שמעקט ווי אייוועלט דא, מ'טענה'ט זיך און מ'טענה'ט זיך אן וויסן אויף וואס...
אשכול אן א טיטל #6218
1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
כוכבשמעקט ווי אייוועלט דא, מ'טענה'ט זיך און מ'טענה'ט זיך אן וויסן אויף וואס...
דארט שמעקט אויך לעצטנס אביסל ווי קאווע שטיבל...
נאך פליקער'ס ערשטע תגובה האב איך נאך געוואלט עפעס שרייבן צו אים, אבער נאך די לעצטע, לענגערע תגובה, גיי איך עס שוין נישט טון, יעקב מענטש, זיי'זשע אזוי גוט און לייען אדורך דעם ארטיקל.
איך ווייס נישט איבער דעם גאנצן פראיעקט פון ארעם און רייך, אבער דער ספעציפישער ארטיקל פון א. עני רייסט ער דירעקט נישט אראפ די גבירים און אויך נישט זייער רייכער לעבנ'ס סטיל. פארקערט ער זאגט דארט קלאר אז ער פארשטייט דאס בכלל נישט און ער זעהט עס נישט פאר אזא גרויסע עוולה אז א גביר ערלויבט זיך מער. איך געדענק שוין נישט דעם לשון אבער ער זאגט דארט קלאר אז פאר א גביר קומט כבוד, רבי מכבד עשירים, וכו'.
און איך וויל דא אויך זאגן אז פון די טענה'רייען דא זעהט מען טאקע ווי וויכטיג עס איז אזא ארטיקל. עס זענען דא מענטשן וואס ווייסן באמת נישט אז עס געפונען זיך נאך היינט אזעלכע ארימעלייט, אדער מיינען זיי אז מען מוז גיין ביז א"י זיי צו טרעפן. עס זענען דא ביי אונז אין אמעריקא גענוג און נאך ארימעלייט וועלכע שטייען גארנישט אונטער פון די ארץ ישראל'דיגע.
וואס עס דארף און קען געטון ווערן וועגן דעם איז שוין אן אנדערע מעשה, און לכאורה גאר א לאנגע, און נאכדעם אלעם מוז מען געדענקען אז די תורה הק' זאגט כי לא יחדל אביון מקרב עמיך, עס וועלן אלעמאל זיין עניים ואביונים און מיר דארפן טאקע זעהן צו טאן וואס מיר קענען צו פארגרינגערן פאר זיי זייער אזוי אויך שווערער לעבן.

רבותי: נאכדעם וואס א יעדער וואס איז א שטיקל יש דא אויף קאווע שטיבל. אדער ער האלטציך פאר א שטיק/ל יש האט שוין ארויסגעזאגט זיין/איהר מיינונג, וועל איך בערל בעל עגלה פרובירן צו נעמען דאס ווארט. לא איש דברים אנוכי. (געוויינליך נאך די הקדמה קומט א דרשה פון לכה"פ א שעה און א האלב.)
אבער איך וויל דא ארויסברענגען 2 נקודות. די ערשטע נקודה איז, אז אין אזא מצב וואס דער ארעמאן באשרייבט, מער-ווייניגער, זענען נישט דא קיין אזוי-גערופענע רבנים. (כ'מיין נישט ח"ו די רבנים אליינס. נאר דעם מצב ארום דעם.) אוודאי קענען און דארפן נישט די רבנים, אלס יחידים און אלס גרופ אריינקוקן אין יענעם'ס רעפרידזשערעיטער און זעהן אויב ס'איז פול אדער ליידיג. אדער פרעגן צו ער האט פון וואס צו מאכן שבת אדער זונטאג. אדער זיך אנטרעסירן מיט די סייז פון יענעם'ס גראסערי/בוטשער סטאר/שכר לימוד ביללס. אדער צו זיינע קינדער האבן גוטע, ווארעמע מאנטלען פאר דעם אנקומענדיגן ווינטער. אבער די קשיא שרייט דאך עד לב השמים. ביי א יעדע אזוי-גערופענע עכטע אדער אויסגעטראכטע פירצה אין יודישקייט, קומען גלייך ארויס גרויסע קול-קורא'ס מיט חתימות פון חשוב'ע רבנים, און דא זענען זיי נישט בנמצא. צו האבן מיר שוין געהערט אז די רבנים זאללן מאכן אן אסיפת כלל ישראל זיך צו זארגן איבער די פרנסות פון אידישע קינדער. אדער די הויכע, אוממעגליכע רענט וואס מ'דארף צו באצאללן פאר א שטעלכ'ל אין א סוב-בעיסמענט...?!
די צווייטע נקודה: אז ס'איז פארהאן געוויסע מענטשן וועלכע וויללן, פאר זייער אייגענע סיבות וטעמים שפיעלן די ראלע פון אן עושר. א נגיד. בשעת ווען ער האט נישט קיין5 דאללער אין טאש. אט די לעצטע קאטעגאריע זענען די גרעסטע רחמנות. ווייל זיי מוזן דאך שפילן די ראלע פון אן עושר. און ווען זיי מאכן חתונה מוזן זיי אלעס צושטעללן אויף א פארשווענדערישן אופן. אבער זיי האבן נישט פון וואו.איך פערזענליך קען לכה"פ 2 משפחות וועלכע זענען אין דעם מצב...!

