אנאנים ווען דיינע ווידיאוס איז געלייגט דורך טעפלאק קען איך דאס עפענען, א דאנק
אשכול אן א טיטל #6218
1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
אפטעמיסטדי אינטערוויו מיט אברהם פריעדמאן איז א מאסיווער ארטיקל! כ'האב געלייענט מיט דארשט יעדעס ווארט.
(אויסער דעם וואס ס'האט געשמעקט גאנץ היימיש...)
טאקע אזוי!
און אפשר רעדט דארט אברהם אביסל צופיל... נאך אלעם הייסט ער דאך אן ערנסטער מענטש און גוט ארויס אן ערנסטן צייטונג, דאן פארוואס האט ער זיך אזוי צולאזט? עס קוקט אויס ווי א מקוה גרעדעכטס, נישט זאכן וואס פאסט גדרוקט צו ווערן.
אויך זעט מיר אויס אז ער ווערט שוין אביסל אלט, אז ער רעדט אזויפיל צו א עפעס א יונגע פרישע מאגאזין. פארוואס האט איך אים נאך קיינמאל (לפי זכרוני) נישט געהערט אויף קול מבשר צ.ב.ש. אדער אנדערע ערנסטע אויסגאבעס, אדער אפילו ביי מסיבות, כ'שטעל זיך פאר אז מען אים שוין פיל געבעטן צו רעדן.
בכלל נישט. כ'האב הנאה געהאט און גענאסן פון יעדן ווארט! גארנישט צולאזט, אדרבה זאג מיר א משל וואס האט נישט געדארפט געדרוקט ווערן?
כ'האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל אבער כ'האב אויך געפילט ווי ער איז צולאזט, הגם ס'איז דעפרישענד צו הערן פון איינעם וואס זאגט עס אזוי ווי עס איז.
יואל אשר איז צירוק מיט א פעסקייט, אבער נאך ווי, אראפגעלייגט א הערילכע ארבייט מיטן באשרייבן רב וואזנער. ספעציעל די ארטיקל מיט ר׳ משה שאול קליין שליט״א איז הערליך שיין און אינפארמאטיוו.
אגב ביי די ארטיקל פון הבחור .. סאמעט ז״ל האט נישט אויסגעפעילט די מעשה מיטן באזיכן זיינע נעפיוס איין צופרי, איי מין קאם אן.....
אגב ביי די ארטיקל פון הבחור .. סאמעט ז״ל האט נישט אויסגעפעילט די מעשה מיטן באזיכן זיינע נעפיוס איין צופרי, איי מין קאם אן.....
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ליינענדיג דעם ארטיקל, און אברהם פריעדמאנ'ס געבאקענע מעשיות קען זיך עמיצן דאכטן אז ער איז דער אדם השלם. א לעבעדיגער מוסר ספר. איך קען איהם אלס א ביסעלע אן אנדער מענטש. א ביסל אראגאנט...שוין. נישט רעדן לשון הרע... 🙄
די מאמענט זאל זאפארט אויפהערן מעקן בילדער פון "גוים" ווייל ביז דאן קומט עס אי"ה נישט אריין אין מיין שטוב.
אז זיי וויל שטיל מאכן די משוגעים זאלן זיי טרעפן בעסערע סטראטעגיעס. די אומדערהערטע, קראנקע, אידיאטישע צענזורירן בילדער פון זכרים נעמט מיר אוועק די גאנצע טעם דערפון. א גרויל.
נעקסט פאנגען זיי אן א "פון פענע צום מאמענט" רובריק.

אפטעמיסטדי מאמענט זאל זאפארט אויפהערן מעקן בילדער פון "גוים" ווייל ביז דאן קומט עס אי"ה נישט אריין אין מיין שטוב.
אז זיי וויל שטיל מאכן די משוגעים זאלן זיי טרעפן בעסערע סטראטעגיעס. די אומדערהערטע, קראנקע, אידיאטישע צענזורירן בילדער פון זכרים נעמט מיר אוועק די גאנצע טעם דערפון. א גרויל.
נעקסט פאנגען זיי אן א "פון פענע צום מאמענט" רובריק.
גם אני מצטרף להנ"ל.
הק' נח בער
סארא מין מעשה איז דאס?
דער מאמענט זאל גאר זיין דער וואס איז פאראויס אין צוריקטרעטן?
