אשכול אן א טיטל #6218
1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
א דאנק, מיימון.
די הויפט סיבה פארוואס כ'האב עס נישט אריינגעלייגט אינעם וועקער איז ווייל כ'האב דוקא געוואלט קאליר פאר די בילדער וכו'.
ס'טוט מיר וויי אז די כחות וואס איז אריין אין די ריסורטש גייט לטמיון נאך א וואך, פארדעם האביך לכתחילה געפלאנט עס צו שיקן פאר קנקן - אנדערש געשריבען און אסאך פוטנאוטס מיט די ענגלישע יארן...
לגבי קרעדיט, אמת, אבער ס'איז נישט ממש אז קיינער קען מיך נישט.
איז דו ארטיקל אינעם מאמענט אזא ונבנתה סטייל?
קען איינער ביטע לייגן דא דו ארטיקל?
אין מאמענט פון פ' לך לך אין די בריוון אפטיילונג, אפקלאנגען ברענגט איינער א ר.ש. א בריוו וואו ער באשרייבט דעם פערזענליכקייט פון ר' ישעי' איצקאוויטש המכונה אליעזר קרויס. צווישן די אנדערע מעלות פון איהם רעכנט ער אויס אז ער באקט אליינס ערב פסח מצות ביי זיך אין שטוב. ער כשר'ט דעם אויוון ..."מיט איזי אףף":...! איז אזוי. הגם אונז האמיר א מסורה פון אונזער העיליגן רעבי'ן הרה"ק מ'יארמא שליט"א אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. איז אבער דאך שווער. אן אויוון וואו מ'באקט חלות און קאקאאש קעיק קענמען נישט כשר'ן מיט איזי אףף. מ'דארף עס גליען. מעגליך אז דער חשוב'ער ר' ר.ש. האט געהאט א טעות. אדער די מעשה איז בכלל נישט געשעהן.
איין זאך בעט איך אייך הרב ר.ש. איהר זאללט בשום אופן נישט צו לייגן אן עיי"ן צו די ר"ת פון אייער נאמען...יישר כח למפרע. הק' בערל בעל עגלה. פה ברוקלין, יצ"ו...!
ר' ריכטיג: ייש"כ. איהר האט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך וועלל אי"ה אריינגיין אין שבת קודש באנפין נהירין אין אייער זכות. ולמצוה גדולה ייחשב.!
איז לאמיך אייך פרובירן צו ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט בערל בעל עגלה)...!
ס'איז מעגליך אז איך האב לפום ריהטא פארזעהן די שורה וואו דער בריוו שרייבער דערציילט אז הרה"ק ר' ישעיה איצקאוויטש שליט"א שטעלט איין דעם אויוון אויף סעלף קליענינג. אבער דאס האט נישט צו טון מיט מיינע נייע בריללן ואס איך דארף קויפן. והשלישית. דער אויגן דאקטער האט מיר קלאר געזאגט אז שטערקערע בריללן וועללן מיר נישט העלפן. והשלישית. (כבר אמרנו) איהר דארפט במחילת כבודכם טוישן דעם אימעדזש וואס איהר האט פון בערל בעל עגלה. אמת. לעת עתה דרייוו איך א באס מיט וואס מיין זיידע עליו השלום איז נאך געגאנגען אין חדר. אבער דאך. ס'איז שוין נישט צוגעשפאנט צו 2 סוסים. און דער געז רענטש ביי מיר אין שטוב איז ב"ה אויסגעשטאט מיט די מאדערנסטע טעכנאלאגיע וואס די דזשענעראל עלקטריק קא. שי' קענען באווייזן...!
נ.ב.: אויב וואוינט איהר אדער דרייטציך אין די עיר ה'טעירעה והחסידות בארא פארק. און איהר זעהט א פארצייטישן באס פון די תלמוד תורה --- ---- אריבערפארן. ביטע שטרענגט זיך אן און זאגט א גוטן טאג פאר דעם דרייווער. ווייל דאס ביניך. אני הקטן. בערל בעל עגלה...!
ר' ריכטיג: איהר טראכט נישט אז איך האב עס בכוונה געשריבן. צו זעהן אויב דער עולם הערט אויס...לאל...!
