☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:12 am

· #240343
ישמעאל הכהן
WLIB 1190

יא: איך ווייס נישט וואס זייער מצב איז היינט. אבער איך פלעג עס הערן אייביג ווען איך בין געווען אין מיין קאר. די העצערייען אקעיגן ווייסע בכלל און בפרט אקעיגן אידן איז געווען ממש שרעקעדיג. דער בעל הבית פון די סאטנציע איז געווען פערסי סוטטאן. וועלכער איז איין תקופה געווען דער בארא פרעזידענעט פון מאנהעטן. ער האט אנגעשטעלט א פנים אלס אידן פריינט. צו ערשט זענען די פראגראמען דארט געווען גאנץ מענטשליך. ער האט אפילו געהאט קאמערשעלס פון "מאנישעוויץ מצות" און שפירא וויין. איך געדענק נאך וויאזוי זייער עד איז געלאפן. בלשון השחורים. "מען, אה, מענישעוויץ". נאר שפעטער האט ער אנטדעקט אז ער קען האבן א סאך העכערע רעיטינגס ווען ער וועט ווערן א העצערישער סטעישן. די גיפט און שנאה וואס איז פון דארט ארויסגעגאנגען איז געווען ממש שרעקליך. סיי פון די טאלק שאו האוסטס און סיי פון די אריינרופערס...!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:58 am

· #240362
שמערל
כ'האב מורא אז אנרופן שווארצע בני חם אויף א פראנט פעיזש, קען ווערן אויסגעטייטשט ראסיסטיש, ווי א רעפרענס צו א לעגיטימאציע צו קנעכטשאפט.
שוין כ'האב גארנישט געזאגט, שמריהו וועט שוין דעסיידן.

ס'איז טאקע א חידוש אז דער מאמענט נוצט אזא העסליכע טיטל אויפן דעקל, (און עס איז קלאר דאס, א העסליכע ראסיסטישע טיטל) פונעם מאמענט וואלט איך ערווארטעט עפעס איידלער.
אונזער פראבלעם איז טאקע אז מיר לאזן דעם נידירטרעכטיגן שמריהו 'דעסיידן', און איין מאל ער קריטיקירט זענען אונז אף די הוק, ''וואס גייסט זיך צוטון מאכן וואס 'ער' זאגט?''

בכלל זע איך נישט פארוואס איינער זאל קויפן דער מאמענט די וואך, פארן באריכט איבערן אטאקע אין קראונהייטס? פארדעם איז דא קול מבשר, דער איד און דער בלאט וכו', פארן אינטערוויו מיט ר' בערל לאזאר? אדער די 'חלומות' ארטיקל? קאם אן!
איך האב זיך שוין געוואונדערט וואכן צוריק וואס דער מאמענט גייט שרייבן איינמאל דער 'דירות קריזיס' 'בחורים אן א ישיבה' 'פרנסה קריזיס' וכו' זענען געדעקט.

קרעקער » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:53 am

· #240625
יאיר האט געשריבן:
דער עיקר הכנסה מוז זיין פון אדווערטייזמענטס. אבער עס איז ממש נישטא קיין עדס. איך האב אפגעציילט צווישן אכט און ניין עדס (דאס איז שוין ווען מען רעכנט אריין די באלעבאסטע, און ווען מען רעכנט צו די עדס וואס yhk לייגט אליין אריין)


אפילו דער אומזיסטע "טריביון" האט די וואך גאנצע 6 אדווערטייזמענטס!



איך זעה אז טריביון האט 15 עדס די וואך
און קנאקעדיגע עדס פון די גרויסע מידיע קאמפעניס
זיי זענען אויפען גיטען ריכטונג

