אשכול אן א טיטל #6218
1017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
וועם דען ווילסטו זיי זאלען אינטערוויוען? פרעזידענט אבאמא?
סזייער גוט יודישע באקאנטע פיגורען
איך האב אבער געמיינט אז הערשעל איז שויון א פארגאנגענהייט, איינער הערט עם נאך? אמאהל איז ער געוועהן ממש א עבודה זרה מהאט געקויפט נאר וואס ער האט רעקעמענדעט, דעמאלסט איז ער געוועהן אינטערוויוט יעדע וואך אין א אנדערע צייטונג און מעגעזין
זאל איינער וואס קויפט עס לאזן וויסן צו זיי האבן געטוישט פאפיר. אויב נישט וועלעך עס לאזן אויף די געשעפט פאליצעס
[ציטאט אראפגענומען]
דאכט זעך אז ווען "דער בליץ" איז געבוירען געווארען איז הערשל מייזעלס אויך געווען פון די סאמע ערשטע ארטיקלעך וואס איז געווען אויפען קאווער
איך האב גארנישט קעגען און בְּעַד הערשל מייזעלס, אבער פארוואס מיזען די אידישע צייטינגען פּראָווען אז מיר קענען נישט גארנישט אויסער וואס קול מבשר זאגט?
פארוואס קען די משפחה המודיע המבשר וכו' האבען יעדע וואך פרישע סחורה אן איבערקייען אלטע עסען וואס זענען שוין ציקייעט און אראפגעשפלאשט געווארען 20 מאל?
יאלללא קימט אויף מיט עפעס פריש
אבער אני הקטן האב זיך שוין מייאש געווען פון אינזערע סאטמארע און סקווירא תלמידים די דומע קעפ וואס קענען גארנישט ווייסען גארנישט ניטאמאל ווייעסן זיי וויאזוי אנציהאקען א שווארצער און ארויס גיין אן קיין געזעצליכע פראבלעמען, גארנישט! דומע שמאלקעפיגע מוחות דחוקים!
א תוצאה פון זערא עדזשיקעישאן
גראדע געפעלט מיר די היינטיגע אויסגאבע
📎 IMG-20140430-WA0015.jpg
איז כלל ישראל טאקע אזוי ארים אז ס'פעלט וועם צו אינטערוויוען?
איך גיי כאפן א נאמען, (און איך וועל נישט סיין סורפרייזט אז אין די קומענדיגע וואכן איז דא אינטערוויו מיט אים)
ר' עזריאל טויבער, האט שוין איינער אינטערוויוט אמאל?
ר' הערשל קאהן פון RCCS
ר' שמשון לויבער פון ביקור חולים
ויש עוד ועוד
צו נעם סתם פיגורן פון קהלות, גרויסע עשירים, צו עסקנים, מייסדי ארגינעזאציעס וכו' וכו' וכו'
אהרי נאווי
יחזקל קופטייל
רחי פרייער (דורך איר מאן?)
אברהם פריעד
שלמה באכנער
קאהן פון חברים
הערשל וועבער
יענקי מייער
jack lew
זלמן ווידער
היימישע לויערס איבער געזעץ
מענדי ראזענבערג
איך גלויב אז מאמענט רעדאקציע וועט זיך מחיה זיין מיט די איידיעס דא
רויטע וואנצעס
זלמן ווידער
איך געב דיר פיפציג לייקס אויב ס'געלונגט אים
דער בליץ, אגב, באשרייבט די חודש די רעכניץ אימפעריע, נישט א שלעכטע איידיע
פלעין יודישרויטע וואנצעס
זלמן ווידער
איך געב דיר פיפציג לייקס אויב ס'געלונגט אים
איך האב געטראכט פון זלמן ווידער, אבער היות ער איז שוין לעצטענס געווארן אינטערוויוט דא ביי אונז, האב איך געקלערט ס'איז נישט אינטערעסאנט, חוץ אויב ער וועט לייגן א קלאוס אפ פיקטשער ווי מ'קען ציילן די האר פון די נאז...
געקויפט און שטארק הנאה געהאט, אגב איז די פאפיר אישו שוין פארראכטן, זייער א בא'טעמ'טע אויסגאבע לשיטתי (הגם איך ברעך זיך נאך אלץ קאפ ווי א בליק קומט דא אריין)
די חלק פון די קליידער איז געשריבן מיט א מאדנעם סטיל השקפה
איז עס דיקערע פאפיר?
מנשה לוסטיגדי חלק פון די קליידער איז געשריבן מיט א מאדנעם סטיל השקפה
דהיינו? אז זיי טרעפן נישט קיין מקור אויף שטיוועל?
sefishאיז עס דיקערע פאפיר?
