☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

מ גפני » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:53 pm

· #178564
מנשה'לע זאגט אז יד ישראל באמצע ווייל ער האלט אז יודן מעגן הרג'נען ווען עס קומט מיט פאליטישע חשבונות!!!

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:54 pm

· #178565
מורינו הרב
פארוואס זענען מיר אזוי אומצופרידן פון זיך, אז מען פראבירט אויף אלע קאסטן צו זאגן אז עס איז געווען א היימישע זאך (עיין ערך איחוד ומנשה לוסטיג, ועוד)? פארוואס קומען היימישע יונגעלייט און זוכן אוועקצושטעלן אן עומדנא און פראבירן אריינצוזעצן בדוחק אז עס איז יא היימישע. וואס שטיפט דעם עולם אריינצולייגן א מעסער אין די אייגענע הארץ?

זענען מיר? אפאר סעלף העיטינג אידן מיט דעים צודריייטען סקווערע שיכור

איך מוז מודא זיין אז ווען איך בין הערשט ארייין געקומען אין שטיבעל האב איך זייער געשוינט מנשה כ'האב אפילו געשיקט א אישי צו ניק'ס פרעגן היתכן זיי טשעפענן א צובראכענע נשמה
יעצט אז איך בין דא היימיש מוז איך זיך אנטשולדיגען פאר נישט פארשטיין די ניקס וואס טשעפנען עיהם. דער זכר טראכט נאר קרום.
ביים טיילען שכל האט ער געהאט א בוך-ווי אין האט זיך פארזוימט אין ביה"כ.

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:56 pm

· #178566
איך אויך
עסקן בדברים
That motzai shabbos right after the levaya on Zev Brenner someone called in and said "what's going on with us? first Leiby Kletzki, then R' Elazar Abuchatzera?" No one had any idea why he assumed it was a heimishe thing. I wonder where he got his info from


וואס?

וואס וואס?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:57 pm

· #178567
שטילע אינגערמאן
מורינו הרב
פארוואס זענען מיר אזוי אומצופרידן פון זיך, אז מען פראבירט אויף אלע קאסטן צו זאגן אז עס איז געווען א היימישע זאך (עיין ערך איחוד ומנשה לוסטיג, ועוד)? פארוואס קומען היימישע יונגעלייט און זוכן אוועקצושטעלן אן עומדנא און פראבירן אריינצוזעצן בדוחק אז עס איז יא היימישע. וואס שטיפט דעם עולם אריינצולייגן א מעסער אין די אייגענע הארץ?

זענען מיר? אפאר סעלף העיטינג אידן מיט דעים צודריייטען סקווערע שיכור

איך מוז מודא זיין אז ווען איך בין הערשט ארייין געקומען אין שטיבעל האב איך זייער געשוינט מנשה כ'האב אפילו געשיקט א אישי צו ניק'ס פרעגן היתכן זיי טשעפענן א צובראכענע נשמה
יעצט אז איך בין דא היימיש מוז איך זיך אנטשולדיגען פאר נישט פארשטיין די ניקס וואס טשעפנען עיהם. דער זכר טראכט נאר קרום. ביים טיילען שכל האט ער געהאט א בוך-ווי אין האט זיך פארזוימט אין ביה"כ.

יו מעיד מיי דעי! באמת

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 5:06 pm

· #178572
ס'סתם א איינרעדעניש אז יד היימישער באמצע?

מורינו הרב » מיטוואך יאנואר 22, 2014 5:10 pm

· #178574
מנשה, איך האב געהאט א גוט'ס אויפן צינג... איך וואלט דיר געקענט יעצט גוט טשעפענען, געהאט א פיין ווערטל. איך האב זיך צוריקגעהאלטן צוליב רחמנות און צוליב דעם וואס איך האלט אז עס קומט זיך דיר נישט.

(איך קען זיך נישט איינהאלטן פון דיר צו לאזן מעלדן דאס...)

איך אויך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 5:11 pm

· #178576
מנשה לוסטיג
ס'סתם א איינרעדעניש אז יד היימישער באמצע?

