☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

אבי גערעדט » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:05 pm

· #237510
ואע"פ שראיתיו אני לא מאמין, קוקט אויס ווי איינע פון די רובינס, געוועזענע בעלעבאטים פונעם מאמענט האבן זיך איינגעהאנדלט אפאר ניקס דארט און געבן אויס זייער האס

יואב » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:48 am

· #237808
אינספירירט דורך יאיר, האב איך פרייטאג צונאכט מיט דער הילף פון א פלעשל וויין דורכגעליינט דעם מאמענט פון דעקל צו דעקל. איך האב הנאה געהאט פון יעדער איינציגער שורה, איבערהויפט הרב לאבינ'ס סחורה. זיין באשלוס ארויסצוברענגען דעם ענין אזוי סטרעיטפארווערדלי, עלעקוואנט און מאקסימום קאמפריהאנסיוו פאר א היימישער אויסגאבע האט ממש געהויבן מיינע הרגשים אויף א ווילדן רייד. כ'האב ממש געוויינט ביים ליינען די אויסצוגן וועלכע ער האט ציטירט פון ארעסטאנטן און זייערע פאמילעס. כ'האב געשוימט פאר כעס ווען אונזער טרויעריג בארימטע דערציאונג-סיסטעם איז דערמאנט געווארן אין אירע פינסטערע קאלירן, און דא דארט האט מיר געקאסט אן אויספלאץ זיינע הומאריסטישע ליניעס.

אבער די אנדערע ארטיקלען זענען אויך געוואלדיג, ממש איינס ביי איינס. כה לחי!

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:26 pm

· #237822
יואב
כ'האב ממש געוויינט ביים ליינען די אויסצוגן וועלכע ער האט ציטירט פון ארעסטאנטן און זייערע פאמילעס

I second that

יואב » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:17 pm

· #238201
בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געקענט ליינען געהעריג דעם מאמענט די וואך?

עפעס א ווילדע געפינטלאכץ האט באטראפן מערערע וואקאלן לענגאויס פילע ארטיקלען. אפשר איז דאס לכבוד דעם עקדים נקדים. מער נערווירענד איז פאר מיר געווען אז דאס איז אדורכגעפירט געווארן ממש רענדאמלי. אינעם זעלבן ווארט אפילו, האט איין וואקאל זוכה געווען צו זיין מנקד, און בלויז א שורה דערויף נישט. איך מוז זאגן אז ס'איז מיר פארלאפן דעם אפעטיט צו ליינען. איבערהויפט דעם חסידים אין דער פרעסע ארטיקל.

השפעות פון איבריגע קאממאס האבן זיך אויך אראפגעלאזט די וואך רעכטס און לינקס. עפעס א בייזע צעמישעניש האט זיך דארט אפגעשפילט.

בשבילי! » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:30 pm

· #238205
ניין ביזט נישט. אבער די וואך אפשר יא, ווייל איך קויף עס נישט.
בשבילי!
זיי מוזן אויפהערן מיט זייערע פאלשע כללים אין גרעמער זיי לייגן קאמע'ס וואו ס'קומט נישט אריין איבערהויפט די ארטיקלן פון וואלף, מ'קען צודרייט ווערן

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:56 pm

· #238314
יואב
אינספירירט דורך יאיר, האב איך פרייטאג צונאכט מיט דער הילף פון א פלעשל וויין דורכגעליינט דעם מאמענט פון דעקל צו דעקל. איך האב הנאה געהאט פון יעדער איינציגער שורה, איבערהויפט הרב לאבינ'ס סחורה. זיין באשלוס ארויסצוברענגען דעם ענין אזוי סטרעיטפארווערדלי, עלעקוואנט און מאקסימום קאמפריהאנסיוו פאר א היימישער אויסגאבע האט ממש געהויבן מיינע הרגשים אויף א ווילדן רייד. כ'האב ממש געוויינט ביים ליינען די אויסצוגן וועלכע ער האט ציטירט פון ארעסטאנטן און זייערע פאמילעס. כ'האב געשוימט פאר כעס ווען אונזער טרויעריג בארימטע דערציאונג-סיסטעם איז דערמאנט געווארן אין אירע פינסטערע קאלירן, און דא דארט האט מיר געקאסט אן אויספלאץ זיינע הומאריסטישע ליניעס.

