☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:06 am

· #174999
@אנאנים,

איך בין מציע אז דו זאלסט אפטיילן אלע בעק ענד פארטה בנוגע איחוד איבער זיין יא אדער נישט אויסשפארן אין אן אנדערע אשכול "וואס צו טוהן מיט א ניק וואס ציהט איבער דאס שטריקל לפי רוב דיעות". דער דאזיגע אשכול איז געווידמעט צו געדענקן די טרויער פון כלל ישראל איבער אחד מבני החבורה שמת. עס איז נישט קיין כבוד המת אז מען לאזן די צוויי טעמעס אין איין אשכול.

#כ'זאגסתם

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:06 am

· #175000
אבגד
איחוד פעלד


צום שלוס, א וויכטיגע הערה,

די מנהלים דא זענען א חברה היפאקריטס, נישט אנדרעש פין אנדערע מנהיגים אן א ריקען ביין, וואס ווען א חברה בהמהרישע ניקס מאכען א געוואלד איבער שטותים, נעמען זיי זיך אהן פאר די בהמהרישע ניקס, פשוט אלץ פחד זיי וועלען פארלאזען וכדומה.

איך מיין אז מיט דעם האט שוין דער ״נחש״ (איחוד פעלד) איבער געצויגען דעם שטריק און ממעג פאר דעם אליין אים אויסשפארען, מנהלים ביטע טוהן צום זאך, יישר כח

פרייהייט פון ספיטש האט א פרייז, און איך האף אז די מנהלים האבן דא די גאטטס צו צאלן דעם פרייז
(און אונזער פאל איז דאס נישט אויסשפארן חברים וואס גייען נישט אין שפאן).

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:24 am

· #175002
איחוד,
קוק ווי דו ווייטאגסט אז עטליכע אנאנימע ניקים האבן געזאגט עטליכע ווערטער קעגן דיין אנאנימער ניק און ווילן אויפבויען א קעיס אז דיין ניק רעדט נארישקייטן און טוט א רשעות מיט'ן שרייבן א געוויסע טעאריע, יעצט שטעל דיך פאר דיין ווייטאג ווען יעדער וואלט דא אויפגעבויעט א קעיס קעגן דיר מיט דיין עכטן נאמען אז דו האסט גע'הרג'עט א מענטש... און נאך דיין בעסטן חבר... און נאך אין א צייט ווען דו וואלסט געווען דער וואס וואלסט זיך כמעט געלאזט הרג'ענען פאר יענעם בעסטן חבר?... און דיין אייגענע ווייב און קינדער וואלטן נאך געליינט די באשולדיגונגען... און אויך דעם נפטר'ס ווייב און קינדער... און אלע דיינע אלע חבירים או ןגאנצע קאמוניטי וואלטן געהערט פון די אלע "איך פרעג נאר" באשולדיגונגען...
וויאזוי וואלסטו געשפירט? וואלסטו געהאלטן אז דאס איז די גרעסטע רשעות וואס מ'קען טון צו דיר, נאך אין אזא האקעלע מאמענט.
דאס איז די גאנצע פוינט וואס האט אויפגעטריבן די געפילן ביי די אלע אנאנימע ניקים וואס פארמאגן מיט א מענטשליכע הארץ.

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:33 am

· #175006
shefele

זענען מענטשן דא אינגאנצן משוגע? קיינער זאגט נישט ח"ו אז דער שותף איז שולדיג, אבער צי זאגען אז "עס קען נישט זיין, ווייל אידען הרג'נען נישט" איז סתם טיפשות.
איך אליין קען א היימישער איד וואס האט שוין געשיקט אמאל א היט-מען אויף א צווייטן (אגב, ביי ר' חיים שנעעבאלג איז אויך געווען יד ישראל באמצע. פרעגט ענק נאך)


ערשטנס, מען האט נישט געזאגט נאר ווייל ער איז א איד קען עס נישט זיין, נאר ווייל עס איז נישטא קיין שום סיבה אז מען זאל טראכטן אזוי, און בצירוף פון דעם וואס ער איז א איד, וואס נידערט דראסטיש די שאנסן צו כמעט זערא. ווייל ווי ברייט מען איז נאר, וועט מען עט ליסט מודה זיין אז עס איז דראסטיש קלענערע שאנסן אז א שותומ"צ זאל גיין דינגען איינעם צו הרג'ענען זיין חבר, א טאטע פון זיבן קינדער.
יעצט אנשטאט שרייען "אינגאנצן משוגע" און "סתם טפשות", לאמיך ביטע הערן איין קלארע מעשה. בלויז איינס. נישט קיין חששות און קיין היערסעי, נאר איין געהעריגע באשטעטיגטע מעשה.
אגב, ביי יענעם היט-מען וואס דו ווייסט, וויאזוי האסטו זיך דערוואוסט דערפון? האט דער דינגער דיר אויסגעזאגט דעם גרויסן סוד, אדער האסט געהערט פון א צווייטן וואס האט געהערט פון א דריטן וואס האט געזאגט אז "עס מוז זיין אזוי"? און וואס איז געווען די סיבה, געלט אדער פריוואטע סכסוך? און למעשה, האט מען טאקע יענעם ערלעדיגט? וויאזוי? און וואס מיינט די משפחה וויאזוי איז יענער געשטארבן? ביטע עלאבארירן.