פרשת נח -
מיין באליבטער אברעמל אויף די ארענע!
זיין ריכטיגע נאמען: אברהם שבתי הכהן פריעדמאן.
פארוואס האט ער געטוישט צו אברהם פריעד? לייענט אינעם אינטרעסאנטן אינטערוויאו!
.

ער איז א כהן גאר... אינטערסאנט ער בענטש נישט דעם עולם ביי זיינע קאנצערטען. אה יעצט כאפ איך מיך, ער האט דאך א ניגון אויף יברכך ה'
שמעקעדיגפרשת נח -
מיין באליבטער אברעמל אויף די ארענע!
זיין ריכטיגע נאמען: אברהם שבתי הכהן פריעדמאן.
פארוואס האט ער געטוישט צו אברהם פריעד? לייענט אינעם אינטרעסאנטן אינטערוויאו!
.
האלטסט ער וואלט געצאלט 5$ צו וויסן פארוואס איך האב מיר געטוישט נאמען?
נאר $5?
ווען דו וואלסט נאר געווען אזוי פאפולער ווי אים....

🙂
פרשת לך - לכבוד די טראמפ געווינס...
.
.
פרשת וירא

וואס גייט פאר מיט יואל אשר לאבין ?
פרשת חיי שרה
.
.
א אונטערסאנטע אינטעוויא מיט אברהם שמואל ווידער איבער זיין תפילין
בדרך אגב די טריוביון שרייבט אויך זייער ענליכע זאכן די וואך בנציון שענקער עה און איבער די תפילין
/
דער דראמאטישער ארטיקל פון א. עני פליט יעצט ארום צוליב א שנאר קאמפיין דורך שמעון ראלניצקי אים צו העלפן חתונה מאכן צוויי קינדער.
ווער עס ליינט דעם ארטיקל און ווערט גערירט קען ביישטייערן ביי דעם לינק.
<a class="postlink" href="https://thechesedfund.com/cause/hear-the-cry-of-the-poor-rabbi-986">https://thechesedfund.com/cause/hear-th ... -rabbi-986</a>