אבער די אנדערע ארטיקלען זענען אויך געוואלדיג, ממש איינס ביי איינס. כה לחי!

איך האב עס אדורכגעליינט אן די הילף פון א פלעשל וויין . (אפשר, א צוויי געלזלעך אלד גרענד דעד, 114.). און כ'האב געהאט די זעלבע רעזולטאטן...!

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:20 pm

· #238553
מאמענט מאגאזין פלאגיאירט פון קאווע שטיבל
ס'קומט מיר זעלטן אויס צו ליינען די היימישע אויסגאבעס, אבער די וואך האב איך מיך פונקט אנגעשטויסן אין דעם "מאמענט" ביי מיין חשובע שוויגער זאל ווערן געזונט, און ליינענדיג וועגן דעם אזוי סאך דא אין קאווע שטיבל, האב איך געכאפט א בליק. כ'מוז זאגן אז ס'איז א שיינע אויסגאבע, אבער אזוי ליינענדיג דעם ארטיקל וועגן "חסידים אין די פרעסע" האב איך געזען אז אסאך שטיקלעך קלינגען מיר גאר היימיש. ווי איך האב חושד געווען, האב איך טאקע געטראפן אז עטליכע פון די שטיקלעך וואס זענען מיר געווען "היימיש" זענען פשוט און פראסט פלאגיאירט פון אונזערע חברים דא אין קאווע שטיבל, אן געבן די מינדעסטע קרעדיט!

לאמיר ברענגען אפאר דוגמאות

📎 51.JPG

דאס איז ווארט ביי ווארט פון דא:

[ציטאט אראפגענומען]


***

📎 52.JPG
דאס האט דער שרייבער גענומען פון דא:

יידל

נאך א ביישפיל איז ווען בערגער שילדערט יוטא שווארץ'ס חסידישע לפנים-משורת-הדין געפיראכטס שרייבט ער אז במשך די ניין טעג פאר תשעה באב האט מרת שווארץ נישט געוואשן וועש אדער גערייניגט איר הויז. דאס איז בעצם אמת, בערגער פארזעט אבער אז דאס איז באמת א הלכה אין שולחן ערוך און האט נישט מיט חסידישקייט איינגעלייגט.
...
רעדנדיג וועגן אי הבנות אינעם חסידישען געדאנקענגאנג איז מערקווירדיג אז פון איין זייט האט בערגער גאנץ גוט ארויס דעם חסידישען מהלך המחשבה, נאכברענגנדיג פון אלי וויזעל אז "אין חסידישע מעשיות זענען די פאקטן אונטערטעניגט אונטערן דמיון. וואס א נפקא מינא אויב די דאטומען און די געשעענישן שטימען? אן אביעקטיווער חסיד איז קיין חסיד נישט!", אבער בחדא מחתא שרייבט בערגער אז דערפאר רייכערט מען ביי חסידים ציגארעטן אין אזא גרויסער פראצענט כאטש עס איז מסוכן צום געזונט, וויבאלד חסידים האלטן אז דאס איז מעלה די ניצוצות פון ציגארעטל... כ'ווייס נישט וואס בערגער האט גערייכערט...


***

📎 53.JPG
דאס קומט פון דא:
📎 53.5.JPG

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:21 pm

· #238554
📎 54.JPG
דאס קומט פון דעם המשך פון די פריערדערמאנטע תגובה פון יאנקל:
📎 54.5.JPG

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:25 pm

· #238555
איז מעגליך אז יאנקל שרייבט אין מאמענט אפשר?

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:27 pm

· #238556
WOW!!!

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:29 pm

· #238557
בשבילי!
איז מעגליך אז יאנקל שרייבט אין מאמענט אפשר?


כ'גלייב נישט, אבער דאס איז זיכער אז יאנקל וואלט נישט פלאגיאירט פון יידל.

נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:40 pm

· #238562
Maybe he asked permission, if otherwise, maybe yidel should clarify, could make sense if they know each other, but if true I don't think yidel will be willing to jeopardize the anonymity of yankel.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:43 pm

· #238563
@יידל? @אנאנים?