אז דו האסט עפעס אינפארמאציע גיב עס פאר די אוטוריטאטן און קענסט עס אויך שרייבן דא אבער סתם האקן אין טשייניק כדי אנצורייצן די געמיטער איז נישט ערלויבט.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:31 pm

· #178647
שוידערליך די קאמענטס דארט (די צווייטע לינק).
איך ציטער שוין צו וואוינען אין אמעריקע

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 11:29 pm

· #178649
בושני עליך Jewish voice
בשלמא די ני פאוסט שרייבט לגיונות און טיפשות, האבן זיי חאטש אביסל שכל עס נאכצוזאגען פון אנאמינע law enforcement מקורות. לקיים מה שנאמר הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
אבער דו Jewish voice, זאגסט דיין טיפשות ולגיונות מיט א מקור וואס מען קען נאכקוקן. געוואלד ווי דערמאנט די ניוסדעי איין ווארט אז מען האט געגנבעט געלט נאך זיין טויט נעבעך?
קענסט נישט לייענען קיין ענגליש דו שטאקיגער טיפוש איינער?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 11:32 pm

· #178650
ס'איז אזא קליינע וועלט, און דאך איז יעדע זאך אזוי טוויסטעד

יתרו » מיטוואך יאנואר 22, 2014 11:38 pm

· #178651
שמעקעדיג
שוידערליך די קאמענטס דארט (די צווייטע לינק).
איך ציטער שוין צו וואוינען אין אמעריקע

געליינט, נישט געפערליך, שוין געליינט אסאך ערגערס.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:27 am

· #178663
מורינו הרב
פארוואס זענען מיר אזוי אומצופרידן פון זיך, אז מען פראבירט אויף אלע קאסטן צו זאגן אז עס איז געווען א היימישע זאך (עיין ערך איחוד ומנשה לוסטיג, ועוד)? פארוואס קומען היימישע יונגעלייט און זוכן אוועקצושטעלן אן עומדנא און פראבירן אריינצוזעצן בדוחק אז עס איז יא היימישע. וואס שטיפט דעם עולם אריינצולייגן א מעסער אין די אייגענע הארץ?


אלע קאסטען
אין מיין ערך האב איך נישט פראבירט צו זאגען אויף אלע קאסטען
אז עס איז געווען א היימישע זאך
מיר גייט בכלל נישט אין לעבען צו זאגען אז אידען האבען געהאט א יד באמצע, געזאגט האב איך איין זאך, און איך צו בכלל נישט צוריק, ווען אין פאסט איז געשטאנען אז די פאליציי זענען נישט צופרידען מיט די עדות פין זיין שותף, ווייל ער זאגט ליגענט, האב איך געזאגט, און איך זאג ווייטער, אז עס איז רויטע פאן, און יש מקום לחשוש, אז ער ווייסט מער ווי אונז וואס איז פארגעקומען דארט, ומידי ספיקא לא נפקא. דאס איז עס. ועל זה יצא הקצף הלמאי אין בין א רשע (יאנקעל - אקעי, נישט איך בין א רשע, נאר זאגען אז עס איז דא א מקום לספק, איז רשעות) און ווייג זיך צו זאגען אזוי, ווען ער איז א טאטע פין קינדער, און איך צאפ אים דאס בלוט, וכו'.

אין הכי נמי, ער איז א טאטע פין קינדער, אבער דאס הייסט נישט געצאפט דאס בלוט, און קען זיין אז דא אין ק"ש דארף מען נישט שרייבען וואס יעדער שמועסט אין דער גאס, ווייל סוכ"ס ווילען אונז דאך געווינען די ליינערס פין א"וו זאלען זיך דא באזעצען, און טאמער וועט מען שרייבען עפעס וואס מען שמועסט אין ביסמעדריש, וועלען די יושבי חושך מער נישט וועלען קומען דא ליינען און שרייבען, ממילא איז דאך בעסער דא צו שרייבען וואס אונז ווילען זאל זיין אמת, ווי איידער די פשוטע פאקטען הנראין לעין כל.