א גאסט אויף א וייל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:45 am

· #175012
פישל'ע העררינג
היימישער ליטוואק
DotCom
אויף גוגל מאפס איז מיר אויפפאלנד געווען אז פונקט אין פראנט פון 331 ראטלידזש שטייט איינער מיט די זעלבער אנגעטועכץ ווי דער יעניגער וואס מ'זעהט אויף די ווידעאו, א געקעסטעלטע העמד מיט דזשינס הויזן (די בילד איז געכאפט פונקט א יאר צוריק Dec 2012)

מורא'דיג!!!
גיב דאס איבער פאר די פאליס. נאט דזשאקינג.

דעמאלט איז ער גווען דארט צו לייען דאס געלט...

דאס קען זיין איינער פון די בעסטע טיפס וואס איז נאר פארהאנען. א קלארע פנים אויף גוגעל? און מעגלעך א טרעקל וואס ער האט געדריווד.


Please don't report it to the police, it's a white "chrysler" mini van, not a Dodge. Don't waste precious resources.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:51 am

· #175013
מיט דער טרעקל האב איך געמיינט דער טראק וואס איז געפארקט הארט פאר'ן נאז פון דער גוי אויפ'ן טעלעפאן, נישט דער ווייסע מיני ווען. באותו בגדים, באותו מקום, ובאותו זמן וואס ר' מנחם זיצט אויך אויפן טעלעפאן, איז א עכטע עולם שנה נפש'דיגע טיפ וואס מען מוז איבערגעבן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:01 am

· #175015
אויב שטעל זיך ארויס די איין אין א מיליאן שאנס אז די מענטש אויף גוגל איז די רוצח, דארף מען פשוט נאכקוקן די call logs און האפענטליך עפעס טרעפן זאכליך.

די ווען וואס איך האב געברענגט איז טאקע נישט די זעלבע, איינער וואס האט צייט קען אפשר ארומזיכן אויף גוגל אביסל מער, יו נעווער נאו.

גנדי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:32 am

· #175022
א געדאנק אפשר.

קען איינער איבערשרייבען דעם הארציגן ניגון פון DADDY COME HOME פון אלי גערסטנער.

מען ברויך איבערטוישען די ווערטער צו אונזער הארץ רייסענדע מעשה פון שטארק הי"ד. נאכדעם דאס ארום שיקן צו די מידיע, אפשר וועט דאס אויפוועקן די הערצער...

וואס האלט די עולם?

דא זענען די ארגינעלע ווערטער:

DADDY COME HOME

Daddy's been gone
Gone for so long
For him I pray
He joined the Corps
Fighting a war
Somewhere far away

He promised me he'd return
When the Chanukah candles burn
So here I wait
The blessings I recite
By the candle-light
But it's getting late

CHORUS:
Daddy come home
Stay with me
Let me hold your hand
Let me sit upon your knee
I see fear
In Mommy's eyes
Every time she cries
And tries to comfort me

It's scary here at home
My mind begins to roam
Have I lost you?
I hear the phone
Mommy's mournful moan
It can't be true!

CHORUS

Where has he gone?
How will I carry on?
Tell me what can I say?
I need to pray…
…Please hear my plea
Send my Daddy home to...

…Who's that I hear
Calling my name
I run into his arms
Yes, my Daddy came
Home to me
He’s on his knees
Now he's holding me
For all eternity

When night falls
We stand tall
Eight candles are burning
Home at last
Eyes aglow
I hug my Daddy tight
And I'm not letting go

ארפכשד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:38 am

· #175024
הילל
shefele

זענען מענטשן דא אינגאנצן משוגע? קיינער זאגט נישט ח"ו אז דער שותף איז שולדיג, אבער צי זאגען אז "עס קען נישט זיין, ווייל אידען הרג'נען נישט" איז סתם טיפשות.
איך אליין קען א היימישער איד וואס האט שוין געשיקט אמאל א היט-מען אויף א צווייטן (אגב, ביי ר' חיים שנעעבאלג איז אויך געווען יד ישראל באמצע. פרעגט ענק נאך)


