אשכול אן א טיטל #6218
1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
ותרד פלאים,
לא עלינו וואו די דורות טראסקענען פון ביג בענג דיסקוסיעס אלל די וועי דאין to די וואך און די בליק דיסקוסיעס אזא טראסקע.
הזאת קאווע ?
זעט אויף פאראויס האט פאראויס געזעען אזא ירידה פון אונטער די קוליסען.
אנאנים האסט נאכנישט געלייענט?
איך וויל וויסן אויב סיז אינטערעסאנט און אויב סיז אינעווענדיג אויך גוט אזוי ווי סע זעהט אויס אינדרויסען.
@אנאנים, איך פראביר צו דמיון'נען וואו די אנאנים'ס פונעם קומענדיגען דור וועלן זיצען - ווי דיר, אויף יעדע קוצ"ו ש"ל דער אי"ד - און ארויסלערנען פון דעם מאמענט מאגאזין שטריכען פון אונזער לעבען כאראקטער.
דיין אייניקעל וועט שרייבן בערך אזוי:
דער נאכאנאנדע קאמף פון די וויזניצ-מאנסי רביים למושבותיהם קעגען בילדער, איז רעלאטיוו א נייע. דער ערשטער וויזניצ-מאנסי רבי איז בכלל-נישט געווען אזוי להשמיד. Hence די ערשטע מאמענט וואס איז ערשינען נאך בחייו פונעם ערשטע וויזניצ-מאנסי רבי, פיגורט א קאלירטע בילד פון בנו חביבו, ר' אליעזר זאב!
זדאס הייסט מארקעטינג!
איך דארף אייך נישט מסביר זיין אין וואס פאר א קאלעך אויוון די ארויסגעבער האבן זיך אריינגעלייגט ווען וויליאמסבורג גייט יעצט ווייס ווערן מיט מחאות נמרצות.
איז געגאנגען ר יואליש, און האט ארויסגעשטעלט אויפן ערשטן זייט פונעם ערשטן אויסגאבע אן אינטערוויו מיט הרב הצ' ר' אליעזר זאב. דאס הייסט דער קאפ אויפן פלאץ!
ר' אליעזר איז א איד וואס געניסט פון אומגעהויערע רעספעקט ביי שלומי אמוני ישראל זייענדיג אליין א ווארעמער חסידישער איד און א גאון הגאונים במדת החסד. און גלייכצייטיג גלויב איך אז דער ארטיקל איז העכסט אינטערסאנט. אלס איינער וואס האט מיטגעלעבט זיין סדר היום פאר חדשים לאנג קען איך מעיד זיין אז דער איר קען יעדן טאג שרייבן א בוך.
אין א קאמישער אנעקדאט וואס דער שרייבער אין מאמענט האט מן הסתם נישט אויפגעצייכנט: ער לויפט ארום אין ביהמ"ד צוזאמנעמען די פאפנדעקלעך פון די קלינעקס טישו באקסעס און דאס נוצט ער פאר זיינע מעמא פעדס. ער האט א געברויך פון "צענדליגער" שטיק א וואך ווי ער פארצייכנט זיך די טויזנטער קאנטאקטן ער איז אנגעוויזן.
ער האט מיר אמאל געזאגט אז קיין שום אייפעד וועט נישט קענען הענדלען די געברויך ער פארמאגט און דעריבער מוז ער גיין פרימיטיוו...
מאראנצןזאפטזדאס הייסט מארקעטינג!
איך דארף אייך נישט מסביר זיין אין וואס פאר א קאלעך אויוון די ארויסגעבער האבן זיך אריינגעלייגט ווען וויליאמסבורג גייט יעצט ווייס ווערן מיט מחאות נמרצות.
איז געגאנגען ר יואליש, און האט ארויסגעשטעלט אויפן ערשטן זייט פונעם ערשטן אויסגאבע אן אינטערוויו מיט הרב הצ' ר' אליעזר זאב. דאס הייסט דער קאפ אויפן פלאץ!