ווי צ.ב.ש. יעצט שמועסט מען אין אלע גאסען אין קופקעס, אז עפעס א שייכות האט דא [...], איך ווייס נישט קיין פרטים וואס מען שמועסט, ווייל כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו שמועסען דערוועגען, און עס אינטרעסירט מיך נישט צו וויסען אזוי ווייט. אבער האט איינער דאס געשריבען דערווייל דא? ניין. פארוואס? ווייל ק"ש וואקסט צוביסלעך אריין אין א"וו, און היות מען טאר נישט "שרייבען" מער ווי מען וויל עס זאל זיין אמת, האט מען דאך מורא אז די יושבי חושך וועלען זיך צולאזען, און די אנדערע וועלען זיך נישט אהננעמען ווייל מען וויל דאך חלילה נישט אפענדען די וואס רעגען זיך, זיי וועלען דאך גיין, ממילא האט מען מורא צו זאגען א הויך ווארט.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:42 am

· #178667
איחוד נישט אמת. מ'שרייבט נישט דא נישט וועגן א"וו נאר וועגן נישט יעדע רומער וואס דו הערסט פון א צווייטן איז יושר אויסצופויקען אויף א פובליק פארום וואו טויזענטער וועלן ליינען דעם רומער. מה דעלך סאני . טראכט אויב וואלט געווען עפעס א רומען אויף דיר וואלסטו געוואלט מ'זאל עס צושמירן אויף א פובליק פארום? נאך אלעם האב איך עס געהערט אין ביסמעדריש פון איינעם אויף דיר. הא?

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:07 am

· #178672
כ'פארשטיי וואס די זאגסט. אבער אין ביסמעדריש דארט איז נישט דא דער דעלך סני?

יעקעלע חכם » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:03 am

· #178682
איחוד עס איז פשוט נישט קלאסיש אז רומער׳ס וואס האבן נישט קיין שום מקור זאלן ווערן געליפטערט דא אויף קאווע, לאז דאס פאר די יושבי חושך.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:20 am

· #178690
סא דא אויף ק"ש שטייט נאר זאכען מיט מקורות, געוואלדיגע יסודות. לאמיר דאס אפיר זוכען אין די תקנות צו עס שטייט אזאנס.

און לידיעתך, די יושבי חושך.געוועלטיגען שוין אויף ק"ש, גיב עס אביסעל צייט און עס ווערט אפענטליך אזוי.

דער שכן » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:55 pm

· #178781
גארנישט קיין אפדעיטס? די מעשות (האפענטליך נישט אמת׳דיגע) וואס איך הער אלץ צאם די לעצטע פאר טעג ארום און ארום וועגן די מערדעריי איז האר אויפשטעלענד, און פון גאנץ ערענסטע מקורות. סיז ממש א שרעק. סיז נאך מער שרעקעדיג\אויפפאלענד ווען זיי האבן דעם ערענסטן פנים און זאגן ״ס׳בעסער כ׳ראד ניש״! סיי וועגן דעם חשוב׳ן ר׳ מנחם און סיי וועגן דעם ארום און ארום וואס גראבט׳זך אלטץ אאוף. 😞

עס ווערט אזויווי או אדיקשן. כסדר אויף די וואך (מיט א פאתאח - נישט קאמעטץ) טשעקן: איז שוין ארויסגעקומן די אמת וועגן די קידנעפינג און מערדעריי מיט די גאנצע שוידערליכע געשיכטע? עס עגבערט! איך טראכט: אויב היימישע יד ישרא׳ בשוגג קרוב למזיד מעג מען דערציילען אללעס, אדער נישט??

וואס איז אייער חוות דעת חשוב׳ע אידן וואס קומען זיך דא אנווארעמען מיט א טרינק קאווע?

חזקיהו המלך » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 5:37 pm

· #178828
כ'האב מיר געטענט מיט איינעם אויף איבער דעם זאך, יענער האט געטענה'ט אז טאמער חלילה ס'איז באיזה אופן יד ישראל באמצע, דאן זאל עס חלילה נישט ארויס קומען, די חילול השם וועט זיין שרעקליך,

איך האב אבער געטענה'ט פארקערט, אז ס'דארף ארויס קומען, אין טאמער ס'איז חלילה יד ישראל באמצע -וואס כ'האף אז נישט- דאן זאל עס ארויסקומען לעיני השמש, אין דער יעניגער זאל באקומען זיין שטראף וכל העם ישמעו ויראו, חלילה צי מחפה זיין אויף רציחה, מענטשליך בלוט איז נישט הפקר, אין מחפה זיין אויף רציחה איז נישט ווייט פין רציחה אליינס,

נו ווער איז גערעכט, אוודאי איך, אזוי ווי אייביג ...