ערשטנס, מען האט נישט געזאגט נאר ווייל ער איז א איד קען עס נישט זיין, נאר ווייל עס איז נישטא קיין שום סיבה אז מען זאל טראכטן אזוי, און בצירוף פון דעם וואס ער איז א איד, וואס נידערט דראסטיש די שאנסן צו כמעט זערא. ווייל ווי ברייט מען איז נאר, וועט מען עט ליסט מודה זיין אז עס איז דראסטיש קלענערע שאנסן אז א שותומ"צ זאל גיין דינגען איינעם צו הרג'ענען זיין חבר, א טאטע פון זיבן קינדער.
יעצט אנשטאט שרייען "אינגאנצן משוגע" און "סתם טפשות", לאמיך ביטע הערן איין קלארע מעשה. בלויז איינס. נישט קיין חששות און קיין היערסעי, נאר איין געהעריגע באשטעטיגטע מעשה.
אגב, ביי יענעם היט-מען וואס דו ווייסט, וויאזוי האסטו זיך דערוואוסט דערפון? האט דער דינגער דיר אויסגעזאגט דעם גרויסן סוד, אדער האסט געהערט פון א צווייטן וואס האט געהערט פון א דריטן וואס האט געזאגט אז "עס מוז זיין אזוי"? און וואס איז געווען די סיבה, געלט אדער פריוואטע סכסוך? און למעשה, האט מען טאקע יענעם ערלעדיגט? וויאזוי? און וואס מיינט די משפחה וויאזוי איז יענער געשטארבן? ביטע עלאבארירן.


דרייליך?

<a class="postlink" href="http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%9A">http://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D ... 7%99%D7%9A</a>

נאר א מחשבה, אבער דאך:

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/67028/2010/10/27/brooklyn-ny-hasidic-father-of-seven-busted-in-plan-to-kill-business-ally/">http://www.vosizneias.com/67028/2010/10 ... ness-ally/</a>

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:26 pm

· #175031
מ'דארף שוין אויך נישט גלייבן אלעס וואס די אידישע נייעס קוועלער ברענגען? איך זע ווי ישיבה ווארלד ניוס ברענגט אראפ דעם פרישן ווידיא וואו מען זעט דעם מערדער עטליכע שעה פאר די קידנעפינג, שרייבט ער אז
The guy, putting on a black mask, is seen walking near the victim’s Brooklyn office about six hours before the projected kidnapping.
פארוואס דארף ער צולייגן אז ער האט אנגעהאט א שווארצע מאסק? ווי גלייך דער מערדער וואלט זיך געדרייט דארט אין די גאסן מיט א מאסק אויפ'ן קאפ און קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף אים? ער האט פשוט אן א העט וואס איז אראפגעשלעפט אויפ'ן קאפ, ווי אנדערע צייטונגען שרייבן.
אויך שרייבט דארט א קאמענט ווי גלייך מען זעט אינמיטן די ווידיא אז א איד געט אים עפעס איבער, און ער פרעגט שוין פארוואס די פאליס רעדט נישט דערפון און וואס זיי ווילן מאכן א קאווער-אפ, אבער דאס איז סתם זיין דמיון, מ'זעט גארנישט נאר אויב איינער האט שוין אפגעמאכט אז דאס דארף מען זען. יענער איז סתם דארט דורכגעגאנגען און גייט זיך ווייטער זיין וועג. מיינט ער טאקע אז די פאליס געט ארויס פונקט די ווידיא אבער דערווייל ווילן זיי באהאלטן און קאווער-אפ'ן עפעס וואס מ'זעט דערויף? די קאנספיראציעס זענען ענדלאז.
ווען מ'וועט אי"ה כאפן די מערדער זאל מען זיך דערמאנען פון די נארישע קלעימס. נישט יעדע זאך וואס איז אביסל מיסטעריעז מיינט אויטאמאטיש אז עפעס גייט במזיד פאר אונטער'ן טיש. ווארט ביז די אינוועסטיגעישן וועט זיך ענדיגן, וועלן אלע קשיות אוועקפאלן (חוץ פאר די וואס מוזן פאר יעדן פרייז בלייבן מיט די קשיות).

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:34 pm

· #175032
הילל, ס'איז נישט קיין דמיון, קוק איינער געבט אים קלאר עפעס איבער.

קוק פון 1:14 און ווייטער, (קוק אביסל פריער ווי ער גייט צום אפיס און ווארט פאר יענעם צוויי סקונדעס) ביידע געשטאלטן קומען זיך צאם פאר א סקונדע, און נאכדעם דרייען זיי זיך אויס און גייען זייער וועג. פארוואס גייט ער פון זיין קאר אהין און לויפט גלייך צוריק? ווייל ער האט עפעס אפגענומען פון איינעם.

שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:38 pm

· #175033
איך זע נישט ווי מען געט איבער, די שאלה איז נאר ס'איז זייער פאני ווי אזוי ער וואקט אהין און צוריק, סתם צו באטראכטן די פלאץ קען ער פון קאר אויך, און ביים גיין קוקט נישט אויס ווי ער באטראכט דאס פלאץ, נאר וואס דען טוט ער דארט?
יעצט אויב איינער פון אפיס דארט געט אים עפעס איבער, האט יענער נישט געוואוסט אז ס'איז דא קעמרעס דארט, און אז מ'גייט די ערשטע זאך ווען עפעס פאסירט דארט קוקן קעמרעס? וואס האט ער געקלערט ביים איבערגעבן?

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:39 pm

· #175034
דרייליך?
נאר א מחשבה, אבער דאך: <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/67028/2010/10">http://www.vosizneias.com/67028/2010/10</a> ... ness-ally/


ביי דרייליך ווייסטו ווי סאך האלטן אז עס זענען דא באווייזן אז ער איז אומשולדיג, אבער אויב די געריכט האט אים געפונען שולדיג וועל איך עס יעצט טאקע יא אננעמען אלס איין מעשה וואו א איד איז שולדיג אין מארד. און אויב מען ברענגט אנדערע מעשיות וואו א איד איז נישט געפונען געווארן שולדיג אין געריכט, וועל איך דאס אויך אננעמען.
די צווייטע לינק איז טאקע מאדנע, אבער סיי עס האט נאך געהאלטן ווייט פון רציחה (ביסיידס עס מאכט זייער ווייניג סענס אז איינער האט אים געאפערט צו הרג'ענען א צווייטן פאר פינף הונדערט דאלאר. און ער האט עס געוואלט טון צו באקומען א אפגעריסענע 50 טויזנט דאלאר פאליסי. אמתדיג? ), העכסטנס האט עס געהאלטן ביי א קאנספיראציע און א געדאנק וואס ער האט געטראכט, און סיי מ'דארף דאך וויסן צי ער איז געפונען געווארן שולדיג. ביז דעמאלט קענסטו עס נישט נוצן.
בקיצור, האסטו איין מעשה פון דרייליך! און ווי לאנג צוריק איז דאס געשען, און זייט דעמאלט האסטו נישט נאך איינס. און אפילו האסט יא נאך איינס אדער מערסטנס צוויי, מאכט דען נישט נאך אלץ סענס צו זאגן אז עס איז כמעט אן אומרעאליסטישע מסקנא צו זאגן אז אזוינס פאסירט צווישן שותומ"צ אידן?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:40 pm

· #175035
שרייבער
איך זע נישט ווי מען געט איבער, די שאלה איז נאר ס'איז זייער פאני ווי אזוי ער וואקט אהין און צוריק, סתם צו באטראכטן די פלאץ קען ער פון קאר אויך, און ביים גיין קוקט נישט אויס ווי ער באטראכט דאס פלאץ, נאר וואס דען טוט ער דארט?
יעצט אויב איינער פון אפיס דארט געט אים עפעס איבער, האט יענער נישט געוואוסט אז ס'איז דא קעמרעס דארט, און אז מ'גייט די ערשטע זאך ווען עפעס פאסירט דארט קוקן קעמרעס? וואס האט ער געקלערט ביים איבערגעבן?


אנשולדיגס ביי 1:14

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:48 pm

· #175036
רויטע וואנצעס,
ביי מיר איז גענוג עס צו באשטעטיגן אלס זיכערער דמיון דער פאקט אז די פאליס, וואס טראץ אלע קאנספיראציעס בין איך זיכער אז זיי האבן איבערגעקוקט מיט די פארגעשריטנסטע מכשירים די ווידיא הונדערט מאל און זיי זעען גארנישט דארט. קלערסט איין סעקונדע אז די פאליס וואלט נישט די ערשטע זאך ארויסגעלאזט א העפטיגע מודעה אז "יענער חסיד וואס האט עפעס איבערגעגעבן פאר'ן מערדער זעקס שעה פאר'ן מארד זאל פליז וויכטיג קומען רעדן צו אונז"? אדער וועסטו מוזן זאגן אז זיי זעען אזוי סטופיד אז זיי האבן עס סתם נישט באמערקט? אדער אז יא, נאר האלטן זיך שטיל, און דעמאלט מז מען זיך שטארק פלאגן צו ענטפערן דעם ממה נפשך, אויב זיי ווילן עפעס פארדעקן פארוואס געבן זיי ארויס די ווידיא? און האבן זיי טאקע געמיינט אז קיינער פון אונז וועט עס נישט זען?
יעצט אז דו וועסט זיין איבערצייגט דערין וועסטו איבערקוקן די ווידיא וועסטו זען אז ס'קען זיין אז נאר ווייל דער מערדער גייט פונקט יענעם דורך קען מען חלומען ווי גלייך זיי געבן זיך עפעס איבער, אבער קען זיין יענער אנדערער גייט זיך ווייטער אין וועג, נאר דער מערדער האט זיך אויסגעדרייט נאכדעם וואס ער האט זיך איינגעדרייט אין גאס (און האט מעגליך שוין געזען וואס ער האט געוואלט, אדער געזען צופיל מענטשן און געוואלט צוריקקומען, אדער אנדערע סיבות וואס יעדער קען אויפ'חלומ'ען).
בקיצור, ווער עס זעט זאכן, וועט סייווי ווייטער זען, און כ'גיי נישט יעדעס מאל מסביר זיין פארואוס עס מאכט נישט קיין סענס די אלע טעאריעס.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:52 pm

