אשכול אן א טיטל #6218
1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
שמעקעדיג: נאך א המשך פון מיין פריערדיגע תגובה..
און די בני יואל מיט יאסל וואלדמאן זאללן מיר נישט קומען וויינען אז מ'רודפ'ט זיי. זיי האבן אנגעפיהרט די מערכה אקעיגן דעם ברך משה און אקעיגן ר' אהרן. פערזענליך. און אלס מרא דאתרא וואס זיי האבן נישט געוואלט אנערקענען. יוסל וואלדמאן פלעגט נאכשרייען פאר דעם ברך משה אויפ'ן גאס ווי גלייך ער וואלט געווען עפעס א שיכור אין גאס.און די גאנצע גרופ האבן געפיהרט מלחמה אקעיגן ר' אהרן. און ווען זיי האבן פארלוירן וויינען זיי ווי בעיביס.
זיי (די בני יואל) קומען מיט א טענה אז זיי האבן געוואוינט אין קר"י פאר ר' אהרן און דעם ברך משה. אבער זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג פון דעם פאקט אז קרית יואל איז נישט סתם א שטעטל ווי מאנסי אדער ווילי. ס'איז א סאטמאר'ע שטעטל. נתייסד געווארן דורך סאטמאר'ע רבי זצ"ל. און דער ברך משה איז געווען זיין ממלא מקום. און ער האט ממנה געווען זיין זון ר' אהרן. מוזן זיי זיך אונטערווארפן אונטער זיין הנהגה. נישט נאר וואס זיי טוען עס נישט. נאר זיי גיסן די גרעסטע בזיונות אויף איהם און זיי רופן עהם מיט די ערגסטע נעמען. נאכדעם ווען זיי כאפן וויינען זיי. אין קיין שום אנדער חסידות וואלטן זיי נישט געקענט עקזיסטירן אזוי ווי אין קרית יואל. למשל, אין בעלז אדער וויזשניץ וואלט מען דען געלאזט די מורדים וואוינען במנוחה. אזוי ווי אין מאנרא...?!
איך בין געווען א שבת אין די עצי תמרים געגנט. דארט האט אויכעט געדאוונט א יונגערמאן (כ'וויל נישט פורש בשמו זיין) וואס זיין טאטע איז איינער פון די הויפט אנפיהרערס פון די בני יואל. אבער ער איז נישט. כ'האב מיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן וויאזוי דער גאנצער עולם רעדט צו איהם מיט'ן גרעסטן כבוד. דו ווילסט מיר זאגן אז אין בעלז אדער וויזניץ וואלט מען דען געלאזט אפילו דאווענען א זוהן פון די הויפט מורדים אין ביהמ"ד...?!
ר' בערל, איך הער דיין שיטה, עס זענען פאראן אנדערע וואס האלטן אז יעדע ווארט פון דיין דרשה קען מען אפווענדן, אבער צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול אין צימעס, נישט פארברוינען דעם מאמענט אשכול, ווי דער רבי פלעגט אייביג אויספירן בלשון חיבה "ואכמ"ל" ודפח"ח.
שמעקעדיגר' בערל, איך הער דיין שיטה, עס זענען פאראן אנדערע וואס האלטן אז יעדע ווארט פון דיין דרשה קען מען אפווענדן, אבער צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול אין צימעס, נישט פארברוינען דעם מאמענט אשכול, ווי דער רבי פלעגט אייביג אויספירן בלשון חיבה "ואכמ"ל" ודפח"ח.
שמעקעדיג: איך בין מסכים מיט דיר אויף ביידע. איך האב דאך טאקע נישט מאריך געווען. שטעל דיר פאר ווען יא... 😂
די צווייטע איז זיכער אמת... 😂
בדוו: האסט שוין מברר געווען וועלכע נאווא לאקס איז בעסער. ביי מיר אין ביהמ"ד זומער געט מען עס ביי שלוש סעודות...!
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט צו הערן. (און אפילו ווער ס'נישט אינטרעסירט): איך האב היינט נאכמיטאג (פאר פרקי אבות) געענדיגט ליינען דעם מאמענט פון די וואך. קודם די מעשה פון די לעדערמאן שוהל איז אויכעט זייער שיין. אבער די באשרייבונג פון א שבת אין קרית יואל איז דאך מתוק מדבש. איך בין געזיצן צוגענאגלט צום בענקל, און כ'האב אדורכגעליינט די גאנצע באשרייבונג בנשימה (אדער בישיבה) אחת. כ'האב ממש געשפיהרט ווי איך בין דארט אין קרית יואל און כ'האלט מיט דעם גאנצן שבת אזוי ווי דער חשוב'ער שרייבער לייגט עס אראפ. ביים פירות טיש האב איך טאקע געזוכט די טרויבן. ווייל א פירות טיש ביי אלע רעבעס היינטיגע צייטן סיי דאהי און סיי אין ארץ ישראל גייט נישט אן קיין טרויבן. ביי מיין אנדער'ן רעבי'ן (כ'עלל נישט זאגן וועלכער. משום חשש גילוי.) איז א מנהג קודש (מסתמא מבית אבותיו הק') אז נאר גבירים באקומען טרויבן. איין שבת, האביך (זעהט אויס, בטעות) באקומען טרויבן. ביניך אהיימגעגאנגען פון טיש טאנצנדיג. ווייל כ'האב געוואוסט אויף זיכער אז איך בין אן עושר. אזוי האביך מיר אונטערגעזינגען, ביז כ'האב באקומען דעם סטעיטמענט פון באנק מיט א חשבון פון אווערדרעפט. האביך מיך אויפגעוועקט פון מיין זיסן חלום.צוריק צום שבת אין מאנרא. א פאר קליינע טעותי הדפוס (מסתמא נישט קיין עמי הארצות, ח"ו) האט דער חשוב'ער שרייבער יא געמאכט. למשל. ווען ער האט באשריבן וויאזוי די רבי מהר"א שליט"א האטציך געוואשן די הענט אין די זילבערנע כלי נאך די פיש, האט ער געשריבן אז די רבי האטציך..."מפשפש"... געווען די הענט. ער האט זיכער געמיינט צו זאגן ..."משפשף"...געווען. נאך איין קליינע קשיא/שאלה האביך. (הגם אונז האמיר בקבלה פון אונזערע הייליגע רעבעס, אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה) ער פארציילט דארט אז די רבי מהר"א שליט"א האט פארגעלערנט פרק ה'. ביי מיר אין לוח שטייט אויף פ' עקב אז ס'גייט פרק ד'...!
