☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

יאסל ראקאווער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:21 am

· #225132
די מאמענט וואלט געטוען א טובה פאר כלל ישראל צו לייגען גאנצע ארטיקלען פון די אויסגערופענע קאווע שטיבל-אייוועלט וכו' תגובות. טאקע מיט די ארגיענעלע ניק

אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:23 am

· #225133
זיי מסביר

יאסל ראקאווער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:19 am

· #225135
אפטעמיסט
זיי מסביר

ס'איז א פאקט אז רוב יידיש ליינער דרייען זיך נישט אין די שטיבלעך, די מספר ליינער אויף די קריטישע אשכולות יוכח.

אבער ס'איז אזוי די פאקט אז די יידישע בלאגס זענען די ריכטיגע שופר של יהדות. דא ביי אונז און ביי זיי-איי דרייען זיך חכמים ונבונים, די חושבי מחשבות, שריפט שטעלער פון יהדות החרדית.

ס'קומט אזא וויקענד ווי די וואך, שבת ווען ס'איז דא די צייט צו ליינען צו הערן און דערהערן.
האב איך ארויסגעפרינט די עניינים העומדים על הפרק, די וויי געשריי פון די סיסטימאטישע נאצישע סעלעקציע פון @אנאנים מיט אלע זיינע אנדערלייאינג לינקס, @יאיר קטרוג אויף כלל ישראל פאר נישט האבן א פובליק סקול, @כוכב שטראף רייד אז א טרער פון א ייד שניידט ווי א מעסער אין רשעות בלייבט רשעות, רבינו שליט"א @לעיקוואוד בירור אויף די שלוש עשרה מידות און הדבק במידותיו, @קאווע טרינקער קווענקעלנישען וכו'

ווען איך בין פערטיג געווארן בין איך געווען אזוי אינספייערט, האב איך גענומען די פעקל און עס אריין געריקט צו די רב פון די ביהמ"ש ווי איך דאווען. זאל ער אויך וויסען.

הלוואי פרינטאוטס פון דאס אלעס זאל אנקומען צו די פארטייבטע אויערן פון די רבי'ס און מנהלים. אנשטאט ליינען זיי די סקווירא עמי וואס אינטערעסירט נאר שרייעדיגע קאווער פעעדזשעס און האט קיינמאל נישט די כח גברא צו קומען צו א אנטי סיסטעם קאנקלאזשען.

טראכט איך אז ווען די מאמענט קען אריין לייגען א פארום ווי זיי לייגען נישט נאר קוואוטס נאר גאנצע שטיקער ארגיענעלע תגובות פון דא און פון דארט וועט עס זיין א טובה פאר כלל ישראל.

שמערל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:13 am

· #225138
כ'בין נייגעריג וויאזוי איז געווען דיין רב'ס שלש סעודות תורה, נאכן עס אדורך ליינען...

פישלע העררינג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 7:35 am

· #225149
א. "יש אומרים" וואלט געדארפט געטוישט ווערן צו "הם אומרים", היות דער ניו יארק טיימס מיט נאך אנדערע גוי'שע צייטונגען ווערן דארט געלופטערט ווי כשר'ס.

ב. דער שענסטע חידוש איז דער תשע"ה איבער די דורות, ווי די וועלט רוקט זיך פאראויס מיט אן אלף'ל. זייער אריגענעל, און גוט באארבעט, אזוי אז אפילו די מדינה הטמאה איז עלעגאנטליך אריינגעשמירט געווארן.

זיכער אז פנים חדשות באו לכאן. אבער איך זה אויף איין בילד אז הרב יהושע רובין איז נאכאלטס דער אינטערוויו'ער, איז ער נאך דארט צו נישט?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:00 am

· #225157
יאסל ראקאווער
די מאמענט וואלט געטוען א טובה פאר כלל ישראל צו לייגען גאנצע ארטיקלען פון די אויסגערופענע קאווע שטיבל..

דו האלטסט זיי זאלן זיך שיסן אין די פיס? אין די מינוט זיי טוען דאס, ווערן זיי פסול און טריפה, ורבצה עליו כל האלות והאיסורים וקול קורא'ס.

ממרום שלח אש » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:10 am

· #225173
כוכב
'יש אומרים' איז צוקער זיסע און געניאל. א חידוש פון א קאלום פאר דער אידישער שפראך.


נישט קיין חידוש, עס קומט פון די צייטונג'ס אידישע צייט.