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:44 pm

· #238564
רופן יאנקל איז אסור משום דורש אל המתים.

אליצפן » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:50 pm

· #238568
מאמענט שרייבער זענען סיריעל פלעגאריזירער.
איך האב זיי שוין אסאך מאל געכאפט נאכשרייבן גאנצע שטיקער פון אנדערע ביכער און אויסגאבעס.
דא האב איך געשריבן ווי ווי זיי האבן נאכקאפירט א גאנצע ארטיקל פון דעיל קארנעגי'ס ביכל.
איי געס ס'נישט גרינג צו מאכן וואך איין וואך אויס א גאנצע אויסגאבע פון פרישע חומר..

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:50 pm

· #238569
מיר איז געווען ברור ביים ליינען דעם ארטיקל אז דאס איז ברשות ובהסכמת שניהם און איך האב אים דן געווען לכף זכות פארוואס ער גיט נישט קיין קרעדיט ווייל ליידער זענען מיר אין גלות כידוע.
ס'איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן אפצוקאכן א סומאטוכע.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:50 pm

· #238570
יאיר
רופן יאנקל איז אסור משום דורש אל המתים.


וועל איך בעטן א בעלת אוב זאל עס טוהן שטאטס מיר...

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:52 pm

· #238571
יאיר
רופן יאנקל איז אסור משום דורש אל המתים.

הממ נישט אינגאנצן.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:53 pm

· #238574
אונז פארמאג מיר טאקע א ניק שלמה המלך, אבער נישט "שאול המלך" דערווייל.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:55 pm

· #238575
אליצפן
מאמענט שרייבער זענען סיריעל פלעגאריזירער.
איך האב זיי שוין אסאך מאל געכאפט נאכשרייבן גאנצע שטיקער פון אנדערע ביכער און אויסגאבעס.
דא האב איך געשריבן ווי ווי זיי האבן נאכקאפירט א גאנצע ארטיקל פון דעיל קארנעגי'ס ביכל.
איי געס ס'נישט גרינג צו מאכן וואך איין וואך אויס א גאנצע אויסגאבע פון פרישע חומר..

טרעף מיר איין אידישער שרייבער וואס קאפירט נישט גאנצע שטיקער פון אנדערע ערטער.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:21 pm

· #238588
די מאטעמאטיק ארטיקל 2 וואכן צוריק איז געווען כמעט גענוי ווי יאיר'ס אשכול.

קינות גירושין » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:36 pm

· #238592
זייער גוט אונזער תורות ווערן פארשפרייט בחוצה, לאמער זיי מחזק זיין זאלען זיי טאן כרצונם הטוב, ווי אזוי זיי פילן סאיז בעסט פאר זיי

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:51 pm

· #238597
אויב א מאמענט שרייבער באקומט באצאלט פאר זיין שרייב ארבעט, איז עס נישט עטיש צו בארגן פון שטיבל וואס א צווייטע האט געשריבן, ואיך אדם עושה סחורה בפרתו של חברו.

אליצפן » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:56 pm

· #238600
יאיר
אליצפן
מאמענט שרייבער זענען סיריעל פלעגאריזירער.
איך האב זיי שוין אסאך מאל געכאפט נאכשרייבן גאנצע שטיקער פון אנדערע ביכער און אויסגאבעס.
דא האב איך געשריבן ווי ווי זיי האבן נאכקאפירט א גאנצע ארטיקל פון דעיל קארנעגי'ס ביכל.
איי געס ס'נישט גרינג צו מאכן וואך איין וואך אויס א גאנצע אויסגאבע פון פרישע חומר..

טרעף מיר איין אידישער שרייבער וואס קאפירט נישט גאנצע שטיקער פון אנדערע ערטער.

דער שרייבער דארט באטיטול'ט זיך אלס א LMHC וואס מיינט אז ער האט גראדואירט קאלעדזש, און ער וואלט געמעגט וויסן בעסער ווי פלאגאזירן איינס פון די מערסטע באקאנטע בוכער אין דער וועלט.