ביים רבינ'ס הבדלה, האביך ממש געשפיהרט די הייסקייט פון די פלאמעדיגע הבדלה. א סאטמאר'ע שלוש סעודות דארף איך דאך נישט באשרייבן. ס'איז ידוע לכל...א גוטע וואך... 😃 😮 !
און דער טעות פון 'להניח בו' אנשטאט לנוח האסטו נישט באמערקט? (ביי כל מקדש)
שמעקעדיגאון דער טעות פון 'להניח בו' אנשטאט לנוח האסטו נישט באמערקט? (ביי כל מקדש)
שמעקעדיג: ייש"כ. איך מוז עפעס אלעס באמערקן. פון שבת נאכמיטאג ביז מ'זעצטציך צו צו די שרייב מאשינקע פליען א סאך זאכן ארויס פונ'ם זיכרון.
ועוד יש לומר. פארדעם ביסטו דאך דא... 😂
פיין פיין אבער פארוואס זענט איר כסדר מצטט לבטלה?
איך אויךפיין פיין אבער פארוואס זענט איר כסדר מצטט לבטלה?
איך אויך: ילמדנו רבינו.וואס פונקטליך מיינסטו...? ס'איז דא א סאך זאכן וואס טויגן נישט ווען זיי זענען לבטלה. אזוי ווי א ברכה לבטלה און... 😮
אבער וואס מיינט מצטט זיין לבטלה...?
מצטט זיין מיינט ציטירן.
זעה דא פאר מער.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3068">viewtopic.php?f=12&t=3068</a><!-- l -->
וואס נאך איז נייעס אינעם מאמענט?
געזען א הצלה באס פראנט פון ר' בערל'ס הויז, נישט געוויסט פארוואס
📎 IMG-20160907-WA0136.jpg
ליפאגעזען א הצלה באס פראנט פון ר' בערל'ס הויז, נישט געוויסט פארוואס
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6667">viewtopic.php?f=10&t=6667</a><!-- l -->
למעשה האט די מאמענט מקדים געווען די רפואה בעפאר די מכה.... קודם האבן זיי לעצטע וואך באשריבן מהר"א לשמחת לב ר' בערל, און די וואך באשרייבט מען דעם דויטש זכותו יגון.
שמעקעדיגלמעשה האט די מאמענט מקדים געווען די רפואה בעפאר די מכה.... קודם האבן זיי לעצטע וואך באשריבן מהר"א לשמחת לב ר' בערל, און די וואך באשרייבט מען דעם דויטש זכותו יגון.
איך האף נאר אז די ר סענדר ארטיקל נעמט נישט אויף רוב פין די מאמענט א שטייגער ווי די פאריגע וואכעדיגע מהר״א ארטיקל.
שמעקעדיגמצטט זיין מיינט ציטירן.
זעה דא פאר מער.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3068">viewtopic.php?f=12&t=3068</a><!-- l -->
וואס נאך איז נייעס אינעם מאמענט?
שמעקעדיג: יא. איך כאפ שוין וואס דער עולם האט געמיינט. און איך האב עס שוין אנגעהויבן מתקן צו זיין . נאר איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען פשט אין פסוק. אבער קיינער האט נישט געקענט געבן א פונקטליכן הסבר. עד שבא...והעמידו על אשכול אחד...!
דער געוואגטער יונגל: אוי וועללן מיר שרייבן, אי"ה. אז דער אייבישטער וועט געבן כח און ס'וועט זיין אינק אין מיין שרייב מאשין, עמיר איהם אי"ה באשרייבן במלוא עוזו והדרו. נאר נאכדעם האף איך אז דער מאמענט וועט אויכעט באשרייבן מיינע צוויי אנדערע קאנדידאטן. הרב ישראל מ. סופר/מנשה פליפ-פלאפ פון די צייטונג און הרב ש.ב. מרגליות/שמואל שלמה טעללער פונ'ם בלאט...!
ספעציעל בערל בעלעגלה

דער געוואגטער יונגל: בלי"נ, אי"ה...!
@berlbalagulehביזט אונז נאך שולדיג א ביישרייבונג, מיר אלע קוקען ארויס דערויף, אויב דו וועסט נישט זיך אונטערגארטלען און ארויסקומען מיט אן הבהרת דברים און אן אויפקלערונג איבערן ארטיקעל וועט א צווייטער דיר נאך אויסכאפן!!!!... לאמיר צוענדיגען מיט דיינע באליבטע 😢 😢 😂 😂 😂 👍 👍 🙄 🙄
וואס גייט פאר
אין לב טהור?....
.