קיין איין אנדערע אידישע אויסגאבע/צייטונג/זשורנאל/מאגאזין פארמאגט נישט דער קראנקהאפטער תקנה פון פארמעקן דעם צלם אלוקים אויסער דער מאמענט וואס איז געווענליך יא פאראויס אין אלע אנדערע תחומין אין תוכן וכד' כלפי די אנדערע קינדערישע און ליידיג פון אינהאלט אויסגאבעס.
וועם ווילן זיי דא געפעלן?
מיר האבן זיי כמעט פארלוירן!
זיי מעקן אויף אזא פאני פארנעם סיאיז אזוי אבוויוס פעך!!!
אין די מאמענטס "יש אומרים" קאלום לעצטע וואך, האט דער שרייבער זיך צעלאזט אין ציטירט עפעס א מאדנע אויסברוך און טוץ פון קללות א שטייגער ווי פץ שמאק טיפוש אדג., אינטערעסאנט ער האט נישט גענוצט די שם של ארבע אותיות אויך... די וואך איז געדריקט אזא כמו אנטשולדיגונג פון די רעדאקציע. לכאורה צוליב יענע ציטאט. וואטעווער.
וואס איז די רעדע אין לאבין׳ס קאלום איבער די וועלכע קריטקירן דורשו?
איינער האט געליינט די מאמענט פון די וואך ? זיי ברענגען אראפ פון איינעם הרב פיש אז ס' קימט א חורבן אויף אמעריקא , מען דארף לויפן אויף ארץ ישראל בעפאר ס' צו שפעיט , ביז צוויי חדשים איז אמעריקא היסטארי....
און רימינוב'ער רבי איז ביי דיר גארנישט?? 😂 😂
געוואלדיגאון רימינוב'ער רבי איז ביי דיר גארנישט?? 😂 😂
הממ. רימינב'ער רבי דערשרעקט מיר גראדע יא אביסל ווייל ביי לייבי קלעצקי האט ער געשיקט זיינע חסידים צו די פונקליכע גאס ווי לוי ארון וואוינט און זיי געהייסן דארט זיכן סא עפעס זאגט ער 😉
סיריעסלי?
כהאב נישט ליב צו זאגן קריטיק אבער כהאב די ערשטע מאל געקויפט די מאמענט.
כבין געוועהן שאקט א פלענע זייפן בלאז זייער גוטע טערעסאנטע העידליינס אבער די ארטיקעל אליין חלשות ממש שרעקליך געשריבן.
וואס איז פשט ? איז עס נאר ביי מיר אזוי ?
כבין געוועהן שאקט א פלענע זייפן בלאז זייער גוטע טערעסאנטע העידליינס אבער די ארטיקעל אליין חלשות ממש שרעקליך געשריבן.
וואס איז פשט ? איז עס נאר ביי מיר אזוי ?
מאלן וואסער איז אויך א קונץ.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב נישט געוואוסט אז די רעפארמע געבן ארויס די אלע צייטינגן
קאצקע ציקער
סיריעסלי?
קאצקע ציקער: די מימרות פון הרב אייזן איז די באוואוסטע קאנסיפירעסי טעאריע, וואס זייערע אנהענגערס און נאכפאלגערס זענען פון די גרעסטע שונאי ישראל און אנטיסעמיטן. סיי די באהאלטענע און סיי די אפענע. די זעלבע ברואים וועלכע פרעדיגן אז אמעריקע וועט פארוואנדלט ווערן אין איין גרויסן קאנצענטראציע און מארד לאגער, די זעלבע חיות טרף האלטן אז די אידן האבן אנגעשטעלט די 9/11 וואוירלד טרעיד סענטער באמבארדירונגען. ס'איז מיר נאר א חידוש אויף די רעדאקטארן פונ'ם מאמענט אז זיי האבן לעצטנס אריינגעברענגט נארישע און אבערגלויביגע, קרי בעיבישע טעאריעס און באבע מעשיות פון דיבוקים ,אפאקאליפטישע בויך סברות און געבאקענע מעשיות.
[ציטאט אראפגענומען]
זיי קענען טאקע נישט באשרייבן ציונית אגודה וכדומה, אבער לעומת זה קומט צו אסאך באשרייבונגן וועגען זיין אנטי ציוני-אגודה, הפגנות וכו'.