· #175037
די טריט פון דער גוי זענען זייער פעסט און באשטימט, ווי איינער וואס ערגעץ פאר א באשטימטע ציל. אזוי ווי ער קראכט אריין אין יענעם ביים דריי פון די קארנער, דרייט ער זיך זאפארט צוריק, און וואלקט צו צום קאר ווי איינער וואס האט שוין ארלעדיגט זיין געשעפט, און זעצט זיך צעפרידענערהייט אריין אין קאר.

בן תמליון » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:56 pm

· #175038
דער נ"י פאסט האט א פרישן באריכט אז די פאליציי האט אויף ווידיא ווי דער מערדער איז משתין יורין אינטער א צוים. זיי זוכן די ען עי דערפון.

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in-slumlord-slay-caught-on-tape-hours-before-murder/">http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/</a>

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:59 pm

· #175039
פישל'ע העררינג
די טריט פון דער גוי זענען זייער פעסט און באשטימט, ווי איינער וואס ערגעץ פאר א באשטימטע ציל. אזוי ווי ער קראכט אריין אין יענעם ביים דריי פון די קארנער, דרייט ער זיך זאפארט צוריק, און וואלקט צו צום קאר ווי איינער וואס האט שוין ארלעדיגט זיין געשעפט, און זעצט זיך צעפרידענערהייט אריין אין קאר.

טראכט גוט אריין וויפיל ווערטער פון דעם סטעיטמענט זענען פאקט און וויפיל זענען מסקנות וואס זענען ממש בלויז אין דעם דמיון פון דעם קוקער (פעסטע באשטימטע טריט, באשטימטע ציל, קראכט אריין, ערלעדיגט געשעפט, צופרידענערהייט)? דו מוזט וויסן אזויפיל ארומיגע פאקטן צו קענען מאכן אזעלכע מסקנות, און איין אומבאקאנטע נארישע דעטאל קען אויסדרייען די מעשה און וועסט כאפן ווי די ווידיא ווייזט פונקט א פארקערטע מעשה.
איין פירכא אויף דיין ווערסיע איז, אז אויב האט ער יעצט געענדיגט זיין מיסיע און זיך צוריק אריינגעזעצט צופרידענערהייט אין קאר, פארואוס זאגט די רעפארט אז ער איז נאך דארט געבליבן זיצן אפאר שעה? וועט מען ווייטער מוזן שפינען געשיכטעס.

גנדי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:13 pm

· #175045
הילל
דרייליך?
נאר א מחשבה, אבער דאך: <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/67028/2010/10">http://www.vosizneias.com/67028/2010/10</a> ... ness-ally/


ביי דרייליך ווייסטו ווי סאך האלטן אז עס זענען דא באווייזן אז ער איז אומשולדיג, אבער אויב די געריכט האט אים געפונען שולדיג וועל איך עס יעצט טאקע יא אננעמען אלס איין מעשה וואו א איד איז שולדיג אין מארד. און אויב מען ברענגט אנדערע מעשיות וואו א איד איז נישט געפונען געווארן שולדיג אין געריכט, וועל איך דאס אויך אננעמען.
די צווייטע לינק איז טאקע מאדנע, אבער סיי עס האט נאך געהאלטן ווייט פון רציחה (ביסיידס עס מאכט זייער ווייניג סענס אז איינער האט אים געאפערט צו הרג'ענען א צווייטן פאר פינף הונדערט דאלאר. און ער האט עס געוואלט טון צו באקומען א אפגעריסענע 50 טויזנט דאלאר פאליסי. אמתדיג? ), העכסטנס האט עס געהאלטן ביי א קאנספיראציע און א געדאנק וואס ער האט געטראכט, און סיי מ'דארף דאך וויסן צי ער איז געפונען געווארן שולדיג. ביז דעמאלט קענסטו עס נישט נוצן.
בקיצור, האסטו איין מעשה פון דרייליך! און ווי לאנג צוריק איז דאס געשען, און זייט דעמאלט האסטו נישט נאך איינס. און אפילו האסט יא נאך איינס אדער מערסטנס צוויי, מאכט דען נישט נאך אלץ סענס צו זאגן אז עס איז כמעט אן אומרעאליסטישע מסקנא צו זאגן אז אזוינס פאסירט צווישן שותומ"צ אידן?


