☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #6218

אשכול אן א טיטל #6218

1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21

— » זונטאג מערץ 30, 2014 9:03 pm

· #193645

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לאליפאפ » זונטאג מערץ 30, 2014 9:53 pm

· #193657
בעיסיקלי די בליק האט איינגעזען אז גיין קאמפעטישן מיט די וואך ברענגט זיי נישט קיין הצלחה, גייען זיי אנהייבן צו גיין קאמפעטישן מיט די צייטונג. נו, צאתכם ובואכם לשלום!

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 31, 2014 2:03 pm

· #193785
[ציטאט אראפגענומען]

פראפעשינעל עדווייס? איבער וואס? פאר וועמען? די וואס לייענען די פיקטשערס זוכן דען עדווייס? דער וואס קען לייענען עדווייס קענען עס לייענען דארט ווי עס איז באמת דא, אינעם וואל סטריט צו ווי.

zurich » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 11:43 pm

· #194616
לאליפאפ
בעיסיקלי די בליק האט איינגעזען אז גיין קאמפעטישן מיט די וואך ברענגט זיי נישט קיין הצלחה, גייען זיי אנהייבן צו גיין קאמפעטישן מיט די צייטונג. נו, צאתכם ובואכם לשלום!

אדער האבן זיי איינגעזעהן אז א מענטש וועט ענדישער קויפן א פיקטשער אלבום וואס קימט מיט דעים אויך ליין מאטריאל ווי סתם די וואך

די וואך וועט זיי זעכער קאפיען!

זעהט אויף פאראויס » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:39 pm

· #194718
פון אינטער די קאליסן בין איך געוואויר געווארן אז די בעלי בתים פון די מאמענט (א בליק) אידישע מאגאזין פלאנען ארויסצוקומען מיט א באמבאסטישע אויסגאבע וואס די אידישע היסטאריע האט נאכנישט געזעהן - מי שלא יראה......

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:42 pm

· #194720
דו זעהסט פון פאראויס? נו, לאמיר הערן וואס זעהסטו? וואספארא ארטיקלען גייט זיין אין די ערשטע נוממער?
קליווע גט / טיטאניק / ביל געיטס / בלוט בלבול / פורים סרגוסא / אינטערוויא מיט נר מצוה?

יאיר » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:45 pm

· #194721
@מאראנצןזאפט עפעס אינסייד אינפארמאציע?

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:01 pm

· #194734
יאיר וואלט שוין געמעגט וויסן אז ווען איך שווייג מיינט אז איך ווייס נישט...
א בליק ווערט געפירט דורך צוויי רובין ברודער, נפתלי בעק, און א געלט שותף. אנדערש ווי זיין ארכי קאמפעטישן הערשי רובינשטיין וואס מאכט אלעס אליין, געט ער ארויס די פרינטינג און די דיסטריביוציע פאר איינעם נחמן און יענער קריגט א יחלוקו.
דער מאמענט ווערט צו געשטעלט דורך יואליש קרויס פון וויי עיטש קעי און תהלים כולל.

א בליק איז א שטאנדהאפטיגע פאבליקאציע מיט א שטארקע באזע קויפער וואס קען בלויז שטייגן מיט די נייע צוגאב אויסגאבע.
דעם פראפאזל זייערס האב איך נישט אבער לויט ווי כהאב געהערט היינט פון איינעם פון די גרויסע קעפ פון די חרדישער מארקעטינג אינדורסטרי איז עס הערליך וחזקה על יואליש אז זיינע זאכן האבן א פנים.
דער פרייז גייט בלייבן ווי ביז איצט, און פאר דעם פרייז פון א בליק וועט איר אויך קריגן דעם מאמענט עכ"פ אין די ערשטע צייטן.
איך געב פאר די נייע אויסגאבע פאטענציאל, און ווי ערווענט האב איך נישט מער אינפארמאציע לעת עתה.

יאיר » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:38 pm

· #194742
דער קרויס האט זיך דאך שוין ערווארבן יארן ערפארונג מיט די בארימטע כולל תהלים/חצות געשיכטעס, איז זיכער אז ער וועט יעצט אויך קענען צושטעלן שיינע סחורה.

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:48 pm

· #194744
עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

יאיר » מוצ"ש אפריל 5, 2014 9:46 pm

· #194753
אויב די אויסגאבע גייט טאקע זיין דאס וואס עס אנטשפרעכט צו זיין, א תוכנ'דיגע מאגאזין, פראפעסיאנעל געשריבן, און נישט ענטהאלטן דאקומענטעריס איבערגעטייטשט אויף אידיש, דעמאלט איז דא א שטארקע מקום פאר הצלחה.
מאראנצןזאפט
עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

די תהלים כולל טרייבט אויף אנדערטהאלבן מיליאן דאלער א יאר?

zurich » מוצ"ש אפריל 5, 2014 9:51 pm

· #194754
קאווע טרינקער
דו זעהסט פון פאראויס? נו, לאמיר הערן וואס זעהסטו? וואספארא ארטיקלען גייט זיין אין די ערשטע נוממער?
קליווע גט / טיטאניק / ביל געיטס / בלוט בלבול / פורים סרגוסא / אינטערוויא מיט נר מצוה?

מיט א אינטערוויא מיט יוסי געשטענער

משולם שטיינפעלד » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:04 pm

· #194770
יאיר

די תהלים כולל טרייבט אויף אנדערטהאלבן מיליאן דאלער א יאר?

פעיראול אויף יעדע פלאץ איז בערך א פערטל מיליאן דאללער א יאר, פינף פלעצער, פלאס עדווערטייזמענט קומסטו אן צו מער ווי אנדערטהאלבן מיליאן

ביבער » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:34 pm

· #194784
מאראנצןזאפט
עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

@מאראנצןזאפט האסט מיר אנגעצויגן די נייגער סטרונעס, ווען קומט א פול אנאליז אויף דעם קרויס? איז כולל חצות אויך זיינס?