און צו הרב שמעקעדיג שליט"א...טראץ אייערע פארענטפערונגען...(וועלכע זענען גענצליך איבריג)...ווייזט זיך אויס אז דער חשד וואס האטציך אריינגעגנב'עט ביי מיר איז יא באזירט אויף פאקטן... איהר זענט דא נאר להרע. און נישט להיטיב. במחילת כבודכם...!
איר זענט א חושד בכשרים, ר' בערל טייערער...
איך האב געלייקט ווייל עס האט מיר געקאסט א שמייכל... דאס טאר מען שוין אויך נישט?
שמעקעדיג:כמו שאמרתי. די פארענטפערונגען זענען אינגאנצן איבריג. ווייל די פאקטן ווייזן אנדערש. אויך. מ'מעג אלעס. אבער זיך אליינס (נאכמער ווי א צווייטן) קענמען נישט. און מ'דארף נישט נארן...!
מאמענט - פרשת חיי שרה

How much does MOMENT charge to my put a organisation / company on their front page
as main article of the week
And how much do they charge to put a small 'rebbella' on their front page article
איך גלייב אז זיי האבן זיכער אן אימעיל אדרעס ווי די פראגע ווערט גערן געענטפערט...
ויגש

א אינטערוויו מיט א פרוי אין א היימישע אויסגאבע ר"ל
קאצקע ציקער: דו מאכסט נאר א ווערטל. אבער ס'זענען ב"ה דא גענוג משוגעים ליידיגגייערס וועלכע וועללן שוין מאכן מטעמים פון דעם און פרובירן צו נעמען חתימות פון רבנים צו אסר'ן דעם פארדארבענעם, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, ציוניסטישע (דאס מוז מען אריינרוקן וויילל אן דעים איז גארנישט.), טמא'נעם אויסגאבע מאמענט...!
אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער
4 ביכלעך
קדוש במלוכה - אן ערשטמאליגן גרינטליכן אריינבליק אין דעם געהויבענעם דמות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א \ הרב שמעון שלמה זילבער
סקולענער אורות - באקענט זיך מיט די געהויבענע אחים האדמורי"ם לבית סקולען מוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד \ הרב אליהו יואל גליק
פסח אין אידישע שטיבער - פראיעקט: 10 אידן פון 10 אנדערע קהלות דערציילן זייערע אייגנארטיגע פסח מנהגים און חומרות, און שילדערן וויאזוי זיי פראווען א סדר-נאכט
הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפישניץ, בארא פארק - קאפיטשניץ \ ר' יהושע העכט, קראון הייטס - ליובאוויטש \ ר' אברהם האלפערן, מאנטריאל - וויזשניץ \ ר' יואליש קרויס, ירושלים - ירושלימ'ער חסידיש \ ר' בערל איגל, בארא פארק - בעלזא \ ר' אברהם ר., וויליאמסבורג - קלויזנבורג \ ר' שמחה פרידמאן - לעיקוואד - ליטוויש \ ר' יואל אונגאר, שיכון סקווירא - סקווירא \ ר' זלמן גאלדשטיין, וויליאמסבורג (ראזענפעלד'ס גראסערי) - סאטמאר \ הרב עוזיאל אדמוני (ראטה), רב דקהל בני יוסף ומו"ץ בבי"ד תורה ומשפט, פלעטבוש - ספרדיש
דער ניין-פאכיגער יחץ אין וויזשניץ - די וויזשניצער ירושה חלוקה אנטהאלט הונדערטער היסטארישע חפיצים אין ווערד פון מיליאנען דאלארן. וויאזוי זענען צוגעגאנגען די פארהאנדלונגען צווישן די אחים האדמורי"ם און ווער האט למעשה באקומען וועלכן פעקל? ליינט אין דעם אינטערעסאנטן באריכט
מיין באזוך אין לינדען - און דער רעוואלוציאנערישער הייזער-פארקויף סיסטעם \ יואל אדלער
'הארץ' אין כאר - ערשטמאליגער אינטערוויו מיט'ן קאפעליע מייסטער ר' אבא בערקאוויטש פון "לב-וואויסעס", וועלכער האט איבערגעפרישט דעם באדייט פון קלאסישע חסידישע נגינה \ הרב אליעזר ראזען