📎 תבא.jpg
קאמענטירער@berlbalagulehביזט אונז נאך שולדיג א ביישרייבונג, מיר אלע קוקען ארויס דערויף, אויב דו וועסט נישט זיך אונטערגארטלען און ארויסקומען מיט אן הבהרת דברים און אן אויפקלערונג איבערן ארטיקעל וועט א צווייטער דיר נאך אויסכאפן!!!!... לאמיר צוענדיגען מיט דיינע באליבטע 😢 😢 😂 😂 😂 👍 👍 🙄 🙄
טייערע באלעגאלע שוין דורך אפאר וואכן, ווי לאנג לאזטו אונז ווארטן?
דיקע "מעגא" סוכות אויסגאבע!
📎 סוכות.jpg
איך האב עס שוין געקויפט און אביסל אדורכעבלעטערט דעם שבת, איך זאג ענק רבותי עס לוינט יעדע פרוטה, טעמו וראו כי טוב!
די גאנצע אפטיילונג פון "רייך און ארעם", ווי עס ווערט ארויסגעברעגנט די שוועריגקייטן וואס די ארימע צווישן אונז גייען אדורך, איז מורא'דיג, און הארצרייסענד! כ'האב געשלונגען מיט דארשט יעדע ווארט.
הלואי ווען איך האב א עצה דערצו.
.
כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
אפטעמיסטכ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
הוגהאפטעמיסטכ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
א ק"ש מעמבער האט עס שוין אריינגעשיקט. יישר כח ותשח"ח לו.
הוגההוגהאפטעמיסטכ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
א ק"ש מעמבער האט עס שוין אריינגעשיקט. יישר כח ותשח"ח לו.
פארוואס נישט ארויף לייגן ברבים נאך אידן זאלן הנאה האבן.
תודה למפרע
[ציטאט אראפגענומען]
😂 😂 😂
אין אמת'ן האלט איך אויך אז מ'זאל עס נישט פאוסטן דא און איך האב עס טאקע נישט געפלאנט דא צו פאוסטן. כאטש אז מיר זעהט אויס אז להלכה און לעגאל מעג מען ווי אויך זעה איך נישט א מאראלישע פראבלעם דערמיט, דאך, אויב האט איר הנאה פון ליינען עפעס און איר באצאלט נישט דערפאר שיסט איר זיך אליינס אין די פוס, ספעציעל ביי היימישע פראדוקטן וואס א יעדע פעני מאכט אויס פאר זיי. איי, פארוואס האב איך דא געבעטן אז מ'זאל עס מיר שוקן? דער ענטפער איז אז איך האב נישט קיין שום אינטערעסע צו ליינען דער ארטיקל אדער עני ארטיקל (כמעט) אין היימישע אויסגאבעס. נאר איך האלט יעצט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל אויף דער נושא און איך האב געוואלט מאכן זיכער אז איך שרייב נישט גענוי די זעלבע ווי דער שרייבע אינעם מאמענט.
.
איך האב עס געקויפט, און קען זיך נישט געניג איבערווינדערן ווי נידריג די ארימע לייט בארעדען די עשירים אויף יעדע טריט און שריט, איך פארשטיי וואס זיי ווילן, הער אויף צי לעבען פאר יענעם גיי דיר דיין וועג, ער פרעסט זיך אן ביים עושר'ס קידוש, נאך איידער ער פיעט אויס ארויף צי ברענגען זיין גרעבעכץ איז ער שוין מלא חמה אז ער קען דאס נישט באווייזן מיט זיין מינאמום געהאלט, זייער מיעס סארי. איך דיסאגרי מיט זייער אגענדע וואס זיי מאכן פון 'ארעם און רייך'.
פליקער זיסער, כ'האב מורא דו טרייבסט איבער.. ס'איז נישט אזוי ווי דו שרייבסט. ביודעי ומכירי קאמינא.
איך האב זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט, זיך ליידער היבש אידעטיפיצירט מיט דאס געשריבענע,
אבער איך מיין אז די פראיעקט איז נישט גאנץ, איך האב ערווארטעט צו ליינען דעם עושר׳ס פרעספעקטיוו זיין לעבן זיין הלוך ילך, איך וויל איהם פארשטיין.
איך האב נאר געשריבן און די שנעליקייט, איך האב חשק צי שרייבן א געהעריגע אפענטפער. נישט אז איך בין דער רייכער רייסער פון וועם זיי רעדן, איך אינדעטיפיציר זיך אלס א סאקסעספולער ארימאן, איינער וואס האט כל ימיו געלעבט שטארק אויסגערעכענט, נישט אויסגעגעבן קיין איבריגע צענט קיינמאל, ממילא קומט מיר דאס בליט ארויף ווען איך זעי די ארימע ביטשען ארים, קומט ביי מיר גלייך ארויף די שאלה ווי קען דאס זיין, און מיין תירוץ איז אז דאס זענען סתם גוזמות פון די טאבלויד שרייבער וואס אן קיין פארוואס האבן געמאכט א דיסידזשען אז מען גייט זיך א לאז געבען אויפן חשבון פונעם רייכען מאן. נישט אז איך נעם זיך איצט אן פארן פאריקטן רייכען וואס פליקט זיך אויף ביי א שבע ברכות פאר א ידיד מיט פרישע טישן און בעינק לכבודו, נאר איך לאך אים ענדעש אויס, ער איז ביי מיר ניטאמאל ווערט מיין שפייעכץ. די זענען סתם חולי נפש, נישט איך זאל ארים וויינען און שפירן דערפון דערנידערט. ענדערש וואלט געברויכט זיין געווידמעט פיל בלעטער ווי ארימע לייט געבען זיך יא פיין א עצה ווען מען לעבט מיט א חשבון, און עשירים וואס דרייען זיך ארים אן א קאפ ווען ער ווערט געוואויער ווי זיין חבר עושר פליינט צי קויפן א געצעלט און די בעהאמעס, אדער עס האט געפעלט אגידת איזוב ביי די שמחה. און איך זאג אייך אז איך קען פיל נארמאלע ארימע לייט וואס קומען גאנץ פיין אויס, אוודאי איז דא אויסנאמען, אבער וויפיל נאר איך האב געזען צדקה צוועקען וואס זענען מיר געווען באקאנט ווער עס איז, איז געווען איין צד השווה, נישט אויסגערעכענט און באצאלט דעם פרייז. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון די תלמןד חכם די גרויסע בעל חוב.