יידל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:46 pm

· #225257
דו מיינסט "וואס אנדערע זאגן"? עס איז אינגאנצן נישט די זעלבע זאך. כ'מיין אז ס'איז מער ענליך צום איד'ס "פון דא און דארט". דער המודיע האט פאר יארן לאנג געהאט א קאלום פון עטליכע בלעטער אנגעפילט מיט ציטאטן, און היינט צו טאגס האט עמי א קאלום וואס אבי שאפראן האט אנגעהויבן און דערנאך האט א צווייטער דאס איבערגענומען מיטן נאמען Sightings and Citings. למעשה מיין איך נאך אלץ אז ס'איז א חידוש אז א אידישער מאגאזין זאל אפיציעל ציטירן פון א צווייטן אידישן אויסגאבע, און פון א אידישע וועבסייט, אפילו א "כשר'ע" ווי אייוועלט.

לעמיל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:04 pm

· #225265
ניין ער מיינט זיכער אויפפאסונגען פון אידישע צייט און צייטונג. זיי ברענגען נאך פון אנדערע אויסגאבעס עס איז נישט א נייע איידיע

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 2:31 pm

· #228288
דורכמישנדיג די 'ויחנו בסוכות' ביילאגע זעה איך אז עס ווארט מיר אפ שעות של הנאה, פאר איהר אליין וואלט איך געצאלט די פינף דאלער.

ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:18 pm

· #228348
למעשה איז עס געווען נאנטער צו א דריי-פערטל שעה, און עטליכע אינטערעסאנטע פלעצער זענען צוגעקומען צו מיין זוך-א-דאקומענטערי ליסטע.

ביבער » מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 11:49 pm

· #228386
דער מאמענט האט אנגעהויבן קריגן מאמענטום ביי מיר, ספעציעל גלייך איך די נייע ביזנעסלאנד. ויחנו בסוכת איז שיין, גאב"ד ראב"ד הויל, csb אינפארמעטיוו.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:16 am

· #228392
שמעקעדיג
יאסל ראקאווער
די מאמענט וואלט געטוען א טובה פאר כלל ישראל צו לייגען גאנצע ארטיקלען פון די אויסגערופענע קאווע שטיבל..

דו האלטסט זיי זאלן זיך שיסן אין די פיס? אין די מינוט זיי טוען דאס, ווערן זיי פסול און טריפה, ורבצה עליו כל האלות והאיסורים וקול קורא'ס.

אזוי ווי דער מצב איז האביך אויך מורא אז אפשר וועט זיך אויפוועקן איינער עפעס א איד א פארזארגער פון באשעפער, כביכול, און ער'ט אנהייבן דאגה'ן אז דער מאמענט איז צו גוט, ממילא שטערט עס פאר אידישקייט. און מ'דארף זעהן ארויסגעיבן עפעס אן איסור אויף עים. אדער לכה"פ פארפאטשקען אים. אזוי ווי מ'האט געטון מיט'ן שטערן/שפאקטיוו... איך האב געליינט די יו"ט אויסגאבע. און איך האב געהאט א אמת'דיגן תענוג רוחני. און ס'איז מיר צוגעקומען ידיעות.
למשל. דער אינטערוויו מיט ר' יואל יצחק בודק. און ידיעות איבער די סוכות און אלעס ארום. די מעשה'לעך איבער'ן גאב"ד און ראב"ד זענען בבחינת "סאופ-באבלס" אויפ'ן נוסח פון "משפחה". די ארטיקל איבער נגינה און "שירה" איז גאנץ גוט. איך ווינטש זיי די גרעסטע הצלחה...!

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:39 am

· #228397
אין די דירת אפטיילונג שרייבט ער אז לויט דבר יום ביומו ווערט געבוירן א וואך 30 קונדער. כמיין ספעלט היפש. וויפיל מענטשען לייגען בכלל נישט זייער שמחה אין די צעטעלעך, פלאס ארוינים לייגען אויך נישט.

פליקער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:33 am

· #228408
ליינענדיג דעים מאמענט זעי איך אז זיי האבן ג'גנב'ט מיין ארטיקל מיטן נאמען גירוש וויליאמסבורג, אן שרייבן קאפי פעיסט, אדער מיר געיבן קרעדיט, אלזא די אלע וואס האבן פארלאנגט אז זיי זאלן שרייבן ארטיקלעך פון דעים פורם זאלן וויסן אז זיי שרייבן טאקע.

