אשכול אן א טיטל #6218
1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
פון אידישע ווינקל
גאסט-עדיטאריעל:
איי-וועלט האט זיך שוין ווייטער צעפירט די הענט
פון: יוסף הירש. עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.
שוין ווידעראמאל האט איי-וועלט זיך צעלאזט די הענט און זיך גענומען מיט א געמיינע אטאקע אויף א לעגיטימע ביזנעס, א פאפולערע אויסגאבע, פאר זעלבסטזיכטיגע עקלהאפטיגע סיבות.
כ'וועל זאגן דעם אמת, כ'בין נישט קיין לייענער פון מאמענט. כ'בין נישט קיין שטיצער פון מאמענט אויף קיין שום אופן וואס זאל נאר זיין. כ'ווייס נישט וואס זיי האבן געשריבן די וואך אדער וועלכע אנדערע וואך. איין זאך וואס איך ווייס איז אז זייערע פראיעקטן האבן שוין אויפגעטאן גרויסע זאכן, אויפוועקנדיג דעם ציבור צו געוויסע אישוס וועלכע האבן געדארפט באקומען אויפמערקזאמקייט און פיינעלי אדרעסירט געווארן, פירנדיג צו גרויסע שינויים אויף אן אינדיווידועלן און קאלעקטיוון אופן.
יעצט האבן זיי געמאכט א פראיעקט פון יתומים, וואס דארף עפענען די אויגן פון מענטשן איבער די יוניק פראבלעמען פון יתומים, און 'דאס' האט ארויסגערופן דעם צארן פון איי-וועלט. איך ווייס אפילו נישט וואס דארט שטייט און כ'קען נישט קוואוטן דעם ארטיקל, נאר איין זאך, אין די לעצטע טעג איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט אפאר יתומים ביי שמחות וכדו', און אלע פון זיי האבן גערעדט מיט גרויס התפּעלות איבער'ן קאווער סטארי פונעם מאמענט די וואך.
בנוסף לזה: די מענטשן וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם פראיעקט זענען אדער אליין געווען יונגע יתומים און געמוזט דורכגיין דעם שווערן קאשמאר, אדער זענען זיי געווען אזעלכע וואס האבן געהאנדלט מיט יתומים, עכ"פ אזוי קוקט אויס לויטן קאווער וואס פארט ארום אויף די וואצאספערע און טעלעגראמעספערע. איז ווער זענען די עליט חברה פון איי-וועלט וועמען ס'האט קיינמאל גארנישט געפעלט אין לעבן, וועלכע האבן קיינמאל נישט געוואוסט פון קיין שוועריגקייטן, צו רעדן אין נאמען פון די יתומים?
און יעצט א קורצן בליק איבער איי-וועלט: איי-וועלט איז א מקום פון בעלי דמיונות, מענטשן וועלכע רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט. איך בין דארט געווען א לאנגע צייט צוריק און זיך פארעקלט פון זייער קטנות. יעדע שטיק צייט געמאכט עלעקשאנס און ערוויילט באאמטע פאר יעדן פאזישאן, באגלייטעט מיט היציגע קאמפיינס, מיט קאמפיין ראליס, נצחונות און מפלות, באשולדיגונגען פון פראוד און אנגעצויגענע שטימונגען צווישן דעם געווינער און פארלירער.
דער סייט ווערט געפירט גאר דיקטאטוריש, אפאר ילדים מאכן אפ וואס ס'מעג יא ארויפגיין און וואס נישט. קענסט שרייבן עפעס וואס איז העכסט לעגיטים און זיי וועלן עס אויסמעקן, פשוט ווייל איך קען און דו קענסט נישט.
(בדרך אגב, די גרינדערס און אנפירערס פון איי-וועלט זענען עתיד ליתן את הדין פאר'ן פירן צו די גרינדונג פון קאווע שטיבל, וואו מען טאלערירט זאכן וואס א פרומער איד טאר נישט לייענען. די גרינדערס און אנפירערס פון קאווע שטיבל זענען באמת פיינע אידן וואס מיינען נאר גוטס. דער פראבלעם איז אז זיי זענען אפגעבריטע חברה, מענטשן וואס האבן זיך צוזאמגעליטן פון די טיפשות און דיקטאטורשאפט פון איי-וועלט און באשלאסן צו גיין ביז'ן אנדערן עקסטרעם פון טאלעראנץ.)