פרעזידענט-עלעקטבדרך אגב די טריוביון שרייבט אויך זייער ענליכע זאכן די וואך בנציון שענקער עה און איבער די תפילין
ממילא?
בעל מדות
ממילא?
דבר הבא ממילא...
דו ביסט דא געווען און נישט איבער געלאזט קיין סחורה??
ליינענדיג די וואך איבער דעם לעבן פון דעם חשוב'ן ראש הישיבה הרהגה"צ ר' אליעזר געלדצעהלער זצ"ל, וועלכער איז געווען א ריכטיגער בא בימים. האט עס מיך דערמאנט פון די באשרייבונגען פון די אמאליגע גרויסע רבנים וועלכע האבן אויך געפיהרט א ישיבה. און זיי האבן פונקטליך מיטגעהאלטן מיט א יעדן בחור'ס מצב סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. און זיי האבן געגעבן חיזוק דארט וואו מ'האט געדארפט. ס'איז נישט קיין וואונדער אז פון דארט זענען אויסגעשטיגן בחורים און יונגעלייט ריזן אין תורה און אין מידות. און זיי פארנעמען היינט פאזיציעס אלס ראשי ישבה ומגידי שיעור. און סתם בעלי בתים תלמידי חכמים.
איך אליינס האב געהאט די זכיה צו לערנען אין די קאשויער ישיבה ביי הרהגה"צ ר' רפאל בלום זצ"ל. ער האט זיך אויך געפיהרט אזוי. ער האט געקענט א יעדן בחור ביי זיין נאמען. און ר'האט זיך אינטרעסירט אין א יעדן בחור'ס מצב סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. און א יעדער בחור האט געהאט דעם געפיהל אז דער ראש ישיבה אינטרעסירט זיך ספעציעל אין איהם.
איך האב אויך געלערנט עטליכע זמנים אין ישיבה קהילת יעקב. וואו דער פאפא רב זצוק"ל דער ויחי יוסף איז געקומען א יעדן טאג פארלערנען א שיעור פאר די עלטערע בחורים אין ביהמ"ד. איך בין נאך געווען פון די יונגערע בחורים, אין ישיבה קטנה. אבער ער איז געקומען פארהערן א יעדע וואך פרייטיג. און דער פארהער איז צוגעגאנגען מיט רחמים און ליעבשאפט. ער האט אליינס מיטגעהאלפן פאר א בחור ארויסצוברענגען א פשט אין די גמ' אדער תוס'. נאר אויב ס'האטציך געטראפן אמאל אז א בחור האט נישט געוואוסט פון זיין בחייכון וביומיכון פון די גמרא צו זאגן, האט ער איהם געזאגט מוסר בלשון רכה..."דו ביסט דאך שוין א גרויסער בחור, פארוואס לערנסטו נישט"...!

ר'בערל ווי גאלאנטא רב זי"ע איז געווען באקאנט פאר זייער א ליבליכער רב וראש ישיבה זיינע תלמידים רעדן נאך היינט מיט געגיעים (אויב זיי לעבן נאך)
אנאנים: איהר מאכט מיך זייער שטארק לאכן. ערשטנס, ווייל איהר סאונדט פונקט ווי א געוויסער חסיד פון ווארשא, וועלכער האט א האבי אין ניט-פיקינג. צונעמען וואס יענער זאגט אדער שרייבט אויף קליינע טעלערלעך. און אויפווייזן בשמחה רבה אז יענער איז ראנג. ער איז אן עם הארץ. און ווייסט נישט וואס ער רעדט. און נאכדעם גייט ער אהיים וויינען צו מאמי אז מ'האט איהם געטשעפעט...!
צווייטנס האט איהר מיך נישט גוט פארשטאנען. איך האב נישט גערעדט וועגן קאשויער ישיבה. כ'האב בעיקר גערעדט וועגן הרב געלדצעהלער'ס ישיבה. איי וועט איהר פרעגן אוואו זענען די גדולי הדור פון יענע ישיבה....וועל איך אייך ענטפערן, אז איך האב אויף די מינוט נישט די פונקטליכע סטאטיסטיקס. דאס איז נאר געווען א כלליות'דיגער סטעיטמענט.
דריטנס. ס'איז נישט דא קיין שום ישיבה אויף די וועלט (חוץ אפשר די ישיבה פון די בעלי עגלות, שוסטערס און שניידערס.אפשר די קצבים, די בוטשערס אויכעט.) פון ווי ס'קומען ארויס נאר עמי הארצים. פון א יעדע ישיבה וואקסן אויס תלמידי חכמים און אויך עמי הארץ. דער וואס גייט אין די ישיבה נאר נהנה צו זיין פון די גוטע מאכלים וואס מ'סערווירט אין די ישיבה, דער בלייבט אן ע"ה. און דער וואס גייט אין די ישיבה צו לערנען בהתמדה, דער וואקסט אויס א ת"ח.
למשל. הרב ר' גבריאל ציננער שליט"א דער בעל נטעי גבריאל האט געלערנט אין פאפא ישיבה בערך אין די זעלבע צייט וואס איך האב דארט געלערנט. איך געדענק אז סיי ווי שפעט ביינאכט איך האב מיך געלייגט שלאפן האביך געהערט זיין קול תורה פון בית המדרש. און סיי ווי פריה איך בין אויפגעשטאנען פארטאגס האט זיך שוין געהערט זיין קול תורה ארויס פון ביהמ"ד. נאכדעם זענען פארהאן אנדערע תלמידים וועלכע האבן נישט געהאט די זעלבע התמדה והבנה. אבער זיי זענען אויך וואוילע אידן. בעלי בתים יראי שמים...!
איך האב געהאט א ..."חברותא"...אין ישיבה קטנה וועלכער האט לויט די היינטיגע סטאנדארטן מסתמא געליטן אויף דיסלעקציע, ל"ע. אינווייניג האט ער זיך נעבעך שטארק געפלאגט איבער צוזאגן 2 שורות עברי פון די גמ' אדער רש"י. אבער ווען מ'האט איהם פארציילט דעם תמצית פון דעם שיעור פון די וואך. דאס האט ער זייער גוט געוואוסט...!

