עפענט דע ספרים שאנק אין נעמט ארויס דע םפר לקוטי מהר"ן אין הייבט אן גיין, איך האב געווינקען פאר מיין בחור זאל עם נאך גיין, אפאר מיניט שפעטער זאגט מיר מיין בחור אז ער [דער גאסט] האט עס ארויס געטראגען אויפ'ן פארטש. עד כאן המעשה...

שןוי, איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, איך האב שטארק הנאה פין דעם ניגן, כ'האב עס שוין איבער געהערט צענדליגער מאל

zurich » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 6:04 pm

· #216862
ברסלבער,האסט הנאה פון דעים נוגין?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 6:35 pm

· #216869
Ben-Shishim
מנשעלע
דע פראבלעם איז נישט אז די האסט געפרעגט, ס'איז נאר וויאזוי מען פרעגט.

אין איין וועגס וויל איך דיר פארציילען א מעשה
מיט יארן ציריק האב איך געמכט א שבע ברכות פאר א משפחה ביי מיר אינדערהיים, פארשטייט זיך אז כהאב געהאט פארשידינע געסט
פליצלונג זעה איך ווי איינער עפענט דע ספרים שאנק אין נעמט ארויס דע םפר לקוטי מהר"ן אין הייבט אן גיין, איך האב געווינקען פאר מיין בחור זאל עם נאך גיין, אפאר מיניט שפעטער זאגט מיר מיין בחור אז ער [דער גאסט] האט עס ארויס געטראגען אויפ'ן פארטש. עד כאן המעשה...

שןוי, איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, איך האב שטארק הנאה פין דעם ניגן, כ'האב עס שוין איבער געהערט צענדליגער מאל

פרעג איך נאכאמאל, ער האט געזאגט אז ער האט א נייע דרך אנדערש ווי זיין זיידע דער בעל שם, און כ'זע נאכנישט וועלכע חידוש ליגט אין זיינע ווערטער מער ווי וואס דער בעל שם האט געקענט אויפטון לטוב.
שנית, ביי אונז האט זיך נישט אנטוויקעלט התנגדות קעגן זיין דרך פון היינט, מיר האלטן אז זיין דרך ווי שיין און הארציג ס'הערט זיך, איז נישט די דרך הבעל שם, און ווייט נישט קיין דרך המקובל ביי קיין איינס פון די צדיקי רוסיא ווי ער האט געוואוינט, ממילא, יענער וואס האט זיך געפירט מיטן ארויספירן דעם ספר, איז לדעתי נישט ריכטיג געפירט ווייל ער איז ביי יענעם אינדערהיים, אבער דאך איז עס טאקע אזוי הארב ביי אונז עד כדי כך.

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 6:40 pm

· #216871
ברסלבער, האסט הנאה פון מיין ארטיקל?

ברסלבער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 8:55 am

· #216973
כוכב
ברסלבער, האסט הנאה פון מיין ארטיקל?

יא זייער, דו האסט געשריבן מיינע געפילן. איך בין אויך זייער נתעורר געווארן פון דעם ניגון, סיי פון די ווערטער און סיי פונעם טאן.
עס זעהט אויס ווי דער ניגון האט געמאכט איינער אינמיטן רעדן צום אייבערשטן, ער האט געמוזט האבן זייער א צובראכן הארץ בשעת'ן דאס מאכן. ער האט אריינגעלייגט זיין גאנצע הארץ אינעם ניגון.

יין שרף » זונטאג אוגוסט 17, 2014 2:59 pm

· #217116
לוי פאלקאוויטש מיט שירה כאר "ואפילו בהסתרה"

מ גפני » זונטאג אוגוסט 17, 2014 3:08 pm

· #217118
ווער האט מחבר געווען דעם ניגון?
כ'האב יעצט געזען א קליפ וואו הרה"צ ר' יואל ראטה זינגט דאס מיט זיינע בחורים און דערנאך זינגען זיי א ליד געבויט אויף ר' נחמן'ס באקאנטע ווערטער "כ'וועל מיך שטעלן אין די לענג און אין די ברייט...ארויסציען ביי די פיאות פון שאול תחתית" די צוויי ניגונים האבן די זעלבע תנועות און קנייטשן, זענען ביידע געמאכט געווארן דורך הר"ר יואל ?

כוכב » זונטאג אוגוסט 17, 2014 3:25 pm

· #217126
ניין, איינער ישעי גרוס האט געמאכט דעם ניגון.

outspoken » זונטאג אוגוסט 17, 2014 3:29 pm

· #217128
אינטערסאנט, ער זינגט ''די רבי זאגט'' נישט ''אבער די רבי זאגט'' ...

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:47 pm

· #217148
מ גפני
כ'האב יעצט געזען א קליפ וואו הרה"צ ר' יואל ראטה זינגט דאס מיט זיינע בחורים און דערנאך זינגען זיי א ליד געבויט אויף ר' נחמן'ס באקאנטע ווערטער "כ'וועל מיך שטעלן אין די לענג און אין די ברייט...ארויסציען ביי די פיאות פון שאול תחתית" די צוויי ניגונים האבן די זעלבע תנועות און קנייטשן, זענען ביידע געמאכט געווארן דורך הר"ר יואל ?

ער האט נישט געמאכט קיין איינס פון די צוויי.

ווייט פיש » זונטאג אוגוסט 17, 2014 5:34 pm

· #217158
מ גפני
כ'האב יעצט געזען א קליפ וואו הרה"צ ר' יואל ראטה זינגט דאס מיט זיינע בחורים און דערנאך זינגען זיי א ליד געבויט אויף ר' נחמן'ס באקאנטע ווערטער "כ'וועל מיך שטעלן אין די לענג און אין די ברייט...ארויסציען ביי די פיאות פון שאול תחתית" די צוויי ניגונים האבן די זעלבע תנועות און קנייטשן, זענען ביידע געמאכט געווארן דורך הר"ר יואל ?

ווי די קליפ?

מ גפני » זונטאג אוגוסט 17, 2014 5:54 pm

· #217164
אויף וואצעפ

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 17, 2014 6:36 pm

· #217177
די קליפ פון פאלקאוויטש, וואו/וועלכע איווענט איז דאס?

ממרום שלח אש » זונטאג אוגוסט 17, 2014 7:03 pm

· #217182
בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט התפעלות נישט פון די ניגון און נישט פון די ווערטער?
א גאנץ עווערעזש ניגון אן קיין חידושים אויף ווערטער וואס זענען לאנגווייליג און נישט שיין געפארעמט.
בלאט: 1 2 3 4