איך בין ח"ו נישט חושד זיין שותף אין רציחה. אבער בין איך דער איינציגסטער וואס געדענקט אז איינער האט פרובירט איבערפארן מיט א קאר ר' משה פריעדמאן (גבאי פון בעל ברך משה)?

איז דאס געווען א איד אדער א גוי?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:14 pm

· #175046
הילל, די pokes מיר אין מח מיט דיינע אוועטאר פינגערס.

בד"וו איך האב נישט געקלערט אז יענער איז א חסיד אדער א איד בכלל.

ארפכשד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:17 pm

· #175050
בן תמליון
דער נ"י פאסט האט א פרישן באריכט אז די פאליציי האט אויף ווידיא ווי דער מערדער איז משתין יורין אינטער א צוים. זיי זוכן די ען עי דערפון.

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in-slumlord-slay-caught-on-tape-hours-before-murder/">http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/</a>



משתין יורין... נארוואדען זאל ער משתין זיין, הולצערנע ניקעלס? לול

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:23 pm

· #175051
אסאך אינטערעסאנט דיטעילס (ס'זעהט גראדע אויס פון דעם ארטיקל כבית הילל און די ווידיאו איז פשוט געשניטען ביי יענע סקונדע ווי איך און אנדערע מיינען ער האט איינעם געטראפן, ס'איז פשוט צאמגעשטעלט צוויי שטיקלעך. ס'איז דא אפאר מינוט אינצווישן. זיי האבן ארויסגענומען די חלק ווי מ'זעהט אים נישט ווייל ס'איז דאך נישט אינטערעסאנט.)
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in-slumlord-slay-caught-on-tape-hours-before-murder/">http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/</a>

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:24 pm

· #175052
א גאסט אויף א וייל
[qulease don't report it to the police, it's a white "chrysler" mini van, not a Dodge. Don't waste precious resources.

גיב אלעס איבער, לאז די פאליס מאכן זייערע קאנקלוזשינס.
נאכאמאל, לאמיר נישט שפילן כאילו מיר זענען קלוגער פון די פאליס. מיר זענען נישט.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:31 pm

· #175058
@רויטע וואנצעס איך זע אויך נישט קיין איבערגעבן. ווער פאר וועם? פאר דעם שווארצן קאר? ביטע זאג וועלכע סעקונד איז די מעשה נתינה

חביבי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:35 pm

· #175061
היימישער ליטוואק
א גאסט אויף א וייל
[qulease don't report it to the police, it's a white "chrysler" mini van, not a Dodge. Don't waste precious resources.

גיב אלעס איבער, לאז די פאליס מאכן זייערע קאנקלוזשינס.
נאכאמאל, לאמיר נישט שפילן כאילו מיר זענען קלוגער פון די פאליס. מיר זענען נישט.

נאך אזא צומישטע אין צוחישטע ציפארנע וואך אין די פאליס האט נאך גארנישט געטראפען עפעס זאכליך(עכ׳׳פ וואס זיי געבן ארויס)
הייב איך שוין אן טראכטען אז קען זיין אז אינז זענען יא קלוגער

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:46 pm

· #175069
היימישער ליטוואק
@רויטע וואנצעס איך זע אויך נישט קיין איבערגעבן. ווער פאר וועם? פאר דעם שווארצן קאר? ביטע זאג וועלכע סעקונד איז די מעשה נתינה


רויטע וואנצעס
הילל, ס'איז נישט קיין דמיון, קוק איינער געבט אים קלאר עפעס איבער.

קוק פון 1:14 און ווייטער, (קוק אביסל פריער ווי ער גייט צום אפיס און ווארט פאר יענעם צוויי סקונדעס) ביידע געשטאלטן קומען זיך צאם פאר א סקונדע, און נאכדעם דרייען זיי זיך אויס און גייען זייער וועג. פארוואס גייט ער פון זיין קאר אהין און לויפט גלייך צוריק? ווייל ער האט עפעס אפגענומען פון איינעם.