ר' אליעזר איז א איד וואס געניסט פון אומגעהויערע רעספעקט ביי שלומי אמוני ישראל זייענדיג אליין א ווארעמער חסידישער איד און א גאון הגאונים במדת החסד. און גלייכצייטיג גלויב איך אז דער ארטיקל איז העכסט אינטערסאנט. אלס איינער וואס האט מיטגעלעבט זיין סדר היום פאר חדשים לאנג קען איך מעיד זיין אז דער איר קען יעדן טאג שרייבן א בוך.
אין א קאמישער אנעקדאט וואס דער שרייבער אין מאמענט האט מן הסתם נישט אויפגעצייכנט: ער לויפט ארום אין ביהמ"ד צוזאמנעמען די פאפנדעקלעך פון די קלינעקס טישו באקסעס און דאס נוצט ער פאר זיינע מעמא פעדס. ער האט א געברויך פון "צענדליגער" שטיק א וואך ווי ער פארצייכנט זיך די טויזנטער קאנטאקטן ער איז אנגעוויזן.
ער האט מיר אמאל געזאגט אז קיין שום אייפעד וועט נישט קענען הענדלען די געברויך ער פארמאגט און דעריבער מוז ער גיין פרימיטיוו...
ווען גייט וויליאמסבורג ווערן ווייס מיט צעטליך? אינטערגעהערט אז מאמענט אליין גרייטן זיך צו ארויסגעבן פאשקעווילן קעגן זיך אליין, היינט איז דאס א מעטאד צו אדווערטייזן!
ווי קען מען אנהאלטען דעים מאגאזין? ס'איז שוין אין געשעפטען? כהאב געזוכט אין נישט געטראפן
אין אייוועלט ברויזט דער עולם אז דער מאמענט איז נאכנישט אין די געשעפטן
זייער א שיינע ארבעט. פאר די ערשטע מאל זיכער, מצליח מעיג זיך שעמען!
קליידער שאפע פון יעקב שפיטץ איז פון פרעצעדענטלאזן קאליבער וואס איז נאך קיינמאל נישט ערשינען אין אידישן מארק און שפראך.
אויב מאמענט וועט אנהאלטן דעם איצטיגן שטאפל, וועלן זיי ארויפשלעפן אידיש ליטעראטור אויף גענצליך נייע רעלסן.
איך האב עס געקויפט, און מיין ערשטע קריטיק איז טאקע קריטיק! די פאפיר פון מאמענט איז נישט אזא שיינע ווי משפחה אדער עמי נוצן, ס'דערמאנט מיר פון דעם מאגעזין ''דער בליק'' ווען זיי האבן זיך רעארגענייזד יארן צוריק און געטוישט פאפיר מיט גראפיק בעפאר זיי זענען עווענטועלי אינגאנצן אונטערגעגאנגען. ס'ליינט זיך נישט און פילט זיך נישט בע'טעמ'ט אין די האנט אזא אנטיק אויסזעענדע דינע פאפיר.
אפגעזען ווי גוט דער תוכן איז, און ס'קוקט אויס גוט, וועל איך עס נישט קויפן אויב זיי טוישן נישט.
WOWOWO
שנעל דורכגעבליקט. ס'זעהט אויס מעכטיג.
איין זאך גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ווער - וואס איז גענוג קלוג צו ליינען אזויפיל חומר - איז נאך נייגעריג אין די בילדער פון יעדע שומר אמונים רבי?
כאטש די ערשטע פאר בלאט וואלטן זיי געדארפט מאכן מיט א דיקערע פאפיר. עס האלט זיך נישט גוט.
האט נאך איינער באמערקט אז זיי האבן א "קאווע צימער"?...
מען קען קויפן די מאמענט אן די בליק?
ניין עס קומט צוזאמען
זייער א נוצליכע ארטיקל אויף עמוד 107 איבער די צדדים יא אדער נישט צו האלטן די פילע דאזען אייער אין דער פרידזש איבער פסח. גוטע איינפאל, און שטארק וויכטיג.
סאשי פישניין עס קומט צוזאמען
מאדנע זאך. וויפיל קאסטן ביידע צוזאמען?
5 doll
פישל'ע העררינג
האט נאך איינער באמערקט אז זיי האבן א "קאווע צימער"?...
יא
יאירסאשי פישניין עס קומט צוזאמען
מאדנע זאך. וויפיל קאסטן ביידע צוזאמען?
