☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

פישלע העררינג » מיטוואך מאי 14, 2014 12:16 pm

· #200450
סאו וואט
יואל אשר
איין זאך זאלסטו נאר נישט פארגעסען, אז דער מאמענט מאגאזין האט נאך נישט געהאט א אפדעיט באריכט פון דיין הערוישע מסירת נפש'דיגע שעקענ'דיגע ניר, זעה עס משלים צו זיין דארט אויך....
דשזאסט קידינג, כ'ווייס דו נעמס עס נישט פרעזענליך....

אגב, איך זעה רינויעל דארף א בלאד טייפ 0 ניר, פארוואס הער איך נישט פון זיי?

זייער נישט שיין. סוף סוף. נאך אלעמען, האט א איד אוועקגעגעבן א ניר פאר א צווייטע איד.

יא, אמת, ער האט געפאמפעט. זיין פאמפע איז עושה רושם. ער האט א פלאטפארם און ער נוצט עס לדבר מצוה.

צו וואס סעקירן אומזיסט?

סאו וואט » מיטוואך מאי 14, 2014 1:03 pm

· #200456
כ'האב געשריבען דזשאסט דזשאקינג, און אס כ'ווייס אז ער נעמט עס נישט פרעזענליך.

zurich » פרייטאג מאי 16, 2014 3:38 am

· #200792
ווי נאר איך האב געהערט אז יואל אשר שרייבט אין די וואכידיגע מאמענט בין איך עס געלאפן קויפן און ס' זעהט אויס פיין.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 8:03 am

· #200799
איך האב הנאה פון דעם אינטערוויאו פון הרה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א.
און אויכעט פון די אינפארמאציע פון עירפארט'ס. גאנץ אינפארמאטיוו, הגם נישט צופיל חידושיים.

די פאפיר איז גוט און שטארק, די גראפיקס נישט אזוי אויפרייסעריש ווי געווען און אביסעלע לייכטער פאר די אויגן, ווי אויך ווייניגער ספעלינג מיסטעיקס, בקיצור, עס זעהט אויס ווי ער קלעטערט בארג ארויף. לאמיר האפן.

חכם עתיק » דינסטאג מאי 20, 2014 4:37 pm

· #201378
איך קען קוים ווארטן ווער איז די נעקסטע רבי אין ליין??

איך בין זיכער ר' יחזקאל האט גע'עפענט די טויערן פאר אנדערע.

(סתם א זייטיגע שאלה: ווען מען טיט זיך אן א טלית צוליב א בילד, מאכט מען א ברכה?)

HotCoffee » דינסטאג מאי 20, 2014 9:14 pm

· #201467
חכם עתיק
(סתם א זייטיגע שאלה: ווען מען טיט זיך אן א טלית צוליב א בילד, מאכט מען א ברכה?)


מ'דארף מאכן א עקסטרע ברכה פאר די בילד.

סאו וואט » מיטוואך מאי 21, 2014 10:58 am

· #201525
זעה איך גוט? נאכאמאל הוארד בלומגארטן....?
פיין זעה איך שוין, נאך אן אויסגאבע וואס גייט ארויסברענגן דאס וויכטיגקייט פון פדיון שבוים...

מ גפני » מיטוואך מאי 21, 2014 11:48 am

· #201550
סאו וואט
זעה איך גוט? נאכאמאל הוארד בלומגארטן....?
פיין זעה איך שוין, נאך אן אויסגאבע וואס גייט ארויסברענגן דאס וויכטיגקייט פון פדיון שבוים...

דאס האט מסתם דער נייער שרייבער "הרב אי"ל" אנגעדרייט

אבי גערעדט » מיטוואך מאי 21, 2014 1:01 pm

· #201573
אין איי וועלט שרייבט איינער:


צוריק צום מאמענט.

כ'זעה אז די קאווער סטארי די וואך איז צבי ברוך בלומענגארטן, אינטערסאנט ווי הרב אשר לעווין און זיין דרור קאמפעני דאמענירט די היימישע פרעסע...
ווען זיי האבן געוואלט האבן אלע גערעדט פון ריבאשקין, דערנאך מארטין גראסמאן, זיין נדבה פון א ניר איז אויך געווען א גרויס עסק, אצינד איז עס בלומענגארטן און דער מאמענט. כ'האב חלילה נישט קיין טענות, כ'מערק נאר אן וואס פארא השפעה איין צו צוויי גוטע שרייבער קענען האבן.

