☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

קרעקער » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:35 pm

· #173585
די קלוגע וועג ארבעט נישט ווייל די פאוסט איז נישטא פאר געלט זייער צייטינג מאכט שוין יארען נישט קיין געלט
די איין איינציגסטע וועג איז נאכצוטוהן די שווארצע און זייער פירער שארפטאן ווייל דעס ארבעט און אויסער דעם ארבעט גארנישט
טראכט וואס ער וואלט געטוהן אין אזא פאל

איש עברי » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:38 pm

· #173587
צו פארלאנגען מיר זאלן ווערן שחורים אין וואנדאליסטן איז צו א טייערע פרייז אין מיינע אויגן

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:38 pm

· #173588
איך האב געזאגט אז מ'דארף טון ביידע וועגן. אגב קרעקער דער ווארט דא איז נישט דע געלט, אויב א גרויסע קאמפעני קומט ארויס מיט א סטעיטמענט אז זיי בויקאטירן א צייטונג וועט דאס שיקן א שטארקע מעסעדזש און ווייזן פאר וועלט ווי אינסענסיטיוו די פאסט איז געווען און אז פאר BH וויל נישט מיט אזא נידריגן צייטונג א שייכות. לאז ארויס דעם געלט חלק

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:46 pm

· #173590
בחדרי באריכטען:

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=63286&cat=1&scat=3">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=6 ... t=1&scat=3</a>


<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63305">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63305</a>

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:48 pm

· #173593
א חוץ דער המבשר באריכטעט נישט קיין איינע פון די צייטונגען 'יתד' 'הפלס' המודיע' איבער'ן טראגעדיע

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:53 pm

· #173594
זענען אלע פארמאכט פון דאנערשטאג נאכט ביז מאנטאג אינדערפרי.
די יתד האט אבער אן אקטיווע ענגלישע זייטל: matzav.com

איש עברי » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:03 pm

· #173598
איך וואלט געצה'ט אז דער עולם זאל מיטנעמען פלאקאט'ן מיט'ן אויפשריפט

we didn't want him dead!

עס קען האבן א גוטע אפקלאנג

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:10 pm

· #173600
ביטע אפדעיטן איבער די אנגייענדיגע אויספארשונג ארום די מערדער
לבי אומר לי אז מ'גייט זיי נישט כאפן. הלוואי יא; ערשטענס, מ'מוז שיקן א מעסעדזש א ס'נישט הפקר וועלט צווייטענס וועט עס זיין א ביסעל א קלאוזשער פאר אלע באטראפענע אז די רוצחים דרייען זיך כאטש נישט אויף דער פריי.

איך האף ס'גייט קומען גוטע נייעס בקרוב און אויב ס'קומט אדער מ'ליינט ערגעץ עפעס פאזיטיווע אנטוויקלונגען זאל מען עס דא שרייבן. וואס האלט דער עולם גייט מען זיי כאפן? פארוואס ציטער איז אזוי אז נישט? ס'זעט אויס זייער פארוואלקענט. איבערהויפט יעצט ווען די רשעים פרובירן צו מינימייזן די טראגעדיע כאילו ס'איז זיך אים געקומען וועלן די אינסטאנצן מען ח"ו נישט זיין אזוי להוט פאר דזשאסטיס? ווער ווייסט.

וחלופיהן » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:11 pm

· #173601
מען דארף שוין אריבער ברענגן די רביס פון ארץ ישראל און זיי דארפן ארויסגעבן א קול קורא אז א חסידישער ייד בפרט סאטמערע טארן פון היינט און ווייטער מער נישט קויפן דער פאסט. דאס וועט זיי לערנען אז אונזערע בליט איז נישט הפקר. כולנו למערכה!

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:13 pm

· #173602
press confrence
BdPen4uCMAET7o8.jpeg

דעת תורה » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:18 pm

· #173606
רויטע וואנצעס
די קאמפיין אנקעגן די פאסט איז זייער וויכטיג, אבער נישט פארגעסן אז ס'איז צאמגעשטעלט פון NYPD leaks. די זעלבע פרעשור דארף אויך זיין אויפן NYPD אויסצופארשן וועלכע אומפארפעסינאלע פאליציי זענען אינטער דעם.


