☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:19 pm

· #221914
למשל?

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:20 pm

· #221915
ליין עס

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:22 pm

· #221916
שכויעח.

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:36 pm

· #221919
למשל דארט ווי א שרייבער וועט נארמאל אפטיילן מיט דאס - - לייגן זיי קאמע'ס.
דוגמה: משה גרויס האט אן אנדערע מיינונג. עסן צופיל פרוכט - טענה'ט משה - איז נישט געזונט

מאמענט וועט שרייבן אזוי:
משה גרויס האט אן אנדערע מיינונג. עסן צופיל פרוכט, טענה'ט משה, איז נישט געזונט.

און דאס איז שוין אין צוגאב צו די קאמע'ס וואס גיסן זיך דארט לרחץ צי ס'קומט אריין אדער נישט.

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:46 pm

· #221922
דער כלל איז, כל המרבה בקאמעט הרי זה משובח. כאפ איך נישט וואס דיר באדערט.

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:46 pm

· #221923
איך, הער, וואס, דו, זאגסט,.

כוכב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 8:48 pm

· #221925
ד, ו, ב, י, ז, ט, ס, ת, ם, א, ל, ץ.

יואב » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 9:58 pm

· #221951
בשבילי!
למשל דארט ווי א שרייבער וועט נארמאל אפטיילן מיט דאס - - לייגן זיי קאמע'ס.
דוגמה: משה גרויס האט אן אנדערע מיינונג. עסן צופיל פרוכט - טענה'ט משה - איז נישט געזונט

מאמענט וועט שרייבן אזוי:
משה גרויס האט אן אנדערע מיינונג. עסן צופיל פרוכט, טענה'ט משה, איז נישט געזונט.

און דאס איז שוין אין צוגאב צו די קאמע'ס וואס גיסן זיך דארט לרחץ צי ס'קומט אריין אדער נישט.

שלמה וואלף,  איז געוויס פון צווישן די מערסט-פראפעסינאלע שרייבער, וועלכע זענען פארהאן אויף דער היימישער אידישער שפראך. זיין שרייבעריי אין אלגעמיין גייט דווקא יא אין שפאן מיט די ריכטיגע כללים אין גראמאטיק. ער איז זייער גוט אין ספעללינג; איבער נוצן דעם ריכטיגן מין, און איז גאר פארזיכטיג אין פאל א זאך-ווארט ברויך נעמען א דאטיוו, אדער אקוזאטיוו .

אינעם אויבנדערמאנטן פאל, וואלט איך ווען אויך גענוצט קאממאס, ווי איידער דעשעס. די סיבה דערצו איז,  ווייל למעשה טון די צוויי ווערטער נישט צו לייגן סיי וואספארא פרישע אינפארמאציע, נישט דירעקט אין פארבינדונג צו דעם דאזיגן זאץ.

ס'איז יא אמת, אז ער נוצט א סך קאממאס. דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז גרייזיג. נאר ליבערשט אז אנדערע וואלטן אפשר באוויזן צו קענען אויסשטעלן דעם זעלבן זאץ, מיט ווייניגער קאממאס.

למעשה אבער, איז דווקא נישט גערעכט פארצוווארפן א שרייבער, באזירט אויף וויאזוי אנדערע שרייבער באנוצן זיך. איבערהויפט ווען ס'האנדלט זיך פון "היימישע" שרייבער. איך וואלט דיך גע'עצה'ט צו נעמען א טעקסט-בוך איבער punctuation, אלע מארקס וויאזוי און ווען צו נוצן.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 10:50 pm

· #221970
מיר -- ווי בשבילי -- האט אויך געשטערט געוויסע פרטים אין וואלפ'ס שרייבן [נישט אוועקצונעמען פון די געוואלדיגע מעלות זיינע].

דא האט איהר די ערשטע דריי פאראגראפן.

א. ווערטן / ווערדן / ווירדן

ב. אלוקית / אלוקות

ג. 'בקיצור, איז אזוי.' געהערט א פינטל נאך 'איז אזוי'?

ד. 'קבלה וויל זען דעם מענטש צושניידן דאם לעבן וואס נאענטער צום מהלך פון מלאכים', וואלט נישט בעסער געווען 'צו-שניידן' [מלשון צופאסן]?

ה. א קאמע פאר די ווארט 'און'?

דאס איז חוץ פון צוויי טעויות הדפוס.
📎 sv__1410143579_66.87.116.253.jpg

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 10:57 pm

· #221972
יש''כ פארן ארויפלייגן. מיר האט אויך געגריצעלט דאס ''איינער'' מיט וואס ער הייבט אן, קומט נישט ענדערש ''איינע''?
גערעכט צו נישט, די קאממעס שווינדלען די אויגן. למשל די קאממע צווישן העכער און לויטער
,האט יענער געזאגט,
,זאגט יענער,
זייער שיין אבער טו מאטש סארי.