מיך שטערט אז דער שרייבער דארט ווייסט נישט גענוי די עכטע פאקטן, און מאכט א שוואכן ארבייט ארויס צי ברעינגען דעים וויי געשריי, עס זעיט מיר אויס ווי ער באבעלט סתם נאך, אן דורך טיען ווי עס געהער צוזיין, אבער איך גיב אים קרעדיט פארן ליינען דא ביי אינז און כאטש פריוון עפעס צי רעדן וועיגן דעים נושא, בתוך זיין הערליכע באשרייבינגען וועיגן דירות עראי אדער קבע, און די צייט וואס אנדערע צייטינגען וואס וועיגן ווי א סקיט מעלאנע קענען נישט געפינען איין קלעסיפייד פלאץ צי ווידמען פאר אזא הארץ וויי, וואס פארגיסט אידיש בליט און געלט אינעם ים הגדול אריין.

ידען » זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:42 am

· #228411
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווארט אויב סיז נאך אינטערעסאנט צו קויפען

ידען » זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:49 am

· #228413
ונבנתה העיר
למעשה איז עס געווען נאנטער צו א דריי-פערטל שעה, און עטליכע אינטערעסאנטע פלעצער זענען צוגעקומען צו מיין זוך-א-דאקומענטערי ליסטע.

וועלעכע ליסטע?

אליצפן » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:53 am

· #228845
אינעם בעלעבאסטע מאמענט האט איינער ג. סופר וואס באטיטלט זיך אלץ א LMHC
(licensed mental health counselor)
געשריבן א גאנצע ארטיקל וועגן שמייכלען מיטן קעפל "די מתנה פון א שמייכל" , ער איז דארט מאריך וועגן די געוואלדיגע אויפטוען דערפון און ווי גוט עס קען אלץ מאכן דעם לעבן בלא בלא בלא.
אמנם דא עקא עס איז כמעט גענצליך נאכקאפירט פונעם וועלט בארימטן ביכל
How to win friends and influence people
פון דעיל קארנעגי. ער ברענגט גאנצע שטיקער און מעשיות ממש נאכגעשריבן פון דארט ווארט נאך ווארט. נישט צום גלייבן וויאזוי איינער וואס רופט זיך גאר א טעראפיסט און איז לכאורה אדורך קאלעדזש, האט די העזה צו אזוי אפן פראקטיצירן פלאגיאריזם, און נאכדערצו פון אזא פאפולערע ביכל וואס לא ימלט אז עטליכע מאמענט ליינער זאלן עס האבן געליינט.
אם יהיה לי פנאי וועל איך ברענגען שטיקער פונעם ארטיקל צוזאמען מיט קוואוטס פונעם ביכל זייט ביי זייט.

כוכב » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 7:28 am

· #228875
מאמענט אויף סוכות איז לדעתי אן ערשטקלאסיגע ארבעט מיט גאר רייכע ארטיקלען.
אנגעהויבן פון ביזנעסלאנד מיט א שיינע אינטערוויו מיט א רעסטאראנט אייגנטימער פון מאנסי. די גאב'ד און ראב'ד ארטיקלען זענען ביידע א שיינע ארבעט. די געשיכטע פון הרב בודק איז אינספירירנד און רייך געשריבן. פתרונות און די גראמאטיק ארטיקלען זענען ביידע גאר רייך און געשמאק.
דערנאך קומט די דירות עראי וקבע קונטרס, באמת א תוכןדיגע און גרינטליכע ארבעט, אויף א זשורנאליסטישע ניווא, אויסער די בארא פארקער ארטיקל וואס איז היבש שוואכער.
ספעציעל דארף ארויסגעהויבן ווערן די ארבעט פון דעם שרייבער אויפן וויליאמסבורגער ארטיקל וואס האט געמאכט גאר א הויכע ניווא ארבעט, כאטש זיין קאנקלוציע אז וומ"ס האט 14000 חרדישע משפחות איז ווארשיינליך איבערגעטריבן.
נאך וואס איך בין נישט מסכים מיט אים איז זיין לומדות אז מער וויליאמסבורגער בחורים גייען ארויס ווי וויפיל מיידלעך אימפארטירן בחורים פון דער פרעמד. דאס שטימט נישט מאטעמאטיש, ווייל וואלט וומ"ס געווען צעטיילט גלייך אויף גלייך, זיבן הונדערט בחורים און זיבן הונדערט מיידלעך, וואלט מען פאר יעדע בחור וואס גייט אוועק געמוזט אימפארטירן א בחור פון דער פרעמד. קומט מען צוריק צו דער הנחה אז סאיז פשוט דא מער בחורים ווי מיידלעך און דערפאר איז ימלט אז מער בחורים גייען אוועק.
ויחנו בסוכות איז אויך א געוואלדיגע געוואלדיגע ארבעט, העכסט אינטערעסאנט און באלערנד.
לגבי די גראפיקס איז אינו בדומה לו ממש, נישטא קיין מאגאזין מיט אזא רייכן און קלאסישן אויסשטעל, יעדע בלעטל א ברכה צו מאכן, ווער רעדט נאך די ויחנו בסוכות, איז חידושים נפלאים הפלא ופלא.