יציאת ברוקלין - פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא
יחץ אָן לחץ - שמחה און חינוך ביים סדר נאכט \ הרב אליהו יואל גליק
א ישיבה ווי א היים - אויסשליסליכע אינטערוויוען מיט די רביים פון "ישיבת היכל התלמוד" וואס רעוואלוציאנירט דער עולם הישיבות \ חנוך גרינבערגער
מאמענטאל: מיזעלס און מידיע-העצע - ר' יאסי געשטעטנער /// א שיסעריי דריל אין קוויבעק - אהרן יהודה ווייזער /// אבזערוואציעס ביים כינוס אין ארטער עש - יודל הירש /// א רבי'שע חתונה ביים ראש הכולל ערב שבת - מנחם גאלד
<<ביכל ב'>>
צא ולמד - שיחת החג מיט'ן עילוי'שן גדול הגאון האדיר רבי יחיאל מיכל זילבער שליט"א, באקאנט אלס דער גרעסטער מגיד-שיעור אין דער וועלט \ הרב שמעון שלמה זילבער
הכוכב מלאָנדאָן - ענדלאזער קוואל פון אינטערעסאנטע געשיכטעס און זכרונות פון צדיקים אין אויסשליסליכן אינטערוויו מיט'ן וועלט-בארימטן בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד רבי ישראל שטערן \ הרב אליעזר ראזען
יוגנט בצל רבי יאנקעלע און רבי יהודה'לע - אלס סאטמארער תלמיד אין סענז סטריט - אלס בדחן אין בעלזא אויפ'ן טיש - שימוש ביי אמאליגע בדחנים - א שטערן וואס רייזט איבער דער גאנצער וועלט
פון אוזבעקיסטאן צו בארא פארק: שטימע-מייסטער ר׳ אברהם יוסף איזראעל שילדערט זיין מסירת נפש'דיגע לעבנס-געשיכטע און ווי ער נוצט זיין טאלאנט צו שארפן די שטימעס פון די גרעסטע זינגערס \ אהרן יוסף שפילמאן
איש מפורסם היה - פראיעקט: די באהאלטענע זייטן פון דאס לעבן פון אן עושר, א פאפולערן מענטש און א בנש"ק וואס איר האט קיינמאל ביז היינט נישט געהערט
כל דכפין - ווען דער וואגשאל האט געוויזן "אזא" נומער און קיין שום דיעטע האט עס נישט באוויזן אראפצוברענגען, האב איך געוואוסט אז די איינציגסטע ברירה איז א "סליוו" אפעראציע. אט איז א דעטאלירטע שילדערונג וויאזוי איך האב דורכגעמאכט דעם פראצעדור און וויאזוי עס שפירט צו אראפגיין 7 סייזעס - דערווייל...
ויהי ממחרת הכינוס - הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק דאסקאל הי״ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סאטמאר, ענטפערט אלע שאלות איבער דעם מעמד אדיר \ מנחם גאלד
יציאת אינדיע - מעשה שהיה: די דראמאטישע געשיכטע פון רונן דבש וועלכער איז אנטלאפן פון דער מערסטע באוואכטער תפיסה אין אינדיע \ ב. האניג
בליץ רעוואלוציע - ביזנעס גערעדט מיט ענערגישן און מאטיווירטן ר' דובי וואלטער פון 'בליץ', וויאזוי סוקסעספולע ביזנעסער בענעפיטירן פון טעכנאלאגישע פארשריט \ חנוך גרינבערגער
[ציטאט אראפגענומען]
ר' ריכטיג: איהר האט נישט קיין השגה ווי ווייט אףף (נישט איזי אףף) איהר זענט...!
איהר שטעלט זיך אוודאי פאר אז דער בערל בעל עגלה איז אן אלט צובראכן אידל מיט א לאנגע ווייסע בארד. דין ווי א שטעקעלע (אזוי ווי א סאך אלטע אידן פון 80 יאר. און ער גייט מיט א שטעקעלע. מיט א קראך הוט און א לאנג רעקל...!
אזויפיהל קען איך אייך זאגן. ווען איהר וועט איבערדרייען אלע זאכן וואס איך האב דא געשריבן איבער די פראפייל. און עס אויסטייטשן פארקערט, וועט איהר אפשר אנקומען צו דעם אמת...!