בכלל האב איך עפעס וויכטיג געלערנט אין לעבן. מ'ווערט נישט רייך פון זיצן מיט די פענע אין דער האנט און אנפילען טעצלעך אש. אויך נישט פון זיך האלטן "אפדעיטעד" מיט די נייעס שלש פעמים ביום אדער פון זיין א מיטגליד אין יעדן וואטסעפ און טעלעגראם טשאנעל. יעדער עושר וואס האט אנגעהויבן האט שווער געארבעט. קודם שפיי בלוט און עס מכות מיט פעפער דערנאך זאלסטו מיר סאציאליזירן.
ס'איז ריכטיג אז מהאט א טענה אויף גבירים המתעשרים על הציבור ע"י השתלטות עליהם און זיי זארגן נישט אויף זיי נאכדעם. די פראגע דארף אבער זיין, ווער זענען עס די וואס פארפירן? אויב זענען עס די וואס זענען פלעין אנלאקי, אזעלכע וואס האבן ערווארטעט נתעשר צו ווערן איבערנאכט מיט א רגל של זהב און זענען אצינד אנטוישט אז אומנתם נגזרה להיות מסופרי סת"ם ומלמדי תינוקות ברויך מען בודק זיין אם לא נזרקה רוח קנאה, גאווה ועצלות בהם..
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אנאנים: איך 'עלל מיך שטעללן אויף דיינע לעצטע 2 ווערטער...ער ניצט נישט קיין פעיפער...נאר וואס דען...? כלי חרס... 😂
טאמבל סאס: כ'פארשטיי נישט.איך עס שוין מכות מיט פעפער און שפיי און טרינק בלוט (יענעמ'ס) שוין באלד זעכציג יאר. און כ'בין נאכאלץ נישט נתעשר געווארן. אויך, טוה איך נישט סאציאליזירן. חוץ אויף קאווע שטיבל...אפשר האסטו אן ענטפער פאר מיר...?!
א סאושעליסט ביסטע אפשר אבער א שרייבער ביסטו נישט געווארן
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
פליקער טייערער כהאב א חשד איר זענט אויפגעוואקסן אין א בעלבעטיש הויז און האט קיין אנונג. איך בין אויפגעוואקסן אין א ארעם שטוב און אידנטיפיציר מיט יעדן ווארט אינעם ארטיקל. זאגסט דער ארימאן זאל לעבן אויסגערעכנט? וואס טוט א מלמד וואס זיינע פיר מאות האט ער נאר באקומען איינמאל אין דריי חדשים און אויך נאר אין די אלטע פיי סאמעך ביכלעך. דו פארשטייסט נישט וואס מיינט עס איז פשוט נישטא קיין געלד, עס זענען דא אסאך וואס זענען אין דעם מצב. איך קען שרייבן אזא ארטיקל און לענגער פון מיין טאטנס שטוב. איך געדענק מיין מאמע האט געדארפט פארן צום געבורט פון א קינד מיין טאטע האט קיין געלד פאר א קאר סערוויס צום שפיטאל נישט געהאט געלאפן בארגן פון שכנים צום סוף געמוזט רופן אן אמבולאנס. זיינע בזיונות ווען דער עושר האט איהם באוואשן אז עס איז שוין פיר וואכן ער דארף צוריק דעם טויזנטער. כהנה וכהנה. דאס איז א באגריף פון ארימקייט וואס דער רייכער פארשטייט נישט אדער וויל נישט פארשטיין.
אגב געטראפן דעם מאמענט עדיטאר ער האט מיר פארזיכערט דער ארטיקל איז אויטענטיש געשריבן דורך דעם עני אן קיין הוספות. מיין שאלה אויב שרייבט ער אזוי גוט האט ער דאך א פאך אין הענט, ער זאגט ער האט געזאגט די זעלבע קום שרייבן מער וועסט עפעס פארדינען.
א גיטן הרב בן תמליון
עס איז ווערט געווען אלעס אבי אייך ארויסשלעפן פון הייברענאציע.
איך זעי אז מען פארשטייט נישט מיין פונקט, מען מיינט אז איך בין טאטאל מחולק אז עס איז נישטא קיין שום עניות דא, און יעדער פאבלעצירט זיין עק וועלט מעשה ווי בן תמליון און דערמיט בין איך אוודאי אפגעוואנדען. און א צייט וואס איך האב שוין אזוי פיל ציזאמען געשריבן דא וועגן דעם ענין, און די אישו איז מיר דייקו קרוב ללב הגם איך בין טאקע נישט קיין ארימאן און נאך זעלבט ב''ה קיין מאל נישט געווכן המצב עני ואביון, אבער קיין עושר בין איך אויך נישט, און ווי שוין געשריבן לעיב איך זייער עינג און טייט כל ימי, און ווער באטוטל'ט צימאל ווי א קארגער, אבער צים ענין.