סאשי פיש » מיטוואך מאי 21, 2014 8:47 pm

· #201699
אביסל קלארער.
image.jpg image.jpg

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 21, 2014 8:55 pm

· #201701
אינווייניג אויך?
אבער קוק אהער דאס אינטערעסאנטקייט פונעם בילד איז נישט אז ער שפילט מיט א שווארצן (צו טראכטן אזוי ווייזט ראסיזם אויף דיין זייט) מער ווי אז ער שפילט מיט א פשוט'ן גוי. און אפשר איז זייער פאליסי נישט צו דרקן בילדער פון גוים?
(איך האב געזען דעם בילר אלץ א איד שפילט מיט א גוי נישט מיט א ''שווארצן'')

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 21, 2014 9:01 pm

· #201703
איך הער. האסט געקוקט אינעווייניג אינעם ארטיקל אויך אפשר איז דארט יא דא דער גאנצער בילד.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:18 pm

· #201977
[ציטאט אראפגענומען]

די פנים פונעם מיט שפילער, אדער ווי דער מאמענט רופט יענעם "שחור", בני חם, טונקעלע, ועוד, איז פארמעקט.

אפטעמיסט » זונטאג מאי 25, 2014 2:01 am

· #202183
לאז אפ ראסיזם, ס'איז פשוט נישט פראפעסיאנאל אזוי צו שרייבן. זייער קינדעריש.

יושר » זונטאג מאי 25, 2014 2:50 am

· #202196
קלינונג לעדיס מאן??? דער שחור...

קען נישט זיין געשריבן ניגעריגער, און קינדישער...

פישלע העררינג » זונטאג מאי 25, 2014 2:56 am

· #202198
זיי שטעלן פאר דעם ברגמן ווי "א איד וואס פארשטייט אן עסק"... דערנאך, זענען זיי מקפיד כמה פעמים ארויסצוברענגן ווי ער פארשטייט" נישט" אן עסק... ער ווייסט נישט וועלכע פארק ער שפאצירט אין... ער ווייסט נישט ביז יעצט וואס טוויטער מיט פייסבוק זענען... ער פארמאגט בלויז אן אלטע פליפ אבאמא פאון... ער לערענט 18 שעה א טאג....

בקיצור, מען דארף וויכטיג אן עדיטער וואס איז העכער פון ארבעים שנה. דרינגענד.

יואליש » זונטאג מאי 25, 2014 11:29 am

· #202240
רח"ל, א אינגערמאן איז געכאפט געווארן ביי די מעשה! ער האט געשפילט שאך! אין א גוי'ישע פארק! מיט אן ערל! כמעט ווי עסן בישול און פת עכו"ם. דער אינגערמאן מיט זיין משפחה ליידן נעבעך בושות, זייער סאציאל סטאטוס אין די שדכנים בוך איז גענידערט געווארן ערגעץ אינטען אויפן ליסטע ווי אלע אינגעלייט וועמענס בילדער פון זייער געטענץ במקומות שאין מכירין אותם פליען ארום אויף די פארשאלטענע וואטסעפס.

די עצה איז א מידיא בליץ אפענסיוו. די המודיע באריכט סארא ת"ח און מגיד שיעור מפורסם ער איז, געווען אויף א אינטערוויוא פאר א כלי קודש פאסטן, ס'איז אים הייס געווארן אין די סובוועי איז ער ווי א וואלפיש ארויפגעקומען שעפען ליפט, פערצופאל איז עס געווען יוניאן סקווער ווי שאך שפילער זענען אויסגע'שורה'ט צו שפילן מיט עוברים ושבים, אבער אונזער כלי קודש ווייסט נישט קיין נאמען פון קיין פארק, דער עיקר איז אז ס'איז דא פרישע ליפט, פערצופאל קען ער גיט שאך און געווינט די שפיל און פינעף מינוט. אבער אלעס איז מן השמים. די קידוש השם האט אפגעקלינגן מסוף עולם ועד סופו. יענקי מייערס פארציילט אז אידן וועלן געניסן דערפון טובות עד סוף כל הדורות.