עסקן בדברים » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 5:47 pm

· #178830
חזקיהו המלך
נו ווער איז גערעכט

😉 maybe he holds that the rabonim could handel internal matters better than the police

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:30 pm

· #178875
בעצם איז עס אזויווי מאלעסטערס, די וואס האלטען דארט מען זאל עס האנדלען אינערווייניג, וועלען דא אויך אזוי זאגען, און די וואס זאגען דארט מען זאל זיי מגלה זיין וועלען פארשטייט זיך דא זאגען מגלה זיין.

די איראניע איז, אז ווען מען טענה'ט זיך וועגען מאלעסטעריי, וועלען די אידען וואס האלטען אז אויף קיין שום פאל קען א איד מיט א ווייב און קינדער נישט גיין זיצען, וועלען זיי פארט מודה זיין אז רציחה איז אנדרעש, למעשה ווען עס קומט צו רציחה, חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל, זעלבער נאנסענס תירוצים.

אפשר איז קטלא יא גערעכט, מען דארף אויסלערנען דעם עולם וואס אקונטעביליטי מיינט.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:53 pm

· #178883
עס איז קלאר אז א רוצח באלאנגט אין תפיסה, און עס איז קלאר אז א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה. די שאלה איז, איינס: ווען הייסט מען שוין א רוצח אדער א מאלעסטער, צוויי: ווען איז שוין גענוג זיכער אז ער האט טאקע געטאן וואס מען זאגט אויף אים אז מען זאל שוין מעגן יעצט ארום טראגן זיין נאמען אין די גאנצע שטאט און פאר די גאנצע וועלט.

דער שכן » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:09 pm

· #178887
איינער וואס האט גע׳הרג׳ט מיט אזא מין פוליש גוי קאנטראקטער יד ישרא׳ באמצע איז נישט די זעלבע הארב ווי א מאלעסטער וואס טאטשט ווי מ׳טאר נישט מיט קלעיבעדיגע הענט. איינער איז א סכנה פאר אללע קינדער, דער אנדערער פאר קיינעם נישט. איינער דארף זיין אין קאנפיינמענט נאך׳ן אים ווארענען, דער אנדערער נישט. העכסטענס אינוועסט נישט און טוה נישט ביזנעס מיט אים.

נאך די אלע מאנסעס דארף מען האבן א בית דין צדק דן צו זיין. סוכ״ס גייט עס אריין אין דיני נפשות, הן מיט׳ן פארשעמען א איד, הן מיט׳ן לאזן די גוי׳שע משפט קער נעמען און תפיסה.

ווען מ׳רעדט פון פארגיסן בלוט פון משפחה און אללעס ארום דארף מען זיך זייער אכט געבן. בלוט איז נישט קיין וואסער. אידיש בלוט איז זייער רויט און לעבעדיג.

פיטומי מילי » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:21 pm

· #178899
איחוד פעלד
בעצם איז עס אזויווי מאלעסטערס, די וואס האלטען דארט מען זאל עס האנדלען אינערווייניג, וועלען דא אויך אזוי זאגען, און די וואס זאגען דארט מען זאל זיי מגלה זיין וועלען פארשטייט זיך דא זאגען מגלה זיין.

די איראניע איז, אז ווען מען טענה'ט זיך וועגען מאלעסטעריי, וועלען די אידען וואס האלטען אז אויף קיין שום פאל קען א איד מיט א ווייב און קינדער נישט גיין זיצען, וועלען זיי פארט מודה זיין אז רציחה איז אנדרעש, למעשה ווען עס קומט צו רציחה, חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל, זעלבער נאנסענס תירוצים.

אפשר איז קטלא יא גערעכט, מען דארף אויסלערנען דעם עולם וואס אקונטעביליטי מיינט.

