☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

zurich » זונטאג יאנואר 12, 2014 12:38 am

· #175598
טיטאניק, אויב אזוי איז טאקע נישט אזוי געפערליך!

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:20 am

· #175610
NEW YORK (WABC) -- Police have found a new clue in the unso
Sources tell Eyewitness News a cell phone was found strapped underneath Menachem Stark's car that was apparently being used as a tracking device. Police are trying to find the phone's registered owner.

Surveillance video shows Stark being kidnapped outside his Williamsburg office on January 2nd by two masked men. His body was found a day later in Great Neck.

Stark, a member of an ultra-Orthodox Jewish sect, has been described as an honest family man eager to help his neighbors and friends, a man who had no enemies. But he's also been called a slumlord. Some of his buildings were in disrepair, and he owed millions to creditors and had declared bankruptcy in 2009.

Investigators have no solid leads in the mysterious death this month, which shocked the close-knit Satmar Hasidic community in north Brooklyn.

"Everybody here is shattered," said Rabbi David Niederman, who has known the family for decades. "We're dealing with a very difficult, almost unbearable situation, and the most tortured people of all are his family."

Stark, 39, is seen on surveillance footage being strong-armed into a Dodge minivan the night of Jan. 2. One of his brothers-in-law contacted the shomrim, the Hasidic community's volunteer neighborhood patrol, when he didn't return home. When the patrol members found his car and his office locked, they checked surveillance camera footage and then called police. The body was discovered the next day in a trash bin at a gas station in Great Neck, about 20 miles east of his office.

Stark, nicknamed Max, was a husband and father of seven, the youngest barely 2 years old, the oldest about 16. He lived in a stately brick building in Williamsburg, a neighborhood where hipsters in skinny jeans live alongside ultra-Orthodox men with ear locks and fur hats and women in modest dresses. Brooklyn is home to the largest group of ultra-Orthodox Jews outside Israel - more than 250,000. Stark came from a large family, and his funeral this week was flooded with mourners.

"He really was a loving husband and father," said Abraham Buxbaum, married to Stark's older sister. "I don't ever remember getting a 'no' from him. He helped people get into the real estate market. He was there for every individual, and the community."

Stark and his business partners owned and renovated buildings throughout Brooklyn as the borough became increasingly trendy. Court records show they often borrowed money from banks to finance new ventures.

But they filed for bankruptcy in 2009 and landed in court several times. He and his primary business partner, Israel Perlmutter, were sued in 2011 after defaulting on a $29 million loan, according to federal court records. In 2012, he was ordered to pay more than $4 million for defaulting on a $2.5 million loan for a separate renovation, court records show.

A bankruptcy judge on Thursday ordered the company to account for $2 million owed to creditors involved in one of his buildings in 2009. They had filed paperwork saying they were concerned about the money being repaid following Stark's death and his apparent "financial dire straits."

Stark had about 1,000 tenants, maybe more, his family said, and several described him as a terrific landlord. Jordan Brown, 30, said he'd lived in a building owned by Stark for about three years and he thought very highly of him.

"I knew Max well, and he was actually the only landlord I ever knew who wasn't a slumlord," he said.

Another tenant, Melissa Manning, rented commercial space from him and said he was friendly, flexible and responsive.

"We had no conflicts, no disagreements, nothing. He was great," she said.

But many of his buildings had dozens of serious violations, including working without proper permits. And he was also the target of dozens of complaints of mismanagement, prompting a Sunday headline on the front page of the New York Post that read: "Who didn't want him dead?"

Heather Letzkus runs a blog about real estate in north Brooklyn, something she described as a "wailing wall" for residents with bad landlord tales, and Stark and his buildings have played prominently. There are particular complaints about a hotel of single rooms once raided by the U.S. Drug Enforcement Agency and an industrial building billed as luxury lofts. Stark was fined $25,000 in 2009 for unsafe working conditions at the loft site, according to records. A stop-work order is in place there because of unpaid fines.

"There's a pattern," Letzkus said. "One of the things that really jumped out at me is that you had similar complaints and citations," she said.