סוכ"ס איז דאס א שוואכע תירוץ נישט צו קעען צושטעלן עפעס זאכליך.
איך זעה נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט זיי, עס קוקט מיר נישט אויס ווי סתם געמאלן וואסער. אבער פון מיר איז נישט קיין ראי', איך בין נישט דער גרויסער דזשורנאליסט און פארשטייער דערצו.
איך גלייך דער יש אומרים, די קליינע נייעסלעך, און די ביזנעס אפטיילונגען גאר שטארק. די אינטערוויואס אויכעט, ווילאנג עס איז נישט צו פערסאנעל.
קען זיין אז וויבאלד אנהייב האבן זיי גענומען די "באמבע" טאפיקס, און יעצט פארגלייכט מען עס צו די ערשטע פאר אויסגאבעס, איז עס טאקע אביסל דיסעפוינטינג, אבער אין דורכשניטליך איז עס גאנץ פיין.

נודה ביהודה.
ונבנתה העירנודה ביהודה.
נהלל, נודה ונהלל
אה זיי ציען שוין ציריק דעי חברה , זיי האבן מסתם באקימען אסאך קאמפלעינס אויף זייער צודרייטע ארטיקל איבער משיח פארגלעטן זיי עס יעצט
ירח בן יומוונבנתה העירנודה ביהודה.
נהלל, נודה ונהלל
ירח בן יומו: ס'איז א שיינע מליצה. אבער מ'דארף וויסן דעם חילוק פון נודה ביז נודע. כ'גלייב נישט אז ר' יחזקאל לנדא, אב"ד דק"ק פראג האט נישט געוואוסט דעם חילוק. אדער ס'איז איהם נישט אנגעגאנגען... 🙄
ליפא
גייט נאך מיט די זעלבע גלעזער פין דעלמאטס ביז היינט?!
איך בין צודרייט פאר דעם מיכאל ארטיקל. שוין לאנג נישט געלייענט אזא צויבערהאפטע , געשמאקע און דורכדרינגליכע אינטערוויוא וואס ברענגט ארויס אלע זייטן מראשית ימיו עד עתה.
צום מאמענט: כה לחי! ווי ניעד מאר.
און אגב האט איך זיך געריסן פאר געלעכטער פון דעם אינטערוויוא מיטן ADHD קינד....
צום מאמענט: כה לחי! ווי ניעד מאר.
און אגב האט איך זיך געריסן פאר געלעכטער פון דעם אינטערוויוא מיטן ADHD קינד....
פארן middle age דור איז עס ממש א מחיה אביסל זיכרונות פין יענע צייט40/45 יאר ציריק
.
.
אין די פארגאנגענע אויסגאבע באשרייבט ער ביזנעס - ווי אויך דאס לעבן - אין טשיינע. א אינטערוויו מיט 3 אידן וועלכע געפינען זיך דארט אפט. צום סוף שרייבט ער אז די כינעזער טוען רעספעקטירן אידן. און עס וואלט געווען כדאי אז היימישע אידן זאלן אנהויבן טראכטן פון זיך אהינציען פערמאנענט, און דאס זאל זיין די קומענדיגע סטאנציע אין גלות...
עס האט א זייטיגע מעלה פאר אידן (וואס ער שרייבט נישט אינעם אויסגאבע) אז דער אינטערנעט דארטן איז לכתחילה געפילטערט, מען קען זיך שפארן די הוצאות פון משומר מיט וועדי האישור א.א.וו.
אבער במחילת כבוד השרייבער האט ער נישט גענומען אין באטראכט אז א איד קען נישט וואוינען אין כינע צוליב אן אנדערע סיבה: מניעת מצוות פרי' ורבי'. די קאמוניסטישע רעגירונג ערלויבט נישט צו האבן מער ווי איין קינד.
אנדערע חסרונות: די פאלושען איז געפערליך, די טרעפיק איום ונורא, און פאר שווינדלערייען מיט טעקסעס באקומט מען טויט שטראף.

איינער שרייבט מיר פריוואט אז מען דארף נישט מורא האבן. וועגן די קינדער גזירה איז פאראן רעליגיעזע אויסנאמען, פאלושען איז בעיקר געפערליך אין די הויפט אינדוסטריאלע שטעט ווי בעזשינג, און פיינעלי, ווער עס גייט אהין זאל טאקע צאלן ערליך די שטייער..!!