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:01 pm

· #221974
אדרבה זאל יעדער דא אפליינען דעם שטיקל פון ונבנתה און שטימען צי די מיליאנען קאממעס מאכט נערוועז אדער נישט.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:12 pm

· #221983
מיר גרילצט דער "אילו ואילו". די י' קומט נישט אריין.

אלו, מיט א צירי, קומט אן א י'. אלו דברים שאין להם שיעור.
אילו מיט א חירוק. קומט מיט א י'. אילו הי' שם לא הי' נגאל.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:20 pm

· #221988
בשבילי, 'איינע' איז א לשון נקבה.

שמעקעדיג, גערעכט.

בשבילי! » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:36 pm

· #221992
אקעי, מעגליך אז ס'הערט זיך אביסל קלעשי ווייל 'די' איז מער לשון נקיבה ווי זכר, שטימט עס בעסער מיט 'איינע'. אולי

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 11:37 pm

· #221995
רבתי זייטס ביזי מיט תוכן. לאז דער איד און בלאט שרייבן מדיוק.
דער מאמענט האט דאך גוטע נושאים. הו קעירס אויב סקומט א כ אדער ח

מ גפני » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:18 am

· #222046
און וואס איז מיט די "אינספירירנדע מאמענטען פאר דער אידישער בעל-הבית'טע"?

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:20 am

· #222047
מ גפני
און וואס איז מיט די "אינספירירנדע מאמענטען פאר דער אידישער בעל-הבית'טע"?

יאפ, אנשטאט זוכן שרייבער וואלטן זיי קודם געקענט נוצן א פראפעשען מגיה

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:29 am

· #222051
עס איז יא אויסגעהאלטן, כידוע ליודעי כללי פרעפאזיציע, און 'פאר' איז א פרעפאזיציע.

מ גפני » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:30 am

· #222052
ביטע זיי מסביר

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:31 am

· #222053
דא וועסטו טרעפן ביאורים פון עטליכע שרייבער.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/search.php?keywords=%D7%A4%D7%A8%D7%A2%D7%A4%D7%90%D7%96%D7%99%D7%A6%D7%99%D7%A2">search.php?keywords=%D7%A4%D7%A8%D7%A2%D7%A4%D7%90%D7%96%D7%99%D7%A6%D7%99%D7%A2</a><!-- l -->

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:32 am

· #222054
אלעס האט א תירוץ... גראדע גריצעלט דאס טאקע נישט, אבער זיי שוין נישט אזוי גערעכט און שטעל זיך צו צו רוב ליינער'ס, די גאר אינטעליגענטע זענען א מיעוט.

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:33 am

· #222056
אבי גערעדט. אפשר זאלן זיי אויך שרייבן מיט גראבע גרייזן וויבאלד רוב מנין ובנין חרדי'שע אידן קענען נישט די בעיסיקס?

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:34 am

· #222057
'די אידישע באלעבוסטע' איז א גרייז?

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:35 am

· #222058
בעצם יא

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:36 am

· #222059
כ'רעד, נישט בעצם

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:38 am

· #222062
ס'איז א גרייז. יא. אבער אסאך היימישע פאבליקאציעס האלטן זיך נישט צו די כללי פרעפאזיציע

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:38 am

· #222063
דאס ווארט, אגב, איז גרילצט, נישט גריצעלט.

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:46 am

· #222070
אבער גרילצט גריצעלט

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:59 am

· #222076
בשבילי!
'די אידישע באלעבוסטע' איז א גרייז?

ניין, ס'איז סתם אזוי "נישט"  גרייזיג.

 "די" איז לשון נקיבה, און באלעבוסטע באציט זיך אויף א פרוי. מילא שרייבט מען אויך "אידישע",  מיט אן עי"ן אלס נאכזילבע.
אבער אין אונזער פאל, ווי כוכב האט ערווענט, איז פארהאן א פרעפאזיציע בעפאר דעם באשטימטן ארטיקל, מילא נעמט דאס אן א דאטיוו, וואס ביי א לשון נקיבה, ווערט דאס איבערגעדרייט צו א לשון זכר - - נאמינאטיוו.

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:01 am

· #222077
גוט, רעד איך נישט פון 'גראבע גרייזן'

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:03 am

· #222078
און יעצט העלין מיר בעטן בשבילי זאל צוריקגיין צו די בא'חנ'טע קליפס אשכול און זיך אפשאקלען פון גראמאטיק.
עס איז נישט אייער פעלד.