The Satmar community was horrified by the Post headline, and many friends point out that a landlord with 1,000 tenants is bound to have some critics. Buxbaum, the brother-in-law, said it would have been impossible for Stark to maintain such split personalities.

"You can't hide forever. If you're a bad person, it comes out," he said. "No one ever said anything bad; I only heard people say how good he was."

But, then, who wanted him dead? Rumors have swirled on the possibilities, from contract killers to angry acquaintances.

Police have released additional video of a masked suspect, and they're looking for the van. Stark's official cause of death has not been released. His business partners are cooperating with police, and investigators are probing his financial dealings. Police are making headway.

"The investigation is advancing," Commissioner William Bratton said this week. "We are getting a lot of evidence and additional video and getting a lot if information regarding the dealings of the victim and his partners.

"It's a complex investigation."

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:00 am

· #175619
[ציטאט אראפגענומען]


סתם פארפאטשקעט פינף מינוט צו ליינען א רעפארט וואס מאלט וואסער און זאגט גארנישט. פלעין גארנישט. אלעס וואס דא שטייט האט מען שוין געוויסט. פליז ברענגט נאר עפעס וואס ברענגט פרישע סחורה.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:51 am

· #175627
אז מהאט גטראפן א טרעקינג דעווייס אויף די קאר איז מייעדשזיר נייעס.
אין מיי אפיניען, זענען די רוצחים איידענטיפייד ביז 48 שעה.

אלמודד בן הכנענית » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:16 am

· #175649
אז מ'האט יעצט געטראפן א סעלפאון דארט, ליגט דאך שוין דאס געוויס פאר א וואך צוויי מינימום. ביז יעצט האט דאס גענומען צו טרעפן?
דאס זענען אונזער דיטעקטיווען וואס אונטערן שאטן פון זייערע הויכגעשפריצטע קלוגשאפט און ערפארונג צו נאכיאגן פארברעכער, ווערן וואטסעפפ באפערס אראפגעריסן אלס "וואס ווייסן זיי דען". און וואס ווייסן די גרויסע חברה?

נאטרוליסט » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:40 am

· #175653
אלמודד בן הכנענית
אז מ'האט יעצט געטראפן א סעלפאון דארט, ליגט דאך שוין דאס געוויס פאר א וואך צוויי מינימום. ביז יעצט האט דאס גענומען צו טרעפן?
דאס זענען אונזער דיטעקטיווען וואס אונטערן שאטן פון זייערע הויכגעשפריצטע קלוגשאפט און ערפארונג צו נאכיאגן פארברעכער, ווערן וואטסעפפ באפערס אראפגעריסן אלס "וואס ווייסן זיי דען". און וואס ווייסן די גרויסע חברה?


איך גיב קרעדיט פאר די NYPD פאר'ן מאכן פראגרעס ספעציעל מיט'ן אויפקומען מיט די טרעקינג פארשטעקט אין די אויטא.

איב גיב בלעים פאר די NYPD פאר'ן פלאפלען יעדע נייעס צו די מידיע. עס איז נישט געזונט און צייגט פון א לויזע און קינדישע ווירטשאפט.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:21 am

· #175661
נאטרוליסט. איך בין מיט דיר.
איך טראכט נאר אז אפשר האבן זיי דא מעידזשאר פרעשור און זיי מוזן דעריבער ווייזן אז זאכן רוקן זיך.

ברוך שאמר » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:23 am

· #175662
דאנט ווארי זיי געבן ארויס נאר די זאכן וואס מען קען שוין ארויסגעבן פאר די פלוישערס

אלמודד בן הכנענית » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:51 am

· #175663
נאטרוליסט
אלמודד בן הכנענית
אז מ'האט יעצט געטראפן א סעלפאון דארט, ליגט דאך שוין דאס געוויס פאר א וואך צוויי מינימום. ביז יעצט האט דאס גענומען צו טרעפן?
דאס זענען אונזער דיטעקטיווען וואס אונטערן שאטן פון זייערע הויכגעשפריצטע קלוגשאפט און ערפארונג צו נאכיאגן פארברעכער, ווערן וואטסעפפ באפערס אראפגעריסן אלס "וואס ווייסן זיי דען". און וואס ווייסן די גרויסע חברה?