מאמענט דארף גרויס רחמים צי קענען אנגיין אן קיין עדס

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 4:01 pm

· #240815
אין די לעצטע אויסגאבע פון "מאמענט". (פ' וישב). אין קאלום פון "אידיש-גערעדט", פון חיים שפיצמאן --וועלכער האט זיכער געהאט דעם זעלבן קריאת השם וואס בערל בעל עגלה-- ברענגט ער זייער גוטע זאכן בענייני דיקדוק פון די אידישע שפראך.
אין ענטפער אויף א בריוו פון א ליינער וועלכער פרעגט אן ווען מ'זאגט ארויס א ווארט וועלכער האט צוויי "יי"" (יידן) אינמיטן ווי "גיין" און "זיין". ווען מ'זאגט עס ארויס מיט א צירי, און ווען מ'זאגט עס מיט אן אלף..זיין ענטפער איז אז מ'קוקט וויאזוי דער ווארט ווערט ארויסגעזאגט אויף די דייטשע שפראך. ווי "gehn" vs. "sein".
דאס ערשטע ווארט זאגט מען ארויס מיט א צירי. "גיין". דאס צווייטע ווארט זאגט מען ארויס "זיין" מיט אן אלף...!
דער מאמענט מאגאזין איז בכלל זייער א געשמאקער ליין מאטעריאל. ער האט (דערווייל) געהאט זייער אינטרעסאנטע ארטיקלען, איבער טעמעס וועלכע אינטרעסירן א יעדן איד פון אונזערע קרייזן. דער אייבישטער זאל העלפן ער זאל זיך ארויפארבעטן און האבן אריכת ימים ושנים...!

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 7:41 pm

· #242245
אינעם דריידעל ארטיקעל ברענגט יהודה מאנן
"דער גריכישער פילאזאף אפלטון ברענגט שוין דעם דריידעל אלס באווייז אז עס איז שייך א פאראדאקס אין נאטור."
וואס האט אפלטון געהאלטן און וואס מיינט ער צי ווייזען מיטן דריידעל?
וואס איז די פאראדאקס, דאס אז ווען סדרייט זוך פאלט עס נישט אראפ? איז דאס נישט פשוט א שטערקערע כח, וואס איז בכלל נישט קיין סתירה צי נאטור?
האט אפלטון געהאלטן אז פאראדאקס איז אקעי?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:04 pm

· #244013
אין די לעצטע אויסגאבע פון מאמענט מאגאזין (פ' ויגש, תשע"ה, #31) אין קאלום "יש אומרים", אויף פעידזש 24 ברענגט ער א רעפארט פון נ.י. טיימס, אז "שבת שלום" הערט זיך כסדר אין "קינגס הייוועי גלאט", א בוטשער סטאר אין די...גרעיווסייד דאס איד א טעות. ס'איז נישטא א געגנט מיט אזא נאמען. די געגענט הייסט גרעיוו'ס ענד/Gravesend...געגענט אין ברוקלין...
איך האב זייער א סאך רעספעקט פאר "מאמענט" מאגאזין. אבער אזאלכע טעותים טארן זיי נישט אדורך לאזן...!
אבער א צווייטן טעות, אויף וואס איך האב מעורר געווען דא אין קאווע שטיבל, האבן זיי שוין (האפנטליך) פארראכטן...
אינ'ם זעלבן קאלום ברענגען זיי א "קוואוט" פון ר' בנציון ווידער, דער לעגיסלאטאר אין ראקלענד קאונטי... אין די פריערדיגע אויסגאבע איז געשטאנען לעגיסלאטור אויף דעם זעלבן מענטש...!

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:15 am

· #245929
הרב יואל אשר לאבין שרייבט מער נישט אין מאמענט?

אין לעצטיגע פרשת ויחי מאמענט איז זיין נאמען נישט ערשינען ביים קעפל פון באלעמער.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 7, 2015 1:47 pm

· #246630
פישל'ע העררינג
הרב יואל אשר לאבין שרייבט מער נישט אין מאמענט?

אין לעצטיגע פרשת ויחי מאמענט איז זיין נאמען נישט ערשינען ביים קעפל פון באלעמער.

עס הייסט אז עפעס טוישונגען מאכן זיי

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 7, 2015 1:57 pm

· #246632
איש את רעהו
פישל'ע העררינג
הרב יואל אשר לאבין שרייבט מער נישט אין מאמענט?

אין לעצטיגע פרשת ויחי מאמענט איז זיין נאמען נישט ערשינען ביים קעפל פון באלעמער.

עס הייסט אז עפעס טוישונגען מאכן זיי

אז זיי טוישן שוין, האב איך נאך א בייפאל פאר זיי. דער לעצטער מאמענט האט געהאט אן ארטיקל איבער מסים, טעקס. עס איז ג-א-ר-נ-י-ש-ט געשטאנען דארטן! סתם אז יוסף הצדיק האט אויך גענומען טעקס... אפאר קאפי/פעיסטס פון פסוקים, וזהו. חוזק געמאכט פון די לייענער.