מאנכע שפעקולירן אז דאס איז א "פראפעסיאנאלע" מעסעדזש פון די נ.י.פ.ד. אז זיי זענען קנאפ אינטערעסירט זיך אריין צו לייגן צו שטארק אין די קעיס. זיי האבן נישט די גאטס אויסצוקלינען די שטאט פון די שעדליכע אונטערוועלט.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:20 pm

· #173607
live conference
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/151426/2014/01/05/live-video-nyc-elected-officials-condemn-ny-post/">http://www.vosizneias.com/151426/2014/0 ... n-ny-post/</a>

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:22 pm

· #173611
live conference

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/151426/2014/01/05/live-video-nyc-elected-officials-condemn-ny-post/">http://www.vosizneias.com/151426/2014/0 ... n-ny-post/</a>

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:26 pm

· #173613
.
BdPhzlYIMAAm07u.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:28 pm

· #173614
מען קען זאגן צענדליגער פשטים אויף אלע צדדים.
אלס א זייטיגע נקודה טראכט איך אז אויב דער נייער מעיאר דעבלאזיא און נייער דיסטריקט אטוירני טאמפסאן ווילן ווייזן צו וואס זיי טויגן, וועלן זיי טון כל מה שביכולתם צו ווייזן אז די וועלט איז נישט געווארן הפקר נאכדעם וואס זיי האבן איבערגענומען אפיס, בשעת בלומבערג בארימט זיך אז ער האט אראפגעהאלטן קריים גאר נידריג.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:31 pm

· #173616
NEW YORK: NYC Public Advocate says, @nypost gave a license to murder & calls on government officials to refrain from advertising in nypost.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:33 pm

· #173617
Eric Adams ‏@BPEricAdams 17m
The @NYPost's decision to hang #MenachemStark in effigy on its cover, hours after shiva has begun, is a betrayal of journalistic integrity.

בן תמליון » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:34 pm

· #173618
עס איז גוט צו זעהן ווי עס עקזיסטירט נאך אידישע הערצער, אידיש בלוט איז נישט הפקר. עס איז דא א הערליכער ציבור דער מעסעדזש איז מעכטיק.

דעת תורה » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:39 pm

· #173621
דעבלאזיא, טאמפסאן און ביל ברעטאן ווייסן דען פון די גאנצע טראגעדיע? דערווייל קוקט נישט אויס אזוי.

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:43 pm

· #173622
אלע יודישע פארטרעטער שטייען פאראייניגט צו פארטרעטן די געמיינדע
#שיינע סצענע.

הלוואי זאל מען עס זעהן ביי יעדע טריט און שריט לטובת הציבור

שרייבער » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:45 pm

· #173623
איך האב הנאה פון דער וואס האט צוקנייטש דעם פאסט און געווארפן אויף די ערד
איך האב געטראכט פון דעם מען דארף עס צורייסן דארט, איך וואלט נאר געווען רואיגער ווען א אינו יהודי טוט עס

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:47 pm

· #173626
זיי ליינען נישט די מעידזשאר העדליינס פון אלע גרויסע פאפולערע צייטונגען? זיי זענען ממש אויסגעטון פון די וועלט?

קרעקער » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:47 pm

· #173627
מאכסט מיך לאכען
דיבלאזיא? קען טאמפסאן?
זעכער זענען זיי נישט צום האַבען יעצט, יא זיי וועלען לויפען צם רבינס טיש און צום ארמארי כ"א כסלו כאפען שיינע בילדער, אבער ווען מען דארף זיי הערט מען נישט קיין פיפס אפילו א פארדאמונג נישט
איין זשוליאני האט געהאט די באליס צו גיין ארויס קעגען די מאפיא
מארק מיי ווארד חברה נו יארק אונטער דיבלאזיא גייט ווערען פינקט ווי אינטער דינקינס

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:51 pm

· #173629
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/menachemstark">https://www.facebook.com/menachemstark</a>

פעטעציע האט שוין איבער 4000 לייקס!