אבער...

רויטע וואנצעס
אסאך אינטערעסאנט דיטעילס (ס'זעהט גראדע אויס פון דעם ארטיקל כבית הילל און די ווידיאו איז פשוט געשניטען ביי יענע סקונדע ווי איך און אנדערע מיינען ער האט איינעם געטראפן, ס'איז פשוט צאמגעשטעלט צוויי שטיקלעך. ס'איז דא אפאר מינוט אינצווישן. זיי האבן ארויסגענומען די חלק ווי מ'זעהט אים נישט ווייל ס'איז דאך נישט אינטערעסאנט.)
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in-slumlord-slay-caught-on-tape-hours-before-murder/">http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/</a>

טיטאניק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:50 pm

· #175073
חביבי
היימישער ליטוואק
א גאסט אויף א וייל
[qulease don't report it to the police, it's a white "chrysler" mini van, not a Dodge. Don't waste precious resources.

גיב אלעס איבער, לאז די פאליס מאכן זייערע קאנקלוזשינס.
נאכאמאל, לאמיר נישט שפילן כאילו מיר זענען קלוגער פון די פאליס. מיר זענען נישט.

נאך אזא צומישטע אין צוחישטע ציפארנע וואך אין די פאליס האט נאך גארנישט געטראפען עפעס זאכליך(עכ׳׳פ וואס זיי געבן ארויס)
הייב איך שוין אן טראכטען אז קען זיין אז אינז זענען יא קלוגער

טראכט 1+1
די פאליציי איז זיכער מער פראפעשאנאל ווי חסידישע יונגעלייט, און א חלק פון זייער פראפעסיאנאלעטי איז אז זיי "פלאפלען נישט" אין גאס יעדע שפעקאלאציע פשוט ווייל אויב איז די שפעקאלאציע ריכטיג קען זיך דער רוצח בעסער אויסרעכענע וואס צי טיען נעקסט
(בכלל האלט איך אז די אלע ניקס וואס האלטען אז זיי האבען א ריכטיגע שפעקאלאציע זאלען פליז פארמאכען דאס מויל און גראד מעלדען די אינסטאצען וואס געבען זיך אפ דערמיט)
מצד שני די פאליציי האט נישט נאר די איינע קעיס פון ר' מנחם ה' ינקום דמו, זיי האבען טעגליך הונדערטע אזעלכע קעיסעס, דעריבער קענען זיי נישט פאוקעסען נאר אויף איין קעיס
דערפאר איז גיט אז דער עולם העלפט צי, און דאס האט צוויי מעלות, איינס אז זיי די פאליציי ארבעט לויט די אינטערערסען פון די קאמיונעטי און אויב זעען זיי א גרויסע אינטערעסע טיען זיי מער, צוויי לקיים מה שנאמר "תשועה ברוב יועץ" יעדער יועץ צי האט ער יא שכל צי איז ער סתם א נער אבער הילף איז אייביג בגדר "אם לא יועיל לא יזיק"

עס זענען טאקע דא אסאך ניקס וואס ווילען זיין א הירא אין היסטאריע אז מען זאל זאגען אז "זיי" האבען געכאפט דעם רוצח, דעריבער איז יעדע זאך וואס זיי חלומען אדער וואס זיי הערען סיי ווי, לויפען זיי דאס מעלדען "די ערשטע" כדי מען זאל זאגען אז זיי זענען געווען "דער וואס האט געפירט צי דער רוצח"
אבער מען כאפט זיך נישט אז די אלע ניקס מיינען נישט די טובה בכלל פון די קעיס, זיי מיינען "זיך" און זיי כאפען נישט אז זיי מאכען מער קאליע ווי נישט, מכח כמה טעמים כמו שכתבתי לעיל, און אויב ווייסטי טאקע עפעס לויף מעלדען די "ריכטיגע" און שרייב עס נישט דא (כאטש עס מאכט קאווע שטיבל מער פאפילער אבער עס איז נישט לתועלת בכלל)

איך בין עס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:56 pm

· #175079
איך פארשטיי נישט די צייט פין די ווידאו שטייט אז עס איז פין צויי טעג צוריק
📎 Screenshot_2014-01-09-13-47-00.png

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:41 pm

· #175100
א פרישער בילד דרייט זיך יעצט ארום פון גוגל אימעדזשעס.