וואס איז די קידוש השם וואס האט אזוי אפגעקלינגן? אז אנדערש ווי די סטעריאוטייפ, זענען חרידים נישט קיין ראסיסטן. זיי קוקן אויף יעדעם גלייך מיט מענטשליכע רעספעקט, כאטש זיי האלטן זיך אפגעזינדערט.

דאס איז אויף ענגליש. אויף אידיש מיז מען אבער זיכער מאכן אז די גאס און די שדכנים פארשטיין אז באמת איז ער א היימישער, בכלל נישט אויפגעקלערט. כאילו ער וואלט געזאגט, "קוקטס מיך נישט אראפ, כ'בין א ראסיסט פונקט ווי אייך."

לית דין בר נש » זונטאג מאי 25, 2014 11:30 am

· #202241
פישעלע דער בערגמאן פארשטייט פיין א עסק!
ער ווייסט פונקטליך אין וועלכע פארק ער שפאצירט ער ווייסט פיין וואס טוויטער מיט פייסבוק זענען!
ער איז אריינגעפאלן אין א עסק בוש, ער אינדזשויעט אזעלכע זאכן נאר ער האט נישט געוויסט אז איינער גייט נעמען א בילד דערפון און אודאי נישט אז עס גייט ווערן פארשפרייט און Hamodia וועט נאך מאכן דערפון א צימעס.
איז דא האט ער געטראפן א פלאץ זיך צו ריינוואשן אז בעצם ווייסט ער פון גארנישט ער איז א שאינו יודע לשאול יענע האט אים פונקט אפגעשטעלט האט ער זיך אוועקגעזעצט שפילן אבער בעצם ווייסט ער גארנישט חוץ די ד' אמות של הלכה.

מ גפני » זונטאג מאי 25, 2014 2:46 pm

· #202306
פישל'ע העררינג

בקיצור, מען דארף וויכטיג אן עדיטער וואס איז העכער פון ארבעים שנה. דרינגענד.

@פישל'ע העררינג וואס איז אין די נידעריגע צוואנציגערס וואלט ווען אויך געווען פערפעקט פאר דעם JOB

פישלע העררינג » זונטאג מאי 25, 2014 7:31 pm

· #202394
מ גפני
פישל'ע העררינג

בקיצור, מען דארף וויכטיג אן עדיטער וואס איז העכער פון ארבעים שנה. דרינגענד.

@פישל'ע העררינג וואס וועלכער איז אין די נידעריגע צוואנציגערס וואלט ווען אויך געווען פערפעקט פאר דעם JOB

zurich » זונטאג מאי 25, 2014 7:32 pm

· #202395
זיי שרייבן א גאנצע צייט אז מען קען זעהן אויפן פנים פונעם גוי אז ער איז זייער פארטיפט,

וויל איך מיך איבערצייגן ווי פארטיפט ער איז, נאפס! די מאמענט פארגינט מיך נישט עס צו זעהן נאר זיי מעגן זעהן דעים טמה' נם פרצוף וואט די העלל

מצטמק ויפה » זונטאג יוני 1, 2014 9:00 pm

· #203963
איך מיין אז אויף "די מאמענט" די וואך קען מען שוין זאגן עס האט א שטיקל צורה געלויבט גאט.
קודם ר יואל אשר'ס, פרשה מאמענט איז א הערליכע שטיקל ארבייט.

זיי האבן די גאנצע פרשת סנאדע"ן דורך געלאפן אויפן שפיץ גאָפל זייער שיין.

זייער א דראמאטישע פאסירונג איבער א פליגער קראך, וואס איז לדעתי זייער גוט און געשמאק אראפ געלייגט.

די ארטיקעל פון ר' חיים קוקט אויס זייער אינטערסאנט אויף וויפיהל איך האב שוין עספיעט צו ליינען.

עכ"פ עס דערקענט זיך אז זיי לייגן אריין אסאך כח צו פארבעסערן אוו פארשענערן דעם מאגאזין, כה לחי.

האט נאך איינער באמערקט דאס זעלבע?