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:56 pm

· #173630
ק''מ האט א לייוו הוקאפ פינעם קאנפרענס
א שוואגער געט איבער אויף ק''מ פילע פון די גיטע מעשים פינעם איש החסד רבי מנחם הי''ד

.....
דר'עולם צוגייט זיך שוין

בחדרי באריכט פינעם קאנפרענס:

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63310">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63310</a>

אין מאנסי האט איינער בויקאטירט דעם פאוסט
file-62.jpeg

איינגעמיירעט » זונטאג יאנואר 5, 2014 4:10 pm

· #173634
סאיז זייער מסוכן מיט דיע חברה זיי ארבעטען קעפ אויף קעפ,דער לענדער ארבעט אונטער איינעם און יענער ארבעט אונטער נאכאיינעם, און אז מכאפט איינער קען אן אנדערער רצחנען און סטראשענען, ממוז כאפן אגאנצע גרופע אינאיינעם, און דאס איז שוין א לאנגע מעשה.
וואו אוכט האבען זיי דאפעלטע איידענטיפוקאציעס.

מאן דאמר » זונטאג יאנואר 5, 2014 4:55 pm

· #173640
ס"איז מיר שווער צו גלייבן אז מען גייט די באנדיטן נישט דערווישן, 2014, מען האלט חשבון אויף יעדן, די NSA פרשה יוכיח אז מען קען גארנישט באהאלטן.

חזקיהו המלך » זונטאג יאנואר 5, 2014 4:59 pm

· #173642
כ'האלט אז ס'איז גאר גאר וויכטיג אז מען זאל חאפען די פארברעכער אין ברענגען צי גערעכטיגקייט, ס'האט נישט ציטוהן נאר מיט די יעצטיגע מעשה, ס'האט ציטוהן צי ווייזען פאר די אינטערוועלט אז מען הייבט נישט אן מיט די אידישע קאמיוניטי אין טאמער יא צאלט מען א פרייז,

ס'דא צוויי וועגען וויזוי עס צי טוהן, טאמער די פאליציי קאאפערירט אין טוהט צי דער זאך הרי טוב, אבער טאמער זיי פוילעצען אונטער דאן איז אזוי,

קודם דארף די וויליאמסבורג עסקנים דינגען גוטע פריוואטע אינוועסטיגעיטער צי טרעפען די שולדיגע, אין מיט די שולדיגע מיין איך נישט די וואס האבען עס געטוהן, דאס אויך אבער דער עיקר איז צי טרעפען דער וואס שטייט אונטער דעם,

דאס וועט אויפטוהן אויך צי לייגען פרעשור אויף די פאליציי אז מען וועט טרעפען די פארברעכער מיט זיי צי אן זיי,

יעצט איז אזוי, טאמער נאכען טרעפען די פארברעכער, וועט די פאליציי טוהן צי די זאך אין זיי אנקלאגען, הרי טוב, טאמער זיי וועלען ווייטער שלעפען די צייט אין גארנישט טוהן, דאן מיינט דאס אז רציחה איז מותר געווארען אין מען צאלט נישט קיין פרייז דערפאר, נו קען מען דאך טוהן די זעלבע זאך וואס זיי האבען געטוהן, מען צאלט פאר א "קילער" אן איבערלאזען עווידענס צי ערמארדען די שולדיגע, אין אזוי שיקען א מעסעדזש צי די אלע שווארצע רוחות, אז מען הארגעט נישט אין די אידישע קאמיוניטי,

אין טו העלל מיט די פאליס דיפארטמענט, זיי זענען מסתם פארט פין די פראבלעם נישט פין די סעלושען,

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:02 pm

· #173644
מיין געסס איז אז מכאפט זיי נאך ביפאר שבת פ' בשלח.

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:03 pm

· #173645
שטעל דיר פאר ווען בעובדא דהר''ר יחזקאל שמש וואלט די שטיבעל שוין געווען אין קראפט........