מיין עצה: הייבטס אן שרייבען זאכלעך, פולע פאראגראפן, מיט נוצליכע ידיעות.

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 7, 2015 2:02 pm

· #246633
איך האב מורא אז זיי גיין נאך איין טאג ''מצליח'' זיין...

smart » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 1:19 am

· #246828
בשבילי!
איך האב מורא אז זיי גיין נאך איין טאג ''מצליח'' זיין...


😂 😂 😂

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:40 am

· #247865
אזא אפארטוניסטישן דעקל

יאיר » מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:46 am

· #247866
ישמעאל הכהן
אזא אפארטוניסטישן דעקל

אריין אין אייוועלט אשכול.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:16 pm

· #247871
ישמעאל הכהן
אזא אפארטוניסטישן דעקל

.... ❓ ❗ ❓ ❗ ❓ ❗ ❓ ❗ ....!...ילמדנו רבינו...!

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:32 pm

· #247913
בכלל נישט אפארטוניסטיש. זיי זענען א וועכענטליכע מאגאזין, באזירט אויף די נייעס וואס איז הייס יענע וואך. זיי האבן זיך מטריח געוועהן צו אפהאלטן א געשפרעך מיט אן ארטיגע רב, אינטערוויועט א ניכטע פון איינער פון די הרוגים, און נאך. וואס איז שלעכט?

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:39 pm

· #247914
איך רעד פונעם בילד. א דעספערט פארזוך צו פארקויפן נאך א שטיק אדער צוויי מיט'ן לייגן א שאקינג נישט פאמיליע פריינטליך פיקטשער מיט ארונות.
TMO

That's my opinion

?May I have one

סלינקי » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:33 pm

· #247921
[ציטאט אראפגענומען]

עדווערטייזמענט מסתם

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:30 pm

· #247941
ישמאל יעס יו מעי! און איך האלט ביזט גערעכט ענדישער א פיקטשער פון די פאליציי

פישלע העררינג » זונטאג יאנואר 18, 2015 9:21 am

· #248620
דער באלעמער איז די וואך אפיציעל אריבערגעגאנגען צו א נייע שרייבער, איינער יצחק (?).

וואס איז געשעהן מיט ר' יואל אשר? חבל על דאבדין. הרב לאבין האט געשריבען צום אויסקישען יעדעס ווארט.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 18, 2015 3:28 pm

· #248701
איך האב עס געסטאפט קויפן זייט לאבין האט אויף געהערט שרייבן

פישלע העררינג » זונטאג יאנואר 18, 2015 5:11 pm

· #248718
נולד מאוחר
איך האב עס געסטאפט קויפן זייט לאבין האט אויף געהערט שרייבן

אבער וואס איז די מעשה מיט לאבין? פארוואס האט ער אויפגעהערט?

קאסטנער » מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:39 pm

· #249325
נולד מאוחר
איך האב עס געסטאפט קויפן זייט לאבין האט אויף געהערט שרייבן


אף אני

יאיר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:43 pm

· #249327
ווי עס שיינט זוכט דער מאמענט מער צו אפעלירן צו די זלאטשובער חסידים ווי צו די זידיטשובער אנהענגער.

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 11, 2015 3:31 pm

· #253039
וויסנשאפט שמיסנשאפט...

הא, וואס? לעצטנס האבן זיי דערשנאפט וואס דער קאסטומער וויל...

שלא לבייש את מי שאין לו...

יאיר » מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:33 pm

· #253077
שוין, די סיקריקים האבן געווינען. הרב לאבין שרייבט שוין נישט, אנשטאט אים האט איבערגענומען דער באגאבטער איש האשכולות, בקי בשבילי דטעכנאלאגיע כבשבילי דחינוך הבנים, הרב אבא חייא טויבער, און יעצט האקט מען שוין אויף וויסנשאפט. נעקסטע וואך גייען זיי שרייבן וועגן דעם טיילונג אין אונגארן.

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:58 pm

· #255289
שוין אונדז האב מיר עס דערלעבט מאמענט מעקט שוין אויך בילדער 😈

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:05 pm

· #255294
וואס איז טאקע פשט??