בן תמליון » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:08 am

· #228879
דער נומער 14,000משפחות אין וויליאמסבורג איז גראדע גוט גערעכנט. איינער וואס ארבעט מיט איינע פון די דירעקטאריס האט מיר געזאגט די נומבער האלט נאנט צו פערצן טויזנט כהיום.

יידל » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:30 am

· #228886
דער סוכות מאמענט איז באמת א שיינער ארבעט, אבער קאמפלימענטירן קען דאך יעדער, דער קונץ איז צו קריטיקירן 😛 האב איך באמערקט אז אינעם ויחנו בסוכות אפטיילונג שטייט אז די ארקטיק איז קאלט וויבאלד עס איז די ווייט פון די זון. דאס איז א וועלט'ס טעות, און אפילו גיאלאגיסטן און עקספערטן מאכן אפט דעם טעות. דער ארקטיק איז קאלט נישט ווייל עס איז ווייט פון די זון, ווייל דער איקוועטאר איז פונקט אזוי ווייט פונעם זון. דער זון איז 92 מיליאן מייל אוועק, און די פאר מייל ארויף אדער אראפ מאכט באמת נישט אויס. די ריכטיגע סיבה פארוואס די ארקטיק איז קאלט איז וויבאלד עס באקומט נישט קיין דירעקטע זון שטראלן, נאר די שטראלן זענען אויף אן ענגל:

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:19 pm

· #228910
@יידל, אפשר ביסטו שוין אויך מסביר וואס ער שרייבט דארט אז ביים קוטב, וואו אימער מ'דרייט זיך איז אלץ "דרום". וואס פשט? איך האב עס פראבירט און געווארן דיזי.

פישלע העררינג » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:38 pm

· #228912
קאווע טרינקער
@יידל, אפשר ביסטו שוין אויך מסביר וואס ער שרייבט דארט אז ביים קוטב, וואו אימער מ'דרייט זיך איז אלץ "דרום". וואס פשט? איך האב עס פראבירט און געווארן דיזי.

ער נוצט דרום אלץ אפטייטש פאר "סאוט". אין אנדערע ווערטער, פון דער שפיץ קען מען נאר גיין אראפצו, מען קען נישט גיין אויפ'ן ערד-קוגל נאך העכער ווי דער קוטב.

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:57 pm

· #228914
שיק זיי אין אימעל.
לעצטע וואך האבן זיי געמאכט א טעות מיט א נומבער. זייער אנטשולדג איז געווען אן ארטיקעל פאר זוך. זיי האבן מסביר געווען די צוויי מהלכים ווען משרייבט ארויס טויזענט און ווען משרייבט 1000.

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:25 pm

· #228920
מען קען נאר גיין צו דרום נישט נאר רעלאטיוו צו צפון (העכער), נאר אויך לאפוקי מזרח און מערב.

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:59 am

· #230360
איך גלייב עס נישט!!
image.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:36 pm

· #230420
סאשי פיש
איך גלייב עס נישט!!

זיי מוחל געב מער פרטים איבער וואס די ארטיקל רעדט זיך.
פאר וואס, פאר וועים און ווען זענען די שערי ישיבות ננעלו???!...!

shem-tov » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:21 pm

· #230461
כהאב מיר איינגעהאנדלט דעם מאמענט ווייל זייענדיג גוט באקאנט אין די ישיבה וועלט בין איך געווען נייגעריג צו ליינען. גראדע גאנץ פיין באשריבן. אומווילנדיג איז דא ארויסגעקומען דער ריינער אמת איבער דער ישיבה פראבלעם דורך די אינטערוויו סיי פון הרב מייער און סיי פון הרב קרויס און אויך הרב מחוסט.