איחוד,
וואס גייט דיין קאפ אייביג צו די מאלעסטינג סאבדזשעק, איך קען עס נישט פארשטיין פארוואס טראכט איך קיינמאל נישט דערפין,
האט דיך איינער מאלעסטעד אלס קינד, אדער האסטו איינעם מאלעסטאד , ס׳איז זייער פאני אז איינער איז אזוי פיל ביזי מיט דעם סאבדזעק

דער שכן » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:28 pm

· #178907
קען מען זיך האלטן צו די טעמע פון ר׳ מנחם שטארק׳ס מארד דא? ביטע.

sefish » דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:32 pm

· #179943
Menachem Stark's DNA found in van, says source

<a class="postlink" href="http://www.newsday.com/news/new-york/menachem-stark-s-dna-found-in-van-says-source-1.6896758">http://www.newsday.com/news/new-york/me ... -1.6896758</a>

חבדניק » מיטוואך יאנואר 29, 2014 2:24 am

· #180020
sefish
Menachem Stark's DNA found in van, says source

<a class="postlink" href="http://www.newsday.com/news/new-york/me">http://www.newsday.com/news/new-york/me</a> ... -1.6896758


טאמער די קאמענטירערס אויף יענע ארטיקל אין די לינק זענען טאקע אמעריקאנע בירגער איז א שרעק צו וואוינען דא אין לאנד.
איך האף אז ס'רעדט זיך פון גוים פון רוסלאנד...

ברוך שאמר » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:33 am

· #180032
sefish
Menachem Stark's DNA found in van, says source

<a class="postlink" href="http://www.newsday.com/news/new-york/menachem-stark-s-dna-found-in-van-says-source-1.6896758">http://www.newsday.com/news/new-york/me ... -1.6896758</a>

לעכוירע איז דאס נאך א בלאף מעשיגע צי מאכן די המון עם 👍

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:04 am

· #180038
איך ווער קראנק פון זען די אדווערטייזמענטס מיט בלוטיגע פארבן.
איך גיב נישט קיין צדקה פאר די ארצישראל'דיגע קבצנים וועלכע גיבן אויס אזוינע פלייערס.
עס מאכט מיר בויך דרייעניש און קאפ שווינדלניש.
ביטע הערט אויף.

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 2:32 pm

· #180086
סטאטיסטיקלי ארבייט עס יא און ס'לוינט צו ספענדן געלט דערפאר אויב די עיקר ציל איז ס'זאל ברענגען געלט.
נ. ב. מיר מאכט דאס אויך נערוועז.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 3:33 pm

· #180101
כ'פארשטיי נישט, וואס גייט מען נאך געלט פאר?
כ'פארשטיי מען מאכט התעוררות לתשובה, אבער אויב מען מיינא ערענסט מיט געבען צדקה לעילוי נשמתו, קען מען דאך געבען פאר וועמען מען וויל, ווער וואגט זיך צו שארען געלט אויף יענעמס בלוט?

יעקעלע חכם » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:46 am

· #180335
קיינער שארט נישט קיין געלט...
יודן האבן זיך צוזאם גענימען געמאכט אן ארגענעזאציע צו העלפן יודן און תפיסה, פאר די אידן גייט דאס געלט, און און רייקערס איילענד לאזט מען נישט אריין קיין קעש, סוי האב נישט מורה, דער בלאמענגארטן קומט נישט ארויס קיין מיליאנער (אפי׳ אויב עס געלונגט אים צו באפרייען) פדיון שביום איז א גרויסע מצוה, און עס וועט זיכער זיין א טובה לע״נ ר׳ מנחם, איך שטעל מיך פאר אז דרור האט זיכער געפרעגט משפחת שטארק בעפאר נו אז די שטארק׳ס האבן מסכים געווען דארף מען שוין נישט דיין הסכמה איחוד.

יוסף מ » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:42 am

· #180356
The event is probably meant only for business owners who are in real estate business. I assume they going to have business on tenant and landlord relationship, being careful of loan sharks. And the most important thing the length color and the tightness of woman's dress.

דער שכן » זונטאג פעברואר 2, 2014 3:03 am

· #180804
עד מתי? אזוי לאנג דויערט טאקע ארויסצוקומען אפען מיט א פארטיגן קעיס? אז מ׳ווייסט קלאר די וועען מיט וואס מ׳האט אים פארכאפט, די.ען.עי. ווייזט קלאר אזוי, ווייסט מען דאך שוין די קאנעקשאן ביז׳ן פארכאפער. איינער האט געבארגט דעם מיני-וועען פאר איינעם פון איינעם. און אזוי ווייטער. וואס טוט זיך דא?? ווער לייגט טאקע אונטער שטרויכלונגען אינעם אינוועסטיגעישאן? איז עס טאקע אמת וואס מ׳זאגט אז ערגעץ אין די הויכע פענסטער איז דא עפעס א כח קעגן די געוואונטשענע רעזאלטאטן? ס׳איז א הימל געשריי!