איך גיב קרעדיט פאר די NYPD פאר'ן מאכן פראגרעס ספעציעל מיט'ן אויפקומען מיט די טרעקינג פארשטעקט אין די אויטא.

איב גיב בלעים פאר די NYPD פאר'ן פלאפלען יעדע נייעס צו די מידיע. עס איז נישט געזונט און צייגט פון א לויזע און קינדישע ווירטשאפט.

אזוי מוז מען איינזעצן? איך הער. מ'איז גרייט צו ספינען אלצדינג אבי צו גלייבן בלינדערהייט אז די פאליציי איז מאכטפול, קלוג, און געלונגען.

פון זייער מאסיווע "פראגרעס" זיי מאכן אויף אלע פראנטן "חוץ" שטארק קעיס וואס איז נאך מיסטעריע פאר מיך און דיך (און אפשר פאר זיי אויך), קען איך נאך גלייבן אז זיי האלטן שוואך די לייצעס דא. אזויפיל דורכפעלער די אמעריקאנע אינסטאנצן האבן אויף אלע פראנטן פון פעדראלע, סטעיט, ביז לאקאל.

און דער אמת ווייס נישט איך און נישט דו. הלוואי זאלסטע זיין גערעכט. איך האף זייער שטארק מ'זאל דעריאגן די רוצחים. אבער אלס שפאקיולירן, האבן שוין פאליציי געהאט גענוג און נאך דורכפעלער אין אלגעמיין, אז ס'זאל בארעכטיגן סקעפטישע ארגומענטן איבער זיי.

שרייבער » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:17 am

· #175668
היימישער ליטוואק
אז מהאט גטראפן א טרעקינג דעווייס אויף די קאר איז מייעדשזיר נייעס.
אין מיי אפיניען, זענען די רוצחים איידענטיפייד ביז 48 שעה.

און אויב זענען זיי אויסלענדער ווי געוויסע זאגן? ווי וועסטו זיי טרעפן?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:20 am

· #175669
אלמודד בן הכנענית
אז מ'האט יעצט געטראפן א סעלפאון דארט, ליגט דאך שוין דאס געוויס פאר א וואך צוויי מינימום. ביז יעצט האט דאס גענומען צו טרעפן?
דאס זענען אונזער דיטעקטיווען וואס אונטערן שאטן פון זייערע הויכגעשפריצטע קלוגשאפט און ערפארונג צו נאכיאגן פארברעכער, ווערן וואטסעפפ באפערס אראפגעריסן אלס "וואס ווייסן זיי דען". און וואס ווייסן די גרויסע חברה?

ס'איז נישט צוויי וואכן, ס'איז נאר איין.
מהיכי תיתי אז זיי זענען דאס געוואויר געווארן יעצט מוצאי שבת ביי אבות ובנים? אפשר ווייסען זיי שוין דאס א וואך צייט?
ועוד, מאן ייאמר אז זיי ווייסען נאכנישט ווער די רוצחים זענען, אפשר שטעלן זיי יעצט צוזאמען א גאנצע פלאן וויאזוי זיי צו כאפן אויף א געוויסע אופן ועוד ועוד.
ווען די NYPD ווייסט נאר וואס זיי זאגען פארן פאבליק וואלט נישט געווען ווערט זיי אויפצוהאלטן.

outspoken » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:24 am

· #175670
קען זיין אז דאס איז א סטראגעדיע פון די פאליציי ארויס צוגעבען אלטע זאכען ,יעדן טאג איינס, צו האלטען די מעשה לעבעדיג ביי די פרעסע.

איינער » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:28 am

· #175672
היימישער ליטוואק
אז מהאט גטראפן א טרעקינג דעווייס אויף די קאר איז מייעדשזיר נייעס.
אין מיי אפיניען, זענען די רוצחים איידענטיפייד ביז 48 שעה.


בארואיג זיך, עס איז מן הסתם א פריפעיד סעילפאון וואס מען קען קויפן מיט קעש.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:45 am

· #175681
שרייבער
היימישער ליטוואק
אז מהאט גטראפן א טרעקינג דעווייס אויף די קאר איז מייעדשזיר נייעס.
אין מיי אפיניען, זענען די רוצחים איידענטיפייד ביז 48 שעה.