shem-tov » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:28 pm

· #230462
הרב מייער שליט"א ר"י מאור התורה זיצט אויפן טראן ער ראנט אויף די מינוט א שיינע ישיבה אין ב"פ בקיצור סגייט אים גאר גוט געט אלעס א שמיר ארויף אויף די עלטערן. די עלטערן בארעדן די רבנים. זיי האבן נישט קיין הכרות הטוב, זיי געבן נישט אריין גענוג אפליקאציעס, זיי זענען נישט גוט מחנך די קינדער און אז די חשובע יונגעלייט וואס ארבעטן אין ישיבות וואס וואלטן ווען עכט געקענט אויפבויען א מיליאן דאלערדיגע קאמפעני דארפן זיך נישט אראפלאזן צו די עלטערנס אייגן אנגעמאכטע פראבלעמן. בקיצור דער יוד פליעט נאך אין דער הייעך. ענדשוי יאר פלייט

מצטמק ויפה » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:37 pm

· #230463
יא די ארטיקל איז הערליך שיין באשריבן אן נגיעות און אייגן - זייטיגקייטן.
ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון די פתגמין וואס דער לאבין קומט אלס אויף, א שטייגר ווי:

"און וועט ענדגילטיג מאכן חלילה א בארבעקיו פון זיין נשמה".

"מען ווארפט זיך מיט זיי ווי מיט אן אתרוג נאך סוכות"

"דאן איז לא שבקת ישיבה לכל בריה!"

"און בכלל דארף מען וויסן אז שניהם שעשוהו איז פטור, אבער עשרה שישבו על ספסל אחד ושברוהו, זענען אלע א חלק פונעם נזק"
וכו' וכו'

ישראל קאפקע » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:25 pm

· #230484
איך פארשטיי נישט, וואס פלאנט דער מאמענט צו באשרייבן נעקסטע חודש, זעקס חדשים ארום, א יאר ארום,
זיי באשרייבן אלע ערנסטע 'האט באטן אישוס' און קריזיסן (פרנסה, דירות, ישיבות, וכו') און אלס אין 'אויספירליכע' באריכטן מיט 'ברייטע אפהאנדלונגען', נייעס האבן זיי כמעט נישט, סאו וואס וועט בלייבן אויף אן אנדערס מאל?

איך אויך » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:34 pm

· #230489
זעה די ספאנישע חלק פון דיין חתימה.

שעפטל » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:39 pm

· #230490
זיי נישט געזארגט... אין 6 חדשים הייבט מען פריש אן.. גארנישט ווערט נישט אזוי קער גענומען מיט אפאר קנאקעדיגע ארטיקלן אין מאמענט.... די פראבלעמען ווערן נאר טיפער און טיפער יעדע חודש

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:59 pm

· #230499
ישראל קאפקע
איך פארשטיי נישט, וואס פלאנט דער מאמענט צו באשרייבן נעקסטע חודש, זעקס חדשים ארום, א יאר ארום,
זיי באשרייבן אלע ערנסטע 'האט באטן אישוס' און קריזיסן (פרנסה, דירות, ישיבות, וכו') און אלס אין 'אויספירליכע' באריכטן מיט 'ברייטע אפהאנדלונגען', נייעס האבן זיי כמעט נישט, סאו וואס וועט בלייבן אויף אן אנדערס מאל?

ס'איז דא גענוג "אישוס" וואס אויפצוברענגען. וואס מ'קען און מ'דארף אלץ מתקן זיין.
אויב זיי וועלן ברענגען אלע זייערע רעפארטס אויף אזא קאמפריהענסיוון און דורכדריגליכן אופן ווי זיי האבן געברענגט די אישו פון דירות קריזיס, דאמאלס וועלן זיי שטארק מצליח זיין...!

יידל » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 4:15 pm

· #231987
צוויי אינטערעסאנטע אנמערקונגען פונעם מאמענט די וואך. אינעם הויפט ארטיקל איבער עבאלע האט מאמענט א שמועס מיט איינעם "ד"ר בערגער, אן אסיסטענט פראפעסאר אין דזשאן האפקינס". דער נאמען האט מיר אויסגעזען קענטליך, און נאך א מינוט האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי ד"ר @שלום בערגער! פארוואס דער מאגאזין האט נישט געשריבן זיין ערשטער נאמען ווייס איך נישט, נאך אלעמען איז ער דאך שוין גע'כשר'ט געווארן דורך מעלות.