אנאנים: ייש"כ פאר אויסקלארן. יעצט וועל איך קענען גיין שלאפן מיט א שמייכל אויף די ליפן...!
פרשת ויגש
.
.
שמעקעדיג: ייש"כ. דו ברענגסט שוין די נייעס פון מאמענט פ' ויגש. איך בין נאכנישט פארטיג מיט די (קעלבערנע) התפעלות פון די ארטיקלען פון מאמענט פון פ' מקץ.
די באשרייבונג פון רחמיסטריווקא איז דאך מתוק מדבש. ווען מ'ליינט די ארטיקל קענמען מיינען אז מ'זיצט ביי א טיש אדער מ'דאוונט מיט מיט'ן רחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א אינדערהעים אין קאלטן רוסלאנד...!. איך געדענק נאך ווען איך האב געוואוינט בשכינות פונ'ם רבי'ן און דער אופן וויאזוי ער איז אריינגעקומען צום טיש. מיט אזא פשטות און ענוות חן וואס מ'זעהט כמעט נישט אין די היינטיגע צייטן...! אזוי אויך די אנדערע באשרייבונגען ברענגען איינעם אריין אין אן אנדער וועלט. הקיצור. איך געב זיי (די שרייבערס און עדיטארס פון מאמענט) א ברכת הדיוט. אז זיי און זייער מעגעזין זאללן מאריך ימים ונשים זיין בטוב ובנעימות. ווייל איך וועיס נישט וואס איך וואלט געטון שבת נאכמיטאג (נאכ'ן לערנען די געוויינליכע שיעורים... 😂 ) אן זיי...!

ר'בערל ר'בערל וואוינסט אפשר אין אסטראליע ? ווי האט מען צייט צו ליינען שבת נאכמיטאג??
ר' קאצקע ציקער: לויט א ספעציעללן פארלאנג קען איך דיר אראפשרייבן מיין פונקטליכן לו"ז.(לוח זמנים)... 😂
כ'שטעל מעך פאר ערעב בערל שלאפט שוין נישט פון זייגער דרייע, און עפענט דאס סמעדרעש, דאוונענט ותיקין, קומט אהיים מאכט קידוש טרינקט א קאווע, כאפט א דרימעל, איז טועם א סעודה, כאפט נאך א דרימעל, האט צייט אריין ציבליקען די קליינע אותיות, אלעס פאר א ווינטערדיגע מנחה...
וואלווי: דער חלק פון שלאפן און דרימלען איז אמת. די איבריגע איז א דמיון. איך שלאף ב"ה זייער גוט. פארקערט. איך האב א פראבלעם מיט אויפשטיין...!
אויב אזוי האב מורא אז די האסט געמאכט פורים פון אונז אלע און די ביסט גאר א יונגערמאן.
איך האף אז כ'האב נישט עובר געווען אויף גילוי יעצט..

אביסעלע היץ קען נישט שאטן אין די קאלטע טעג...
איבערבליק אויף א שבת ביי מהרז"ל מסאטמאר, און א אינטערוויאו איבער די (אומ)פאפולערע שומרים קארדס...