איין הינט (נישט קיין כלב, ח"ו) וועלל איך אייך יא געבן. איך בין א שטיקל בעל בכי...לאל...! נישט חלילה קיין עגיל ואשמח. אבער דאך. די אלע טעלערס פון פאטעיטא קוגל און די פעסער בראנפן וואס מיר האבן ב"ה בחסדי ה' ערלעדיגט האבן דאך איבערגעלאזט עפעס א שטיקל רושם...! א כשר'ן, פרייליכן פסח...!
געקוקט דריי גראסערי׳ס. נישטא צו באקומען.
אנאנים: איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון ראונ'ס דיין און זיינע יסורי הנפש. בגן עדן תהא מנוחתו. (פונ'ם דיין, ז"ל.) אבער ווען דו ליינסט די ארטיקלען פון חשבון הנפש אדער די באזוכן אין פארשידענע קהילות איבער שבתים פון ר' אליהו יואל גליק הי"ו, מיינסטו אז דו שוועבסט אין די עולמות. און דו ביסט אט דארט וואו ער איז. און די קהילות פון די פארשידענע שטעט באקומען א חיות און א לעבעדיגקייט ווי גלייך דו אליינס וואלסט דארט געווען...!
דאס איז איינס פון די סימנים פון א גוטן שרייבער. ער שילדערט א מצב אויף א מענטשליכן לעול. אז דו מיינסט אז דו ביסט דארט אין די סצענעס וואס ער באשרייבט.
איך האב שוין געליינט א שפאר ביסל ביכער. סיי אין אידיש. ענגליש און עברית.דער צד השוה פון די אלע איז אז ס'איז זייער ציענד. און ס'מישט זיך איין בלאט נאכ'ן צווייטן מיט א געשמאק. דאס זענען די מאמרים פון א.י.ג....!
חת"ם סופר: ווען די אנדערע מאגאזינען זענען ביזי מיט נארישקייטן האט מאמענט די בעסטע און אקטועלע אינטערוויוס און רעפארטס...!
@אנאנים
זייער טיפיש פאר א טראמפ שטיצער, טראמפ אליין ביים דיבעיט האט געזאגט וועגן די וירוס: I take full responsibility
ובאותו רגע צוגעלייגט:
It’s not my fault that it came here, it’s China’s fault
<a class="postlink" href="https://www.rawstory.com/2020/10/trump-on-i-take-full-responsibility-its-not-my-fault/">https://www.rawstory.com/2020/10/trump- ... -my-fault/</a>
😂
[ציטאט אראפגענומען]
זיי האבן דיר געפאלגט!!!
איינמאל ביידן ווערט פרעזידענט גייט שוין נישט זיין קיין נייעס וואס גייען זיי שוין שרייבן אינעם נייעס ביילאגע ? איך האף נישט קיין רעבישע נייעס
📎 מאמענט+פלאס וארא תשפ״א.jpeg
לעצטענס האבן זיי געשריבן איבער די סיפור הידוע מיט ארסאן וועלס.
כ'פארשטיי אז זיי קענען נישט מאריך זיין בשבחו, אבער למען ידע דור אחרון, דארף מען זאגן אז וועלס איז מן הסתם געווען דער געלונגענסטער פערזאן פונעם פארגאנגענעם יאר-הונדערט.
דא דערציילט ער אן אינטערעסאנטער עפיזאד, ווען ער האט זיך געטראפן מיט טשורטשיל אוןן היטלער.
--------
אויפן פסח דעקל זע איך אז זיי באשרייבן וואשינגטאנ'ס שפיאנאזש רינג.
ס'איז דא אויף דעם א געוואלדיגער טי ווי סעריע, Turn: Washington's Spies.