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:04 am

· #222080
בשבילי, האסט גראדע נישט פארשטאנען וואס כ'האב געזאגט. כ'האב געפרעגט אז אפשר זאלן זיי "אויך" שרייבן מיט גראבע גרייזן וויבאלד רוב עולם קען ניטאמאל דאס.

נישט זיך האלטן צו די כללי פרעפאזיציע איז א זאך וואס איז שטארק פארשפרייט אין די היימישע אויסגאבעס און כ'וואלט עס דערפאר נישט גערופן א גראבע גרייז, אבער ס'איז אוודאי פיל בעסער זיך צו האלטן דערצו. והבן.

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:07 am

· #222082
מאמענט וועט אונטערגיין אויב זיי שטעלן זיך נאר צו צו ענק עליטע. אויסנוצן יעדע לופהאל אין גראמאטיג צו ווייזן וואס עכט ריכטיג איז וועט זיי נישט ברענגען קונים. אויב די קאממעס האלטן אן האבן זיי מיר פארלוירן

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:08 am

· #222083
😂

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:10 am

· #222085
אפטעמיסט, כ'מיין אז די שאצט אונטער אידישע ליינער. קיינער וועט נישט טאלערירן גראבע גרייזן, זיי נארמאל ווי דער איד. זיי נישט פרומער ווי מעלות! און פאר עפעס א סיבה גרילצט נישט מעלות

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:12 am

· #222086
סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:13 am

· #222087
אפטעמיסט
סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".

רוב חסידישע אידן אדער ליינער?

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:14 am

· #222088
ביידע

בשבילי! » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:16 am

· #222090
K but I disagree

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 12:43 pm

· #222106
אפטעמיסט
סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".

געב א בעסערע משל ווייל די חילוק ווייסן אסאך

Milk shake » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 1:11 pm

· #222112
מאמענט דארף א גוטן עדיטער, ספעשילי פאר ספעלינג, און די צייטונג מעג זיך שוין אויך אויסלערנען געהעריג אידיש

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 1:29 pm

· #222118
כוכב
דאס ווארט, אגב, איז גרילצט, נישט גריצעלט.

גרילצט, מלשון גריל (grasshopper)

די נאכט אזוי שטיל,
מען הערט נישט קיין גריל,
עס שלאפט שוין די דארף, די בערג, און די מיל,

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 2:30 pm

· #222143
ונבנתה העיר
מיר -- ווי בשבילי -- האט אויך געשטערט געוויסע פרטים אין וואלפ'ס שרייבן [נישט אוועקצונעמען פון די געוואלדיגע מעלות זיינע].

דא האט איהר די ערשטע דריי פאראגראפן.

א. ווערטן / ווערדן / ווירדן

ב. אלוקית / אלוקות

ג. 'בקיצור, איז אזוי.' געהערט א פינטל נאך 'איז אזוי'?

ד. 'קבלה וויל זען דעם מענטש צושניידן דאם לעבן וואס נאענטער צום מהלך פון מלאכים', וואלט נישט בעסער געווען 'צו-שניידן' [מלשון צופאסן]?

ה. א קאמע פאר די ווארט 'און'?

דאס איז חוץ פון צוויי טעויות הדפוס.


כלפי נוצן א קאממא בעפאר "און", ווייס איך נישט פונקטליך פון וועלכער שורה דו רעדסט. אבער דער כלל איז, אז בעפאר'ן צוטשעפען אן independent clause, לייגט מען יא צו א קאממא. אין א פאל וואס מ'נוצט "און" פארצושטעלן דריי צו מער זאכן, איז פארהאן א מחלוקת הפוסקים, באוויסט אלס The Oxford Comma. מילא גרייזיג איז דאס זיכער נישט. וואס יא, אויב דער זעלבער שרייבער לייגט אמאל יא, און אמאל נישט, דאן איז אפשר נישט גערעכט דאס, אז ער זעלבס האלט זיך נישט צו זיין אייגנעם מהלך.

א פינטל נאך "איז אזוי", איז בעיני דווקא יא אויסגעהאלטן. וואס וואלסטו ווען געלייגט, א colon?

ווערטן איז אויך נישט גרייזיג, הגם "ווערד" איז אפשר מער וואס מ'נוצט אויף דער היימישער אידישער שפראך. זע "דער פארווערטס" לדוגמא, דארט נוצט מען גאר א סך "ווערטן".

נישט לייגן א hyphen אינעם ווארט "צושניידן", וואלט איך געזאגט איז יא גרעמעטיקלי קאררעקט,  הגם דער שרייבער האט לכאורה געזאלט נוצן א בעסער ווארט. דאס אז ער האט געשריבן "צו", און נישט "צע", ברויך צו אילוסטרירן דעם חילוק.

אילו ואילו איז טאקע א ווייטאגליכער גרייז. איין מעגליכקייט פארוואס אזא טעות האט בכלל פאסירט, איז די פארזוך פון א סך שרייבער - - ובתוכם ערעב וואלף - - צו נעמען ווערטער פון לשון קודש, און זיי פאראידישן אויף ווי ווייט מעגליך. צולייגן א ו' אדער י', צו איינצלע לשון קודש'דיגע ווערטער, וועלכע ווערן אריינגעפלאכטן צווישן אידישע ווערטער. דאס איז סתם א השערה,  אבער בוודאי איז דאס אן ערנסטער טעות.

איך ארבעט נישט פאר דעם מאמענט, איך פראביר נאר אויסקלארן דעטאלן לפענ"ד.
אין דעם דאזיגן אשכול אליינס, האב איך שוין געלאזט פאלן שווערע קריטיק אויף זייער גראמאטיק און ספעללינג  אין אלגעמיין.  שלמה וואלף אבער איז דווקא יא א גוטער שרייבער. ס'קען יעדער זעען אז דער זכר קאן גראמאטיק. קלאר ווי דעם טאג אז ער מאכט טעותים, ביודעים ובלא יודעים. נאר דאס אז אנדערע וועלכע האבן נישט א השגה וואטס פלייאינג, באצייכנען זייער אייגנע גרייזן, אלס יענעמס גרייז, דאס ווייזט בלויז אויף שמאלקעפיגקייט.

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:17 pm

· #222688
ליינענדיג שלמה וואלף'ס ארטיקל תורת חסידות און טעארעטישע פיזיקס, האב איך הנאנה געהאט ווי ער לייגט שיין אראפ די וויסענשאפט פון אז אלע ממשתדיגע זאכן זענען באמת ענערגיע.
אבער זיין מעטאד פון, היות ס'דא זאכן און פיזיקס וואס זענען א סתירה מניה וביה,קען שוין אלו ואלו דברי אלקים חיים מיינען אז ביידע זענען אמת לאמתו, אפי פאר אונז זעט דאס אויס ווי א סתירה. דאס מאכט מיר נישט קיים סענס. וויבאלד סאיז דא א מקום ווי סתירה איז נישט קיין פראבלעם ווערט נאכט נישט איינס פלאס דריי.
זיין תורה אז היות מיר ווייסען דאך היינט אז אלעס איז ענערגיע, אינפוא, דאטא. שטימט שוין זייער גוט וואס די ספר יצירה שרייבט אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיט אותית, וואס דאס איז דאך דאטא.
שיינע תורה אבער כגלייב שווער אז דאס האט אדם הראשון אדער אברהם אבינו געמיינט.
וואלט נישט געווען שענער די ארטיקעל טעארעטישע פיזיקס אן די תורת החסידות?

יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:39 pm

· #222692
גאלדפינגער פון משפחה האט אן ענליכע מהלך פון לערנען פשט אין מגלה עמוקות מיט ניעל באהר'ס אנטדעקונגען. לכאורה גיבט דאס א גוטע געפיל פאר דעם מענטש אז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא (וואס מיינט, לאגיש גערעדט, אז ליכא מידי דרמיזא באורייתא).

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:54 pm

· #222695

כוכב » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:39 am

· #225008
א שנעלער בליק אריין אינעם נייעם איבערגעמאכטן "מאמענט" צייגט אויף אן איבערראשנדע טריט פאראויס מיט קוואליטעט און פראפעסיאנאליטעט פון העכסטן קאליבער.
איך האב שוין מורא צו ווערן צו שנעל אנטציקט נאך די מערערע דורכפעלער די וועלט פון אידישע לייען מאטעריאל האט שוין געליטן, אבער עס איז מיין טיפסטער וואונטש אז זיי זאלן מצליח זיין און זאלן איינמאל פאר אלעמאל מאכן א סוף פאר די סקעפטיזם און אומזיכערקייט עס שלאגט דעם אידיש-רעדנדער עולם, צי מ'קען בכלל אהערשטעלן א רייכע און תוכנ'פולע אויסגאבע אין דער אידישער שפראך, און הויפטזעכליך, צי ס'דא דערפאר א באדייטנדע קליענטעל אז ס'זאל זיך לוינען די מי.

כוכב » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:41 pm

· #225061
'יש אומרים' איז צוקער זיסע און געניאל. א חידוש פון א קאלום פאר דער אידישער שפראך.

ישראל קאפקע » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:49 pm

· #225088
פארוואס שוין די ראש השנה'דיגע אויסגאבע?

קאווע טרינקער » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:20 pm

· #225109
ישראל קאפקע
פארוואס שוין די ראש השנה'דיגע אויסגאבע?

לערבב את השטן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21