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:11 pm

· #173647
אין נאמן פון ני פאסט וויל איך אויסדריקען אונזערע מיקסט פילינגס. אונזער צופרידנהייט, אז ב"ה, כ'מיין טהענק ג-ד, האט אונזער צייטונג באקומען די זייער נויטיגע פובליסיטי אין די ניו יורקער גאס. חז"ל האבן אונז שוין גלערנט אז בעד פובליסיטי איז גוד פובליסיטי. גוט אז איר שרייט אין זיד, גוט אז איר קאכט און שוימט, איר זענט לעבדיגע עדות אז אונזער צייטונג איז עלייו ענד קיקינג.
פון דער אנדערער זייט פילן מיר א מארראלישן חוב אויסצודריקן אונזער סימפאטיע צו די שטארק פאמיליע און צו די שווארץ-היטל-טראגעדיגע געמיינדע פון עקסטרעם-אורטהדאסקסיטשע אידן וועלכע מאכן נעבך מיט אזא טראגישע פארלוסט.
מיר פארזיכערן אייך אז אונזער רעפארט מיינען גארנישט פערזענליך, מיר דרוקן נאר אויס אונזער קאנסטיטוציענאל בארעכטיגטע פרייהייט פון די פרעססע. מיר האפן אז מיר וועלן ווייטער קענען רעפארטירן מיט פרופעסיאנאליזם אויף אייערע שמחות און אלגעמיינע נייעס.
מיט עהרע און רעספעקט,
נ.י. פאסט
(-מקום החתימה)

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:16 pm

· #173651
חזקיהו המלך
כ'האלט אז ס'איז גאר גאר וויכטיג אז מען זאל חאפען די פארברעכער אין ברענגען צי גערעכטיגקייט, ס'האט נישט ציטוהן נאר מיט די יעצטיגע מעשה, ס'האט ציטוהן צי ווייזען פאר די אינטערוועלט אז מען הייבט נישט אן מיט די אידישע קאמיוניטי אין טאמער יא צאלט מען א פרייז,

ס'דא צוויי וועגען וויזוי עס צי טוהן, טאמער די פאליציי קאאפערירט אין טוהט צי דער זאך הרי טוב, אבער טאמער זיי פוילעצען אונטער דאן איז אזוי,

קודם דארף די וויליאמסבורג עסקנים דינגען גוטע פריוואטע אינוועסטיגעיטער צי טרעפען די שולדיגע, אין מיט די שולדיגע מיין איך נישט די וואס האבען עס געטוהן, דאס אויך אבער דער עיקר איז צי טרעפען דער וואס שטייט אונטער דעם,

דאס וועט אויפטוהן אויך צי לייגען פרעשור אויף די פאליציי אז מען וועט טרעפען די פארברעכער מיט זיי צי אן זיי,

יעצט איז אזוי, טאמער נאכען טרעפען די פארברעכער, וועט די פאליציי טוהן צי די זאך אין זיי אנקלאגען, הרי טוב, טאמער זיי וועלען ווייטער שלעפען די צייט אין גארנישט טוהן, דאן מיינט דאס אז רציחה איז מותר געווארען אין מען צאלט נישט קיין פרייז דערפאר, נו קען מען דאך טוהן די זעלבע זאך וואס זיי האבען געטוהן, מען צאלט פאר א "קילער" אן איבערלאזען עווידענס צי ערמארדען די שולדיגע, אין אזוי שיקען א מעסעדזש צי די אלע שווארצע רוחות, אז מען הארגעט נישט אין די אידישע קאמיוניטי,

אין טו העלל מיט די פאליס דיפארטמענט, זיי זענען מסתם פארט פין די פראבלעם נישט פין די סעלושען,

אזא תגובה האבעך שוין לאנג נישט געזעהן פון דיר, חזקיהו.... עס מאכט נישט קיין סענס קיין איין שורה, עס איז אלעס דמיונות וואס דו וואלסט זייער געוואלט, אבער וועט נישט פאסירן אין די ווירקליכקייט

סאשי פיש » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:18 pm

· #173652
אן ענטפער
image.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:20 pm

· #173654
חזקיהו המלך
כ'האלט אז ס'איז גאר גאר וויכטיג אז מען זאל חאפען די פארברעכער אין ברענגען צו גערעכטיגקייט, ס'האט נישט צו טוהן נאר מיט די יעצטיגע מעשה, ס'האט ציטוהן צי ווייזען פאר די אינטערוועלט אז מען הייבט נישט אן מיט די אידישע קאמיוניטי אין טאמער יא צאלט מען א פרייז,
הא הא, די אינטערוועלט גייט זיך טאקע שטארק דערשרעקן פון די ריזיגע אידישע קאמיוניטי, כאילו מיר זענען עפעס פאוערפול כח,
שוין צייט איינצוזעהן אז ליידער 'אונזער כח' איז גוט פאר א זייפן בלאז, עיין ערך רובאשקין, וועבערמאן, גראסמאן, וכו'.