@ונבנתה העירפיינע ארטיקל געווען!
someone with a few pdf from the moment
שוין לאנג נישט געקויפט מאמענט, יעצט געקויפט נישט צו גלייבן וואס זיי האבן געמאכט מיט'ן מאגאזין
ר’ יצחק עקשטיין - ביזנעס
אין דער מאמענט אויסגאבע האט ר’ יצחק עקשטיין א ביזנעס קאלום ווי ער שמועסט אויס ביזנעס מעגליכקייטען פון יעדע סארט ביזנעס, דהיינו די מעלות און חסרונות פון עפענען א ביזנעס, יעדע מין ביזנעס מיט זיינע שטארקייטען און שוואכקייטען. און ווי אויך רעכנט ער צאם אויף פעדער און פאפיר די אויסגאבען וואס איז פארהאן כדי צו קענען עפענען דעם געשעפט די הוצאות און לעומת זה די בענעפיטן, ישר כוחו וחילו.
אבער אינטערסאנט, אז ער האט קיינמאל נישט אריינגערעכענט די הוצאה פון "לא יחרץ" וויפיל ס’קאסט אונטערצושמירן דעם רב / רבי איידער’ן עפענען די טויערן פונעם בית מסחר, און נאכדערצו אויב ס’איז א ביזנעס וואס די ארבעטסלאזע קנאים קענען האבן א בייזען אויג דערויף וד"ל. און אויכעט די מזוזה לייגעריי וואס מען דארף אריינלייגען ירקות אינעם רב’ס קעשענע כדי ער זאל איבערלאזן זיינע הייליגע ברכות צו בענטשן דעם ברכת העסק.... און דערנאך פובליצירן די בילדער אין אלע אויסגאבעס.
ער האט אויך נישט אריינגערעכנט די הוצאה פון אשר יצר פאפיר.
ער האט גראדע דערמאנט אז מען דארף זיך פארשטענדיגן מיטן וועד הצניעות פון קרית יואל ביים שרייבן איבערן רעסטוראנט.
כהאלט פערצופאל אז דער קאלום האט ווייט נישט מיט ביזנעס צוטון, אין מיינע אויגן איז עס א געשמאקע לופטיגע קאלום, ביזנעס זאל מען זיך לערנען אויף די אייגענע בארד.
בן ישיער האט אויך נישט אריינגערעכנט די הוצאה פון אשר יצר פאפיר.
דאס געבן שוין די רעבעס וואס קומען נעמען געלט...
כוואליעס קאלום אין מאמענט פון ברוך וויינשטאק איז גאר פיין. מיט גוטע נקודות למחשבה
דער מאמענט פון די פארגאנגענע וואך (פ' אחרי) ברענגט א בילד ווי א גרויסער אדמו"ר פון אייראפע האט אום חוה"מ געמאכט א פארזאמלונג פון בחורים און גערעדט צו זיי אז זיי זאללן נישט נאכגיין די מאדעס און ווינט פון די גאס. בפרט די טמא'נע כלים ווי סמארטפאונס וכדומה. און דער (העיליגער) אדמו"ר אליין גייט נאך די ווינטן (און מאדעס) פון די גאס. ער האט א הויעכן, 4 שטאקיג שטריימל (או.קעי. נאר 3 1/2 שטאק). ילמדנו רבינו?
berlbalagulehדער מאמענט פון די פארגאנגענע וואך (פ' אחרי) ברענגט א בילד ווי א גרויסער אדמו"ר פון אייראפע האט אום חוה"מ געמאכט א פארזאמלונג פון בחורים און גערעדט צו זיי אז זיי זאללן נישט נאכגיין די מאדעס און ווינט פון די גאס. בפרט די טמא'נע כלים ווי סמארטפאונס וכדומה. און דער (העיליגער) אדמו"ר אליין גייט נאך די ווינטן (און מאדעס) פון די גאס. ער האט א הויעכן, 4 שטאקיג שטריימל (או.קעי. נאר 3 1/2 שטאק). ילמדנו רבינו?
What's your point?
טאמער טראגט ער א הויכע שטריימל זאלן די בחורים האבן סמארפאונס?
ניין: אבער ניץ נישט דעם לשון ..."נאכגיין די ווינט פון די גאס"... ווען דו אליינס טוסט דאס זעלבע...! ער וואלט געקענט זאגן אז סמארטפאונס פאר בחורים איז סם המוות. און ס'וואלט געווען אין ארדענונג. פארוואס ניצן ברייטע לשונות ווען ער אליינס האלט נישט דערביי...!