קאסטנער » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:01 pm

· #255317
זיי זענען שוין פרימער ווי די איד אין בלאט, ניטאמאל א בילד פין א מאן וועלען זיי לאזן, א בילד פין א פאליציי אפיציר ווערט פארלאטעט,

#א געווארענער איז ערגער...

גוטע פינטעלך » מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:30 pm

· #255907
"ונבנתה" האט זיך מגלה געווען למטה מעשרה טפחים, אינעם 'מאמענט'?

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:47 pm

· #255914
וואס פאלט דיר ביי?

גוטע פינטעלך » מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:54 pm

· #255919
ונבנתה העיר
וואס פאלט דיר ביי?

אנהייב וואך האסטו געשריבן
די פרטי הסיפור וועט איהר לכאורה קענען ליינען אינעם מאמענט.

א דאנק פארן עס מגלה זיין פאר'ן ציבור, און יא איך בין מקנא דיין גוטע געפיל!

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:00 pm

· #255922
נעה, זעה דא.

יאיר » מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:14 pm

· #255928
יא, ונבנתה איז דער שטאלץ פון קאווע שטיבל. דרייט זיך אריין אזוי פון אונטער די קוליסן אזוי אומבאמערקטערהייט און שאפט א סענזאציע און שלייכט זיך ארויס. ונבנתה העיר בתפארתו.
שוין איינמאל א ליובאוויטשער חסיד.

כוכב » מיטוואך פעברואר 25, 2015 8:30 pm

· #255964
למעשה, נאך די מאמענט און דער המודיע און קול מבשר איז נאך אלץ נישט פאר ענטפערט געווארן וויאזוי ונבנתה האט געלייגט א יד אויף די ווידעא.
אפשר מעגן מיר שוין וויסן דעם סוד?

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:21 pm

· #255992
לעדערער האט עס באקומען פון ס"ק, שבת האט מיין חבר געהערט בשמו אז עס איז דא א שטיקל פונעם ח"ח וואס דער עולם האט נישט, זונטאג האט מיין חבר עס געזוכט, יענעם טאג [אזוי מיין איך] האט ס"ק עס ארויפגעלייגט אויף זייער סייט, מיין חבר האט עס דארט געפונען און מיר עס געשיקט, איך האב עס ארויפגעלייגט אויף קאווע שטיבל.

יאיר » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:24 pm

· #255995
ונבנתה, איך קען ווערן גוט מיט דיין חבר?

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:47 am

· #256056
וואס איז דער קאנעקשן צווישן לעדערער און מארך?

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 29, 2015 2:13 am

· #262468
דער מאמענט ווערט לעצטענס דינער מיט יעדן פארבייגייענדער וואך.

וואס די גיהנום איז ראנג מיט די אידישע מאגאזינען, אז בשעת וואס די ענגלישע חרדי'שע אויסגאבעס, עמי, משפחה ועוד, זענען דיק און אנגעשטאפט מדי שבוע בשבוע, זענען די אידישע מאגאזינען אויסגעמאגערט און כמעט ליידער פון סחורה. פארוואס אין דער וועלט קענען נישט די אידישע מאגאזין אויסזען ווי די ענגלישע?

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 29, 2015 2:20 am

· #262471
לעצטכ מאל איך האב עס געזען האב איך באמערקט ווי גאנצעטע זייט ווערן איבערגעלאזט האלבע זייטן דערפון גענצליך ליידיג... כלומרשט א חלק פון די גראפיק. פארשטיי איך נישט ווער ס'קויפט דאס בכלל

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 29, 2015 2:45 am

· #262481
מאמענט האט זיך פארקלענערט זייט חודש אדר, פון די געווענליכע 80 זייטן זענען זיי אראפ צו 64 זייטן, די פרויען מאגאזין איז אראפ פון 32 צו 24 זייטן די קינדער אפטיילונג איז געבליבן ביי 16 זייטן.