קודם דארף די וויליאמסבורג עסקנים דינגען גוטע פריוואטע אינוועסטיגעיטער צי טרעפען די שולדיגע, אין מיט די שולדיגע מיין איך נישט די וואס האבען עס געטוהן, דאס אויך אבער דער עיקר איז צי טרעפען דער וואס שטייט אונטער דעם,
וויליאמסבורגע עסקנים? ווער זענען זיי? מיט וועמענס געלט? וועמענ'ס צייט? און דאס שוין נאכדעם וואס זיי נעמען דיר אויף פאר זייער וועגווייזער און מדריך...

דאס וועט אויפטוהן אויך צו לייגען פרעשור אויף די פאליציי אז מען וועט טרעפען די פארברעכער מיט זיי צי אן זיי,
איך האף זיי האבן גענוג טיילענאל צו פארנעמען אזא שרעקליכע פרעשור

יעצט איז אזוי, טאמער נאכען טרעפען די פארברעכער, וועט די פאליציי טוהן צי די זאך אין זיי אנקלאגען, הרי טוב, טאמער זיי וועלען ווייטער שלעפען די צייט אין גארנישט טוהן, דאן מיינט דאס אז רציחה איז מותר געווארען אין מען צאלט נישט קיין פרייז דערפאר, נו קען מען דאך טוהן די זעלבע זאך וואס זיי האבען געטוהן, מען צאלט פאר א "קילער" אן איבערלאזען עווידענס צי ערמארדען די שולדיגע, אין אזוי שיקען א מעסעדזש צי די אלע שווארצע רוחות, אז מען הארגעט נישט אין די אידישע קאמיוניטי,
הא הא הא הא הא........... דא האבן די רויבער אויסגעשאסן......

אין טו העלל מיט די פאליס דיפארטמענט, זיי זענען מסתם פארט פין די פראבלעם נישט פין די סעלושען,

מאטי » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:29 pm

· #173656
היימישער, I used to think highly of you, did anybody abduct your nick?

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:29 pm

· #173657
שובבי"ם תורה און די שטארק טראגעדיע
דער זון פון סאטמער רבי פון וויליאמסבורג, האט שוין בשעת שאלעשידעס גוואוסט פון דעם טראגעדיא, האט ער גהאלטן א הספד/דברי התעוררות צו די וויינעדיגע קולות פון אומשודלדיגע תמימות'דיגע בחורים.
זענען די בחורים'ס עבירות שולדיג?
מעג מען מספיד זיין שבת?
מעג מען תשובה טוהן מיט טרערן און בכיות שבת?
הערט דא און זאגט אייער מיינונג

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:35 pm

· #173659
שיינער געדאנק פון א איי שרייבער




וואס האבען מיר מיטען גוי??
טאטי! טאטי! איינער האט געזאגט א מיאוסע ווארט...אוי וויי! ווער? מ'טאר דאך נישט...עפעס א גוי, דא אויפן קארנער!אה! קינד מיינס. קוק נישט אהין, און הער דיך נישט צו. דערפאר ביזטו דאך א איד...