טיטאניק » זונטאג יוני 1, 2014 11:23 pm

· #204029
איך האב אמאל נישט געגליכען א בליק אבער די לעצטע וואכען קויף איך דער מאמענט און איך האב זייער הנאה פון זיי
א גיטער ארבעט

אליצפן » מאנטאג יוני 2, 2014 3:13 am

· #204046
איז נישט דער מעשה מיטן פליגער קראך, דער זעלבער מעשה וואס איז געווען באשריבן אינעם שטערן אלס א פארזעצונג? דער מינוט וואס ער הייבט אן באשרייבן באשריבענע זאכן ווייס איך אז ער איז אויף געהאקטע צרות.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 2, 2014 1:33 pm

· #204173
איך בין סורפרייזט – אייגענטליך שאקירט! – ווי אין די עדיטאריעל די וואך טרעט ער ארויס אקעגן די עסטאבלישמענט, ער רייסט ער אראפ די מאנסי'ער דעוועלאפערס, ווי זיי פארפאטשקען מאנסי מיט די זאונינג, זיי צווינגען אלע אידן צו וויילן פאר די חברה וואס שטייען מיט זיי, די אנדערע וועלכע ווילן נישט פארשמוצן מאנסי ווערן בא'טיטול'ט ווי אנטיסעמיטן, און דערנאך האבן זיי א פרייע האנט צו טון וואס זיי ווילן...

איך האב געריבן מיינע אויגן און נישט געגלייבט וואס איך לייען! ווי נעמט מען די דרייסטקייט?

טיטאניק » מאנטאג יוני 2, 2014 1:39 pm

· #204183
דרייסטקייט? דאס מיינט דרייסטקייט? אויך מיר דרייסטקייט
ווער גייט עם געבען פעטש פאר דעם? קיינער
אבער לאמיר זען זיין דרייסטקייט ווען עס וועט קימען צי אראפרייסען די "אשכיר דרא" משוגעתן צי די ישיבות קריזיס

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 2, 2014 2:23 pm

· #204202
טיטאניק, זיי נישט אזא צולייגער, אדרבה, לאמיר זעהן שרייב דו אזא צעטל מיט דיין פולן נאמען, נאכדעם עמיר רעדן ווייטער!

און פארוואס זאגסטו אז ער רעדט נישט פון די ישיבות קריזיס? אויבן האט איך אריינקאפירט זיין עדיטאריעל 2-3 וואכן צוריק,
גיב א קוק דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/199888">viewtopic.php?p=199888#p199888</a><!-- l -->

טישו באקס » מאנטאג יוני 2, 2014 2:46 pm

· #204220
די ארטקל פונעם פליגער קראך איז די זעלבע מעשה וואס דער שטערן האט באשריבן א לאנגע צייט צוריק.

די ארטיקל איבער די סנאודן פרשה איז גאנץ פיין באשריבן אבער מלא גרייזן.

כוכב » מאנטאג יוני 2, 2014 3:16 pm

· #204229
סאיז א יסודותדיגע פראבלעם מיט מאגאזינען וואס מאכן חזרה אויף טעמעס וואס זענען שוין געדעקט געווארן.
אין מצליח די חודש איז דא אן ארטיקל איבער דעם טייללאנעל מערדער וואס איז שוין געווען באשריבן אין דער שטערן.

פישלע העררינג » זונטאג יוני 15, 2014 12:07 pm

· #206041
ווען איך האב די וואך געזעהן די פארווישטע פנים'ער האב איך מיך געשוואוירען אז עד כאן, מער ספענד איך נישט קיין פעני פאר די דאזיגע בהמות. געראדע האט עס אויסגעזעהן ווי דער מאמענט האט פאטענשאל צו ווערן עפעס א גוטע זאך, אבער עד כאן.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 15, 2014 12:11 pm

· #206045
קען זיין אים האט מען געמעקט ווייל ער איז געווען א דעזערטער, נישט א היראו

פישלע העררינג » זונטאג יוני 15, 2014 12:26 pm

· #206048
ישמעאל הכהן
קען זיין אים האט מען געמעקט ווייל ער איז געווען א דעזערטער, נישט א היראו

"אלע" גוי'שע פנים'ער זענען געוועהן געמעקט. היראו'ס מיט דיזערטערס צוגלייך. זעהט אויס אז די טעראריסטן האבן געמאכט אפאר טעלעפאן קאללס די וואך צו ראביי רובין און ער האט זיך געבראכן.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 15, 2014 12:29 pm

· #206049
פישל'ע העררינג
ישמעאל הכהן
קען זיין אים האט מען געמעקט ווייל ער איז געווען א דעזערטער, נישט א היראו

זעהט אויס אז די טעראריסטן האבן געמאכט אפאר טעלעפאן קאללס די וואך צו ראביי רובין און ער האט זיך געבראכן.