בלייבט נאר איבער צו מברר זיין וויאזוי קוגל, גאלא און געפילטע פיש ווערט געזאגט אין כינעזיש. @אפטעמיסט?
דער סיכות אויסגאבע פון די מאמענט האב איך געשפענדעט און געקויפט ווייל איך האב דא געזעין אז זיי רעדן וועיגן די ענין פון בולי'ס "רודפים" זייער שיין, אבער אלע ארטיקלעך האבן עפעס א אייגענארטיגן וועיג ווי זיי בלוזען אויף אלעס, אפילו זייערע עד'ס צעינליגע בלעטער געווידמענט פאר די אזוי פארהאסטע כוללים, ועוד יעדע נערישער אינגערמאן וואס האט עפעס צי פארקויפן אראפלייגן ווי בשבילו נברא העולם, און יעדע רעבי'ל בשבילו נברא 'כל העולם כילו', און מאכן פונעם קאלעווער א משה רעיה מהמנא, גיב מיר א ברעך.
די וואך האבן זיי א מאסיווע ארטיקל פאר די קאווער סטארי.
און וואס זאגט ער טאקע וועגן 'ראסיזם במחנינו'?
ק/פ
ווער האט שוין געזען דעם היינטיגן מאמענט?
יצחק וויינשטאק האקט שטיקער אויפ'ן באלעמער וועגן די מערסט-אקטועלע טעמע יעצטיגע טעג ביי אידן איבער דער וועלט; אליעזר ראזען מיט זיינע שילדערונג-כוחות מאכט דעם ליינער שטוינען וועגן דעם געהויבענעם דמות און טייערן מהות פון עזרא חיים פאנעט, דער חסידישער גר צדק; איינער פון אונזערע פעשע שרייבער האט דעליווערט א שמאלץ-פעטיגע ארטיקל וועגן רדיפות אויף איבערוואגיגע קינדער און ערוואקסענע (אין ווייטערדיגע סעריע פון די 'רודפים' בוליען פראיעקט); שאול לעזער אנטשיידט אינטערעסאנטע 'פתרונות' ווי אלעמעל און 'הימל און ערד' שטורעמט אן א צאל; און די גאנצע 'ביזנעסלאנד' מיט אירע הערליכע קאלומס זענען ווי יעדע וואך באלערנד און פיל מיט חידושים. דאס איז נאך בעפאר מ'קוקט אריין אין די אנדערע צוויי ביכלעך, פרויען און קינדער אפטיילונגען וואס ווערט נאר שענער און בעסער, און פול מיט הערליכע סחורה פעידזש נאך פעידזש.

גראדע זייער אינטערסאנט זיין פערספעקטיוו אויפ'ן היימישן לעבנסשטייגער, די געפילן פון א גר וויאזוי ער ווערט אויפגענומען, און וויאזוי ער באווייזט זיך איינצוגלידערן אין א פרעמדע וועלט.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
.
שמעקעדיגאין די פארגאנגענע אויסגאבע באשרייבט ער ביזנעס - ווי אויך דאס לעבן - אין טשיינע. א אינטערוויו מיט 3 אידן וועלכע געפינען זיך דארט אפט. צום סוף שרייבט ער אז די כינעזער טוען רעספעקטירן אידן. און עס וואלט געווען כדאי אז היימישע אידן זאלן אנהויבן טראכטן פון זיך אהינציען פערמאנענט, און דאס זאל זיין די קומענדיגע סטאנציע אין גלות...
עס האט א זייטיגע מעלה פאר אידן (וואס ער שרייבט נישט אינעם אויסגאבע) אז דער אינטערנעט דארטן איז לכתחילה געפילטערט, מען קען זיך שפארן די הוצאות פון משומר מיט וועדי האישור א.א.וו.
אבער במחילת כבוד השרייבער האט ער נישט גענומען אין באטראכט אז א איד קען נישט וואוינען אין כינע צוליב אן אנדערע סיבה: מניעת מצוות פרי' ורבי'. די קאמוניסטישע רעגירונג ערלויבט נישט צו האבן מער ווי איין קינד.