***א שרעקליכע טראגעדיע וואס דער שפראך איז צו ארים צו באשרייבן האט פאסירט ביי אונזער היימישן עולם, מיט א רציחה איבער א באליבטן אינגערמאן וואס איז באקאנט געווען מיט זיין צדקה וחסד, און אפילו אן זיינע מצות ומעשים טובים, אן זיין רעזומעי אין חסד, איז ער א טאטע פאר 8 קינדערלעך געווען, און מאן פאר א נארוואס געווארענע אלמנה. אזוי טראגיש! אידן נעמען זיך אינטער גוטע קבלות לעילו נשמתו כדרכם בתורה, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז ווייטער זאלן מיר נישט ח"ו געפרואווט ווערן מיט אזוינע שרעקליכע נסיונות.קומט אריין דער אלעמען באקאנטער שווארצער מלאך דער משחית, און ווי נאר ער זעהט א געוויסע ערנסטקייט אויף זיינע אנגעלאקערטע אידעלעך, זוכט ער כל מיני טצדקים זיי צו מטשטש זיין און פארדרייען דעם קאפ פונעם עיקר, און אלעס נאר כדי זיי זאלן נישט האבן דעם ריכטיגן דעת צו באטראכטן מיט א אידישן בליק דעם גאנצן עפיזאד.ער זעצט זיך אריין אין די קעמערלעך פון די שמוציגע ניו יארק פאוסט ווי ער האט עמטליך א שטאב מיט ארבייטער'ס וועלכע טוען וואס ער הייסט אן קיין צוויי מאל הייסן, און ער הייסט אז דאס מאל זאל מען שרייבן עפעס שמוציגער ווי געוויינליך.ער ווייסט אז זיינע אנדערע קאמאנדירן ווי טוויטער פעיסבוק און אלע אנדערע אינטערנעט זייטלעך וועלן אים פולקאם דעקן, און ער ווייסט אז ער האט גענוג קאנדידאטן וואס זאלן ארום פירן דעם שמוץ אז ס'זאל קלעבן אויף אלע זייטן פונעם אידישן פאלק ליידער..


.***לאמיר פארשטיין וואס דא קומט פאר!

יארן צוריק ווען עס האט זיך נאר אפגעשפילט סיי וועלכע פרשה ביי אידן, צו איז עס געווען א פרייליכע געשעעניש, אדער ח"ו א טראגעדיע, איז אלס געווען ביי אידן א צוזאמענארבייט סיי אין די שמחה און סיי ח"ו דאס פארקערטע. מ'האט זיך אלעמאל געשפירט איינער דעם צווייטן, פונקט ווי היינט, און נאך מער.איין זאך אבער איז נישט געווען! די פאר אידן וואס פלעגן ברענגען די נייעס אין ביהמ"ד און מ'האט זיי עמטליך גערופן די מקוה נייעס אגענטור, זיי האבן נישט געקענט ברענגען א גויאישן צייטונג, נאר געקענט נאכזאגן בערך וואס זיי האבן געהערט אדער געלייענט, און דער עולם איז געשטאנען אין די זייט און געקעמט די בערד, און אדער מיט געשאקלט מיט ווייטאג, אדער מיטגעשמייכלט פון די צימעס. און ווען מ'איז ארויס זאגן ברכת התורה האט מען פארגעסן פונעם שמועס, און דער טאג האט זיך אנגעהויבן צו פירן ווייטער ווי א אידישער טאג.פאסירט האט אבער אז דער שטן האט אריינגעלייגט זיינע כוחות אין טעכנעלאגיע, און היינט איז יעדער א אלסווייסער, און אלע קומען אין מקוה אלס די רעדנער'ס נאר די פאר צוריקגעבליבענע כולל אינגעלייט וואס האבן טעלעפאן אן טעקסט דארפן זיך נעבעך צוהערן צו די געשרייען פון אלע ווייסערס.עס איז טראגיקאמיש אבער איך האב געקוקט לעצטנס וויאזוי א נייעס שמועס זעהט אויס, און איך האב געלאכט צו מיר אליינס אזש ביז איך האב אויסגעזעהן ווי א פון זינען גערירטער ל"ע.שטייען 12 מענטשן און שמועסן. יעדער ציהלט צום לעצטן פון די פארקערטע ריכטונג (א שאדע איך בין נישט קיין גוטער גראפיקער, איך וואלט אייך געמאלן א בילד פון וואס איך רעד... וועל מיר דאס לאזן פאר די עקספערטן) למשל אויב שטייט מען אין א קרייז וועט יעדער רעדן צו דעם וואס שטייט די ווייטסטע פון אים, און שרייען גענוג הויך, און מיט א אונטער בליק קוקן ווער נאך עס הערט וואס ער זאגט.
אלע רעדן אין די זעלבע צייט (ווי ביי די נשים זאלן זיין געזונט) און קיינער הערט נישט דעם צווייטן.נאר איינער שטייט גראד אינמיטן די גרופע, און ער מאכט מיט די הענט ווי א קאארדינעטער.אהא איך הער וואס דו זאגסט..איין מינוט... וואס זאגסטו? לאז איין מינוט איך קום שוין צוריק.ווארט איך האב נישט געהערט דיין לעצטע סטעיטמענט.. אהא מיינסט צו זאגן אזוי?
און אזוי שטייט יעדער און פרובירט צו באקומען די אכטונג פון דעם אומגליקליכן אינגערמאן אינדערמיט.און מה טובו? פארוואס וויל יעדער נאר אז ער זאל הערן?ווייל ער איז דער איינציגער וואס ווייסט אפשר נאך נישט! ווייל ער איז דער איינציגער וואס האט נישט קיין צוטריט צו די אלע כלים, און ער קען נאך זיין אינטערסירט דא צו הערן עפעס...אזוי שטייען, גרופעס אין צווייען און אין דרייען, און טוען קייען, אלע אלטע בעבלערייען, און פרובירן צו פארדרייען, א קאפ אין צווייען.איז אבער מיט דעם גאנצן חורבן מיטגעקומען נאך א פראבלעם וואס ממש נעמט ארויס דעם מענטש פון גלייכגעוויכט.פלוצלינג זעהט ער וואס דער גוי שרייבט! פלוצלינג איז ער קלאר באהאוונט מיטן עשו שונא ליעקב!ביז היינט האט ער נאר געקענט די פוילישע גויטע וואס ארבעט ביי אים, און דעם שבת גוי פון ביהמ"ד, און דא אנטפלעקט זיך פאר אים א עשו במילואו... און ער פאנגט אן צו פארפירן..