די קראנקהאפטע באנעמונג פון איי-וועלט מוז פארדאמט ווערן און אראפגעריסן ווערן. די גרופע רשעים דארפן דעמאסקירט ווערן. זאלן זיי זיך נישט באהאלטן אונטער ניקס און דאס ניצן צו וויי טאן אנדערע אידן און שעדיגן אנדערע אידנ'ס פרנסות, ווייל אויב יא וועט מען זיי דארפן געבן צו שפורן דעם טעם פון זייער אייגענעם מעדיצין.
נ"ב, דער שרייבער פון די שורות וועט אפן מודה זיין אז ער האט א בייעס. מיין בייעס איז נישט לטובת מאמענט וואס איך לייען נישט. מיין בייעס איז קעגן די קראנקהאפטע רשעות און טיפשות פון איי-וועלט.
בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!
און דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.
.
📎 IMG_20160502_153612.jpg
שמעקעדיגאון דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.
.
וועלכע ארטיקול?
שמעקעדיגבין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!
איך האב עס נישט געקויפט אבער איך האב עס דוירך געליינט גארנישט ספעציעל
דער אינטערוויו מיט שאול קליין קוקט אויס גוט און מיט גיל לאקס נישקשה הגם עס קוקט אויס ווי סתם אויסצוגען פון זיין בוך נישט קיין פערזענליכע אינטערוויו
וואס למשל וואלט דיר יא אינטרעסירט?
ווען 'מאמענט' שטאב קומט זיך שואל עצה זיין מיט דיר וואס אריינצולייגן, וואס וואלסטו למשל אריינגעשטעלט?
מאמענט פסח איז געווען מעכטיג. שטארק הנאה געהאט.
mevakeshשמעקעדיגבין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!
איך האב עס נישט געקויפט אבער איך האב עס דוירך געליינט גארנישט ספעציעל
דער אינטערוויו מיט שאול קליין קוקט אויס גוט און מיט גיל לאקס נישקשה הגם עס קוקט אויס ווי סתם אויסצוגען פון זיין בוך נישט קיין פערזענליכע אינטערוויו
אלה ואלה דברי .........
די מאמענט איז זייער א שוואכע אויסגאבע בכלליות און יעצט יו"ט זענען זיי יא געווען בחסד מאכט מען א גרויסע מצב לאמיר זעהן אז די פסח'דיגע אויסגאבע זאל ווערן א התחלה און זיי זאלן ווערן בעסער/נארמאלער/בא'טעם'ער/געשמאקער.
זייער א פיינע אויסגאבע
איך האב א פאר איידיעס פארן מאמענט פארן קימענדיגן יום טוב זאל איך עס דא אויספראקן?
פרשת אמור
.
📎 80093_37948.jpg
פונקט זינגערס אין ספירה? זעהט אויס יעצט האבן זיין צייט.
איז בערקא מער נישט מיט זיי?
ריבונא דעלמא כולא!!!
דאס איז גילוי אויפן ארגסטן פארנעם!
מיט בילדער נאך אויך!
שטארקע דעקל!!!!
נישט ממש גילוי, וועלכע פון די צעהן איך בין בלייבט נאך אלץ א ספק.
דו ביסט דאס דער צענטער פון וועמען עס איז נישטא קיין בילד?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
איך דערקען שמעלקא טויב
אגב די ווארט ''קאַנאָנעֶן'' האט אריינגעברענגט די ''קאַנאָן'' אין חסד ארג.-בוני עולם, ארדוועטייזינג אז עס וועלן זינגען ''קאַנאָנעֶן'' פון עולם הנגינה...
עטרת תפארת ישראל אויף א בשר וכסף?? וועלכע כלל ישראל מיינט מען דא?
זיי זאגן 10 שרייבער אבער איך זעה נאר 9 בילדער. איז דער צענטער א פרוי מיט א מאן פען נאמען?
פועל'ט ישועות ביים טלית לייגן...
I see the price is $6
געטראפן דאס געהיימעניס.
אויסגערעכנט צען נעמען - בלויז ניין בילדער.
ווער פון די אויסגערעכנטע צען נעמען, איז נישט פאראן א בילד פון אים?
האב איך געליינט שבת נאכמיטאג די אלע אינטערוויוס מיט די טאלאנטפולע שרייבער, און רוב דעקלערן זיך אלטס תלמידים פון סענדר דייטש, איך האב אזוי געלאכט.. דאס זענען אונזערע קאנאנען??