איז כאטש דעיטליין אינפארמירט און זיי קוקן נאך די געשעענישן דא אין די שטארק מארד?

איחוד פעלד » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:40 am

· #180811
וואס איז בעצם א נפק"מ צו מען כאפט.דער וואס האט עס.געטוהן צו נישט?

דער וואס האט עס געטוהן איז נישט דא, און דער וואס האט אים געשיקט ווארט מען זאל פראווען, סא וואס קען מען טוהן. לאמיר זאגען זיי ווייסען ווער האט געשיקט, אבער אהן באווייזען, האבען זיי נישט קיין קעיס, און טאמער זיי האבען נישט קיין שאנס פין געווינען, הייבען זיי נישט אהן.

דער שכן » מיטוואך פעברואר 5, 2014 2:18 pm

· #181841
איחוד פעלד
וואס איז בעצם א נפק"מ צו מען כאפט.דער וואס האט עס.געטוהן צו נישט?

דער וואס האט עס געטוהן איז נישט דא, און דער וואס האט אים געשיקט ווארט מען זאל פראווען, סא וואס קען מען טוהן. לאמיר זאגען זיי ווייסען ווער האט געשיקט, אבער אהן באווייזען, האבען זיי נישט קיין קעיס, און טאמער זיי האבען נישט קיין שאנס פין געווינען, הייבען זיי נישט אהן.


און אז מען כאפט דעם עצם רוצח איז וואס?

און אז דער עצם געכאפטער רוצח איז אין תפיסה און נאך עטליכע טעג אדער נאך איטליכע וואכן פאנגט ער אן צו זינגן און צו רעדן און דערציילן, איז אויך א פראבלעם?

און אויב דער עצם רוצח איז געכאפט און דורך דעם קען דער משלח אים נישט שעדיגן איז אויך א פראבלעם?

דו ווייסט דען באמת וואס די עכטע מעשה איז געווען? ווייסן מיר דען וואס איז בכלל אמת אין די פארשונגן אין די אינוועסטיגעשאן, און וואס איז נאר לערבב את השטן און וואס נישט?

דער שכן » מיטוואך פעברואר 5, 2014 2:56 pm

· #181853
[ציטאט אראפגענומען]


איטליכעס האבן שוין אזוי גיהויבן די געמיטער...

״סי-אינג איז בעלי-ווינג״

איך גלייב נאר די 13 אני מאמיןס. אנדערער זאכן דארף איך זעהן.

אבי גערעדט » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:05 pm

· #181932
ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר

דער שכן » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:17 pm

· #181933
אבי גערעדט
ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


אללעס ביז יעצט איז אויך געווען געזאגט געשריבן געפירקעלט און געהערט פון אן אנדערען וואס יענער האט רעלייעבל סארסעס.. גענוג געווען מיט דעיע מעשות!

ווען מ׳וועט מאכן אן ארעסט דעמאלטס וועט מען כאטש עפעס אטעמען. אוודאי ר׳ מ. מ. וועט מען שוין נישט צוריק ברענגן אויף דער וועלט, אבער עפעס אזא מין זאך וואס מען רופט דזשאסטיס. השם ינקום דמו!

זאלן מיר שוין טאקע ווערן אויסגעלייזט פון דעם ביטערן גלות בכלל ובפרט. גלות ביי גוים, גלות ביי אידען און גלות ביי זעך אליין.

ובא לציון גוא-ל בב״א.

דער שכן » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:27 pm

· #181937
אבי גערעדט
ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


האט מען נישט געזאגט אדער געשריבן אז די משפחה זאגט אז מ׳זאגט זיי גארנישט??
און אמת׳ן אריין ווייסט איר דאך אז האמאסייד אינוועסטיגעישאןס קומט גע׳סיעלט. אפילו פאר משפחה אויך נישט. משוגע דארף מען צו זיין. א יעדעס מינדעסטע אינפארמאציע ארויס-רין קען צוריקריקן פאראויסגעשריטענע הצלחות אינעם געשעפט פון דערגיין, וויסן און כאפן די שולדיגע.