פליקער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 11:23 pm

· #238616
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט באמערקט ווי די מאמענט האט קאפירט מיין ארטיקל גירוש וויליאמסבורג כמעט ווארט פאר ווארט, און זייער דירות אפטיילונג בערך סוכות צייט, איך קען נישט זאגן אז עס שטערט מיך, אבער זיי מעיגן וועין געיבן א HT פאר פליקער פון ק"ש פאר די אינפארמאציע.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 12:14 am

· #238622
שמעקעדיג
די מאטעמאטיק ארטיקל 2 וואכן צוריק איז געווען כמעט גענוי ווי יאיר'ס אשכול.

דאס איז באמת נישט אזא גרויסע טענה, ווייל יעדע מאטעמאטיק טעקסט בוך הייבט אן בערך די זעלבע. אזוי לאנג ווי יענער האט נישט גענוצט מיין עלעוועיטער וואס איך האב געבויט מיט שווייס און בלוט קען מען נישט עכט אנווייזן מיט די פינגער און זאגן אז יענער שרייבער האט עס פלאגיאיזירט דוקא פון מיר.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 12:14 am

· #238623
פליקער
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט באמערקט ווי די מאמענט האט קאפירט מיין ארטיקל גירוש וויליאמסבורג כמעט ווארט פאר ווארט, און זייער דירות אפטיילונג בערך סוכות צייט, איך קען נישט זאגן אז עס שטערט מיך, אבער זיי מעיגן וועין געיבן א HT פאר פליקער פון ק"ש פאר די אינפארמאציע.

איך מיין דו האסט עס טאקע דערמאנט אין דעם מאמענט אשכול.

איחוד פעלד » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 6:13 pm

· #238725
hasidic (@hasidic1) tweeted at 4:38 PM on Wed, Dec 03, 2014:
‏שאקינג
מאמענט שרייבערלעך שרייבען אויך אויף קאווע שטיבעל
גאנטצע פערעגרעפס געשריבען ווארט ביי ווארט אויף ביידע פלעצער
<a class="postlink" href="http://t.co/YcqiTRbiFW">http://t.co/YcqiTRbiFW</a>‎
(<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/540258818345947136">https://twitter.com/hasidic1/status/540258818345947136</a>)

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 6:42 pm

· #238731
דער וואס ווייסט רעדט נישט דער וואס רעדט ווייסט נישט.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 6:48 pm

· #238732
איך וואלט געזאגט אז זיי שרייבן דא קודם, טעסטן די וואסערן, הערן וואס דער עולם קאמענטירט, און נאכדעם ארבעט מען עס איבער פאר דער מאמענט. בעצם איז עס דער זעלבע מאן דאמר. תנא בתרא היינו תנא קמא.

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:29 pm

· #238737
אויפן קאווער זע איך אז זיי האבן אן אויבערוויו מיט איינעם שטויבער ''צום ערשטן מאל''. סתם שקר
איך געדענק ליינען א שמועס מיט אים אין איינע פון די מאגאזינען ערגעץ וואו אין די לעצטע צוויי יאר.

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 8:21 pm

· #238747
ניין אין אידיש, נישט אין המודיע. אפשר אין בליץ

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:08 pm

· #238878
אויף אייוועלט:
עס קורסירט א שמועה אז די מאמענט שרייבער ציטירן נאך עד היום ציטאטען פון אויפגעקלערטע שרייבער אויף די געוועב,
עס וואלט ראטזאם געווען ווען דער בעל ה'מאגאזין טוט קלארשטעלן ברבים און בהסכמת הרבנים מפרסם זיין צו די שמועה איז שקר


נישט אז ער האט עס אליינס דא געזעהן...

פליקער » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 3:29 pm

· #238886
אוי דאס איז נישט געוועין דער ציל, זיי צי באגראבן, אלע שרייבער'ס גליטשען אויפן טוב, באמבלען נאך אלע מעשות הן של אמת והן נאוולעך, איז א שרייבער אויפן געוועב ערגער ווי נעשענעל דזיאגרעפיק

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 5:39 pm

· #238913
בשבילי!
אויפן קאווער זע איך אז זיי האבן אן אויבערוויו מיט איינעם שטויבער ''צום ערשטן מאל''. סתם שקר
איך געדענק ליינען א שמועס מיט אים אין איינע פון די מאגאזינען ערגעץ וואו אין די לעצטע צוויי יאר.