אויב אזוי איז דאס גענוג סיבה נישט אויסצוגעבן דיין כעס אויף רובין... וואס קען ער טון ?

כוכב » פרייטאג יוני 27, 2014 5:40 pm

· #208349
אן עוולה נוראה פון א יחיד וואס זאל אזוי אראפרייסן א צווייטן. מיסטער עקספאו, דער מאמענט האט דיר אמאל שלעכטס געטון אז דו זאלסט אים אויף אזא מיאוסן אופן אונטערגראבן? דו ביזט עפעס שטאטס פארזארגער? דו דארפסט פסקען וואס איז יא כשר און וואס נישט ווייל האסט געהאט אביסל היץ פון מחרחרי ריב. דו ביזט עפעס א מוסד? דו ביסטא פאר ביזנעס און וואס איז דיינע געשעפט ן די אינהאלט פון מאמענט.
מדארף דעם עקספאו ביאקאטירן, אזא כפוי טובה פאר א מענטש וואס האט דיך געגעבן ביזנעס, שעם אן יו.
יעדע ביזנעס שאו העט אנהויבן פסקען וואס מעג יא אדער נישט. ףוי.

בר דעת » פרייטאג יוני 27, 2014 5:48 pm

· #208350
הקול קול עקספא והידים ידי וועד הצניעות- קלאר- המעוררים. די שפראך איז די טיפיקעל מעוררים שפראך.
ווארשיינליך האט דער געווענליכער מעוררים דאס געשריבן ברשות אדער שלא ברשות פונעם עקספא

כוכב » פרייטאג יוני 27, 2014 5:54 pm

· #208351
בכלל איז ער פון קאפ געפאלן? מנשה פילאפ שרייבט נישט אזוי. א גאנצע לאנגע מגילה ווי א פאשקעוויל. וואס פלאנט דער עקספאו צו פארדינען? אויב האט ער א פראבלעם זאל ער שרייבן בקיצור לדאבוננו איז אויסגעטיילט געווארן אן אויסגאבע שאין רוח חכמים נוחה הימנו און אין דער צוקונפט וועט עס נישט געשען. שרייבן א נאמען און און נאך מיט א לענגערן ביאור איז געטרינקען אידיש בלוט.
איך וואלט מער מיט אזא עקספאו קיים ביזנעס נישט געמאכט.

כוכב » פרייטאג יוני 27, 2014 6:13 pm

· #208354
דער תוכן: אז די פארוואלטער פונעם עקספאו האבן מודיע געווען וכו' צייגט קלאר אז אנדערע האבן דאס געשריבן און נישט די עקספאו גופא.
אבער אז מהאט גענוצט זיין לאגא איז דער בעל העקספאו מחויב מוחה צו זיין בכל כוחו אויף דעם עוון פלילי אז נישט איז ער א גלייכער שותף דערין.

יין שרף » פרייטאג יוני 27, 2014 6:36 pm

· #208355
וויפיל האט יהושע רובין געצאלט דערפאר...?

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 27, 2014 6:48 pm

· #208357
איך טראכט אפשר אויך אזוי. ס'קען זיין א באצאלטע זאך, און ווער פארשטייט דען בעסער צו ביזנעס ווי ביזנעס עקספאו?...