און אויב זענען זיי אויסלענדער ווי געוויסע זאגן? ווי וועסטו זיי טרעפן?

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:47 am

· #175682
איינער
היימישער ליטוואק
אז מהאט גטראפן א טרעקינג דעווייס אויף די קאר איז מייעדשזיר נייעס.
אין מיי אפיניען, זענען די רוצחים איידענטיפייד ביז 48 שעה.


בארואיג זיך, עס איז מן הסתם א פריפעיד סעילפאון וואס מען קען קויפן מיט קעש.

איך גלייב נישט אז פריפעד קען מען טרעקן? איא?

נאטרוליסט » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:49 am

· #175684
אויב איז די טרעקינג ריכטיג און אויב איז עס געקויפט געווארן דורך א קרעדיט קרטל, קען מען וויסן "ווער" זיי זענען.

אויב ווייסט מען ווער זיי זענען איז פאר'ן גוטע שאנסן זיי צו שטעלן פאר יוסטיץ, אבער מ"האלט נאך אינגאנצן נישט דארט.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:54 am

· #175687
און עס גיט צו נאך א פאר פלעצר וואו מקען נאכקוקן די ווידעאו.

טיטאניק » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:22 am

· #175694
אסאך מאל ווייס איך נישט צי מאנכע דא "מאכען זיך" צי זיי "זענען טאקע"
ממה נפשך? מיינסט טאקע ערנסט אז דו האסט געהערט אדער אויפגעקומען אויף סיי וועלכע אינפא? אויב סיז ערנסט גיי און געב עס איבער פאר די אינסטאנצען אדער פאר שומרים, פון שרייבען דא ברבים פארדינט מען גארנישט מיט גארנישט פארקערט מען קען נאך קאליע מאכען אויך, ווייל אפילו ווען זיי זאלען נישט פארשטיין אידיש האבען זיי א ברירה צי טרענסלעיטען די גאנצע קאווע שטיבעלע אויף אוקרייניש אויך, און מען געבט זיי שטאף

ווייטער מיינסט טאקע אז די פאליציי זענען ישיבה בחורלעך? חדר יונגלעך? שונאי ישראל? קארופטירטע?
קאם אן, הערט אויף מיט די דמיונות, אמת עס איז דא צווישען די פאליס אויך נערנים און שונאי ישראל און קארופטירטע חברה אבער דאס איז א קליינטשיגע פראצענט

וואס איך ווייס פון א אינסיידער און פון גאר קראנטע מקורות אז שוין פון די ערשטע מינוט אן איז די קעיס אפגענומען געווארען דורעך עף בי איי וועלכע האלטען דאס פאר זייער א ערנסטע אינוועסטיגעישאן טאקע צוליב די טעטיגע געלונגענע ארבעט פון די שומרים קארדינעיטארעס.
עס ליגט בכלל נישט אין די הענט פון די פאליציי און איך גלייב נישט אז עף בי איי ברויך צי האבען די סארסעס פון קאווע שטיבעלע (במחילת כבודו הרמה)

ווען ענק וועלען הערען אן עפישעלי פרעס קאנפערענץ ווי די פאליציי אליינס אדער עף בי איי וועט ארויסקומען דעמאלס איז עס סחורה וואס לוינט צי מעלדן אבער סתם מאלען וואסער איז סטופיד

מאטי » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:33 am

· #175696
דאס אייזבערג אויפן "טיטאניק" האבן די אינסטאנצן גענומען 'זייער ערנסט ....

שעפטל » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:35 am

· #175698
כ'האב נאכנישט געזעהן איינער זאל דא ברעכן נייעס.. סך הכל טייטשט מען איבער פון די ענגלישע צייטונגן אויף אידיש. נא דער אוקריינער קען אויך איבערטייטשן אויף אוקרייניש.
אגב, דער טרעקינג דעווייז האט מען שוין געטראפן פאריגע וואך אנפאנג וואך, די פאליציי ווארפט אזוי אריין אן טיטביט יעדע צוויי דריי טעג פאר די מידיע, און זיי ממש ברעכן נייעס פון אפאר טאג אלט....