וואלוויאויב אזוי האב מורא אז די האסט געמאכט פורים פון אונז אלע און די ביסט גאר א יונגערמאן.
איך האף אז כ'האב נישט עובר געווען אויף גילוי יעצט..
וואלוי: דו האסט נישט עובר געווען אויף גילוי. ווייל דעם זייגער קענמען נישט צוריק דרייען. און די אלע אפיקומנ'ס וואס איך האב שוין ב"ה אויפגעגעסן וועללן מיר ביישטיין ווען מ'וועט דארפן. אפילו אנקל סעם טוט אנערקענען אז איך בין ב"ה א יונגערמאן פון 66יאר, עמו"ש...!און איך אליינס רעד מיר אויכעט נישט איין אז איך בין 25 יאר אלט, און כ'בין פונקט ארויס פון כולל. די איינציגע 2 כוללים, וועלכע זענען וויליג מיך אריינצונעמען זענען די תהילים כולל, און כולל חצות. איך האב מיך פראבירט איינצושרייבן אין זייער נייעם ברענטש וואס זיי האבן אויפגעמאכט אין בארא פארק. כ'האב זיי געפרעגט אויב מ'קען זיך משתתף זיין אין כולל שרייבנדיג אויף קאווע שטיבל. אויב דאס ווערט פאררעכנט אלס מיטהאלטן די פראגראם. זיי דארפן מיר ענטפערן ביז 2 וואכן...!
berlbalagulehאפילו אנקל סעם טוט אנערקענען אז איך בין ב"ה א יונגערמאן פון 66יאר, עמו"ש...!און איך אליינס רעד מיר אויכעט נישט איין אז איך בין 25 יאר אלט,
נעה, בערל ביסט א פרישער יונגערמאן פון 20 יאר! מיט 46 יאר עקספעריענס נאך אויך...
דיין אפליקעשען פאר תהלים כולל וועט לכאורה דורך גיין דורך שרייבן אויף קאווע שטיבל. דוד המלך האט מתפלל געווען אז ס'זאל זיין ווי אהלות, איז דען דא א שענערע אהל בימינו ווי ק"ש?
פרשת שמות
פרשת בשלח
.
.
פרשת ויק"פ
.
.
לכבוד פסח
"נפשי" — מאמענט'ס נייע "מענטל העלט" אויסגאבע מיט אינפארמאציע, אינטערוויוען, אנאליזן און עצות פאר'ן גייסטיגן געזונט.
ערשטע נומער פון "נפשי" ערשיינט די וואך צוזאמען מיט דעם מעגא פסח פעקעדזש פון "מאמענט".

שמעקעדיגלכבוד פסח

און אין די געהעריגע מאמענט באשרייבן זיי @שבת אחים'ס רבי, דער הייליגער קאסוב'ער...
העכערע רעזאלוציע
.
.
פרשת תזו"מ
.
.
פרשת אחרי קדושים
.
.
אין די אויסגאבע פון די וואך פ' אחרי-קדושים איז דא אן אינטרעסאנט ארטיקל פון דעם קרומען פארשוין אבא חייא טויבער. ער זעהט השגחה פרטית אין דעם פאקט אז די קאווער פון זיין בית הכסא האטציך צובראכן. און אויך האט ער אין זיין הויז א שטיק שטיין פונ'ם בארג סיני. און ווען זיין זוהן האט איהם געפרעגט צו איז דען א נפקא מינה פון וואו א ניגון אדער ליעד קומט. די עיקר איז אז ס'איז שיין...האט ער איהם געענטפערט. קוק אויף די ביידע שטיקלעך שטיין. די שטיין פון בארג סיני איז זייער חשוב. און די אנדער שטיקל, וועלכע ער האט געהאלטן ווייל ער האט געוואלט קויפן א 100% מעטשינג קאליר/שעיד צו די ביהכ"ס פלאשינג טענק...דאס איז געווען זיין לימוד צו זיין זוהן אז ביי א ניגון דארף מען אויך קוקן פון ווי ס'קומט...!
און אונז לערנען פון דעם ארויס ( שיחת חולין של עמי הארץ צריכין לימוד...?ניין) אז דער הייליגער איד דער מוכיח בשער וואס זוכט אייביג פעלערס ביי אידישע קינדער איז משוקע (אפשר משוגע אויך) אין תאוות עוה"ז. פאר מיר, למשל איז נישט קיין שום חילוק וועלכע קאליר די פלאשינג טענק פון ביהכ"ס איז אז דער קאווער זאלל מוזן זיין מעטשינג קאלאר און שעיד. ווער ס'נוצט די ביהכ"ס איז איהם איין נפקא מינה אויב די טענק איז געל און די קאווער פינק. אדער פארקערט. נאר דער פראסטער יונג וועלכער וויל זיך אהערשטעללן ווי עפעס העכערס איז נישט מער ווי א פראסטאק וועלכער דרייט סתם א קאפ. ער האט נישט עפעס ...ממשות'דיג צו פארקויפן חוץ זיינע בויך גרימענישן און מקטרג זיין אויף אידישע קינדער