מיין פונקט וואס איך בין מחולק איז אז דער מאמענט וואלט געברויכט ווידמענען די אלע בלעטער אויף צי שרייבן עיצות וואס דער ארימאן ברויך טוען זיך נישט צי פארפלאנטערען אדער ווי אזוי זיך ארויסציזעין דערפון. לאמיר זיך נישט פאפן יעדע אינגערמאן וואס הייבט אן איז אין די אדמה, קיינער הייבט נישט אן מיט הינדערט פיפציג טויזענט נדן צי אינוועסטירן, נאר וואס דען, דער אינגערמאן ווען ער האט חתונה בדרך כלל שפירט זייער בגדול'ט, ער איז מחליט החלטות גמירות ווי אזוי זיין שנה ראשונה ושניה זאל אויסזעין, צי ער זאל וויילן און ארץ ישראל פאר צוויי וואכען, און אנדערע האנימאנעכץ, און פארלענדט זיין ביסל נדן אויף צי קויפן פרישטאגס ביי בעקערייען, און בלימען אויף שבת קודש. ווען איינער איז א חבוש לויטעט דער כלל אז אין חבוש מתיר עצמו, ער קען ניטאמאל כאפען ווי ער גיבט אויס געלט אימנויטיג, און ווען ער גיבט אויס אפילו קליין געלט, גייט אים גלייך אין זיין מוח פונקט דא זאל איך קארגען, דעי צוואנציגער גייט מיך גליקלעך מאכען, אבער ווען איינער קוקט זיך צי פון דער זייט און באטראכט אים זעיט גענוי ווי יענער פארט שלעכט. די זעלבע מחשבה בערך ווי עס האט א פעשער מאן ווען אים גליסט א קאקי אדער עפעס מינאמום ביים וואכנאכט אדער סעודת הילולי דצדקיא.
דער עושר ווידער פון די אנדערע זייט איז נישט רייך געווארן דורך ירושה, ער געווענטלעך האט אנגעהויבן גענוי ווי דער ארימאן, נאר זיינע שוויצערייען און ריזיקעס האבן זיך יא אויסגעצאלט, ער איז נישט בעצם שילדיג פארן ארימאן גארנישט, אבער דאך דרייט זיך זיין גאנצע סדר היום ארים צדקה, ווי אזוי מען זויגט אים אויס נאך, וועלכע מהלך ארבייט אויף אים, פילע שטאַבּער מיט חברה לייט זיצן מיט לעיזער בימס אריין צינעם אין טאש, און דער מאמענט איז איינע פון די וועיגען אים צי מאכן שפירן אימבאקוועים, אים מאכן שפירן גילטי און שילדיג פאר זיין עשירות, ולא זי הדרך, ער איז נישט שילדיג אז איינער האט געמאכט א החלטה צי ווערן א מלמד אדער מגיד שיעור, נישט אז איז נישט וויכטיג צי האבן מלמדים, אהער עס איז נאך אלס נישט זיין שילד.
בן תמליון ווי אנדערע זענען אויך מיט מעשהלעך פארנימען און צימאל דראמעטעזירן די עובדא כדי צי עררייכן דעם פונקט, ווי זיין מעשה מיטן מלמד וואס פארדינט פיר מיאות, מיר אלע ווייסער אז א מלמד מאכט מער ווי פיר מיאות, און יעדע מלמד איז אטאמאטיש אלעגעבעל צי קאווערן זיין באדזשעט ממקורות זרים, צי דורך כל ערליי קומחא דפוסחות און פעקלעך פון אלע גיטהארציגע ארגענעזאציעס וואס מעלקען דעם אזוי פארהאסטען עושר, פון וואנעט ווייס איך, ווייל מה דאך איך נישט עושר ראסט מיר יעדע שחרית, יעדע מנחה ומעריב, יעדע מזל טוב, יעדע שמחה, יעדן טאג ביי מיר אין געשעפט, פארוואס עפעס ווייל עס זענען פארהאן אידען ארימע לייט, מען הערט נישט אויף צי שינדען מיין הויט נישט קיין חילוק צי איך בין רייך אדער ארעם, יעדען טאג מיט א פרישען מעטאד ארויסצישווערצען א סכום הגון מיט כל מיני סגילות און דרואינגען אויב פעילט אויס, איך קען אפילו נישט זאגן איך האבן נישט, ני דער באשעפער הערט..
ווען איינער איז נאך א פרימטשיקער, דאן מיז מען אים צושטעלן סוסים לרוץ לפניו, אקעי לאו דווקא, אבער מיר מיזן אים שינדען זיין פיש, שעכטען זיינע ספעציעלע פלייש, זייען זיין הייליגע רחיים של יד, און גליען זיין אויבן, לעיזן זיינע טרויבען און פּרעסן זיין מאסט, די אלע זאכן קאסטן א הון, און מהיכן ירד זה חי..
יעדער קען פארציילן א מעשה, און צימאל איז די מעשה אפילו אמת, אדער וואלט עס געקענט כאטש זיין אמת, עכ''פ איך קען נישט אפווענדען די מעשה ווען איך קען עס נישט אינוועסטיגירן, וואס איך זאג איז אז וויפיל מאל איך האב אינוועסטיגעיטעט מעשות מיט ארימע לייט, אז געווען א קלארע פראבלעם וואס האט געפירט יענעם אינדער ערד אריין, ווי למשל דער מעשה מיטן עני זיין בראך האט זיך קלאר אנגעהויבן ווען ער האט נאכלעיסיגעהייט ארויסגענימען א הלוואה פאר א גנב און איז באשווינדעלט געווארן מיט זיין גאנץ פארמעיגן, און וואס איך נעם ארויס איז אז מען טאר נישט זיין נאכלעיסיג, אוודאי ווען ער קומט צי מיר וועט איך ווערן צילאזט און אים פריוון העלפען וויפיל איך קען, אבער דאס איז נישט קיין מעשה פון ארימאן ווערסעס עושר, ענדערש א מעשה מיט איינעם וואס איז ביטער אריין געפאלען אין די לאפעס פון א שווינדלער, און דער עושר וועט אים ארויסבעילן דערפון.