זעהט אויף פאראויס » זונטאג אפריל 6, 2014 2:12 am

· #194810
איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב געהערט פון א אינסיידער וואס האט זיך מיר ארויסגעכאפט עטליכע אוסצוגן פונעם מאגאזין
אז שוין מער וואו א האלבע יאר זיצן שוין די מאמענט סטעף בכובד ראש צו דן זיין וויאזוי צו צושטעלן פארן היימישן ציבור די ערשטע אידיש געשריבענע מאגאזין וואס זאל זיין געשמאק צו ליינען מיט די לייכסטע שפראך און העכסט אינטרעסאנטע און רייצענדע ארטיקלן געשריבן דורך די בעסטע היימישע שרייבער'ס, צוגעשטעלט פאר יונג און אלט. וואו אויך אויסגעארבייט מיט פילע דעטאלן די מהלך צו האבן אינטערוויוא'ס און נאך שמועסן מיט העכסט אינטרעסאנטע און חשוב'ע אידן פון צווישן אונז וואס וועלן זיין העכסט רייצענד צו הערן זייערע טעמע'ס פונדערנאנט, ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן לאנגע וואכן און חדשים אויסצוארבייטן די כשרות פון די גאנצע זאך. עס זאל וואו פארשטענדליך זיין אויסגעהאלטן און ריין פון לשוה"ר און רכילות. ליצנות וכדו'
בקיצור לויט מיינע ידיעות בין איך שוין זייער אנגערייצט צו זעהן ווער עס גייט זיין די ערשטע אינטערוויוא, און וואס גייען זיין זייער תוכן די ערשטע וואך וואס לויט וואו די אינסיידער מיינע האט זיך מיר ארויסגעכאפט קומט עפעס א באמבע וואס די היימישע יודענטום האט נאכנישט געזען מאז היותם לגוי,

sefish » זונטאג אפריל 6, 2014 2:41 am

· #194813
איך האף אז דו שרייבסט נישט דארט....

zurich » זונטאג אפריל 6, 2014 2:58 am

· #194817
sefish
איך האף אז דו שרייבסט נישט דארט....

פארוואס?

sefish » זונטאג אפריל 6, 2014 3:01 am

· #194818
ווייל ''ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן''
''וואו'' אזוי וועט אזא צייטונג אויסזען?
...

זעהט אויף פאראויס » זונטאג אפריל 6, 2014 4:11 am

· #194824
איך האב געראדע פראבירט צו ווערן א שרייבער אבער זיי האבן מיר נישט געוואלט אנננמען צוליב מיין אומפראפעסיונאלקייט

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 6, 2014 4:32 am

· #194827
זעהט אויף פאראויס
איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב געהערט פון א אינסיידער וואס האט זיך מיר ארויסגעכאפט עטליכע אוסצוגן פונעם מאגאזין
אז שוין מער וואו א האלבע יאר זיצן שוין די מאמענט סטעף בכובד ראש צו דן זיין וויאזוי צו צושטעלן פארן היימישן ציבור די ערשטע אידיש געשריבענע מאגאזין וואס זאל זיין געשמאק צו ליינען מיט די לייכסטע שפראך און העכסט אינטרעסאנטע און רייצענדע ארטיקלן געשריבן דורך די בעסטע היימישע שרייבער'ס, צוגעשטעלט פאר יונג און אלט. וואו אויך אויסגעארבייט מיט פילע דעטאלן די מהלך צו האבן אינטערוויוא'ס און נאך שמועסן מיט העכסט אינטרעסאנטע און חשוב'ע אידן פון צווישן אונז וואס וועלן זיין העכסט רייצענד צו הערן זייערע טעמע'ס פונדערנאנט, ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן לאנגע וואכן און חדשים אויסצוארבייטן די כשרות פון די גאנצע זאך. עס זאל וואו פארשטענדליך זיין אויסגעהאלטן און ריין פון לשוה"ר און רכילות. ליצנות וכדו'
בקיצור לויט מיינע ידיעות בין איך שוין זייער אנגערייצט צו זעהן ווער עס גייט זיין די ערשטע אינטערוויוא, און וואס גייען זיין זייער תוכן די ערשטע וואך וואס לויט וואו די אינסיידער מיינע האט זיך מיר ארויסגעכאפט קומט עפעס א באמבע וואס די היימישע יודענטום האט נאכנישט געזען מאז היותם לגוי,

איך האלט טאקע אז עס איז דא מקום פאר אזא זאך, אבער אויב קומט עס פון די בליק גיב איך עס נישט קיין צוויי ראסטיגע פעניס. עס איז די ביליגסטע מאגאזין אין קאליבער, געטריבן בלויז פון פאליטיק און אינטערעסן, וואס קען איך נאך ערווארטן פון אזא אויסגאבע.

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 6, 2014 4:34 am

· #194828
מאראנצןזאפט
עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

מאכן א ביזנעס פון רייטן אויף מענטשנ'ס צרות איז ביי מיר קיין שום גדלות נישט און קיין שום חברה'מאנ'קייט נישט. עס איז נידריג דורכאויס. ער האט זיך דאס אויסגעלערנט פון די ספרד'ישע פאלשע באבא'ס. עס פארמאגט נישט ביי מיר קיין טראפל רעספעקט.

טיטאניק » זונטאג אפריל 6, 2014 8:35 am

· #194837
למעשה וואס איך זע
דער א בליק האט באוויזען דעם עוילעם די לעצטע 2 יאר אז ער טויג אויף כפרות זיינע בילדער מאגאזינען זענען א עכטע בחורישע ארבעט פון די בילדער ביז די אויסטשעל און תוכן
ליודעי דבר ווייסען אז דארט גייט פאר איין גרויסע מעס
סא פארוואס חלומט מען דא אז ער גייט בכלל מצליח זיין מיט א מאגאזין?
ער קען האבען די בעסטע יואלישלעך און די שענסטע עד'ס אבער איינמאל עס וועט דארעך גיין א חודש און """""ער""""" וועט דארפען באווייזען ווינדער וואך איין וואך אויס, וועט דאך ידערע נאר טרעפען א קינדערישע געגאנבעטע מאגאזין, ומה הועילו?
זאל ער קודם גיין צי א פיסאכאלאג עם ארויסנעמען זיינע נפשיותדיגע פראבלעמען און נאכדעם זאל ער גיין ארבעטען אין א גראסערי און אולי מיט זיין מאראוועישאן וועט ער זיך קענען אויפבויען איין טאג אויף א נארמיילע שטייגער
דריי נישט איבער די שטאט ווען די ביסט אינגאנצען מבולבל

עפל סיידער » זונטאג אפריל 6, 2014 12:58 pm

· #194880
הלשון
קאפירט פונעם סייט "אידישע ווינקל":