אגב, פרובירט מאמענט אין די לעצטע אויסגאבע צו חנדלן די עקסטרעמע גרופע וואס זענען די ערשטע צו פארפירן אויף אלעם; דא האט איר די קאווער
📎 IMG_20150329_024307.jpg

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 29, 2015 2:53 am

· #262484
אן דע אדער הענד, איז דא אן ארטיקעל אין ליכט פונעם ביטערע שריפה, איבער וויכטיגקייט פון סעיפטי, האבן סמאק אלארם.
דאס שמעקט עפעס מער וואטסעפפדיג ווי סאכדעסדיג

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 3, 2015 2:21 am

· #264014
מאמענט וואקט א טייט ראופ.

א גאנצע ביילאגע, בענין עשר מכות היינטיגע טעג.

דאס איז א אויסגעדראשענע טענה פון די מכחישי התורה, אז בעצם זענען די עשר מכות נאטורליכע ערשיינונגען און זענען נישט אותות ומופתים ומשפטים בל ידעום. עפ"ל.

איינס פון די צוויי, לכל הפחות: אדער אז די שרייבערלעך ווייסן נישט בחייכון וביומיכון פון זייער לעבן צו זאגן, און זענען אבליוויוס צו אזא טענה מכת המינים והאפיקורסים און זיי מיינען זיי האבן אנטדעקט אמעריקא, אדער ווייסן זיי יא דערפון, נאר זייענדיג אנגעליינטע אויפגעקלערטער אידן האבן זיי פארלוירן דעס דעת להבדיל בין נגע לרגע.

אזוי צו אזוי, צריך עיון גדול אויף זייער וועד הרבנים לפיקוח.

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 3, 2015 8:47 am

· #264033
נו, ס'נישט קיין עניוות צו בארעדן די אייגענע ווערק. 😉

הוגה » פרייטאג אפריל 3, 2015 9:19 am

· #264036
פישלע העררינג
דאס איז א אויסגעדראשענע טענה פון די מכחישי התורה, אז בעצם זענען די עשר מכות נאטורליכע ערשיינונגען און זענען נישט אותות ומופתים ומשפטים בל ידעום. עפ"ל.


1) אויב זאגט מען אז די מכות זענען נאטירליכע occurrences דאן אבוויעסלי איז מען נישט מכחיש די מכות. די מכחישים גלייבן נישט בכלל אז אזא זאך זאל האבן געשען.

2) דאס אז די אייבישטער האט געשטעלט די טבע באופן אז אזאנע שרעקידיגע שטורעמעס און קרענק און עפידעמיעס זאלן פונקט געשען ע"פ דרך הטבע, פונקט ווען די שלעכטע קעניג לעבט, איז דאך די גרעסטע מופת גלוי.

3) לענ"ד, זאגן אז די אלע מכות זענען געשען ע"פ דרך הטבע הערט זיך מער אומגלויבליך ווי ניסים.


.

יידל » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:27 pm

· #264078
אפציע דריי, פישלע האט נישט געקויפט די מאמענט און שפרינגט צו הנחות...

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:40 pm

· #264082
אפציע פיהר, אברהם פריעדמאן האט זיי אראפגעשטופט פונעם ראופ...
📎 IMG-20150403-WA0000.jpg

אפטעמיסט » זונטאג אפריל 12, 2015 12:10 am

· #265291
די אינטערוויו מיט אברהם פריעדמאן איז א מאסיווער ארטיקל! כ'האב געלייענט מיט דארשט יעדעס ווארט.

(אויסער דעם וואס ס'האט געשמעקט גאנץ היימיש...)

קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 12, 2015 4:53 pm

· #265421
דער לאבין האט זיך אריינגעריקט איבעראל, ער האט געשריבן אין די מאמענט און די טריביון אין די וואך און אין די עמי wow

קאסטנער » זונטאג אפריל 12, 2015 11:47 pm

· #265538
[ציטאט אראפגענומען]


אטש.. פאר קינדער?!

איך האב פריער געזען ווי מען שמירט די קלעב אויף די קאנסטראקציע זייטלעך אין וויליפעסט...

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:49 pm

· #266318
איך בין זייער קארג מיט אויסגעבן געלט פאר צייטונגען
אפילו טאביק שמעק איך נאר ביי יענעם
פסח האב איך זיך ערלויבט צו קויפן
עס שמעקט גאנץ גוט
אבער עס שמעקט מיר ווי ער שמעקט אסאך טאביק דא אין קאווע שטיבל
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21