איך ווייס למשל אין מיין שיל ווי איך דאווען, דארט דרייט זיך א אנדערקאווער ארימאן, מען קלויבט צדקה פאר אים, אבער ווי נאר איינער נייגט א אויג זעיט מען אז אלע זיינע קינדער זענען אויסגעשטראמפעט לכבוד החג כאחד הגבירים, אויך זיין קאר צייגט ארויס זיין הצלחה נעמלעך ער האט א יוקאן מיט די ברייטסטע רעידער וואס וואלט אפילו געווען אפראווט צי באגלייטן דעם רבין ווייל עס האט אלע ערליי לייטס און די פענסטער זענען טינקל. יא איך קען אלע גמרות אז דער עושר ברויך עומד זיין די ניסיון און נישט פרעגען קיינע קשיות, אבער איז דאס דען נישט קיין פראגע וואס דער ארימאן פאלט נישט איין ווען ער ברעכט אינטער.
עס איז א דבר פשוט בעיני אז די עשירים טוען פיל פאר די ארימע, און ארימע קענען וועין פיל מער טוען פאר זייער הצלחה, פארשטייט זיך אז ווען מען שטייט אין פיש סטאר און די קרעדיט קארטל ארבייט נישט קען מען שוין נישט קיין סך טוען שארט טערם, נאר מען ברויך פיל מער טוען ווען זאכן קוקן אויס כשורה, אלעס איז האנקי דוטי, דאן צו זעין אז עס איז שוין גארנישט אזוי פויגעלדיג, און עס לויערט א שווערע גזירה פון חתונה מאכן יעדען קונד וואס ווערט געבוירן. און עס איז דא אזויפיל זיך צי פארבעסערן און די הינזיכט, ואין פוצה, נאר מען איז פארנימען מיטן עושר'ס אויפרייס פון זיין קידוש.
טאמבל סאסא סאושעליסט ביסטע אפשר אבער א שרייבער ביסטו נישט געווארן
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ווען איך בין א שרייבער פארברענג איך נישט מיין צייט צו טענה'ן זיך מיט דיר איבער דיין ק---!
כלומר די שרייבערס זענען זייער פארנומענע מענטשן.. כ'הער זאגן..
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
בן תמליוןאגב געטראפן דעם מאמענט עדיטאר ער האט מיר פארזיכערט דער ארטיקל איז אויטענטיש געשריבן דורך דעם עני אן קיין הוספות. מיין שאלה אויב שרייבט ער אזוי גוט האט ער דאך א פאך אין הענט, ער זאגט ער האט געזאגט די זעלבע קום שרייבן מער וועסט עפעס פארדינען.
אויב טרעפסטו ערגעץ א פול טיים שרייבן פאזיציע וואס באצאלט גענוג (אן דריידלעך) אויף צו אויסהאלטן א קינדער געבענטשטע משפחה, ביטע לאז מיך וויסן. איך וועל אפלאזן מיין יעצטיגע ביזנעס און שרייבן פול טיים. שרייבן באצאלט גאר ווייניג.
@פליקער, די חילוק צווישן דיר און דער עני הכותב איז אז יענער שרייבט כאטש עטליכע מאל אינעם ארטיקל אז ער פארשטייט ניטאמאל דעם עושר'ס נסיונות און שוועריקייטן ווייל ער איז קיינמאל אין זיין שיך נישט געשטאנען. דו רעדסט דיך אבער איין אז דו פארשטייסט יא דעם עני צוליב דעם ווייל דו ביזט א שפארזאמע מענטש און אויך ווייל דו פארמאגסט נישט א יוקאן מיט ברייטע רעדלעך.
נאך א חילוק, דער גביר וואס טרעפט זיך געטראפן פון די מאמענט ארטיקל וועט אהיים גיין ביינאכט, זיך זעצן אויף זיין באקוועמע קאוטש, זיך אנגיסן א גלעזל וויין און טועם זיין אביסל בעלגישע שאקאלאד. וואס וועט טון דער ארימאן וואס פילט זיך געטראפן פון דיינע שטעכיגע ווערטער? טרינקן אביסל סינק וואסער, אנבייסן אביסל פארבליבנע חלה פון יו"ט אין זיין קליין צואווארפנע קיך?
מיין פוינט איז אז איך וואונטש מיר, מיינע קינדער, ברודער, שוועסטער און נאנסטע חברים די צער און פיין וואס דו מאלסט אראפ אז די עשירים מאכן נעבעך מיט רח"ל.
.
הוגהבן תמליוןאגב געטראפן דעם מאמענט עדיטאר ער האט מיר פארזיכערט דער ארטיקל איז אויטענטיש געשריבן דורך דעם עני אן קיין הוספות. מיין שאלה אויב שרייבט ער אזוי גוט האט ער דאך א פאך אין הענט, ער זאגט ער האט געזאגט די זעלבע קום שרייבן מער וועסט עפעס פארדינען.
אויב טרעפסטו ערגעץ א פול טיים שרייבן פאזיציע וואס באצאלט גענוג (אן דריידלעך) אויף צו אויסהאלטן א קינדער געבענטשטע משפחה, ביטע לאז מיך וויסן. איך וועל אפלאזן מיין יעצטיגע ביזנעס און שרייבן פול טיים. שרייבן באצאלט גאר ווייניג.