"דורכברוך: צוויי נייע אויסגאבעס אין אידיש ערווארטעט ארויסצוקומען אויף פסח
מיט פרייד נעמען אויף אידיש רעדנדע און ליינער איבער א דורכברוך אין די פעלד פון אידישע ליטעראטור. נאך עטליכע יאר וועלכע עס איז נישט ארויסגעקומען עפעס פריש און ניי אין די אידישע שפראך פאר די אידישע ליינער ווערט געמאלדן איבער צוויי נייע אויסגאבעס וועלכע איז ערווארטעט ארויסצוקומען אויף דעם יום טוב פסח הבעל"ט.
"דער כלל" גייט זיין א אומפארטייאישע צייטונג וועלכע וועט מעלדן נייעס און ארטיקלן און וועט פרובירן צו דעקן אלע מוסדות און קרייזן אייניג אהנע פאליטיק.
"דער מאמענט" איז א נייע מאגאזין וועלכע לויט ווי עס קוקט אויס פרובירן זיי אנצונעמען דעם סטיל פון 'משפחה' און 'בקהילה' נאר אין די אידישע שפראך.
עס לויט ווי קלאנגן לויטעט ווערט עס ארויסגעגיבן דורך די זעלבע בעלי בתים פון "א בליק" בילדער מאגאזין וועלכע פרובירט צו הייבן זייערע סעילס נאכן נישט אויסנעמען אזוי גוט אין די בילדער ליין און אפשר צוזאמען מיט ארטיקלן וועט עס יא גיין.
עס איז שוין פארהאן א צייטונג "דער מאמענט" וועלכע קומט ארויס אין מאנטריאל דורך די 'ילדי' ארגאנאזאציע. אבער עס האט נישט קיין שיכות.
אויך וועט בקרוב נאך פסח אנהייבן ערשיינען א נייע טעגליכע אימעיל וועלכע א עקזעסטירענדע אידישע צייטונג וועט פאבליצירן.
סובסקרייבערס וועלן באקומען א טעגליכע אימעיל פון נייעס אין אידיש."

זעהט אויף פאראויס » זונטאג אפריל 6, 2014 12:59 pm

· #194881
טיטאניק
למעשה וואס איך זע
דער א בליק האט באוויזען דעם עוילעם די לעצטע 2 יאר אז ער טויג אויף כפרות זיינע בילדער מאגאזינען זענען א עכטע בחורישע ארבעט פון די בילדער ביז די אויסטשעל און תוכן
ליודעי דבר ווייסען אז דארט גייט פאר איין גרויסע מעס
סא פארוואס חלומט מען דא אז ער גייט בכלל מצליח זיין מיט א מאגאזין?
ער קען האבען די בעסטע יואלישלעך און די שענסטע עד'ס אבער איינמאל עס וועט דארעך גיין א חודש און """""ער""""" וועט דארפען באווייזען ווינדער וואך איין וואך אויס, וועט דאך ידערע נאר טרעפען א קינדערישע געגאנבעטע מאגאזין, ומה הועילו?
זאל ער קודם גיין צי א פיסאכאלאג עם ארויסנעמען זיינע נפשיותדיגע פראבלעמען און נאכדעם זאל ער גיין ארבעטען אין א גראסערי און אולי מיט זיין מאראוועישאן וועט ער זיך קענען אויפבויען איין טאג אויף א נארמיילע שטייגער
דריי נישט איבער די שטאט ווען די ביסט אינגאנצען מבולבל

האלוי, קאם דאון!! א בליק האט דורכאויס די לעצטע 3 יאר באוויזן קינצן און נישט פארקערט, דערמיט וואס די פאקט וועט דיר עס באווייזן. קוק נאך אין די געשעפטן אז א בליק וועלעכע האט זיך געעפענט מער פון א יאר נאך די וואך און מיט דעם אלעם פארקויפן זיי די זעלבע אדער גאר מער פון די וואך, קוק אן די חצרות וועלעכע ארבייטן מיט א בליק און ווילן בכלל נישט הערן פון די וואך, די וואך האט זיך געעפענט נאר מיט די איין איינציגסטע ציל זיך צו רייצן און טשעפן באבוב 48 און צאנז קלויזענבורג און סאטמאר צד מהרז"ל, און אפילו די חסידות'ן וועלעכע זענען יא געשטאנען מיט זיי פון די אנהייב וואו וויזניץ מהר"י און בעלזא און סערט ויזניץ און נאך. וואו אויך די פוטוגראפירער אהרן ברוך ליבוביץ. שמואל דריי. משה גאלדשטיין. ישראל בארד. אלי סגל און פיל נאך. אט די אלע האבן זיך פון זיי כמעט וואו אפגעריסן און שעלטן זיי צוזאם פאר זייערע פילע שלעכטע פעולות און זייער באבארישקייט צו יעדער וועלעכע וויל מיט זיי נישט האנדלן, והא ראיה דערמאנט אייך צוריק ביז א בליק האט זיך געעפענט ווער איז געווען די מערסט אויפגעכאפטע היימישע פוטוגראפירער אין אמעריקא אויב נישט הערשי רובינשטיין? און וואס איז געשען אז זייט דאן וואס א בליק האט זיך געעפענט איז ער וואו פארשווינדן געווארן פון די מאפע? די ענטפער שרייט פון זיך אליין הערשי איז נישט קיין שלעכטער. נאר זיינע ארומיגע פאנצערס זענען געווארן פארלוירן ווען א בליק האט זיך געהויבן די קאפ און זיי האבן אנגעהויבן לייגן פרעשור און סטראשן יעדעם איינעם. און זיי האבן פארגעסן אז היינט איז שוין נישט די תש"כ יארן ווען מענטשן דערשרעקן זיך פון יענעם'ס סטראשע'רייען. נאר להיפך עס דרייט צוריק דעם דאשיק,
סאו טיטאניק'ל זיסע פארפיר נישט און דריי נישט א קאפ פארן עולם אין א נושא וואס די קענסט נישט.מן הסתם ווערסטו פארפירט פון די פרעדיגערייען פון איינע פון די 2 קהילות וועלעכע האבן פראבלעימען צו ארבייטן מיט א בליק אדער באבוב 45 אדער סאטמאר מהר"א וועלעכע פארמאגט א פראפאגאנדע פירער וועלעכע העצט אינטער די געמיטער כאילו א בליק זוכט נאר אינטערצורייסן זייער רבי'ן און די צייט וואס עס איז פארגעקומען א דין תורה ביי טארטיקוב בי"ד און עס איז קלאר געשטעלט געווארן אז עס איז אויסגעטראכט אן קיין שום סמך צו זיינע ווערטער, און והא ראיה אז בי"ד האט געפרעגט פון עטליכע ראשי קהילה און קיינער האט זיך נישט צוגעשטעלט לצד דעם יעניגן וואס גיבט זיך אן אז ער מיינט די כבוד בית רבינו. ער מיינט פשוט און פראסט כבוד בית עצמו זיינע איטערעסן וואס ער איז שוין יארן א נאנטע ידיד פון הרב החשוב רבי הערשל רובינשטיין,
סאו טיאטניק'ל ביטע וואקס אינטער און לאז דיר נישט פארפירן פון פרעידיקייען פון די יונגע היציגע בלוט נאר ניץ אליין די קעפל וואס ליגט צווישן דיינע פלייצע'ס און אויב די ווערסט קאנפיוסט דורכן' טראכטן גיי מאך דיין ריסעירטש און האום ווארק און איבערצייג דיר אליין

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 6, 2014 1:36 pm

· #194891
לעב איך אין פאנטאזיע? וועלכע נארמאלע מענטש קויפט די בילדער מאגאזינען? יעדע וואך די זעלבע רעביס, מיט אנדערע קאליר פאזשאמעס?!
בחורים? כולל יונגעלייט? פינטעלע?