***מיינע טייערע ברודער.

דער ניו יארק פאוסט מיט אלע אנדערע שונאי ישראל האבן נישט היינט אנגעהויבן, און עס האט אונז קיינמאל נישט אינטערסירט וואס זיי זאגן! עס האט אונז נישט אינטערסירט, און מיר ווייסן נאך היינט נישט וואס זיי האבן דעמאלס געזאגט אדער היינט געזאגט.דאס אז דער גוי האט אונז נישט ליעב, איז אן אלטער כלל.דאס אז מיר דארפן אלעס וויסן, און ענטפערן דערויף מיט שטותים והבלים איז גאר א נייער כלל.דאס ערגסטע ווערט נאך ווען פלוצים ווערט דאס דער עיקר, און אלע פאליטיקאנטן כאפן זיך ארויף אויף דעם גרינגן וועג ארויס, און פאנגען אן צו נעמען זייער גרינגסטע מעטאד פון האלטן א מייק און פארפירן ברבים, און יעדער קלאטש, און אלעס פאטשט, און . . . . נאך אפאר וואוטס ביים נעקסטן עלעקשאן.

רבותי! איז דאס דא דער פראבלעם? מיר דארפן אז די פאליטיקאנטן זאלן פארדאמען דעם פאוסט? דעם וואס?... ווער איז דער פאוסט? וואס האבן זיי מיט אונז? מיר דארפן תשובה טוהן! און די בעאמטע זאלן זיך אפגעבן מיט כאפן די פארברעכער, און דער פאוסט זאל ווייטער שרייבן וואס זיי ווילן...דער פאוסט איז נישט מיין פראבלעם יעצט, און וועט נישט זיין מיין פראבלעם אין עתיד נאר טאמער איך וועל עס לייענען ח"ו.לאמיר געדענקען אז אונז האט קיינמאל נישט אינטערסירט וואס דער גוי זאגט, און אודאי נישט וואס א נידריגער צייטונג פון די נידריגסטע פעלקער וועלכע ווערט נישט געליינט דורך אפילו גויים מיט א טראפ וועזן...גענוג איז גענוג! צוריק צום עיקר..