אנדערע חסרונות: די פאלושען איז געפערליך, די טרעפיק איום ונורא, און פאר שווינדלערייען מיט טעקסעס באקומט מען טויט שטראף.
זעט אויס אז כינע האט געליינט מאמענט, זיי האבן היינט געטוישט געזעץ אז מ'מעג האבן 2 קינדער. קען מען שוין אהינגיין
ליפאזעט אויס אז כינע האט געליינט מאמענט
😂 😂
פרשת חיי שרה
.
.
פרשת תולדות
.
.
.
נישט געוואוסט אז בר מצוהס האבן א סעזאן.
כ'האב אויך נישט געוואוסט... דאס איז א ספעציעלע אויסגאבע פאר בר מצווהס וואס קומען פאר דווקא אין דעם איצטיגן סעזאן תשע"ו אדער סתם אן אויסגאבע וואס טאטעס זאלן האלטן ביז דער זון ווערט בר מצוה און געבן אלס מתנה? וואס איז דא דער געדאנק? (פון שטאנדפונקט פון מארקעטינג)
מזל טוב! "מאמענט" מאכט בר מצוה!
צום ערשטן מאל אין דער אידישער שפראך שטעלט "מאָמענט" אהער א ספעציעלע "בר מצוה אישו" מיט א גאר רייכן אינהאלט וואס דעקט אלעס אנבאלאנגט בר מצוה מאכן א קינד, פון די סאמע ערשטע הכנות ביז'ן עפענען די מתנות און אלעס אינצווישן. האט איר א 12, 13 אדער 14 יעריגן בר-מצוה בחור'ל? זענט איר א "געוועזענע" בר-מצוה בחור, אדער סתם אזוי א ליינער וואס גלייכט קלאסישע רייכע ליין-מאטעריאל? די מאמענט "בר מצוה אישו" איז פאר אייך!
בתים און תפילין, זכרונות און נאסטאלגיע, זאַלן און תקנות, צוגרייטונגען און הוצאות, חינוך און הדרכה, עצות און טיפס, פראקטיש און אינפארמאטיוו, רירנד און שפאנענד, אלעס אין מאמענט'ס "בר מצוה נומער", וועלכע וועט אוועקגעלייגט ווערן אין שאפע. א "קאלעקטארס אייטעם" פאר עלטערן און בר-מצוה בחורים!
א רייכער אנווייז-ביכל איבער די טעכנישע דעטאלן פון א בר מצוה פון א' ביז ת'; א גאר אינפארמאטיווער אינטערוויו מיט הרב אהרן ישראל קאהאן, ארויסגעבער פון די 19 נאסטאלגישע "שמע בני קאסעטעס" און מחבר פון דעם אויפגעכאפטן "תפלה בכוונה" סידור אין אידיש; חינוך טיפס פון ערפארונג מיט'ן מחנך הרב שאול יחזקאל פאנעט פון "בחור כהלכה" – א "מוז" פאר יעדן בר-מצוה טאטע און בר-מצוה בחור; א שפאציר צום גלאררייכן אבער איינפאכן בר מצוה פון 40 יאר צוריק מיט'ן שריפטשטעלער ר' הערשל פריעדמאן; א לעבעדיגער שמועס מיט עלטערן פון די ספרדי'שע יונגל-דרילינג וואס מאכט בר מצוה קומענדיגע וואך; אן "אפענער שמועס" מיט'ן חתן הבר מצוה אליין איבער זיינע קליינע דאגות; מעמוארן פון געוועזענע בר מצוה בחורים, די רירנדע בר מצוה פון 75-יעריגע זקנים, מקורות פון דעם הוט און דעם פשעטל, און פיל נאך – אין מאמענט'ס עקסקלוסיוו בר מצוה אישו.
לויפט און קויפט! איר וועט פריש געניסן דערפון ביי יעדע צוקונפטיגע בר מצוה!

איז דעס די וואכעדיגע אויסגאבע אדער ס' קימט א עקסטערע?
@שמעקעדיג איך האף אז די באקומסט א פע"י טשע"ק פאר דער תגובה.
לית דין בר נש@שמעקעדיג איך האף אז די באקומסט א פע"י טשע"ק פאר דער תגובה.
איך מיין אז ס'איז אפיציעל פון מאמענט אליין עס איז ארומגעפארן שוין אפאר טעג צוריק