חביבי » זונטאג אפריל 6, 2014 2:18 pm

· #194898
זעט אויף פאראויס.. די בארואיג דיך אויך אין שרייב נישט קיין שטותום
די בליק האט גארנישט באוויזען די לעצטע דריי יאר חוץ מיסע גרעפיקס אין נישט קיין זאכליכע בילדער, הייבטס זיך נישט דעס וואס די זאגטסט אז ער פארקויפט מער סתם געשויסען די גרעסטע ראי׳אז ער איז נישט מצליח אז ער קען נישט שטיין סטעבל אויף איין פלאץ אויב געדענקסטו ווען ער האט אנגעפאנגען מיט 2 מאגעזינען איין פין רבי׳ס אין איין פון גויםנאכדעם האט ער עס ציזאמגעשטעלט פאר איין גרויסע זאך נאכדעם האט ער אינגאנצען אויפגעגעבען אין ער האט פראבירט אויפציעפענען אן איזרעלי מאגעזין וואס איךמיין אז ער האט שוין אויך אויפגעגעבן אין יעצט פראבירט ער א נייע זאך בשעת די גאנצע צייט שטייט די וואך סטאביל אין געט ארויס הערליכע זאכען ווי די זומער די יאר וכדומה.

אין דעס וואס די שרייבסט אז די וואך האט זיך געפענט מיט איין איינציגע ציל צי טשעפענן צד מהרז׳׳ל באבוב 48 אין קלויזענבורג איז א נארישע קינדעראישע סטעטמענט קענסט מיר זאגען פארוואס זאל הערשי רבונשטיין א פאפא חסיד אינוועסטען שווערע טויזענטער׳ס זיך צירייצען מיט באבוב אין סאטמער די האסט סתם געשאסען א נארישע סטעטמענט , ער האט עס געפענט ווייל ער האט נישט געוואלט זיין משועבד אינטער א איזרעלי מאגעזין כל העולם כולו וואס פארשטייט נישט די אמעריקאנע סטיילס האט ער געפענט אליין אין נאכדעם האט ער שוין געטשאסט מיט וועם ער פארט בעסער צו מיט 48 צו 45 צו מיט די זאלונים אדער ארוינים אין קיינער איז נישט ציקריגט מיט עם נישט בעלז נישט סערט וויזניץ נישט אהרן ברוך ליבוביץ ,
אין ער האט נישט געטוען קיין שום שלעכטע פעלות פארווער עס האט נישט געוולט האנדעלען מיט עם אויב עפעס איז די בלוק דער וואס שלאגט זיך מיט יעדעם איינעם די וואך פאטאגראפירער זענען נארמאלע מענשטען איידעלע מענטשען טשעפענען נישט קיינעם שטעלן זיך צו צו די תקנות פון יעדע פלאץ (יא פלעש נישט פלעש וכו׳) מה שאין כן די בלוק פאטאגראפירער זענען חיות אין שלאגען זיך מיט יעדעם איינעם וואס זאגט עם א ווארט בעיני ראיתי ווי אזוי זייער א פאטאגראפירער דערלאנגט א פראסק פאר א 55 יערגע איד וואס האט עם ציגעדעקט קעמרע פארן כאפען פיקטשערס פון פרויען ביי א רעבישע שמחה
אין האק נישט קיין טשייניק הערשי איז נאך זייער פאפולאר אין ער מאכט א פיינע ארבעט א קעגען די בלוק
אין לגבי די מאמענט וועלען מיר זען וואס ער וועט א הער שטעלען אבער אויב די זעלבע מענטשען וואס זענען געווען אינוואלווד ביז יעצט גייען דעס ארויס געבען אן העלף פון אינדרויסען געב איך עס שטערקע טשענסעס אז עס וועט זיין א דורכפאל

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 6, 2014 3:25 pm

· #194905
פליז נישט פארדרייען מיט שטותים און פאליטיקס, למעשה קוקט אויס ווי זיי טרייען צו גיין אויף א גוטן ריכטונג, און אביסל בארייכערן אינזער נעבעכדיגע אידישע ליינען מארקעט, לאמיר זיי געבן א שאנס און נישט קוקן אויף אלטע מעשיות

זעהט אויף פאראויס » זונטאג אפריל 6, 2014 4:49 pm

· #194916
חביבי
זעט אויף פאראויס.. די בארואיג דיך אויך אין שרייב נישט קיין שטותום
די בליק האט גארנישט באוויזען די לעצטע דריי יאר חוץ מיסע גרעפיקס אין נישט קיין זאכליכע בילדער, הייבטס זיך נישט דעס וואס די זאגטסט אז ער פארקויפט מער סתם געשויסען די גרעסטע ראי׳אז ער איז נישט מצליח אז ער קען נישט שטיין סטעבל אויף איין פלאץ אויב געדענקסטו ווען ער האט אנגעפאנגען מיט 2 מאגעזינען איין פין רבי׳ס אין איין פון גויםנאכדעם האט ער עס ציזאמגעשטעלט פאר איין גרויסע זאך נאכדעם האט ער אינגאנצען אויפגעגעבען אין ער האט פראבירט אויפציעפענען אן איזרעלי מאגעזין וואס איךמיין אז ער האט שוין אויך אויפגעגעבן אין יעצט פראבירט ער א נייע זאך בשעת די גאנצע צייט שטייט די וואך סטאביל אין געט ארויס הערליכע זאכען ווי די זומער די יאר וכדומה.