לשבחו פון די אויסגאבע פון די פארגאנגענע וואך (פ' נח תשפ"ג). דער אינטערוויו מיט ר' יצחק שלמה בראדי הי"ו איז ממש הארצרייסנד. פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט צו ליינען דעם מאמענט...!
פנחס גלויבער האט געלייגט א לינק אויב איר ווילט זיך אויפשרייבן אויף זיין ברעקעלעך ליסטע.
bit.ly/brekelech
ביטע לייג א לינק וואס איז קליקעבל.
א דאנק אייך.
טעינקיו @הערשער
בן ישיפנחס גלויבער האט געלייגט א לינק אויב איר ווילט זיך אויפשרייבן אויף זיין ברעקעלעך ליסטע.
bit.ly/brekelech
📎 Screenshot_20230713_034649.jpg
מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים
גייט צו דעם אשכול
מאמענט האט בטעות געלייגט א פרוי.. נו ר"ל
יאפ, אויך באמערקט...
כאטשיג ווייס מיר אז ער האט א גוטע שלום בית מיט זיין ווייב. ער גייט שפאצירן..
איך האב מורא אז וועגן דעם איז מאמענט אשכול אין אייוועלט פארשפארט ווייל זיי האבן מורא פון די heat פון דעי צוויי זאכן די פרוי און די חברים מחאה...
שטארק📎 20230918.jpg
קלארער📎 20230918_.jpg
מילתא דמיתאמרא דבי מדרשא אויף א טונא-בייגל פון לייקוואד וואס האט געדארפט זאגן א שיעור כללי, און ער האט נאכגעזאגט א שטיקל "רעב חיים" מלא וגדוש מיט טעותים. נאכן שיעור איז אן אנדערען טונא-בייגל צוגעקומען צו איהם אז ס'איז נישט קיין דרך ארץ צו לאזן רבי חיים מיט אן ארויסגעשטעקטן צינג. און ער האט מסביר געווען אז עס שטייט אז ווען מען זאגט נאך א ד"ת פון א פריערדיגן צדיק זענען שפתותיו דובבות בקבר, "ווען דו האסט אנגעהויבן נאכזאגן פון רבי חיים האט ער אנגעהויבן שאקלן די ליפן, אבער גאר שנעל האט רבי חיים איינגעזעהן אז דו זאגסט אייגענס. איז ער געבליבן מיט די צינג אינדרויסן..."
באמת האב איך אינזין געהאט צו שרייבן א לענגערע אבזערוואציע אויף די נושא, אבער עס איז נישט אויסגעקומען און איך וויל אריינכאפן בעפאר די מארגענדיגע פובליקאציע.
ס'דא א באקאנטע פראזע אין די פאליטישע וועלט, מימות ביל - עפשטיין-אינזעל-באזוכער - קלינטאן:
It's the economy, stupid
איבערטייטשענדיג די פראזע אין אידיש, איז עס בבחינת "דו טיפש, ס'איז די עקאנאמיע". (די ווארט "סטופיד" איז סיי אן עדזשעקטיוו - טיפשות, און סיי (אומאפיציעל) א נאון - טיפש).
למעשה האב איך געזעהן די וואך אינעם מאמענט+ אז דאס ווארט טיפוש איז נישט א פאסיגע ווארט צו שטיין אין אזא פרעסטידזשפולע פובליקאציע ווי די מאמענט, איז די שרייבער געגאנגען און אפדעיטעד די פראזע צו "ס'איז די עקאנאמיע, פשוט".
עס איז נישט איבערגעטייטש ריכטיג די פראזע. קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון די ווארט סטופיד?
(די מחבר דערפון לעבט נאך, איז נישט שייך די צינג אינדרויסן...)
יא עס האט מיר אויך געגרילצט פארוואס ער שרייבט עס נישט איבער ככתבו וכלשונו.
שמעקעדיג #
יא עס האט מיר אויך געגרילצט פארוואס ער שרייבט עס נישט איבער ככתבו וכלשונו.
ביים עס ליינען אום שבת האב איך געקלערט אז אפשר געדענק איך נישט די פראזע ריכטיג און ס'גייט: It's the economy, bitch ממילא קען מען פארשטיין.
מוצאי שבת, ניתי גוגל ונחזי. האב איך יא גוט געדענקט.
טיפש און פשוט איז די זעלבע אותיות..