שיינע דיקע פאפיר
יש"כ. האט מען יא עפעס אויפגעטון
שרייבעראיז כלל ישראל טאקע אזוי ארים אז ס'פעלט וועם צו אינטערוויוען?
איך גיי כאפן א נאמען, (און איך וועל נישט סיין סורפרייזט אז אין די קומענדיגע וואכן איז דא אינטערוויו מיט אים)
ר' עזריאל טויבער, האט שוין איינער אינטערוויוט אמאל?
ר' הערשל קאהן פון RCCS
ר' שמשון לויבער פון ביקור חולים
ויש עוד ועוד
צו נעם סתם פיגורן פון קהלות, גרויסע עשירים, צו עסקנים, מייסדי ארגינעזאציעס וכו' וכו' וכו'
מיך ורבים כמוני אינטרעסירט מער מייזעלס ווי קאהן און לויבער. דער מענטש האט גאר אסאך נאכפאלגער און מתנגדים.
עס איז אסאך בעסער באשריבן ווי האגער פאריגע וואך.
בכלל האלט איך זיי האבן געמאכט פארשריט. יתכן זיי וועלן פארשריגן ווערן פארן לייגן א בילד פון די פרוי (א פארווישטע) מיט די צוויי געקידנעפטע קינדער.
א פאטאלע טעות האבן זיי געטוהן פון לייגען בילדער נאר פון אדמור מהרזל. עטליסט אנהייב וואלטן זיי געדארפט זיין נייטראל.
זלמן ווידער וועט אויף קיין שום פאל נישט געבן אן אנטערוויו. פארגעסט דערפון.
געקויפט. געליינט. דערקוויקט.
די השקפה אינעם פסח אויסגאבע וועגן די קליידער, איז שוואכע מעשיות, זייער נישט געזונט ברוחניות, איך אלץ היסטאריקער זע צווישן די שורות זייער נישט גוטע השקפה
און איך זעה צווישען דיין השקפה אז דו ביסט נישט קיין היסטאריקער.
מאמענט האט אן אפטיילונג "קאווע צימער " איך האב א חשד אז.......
איך ווייס נישט וואס צו זאגן. איך האב פיינט צו קריטיקירן, אבער מאמענט די וואך האט מיר היבש דיסעפוינטעט. כעל נישט אריינגיין יעצט אין דיטעילס, ועוד חזון.
[ציטאט אראפגענומען]
עס וואונדערט מיר אז די דערמאנטסט נישט די גראבע דורכפעלער פון דעם ארטיקל צו וואס דו באציסט זיך, דהיינו אז עס פעלן גאנצעטע שטיקער פונעם ארטיקל, האסטו נישט באמערקט אז די לעצטע שורה פון איין קאלום ליינט זיך נישט ווייטער מיט די ערשטע שורה פונעם צווייטן קאלום?? די זעלבע פראבלעם חזר'ט זיך איבער ביי נאך פון זייערע ארטיקלן
על טעם וריח אין להתווכח,
ביי מיר איז טאקע אט דאס דער פראבלעם, ציהט אן מיט נייגעריגע קעפלעך, ריזיגע קידוש לבנה העדליינס, מען קען שוין מיינען וואס מען גייט דא געוואויר ווערן, און דערווייל פטר'ט ער זיך אפ מיט 5-6 פאראגראפן.
למשל, איך וויל זעהן ווי אזוי ארבעט דער פאסט אפיס? אה, אלע פאסט ווערט פראצעסירט אין א ספעציעלן פלאץ אויף א פארגעשריטענעם מאשין. פארטיג.... וואס איז דער חידוש?
גראדע די ארטיקל פון ר' עקיבא'ס תלמידים האט מיר יא געכאפט, פשוט צוליב דעם באמבע חידוש אז עס איז מעגליך אז די גאנצע "שלא נהגו כבוד זה לזה" איז נישט בפשטות ווי מיר מאכן עס, אבער אויסער דעם, גארנישט.