אין דעס וואס די שרייבסט אז די וואך האט זיך געפענט מיט איין איינציגע ציל צי טשעפענן צד מהרז׳׳ל באבוב 48 אין קלויזענבורג איז א נארישע קינדעראישע סטעטמענט קענסט מיר זאגען פארוואס זאל הערשי רבונשטיין א פאפא חסיד אינוועסטען שווערע טויזענטער׳ס זיך צירייצען מיט באבוב אין סאטמער די האסט סתם געשאסען א נארישע סטעטמענט , ער האט עס געפענט ווייל ער האט נישט געוואלט זיין משועבד אינטער א איזרעלי מאגעזין כל העולם כולו וואס פארשטייט נישט די אמעריקאנע סטיילס האט ער געפענט אליין אין נאכדעם האט ער שוין געטשאסט מיט וועם ער פארט בעסער צו מיט 48 צו 45 צו מיט די זאלונים אדער ארוינים אין קיינער איז נישט ציקריגט מיט עם נישט בעלז נישט סערט וויזניץ נישט אהרן ברוך ליבוביץ ,
אין ער האט נישט געטוען קיין שום שלעכטע פעלות פארווער עס האט נישט געוולט האנדעלען מיט עם אויב עפעס איז די בלוק דער וואס שלאגט זיך מיט יעדעם איינעם די וואך פאטאגראפירער זענען נארמאלע מענשטען איידעלע מענטשען טשעפענען נישט קיינעם שטעלן זיך צו צו די תקנות פון יעדע פלאץ (יא פלעש נישט פלעש וכו׳) מה שאין כן די בלוק פאטאגראפירער זענען חיות אין שלאגען זיך מיט יעדעם איינעם וואס זאגט עם א ווארט בעיני ראיתי ווי אזוי זייער א פאטאגראפירער דערלאנגט א פראסק פאר א 55 יערגע איד וואס האט עם ציגעדעקט קעמרע פארן כאפען פיקטשערס פון פרויען ביי א רעבישע שמחה
אין האק נישט קיין טשייניק הערשי איז נאך זייער פאפולאר אין ער מאכט א פיינע ארבעט א קעגען די בלוק
אין לגבי די מאמענט וועלען מיר זען וואס ער וועט א הער שטעלען אבער אויב די זעלבע מענטשען וואס זענען געווען אינוואלווד ביז יעצט גייען דעס ארויס געבען אן העלף פון אינדרויסען געב איך עס שטערקע טשענסעס אז עס וועט זיין א דורכפאל

האלאו חביבי איך בין זייער רואיג
עס קוקט אויס וואו די פארשטייסט נישט ריכטיג צו קיין מארקעטינג
א בליק שטייט אינטער די גרעסטע אידישע ביזנעס קעפ הרב ר' איתמר גינזבערג און הרב רבי יואל הלוי קרויז. און די מהלך איז געווען פינקט פארקערט וואו די פארשטייסט און די זעהסט אז עס האט געארבייט. ווען נישט וואלסטו און נאך פילע נישט אזוי געשוימט און געפרואווט צו לייקענען די פאקטן וואו שטארק א בליק איז היינט צוטאג'ס
אדרבה גיי מאך ריסערטש
נ.ב. דאס וואס די זאגסט אז א בליק האט געעפענט א מאגאזין אין א"י און האט עס פארמאכט אדרבה פון דא ווייזטו ארויס דיין אומבאקאנטשאפט אין די פעלד. א בליק'ס מאגאזין אין א"י שטייט נאך אלץ אין א"י און אדרבה גייט אין אייער לאקאלע געשעפט און קוקט אויבן לינקס פון "הציבור החרדי" וועט איר דארט זעהן אין קליין די לוגו פון א בליק, וואס מיטן מאכן 1 טעלעפאון רוף קיין א"י וועט איר פון יעדעם הערן אז דאס איז כהיום די שטערקסטע בילדער אויסגאבע אין א"י. אויף אזוי ווייט אז געוויסע פאררעכענען דאס אפילו פאר די קאנקורענץ פון די בקהילה
סאו יעצט איז א בליק צוגעקומען צו זייער מאקסימום מיטן איבערנעמען די היימישע ליין מארקעט בס"ד
ווער עס פארגינט נישט זאל נאר ווארטן און וועט שוין זעהן אז ער אליין וועט זיך אויך נישט קענען איינהאלטן און נאכן זעהן די דעקליך פון די נייע מאמענט וועט ער ארויסלויפן און עס קויפן און וועט זיך באלעקן די פינגער
וועיט און סי, אשאהד צו פראבירן אראפצוברעכן איידער מען ווייסט וואס טוט זיך

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 6, 2014 6:59 pm

· #194942
איז דא ערגעץ ווי מען קען באקומען אפדעיטס איבער דעם נייעם מאגאזין? אפשר טוויטער?

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 6, 2014 7:06 pm

· #194946
טויש דיין ניק צו "בליק".
מ'טענהט זיך דא שטותים על גבי שטותים. קינד און קייט ווייסען אז "די וואך" איז א הייסע אייטעם, משא"כ "בליק" וואס שנים מעיר ואחד ממשפחה קויפן דאס. אזוי איז עס, נישט קיין חילוק וויפיל "הרב'ס" שטייען אונטער אדער העכער דעם. דאס איז וואס יעדער "זעהט אויף צוריק".
בנוגע דעם עתיד, מיטן נייעם "מאמענט" איז אוודאי נישט שייך צו אמפערען, ניתי מאמענט ונראה. געב עס א חודש צוויי ביז דו זעהסט א מעלדוג אז "צוליב טעכנישע פראבלעמען איז דער מאמענט נישט ערשינען..." דאן וועסטו מסביר'ן פארוואס ס'גייט נישט. אבער זיך טענה'נען פון פאראויס האט ממש נישט קיין פשט.

signout » זונטאג אפריל 6, 2014 7:29 pm

· #194952
דער בליק האט אויך געהאט א וועבזייט, קעגן זשעי די ען וואס איז ארבעט מיט די וואך

זעהט אויף פאראויס » זונטאג אפריל 6, 2014 7:45 pm

· #194954
קאווע טרינקער
טויש דיין ניק צו "בליק".
מ'טענהט זיך דא שטותים על גבי שטותים. קינד און קייט ווייסען אז "די וואך" איז א הייסע אייטעם, משא"כ "בליק" וואס שנים מעיר ואחד ממשפחה קויפן דאס. אזוי איז עס, נישט קיין חילוק וויפיל "הרב'ס" שטייען אונטער אדער העכער דעם. דאס איז וואס יעדער "זעהט אויף צוריק".
בנוגע דעם עתיד, מיטן נייעם "מאמענט" איז אוודאי נישט שייך צו אמפערען, ניתי מאמענט ונראה. געב עס א חודש צוויי ביז דו זעהסט א מעלדוג אז "צוליב טעכנישע פראבלעמען איז דער מאמענט נישט ערשינען..." דאן וועסטו מסביר'ן פארוואס ס'גייט נישט. אבער זיך טענה'נען פון פאראויס האט ממש נישט קיין פשט.