דאס איז א באקאנטער בילד ווי ר' מנחם הי"ד זיצט פארענט פון זיין אפיס
📎 MS.JPG
דאס איז א נייער פארשפרייטער בילד וואס זעהט אויס זייער ענדליך צום סאספעקט וואס מ'זעהט אויפן ווידיא וואס איז נעכטן ארויס
📎 possible Suspect.jpg
📎 PS2.jpg

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:31 pm

· #175131
באקומן אין אימייל. עס דרייט זיך ארום א בילד אנגעבליך פון דעם סוספעקט אין א גשעפט אין וויליאמסבורג נישט ווייט פון דעם אבדאקשן סייט.
📎 IMG-20140109-WA0005.jpg

שפתים ישק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:07 pm

· #175184
שפתים קישאקTM!

יואליש » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:16 pm

· #175189
היימישער ליטוואק
באקומן אין אימייל. עס דרייט זיך ארום א בילד אנגעבליך פון דעם סוספעקט אין א גשעפט אין וויליאמסבורג נישט ווייט פון דעם אבדאקשן סייט.


יעדע plaid flannel shirt איז א סוספעקט.

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:22 pm

· #175193
די רבי ז"ל האט דאך געגעסן געקעסטעלטע לאקשן.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:46 pm

· #175202
נאך וועמען הייסט ער 'מנחם משולם' אמאל א נאמען האט א טיפע משמעות

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:00 pm

· #175208
📎 BdipYA2CQAACHmb.jpg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:03 pm

· #175209
דער איד איז מורא'דיג, זיי האבן אלע מאל די ברעקינג ניוס. (סארקאסטיש פאר די מידע בינינו)

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:04 pm

· #175212
יעדער דעקט די "צובראכענע" נייעס נישט נאר דער איד

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:05 pm

· #175215
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=o4H2d6apV6w&feature=youtu.be">http://www.youtube.com/watch?v=o4H2d6ap ... e=youtu.be</a>

דוב הייקינד נעמט דאס ווארט

סלינקי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:15 pm

· #175219
-
image.jpg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:17 pm

· #175221
דער בלאט האט א שנעלע קאפ. דער איד איז נאך דערשיטערט, און דער בלאט האלט שוין ביי תשובה.

טיטאניק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:27 pm

· #175228
איך אויך
די רבי ז"ל האט דאך געגעסן געקעסטעלטע לאקשן.

דער רבי איז בכלל נישט קיין סאספעקט ער האט נאר געגעסען געקעסטעלטע אים ימים נוראים
😂

העלא » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:47 pm

· #175238
סתם געמאלן וואסער,
זאגט און זאגט און זאגט נישט גארנישט,
אזא בחינה ווי די איד טוט געווענדליך ביים שרייבן ליגענט

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:18 pm

· #175249
[ציטאט אראפגענומען]

די ש.ב.
נישט פון די מדינה נאר פון אירע קעגנער

ברוך בערל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:36 pm

· #175257
א וואך צוריק גענוי אזא צייט איז א אינגערמאן געזיצן אין אפיס און א מאמע איז געזיצן אינדערהיים קער נעמען פון 8 קינדערלעך
נישט חלומ'נדיג וואס די נעקסטע פאר שעה גייט פארקומען

shem-tov » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:24 pm

· #175268
😞

כתר מלכות » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:09 am

· #175284
איך אויך
די רבי ז"ל האט דאך געגעסן געקעסטעלטע לאקשן.


האסט שוין פארגעסן אז די רבי׳ס זענען שולדיג אינעם טראגעדיע.

איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:30 am

· #175297
רויטע וואנצעס
אסאך אינטערעסאנט דיטעילס (ס'זעהט גראדע אויס פון דעם ארטיקל כבית הילל און די ווידיאו איז פשוט געשניטען ביי יענע סקונדע ווי איך און אנדערע מיינען ער האט איינעם געטראפן, ס'איז פשוט צאמגעשטעלט צוויי שטיקלעך. ס'איז דא אפאר מינוט אינצווישן. זיי האבן ארויסגענומען די חלק ווי מ'זעהט אים נישט ווייל ס'איז דאך נישט אינטערעסאנט.)
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in-slumlord-slay-caught-on-tape-hours-before-murder/">http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/</a>



ביסט גערעכט, עס פעלט א האלבער מינוט פין דער רגע הפגישה ביז מען הייבט אהן זעהן ווי דער גוי קומט צוריק.

קוק אויף דער זייגער אויף דער לינקער זייט פין אויבן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:31 am

· #175299
יא יא. די קאליר פון די סקרין טוישט זיך אויך יענע סקונדע פון ליכטיג צו טונקעלער.

מאנדלבאום » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:33 am

· #175301
[ציטאט אראפגענומען]

ש.ב. מרגליות

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:16 am

· #175324
[ציטאט אראפגענומען]

צוליב אונזער קאאפעראציע. איך קלאפ זיך אין פלייצע און שאקל מיט צופרנידנהייט מיין יידישע-ליטווישע קאפ...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26