די נייעסלעך אנהויב איז פיל בעסער באשריבן אין סיי וועלכע צייטונג, ארטיקלען זענען ע"פ רוב באקאנטע ענינים אדער גאר קורץ באשריבן וואס גיט נישט צו צופיל ידיעות (די קעפלעך זענען אפט גרעסער און פארנעמען מער פלאץ ווי דער גאנצער ארטיקל), אזוי אז אין די ענדע קעיטערט ער נישט פאר קיינעם, די נייעס ליבהאבער טרעפן זיך בעסערע מקורות פון וואו צו ליינען די נייעס; היסטאריע ליבהאבער האבן בעסערע אויסגאבעס; קינדער אפטיילונג איז אויך איין גרויסע וויץ פון 2 בלעטלעך, (די ערשטע אויסגאבע איז כאטש געווען 5 חלקים, די איצטיגע איז בלויז 1), צו ליינען ווי אזוי זאכן ארבעטן אונטער די קוליסן (למשל פאסט אפיס) אי דער בליץ אסאך בעסער, און צו ליינען לענגערע ארטיקלען אדער אפהאנדלונגען קומט עס נישט צו צום שטערן/שפאקטיוו. בקיצור, עס וויל אריינכאפן די גאנצע וועלט, אבער קיינער גייט נישט ארויס צופרידן און זאט. אפשר זאל ער גלייבן אז "אלעס ביי איינעם איז נישטא ביי קיינעם".
חוץ דעם גייען מיר די גראפיקס אויף די נערוון. עס איז נישט פאר מיינע אויגן, באט איי געס אז אנדערע גלייכן דאס יא. איך האב ליב מער רואיגערע גראפיקס און קעפלעך.
עס איז די צווייטע וואך און עס הייבט אן זייגן בכח. האט איר באמערקט גלויבער'ס ארטיקל איבער אוקריינע איז חדשים אלט? ער האלט נאך ביי יאנוקאוויטש אלץ פרעזידענט. אויך אנדערע ארטיקלען זענען חאפ לאפ גרייזיג. אויך וואס איז איהם אזוי וויכטיק די פרויען אינעם יו ען אסעמבלי בילד אז די פרומע זאלן האבן וואס צו שרייען? בכלל פעלט שעפערישע ארטיקלען, קאפי און פעיסט איז נישט קיין קונץ.
לאמיר האפן עס וועט גיין צו בעסערונג.
[ציטאט אראפגענומען]
זעהט אויס אז אפילו די טשעק פאר די סוקרוקים האט אויך געקראכט
שפתים קישאקTM!
שפתים ישקקאווע טרינקערגעקויפט. געליינט. דערקוויקט.
דער מאמר "וויאזוי זענען די תלמידי רבי עקיבא נפטר געווארן" איז א קאפי פעיסט פון הרב ר' אברהם קורמאן ז"ל! דאס איז זיין טעאריע, זיינס א חידוש, און עס וואלט געדארפט קומען מיט א קרעדיט צום מקור.
וואס מיינט דער שרייבער? די ליינערס זענען חדר יונגלעך און האבן נישט די ספרים וואס ער האט?
אגב, די פרומערער עלעמענט האבן נישט ליב דעם טעאריע, ווייל עס צייגט קלאר אז בימים ההם האבן בני ישיבה - תלמידי רבי עקיבא - געדינט אין מיליטער!
עס איז נישט ר' אברהם'ס טעאריע, פריערדיגע רעליעגעזע ציונים האבן דאס שוין ערווענט.
יידלעס איז נישט ר' אברהם'ס טעאריע, פריערדיגע רעליעגעזע ציונים האבן דאס שוין ערווענט.
וואס איז פשט אז דער מאמענט האט נישט מורא געהאט צו שרייבן אזא קאנטראווערשאל נושא?
זע איך אין אנכי וועלט (קרעדיט: דענק שוין נישט) אז די וואכעדיגע מאמענט האט א גרויס בילד פון מהרז"ל (נו נגד רצונו), וואס איז זייער פלאן?
עס איז אין די "בליק", נישט אין די "מאמענט"
ווער פירט די 'מאמענט', א אנגענומענער פיגור???
גלויבער
כ'בין גאנץ איבערראשט אז פנחס גלויבער וואלט געשריבען אין אזא צייטונג וואס ביי זיי איז דער עקזיסטענץ פון מדינת א פעולה נמשכת פון "טרויער"
עס איז צוגעקומען די וואך א הערליכע נייע קאלום "פרשה מאמענטן" פונעם אלעמען באקאנטן חרדישע שריפט-שטעלער, הרב יואל אשר לעווין.
ער האט אנגעהויבן מיט צוויי רעכטע פיס קע"ה, א הערליכע שיינע רייכע ארטיקעל.
די ארטיקל פון 66 טרויער איז געווען ס'לעצטע מאמענט וואס כ'ליין
זיי מיינען אז צוליב דעם בענדדאון הוט פון שפירא איז אזא ארטיקל מער פראפעשענעל?!
קאווע טרינקערדי ארטיקל פון 66 טרויער איז געווען ס'לעצטע מאמענט וואס כ'ליין
זיי מיינען אז צוליב דעם בענדדאון הוט פון שפירא איז אזא ארטיקל מער פראפעשענעל?!