אזוי וואו די האסט אליין געשריבן ניתי מאמענט ונראה. גיב עס עטליכע טעג און מען וועט זעהן! (איך בעט דיר נאר אויב די וועסט עס קויפן ביטע באהאלט עס נישט און שרייב מיר עס אין אישי, א דאנק)

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 6, 2014 8:17 pm

· #194955
זעהט אויף פאראויס

איך בעט דיר נאר אויב די וועסט עס קויפן ביטע באהאלט עס נישט און שרייב מיר עס אין אישי, א דאנק

ניין.
איך ערפיל נישט בקשות פון ניקס וואס קומען דא פאר בלויז איין אגענדע.

איש עברי » זונטאג אפריל 6, 2014 8:22 pm

· #194956
מחקתי

אפטעמיסט » זונטאג אפריל 6, 2014 8:28 pm

· #194957
העי, נישט שיין צו טשעפענען אזוי. ווי @רויטע וואנצעס שרייבט, גייט מיר נישט אריין אין קאפ וועלכע סארט פארשוינען קויפן די נארישע בנעישיק מאגאזינען, אבער איך זעה אויף פאראויס אז אונזער "בליק" אדוואקאט וועט נאך זיין א פיינעם מעמבער, פארוואס זיך קריגן?

טיטאניק » זונטאג אפריל 6, 2014 9:08 pm

· #194966
מיר געפעלט די רעיון פון דער פיקח ראבין צי נעמען דער איייגען געקרוינטע חכם גינזבערג און דער שנארער בלאפער קרויז פאר יועצים
ער האט נאך א געלט שותף אויך און שנארעט נאך צדקה צי די זייט
דער ראבין האט מיר פשוט משכנע געווען אז ער דרייט מיליאנען
און דער גינזבערג וואס טיילט עם עיצות מיז טאקע זיין דער וועלטס חכם
אויב איז ער דער יועץ פון די ביכעלע א בליק וואס יעדער איד אין די וועלט קויפט מיז זיין אז יש בגינזבערג עפעס מער ווי סתם
מצא מין את מינו
דמיונות פאנטאזייס און חובות פליען אין די לופטען
מען קען קוים אטעמען פון די פארפעסטעטע לופט

זעהט אויף פאראויס » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:40 am

· #195001
זעהט אויף פאראויס
קאווע טרינקער
טויש דיין ניק צו "בליק".
מ'טענהט זיך דא שטותים על גבי שטותים. קינד און קייט ווייסען אז "די וואך" איז א הייסע אייטעם, משא"כ "בליק" וואס שנים מעיר ואחד ממשפחה קויפן דאס. אזוי איז עס, נישט קיין חילוק וויפיל "הרב'ס" שטייען אונטער אדער העכער דעם. דאס איז וואס יעדער "זעהט אויף צוריק".
בנוגע דעם עתיד, מיטן נייעם "מאמענט" איז אוודאי נישט שייך צו אמפערען, ניתי מאמענט ונראה. געב עס א חודש צוויי ביז דו זעהסט א מעלדוג אז "צוליב טעכנישע פראבלעמען איז דער מאמענט נישט ערשינען..." דאן וועסטו מסביר'ן פארוואס ס'גייט נישט. אבער זיך טענה'נען פון פאראויס האט ממש נישט קיין פשט.

אזוי וואו די האסט אליין געשריבן ניתי מאמענט ונראה. גיב עס עטליכע טעג און מען וועט זעהן! (איך בעט דיר נאר אויב די וועסט עס קויפן ביטע באהאלט עס נישט און שרייב מיר עס אין אישי, א דאנק)

סאו ביזטו דאך מודה ווער עס איז איינזייטיג! די גייסט נישט מודה זיין אפילו די וועסט איינערקענען אז די האסט דיר טועה געווען! נישט שיין, נישט קיין אידישע מידה,

חביבי » מאנטאג אפריל 7, 2014 1:43 am

· #195005
זעהט אויף פאראויס
חביבי
זעט אויף פאראויס.. די בארואיג דיך אויך אין שרייב נישט קיין שטותום
די בליק האט גארנישט באוויזען די לעצטע דריי יאר חוץ מיסע גרעפיקס אין נישט קיין זאכליכע בילדער, הייבטס זיך נישט דעס וואס די זאגטסט אז ער פארקויפט מער סתם געשויסען די גרעסטע ראי׳אז ער איז נישט מצליח אז ער קען נישט שטיין סטעבל אויף איין פלאץ אויב געדענקסטו ווען ער האט אנגעפאנגען מיט 2 מאגעזינען איין פין רבי׳ס אין איין פון גויםנאכדעם האט ער עס ציזאמגעשטעלט פאר איין גרויסע זאך נאכדעם האט ער אינגאנצען אויפגעגעבען אין ער האט פראבירט אויפציעפענען אן איזרעלי מאגעזין וואס איךמיין אז ער האט שוין אויך אויפגעגעבן אין יעצט פראבירט ער א נייע זאך בשעת די גאנצע צייט שטייט די וואך סטאביל אין געט ארויס הערליכע זאכען ווי די זומער די יאר וכדומה.

אין דעס וואס די שרייבסט אז די וואך האט זיך געפענט מיט איין איינציגע ציל צי טשעפענן צד מהרז׳׳ל באבוב 48 אין קלויזענבורג איז א נארישע קינדעראישע סטעטמענט קענסט מיר זאגען פארוואס זאל הערשי רבונשטיין א פאפא חסיד אינוועסטען שווערע טויזענטער׳ס זיך צירייצען מיט באבוב אין סאטמער די האסט סתם געשאסען א נארישע סטעטמענט , ער האט עס געפענט ווייל ער האט נישט געוואלט זיין משועבד אינטער א איזרעלי מאגעזין כל העולם כולו וואס פארשטייט נישט די אמעריקאנע סטיילס האט ער געפענט אליין אין נאכדעם האט ער שוין געטשאסט מיט וועם ער פארט בעסער צו מיט 48 צו 45 צו מיט די זאלונים אדער ארוינים אין קיינער איז נישט ציקריגט מיט עם נישט בעלז נישט סערט וויזניץ נישט אהרן ברוך ליבוביץ ,
אין ער האט נישט געטוען קיין שום שלעכטע פעלות פארווער עס האט נישט געוולט האנדעלען מיט עם אויב עפעס איז די בלוק דער וואס שלאגט זיך מיט יעדעם איינעם די וואך פאטאגראפירער זענען נארמאלע מענשטען איידעלע מענטשען טשעפענען נישט קיינעם שטעלן זיך צו צו די תקנות פון יעדע פלאץ (יא פלעש נישט פלעש וכו׳) מה שאין כן די בלוק פאטאגראפירער זענען חיות אין שלאגען זיך מיט יעדעם איינעם וואס זאגט עם א ווארט בעיני ראיתי ווי אזוי זייער א פאטאגראפירער דערלאנגט א פראסק פאר א 55 יערגע איד וואס האט עם ציגעדעקט קעמרע פארן כאפען פיקטשערס פון פרויען ביי א רעבישע שמחה
אין האק נישט קיין טשייניק הערשי איז נאך זייער פאפולאר אין ער מאכט א פיינע ארבעט א קעגען די בלוק
אין לגבי די מאמענט וועלען מיר זען וואס ער וועט א הער שטעלען אבער אויב די זעלבע מענטשען וואס זענען געווען אינוואלווד ביז יעצט גייען דעס ארויס געבען אן העלף פון אינדרויסען געב איך עס שטערקע טשענסעס אז עס וועט זיין א דורכפאל