אין דעם קאלום פון דעם ..."מחנך"... הרב וואזנער איז דא זייער אן אינטרעסאנטע ענטפער וואס ער געט פאר א טאטן וועלכער איז א נהנה מיגיע כפו דורך דרייוון א טראק פאר פרנסה. און דער (נארישער) רבי פון זיין יונגל זאגט אייביג פאר זיינע תלמידים אז אויב זיי וועללן נישט לערנען פלייסיג וועללן זיי אויסוואקסן טראק דרייווערס. און דער יונגל פיהלט זיך זייער שטארק אראפגעקלאפט און פארשעמט אז זיין טאטע איז א טראק דרייווער. בקיצור דער מחנך ענטפערט פאר דעם טאטן זייער א לאגישן ענטפער און מאכט א שטארקע הבחנה...עיין שם...! אויך שרייבט ער צו א באמערקונג. אבער זעהט אויס אז ער שרייבט נישט צו יענעם מלמד. ווייל ער שרייבט ..."חכמים, היזהרו בדבריכם"...! און יענער יונגערמאן איז אינגאנצן נישט קיין חכם. נאר ליידער דאס פארקערטע...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איז זיך פארלאפן אין איינס פון די שטעט וואו איך האב געוואוינט. אן עיר ואם בישראל. דארט איז געווען א יוד. א שיינער יוד וועלכער האט געשטאמט פון א בארימטע רבי'שע גזע וועלכע זענען באוואוסט מיט זייער שיינעם קול ביים דאווענען ווען ס'דא אן עולם וואס הערט. אבער זיי זענען ליידער, אלע געשלאגן מיט טיפשות. (כ'ווייס נישט וואו זיי זענען געווען ווען מ'האט געטיילט). איז דער יוד האט אמאל געלערנט חומש-רש"י מיט זיין יונגל ביי זיך אין דיינינג רום ווען א בעל מלאכה, אן עלעקטרישן האט געארבעט דארט. און דער יונגל האט נישט ארויסגעוויזן קיין עקסטער התמדה. און דער טאטע האט איהם געוואלט מזרז זיין האט ער איהם געזאגט אז אויב ער וועט נישט לערנען וועט ער אויסזעהן ווי דער וועלכער שטייט איצט אויפ'ן לייטער...!
נאר דער טיפש איום ונורא האט נישט געוואוסט אז דער מענטש דער לעקטרישן וועלכער איז א זוהן פון א רב און אליינס א גרויסער תלמיד חכם וועלכער פאקט איהם איין אין לערנען 10 מאהל...!
נ.ב.: פון וואו ווייסט מען די מעשה...?! ווייל דער עלעקטרישן האט עס שפעטער פארציילט מיט א שמייכל...!
נ.ב.ב': דער קלוגער בנש"ק'ל האט זיכער געבעטן אז ער זאלל איהם גארנישט טשארדזשן פאר זיין ארבעט מכח זיין חשוב'ן יחוס... 😂