יא וואו?

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 5:53 pm

· #238918
נו אדרבה איך טשאלענזש דעם עולם ליינער זאלן זיך דערמאנען וואו. איך געדענק עס אויך 100%

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 6:21 pm

· #238925
בשבילי!
נו אדרבה איך טשאלענזש דעם עולם ליינער זאלן זיך דערמאנען וואו. איך געדענק עס אויך 100%

ביסטו זעכער שטויבער?? אדער אפשר מיינסטו אהרן פריעדמאן? ווייל שטויבער איז מער א שטילערע מענטש

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 6:24 pm

· #238926
יא שטויבער!

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 6:32 pm

· #238928
קעי איך דערמאן זיך ס'געווען נאך די קלעצקי פרשה האט ער געגעבן אן אינטערוויו פאר א אידישן מאגאזין וויאזוי אומצוגיין רעדן מיט די קינדער און נאך.

קרעקער » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 6:40 pm

· #238929
גירעכט
איך געדענק 100 % אז סאיז געוועהן דעמאלס אין בליץ
סנישט די ערשטע מאהל מאמענט נעמט ארטיקלען וואס סשוין געוועהן אין בליץ (אדער אנדערע פלעצער) מייזליש פון קול ברואים ועוד הרבה
אבער איך האלט נישט ס איז אזא גרויסע עוולה

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 6:44 pm

· #238930
איך זאג נישט אז ס'איז די זעלבע ארטיקל ווי דארט, כ'ברענג נאר אז ס'נישט 'דאס ערשטע מאל', כלשון ה'מאמענט, וואס שטויבער רעדט פאר א פובליקאציע.
שוין, שכח

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 11:30 am

· #239199
שמעקעדיג
אויף אייוועלט:
עס קורסירט א שמועה אז די מאמענט שרייבער ציטירן נאך עד היום ציטאטען פון אויפגעקלערטע שרייבער אויף די געוועב,
עס וואלט ראטזאם געווען ווען דער בעל ה'מאגאזין טוט קלארשטעלן ברבים און בהסכמת הרבנים מפרסם זיין צו די שמועה איז שקר



יא, אכן נודע הדבר, זיי ציטירן טאקע ציטאטן פון אויפגעקלערטע אויף די געוועב!
און דא האט איר א בילד:

.
📎 Ivelt_Moment.jpg

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:46 pm

· #239218
עס עקלט די צדיק אין פעלץ הנהגה פון די חברה. זײ האבן די אײגענע שרײבער גראדע גוטע שרײבער און װי מאנכע דא רופן זײ אן גלחים פירן זײ א הײליגע קאמף צו האלטען די אינטערנעט רײן... אבער די זעלבע צדיקים לײנען זיך אן מיט אלע מיני ביכער און מאגעזינען און װעב זײטליך און נאכדעם טײטשען זײ עס איבער אויף אײװעלט. סארא מין עקל. װאס, די טוטס עס זיכער כדי די צאן קדשים זאלן האבן װאס לײנען? יוא פרואד יוא!!

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:52 pm

· #239222
פיטערגריפין: ייש"כ. איך האב עפעס צו זאגן איבער דעם ענין. נאר דא איז נישט דער "איי-וועלט" אשכול...!

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 1:06 pm

· #239231
איך האב נישט געװאלט פארדרײען אבער ס׳האט מיך זײער אויף גערעגט.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 3:35 pm

· #239278
איך וויל קאמענטירן איבער די אויסגאבע פון מאמענט פון פ' ויצא./NOV. 27,למספ.:
(איך האלט נאך דארט, ווייל איך בין פארנומען צו הערן די שיעורים אין קאווע שטיבל. און אויך א ביסל צו פארענטפערן די קושיא פון "?מה נאכל...!)
והנה: אין דעם ארטיקל וועגן די נעגאטיוויע מיינונג וואס די גוי'אישע מידיא האט איבער חסידי'שע אידן, אין דעם אינטערוויו מיט ר' בנציון ווידער, שרייבן זיי אז ער איז דער "לעגיסלאטור" פון די איסט ראמאפא געגנט. שטאטס צו שרייבן "לעגיסלאטאר": Legislature vs. Legislator.
אינ'ם נעקסטן ארטיקל, "א שמועס מיט די אדוואקאטן" מאכן זיי איבער דעם זעלבן טעות. נאר פארקערט. ווען דער שרייבער רעדט איבער די "פראקאראטור" שרייבט ער "פראקוראטאר". Prosecution vs. Prosecutor...!
איך מיין אז דער טעות נעמט זיך ווייל מ'מישט אריין דקדוק פון עיברית. אבער דא איז דאך אידיש...!