האלאו חביבי איך בין זייער רואיג
עס קוקט אויס וואו די פארשטייסט נישט ריכטיג צו קיין מארקעטינג
א בליק שטייט אינטער די גרעסטע אידישע ביזנעס קעפ הרב ר' איתמר גינזבערג און הרב רבי יואל הלוי קרויז. און די מהלך איז געווען פינקט פארקערט וואו די פארשטייסט און די זעהסט אז עס האט געארבייט. ווען נישט וואלסטו און נאך פילע נישט אזוי געשוימט און געפרואווט צו לייקענען די פאקטן וואו שטארק א בליק איז היינט צוטאג'ס
אדרבה גיי מאך ריסערטש
נ.ב. דאס וואס די זאגסט אז א בליק האט געעפענט א מאגאזין אין א"י און האט עס פארמאכט אדרבה פון דא ווייזטו ארויס דיין אומבאקאנטשאפט אין די פעלד. א בליק'ס מאגאזין אין א"י שטייט נאך אלץ אין א"י און אדרבה גייט אין אייער לאקאלע געשעפט און קוקט אויבן לינקס פון "הציבור החרדי" וועט איר דארט זעהן אין קליין די לוגו פון א בליק, וואס מיטן מאכן 1 טעלעפאון רוף קיין א"י וועט איר פון יעדעם הערן אז דאס איז כהיום די שטערקסטע בילדער אויסגאבע אין א"י. אויף אזוי ווייט אז געוויסע פאררעכענען דאס אפילו פאר די קאנקורענץ פון די בקהילה
סאו יעצט איז א בליק צוגעקומען צו זייער מאקסימום מיטן איבערנעמען די היימישע ליין מארקעט בס"ד
ווער עס פארגינט נישט זאל נאר ווארטן און וועט שוין זעהן אז ער אליין וועט זיך אויך נישט קענען איינהאלטן און נאכן זעהן די דעקליך פון די נייע מאמענט וועט ער ארויסלויפן און עס קויפן און וועט זיך באלעקן די פינגער
ו ועיט און סי, אשאהד צו פראבירן אראפצוברעכן איידער מען ווייסט וואס טוט זיך

וואס איז א חילוק ווער עס שטייט אינטער די דורכגעפאלענע בלוק צו די גרעסטע אידשע מארקעטינג עקספערט צו איינס פאר די גרעסטע, ער האט יעצט נאך א טשענס אין לאמיר זען וואס ער וועט אהער שטעלן
אבער פליס הער אויף צו שרייבען ליגענט אין שטתום ווייל דעס קען איך אויך

חיהעכיחעדע עעשכהכ כעיידייל מגעכנע === פליס הער אויף צי שרייבען שטותום ווייל די זעסט אז איך קען בעסער

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:06 pm

· #195150
איך האלט אז קויפן א בילדער צייטונג איז ע וועיסט אף מאני, עס אינטרעסירט מיך ווייניגער פון ווייניג צו פאפא רבי האט געגעסן עפל אדער לאקשן קוגל היינט, צו צו די באבובער רבי אדער קלויזנבורגער רבי אדער גאר סאטמארע רבי האבן היינט געהאט א ווייסע פודזשמע בעקיטשע אדער א גרינע מיט פינקע סטרייפס אויף דעם.
למעשה האט הקב"ה אזוי געפירט אז טוה אין עדווערטייזמענט ַ& מארקעטינג און איך קען אייך זאגן קלאר אז א בליק איז זייער מצליח, זיי נעמען מער געלט ווי דיוואך פארן עד, אדרבה זייט בודק פרובירט פלעיסן א עד, און דער עולם באצהלט.
די פאקט איז אז די וואך נעמט עס זייער שווער, ענד דעי דאונט העוו דע וועי טו הענדל איט, זיי פרובירן צו האקן צו דעים און יענעם, און צו מיר אויך, איך האב פרובירט זיי צופארשטיין געבן אז לא זו הדרך מען גייט נישט מצליח זיין אזוי
למעשה זיצט אין א בליק מער עלטערע מענטשן זיי קוקן אויף איין זאך וויאזוי קען מען די ביזנעס גרעסער מאכן, הייבן סעילס אד"ג.
אן דע פיונט אף טשעפענען קהילות זענען ביידע ווערט דאס געלט, איך פלעג זיך בעטן ביי הערשי רובינשטיין פאר זיין טובה זאל ער סטאפן אפען טשעפענען פאוערפאל קהילות ווייל יבוא יונה..
ער פלעגט לאכן איך האב געהאט זייער א סאך עד פלעיסמענטס וועלכע האבן נישט געוואלט לייגן ווייל ער מאכט פון דעם און יענעם ליצנות.
א בליק איז זיך אויך ווערד דאס געלט מיטן טשעפענען קהילות איינמאהל האט ער זיך גאר שטארק באנערישט.
די איצטיגע שריט גייט אים ארויפפירן זייער הויך איך האב גערעדט מיט א גרויסע שרייבער ער זאגט מיר איץ בומינג אוועי, דזשאסט פלעיס עדס אין דיס בוק

zurich » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:33 am

· #195157
אשר לעווין גייט דארט שרייבן?

זעהט אויף פאראויס » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:26 am

· #195164
zurich
אשר לעווין גייט דארט שרייבן?