@פליקער, די חילוק צווישן דיר און דער עני הכותב איז אז יענער שרייבט כאטש עטליכע מאל אינעם ארטיקל אז ער פארשטייט ניטאמאל דעם עושר'ס נסיונות און שוועריקייטן ווייל ער איז קיינמאל אין זיין שיך נישט געשטאנען. דו רעדסט דיך אבער איין אז דו פארשטייסט יא דעם עני צוליב דעם ווייל דו ביזט א שפארזאמע מענטש און אויך ווייל דו פארמאגסט נישט א יוקאן מיט ברייטע רעדלעך.
נאך א חילוק, דער גביר וואס טרעפט זיך געטראפן פון די מאמענט ארטיקל וועט אהיים גיין ביינאכט, זיך זעצן אויף זיין באקוועמע קאוטש, זיך אנגיסן א גלעזל וויין און טועם זיין אביסל בעלגישע שאקאלאד. וואס וועט טון דער ארימאן וואס פילט זיך געטראפן פון דיינע שטעכיגע ווערטער? טרינקן אביסל סינק וואסער, אנבייסן אביסל פארבליבנע חלה פון יו"ט אין זיין קליין צואווארפנע קיך?
מיין פוינט איז אז איך וואונטש מיר, מיינע קינדער, ברודער, שוועסטער און נאנסטע חברים די צער און פיין וואס דו מאלסט אראפ אז די עשירים מאכן נעבעך מיט רח"ל.
.
טיפיקל דראמאטאזירן צי זעקלען א פונקט, דער עני מיטן ציווארפענעם קיך טרינקען סינק וואסער, ביזן עושר וואס טרינקט שאקאלאד אויפן קאוטש, הוא אשר דיברתי, רק ב'דראמא יקום דבר.
והוא אשר דיברתי אז דיין ארויסצייגן שאק אויף אזאנע אויסדרוקן צייגט ווי ווייניג דו ווייסט איבערן עני. דער עני האט כאטש די humility צו מודה זיין אז ער פארשטייט נישט דעם עשיר.
פליקער, איך ווייס נישט אין וועלכע וועלט דו לעבט און וואס דו ווילסט דא לייקענען, יא עס איז דא א מיטל קלאס ביי חרדים אזעלעכע וואס דעקן דעם חודש טייט, אבער נישט פון די האט מען גערעדט און מען האט גארנישט דראמאטיזירט דו ווייסט פשוט נישט וואס דיין שכן מאכט מיט, ס׳איז נישט אז ער שפארט נישט נאר ער האט נישט פון וואס צו שפארן כאטש ער ארבעט איז דאס שוואך באצאהלט און ער פשוט נישט מער ווי סינק וואסער, יא מיט זיין גרעסטן ווילן קען ער נישט דעקן זיינע מינימאלע געברויכן ווי גראסערי לעקטער וואסער הויז טעלעפאון וכדו׳,
אה ער ווייסט אויך וואס עס טוט זיך ביי מיין שכן, איך האב געמיינט נאר איך ווייס, איך וועל דיר זאגן און וועלכע וועלט איך לעיב, איך לעיב אין א וועלט וואס כמעט יעדע פרוי גייט אנגעטוען נישט אינטער צוויי אלפים, איך לעב אין א וועלט וואס יעדע קינד האט א קערידזש פון טויזענט טולער, איך לעב אין א וועלט ווי כמעט יעדער גייט אין קאנטרי'ס, איך לעב און א וועלט ווי עס עפענען זיך אויף נייע טייערע עסן געשעפטן און די ביליגע מאכן זיך צי, איך לעב און א מקום ווי רענט איז גאר הויעך וואס נאר רייכע מאגענאטן קענען עפארדען אבער איז אקעפירט דורך ארימע בירגער, איך לעב אין א וועלט ווי כמעט יעדער איז טריפה און זאגט ליגענט אן ווערן רויט, איך לעב אין א וועלט וואס שטאלצירט מיט עלעף הינדערט כולל אינגעלייט, איך לעב און א וועלט ווי אלעס לעבט הפקר'דיג און וויינט אז מען האט נישט קיין געלט. יא @געוואלדיג לאנג לעבן וועט וויליאמסבורג, און פארגעסט נישט קיין בורא נפשות אויף די סינק וואסער, גיס אראפ פון אויבן פארן שטן.
דער לעבט נישט בעלמא הדין. ער חלומ'ט. וויפיל ערלויבן זיך נישט קיין קערידש און קיין קאנטרי? ביסטו זיכער אז דיין שכן לויפט נאך די לעקטער? קינדער מיט קארצע הויזן ווייל מ'קען נישט קויפן קיין נייע. קריך אביסל אראפ פון די הימל, און זעה וואס טוט זיך ביי א שיינע עולם.
אזוי ווי די פארשטייסט אז נישט אלע כולל יונגערלייט זענען ר' עקיבא אייגערס, מעגסטו פארשטיין אז נישט יעדער וואס ארבייט פאר'ן דאללער פארדינט.
שוין איך האב געמיינט אז דו ווייסט,
דיין שכן׳ס ווייב האט די לעצטע מאל געקויפט א נייעס בגד ווען די אומשטענדן האבן געצווינגען דערצו און אויך דאן נאר פון די 50% ביליגער,
א קערידזש האבן זיי געקויפט פאר 300$ און נאר צוויי חדשים נאך זייער בעבי׳ס געבורט
אין קאנטרי איז לעצטע מאל געווען ווען מען האט אפגעהאקט די עלעקטעריק ביי איהם און א גוטער פריינד האט איהם געלאדנט צו איהם אויף שבת,
איך קען נישט משיג זיין אין וועלכע וועלט דו לעבסט,
אויב ביסטו טאקע א אוהב אמת, רוף מיר אן איך וועל דיר געבן אפאר נעמען מיט וועם צו רעדן
נאכן הערן אז ס'איז א געלונגענע אויסגאבע, (דאס לעצטע מאל איך האב עס געקויפט איז עס געווען מער-ווייניגער ליידיג פון תוכן), האב איך גראדע געוואלט קויפן דעם מאמענט, אבער איז שוין נישט געווען בנמצא ווען איך האב געשיקט מיין אינגל עס קויפן, .