שמערל » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:18 pm

· #240295
כ'האב מורא אז אנרופן שווארצע בני חם אויף א פראנט פעיזש, קען ווערן אויסגעטייטשט ראסיסטיש, ווי א רעפרענס צו א לעגיטימאציע צו קנעכטשאפט.
שוין כ'האב גארנישט געזאגט, שמריהו וועט שוין דעסיידן.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:36 pm

· #240299
מאמענט איז זייער א שיינע אויסגאבע, נאר לדעתי זייער ערנסט. ס'טראגט א פראפעסינאלע אבער שטרענגע כאראקטער אן א לייכטע זייט.
ס'פעלט זיך דרינגענד אויס אביסל הומאר.
די קרישקעלעך ארטיקל איז פון שוואכער קטואליטעט, מ'דעקט נישט דריי וואכן שפעטער אז א סקעפאלד איז געבליבן הענגען ביי די ווארלד טרעיד סענטער, ס'איז סתם אזוי נייעס וואס האט פארנומען דעם אויבן אן און געהערט נישט אין אזא קאלום, וכהנה וכהנה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:53 am

· #240339
שמערל
כ'האב מורא אז אנרופן שווארצע בני חם אויף א פראנט פעיזש, קען ווערן אויסגעטייטשט ראסיסטיש, ווי א רעפרענס צו א לעגיטימאציע צו קנעכטשאפט.
שוין כ'האב גארנישט געזאגט, שמריהו וועט שוין דעסיידן.

שמערל מיין קינד: האב נישט מורא. ערשטנס, שמריהו זאלל קודם אויפרייניגן זיין אייגענעם שמוץ און געשטאנק. כ'האב אמאל געזעהן א פיקטשער פון זיין דירה סרוחה. ס'האט אויסגעזעהן ווי אן עכטער גארביטש דאמפ. אזוי אז ווען מען באטיטלט איהם אלס "שמוציגער יונג" איז עס אין אלע בחינות.
צווייטנס. ס'איז שוין די העכסטע צייט אז אונז אידן זאללן זיך אויפהערן צו זארגן פאר אונזער ליבעראלן אימעדזש. ווייל די גויאישע וועלט האט אונז פונקט אזוי פיינט ווען אונז זענען ליבעראלן אדער קאנסערוואטיווס. אדער ציונים אדער סאטמאר'ער.
דריטנס. די שווארצע האבן מיט עטליכע יארן צוריק געהאט א ראדיא סטאנציע (דאבליו. על. איי. בי.) וואו זיי האבן א גאנצן טאג געשימפט אקעיגן ווייסע בכלל און אידן בפרט . און אפילו די שווארצע אריינרופערס צו די טאלק שאוס, זענען א גאנצן טאג געווען פארנומען מיט די אידן. כמעט א יעדער אריינרופער אן אויסנאם האט זיך גענימען שעלטן יודן און אויפברענגען וואספארא עוולות די אידן זענען באגאנגען אקעיגון זיי. אזוי אז אונז דארפן זיך נישט צו שטארק זארגן וואס זיי טראכטן וועגן אונז.
ס'איז אויכעט דא א יו.טוב קליפ וואו אן איזראעלישער זשורנאליסט פרעגט ביי די שחורים וועלכע וואוינען בשכינות מיט די אידן אין קראון הייטס זייער מיינונג איבער אידן. דארט רעדט א ספאנישע/שווארצע גוי'טע און א פאר שקצים. זיי אלע זאגן אפן אז זיי האבן פיינט אידן. אן א טראפ בושה....!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:56 am

· #240341
WLIB 1190
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21