ליינענדיג די ארטיקל האב איך געטראכט פארוואס מען זאל נישט איינפירן אז די רבי'ס זאלן זיין מער סענסיטיוו מיט זייער שפראך, און א פרנסה וואס אידן טוען זאל נישט ווערן אויסגעשמועסט בדרך ביטול אז עס זאל נישט אריינברענגן צעמישעניש ביי קינדער
אנאנים: ייש"כ. און איך האב אמאל געהאט אן עקספיריענס וואו א רבי/מגיד שיעור האטציך פארגלוסט (בעיביש?) צו דרייוון א באס. האט ער מיך געבעטן אז איך זאלל איהם צו לאזן צום רעדל פאר א קורצע נסיעה. ווען מ'איז בחסדי ה' אנגעקומען מיט גאנצע ביינער און א גאנצן באס האט ער מיך געפרעגט וויאזוי זיין דרייוון איז געווען. האביך איהם געזאגט אז ס'האט געהאט אזא פנים ווי אז איך זאלל געבן א שיעור פאר זיין כיתה...!...לאל
איך בין נאכאלץ אונטער'ן רושם פון דעם שטארק באלערנדן ארטיקל פונ'ם אינטערוויו מיט הרב היילפרין שליט"א. קודם דארף מען באדאנקען פאר די שרייבערס און סטעף פון מאמענט וועלכע ברענגען אייביג אזעלכע און ענליכע אריגינאלע באשרייבונגען. דער אינטערוויו ברענגט ארויס די געוואלדיגע פיזישע און נפשיות'דיגע כוחות וואס די משפחה האט ארויסגעוויזן אין משך פון די יארן וואס די 2 בחורים זענען אויפגעוואקסן.
מ'וואלט געדארפט לערנען די אלע ווערטער פון הרב היילפרין אויף אלע פארומס וועלכע זענען נוגע אידישן חינוך. און איך מיין נישט דווקא אויפ'ן אינטערנעט.
איך קען פערזענליך 2 קעיסעס. ביידע פון חשוב'ע רבנים ביי וועלכע די נישט געזונטע קינדער זענען געבוירן אין זייער מידדל עידזש. ווען זיי האבן שוין געהאט עטליכע דערוואקסענע קינדער. און אין ביידע פעלער האט מען אוועקגעגעבן די קינדער פאר ערציאונג ביי אידישע משפחות. און די עלטערן גייען פון מאל צו מאל באזוכן די קינדער. מסתמא ווייל די עלטערן האבן שוין נישט געהאט די פיזישע און גייסטיגע כוחות פאר די ספעציעלע געברויכן פון די קינדער...!

פרשת אמור
.
.
בהעלותך
.
.
גאר א זיסער קאמענטירער אויף אייוועלט האט רעאגירט אויף די טיפשות וויאזוי מאמענט האט באטיטלט דעם האליינער רב זצ"ל אלס "דער ראגאטשאווער פון וויליאמסבורג":
איך וויל נישט רעדן פון היינטיגע רבנים
אבער:
רבי יחזקאלע מערץ איז געווען דער רבי רבי אלימלך פון וויליאמסבורג, דער סענפעטער רב איז געווען דער שואל ומשיב פון וויליאמסבורג, רבי הערשעלע ספינקער איז געווען רבי אהרן הגדול מקארלין פון וויליאמסבורג, ר' יחזקאל משמש איז געווען דער רבי רבי הערש - א שאד נאר אז ער איז פריצייטיג געשאסן געווארן איידער ער איז געווארן רבי, ר' שמואל אלקנה ראטענבערג איז געווען יהושע'לע בהמה פון וומ"ס, ר' חיים מענדל איז געווען הערשעלע אסטראפאלער, די קאפ-קעיק לעידי איז געווען די לודמירער מויד פון וומ"ס, ר' ליפא פריעדמאן איז געווען ר' שמשון ווערטהיימער פון וויען, ר' ישראל זופניק איז געווען באראן ראטשילד, שרה שארמאשער איז געווען די רביצין דבורה....
וואו בין איך אויף די מאפע?
איסר האיטלקי: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר און מיט דיין ק/פ. ווייל דער ..."מאמענט"... ווען ער באשרייבט א געוויסן יחיד אדער חסידות טוט ער עס פון א ברייטן פערספעקטיוו. מתוך אהבת ישראל. און נישט פון א שמאלן קוק-ווינקל מיט פארקרומטע לאגיק ווי א געוויסער ארומ-רודערער דא אויף קאווע שטיבל. וואס דער הילוך המחשבה טרייבט איהם צו קאמענטירן איבער אלץ און אלעמען. צי ער פארשטייט יא אין די עניינים אדער נישט. און דער רעזולטאט איז אז ס'לאזט איבער א טעם און א גערוך פון פארדארבענע הערינג...! און וען דער ..."מאמענט"...טוט פארגלייכן די אויסגערימטע, געהויבענע אידן פון אונזער צייט צו די צדיקים פון אמאל איז עס בכלל נישט קייין פעלער אדער הגזמה. אדרבה. ס'געט נאר אן השגה פון זייער גרויסקייט אין תורה אדער אין יראת שמים...!
הלואי וואלטן די אנדערע פובליקאציעס נאכגעמאכט דעם מהלך. אזוי ווי דער בלאט האט געטון בראשית דרכו...! נאר ער האטציך ליידער דערקייקלט צו די סטאנדארטן פון ... "דער איד"... און נאך מיט א שמיץ אריבער...!