סמבטיוןהאב איך געליינט שבת נאכמיטאג די אלע אינטערוויוס מיט די טאלאנטפולע שרייבער, און רוב דעקלערן זיך אלטס תלמידים פון סענדר דייטש, איך האב אזוי געלאכט.. דאס זענען אונזערע קאנאנען??
תלמידים פין סענדר דייטש כלפי זייער סטיל אין אידישע גראמאטיק
גראדע שטארק הנאה געהאט פון די אינטערוויאו מיט די שרייבער'ס. עס גיבט א נייע בליק פון הונטער די קוליסן.
די באבוב'ע שבת איז אביסל איבערגעטריבן לענ"ד.
לכבוד חג השבועות
.
📎 SVS.jpg
שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען די קאווער פון מאמענט מאגאזין לחג השבועות. אונז ווארטן מיט איינגעהאלטענע אטעם צו הערן דיינע קאמענטארן. ווייל מיט דיינע באמערקונגען אויף די באבוב'ער שבת ביניך מסכים מיט דיר 150%. נאר וואס דען זאלל דער שרייבער שרייבן...נעגאטיוו...?! איך וואלט געקענט...נו, ביניך דאך נישט דער שרייבער פון ארטיקל... 😂 🙄
שמעקעדיג
די באבוב'ע שבת איז אביסל איבערגעטריבן לענ"ד.
נאר וואס דען? זאל מען אונטערטרייבן? אין פינף יאר ארים וועט מען ברענגן עדות אז סאיז דאך שוין געווען בפירוש אזוי געדריקט אין צייטינג
פון קוועלער - אנינימעטעווער - הערן טייל, און איבערגעבן עס מיר זיי האבן, דאס די אנטשטייענדע "שבת אין בלאזוב - ריבאטיטש" און "שבת אין סעליש" וועט צום ערשטע פונעם סעריע א בענק טון מאכן. העט-כאטשיק דארט - אינעם ערשטע - זיי זיך צו טלית אנטון געצוימט די וואונדער באווייז, ווידעראום אין די לעצטערע - לויט די קוועלער - קיין צייט צוימינג זיי האבן, וואונדערן אונטער די בענק - און טישן צו גלייך - עס וואלגערן זיך דורכאויס.
ס'האט טאקע לאנג גענומען, אבער צום סוף איז מיר געלונגען צו פארשטיין יעדעס ווארט פון בן נריהו'ס מאנאלאג. בראווא [emoji122]
בוירסבארא ארטיקל איז סתם געמאלן וואסער, די אייזנבערג ארטיקל איז אינטערסאנט אבער צופיל איבערגעקייט די זעלבע נקודות,
Sent from my iPhone using Tapatalk
פר' שלח
אוי די זכרונות פון ר' יוסל רייך....
(כ'האב זיך געוואונדערט אז ער איז זוכה צו אזא אריכות ימים, אבער יעצט זעענדיג אים שטיין נעבן דעם מפעל 'עיני הישועה', איז שוין אלעס פארענטפערט. קיין עין הרע!!)
.
📎 Shelach.jpg
אנאנים: ערשטנס. מיט וואס איז דער קאווער סטארי פון די וואך אזוי שטארק היסטאריש און דראמאטיש...?!
ועוד. די קאווער סטארי פון א וואך פריער איז נאכמער היסטאריש/היסטעריש און דראמאטיש. ווייל ער האט אראפגעברענגט די גאנצע סוגיא פון דעם יונגן בעל מקובל און זיין גבאי. און די וואך האט ער שוין געהאט 3 גאנצע פעידזשעס מיט אדווערטייזמענט פון דעם בעל מקוגל'ס אינסטיטוציע...עיני הישועה. מיט א געבארגטע פיקטשער פון א ..."שעווי"...קאמערשל... 😂
שוין ס'צווייטע מאל ער פיגורירט אויפן דעקל זייערס
קל וחומרשוין ס'צווייטע מאל ער פיגורירט אויפן דעקל זייערס
קל וחומר: ווען ס'זאלל נאכפאלגן אז הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א זאלל האבן א קאלום אין מאמענט א יעדע וואך, מייניך אז דער עולם וואלט עס געליינט מיט גרויס אינטרעס...!
גראדע די טעמע איז אסאך אויסגעשמועסט געווארען און די מעוררים האבען לכאורה רעכט אז די עולם פירט זיך אין קעגנזאץ מיט די הלכה די וועג ווען די עולם בענטשט ביי די חתונת,
אבער פונעם דעקל כאפ איך נישט וויאזוי זיין פארשלאג זאל זיך אויסארבעטן ביים עולם אינמיטען טאנצען זאל מען זיך זעצן בענטשען? איך וואלט פארגעשלאגען אז ענדערש אז ווען די חתן קומט אריין אין זאל און די עולם זיצט נאך זאל מען דאן בענטשען און דערנאך זאל מען זיך הייבען אין טענצעריי, נישט אזוי?