אינטערסאנט נאר.... קוקט אויס דער נייער מעיאר דעבלאזיא האט אפאר מאל איבערגעהערט די ווערטער פון משה דוד נידערמאן....

איינער » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:42 am

· #175701
היימישער ליטוואק
איינער
היימישער ליטוואק
אז מהאט גטראפן א טרעקינג דעווייס אויף די קאר איז מייעדשזיר נייעס.
אין מיי אפיניען, זענען די רוצחים איידענטיפייד ביז 48 שעה.


בארואיג זיך, עס איז מן הסתם א פריפעיד סעילפאון וואס מען קען קויפן מיט קעש.

איך גלייב נישט אז פריפעד קען מען טרעקן? איא?

יא מען קען

טיטאניק » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:11 am

· #175705
moti107
דאס אייזבערג אויפן "טיטאניק" האבן די אינסטאנצן גענומען 'זייער ערנסט ....

הערט אויף הערט אויף צי דערמאנען אלטע עבירות, ביי יעדעם מאכט זיך פלאפס, ביי ענק מאכט זיך עס אפט אבער ביי מיר איינמאל איז היסטערי און מען האלט עס מיר אין איין דערמאנען
אל תזכור לנו עוונות ראשונים
הערט אויף צי רעדען פון די אייזבארג ימח שמו

דעת תורה » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:19 am

· #175710
טיטאניק, פון וואנעט נעמסטו אז די עף בי איי איז דא פארמישט? און ווער האט זיי אריין געמישט? איך בין גאנץ פאזיטיוו אז עס הייבט זיך נישט אן.

דעת תורה » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:21 am

· #175711
היימישער ליטוואק
אז מהאט גטראפן א טרעקינג דעווייס אויף די קאר איז מייעדשזיר נייעס.
אין מיי אפיניען, זענען די רוצחים איידענטיפייד ביז 48 שעה.


אויב מאך איך נישט קיין טעות האסטו פרעדיקטעד אנפאנג פאריגע וואך אז אויף שבת וועט מען זיי שוין האבן געכאפט.

טיטאניק » זונטאג יאנואר 12, 2014 11:55 am

· #175720
געהערט פון א גרויסער עסקן אז די שומרים האבען עס תיכף ומיד איבערגעגעבען פאר די עף בי איי, עס איז זייער זייער קראנט

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:20 pm

· #175761
"ועדיין דמו תוסס"... איז ריכטיג אויפן מינוט, אבער נישט פאר א מצבה.
(כאילו מ'פרעגט מיר)
נאך א נקודה - אבער דאס איז שוין נישט נוגע דירקעט דא, וועל איך ממשיך זיין דא

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:26 pm

· #175767
בן ישראל ני"ו איז אויך נישט לעולם ועד... שוין קשיות אויף א מציבה.. ווי די שרייבסט שוין דארט ס'זעהט אויס ווי א געדינגענער.. מסתמא א כולל יונגערמאן'ס סייד דזשאב צו דעקן די סעלפאן ביל.

נהורא נפישא » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:28 pm

· #175768
קאווע טרינקער
"ועדיין דמו תוסס"... איז ריכטיג אויפן מינוט, אבער נישט פאר א מצבה.
(כאילו מ'פרעגט מיר)
נאך א נקודה - אבער דאס איז שוין נישט נוגע דירקעט דא, וועל איך ממשיך זיין דא

זכריה'ס בלוט האט אויך נאר געקאכט בשעתו און מרעדט נאך דערפון היינט.

outspoken » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:30 pm

· #175769
אלץ האט מען געשריבען לויט די איצטיגע מצב, און דערפאר איז דא אסאך קאראנטע HISTORY גענומען פון מצבות.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:44 pm

· #175773
קאווע טרינקער
"ועדיין דמו תוסס"... איז ריכטיג אויפן מינוט, אבער נישט פאר א מצבה.
(כאילו מ'פרעגט מיר)
נאך א נקודה - אבער דאס איז שוין נישט נוגע דירקעט דא, וועל איך ממשיך זיין דא

100% גירעכט.
ועוד, אדער איז נאך דמו תוסס, אדער איז דמינו תוסס בתוכינו. דמו בתוכינו דארף מען שנעל רופן זק"א זיי זאלן אויסווישן...
דאס זעלבע מיט גודל רציחתו, ער האט גמאכט א "גרויסע רציחה"?? אפילו דער פוסט האט אזוינס מורא גהאט צו שרייבן.

נהורא נפישא » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:57 pm

· #175779
שטייט נישט גודל, ס'שטייט גורל.
בכל אופן איז די נוסח המצבה א שוואכע ארבעט.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:59 pm

· #175780
כ'האב פאר א רגע-צוויי געמיינט אז די לויה איז געווען מוצש"ק לסדר ויעשו לו אבל כבד מאוד,

hotel » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:02 pm

· #175782
according to police he was killed thursday night on the matzivah it says friday

כתר מלכות » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:04 pm

· #175784
hotel
according to police he was killed thursday night on the matzivah it says friday

אצל ישראל היום הולך אחר הלילה.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:05 pm

· #175785
נהורא נפישא
שטייט נישט גודל, ס'שטייט גורל.
בכל אופן איז די נוסח המצבה א שוואכע ארבעט.

כהאב נישט באמערקט. גרעכט. אבער די רציחתו איז נאך אלץ שווער.

אויך, באכזריות יצתה נשמתו (איך האף איך לייען גוט), די נשמה איז ארויסגלאפן מיט טראך אויפן טיר??
אולי 'הוציאו את נשמתו'.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:06 pm

· #175786
hotel
according to police he was killed thursday night on the matzivah it says friday

גויים האבן נישט קיין נאמנות.
וואס ווייסט די פאליס. פרעג שומרים.

כתר מלכות » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:07 pm

· #175787
נהורא נפישא
שטייט נישט גודל, ס'שטייט גורל.
בכל אופן איז די נוסח המצבה א שוואכע ארבעט.

דער עולם דא איז דן דעם נוסח המציבה, שוואך שטארק, גוט שלעכט.
וואס זאל איך ענק זאגן, מיר געפעלט נישט די גאנצע מציבה בכלל.

hotel » זונטאג יאנואר 12, 2014 5:29 pm

· #175819
דער שוואגער בוקסבוים זאגט יעצט אויף ק.מ אז משפחה וייסט גארנישט מער ווי די גאס בנוגע אנטוויקלונגען און די אויספארשונג

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:04 pm

· #175827
כמעט דרייסיג יאר צוריק איז אויך געשען אזא טראגעדיע. אינטערעסאנט אז דארט איז דער קדוש אויך געווען 39 יאר און ס'האט אויך פאסירט אינעם ערשטן חודש למס'. איך האב געטראפן נאר איין נייעס דערפון אין ניו יארק טיימס. ער האט זוכה געווען צו קומען לקבר ישראל דורך גיין אנגעטון מיט א חסידישע אונטער הויזן.

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/1988/05/14/nyregion/year-old-mystery-solved-as-police-identify-body-found-in-east-river.html">http://www.nytimes.com/1988/05/14/nyreg ... river.html</a>

יוסף מ » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:10 pm

· #175828
Wasnt that sucide?

איינער » זונטאג יאנואר 12, 2014 6:25 pm

· #175835
ווען עס ווען נישט דא קעמרעס היינט, וואלט מען די שטארק מעשה געקענט גרינג מאכן פאר א סאוסייד, מען וואלט געזאגט אז ער האט געהאט חובות איבערן קאפ, ער האט עס מער נישט געקענט פארנעמן און זיך גענומען דאס לעבן. די מערדערס וואלטן ווען געלייגט זיין קערפער אויף א וועג אז מען זאל עס קענען אנלייגען אויף סאוסייד און פארטיג. א דאנק די קעמרעס האבן מען געזען דעם פארכאפנונג, און די מערדער האבן געדארפט פטור ווערן פון די קערפער זייער שנעל, האט מען עס געטראפן.

הילל » זונטאג יאנואר 12, 2014 7:19 pm

· #175843
[ציטאט אראפגענומען]


קודאס צו מרדכי'ן (הועווער הי איז) פאר די אמת'ע פוינטס אין דעם ארטיקל.
סיי די סטיריאטייפ פון מייקעלסאן איז געווען אויף זייער א ביליגן אופן, און סיי ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע קעגן מנחם אליין. איך מיין אז נאכ'ן דורכקוקן דעם פעידזש אין פעיסבוק וואלט ער אויך באקומען אביסל אן אנדערע מיינונג אויף דעם נפטר.

הירשל ציג » מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:59 am

· #175984
הילל
[ציטאט אראפגענומען]


קודאס צו מרדכי'ן (הועווער הי איז) פאר די אמת'ע פוינטס אין דעם ארטיקל.
סיי די סטיריאטייפ פון מייקעלסאן איז געווען אויף זייער א ביליגן אופן, און סיי ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע קעגן מנחם אליין. איך מיין אז נאכ'ן דורכקוקן דעם פעידזש אין פעיסבוק וואלט ער אויך באקומען אביסל אן אנדערע מיינונג אויף דעם נפטר.


מרדכי איז א ליובאוויטשער יונגערמאן

ממרום שלח אש » מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:26 am

· #175990
הילל
[ציטאט אראפגענומען]


קודאס צו מרדכי'ן פאר די אמת'ע פוינטס אין דעם ארטיקל.
סיי די סטיריאטייפ פון מייקעלסאן איז געווען אויף זייער א ביליגן אופן, און סיי ער האט צו גרינג אנגענומען די לשון הרע קעגן מנחם אליין. איך מיין אז נאכ'ן דורכקוקן דעם פעידזש אין פעיסבוק וואלט ער אויך באקומען אביסל אן אנדערע מיינונג אויף דעם נפטר.


איך בין נישט אזוי זיכער צי עס קומט דעם חב"דניק קודאס אדער ענדערש א פארדאמונג.

די ארגינעלע פארווערדס ארטיקל איז פיל ערגער ווי די פאוסט. ער ברענגט צוזאם יעדע שלעכטע סטיריאוטייפ אויף חסידים ווי אז די וויליאמסבורגער שפייען אויף מאראטהאן לויפער און אז זיי זענען געלטגייציג און פארפוילט. און איך רעד שוין נישט פון זיין אפקויפן אלע לשון הרע אויף שטארק און לייגט צו עטליכע אייגענע אויך סאטמארע לענדלארדס בכלליות, א נישט אידישע מעינסטרים פאפיר וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט ערלויבן אזאנס צו דריקן.

די שולד איז פונקט אזוי אויף די עדיטארס און פארוואלטערשאפט פון די פארווערדס פארן דריקן די ארטיקל ווי אויפן שרייבער. דער אמת איז אז דער פארווערדס איז אן אנטי דת און אנטי פרומע פאפיר, עס האלט און איין שפייען וויסטע שנאה ספעציעל אויף חסידים, נאר דער עולם איז נישט אזוי באקאנט. מען דארף ווען שטורעמען און פארלאנגען אן אפאלעזשי פונעם פארדווערדס פונקט ווי פונעם פאוסט.

שרייבן דארט, אפילו, אדער גאר דוקא, א קעגן-ארטיקל קעגן איין ספעציפישע ארטיקל פון איין געוויסע שרייבער, געבט לעגיטימאציע פאר די פארווערדס בכלליות.

הילל » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:33 pm

· #176002
ממרום, איך פארשטיי דיין ווייטאג אבער איך זע נישט וועלכע לעגיטימאציע ער האט געגעבן פאר'ן פארווערטס.
ווי שטארק דו האסט זיי פיינט, איז גוט אז ווען איינער האט שלא ביושר דארט געשריבן מיאוס אויף א יחיד און אויף א גאנצע קאמוניטי, איז גוט אז איינער זאל דאס קריטיקירן אויפ'ן זעלבן פלאץ און זאלן זייערע ליינער (וואס געבן עס סייווי לעגיטימאציע) אויך ליינען די פארקערטע. און איך האב הנאה געהאט אז דער מרדכי האט ארויסגעברענגט אז דאס וואס יענער שרייבער האט געטון מיט זיין בלינדע בייעס און סימפליסטישע סטיריאטייפ איז טאקע אליין א "חרדישקייט"...
און איך בעט דיך ברחמים זאלסט נישט מאכן קיין קאמפיין צו פארלאנגען אן אפאלעדזשי. ווילסט זיי זאלן אויך באקומען אזויפיל אטענשאן ווי דעם פאוסט?...
בכלל קוקט מיר אויס ווי מען האט זיך אויך אפגעטון, ווייל דער פאוסט זוכט נאר כסדר וויפיל נעגאטיוויטי ער קען נאר טרעפן אויף דעם "סלעין סלאמלארד" און עס איז נאכנישט דורך איין איינציגע טאג וואס ער האט נישט געברענט פרישע שטיקלעך וואס מען זעט ווי ער זוכט צו שרייבן ווי מער נעגאטיווע אינפא, אפילו טיילמאל איז עס סתם שטותים און אינפא וואס זיי קוועטשן ארין בדוחק גדול עס זאל געבן א שלעכטן בליק אויף דעם נפטר (נאר כ'האב נישט קיין נערוון זיי צו ברענגען און איבערווייזן די פאלשקייט דערפון).

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:04 pm

· #176035
היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער
"ועדיין דמו תוסס"... איז ריכטיג אויפן מינוט, אבער נישט פאר א מצבה.
(כאילו מ'פרעגט מיר)
נאך א נקודה - אבער דאס איז שוין נישט נוגע דירקעט דא, וועל איך ממשיך זיין דא

100% גירעכט.
ועוד, אדער איז נאך דמו תוסס, אדער איז דמינו תוסס בתוכינו. דמו בתוכינו דארף מען שנעל רופן זק"א זיי זאלן אויסווישן...
דאס זעלבע מיט גודל רציחתו, ער האט גמאכט א "גרויסע רציחה"?? אפילו דער פוסט האט אזוינס מורא גהאט צו שרייבן.

במחכת"ה: ס'שטייט "גורל", מיט א ריש. נישט "גודל" מיט א דלת. אפשר איז דער אפטישש'ן שולדיג? 🙄 ❓ ❗

גנדי » מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:09 pm

· #176039
אויף די מציבה שטייט:

... ובאכזריות יצתה נשמתו

וואס טייטשט די ווערטער?

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 13, 2014 2:24 pm

· #176047
בערלבעלעגלה ,
ביטע קליקט צוריק צום פריערדיגן בלאט, מ'האט מיר שוין פארראכטן. (אפשר ארבייט נישט דיין מויז ?)

גנדי, עיין מה שכתבתי לבערלבעלעגלה.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:37 pm

· #176064
[ציטאט אראפגענומען]

ראשעקאאל (תרתי משמע) : א גרויסן יישר כח. תנוח דעתך שהנחת את דעתי. צו ליינען דאס ארטיקל איז כמים קרים על נפש עייפה. כ''האב געפילט אזוי ווי מ'שמירט באלזאם אויף א בלוטיגע וואונד. די עצם טראגעדיע פון ר' מנחם'ס פטירה איז דאך גענוג ביטער. איז נאך געקומען דער שפל'דיגער נ.י. פאוסט און צו געגאסן זאלץ אויפ'ן וואונד. ונוסף גם הוא על שונאינו. דער שמוציגער, אידישער אנטיסעמיטישער שרייבער אין פארווערטס. אבער דער שרייבער מרדכי לייטסטאון ענטפערט איהם זייער גוט צוריק.
הלוואי דער עדיטאריעל (פון די פארגאנגענע וואך) אין איד וואלט געווען געשריבן מיט אזויפיהל הארץ און מיט אזויפיהל הבנה וואלט עס זיכער אויפגעטון עפעס מער ווי די נארישע, עם-הארצישע פירקלערייען פון עפעס א מאן דהוא אין די רעדאקציע פונ'ם איד. 🙄 😛 😳 😢 😮

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:41 pm

· #176070
יוסף מ
Wasnt that sucide?

אזוי האבן א טייל בייזע צינגער און בעלי רכילות געשמועסט. אבער ס'איז נישט אמת. לערן דיך אויס צו שרייבן (און ספעלל'ן) אהן גרייזן. 🙄 🙄 😛 😠 ❗
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26