וואס האסטו געוואלט ער זאל לייגען
בענעט פון מזרחי? איז ער דאך גארנישט דיפרענט פינעם עמי.
מדינת ישראל האט נאר געברענגט צרות אויף די וועלט?! אזוי צו רעדן?!
קאווע טרינקערמדינת ישראל האט נאר געברענגט צרות אויף די וועלט?! אזוי צו רעדן?!
האסט נאך נישט די קדושה פינעם ציס''ע אהרן קדוש ד' וואס האט נישט געקענט הערן אזוינע רייד
זאלן זיי שרייבן וואס זיי ווילן.
מיינע פינף דאללער וועלן זיי מער נישט זעהן.
פאריגע וואך האבען עס די טייוועלט יידען געסטראשעט האט מען געברויכט איין וואך זיי אויך צופרידענשטעלן.
כ'פארשטיי שוין פארוואס די מאמענט קומט צוזאמען מיט די בליק. ביידע זענען מער בילדער ווי ווערטער.
די דירות ארטיקל איז נישט אוועקצומאכן. נאר צו קורץ.
האט נאך איינער באמערקט אז עפעס איז ארויסגעפאלן פון דעם דירות ארטיקל? , פאר ער הייבט אן שרייבן פון אשדוד, זאגט ער עפעס בערך אזוי; מיר וועלן רעדן פון צוויי ביישפילן פון געגענטער דא אין ניו יארק וואס וואלט זיך געקענט אויסארבעטן, וכו'.
און..... זיי פארן גלייך קיין אשדוד...
אויך פונעם אויספיר פון די ארטיקעל קוקט אויס אז עפעס פעלט דארט.
אינעם 'א בליק' האבן זיי געהאט די וואך א קורצע ארטיקל מיטן קעפל "האקענקרייצן?". דער שרייבער ברענגט ארויס א גוטע נקודה אז ווען א וואנזיניגער האט אביסל איבעריגע ספרעי פעינט און פירקלט אביסל גראפיטי, דרייט זיך איבער די וועלט און אלע פאלאטישאנס קומען ארויס עס צו פארדאמען. מען קען מיינען אז ממש דאס איז די סאמע הויפט פראבלעם וואס פלאגט דאס יהדות החרדית, אין די צייט וואס עס איז דא סאך גרעסערע פראבלעמען וואס מען ווארפט אונטער די קארפעט.
ברסלבער, איך האב אויך הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, זייער אמת.
לתועלת הקוראים בין איך עס דא מעתיק:
.
📎 האקענקרייץ.JPG
און שוין ווידער א בילד פון הרב האגער?
הכונו צו פרישע בקשת מחילה פלאקאטן.
.
📎 האגער.JPG
קאווע טרינקערמדינת ישראל האט נאר געברענגט צרות אויף די וועלט?! אזוי צו רעדן?!
עס איז א אנגענומענע מיינונג ביי א געוויסע קרייז וואס ענהאלט אין זיך א ריזן מספר פון חרדישע אידן, כבר שמעת על זה ?
איך האב געהאפט אויף עפעס בעסער, די ערשטע צוויי אויסגאבעס זענען געווען פיל מיט ראשי פרקים וואס יעדער חדר אינגל ווייסט (א חוץ די מלבושים אפטיילונג וואס איז געווען מלא חדושים). טעותים איז געווען כפליים כיוצאי מצרים.
דעם לעצטן האב איך ניטאמאל געקויפט. איך בלייב מיט מיין שטערן און שפאקטיוו אויף דערווייל.
כ'הער משמיה דהרה"ג רבי יואל אשר יחי', אז דער וואך קומט אן ארטיקיל אזאנס און אזעלעכס, כמוהו לה היה ולא נהיה.
למעשה שטעלט זיך ארויס האסט אונטערוויוט כ"ק הגה"צ גאב"ד קאלסבורג שליט"א, מע? וואס קען שוין זיין? וואס קען מען שוין ערווארטן?
איין זאך זאלסטו נאר נישט פארגעסען, אז דער מאמענט מאגאזין האט נאך נישט געהאט א אפדעיט באריכט פון דיין הערוישע מסירת נפש'דיגע שעקענ'דיגע ניר, זעה עס משלים צו זיין דארט אויך....
דשזאסט קידינג, כ'ווייס אז ער נעמס עס נישט פרעזענליך....
אגב, איך זעה רינויעל דארף א בלאד טייפ 0 ניר, פארוואס הער איך נישט פון זיי?