פרשת בלק
.
📎 Moment_Buluk.jpg
צוויי הערות וואס איך האב אויף דעם וואכענדיגע מאמענט.
ערשטנס איז די ארטיקל פון ר' יואל אשר לאבין. ס'ארא ארטיקל. אזוי אמת און ווייטאגליך יעדעס ווארט.
פאר דעם ארטיקל אליינס איז עס שטארק רעקאמענדירט צו קויפן. דעם ארטיקל דארף יעדער איבערליינען מדי חודש בחדשו.
עס דערמאנט מיר אביסל פון בעזנשאמין פרענקלינ'ס חתימה, וואס זאגט עס אין איין שורה "מען שפייט בלוט, און מען רעדט פון נחת".
צווייטנס, וואונדערט מיר די דרייסטקייט פון ארויסשטעלן אזא ארטיקל פון A-TIME. אודאי איז ער מגלה טפח ומכסה טפחיים, אבער אפילו די טפח מגולה איז היבש געוואגט.
נישט אז עס איז נישט א וויכטיגע נושא, און עס איז כדאי צו רעדן דערפון. פארט טוט עס אדורכברעכן א געוויסע גדר וואס איז נישט געווען ביז היינט. מעגליך אז עס איז א גוטע זאך. כ'ווייס נישט.
ער שרייבט אז דער רעדאקטאר פון 'דער איד' האט בבראשית ימיו אריינגעשטעלט אן עד פאר A-TIME (בעת אנדערע צייטונגען האבן אים אפגעזאגט) זאגענדיג אז אונזערע אמהות זענען געווען עקרות, און יעדער חדר יונגל ווייסט דאס....
אפשר נעמט ער יעצט די גאטס ווייל ס'זימער און די קינדער זענען אין קעמפ...זיי ליינען נישט די מאמענט
לכבוד שבת נחמו און די נייע אלבום פון שמואלי אונגאר וואס ערשיינט בקרוב
.
📎 Nachmu.jpg
דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
ליפאדפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
ליפא: אויב דער טריביון מעג זיך ..."אויסבארגן"...ארטיקלען פון אנדערע צייטונגען און זשורנאלן, מעג דער מאמענט אויך...
ס'א בפירוש'ע גמרא אין מס' בבא מציעא... 😂 🙄
ליפאדפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
אויך לייטנערס האטעל (אין מאריענבאד) איז שוין געווען באשריבן אינעם טריביון, ערגעץ אינמיטן ווינטער
גם אני מצטרף לרוכב על העגלה סקיין שום פראבלעם, למעשה איז מאדנע אין איין וואך האבן אזויפיל זאכן איבערגעקייט
קורץ און שארףליפאדפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
אויך לייטנערס האטעל (אין מאריענבאד) איז שוין געווען באשריבן אינעם טריביון, ערגעץ אינמיטן ווינטער
גם אני מצטרף לרוכב על העגלה סקיין שום פראבלעם, למעשה איז מאדנע אין איין וואך האבן אזויפיל זאכן איבערגעקייט
קורץ און שארף: אמאל , אין די אלטע גוטע צייטן פלעגט זיין אז ס'איז געווען א פרענדלי קאמפעטישן (חוץ האקן אויף די ציונים, שטייצעך) צווישן דעם בלאט און דער איד איבער די העדליינס. צום סוף האטציך אויסגעשטעלט אז דער איד האט געהאט זיינע שפיאנען ביי די רעדאקציע פון בלאט און דער בלאט האט געהאט זיינע מענטשן ביי די אפיס פון איד. און זיי האבן איבערגעגעבן בשתיקה די לעצטע מינוט וואס די העדליין גייט זיין ביי די אנדערע אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע ארגאן. נאר דער בלאט, וועלכער איז בראשית דרכו געווען א נארמאלע, געשמאקע צייטונג האט אונטערגעריקט לכה"פ 2 שפיצלעך וואס איך ווייס פאר דעם איד. ווייל די רעדאקציע דארט איז דאך באשטאנען פון געשוואלענע עמי הארצים. און דער בלאט האט געהאט אינטעליגענטע מענטשן אזוי ווי ש. ראלניצקי,וכו'. ומעשה שהיה כך