טא, אז די משפחה ווייסט נישט, וויאזוי ווילסטע אז איך זאל דיר גלייבן און נאכדעם אויך גלייבן דעם משפחה מיטגליד? זענען זיי איינגעשטעלטע אין די פארש פין די פאליציי אנשטאלטן?.. און אפילו אויב יא קען מען אויך נישט גלייבן.

Seeing is believing.

גאלד » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:45 pm

· #181940
וואס שווענדסטו אזויפיל ענערגיע צו איבערצייגן דעם עולם דא אין שטיבל אז דו גלייבסט נישט געוויסע באריכטן,

ליין אפ די תגובות, גלייב יא צו גלייב נישט וואס די ווילסט, און מאוו אן,

דער שכן » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 1:54 pm

· #182039
גאלד
וואס שווענדסטו אזויפיל ענערגיע צו איבערצייגן דעם עולם דא אין שטיבל אז דו גלייבסט נישט געוויסע באריכטן,

ליין אפ די תגובות, גלייב יא צו גלייב נישט וואס די ווילסט, און מאוו אן,


דו טוסט עס כדי איך זאל ״שווענדן״ נאך מער ״ענערגיע״?

וואס איז מיין ענערגיע רויטער פון אנדערע? אז יענער ״שווענדט״ אויף תגובות אז איך אויכעט. זה בכה וזה בכה.

ענדזשוי דיך. 😂

דער שכן » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 1:56 pm

· #182040
אבי גערעדט
ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


ס׳איז אללעס אבי גערעדט. 😐

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:41 pm

· #182460
מען ווארט אצינד אויף אן ארעסט פון די רוצחים פון שטארק

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:41 pm

· #182463
וואס ווי ווער ווען וועם?

דער שכן » זונטאג פעברואר 9, 2014 5:07 pm

· #182474
@SenserFes
There are rumors that an arrest is going to be very soon in the M.M.Stark murder case. Stay tuned.
No details yet. ?

דער שכן » זונטאג פעברואר 9, 2014 6:09 pm

· #182497
דער שכן
אבי גערעדט
ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


ס׳איז אללעס אבי גערעדט. 😐


אודה ולא בוש: וגם אני בתוכם, אנפורטשאנעטלי. 😳

ברוך שאמר » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:03 pm

· #182516
נאר,,פרייליך
מען ווארט אצינד אויף אן ארעסט פון די רוצחים פון שטארק

איך מיין אז עס אי. שוין די העכסטע צייט אויפציהערן מיט די נארישקייטן

גרוש » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:22 pm

· #182526
מ'ווארט שוין 5 וואכן

דער שכן » זונטאג פעברואר 9, 2014 8:42 pm

· #182540
גרוש
מ'ווארט שוין 5 וואכן


איי עגרי.

לערן דיך אויס אז מארד אינוויסטיגעישאן נעמט געוועהנליך אסאך מער ווי פינעף וואכן. מ׳דארף צאמשטעלן א פאזעל פון טויזענטער באשטאנדטיילן פון אנדערע מינע צוזעמענשטעלעכץ. עס מוז ווערן געבויעט אויף אזא מין באפעסטיגקייט אז דער בעסטער לויער זאל עב נישט קענען אומווארפן, צו שאקלן אדער לעכערען. גאנץ מעגליך אז די פאליציי ווייסט שוין גענוי ווער זענען אלטץ געווען פונקליך פארמישט, אבער נאכנישט דערזאמעלט אללע באפעטיגונגן.

בן תמליון » זונטאג פעברואר 9, 2014 9:22 pm

· #182548
אין אנדערע נייעס האט חזן יעקב שטארק, ברודער פון הקדוש מנחם הי"ד, אויפגעטרעטן ביים איינשווערונג צערעמאניע היינט פון דעם נייעם די עי קען טאמפסאן, מיטן פאסיקן והוא רחום יכפר עון כו' ולא יעיר כל חמתו. דער עולם איז געווען זייער באנומען אזש מען האט דערלאנגט א האלבן שטייענדן אוואציע, באריכטעט אורן יניב.

<a class="postlink" href="http://m.youtube.com/watch?v=aUEIWuuqoxY">http://m.youtube.com/watch?v=aUEIWuuqoxY</a>
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26