.וואס האט איר זיך אינטערגענומען היינט לעי"נ משולם מנחם בן ישראל? דאס איז וואס מ'פארלאנגט פון אונז און גארנישט מער.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:39 pm

· #173661
פארראכטן.

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:42 pm

· #173663
אזוי האט ער געזען ביי זיינע עלטערן

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:44 pm

· #173664
גאנצל
אזוי האט ער געזען ביי זיינע עלטערן

דאס פארזינגען אינאיינעם פילע סארט זמירות דאכצעך איז אויך אן אייגען סארט שניט

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:46 pm

· #173665
ער האט געהאט מערערע זיידעס רבנים.....

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:55 pm

· #173672
גאנצל
אזוי האט ער געזען ביי זיינע עלטערן

וועלכע פון זיינע זיידעס האט גזאגט א הספד פאר זאגן ברוך המבדיל בין קודש לחול?
עס איז א הלכה'דיגע שאלה, און איז מיר אינטערסאנט צו קענען אזא מקור.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 5, 2014 5:57 pm

· #173674
איש עברי
צו פארלאנגען מיר זאלן ווערן שחורים אין וואנדאליסטן איז צו א טייערע פרייז אין מיינע אויגן

דעיס איז אין פינטל. ווייל קיינער וויל נישט מודה זיין (צו זיך אליינס) אז אינז קענען נישט ,ב"ה דאס וואס די שחורים קענען. אנמאכן חורבנות און רציחות. ממילא האט מען מורא אויב זיי צו ווילדעווען זיך. אבער אינז אידעלעך.? וואס, די שחורים אדער דער פאוסט, ימ"ש דערשרעקן זיך פון ראביי נידערמאן אדער פון יצחק אבראהאם? 😂 🙄 😞 😮 😳

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:00 pm

· #173677
היימישער


מ'הערט נישט קיין דברי הספד ער איז מעורר איבער דעם טראגעדיא זיין פאטער די סאטמטר רב שליט"א האט אויך אזוי געטאן ביי די קלעצקי פרשה

רחב רחב » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:06 pm

· #173681
וחלופיהן
מען דארף שוין אריבער ברענגן די רביס פון ארץ ישראל און זיי דארפן ארויסגעבן א קול קורא אז א חסידישער ייד בפרט סאטמערע טארן פון היינט און ווייטער מער נישט קויפן דער פאסט. דאס וועט זיי לערנען אז אונזערע בליט איז נישט הפקר. כולנו למערכה!


עס איז קיינמאל נישט געווען מותר צו ליינען קיין גוי'שע צייטונגן בכלל און דער שמוציגער פאוסט בפרט.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:07 pm

· #173683
איך וויין. איך קען דיר כמעט נישט ענטפערן....
איז מותר שבת צו מבשר זיין א ביטערע שלעכטע בשורה? איז מותר שבת צו וויינען אויף ביטערע נייעס?
עיין משנה ברורה סי' רפ"ח ס"ק ד'.

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:12 pm

· #173686
כ'האב אייך געזאגט אז ער האט דאס געזען ביי זיינע עלטערן איך גלייב נישט אז זיי האבן געטאן זאכן נגד ההלכה וואס די היתר איז דארף מען טאקע דערגיין

כתר מלכות » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:13 pm

· #173687
אלס א זאלי גיי איך פארענטפרן הגה״צ אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, ער האט נישט מבשר געווען קיין בשורה רעה, יעדער האט עס ממילא געוואוסט, ער האט סך הכל מעורר געווען לתשובה.

אפטעמיסט » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:15 pm

· #173688
איינער האט מער אפדעיטס/ בילדער פון דעם פראטעסט וואס איז פארגעקומען קעגן די הויז פון דעם פאוסט ריפארטער?

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:22 pm

· #173691
כתר מלכות
אלס א זאלי גיי איך פארענטפרן הגה״צ אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, ער האט נישט מבשר געווען קיין בשורה רעה, יעדער האט עס ממילא געוואוסט, ער האט סך הכל מעורר געווען לתשובה.

שיינע זאך,
זאל'ס זיין לעילוי נשמתו
א הסבר פון א צד לסטרא אחרא דילי' איז ניש קיין קלייניגקייט
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26