היה. (אויב איינער איז אינטרעסירט צו הערן). ווען דער בלאט האט געברענגט א סעריע פון אן אינטרעסאנטע מעשה מיט עפעס א שפיאן. האט דער איד איהם געוואלט נאכמאכן. און זיי האבן אויכעט אנגעהויבן צו ברענגען אן ענליכע מעשה. נאר אינמיטן. ביי איינס פון די פארזעצונגען האבן זיי געברענגט אזוי בתמימות א מעשה פון איינעם א פושע ישראל, אן אפיקורס וועלכער איז פארהייליגט געווען ביי אלע ציונים. א קינדער דאקטער מיט'ן נאמען יאן קארטשאק. וועלכער איז געווען אקטיוו אין ווארשעווער געטא. ער האט דארט אנגעפיהרט מיט א סקול, ווי מ'האט נישט געלערנט קיין שמע ישראל מיט די קינדער. אבער דער איד , ברוב תמימותו האט איהם אויסגערימט וואס פארא פיינער מענטש ער איז געווען. ס'איז פונקט אזוי ווי דער איד זאלל פארציילן פאר'ן סאטמאר'ע עולם וואספארא פיינער מענטש בן גוריון איז געווען. און פלוצלינג איז טאקע די מעשה מיט'ן שפיאן געשטארבן...!
די 2'טע מעשה איז געווען. איין יאר, אין די פורים אויסגאבע האט דער איד געברענגט א קאפיע פון א פעינטינג. און אונטער דעם איז געווען געשריבן..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...די פראבלעם איז געווען אז די פעינטינג איז א קריסטליכע טעמע, ווי די גויים שילדערן דעם ..."לעצטן סאפפער"... פון זייער יאשקע. און די געשוואלענע עמי הארצים האבן דאס נישט געוואוסט... 😂 🙄 ביז מ'האט זיי אריינגעשריבן עטליכע בריוו אין די רעדאקציע...!
פרשת ראה
טעג @שעפטל, @גאנצל, @גאלד, @קלאר, @היסטאריקער, @berlbalaguleh, ואתם עמם השאר (העיקר) ששכחתי..
📎 ראה.jpg
שמעקעדיג: ייש"כ. איין זאך זעה איך אז דו האלטסט פונקטליך חשבון. איך פריי מיך זייער שטארק צו זיין אין די חבריא קדישא... 😂
כלשונך הטהור...אז איך האב א ..."סאפט ספאט"... פאר'ן מהר"א שליט"א. יא. איך שעהם מיך נישט דערמיט. איך האלט אז ער איז דער ריכטיגער מנהיג פאר'ן היינטיגן דור. (כ'האב נישט געזאגט מנהיג הדור.). ער טוט למעשה. (או.קעי. איך זאג נאכנישט קיין הספד אויף איהם) ער האט אויפגעבויעט עטליכע ריזיגע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג. ארגאניזירט חבורות לומדי תורה. אויפגעשטעלט פארשידענע ישיבות אויף פארשידענע דרגות לפי הצורך. זאכן וואס קיין איינער פון די הימל-פליערס האבן נישט געטון. ר'האט איינגעפיהרט אריזאנא ווייטץ. וואס איז זיכער א הידור. אויך אויפגעבויעט דעם גרויסן בית השחיטה אין קרית יואל. וואס שטעלט צו כשר'ע פלייש פאר די גאנצע געגנט וואו אידן וואוינען. פאר א נארמאלן פרייז. אויך געט עס פרנסה פאר א סאך היימישע יונגעלייט. און שחיטה מונחת. יא. דאס איז אויך א שיינע זאך אז מ'פארלייגט זיך אויף דעם הידור. אוודאי קען איינער זאגן. ס'מיר נישט קיין חילוק צו די בהמה איז געשאכטן געווארן הענגענדיג אדער ליגעדיג. אדער צו די ווייטץ קומט פון אריזאנא אדער אלאסקא. און די שטאט קרית יואל ווערט געפיהרט אויפ'ן שענסטן אופן. מיט א סאך חסד וואס גייט ארויס פון דארט.(קופת אבני חסד.). מיט די אלע דיינים און כוללים...איך שעם מיך אינגאנצן נישט מיט אזא רבי'ן...!
וואס איז טאקע פשט פון דעם ?
גאנצלוואס איז טאקע פשט פון דעם ?
גאנצל: פון וואס?. ביטע זיי מפרש...!