יואליש » מוצ"ש יוני 28, 2014 10:26 pm

· #208385
'מאמענט' לייגט שיינע בילדער פון ר' יעקב דוד קלאר מיט א ספרים וואנט אינעם הונטערגרונד. וואס זיי האבן נישט געלייגט איז די אנדערע וואנט מיט אויסצייכענונגן אין זיינע שטודיעס און זיין סערטעפיקאט אלס א לייסענסד קליניקעל סאשעל ווארקער. אין פאקט, 'מאמענט' פארהוילט אז דער ײמלאךײ איז שטודירט און לייסענסד. זיי שרייבען בלויז אז ער האט א נאטירליכע גיטע צוגאנג צו קינדער (וואס איז מסתם אויך אמת).

zurich » מוצ"ש יוני 28, 2014 10:55 pm

· #208393
וואס האט ער אין די האנט א סמארט פאן? רח"ל

אויסלייזער » זונטאג יוני 29, 2014 1:10 pm

· #208467
אינטערסאנט אז כאטש וואס עס איז פארן "עקספא פארוואלטער" באקאנט די (ווערטער) [ווארט] פון די פריערדיגע גדולי ישראל זצ"ל וועלכע האבן אונז געווארנט אז די ראשי תיבות פון ביכ"ל איז: כ-ל ב-אי' ל-א י-שובון, ה"י. (געווארנט אז די ראשי תיבות... 🙄 ) דאך האבן זיי פארטיילט א ביכל אן דעם וואס זיי האבן פארזוכט איר אינהאלט! נאר אומאחריותדיגע פארוואלטער קענען דאס טוהן. איך פארגלייך דאס ווי זיי וואלטן פארטיילט טריפה נאשעריי פאר די קינדער, וואלט איר אנגענומען זייער (פארדרוסליכען) [פארדריסליכען] טעות אלץ א שוגג? אוודאי נישט.
עס דערמאנט מיך פון דעם "גילוי דעת" וואס א מאגאזין האט פארשפרייט נאכן ערשיינונג פון זייער ערשטער נוממער, אז בטעות זענען פאבליצירט געווארן בילדער פון ר' אליעזר זאב האגער, אן וויסן אז דאס איז נגד זיין רצון.
ליצנות כנגד ליצנות.

אויסלייזער » זונטאג יוני 29, 2014 1:16 pm

· #208468
יואליש
'מאמענט' לייגט שיינע בילדער פון ר' יעקב דוד קלאר מיט א ספרים וואנט אינעם הונטערגרונד.

איך זעה אויפן בילד אז ער פארמאגט ביידע ש"סן, שוטנשטיין און מתיבתא. אפשר איז ער דער ריכטיגער מענטש וואס קען עצה'נען אנדערע אין וואס צו לערנען. אזא שאלה איז נאך אזוי וויכטיג ווי די שאלה "וואס צו זאגן פאר די קינדער וועגן די 3 פארכאפטע בחורים?".

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 2, 2014 5:09 pm

· #209252
מנחם האפמאן.פון ptex און LTB. גוטע געדאנק!
10447025_330597950428347_5757778155688005506_n.jpg

טיטאניק » מיטוואך יולי 2, 2014 5:13 pm

· #209253
הוא מותיב לה והוא מפרק לה

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 2, 2014 5:18 pm

· #209255
זיי ביטע מסביר.

מ גפני » מיטוואך יולי 2, 2014 6:16 pm

· #209283
וויפיל צאלט מעני האפמאן פאר דעם?

positive.yid » מיטוואך יולי 2, 2014 7:42 pm

· #209325
מ גפני
וויפיל צאלט מעני האפמאן פאר דעם?

וויפיל ער האלט אז ס'לוינט זיך פאר ביזענס.
הבנת?

גנדי » פרייטאג יולי 4, 2014 1:42 am

· #209844
איך בין געווען פאראיאר ביים לט״ב קאנפרענס. איך האב זייער הנאה געהאט. איז דא אן אשכול וועגן דאס יאריגע קאנפרענס?

מצטמק ויפה » פרייטאג יולי 4, 2014 10:13 am

· #209869
" מאמענט" יעצט קום איך דיר באמת גראַטויעלירן. הערליך, הארץ, חכמה, תורה, קאפ און מוח, האסטו אריינגעלייגט אונעם "גאסט עדיטאריעל", ועגן די דריי בחורים הי"ד. טאקע נישט גרויס אבער קליין און צום זאך. איך האב נישט געליינט וואס אנדערע שרייבן, אבער צו שרייבן אזוי שיין אין די ריכטיגע צייט, ווען די וואונד איז נאך אפן, און די הערצער פארקלעמט, איז באמת א קונץ.
"די ארטיקל פונעם יאר"
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21