מיין צווייטע אבזערוואציע איז אז אין די יש אומרים קאלום ברענגן זיי נאך א ציטאט פונעם קאמפעטישאן, אידישער טריביון.



ידען » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 5:10 pm

· #231997
יידל
סיז ווערט 5 דאללער?

בשבילי! » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 5:23 pm

· #232001
'ווערט' זיכער נישט. אפשר 'ווערד'... איך ווייס נישט, איך קויף עס נישט

פישלע העררינג » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 6:58 pm

· #232004
איין ווארט: פראפעסיאנאל!

shem-tov » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 9:26 pm

· #232026
סווערט בעסער און בעסער. זייער שיין ארויסגעברענגט די אנדערע זייט פון די מטבע אז אין אמתן ווארפן זיך די טאטעס מיט ישיבות פונקט אזוי ווי ישיבות ווארפן זיך מיט טאטעס, און אז קיין שום ישיבה וואס האט אריינגענומען "יעדען" בחור האט נאך נישט מצליח געווען. קיפ איט אפ די טאפיק אליינס קען נאך גיין א דריי חדשים. רעד פון מוסדות פון סקולס סדא אסאך סודות אויפצודעקען פון ביידע צדדים

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:06 pm

· #232038
געקויפט די וואך.
נאר געליינט ממש א משהו, און ס'איז באמת געווען אינפארמאטיוו.
כ'מיין אז ארטיקלן וועגן ביזנעס רעדט צום עולם, דאס איז דער ערשטער קאלעם אין "עמי" וואס כ'מוש אויף.

(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )

פלאוויוס » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:09 pm

· #232039
@קאווע טרינקער דו רעדסט פון 'עמי' אדער 'מאמענט'?

שמעקעדיג » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:10 pm

· #232040
מסכים, עס ווערט בעסער און שענער. בלי ספק ווערד די פאר דאלער. די ישיבות ארטיקל עפנט אויף אביסל הונטער די קוליסן פון די אנדערע זייט. די ביזנעס ארטיקלען זענען אויך פיינע נייעס. כה לחי!

ישראל קאפקע » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:21 pm

· #232041
ריכטיג @שמעקעדיג @קאווע טרינקער @שם טוב @פישעלע

איך האב עס אויך באמערקט, ער איז געווארן מער פראפעסיאנאל, און ער רעדט צום זאך, עס איז פשוט אנגענעם צו ליינען,
די חידוש איז אז אידישע וועכנטליכע מאגאזינען ווערן 'פון נאטור אויס' שוואכער פון וואך צו וואך, אנדערש איז מיט דער מאמענט, קיעפ איט אפ!

#אנגענעמע איבעראשונג

פלאוויוס » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:22 pm

· #232042
קאווע טרינקער

(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )


צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:24 pm

· #232044
פלאוויוס
@קאווע טרינקער דו רעדסט פון 'עמי' אדער 'מאמענט'?

ביידע.
כ'האב זיך נישט גענוג קלאר גע'מסביר'ט.

איך ליין די עמי, און די ביזנעס ארטיקלן (lunch break און פון מאריס) זענען די ערשטע וואס איך ליין.
דאס זעלבע אינעם מאמענט, איך טרעף די ביזנעס ארטיקלן אינטערסאנט.

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:26 pm

· #232045
פלאוויוס
קאווע טרינקער

(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )


צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?


ס'איז טאקע נישט!

פישלע העררינג » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:31 pm

· #232048
קאווע טרינקער
פלאוויוס
קאווע טרינקער

(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )


צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?


ס'איז טאקע נישט!

צירל מענדלאוויטש / מענדל צירלזאהן

כאפסט?

פלאוויוס » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:33 pm

· #232050
בכל אופן גם אני מצטרף אל השבחים. איך האב עס געקויפט די וואך און ס'איז כדאי געווען. באזונדערס איז מיר געפאלן ווי זיי האבן געטראפן וויאזוי אנצושליסן דעם עבאלע ווירוס אין אידישער געשיכטע. ס'איז שיין געווען צו ליינען.

פישלע העררינג » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:39 pm

· #232053
מאמענט איז געווארן עפעס וואס מען ליינט נישט אויס אין איין מאמענט. עס קען ליגן משבת זה עד שבת הבאה עלינו לטובה און כל זמן שממשמש בה מוצא בה דברים מועילים.

יידל » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:12 am

· #233474
כ'האב הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט יאסי גרין די וואך. פנחס גלויבער מאכט אן אריגינעלע ערשט-קלאסיגע ארבעט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21