לויט וואו איך האבן זיי אויפגענומען די רעסטע און פראפעסיונאלסטע הייממישע שרייבער'ס וואו חיים וויינבערגער (לעווי / בערגער) און פנחס גלויבער, און הרב יעקב שפיץ, אויך הרב אשר לעווין (לאבין) שרייבט דארט פארשידענע ארטיקלן. און אזוי ווייטער נאך א רייע פון די בעסטע שרייבער'ס פונעם היימישן ציבור

זעהט אויף פאראויס » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:30 am

· #195165
בערל_פרוכטבייסער
איך האלט אז קויפן א בילדער צייטונג איז ע וועיסט אף מאני, עס אינטרעסירט מיך ווייניגער פון ווייניג צו פאפא רבי האט געגעסן עפל אדער לאקשן קוגל היינט, צו צו די באבובער רבי אדער קלויזנבורגער רבי אדער גאר סאטמארע רבי האבן היינט געהאט א ווייסע פודזשמע בעקיטשע אדער א גרינע מיט פינקע סטרייפס אויף דעם.
למעשה האט הקב"ה אזוי געפירט אז טוה אין עדווערטייזמענט ַ& מארקעטינג און איך קען אייך זאגן קלאר אז א בליק איז זייער מצליח, זיי נעמען מער געלט ווי דיוואך פארן עד, אדרבה זייט בודק פרובירט פלעיסן א עד, און דער עולם באצהלט.
די פאקט איז אז די וואך נעמט עס זייער שווער, ענד דעי דאונט העוו דע וועי טו הענדל איט, זיי פרובירן צו האקן צו דעים און יענעם, און צו מיר אויך, איך האב פרובירט זיי צופארשטיין געבן אז לא זו הדרך מען גייט נישט מצליח זיין אזוי
למעשה זיצט אין א בליק מער עלטערע מענטשן זיי קוקן אויף איין זאך וויאזוי קען מען די ביזנעס גרעסער מאכן, הייבן סעילס אד"ג.
אן דע פיונט אף טשעפענען קהילות זענען ביידע ווערט דאס געלט, איך פלעג זיך בעטן ביי הערשי רובינשטיין פאר זיין טובה זאל ער סטאפן אפען טשעפענען פאוערפאל קהילות ווייל יבוא יונה..
ער פלעגט לאכן איך האב געהאט זייער א סאך עד פלעיסמענטס וועלכע האבן נישט געוואלט לייגן ווייל ער מאכט פון דעם און יענעם ליצנות.
א בליק איז זיך אויך ווערד דאס געלט מיטן טשעפענען קהילות איינמאהל האט ער זיך גאר שטארק באנערישט.
די איצטיגע שריט גייט אים ארויפפירן זייער הויך איך האב גערעדט מיט א גרויסע שרייבער ער זאגט מיר איץ בומינג אוועי, דזשאסט פלעיס עדס אין דיס בוק

לויט מיינע יעצטיגע אינטערהערן זיך האב איך באקומען אינפארמאציע אז די פסח אישו וועט ערהאלטן ארום 300 עמודים פון אינהאלט + א פעטע ליסטע מיט עד'ס וואס זענען אלע באצאלט געווארן פארן פולע פרייז, (זייער מארקעטער האט מיר פריער געזאגט אז זיי מיטשן זיך גאר שטארק מיט פלאץ פאר די שטארקע פלייץ מיט עד'ס זיי האבן זיך נישט געראכטן פאר אזא אנבאט / פארלאנג און וואו שטארק אויפגעכאפט עס וועט ווערן, און זיי פראבירן נישט איבערצוגיין זייער לימיט מיט עד'ס ווייל זיי ווילן נישט אז די ערשטע וואך זאל זיין צופיל עד'ס,)

אבי גערעדט » דינסטאג אפריל 8, 2014 8:07 am

· #195176
ווען דארף די ערשטע אויסגאבע זיין אויף די שעלפס?

זעהט אויף פאראויס » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:01 pm

· #195227
אבי גערעדט
ווען דארף די ערשטע אויסגאבע זיין אויף די שעלפס?

געהערט אז דארנעשטאג

signout » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:53 pm

· #195247
איך ווייס נישט וואסערע גיטע שרייבערס זיי האבען פאר די מאגעזין אבער דא אויף ק''ש האבען זיי נישט צו גיטע שרייבערס, זייער נישט פראפעשאנעל

זעהט אויף פאראויס » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:55 pm

· #195248
signout
איך ווייס נישט וואסערע גיטע שרייבערס זיי האבען אבער דא אויף ק''ש האבען זיי נישט צו גיטע שרייבערס, זייער נישט פראפעשאנעל

ווער זענען זייערע שרייבער'ס דא אויף ק"ש?

signout » דינסטאג אפריל 8, 2014 1:01 pm

· #195251
זעהט אויף פאראויס
signout
איך ווייס נישט וואסערע גיטע שרייבערס זיי האבען אבער דא אויף ק''ש האבען זיי נישט צו גיטע שרייבערס, זייער נישט פראפעשאנעל

ווער זענען זייערע שרייבער'ס דא אויף ק"ש?

👍

איך אויך » דינסטאג אפריל 8, 2014 1:04 pm

· #195254
איינער דא כאפט נישט א רמז עבה כפיל.

יאיר » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:00 pm

· #195268
ביטע לאכט מיך נישט אויס, אבער איך וויל אמת'דיג פארשטיין דער חילוק צווישן די בילדער מאגאזינען. וואס איז שוין שייך צו מחדש זיין, לייגן א בילד מיט פארגלייזטע אויגן אדער די הענט אין די הייך?
פון צייט צו צייט קומט מיר אויס צו זען די מאגאזינען, און גראדע האב איך גאנץ פיין הנאה דערפון. אבער איך זע נישט קיין עכטער חילוק צווישן איינס און די צווייטע.
אזוי אויך וויל איך פארשטיין ווי אזוי די מאגאזינען מאכן חוזק פון רבי'ס. איינמאל געדענק איך אז איינע פון זיי האט געהאט בילדער פון א באבוב'ער חתונה און די בילדער זענען געווען בלורי. דאס מיינט מען?

סאשי פיש » דינסטאג אפריל 8, 2014 2:26 pm

· #195271
@יאיר
יאיר
ביטע לאכט מיך נישט אויס, אבער איך וויל אמת'דיג פארשטיין דער חילוק צווישן די בילדער מאגאזינען. וואס איז שוין שייך צו מחדש זיין, לייגן א בילד מיט פארגלייזטע אויגן אדער די הענט אין די הייך?פון צייט צו צייט קומט מיר אויס צו זען די מאגאזינען, און גראדע האב איך גאנץ פיין הנאה דערפון. אבער איך זע נישט קיין עכטער חילוק צווישן איינס און די צווייטע.

עס ווענט זיך צו די בילדער זענען גוט געכאפט א גוטע פאז וכו" צו עס איז קלאר און אזוי ווייטער

אזוי אויך וויל איך פארשטיין ווי אזוי די מאגאזינען מאכן חוזק פון רבי'ס. איינמאל געדענק איך אז איינע פון זיי האט געהאט בילדער פון א באבוב'ער חתונה און די בילדער זענען געווען בלורי. דאס מיינט מען?

איך ווייס פן איין מעשה ווי משה וואלף קליין האט זיך געשטעלט אונטער סאטמער מהר"א און געמאכט א פאני פנים און די בילד איז ווי פארשטענטליך אריין אין די "בליק" אויסגאבע.