$4.95
די בליק האט אינגאצען אפאר בלעטער בילדער פון רבנים, עס זעט אויס ווי זיי האבן בעיקר געלייגט א דגוש אויף די איבריגע חומר.
אין קאנאדא איז עס מיט 4 סענט מער.
דורכגעליינט רוב ארטיקלען, ס'באמת א פארגעניגען. און איין וועגס בינעך קלוגער געווארן איבער א בעל מנגן רובין, און אז ס'דא א "זקן צדיקי הדור" דינובע רבי פון מאנסי.
וואס איז מארנצן'ס פען נאמען? מאראנצן זאפטיג?
זיי וועלן מאכן דעם בליק ''אויס שמאטע''. קוק וועסטו זען אז א בליק איז היבש דינער און ריין פון ספעליג/גרעממער מיסטעיקס. דער עורך פון א בליק איז דאך אויך יושע רובין געווען
עס איז קענטיג אז זיי האבן אריינגעלייגט שטארקע כוחות נאכצומאכן די היברו משפחה גראפיקס, נישט אז ס'איז א פראבלעם, ס'נאר שטארק בולט
שנעל דורכגעבלעטערט מיין איך אויך מאמענט שאפט א נייער דרגה פון אידיש ליין מאטריאל. מיר קענען נאר האפן עס וועט זיך דעקן פינאנציעל עס זאל קענען האלטן.
דער קליידער שאפע איז ווי ארויסגעברעגט, א שרייב/ריסערטש ארבעט ואס איז נאך ביז היינט נישט געווען ביי אונז. מיר פערזענליך איז געווען אליה וקוץ בה. דער שרייבער וואס פרובירט אן ארומנעמענדיק צוגאנג צו קליידונג און אידיש קליידונג היסטאריע, דערמאנט למשל די אור אלטן מנהג ווי אידישע פרויען דעקן זיך צו די האר, בדרך אגב ווארפט ער אריין אז אידישע פרויען פלעגן אלץ גיין מיט האר, אבער קען נישט צורירן צום נושא פארוואס היינט שערן זיך אונזערע ווייבער, פן יהרגונו על דבר אשתי. כהנה מוז ער נעבעך גיין צווישן טראפן איבער מענער קאפ צודעק און איר היסטאריע. אויף די אנדערע זיין איז דער ארטיקל גענוג געוואגט אז איך האב נישט קיין ספק אז בעת הזאת זיצן שוין מענשטן מיט שווארצע ברילן גייען דורך יעדן קוצו של יוד און אט גייען די שוהלן זיין פול מיט אויסצוגן פונעם טריפה'נעם משכילישן אויסגאבע וואס וועט איהם בלי ספק שאטן. ("דער אידישער גאט האט נישט ליב קיין פסלים" דער אויסגעפרעסענער שייגעץ אפיקורס ווייסט עפעס צו זאגן פון א אידישן גאט! זאל ער גיין דינען זיינע געטשקעס אויפן אינטערנעט און נישט פארסם'ען אונזערע צאן קדשים בלא בלא וכו' וגו'ׂ).
מאראנצןזאפטקליידער שאפע פון יעקב שפיטץ איז פון פרעצעדענטלאזן קאליבער וואס איז נאך קיינמאל נישט ערשינען אין אידישן מארק און שפראך.
אויב מאמענט וועט אנהאלטן דעם איצטיגן שטאפל, וועלן זיי ארויפשלעפן אידיש ליטעראטור אויף גענצליך נייע רעלסן.
ווער איז דאס דער? א נייער שרייבער און דער סאמע בעסטער?
סתם נייגעריג ווילאנג דער מאמענט גייט בלייבען איינס מיט א בליק............
הרב שפיץ האט מיך שוין איבערראשט אינעם פאריגן 'הפעמון' וואו עס האט ערשיינט זיינ'ס א יצירה, א וואונדערליכן פיוט אין לשון הקודש.
כמדומה אז ער איז א זון פון הרב אהרן טובי' שפיץ אבד סערעט, אבער איך ווייס דאס נישט פאר זיכער.
מאנכע האבן מיר אפיליאירט מיט 'מאמענט' און איך נעם דאס אן אלס א קאמפלימענט. איך האב אבער גארנישט דערמיט, און אדרבה, מיין אישי קעסטל איז אלעמאל אפן...