פון וויפיל איך נעם ארויס פון די תגובות דא, פארשטיי איך אז דער עני האט באשריבן זיין פערספעקטיוו און זיינע געפיהלן טאג טעגליך, אלץ 'אין קאנטראסט' צום זארגלאזן לעבן פונעם עושר.
הגם, דאס איז מן הסתם אמת, און ס'איז זייער שווער דאס צו וועריפייען, ווייל עניות ביי אונז איז א גרויסע בושה, און אפי' די נאנטע קרובים -בדרך כלל - ווייסן נישט דערפון (ביז ס'קומט צום חתונה מאכן ווי די עניים ווערן באגאסן מיט א זאק הוצאות פון וואס ס'איז אוממעגליך זיך ארויסצודרייען, און דעמאלטס ווערט א שטיקל קאמפיין אין די משפחה פון ווי ס'רינט ארויס, איך רעד נאר בדרך כלל.) און דערפאר רעדן נישט מענשטען דערפון.
צום ענין: ס'איז זייער Wראנג אראפצומאלן דעם עני'ס לעבן אין קאנטראסט צום עושר, פשוט ווייל יענעמ'ס עשירות דארף דיך נישט אנגיין. אויב ס'איז דא א פראבלעם פון עניות ביים ציבור, דארף דאס ווערן אדרעסירט אן דעם וואס דער עושר זאל דארפן פארציכטן אפי' אויף איין זינגער פון זיין 8 מאן קאפעליע. וואס דער מאמענט (און דער שרייבער) האט געטוהן איז, ער האט גענומען אונזער איינגעגעסענע מידה פון קנאה, און פרובירט צו רייטן דערויף דורכן אויפשפילן דעם 'קאנטראסט' פונעם עושר צום ארימאן. אוודאי ווערט עניות און עשירות דעפינירט דורך דעם סטאנדארט וואס דער געזעלשאפט לעבט אין וואס דער עושר שפילט א גרויסע ראלע, אבער אויב ווילסטו גיין אויף דעם מהלך, וואלט ער ווען אויך געברויכט אראפמאלן דעם א"י עני וואס איז א הונדערט מאל ארימער פון אים, נישט האבענדיגע קיין בעיבי פארמולא פאר זיין קינד. אבער פארשטייט זיך אז דעמאלטס וואלט דער וויליאמסבורגער עני נישט באקומען זיין - מעגליך בארעכטיגטע - סימפאטיע, און דער ארטיקל וואלט פארלוירן איהר גלאנץ, ווייל מאמענט'ס לייענער באזע איז דער היימישער עולם און זיי האט ער געוואלט בארירן, מיט די א"י עניים זענען די מאמענט'ס ליינער אביסל ווייטער און ס'רירט נישט קיין סטרונע (עכ"פ נישט די זעלבע).
אונטערשטע שורה, ס'קוקט אויס ווי ס'איז געווען א היט פון אן ארטיקל, אבער - לדעתי - זייער א אומריכטיגע צוגאנג צו די נושא (ווענגלייך די געפיהלן זענען אמתדיג)
איך האב נישט באמערקט אז עס זאל זיין אראפגעלייגט אין קאנטראסט צום עושר.
אודאי האט ער ארויסגעברענגט אז שוין יארן וואס ער גייט נישט אויף קיין שום וואקאציע אדער קאנטרי - וואס איז גראדע היינט א סטאנדארד וואס איז שווער זיך צו באגיין אן דעם (מוז נישט קאסטן 5 אלפים), אבער דער עיקר נקודה איז געווען אז דא אין די "רייכע" אמעריקע זענען פאראן אידן וועלכע האבן נישט אויף שבת צו מאכן (טראץ תומכי שבת הילף), זיי ווייסן נישט פון וואו צו נעמען דעם נעקסטן צענער אויף די נויטיגסטע הוצאות, בעת זיי ווערן געפייניגט און באלמוטשעט פון די גראסערי און פלייש געשעפטן אינאיינעם מיט די שכר לימוד אפיס, און דער בחור'ל דרייט זיך ארום מיט נאסע פוס ווייל זיינע שיך זענען צולעכערט און ס'איז נישטא קיין עקסטערע 20'ער פאר א רפואה, אפגערעדט פון $100 + וואס מען פארלאנגט היינט פאר די שיך (דער עני שרייבט אז שוין יארן וואס ער נוצט פאר זיך די זעלבע פאר שיך 24/7, ער האט ניטעמאל אן עקסטערע פאר פאר שבת).
יעקב מענטש, בארג דעם ארטיקל פון איינעם, לייען עס אדורך. וועסט רעדן אנדערש נאכדעם, גאראנטירט.
אגב, אין באציהאונג צו בן תמליון'ס תגובה. האסט אים געאפערט צו שרייבן פאר באצאלט, און וויאזוי וועט דאס העלפן פאר די אנדערע עניים פון וועמען ער האט גערעדט אין די ארטיקל? האסטו זיין מצב פארבעסערט אבער אנדערענס נאר ערגער געמאכט. ער זאל קענען יעצט באשרייבן זייערע לאגע פאר באצאלט? אלא מאי ער האט אין זיין ארטיקל נאר גערעדט פאר זיך. זעך זעך און נאכאמאל זעך. שרייבן איז א סערוויס, נישט א פראדוקט. פון אחד העם אהן א הערצל און נארדאו וועט קיין ישועה נישט קומען.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk