☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:26 pm

· #174133
אנטשולדיגט, כ'וויל נישט חלילה ליצנות מאכן אין אזעלכע ערנסטע מאמענטן.
ס'קומט מיר אבער שטארק צום לאכן זעהענדיג ראביי נידערמאן פארפירן ווי כאילו ער איז דא ביי רעבין זי"ע שלש סעודות תורה'ס. נע, כ'האב געמיינט ער איז א בעסערע דיפלאמאט.
סיי יעצט, און אזוי אויך די ערשטע פרעסע קאנפרענץ. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער ווען איך זע עמיצן שרייען מיט דעי וויינעדיגע הז"ל טאן, און מאכן הווית מיט די הענט און פיס, הויבט מיר עס אן מאכן מער א רושם ווי א פריטשינג (מיט א כוונה צו באהאלטן עפעס אונטערן דעקע), ווי איידער א הארציגע אויפפארדערונג.

איך אויך » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:28 pm

· #174134
בן תמליון
זיי פרובירן זאגן אז שטארק איז געהרג'ט געווארן בטעות וואס איז א נייע נארישע שפעקולאציע.

איך האב אזוי געהאלטן פון די ערשטע מינוט.

מצטמק ויפה » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:29 pm

· #174135
ווארט נאר ווארט נאר,,, געב עס אפאהר מינוט, און נחום וכל כד דליה גייען שרייען אז עס איז טאקע פערעלמוטער ווער עס שטייט אונטער די גאנצע זאך מיט קלארע ריאות.

רחמנא ליצלן אין וואספארא דור מיר זענען.

אפטעמיסט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:30 pm

· #174136
גם אני מצטרף לטאמבל, אנאנים ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

זלמן זאפיר » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:30 pm

· #174137
די חילול השם איז איום ונורא

דער (פינטעל) איד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:31 pm

· #174138
איך אויך
בן תמליון
זיי פרובירן זאגן אז שטארק איז געהרג'ט געווארן בטעות וואס איז א נייע נארישע שפעקולאציע.

איך האב אזוי געהאלטן פון די ערשטע מינוט.

וואס הייסט א טעות ? זיי האבן געוואלט איינעם אנדערש?

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:32 pm

· #174139
די גרויסע שיפע ווינדשילד גלעזער מאכט מיר מער נערוועז ווי די שרייען.

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:32 pm

· #174140
איך וואלט דווקא יא געענטפערט א טייל פון זייערע שאלות
אז אפילו ס'זאל זיין וועלכע טענה אויף עהם, איז אבער מארדען נישט קיין תירוץ.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:34 pm

· #174141
אפטעמיסט
גם אני מצטרף לטאמבל, אנאנים ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

אביסל זיך אנצונעמען פאר עם ווען איך האב געזען ווי דע רעפארטערס האלטן אין איין פרעגן וועגן דעם אנגייענדע אויספארשונג האט נידערמאן געדארפט זאגן אז ער איז נישט קעלי און זיי וואלטן געדארפט וויסן בעסער אז מ'פרעגט נישט פאליציי פראגעס דא. אזוי ווי לעווין האט טאקע שפעטער געזאגט אז דאס באלאנגט צו פרעגן פון פאליציי. אבער נידערמאן האט אזוי הויעך געשריגן יעדער איז דאך צובראכן.

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:41 pm

· #174146
נידערמאן האט נאר פארגעסן צו אינקלאדן די וואויל באקאנטע לאזונג: "אלעס צוליב אונזערע חטאים"

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:43 pm

· #174147
איך בין דא מחולק מיט אייך. ער איז נישט קיין פאליס אדער דיטעקטיוו ער איז א קומיוניטי אקטיוויסט און ער האט אלע רעכטן צו שרייען און פארפירן פונקט ווי יעדער אקטיוויסט וואלט געטאן אין זיין קאמיוניטי. אמת סאיז זייער א באזאר פרעס קאנפרענס. ער איז טאקע קענטליך באמת צובראכן נאכן קומן פון ניחום אבלים. ער זעהט אויס ווי על שארפטאן אבער איך האלט זייער דערפון. די גאס ברויך צו זעהן אז אונזערע לידערס גייען נישט רוען ביז ווילאנג סגייט זיין אן ארעסט

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:46 pm

· #174148
שקויעך פאר די לאך, כ'בין יעצט געגאנגען קוקן על שארפטאן צום ערשטן מאל. אבער האנעסטלי? על שארפטאן איז צען מאל אינטערסאנטער.

אפטעמיסט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:48 pm

· #174149
די פראבלעם איז אז ער שרייט אויף ריפארטערס. אנשטאט ענטפערן רוהיג און געלאסן שרייט ער ווי א היטל ברענענדע גנב. ווען ער פארפירט ווען נאר אויף די עצם רציחה- מהיכי תיתי, אבער ער ענטפערט נישט קיין פראגעס.

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:50 pm

· #174151
פאר א מינוט לאזט ער ניטאמאל דעם שטילן בוקסבוים אויסרעדן

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:50 pm

· #174152
די בעסטע איז מיר געפאלן ווי ער שרייט. איך וויל נישט גיין דעי דירעקציע. איך וויל נישט גיין דעי רוט.
א שטייגער ווי מיין מגי"ש פלעגט מיר זאגן.
"יעצט רעד איך! דו ביסט דא מיך אויסצוהערן און אויספאלגן וואס איך הייס דיר אהן קיין קשיות"

דער (פינטעל) איד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:51 pm

· #174153
shem-tov
פאר א מינוט לאזט ער ניטאמאל דעם שטילן בוקסבוים אויסרעדן

בוקסבוים האט נישט געקענט צום ווארט קומען האט ער איבערגענומען

איך אויך » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:52 pm

· #174154
טאמבי ,וויפיל קאסט זיך צו קוויטלן ביי שארפטאן?

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:54 pm

· #174156
דער (פינטעל) איד
shem-tov
פאר א מינוט לאזט ער ניטאמאל דעם שטילן בוקסבוים אויסרעדן

בוקסבוים האט נישט געקענט צום ווארט קומען האט ער איבערגענומען


ניין איך רעד שפעטער ווען בוקבוים רעד שוין יא האקט ער אים איבער ער האט מסתמא נישט אינאכט גענומען

דער (פינטעל) איד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:55 pm

· #174157
אה.

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:56 pm

· #174158
דער (פינטעל) איד
אה.

א וויכטיגע תגובה

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:57 pm

· #174159
אפטעמיסט
גם אני מצטרף לטאמבל, אנאנים ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

און רבב על בגדו, ורבב כמה שנאמר נישט רבב נאר רבבות.
פליז גיי צו GG און קויף א ניי אנצוג.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:58 pm

· #174161
טאמבל סאס
דער (פינטעל) איד
אה.

א וויכטיגע תגובה

שוין געזען וויכטיגער'ס ביטע. חוץ אויב דו מיינסט חוזק צו מאכן

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:59 pm

· #174163
היימישער? לעצטנס ביסטו שטארק אויפגעברויזט!
וויאזוי קען מען אייך אביסעלע בארואיגן? פליעז, טעיק עווריטינג איזי.!

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:02 am

· #174165
שמעקעדיג
היימישער? לעצטנס ביסטו שטארק אויפגעברויזט!
וויאזוי קען מען אייך אביסעלע בארואיגן? פליעז, טעיק עווריטינג איזי.!

איך בין פשוט דיפרעססד. איך וואלט נישט זיך קעגנגשטעלט א אשכול איבער דפרעשן. רח"ל אזא נייעס וואפט מיך אריין אין דיפ בלעק

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:02 am

· #174167
ווען כ'האב געזען די ערשטע פרעסע קאנפרענץ, און כ'האב געזען דעם אידל מיטן ווייסן בארד און הויכן ביבער היטל (כ'האב נאכנישט געוואוסט אז דער איז הרב נידערמאן, טראץ וואס כ'האב שוין דעם נאמען געהערט אסאך) שטיין אין די ערשטע שורה, האב איך שוין געהאט א שטיקל פיהלינג אז 'דער איז טראבל'.
כ'האב צו מיר געטראכט "אוי גאטעניו, נאר נישט ער". "פליז געט אים נישט דער מייקרעפאון אין דער האנט. אויב זיי זענען נאכנישט אויסגעלאפן פון 'פאוסט' קאפיעס, צו צעקוועטשן.
ברגע ער האט זיך גענומען קאמאנדעווען, און פארשטייט זיך אינאיינוועגס מיר געפירט צו שטורמערישע פלאצענישן, האט א נבואה מיר געשלאגן אין קאפ "יא! דער דא מוז זיין דער נידערמאן פון וואס אלע רעדן"

shem-tov » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:03 am

· #174168
היימישער ליטוואק
אפטעמיסט
גם אני מצטרף לטאמבל, אנאנים ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

און רבב על בגדו, ורבב כמה שנאמר נישט רבב נאר רבבות.
פליז גיי צו GG און קויף א ניי אנצוג.


לגבי דעם אנצוג איז היימישער ליטוואק הונדערט פראצענט גערעכט. דאס גיט אים אבער צו חן מיט דעם אלטן אפגעריבענעם קויט.
ווען נישט וואס די מעשה איז אזוי ביטער וואלט מען אסאך געקענט לאכן

shem-tov » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:08 am

· #174172
טאמבול קענסט דיך נישט איינהאלטן פון שיסן דשאוקס. כאלו האסט נישט געוויסט ווער נידערמאן איז.

בד"וו האסט געזעהן ווי ער וויל צורייסן די ריפארטער וואס פרעגט אים זיין נאמן. אזוי ווי די קליינער שוטה די ווייסט נישט ווער איך בין. און דערנאך הייסט ער אים עס נאך ספעלן. דערנאך איז ער געווארן כעסיג

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:09 am

· #174173
טאמבל סאס
ווען כ'האב געזען די ערשטע פרעסע קאנפרענץ, און כ'האב געזען דעם אידל מיטן ווייסן בארד און הויכן ביבער היטל (כ'האב נאכנישט געוואוסט אז דער איז הרב נידערמאן, טראץ וואס כ'האב שוין דעם נאמען געהערט אסאך) שטיין אין די ערשטע שורה, האב איך שוין געהאט א שטיקל פיהלינג אז 'דער איז טראבל'.
כ'האב צו מיר געטראכט "אוי גאטעניו, נאר נישט ער". "פליז געט אים נישט דער מייקרעפאון אין דער האנט. אויב זיי זענען נאכנישט אויסגעלאפן פון 'פאוסט' קאפיעס, צו צעקוועטשן.
ברגע ער האט זיך גענומען קאמאנדעווען, און פארשטייט זיך אינאיינוועגס מיר געפירט צו שטורמערישע פלאצענישן, האט א נבואה מיר געשלאגן אין קאפ "יא! דער דא מוז זיין דער נידערמאן פון וואס אלע רעדן"

ער גייט א שטאפען היט. דו ווייסט טאקע נישט ווער נידערמאן איז. מעק אויס אלע דיינע תגובות.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:11 am

· #174176
שמעקעדיג
היימישער? לעצטנס ביסטו שטארק אויפגעברויזט!
וויאזוי קען מען אייך אביסעלע בארואיגן? פליעז, טעיק עווריטינג איזי.!

און - - - - - - - - לייען איבער מיין הודעה מיטן צווייטן ניגון פון טאטע ברענג מיר הויזן, און וועט זען אז עס איז נישט אזוי שלעכט.
אבער גרעכט ביסטו

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:11 am

· #174177
shem-tov
היימישער ליטוואק
אפטעמיסט
גם אני מצטרף לטאמבל, אנאנים ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

און רבב על בגדו, ורבב כמה שנאמר נישט רבב נאר רבבות.
פליז גיי צו GG און קויף א ניי אנצוג.


לגבי דעם אנצוג איז היימישער ליטוואק הונדרעט פראצענט גערעכט. דאס גיט אים אבער צו חן מיט דעם אלטן אפגעריבענעם קויט.
ווען נישט וואס די מעשה איז אזוי ביטער וואלט מען אסאך געקענט לאכן

חן? נישט אין מיינע פארוויינטע אויגן...

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:15 am

· #174182
shem-tov
היימישער ליטוואק
אפטעמיסט
גם אני מצטרף לטאמבל, אנאנים ופינטעל. נידערמאן פארפירט ווי א קינד, ענטפערט נישט די שאלות, לאזט נישט אויסרעדן, שרייט קולות וברקים און... קען נישט קיין ענגליש. איך האף ער האט נישט צופיל קאליע געמאכט.

און רבב על בגדו, ורבב כמה שנאמר נישט רבב נאר רבבות.
פליז גיי צו GG און קויף א ניי אנצוג.


לגבי דעם אנצוג איזהיימישער ליטוואקהונדרעט פראצענט גערעכט. דאס גיט אים אבער צו חן מיט דעם אלטן אפגעריבענעם קויט.
ווען נישט וואס די מעשה איז אזוי ביטער וואלט מען אסאך געקענט לאכן

קען אים איינער שיקן א לינק צו דעם בלאט.
אפשר קען שראלאוויץ אויפערן א פאר דוללר פאר אונזערע כלל טוהער זאלן גיין גקליידעט באופן וואס סזאל נישט קומען צו ברעכן...

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:15 am

· #174183
shem-tov
טאמבול קענסט דיך נישט איינהאלטן פון שיסן דשאוקס. כאלו האסט נישט געוויסט ווער נידערמאן איז.

בד"וו האסט געזעהן ווי ער וויל צורייסן די ריפארטער וואס פרעגט אים זיין נאמן. אזוי ווי די קליינער שוטה די ווייסט נישט ווער איך בין. און דערנאך הייסט ער אים עס נאך ספעלן. דערנאך איז ער געווארן כעסיג

חחח
בשעת ער האט געספעלט זיין נאמען האב איך מיר געוואונדערט צו ער שפירט זיך גוט אז ער קען שוין היינט ספעלן פליסיג זיין נאמען, נישט ווי די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה.
כ'מיין פארוואס די פיי קיף דארף איך ספעלן מיין נאמען? זוך מיך אויף אין די אנשי שלומינו. פרעג יעדעם אין ראדני. היינט ווייסט שוין אפ' טאמבל סאס מיין נאמען.
העינעס קריים! ער האט זיך לבסוף אויסגעלערנט א ווארט צוויי.

נאטרוליסט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:17 am

· #174186
עס קוקט אויס ווי דיסאינפארמאציע פון די NYPD פאר א כוונה'דיגע צוועק.

מצטמק ויפה » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:17 am

· #174187
ביטע זיך האלטן צום ענין אויף וואס דער אשכול איז געמאכט, און נישט פארקריכען מיט ענינים וואס זענען נישט נוגע צום ענין. יישר כח.

shem-tov » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:18 am

· #174188
טאמבל סאס
shem-tov
טאמבול קענסט דיך נישט איינהאלטן פון שיסן דשאוקס. כאלו האסט נישט געוויסט ווער נידערמאן איז.

בד"וו האסט געזעהן ווי ער וויל צורייסן די ריפארטער וואס פרעגט אים זיין נאמן. אזוי ווי די קליינער שוטה די ווייסט נישט ווער איך בין. און דערנאך הייסט ער אים עס נאך ספעלן. דערנאך איז ער געווארן כעסיג

חחח
בשעת ער האט געספעלט זיין נאמען האב איך מיר געוואונדערט צו ער שפירט זיך גוט אז ער קען שוין היינט ספעלן פליסיג זיין נאמען, נישט ווי די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה.
כ'מיין פארוואס די פיי קיף דארף איך ספעלן מיין נאמען? זוך מיך אויף אין די אנשי שלומינו. פרעג יעדעם אין ראדני. היינט ווייסט שוין אפ' טאמבל סאס מיין נאמען.
העינעס קריים! ער האט זיך לבסוף אויסגעלערנט א ווארט צוויי.


מסתם ווייסט ער ניטאמאל וואסע מיינט

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:19 am

· #174189
טאמבל קען עפעס נישט אויסלאזן א געלעגנהייט פון אזוי חוזק'ן פון א חסידישע איד

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:23 am

· #174191
איז דער שותף סעם פערלמוטער א פרומע איד?

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:24 am

· #174192
טאמבל איז טויזענט פראצענט גערעכט (אויסער מיט דעם פרט פונעם ביבער היט). אויב נידערמאן קען נישט קיין ענגליש און קען זיך נישט קאנטראלירן, זאל ער אוועקשטיין פונעם מייק. נעכטן ביים ערשטן קאנפרענס האט ער נאך געזאגט "איי ריפריזענט דע דזואיש קאמיוניטי". זעלבסט דערקלערט.

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:25 am

· #174193
כ'האב צעלייגט די צדדים אויף קליין געלט.
אויב האט א היימישער א האנט דא, איז דאס ווילדע אויספארשונג קרוב לבושות.
אבער ס'גלייבט זיך נישט אז א היימישער איז א שליח להרוג
ווידער א טענעד, וואלט נישט געמאכט אזא אויסגערעכנטע ארבעט.
ווידער געלט רויבער וואלטן געדארפט וויסן אז סוף גנב לתליה
די טראגעדיע איז נישט רחוק מן השכל, \ אזויווי קלצעקי א שטייגער\ אבער די ווילדע רעספאנט צו די מידיע, צייגט עפעס טא מאטש 'ריבונות'. ווי מיר ווילן וועלן מיר אנקומען.. ווען מיר ווילן איבערדרייען די שטאט פאר יעדע טראגעדיע וועלן מיר עס טון.. ס'גייט עפעס זייער ווילד. נישט אז די מידיע לויפט אונז נאך, נאר מיר וויינען זיך צו זיי, געבט אונז דעם מייק

shem-tov » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:29 am

· #174196
היימישער ליטוואק
איז דער שותף סעם פערלמוטער א פרומע איד?


יא א היימישער חסידישער פון ווילי

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:29 am

· #174197
מנשה לוסטיג

אבער ס'גלייבט זיך נישט אז א היימישער איז א שליח להרוג

ווידער געלט רויבער וואלטן געדארפט וויסן אז סוף גנב לתליה


פרעג איך ענק, ווי קען מען נישט ליב האבן אזעלכע אומשולדיגע רייד?

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:36 am

· #174201
וואס די פאסט טוט ווען זי איז אין א קרייסעס... גרעסערע פון אונז האבן שוין מיט איר מלחמה געהאט און גארנישט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:42 am

· #174204

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:53 am

· #174206
טייל קאמענטס דארט זענען היבש ווייטאגליך און שרעקעדיג.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:57 am

· #174207
שמעקעדיג
טייל קאמענטס דארט זענען היבש ווייטאגליך און שרעקעדיג.

נאך דערצי אז די גראליגע קאמענטס זענען טייל דורך היימישע נעמען, 'בנימין בענע'דיק'ט

הדד בן בדד » דינסטאג יאנואר 7, 2014 2:36 am

· #174218
הילל
ממרום שלח אש
קשה כשאול קנאה

ווער דארף דעם פאוסט ווען מיר האבן די זשואיש פרעס, די פאוסט זאגט כאטש אז זיי האלטן נישט אז ס'קומט אים מיתה, די זשואיש פרעס זאגט אז עס קומט אים א מיתה משונה...
<a class="postlink" href="http://www.jewishpress.com/news/breaking-news/death-of-a-slumlord-an-opportunity-for-contemplation/2014/01/06/">http://www.jewishpress.com/news/breakin ... 014/01/06/</a>


דערווייל קוקט אויס ווי די דזשואיש פרעס האבן אראפגענומען די ארטיקל פון זייער וועבסייט (אפשר טאקע צו פאררעכטן דעם לשון).
פאר די רעקארד, אפילו זיי האבן טאקע געשריבן געמיין, האבן זיי אבער נישט געשריבן אז עס קומט אים א מיתה משונה (זיי האבן זיך אויפגעטון אז זיי האבן אפי' געשריבן "ז"ל" אויף אים, און זיך געדארפט פארענטפערן דערויף), נאר אז נאכדעם וואס ער האט געליטן פון א מיתה משונה דארף מען זען ארויסצונעמען א מוסר השכל דערפון. אבער ווער בעט אים צו געבן מוסר-השכל'עך אויף יענעמ'ס חשבון, איבערהויפט יעצט ווען די בלוט קאכט נאך?


די דשואיש פרעסס זאל מעורר זיין אויף די ענינים ווען מען כאפט בערני מעידאף אדער וויליאם ראפפויגל. מיר האבן אנדערע וועלכע וועלן אונז זאגן מוסר.

הדד בן בדד » דינסטאג יאנואר 7, 2014 2:38 am

· #174219
[ציטאט אראפגענומען]


עיין מה שכתבתי לעיל בענין דשואיש פרעסס.

הדד בן בדד » דינסטאג יאנואר 7, 2014 3:02 am

· #174220
רויטע וואנצעס
וואס די פאסט טוט ווען זי איז אין א קרייסעס... גרעסערע פון אונז האבן שוין מיט איר מלחמה געהאט און גארנישט.



וואס איך נעם ארויס פון דעם גאנצן שמועס איז, אז דער דרייוו צו געבן שלעכטע רעיטינגס פאר די פאוסט עפפ איז דווקא יא א גוטע זאך, ווייל עפטער אלל ווילן זיי דאך זיך אהערשטעלן אלס א "נייעס" סאורס, און דא האלט זייער רעיטינג ביי 1.7, (ווען די דעילי ניוס שטייט ביי 3.2) איז דאס יא א קלאפ. מיט געלט איז טאקע שווער אים צו קלאפן, ווייל דאס איז אינגאצן נישט קיין אישו דא. אבער דאס איז שוין יא עפעס וואס וועט זיי וויי טון.

הדד בן בדד » דינסטאג יאנואר 7, 2014 3:04 am

· #174221
שמעקעדיג
טייל קאמענטס דארט זענען היבש ווייטאגליך און שרעקעדיג.



קאממענטס ווי?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 7, 2014 3:05 am

· #174222
לכאורה מיינט ער דארט אויף youtube
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26