איז דאס שטערן שפאקטיוו קאמפעטישען? אדער אנדערע סטייל?
איך בין זיך מצטרף מוט אלע קאמפלימענטירער, זייער א שיינע אויסגאבע, און ווי דער מנהג במחנינו אז יעדע גוטע זאך קריטיקירט מען גם אני אענה חלקי קודם די פאפיר איז א דיזעסטער, סצעפאלט אין דער האנט, ווייטער די מוזיקאלישע מאמענטן אינטערויוס דערמאנט מיר פון תהלים כולל אויסגאבע ריין וואסער געמאלן ברעיקינג ניוס מאטי אילאוויטש זאגט ער האט אריינגעלייגט זיין גאנצע נשמה ברוכים תהי זאגסט מיר כאטשיג ווי אלט ער איז און ביי וועמען ער איז אן איידעם וואלט איך קליגער געווארן.
ווידער גלובערס ארטיקלען זענען זייער שיין, קליידער שאפע איז אביסל ווי לערנען מיט א גוי ברטנורא און די שאלה איז וויפיל פון שלומי אמוני זוכן אזעלכע ארטקילען ביי אונז גייט מען מער פאר מענטשן וואס פליען מיט הילויום בעלאנס אדער שפאצירן צווישן די טווין טאורס.
יוחנן ביענעפעלד איז א געוואלדיגע שרייבער זיינע ארטקילען ליינען זיך מיט א רייץ און פייער, ווער איז דאס?
די גאנצע סומאטוכע מיט האגער כאפ איך נישט יא בילד נישט בילד מ'האט זיך אנטשולדיגט און ווען נישט איז אויך נישט געפערליך זייט ווען דארף מען רשות צו לייגן א בילד סתם טעראזירט'די מענטשהייט.
האט נאך איינער באמערקט, אז זיי האבן טאטאל איגנארירט די אידישע מאמע?
איך האב פארשטאנען אז די טארגעט גרופ איז מענער, ווי די שטערן/שפאקטיוו. די פרויען האבן גענוג און נאך וואס צו ליינען.
ער קוקט מיר אויס ווי א גלגול פון צייטשריפט.
1) מיין מאמענט איז שוין צופאלען. כ'האף אז קומענדיגע וואך וועט עס זיין שטערקער געבינדען.
2) אגב, כ'הער אז ר' אליעזר האגער האט זיך בפירוש אויסגענומען - און ס'איז מסתבר אזוי - אז מ'זאל נישט לייגען פון אים קיין בילדער. אפגעזעהן ווי נאריש זיין תנאי איז, איז דאס פשוט נישט עטיש צו זייגען סחורה פון יענעם און אים צוריקשפייען אין פנים מיטן זיך פארענטפערן אז ס'איז געווען א "מיספארשטענדעניש". ס'דערמאנט א אלט ווערטעל: וואס רודפ'סטו מיר, כ'האב דיר דען אמאל א טובה געטוהן?
3) אינעם ארטיקל מאכן זיי ר' אליעזר האגער פאר קודשא בריך הוא ממש, מיט שבחים לרוב נאכאמאל און נאכאמאל - כ'פארשטיי נישט פארוואס ס'פעילט אויס אים צו מאכן פאר אן "עמוד הוראה" וואס שרייבט תשובות אין עניני רפואה? זיין איבערגעגעבנקייט פאר חולי ישראל איז נישט גענוג חשוב? מענין לענין פארשטיי איך נישט פארוואס ווען ס'נוגע שבת - שרייבט דער שרייבטער "ווייסט דער רב פון פיקוח נפש דוחה שבת", און ווען ס'קומט אויס וויכטיג צו פארן חול המועד להצלת נפשות האט ער געמוזט פרעגן זיין טאטע צו ער מעג מחלל זיין א וויזניצע מנהג?
4) משפחת רובין ווערט דערמאנט דארט צופיל מאל. אויב צו בויען א פארטיי, איז שוין דא דער בלאט און דער איד.
נולד מאוחראיז דאס שטערן שפאקטיוו קאמפעטישען? אדער אנדערע סטייל?
סאיז לגמרי נישט אוועק געשטעלט צו קאמפיעטן מיטן שטערן און שפאקטיוו וואס ערשיינען איינמאל א חודש אזוי ווי צייטשריפט פלעגט זיין, דאס איז א חידוש לגבי יידישע אויסגאבעס צו זיין דער ערשטער ארויסצוקומען וועכנטליך א שטייגער ווי די משפחה און עמי, די שאלה איז נאר אויב ער וועט קענען צוזאם שלעפן גענוג ליינער און אדווערטייזער צו קענען אנהאלטן
האב איך אזוי אדורכגעבליקט שבת דעם נייעם מאמענט, און איך קען נישט מער ווי איבערזאגן די אויבנדערמאנטע ווערטער.
ערשטנס טאקע די שוואכקייט פון די דינע בלעטער איז א פחד. אז עס ליגט אויפן טיש, איז נאך מהייכע טייסע, אבער אויב האלסטו דאס אין האנט ווען דו ליגסט אין בעט אדער אין סקיסע, איז ממש א שרעק.
גוטע שרייבערס, גוטע שפראך, גאנץ גוטע טעמעס, הגם געטראפן אפאר קליינע ספעלינג מיסטעיקס, אבער דאס איז שוין ממש ניטפיקינג, בפרט פאר מיר וואס איך בין א שטיקל פערפעקשאניסט.
איך וואונטש אסאך הצלחה אויף ווייטער.
זיי האבן געסעט א גאר א הויכע סטאנדארט. איך האף אז זיי וועלן דאס קענען נאכקומען יעדע וואך, וואך איין וואך אויס. אבער עס איז אויף א סקעיל פון 1 טיל 10 זיכער א 9.
אויף די עולם הביצה קלאגט איינער ווי פאלגענד:
איך האב עס נישט ליב
יודן זענען נישט קיין גוים
און מיר האבן ליב איידלקייט
דריי נישט קיין קאפ.
ס'טוט מיר אזוי וויי, האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש.
וואס שרייסטו? וואס פארפירסטו? פארוואס דארף עס הייסן 'מאגאזין'? פארוואס קענען מיר נישט זיין יודן? ווי איז דער יודישער טעם? בילדער מיט...
פארוואס... פארוואס דארף מען אויסרייסן יעדעס מין 'איידעלקייט'? פארוואס?
ס'קען זייער מעגליך זיין אז איך בין נישט גערעכט!
קען זיין איך דארף מער זיין פאזיטיוו, אבער איך בעט זיך ביי די וואס גיבן עס ארויס
איך געדענק נאך די 'מהפכה' פון די 'צייטשריפט' ס'דרייט א קאפ. און נעמט אוועק אונזער רואיגן 'יוד'
וואס מאכסטו א ריזיגער בילד פון א מענטש אז מ'זאל ממש זען אינעווייניג אין זיין נאז? פארוואס דארפן מיר זיין גוים?
פארוואס קענען מיר נישט זיין יודן?...
פארוואס?
ריזיגע בילדער, פארוואס?
איך זאג דיר צו אז יודן האבן סיי-ווי ליב רואיגקייט און געלאסנקייט און צו דער זעלבער צייט 'רייכקייט'
וואס דארפן מיר האבן א 'גויאישע'
גויאיש גויאיש גויאיש...
פארוואס?
אבער אפשר בין איך דאך נישט גערעכט
איך נעם נישט צו קיינעמ'ס פרנסה!
מ'דארף 'פעסטע' שרייבער, שרייבער וואס זאלן זיין 'שרייבער' וויסן דעם יודישן 'קאטשעניו' און דעם 'יודישן' געשמאק! דעם יודישן פסיכיק, און קולטור.
נישט ווילד........ ווילד...... ווילד... פיצא..... פיצא.... פיצא.... פיצא.... פרענטשריי.... הו הא... הו הא... הו הא.... הו הא..... הו הא....
אפשר בינעך אויסדרוקליך נישט גערעכט... ביטע מיך אויסגראדן...
עני יוניטיס עועיליבל?
שוין לאנג נישט געזען איינער וואס איז אזוי קווענקלדיג ביי זיך זאל זיין אזוי זיכער מיט זיינע מיינונגען.
ביי פיצא און פרענטש רייס האב איך פארלוירן טרעק.
נעבעך, לאו עכברא גנב אלא חורא ווען יעצט וועלן אים אנהייבן נאכלויפן די גרינע, ווייל ער האט באוויזן צו זיין דער פויבסטליכער אין אן עיר שכולו פויבסטן.
עטליכע תגובות דארט וועגן ''מאמענט'' מיט וועלכע איך שטום איין:
און איך וועל זיך באציען צו די גראפיק - ווייל די תוכן האב איך נאכנישט געליינט, נאר אויבנאויף געקוקט די ארטיקלען און די פאפיר נאכנישט צופיל מאל געמישט - עס איז זייער ווילד און טומלדיג. איך בין נישט אנטציקט פון דעם גראפיקער, ווייל איינער וואס טוט אין גראפיק דארף שוין וויסן אז א ליינער דארף האבן א רואיגקייט און מנוחת הנפש ביים ליינען, און עס דארף זיין אויסגעשטעלט רואיג און איידל, מיט אסאך ספעיס פון די זייטן און אינצווישן. די ארטיקלען, בילדער און הויפזעכליך דער קעפל פאר יעדן ארטיקל און פארווארט - זענען שרעקליך ווילד און צומישט. ממש א מכת ערוב.
הויפט ביילאגע מאמענט
איז גאנץ גוט ס'איז דא וואס צוליינען אבער ווייט פון זאפטיג ס'איז זייער שוואך סיי אין שריפט אין סיי קוואלעטי א גרויס חלק דערפון איז זייער לאנגווייליג למשל באשרייבען זייער סידי מיט 3 נגונים אויף כמעט 20 זייטן,
א בליק
אויב איז עס ביז היינט געווען שלעכט איז עס יעצט גרויליג! סיי ווייל ס'איז זייער שלעכט אויסגעשטעלט אין אויף זייער שוואכע פאפיר וואס מאכט עס זייער שווער צו קוקן און ליינען
קליידער שאפע
גוטע געדאנק זייער א זיסע איידיע כ'האב עס זייער געגעליכן
סך הכל
נישט פון דעם האט מען גערעדט און געווארט אזוי לאנג, די עולם האט געווארט אז מ'זאל ברענגען עפעס וואס האט ארטיקלען פין אויסגעריפענע שרייבער'ס מיט גוטע פעדער'ס דערווייל איז עס כמעט אזוי גוט ווי דער בלאט אוצר... אפאר ארטיקלען אויסגעשפרייט אויף צענטליגער זייטן (א יעדע קעפל פון א קליינע ארטיקעל איז אויסגעצויגן אויף 2 זייטן אדער מער, אפשר ווייל מ'וויל קענען שרייבן אויף דעקל אז ס'האט 600 זייטן אבער לדעתי איז עס זייער נאריש און קינדעריש)
כ'האף אז זיי וועלן זיך נאך צולערנען אין בעסער ווערן זיך לערנע'נדיג אויף זייערע מיסטעיק'ס אז נישט וועט עס זיין נאך א אויסגאבע אויפן גראסערי שעלף וואס דער עולם האט שוין גענוג...
געקויפט מאמענט.
די קוואלעטי פין די פאפיר, צי די וועג וויאזוי עס איז איינגעבינדען איז זייער זייער שוואך.
די מיטעלסטע פאפיר איז שוין ארויסגעריסען ביי מיר. אזא אויסגאבע מיז זיין גוט געבינדען מען זאל עס קענען איינבייגען אין עס זאל זיך נישט צירייסען, נאך קיינמאל נישט געהאט אז די שטערן זאל זיך אפרייסען א בלאט...
דער עולם דא וואס איז געווענדליך זייער קריטיקעל איז עפעס צי ווארעם אין pro פאר די מאמענט. יעדער איז אויפן זעלבען פעידזש דא
סמאכט מיר קלערן אז סהאט עפעס א שייכות צי קאוע שטיבעל.
יעצט אז איך זע אז די אייוועלט חברה גלייכן עס נישט הייב איך כאפן אז פשוט זיי שרייבען צים זאך.
איך האלט אז דער עולם דארט האט עקספעקטעט צו סאך ממילה זענען זיי אנטוישט. משא" כ אונדז דא האב מיר זיך נישט גענארט, איך האב שוין אויך עקספיריענס ביי די מצליח, פאר מצליח איז ארויסגעקימען האט מען אויך שפיקעלירט אז ס'קימט אזזאנס און אזאלעכס למעשה איז געקימען א גרויסע זערא!!
סא פארוואס זאל יעצט זיין עפעס בעסערס!
איך האב יעצט געקויפט דעם מאמענט און דורכגעבליקט. עס זענען דא דארט עטליכע גאר שיינע ארטיקלען, אבער עס זענען אויך דא צופיל "וויקיפידיע" ארטיקלען. אזוי אויך איז קענטיג אז די אויפגעבלאזענע תהלים כולל נוסח דאמינירט דעם שרייבן סטייל. בכל אופן איז דאס א שיינע דערגרייכונג בעולם האידישע ליטעראטור.
אויף אייוועלט טוט זיך א געפילדער!
מיללער האט געשריבן:
לגבי כשרות העיתון, איך בין נישט קיין רב אבער די שומרונים ארטיקל און די מלבושים ביילאגע שמעקט שטארק פון נטיות להשכלה ולמתחדשים ולשותי קאווע למיניהם.
כ'חסיד ועוד למיללער קוקט אויס ווי א טרינקער דארט האט דעם פסח אנגעטרינקען דעם עולם מיט קאווע.
די טיי טרינקער טוען זיך אויף אז זייערע העלדן זענען פון די גרויסע שרייבער אינעם מאגאזין.
וואס איז שלעכט צו רעדן פון די שומרונים? אפילו אויף קול מבשר רעד מען דערפון דאכט זיך מיר אז די רעדנער איז שמואל פוקס?
וואס איז שלעכט צו רעדן ווי אזוי מען פלעגט אמאל גיין געקליידט?
דאס גייט מיך אבער נישט אריין אין קאפ ווי אזוי זיי ווייסען וואס דא טוט זיך??
סאשי פישאויף אייוועלט טוט זיך א געפילדער!
מיללער האט געשריבן:
לגבי כשרות העיתון, איך בין נישט קיין רב אבער די שומרונים ארטיקל און די מלבושים ביילאגע שמעקט שטארק פון נטיות להשכלה ולמתחדשים ולשותי קאווע למיניהם.
כ'חסיד ועוד למיללער קוקט אויס ווי א טרינקער דארט האט דעם פסח אנגעטרינקען דעם עולם מיט קאווע.
די טיי טרינקער טוען זיך אויף אז זייערע העלדן זענען פון די גרויסע שרייבער אינעם מאגאזין.
נולד מאוחרדער עולם דא וואס איז געווענדליך זייער קריטיקעל איז עפעס צי ווארעם אין pro פאר די מאמענט. יעדער איז אויפן זעלבען פעידזש דא
סמאכט מיר קלערן אז סהאט עפעס א שייכות צי קאוע שטיבעל.
יעצט אז איך זע אז די אייוועלט חברה גלייכן עס נישט הייב איך כאפן אז פשוט זיי שרייבען צים זאך.
עס איז בלויז גערעדעכץ ? אדער א פרישער
עפל סיידער סקאנדאל 2014סאשי פיש
דאס גייט מיך אבער נישט אריין אין קאפ ווי אזוי זיי ווייסען וואס דא טוט זיך??
וויאזוי טרויעט זיך א היזיגער אהינצוגיין און נאך
אריבערפירען אהער.עפל ביטע נישט רעדן ווי א אייוועלטער, דא לאזט מען גיין און קומען און ברענגן, אויב עס איז אינטרעסאנט.
בכלל בין איך ביי די מיינונג די וואס האקן דא אויף אייוועלט זענען עפ"י רוב שרייבערס דארט.
"דער בליק" האט אפאר יאר צוריק געהאט די זעלבער באשרייבונג איבער די שומרונים, אלץ א קאווער סטארי.
קיין נייע אייגן געמאכט ארטיקעלן האב איך נישט געטראפען, פארוואס קען נישט א אידישע אויסגאבע האבען א שיינעם רייכען ארטקילען ווי משפחה וכודמה? טרענסעלטען ארטיקלען פון ענגליש איז נישט אינטערסאנט
נעקסטע וואך? טאהש'ע שמש ?