☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

כתר מלכות » מוצ"ש יאנואר 4, 2014 11:57 pm

· #173394
חביבי
אבזערווירער
כ"ק מרן אדמו"ר מהרז"ל שליט"א מסאטמאר, האט אויך אויסגעלאזט זיין הספד מיט די תפלה ס'זאל שוין זיין עליה השלם כל הקורבנות כולם, סא איז דאס נישט קיין עם הארצות , קול מבשר איז גערעכט

פינקט פארקערט
יעצט האמער צוויי עם הארצים

איך האב גראדע אויפגעפאסט ווי ער זאגט עליה השלם כל הקרבנות כולם, און ער האט צוגעלייגט: דאס זאל שוין זיין די לעצטע קרבן.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:05 am

· #173395
Talkline live with Zev Benner full show on todays events

<a class="postlink" href="http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/">http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/</a>

קרעמער1 » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:16 am

· #173400
יעקעלע חכם
כאפן די פארברעכער וועט דעם איד ליידער נישט צריקברענגען, עס וועט די צובראכענע אלמנה נישט טרייסטן, און עס וועט זיינע אכט אומשילדיגע עופה׳לעך נישט ראטעווען פון די שרעקליכע קאשמארן וואס וועט זיי בייגלייטן אגאנץ לעבן, אבער עס וועט יא אביסל באראויגען דעם היימישן ציבור וואס דרייט זיך ארום צובראכן און צושאקעלט, אבער נאכמער פון דעם פארציטערט, אז חיות בצורת אנשים האבן אזא זאך געקענט אפטאן און היימישן וויליאמסבורג, און די פריע נאכט שעות און קיין נפש חי האט דאס נישט באמערקט.

ממילה איז זייער וויכטיג אז די פארברעכער זאלן געברענגט ווערן צו יוסטיץ, נישט אלס נאר אלס נקמה, נאר קודם כל ארפצונעמען די שעדליכע פארשוינען פון די גאסן, און דערנאך צו שיקן א מעסידש, אז אויב הייבט איר זיך אן מיט א מעמבער פון די Hassidic קאמיונעטי, הייבט איר זיך אן מיט א גאנצע קאמיונעטי פערזענדליך וואס גייען לייגן פרעשור אויף די איסטאנצען און גייען נישט איינרוען ווילאנג די פארברעכער וועלן געכאפט ווערן און געברענגט ווערן צו יוסטיץ.

די רעזולטאט פון דעם קען זיין אז אומשולדיגע מענטשן זאלן ווערן ארעסטירט פאר א פארברעכן וואס זיי זענען נישט באגאנגען

עיין ערך יחזקאל שמש

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:16 am

· #173401

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:42 am

· #173408
איך ווער דיפרעססד. נאכאמאל די זעלבע סטענדארד: מתעסקים, נ.י.פ.ד., טויזנט שטראמלעך, עטליכע פעלץ קאוטס, זיצן שבעה, זאגן דרשות. ענד דעטס איט.
פארוואס נישט עפעס א טרייסל, עפעס דיפפערענט.
א ציטער א שאקל.
עפעס!!

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:58 am

· #173414
היימישער ליטוואק
איך ווער דיפרעססד. נאכאמאל די זעלבע סטענדארד: מתעסקים, נ.י.פ.ד., טויזנט שטראמלעך, עטליכע פעלץ קאוטס, זיצן שבעה, זאגן דרשות. ענד דעטס איט.
פארוואס נישט עפעס א טרייסל, עפעס דיפפערענט.
א ציטער א שאקל.
עפעס!!

אפשר ווייסן מיר נישט בעסער.
מתעסקים? א קידוש השם און א זכות פאר כלל ישראל.
נ.י.פ.ד.? דאס איז דאך זייער פארשטענדליך.
טויזענטער שטריימלעך? וואס איז ראנג מיט דעם?
זיצן שבעה? דאס זאגט די הלכה.
זאגן דרשות? אויך נארמאל צווישן אידן.
וואס נאך ווילסטו?
אדרבה, אויב ווייסטו בעסער, ענלייטען אס. מיר זענען גרייט צו מקבל זיין. א שאקל, א טרייסל, דאס איז אויך געווען.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:04 am

· #173418
...
BdMbKWGIcAA7Y_r.jpg

חולם » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:08 am

· #173421
אלטע

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:09 am

· #173422
אלטע

יעקעלע חכם » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:10 am

· #173423
היימישער ליטוואק
איך ווער דיפרעססד. נאכאמאל די זעלבע סטענדארד: מתעסקים, נ.י.פ.ד., טויזנט שטראמלעך, עטליכע פעלץ קאוטס, זיצן שבעה, זאגן דרשות. ענד דעטס איט.
פארוואס נישט עפעס א טרייסל, עפעס דיפפערענט.
א ציטער א שאקל.
עפעס!!

האסט ענדערש געוואלט מען זאל הארגענען א ליטוואק? ח״ו עס זאל זיין טויזענט בענד אפ׳ס דארט?
מען זאל נישט זיצן שבעה?
נישט האלטן קיין הספדים?

די תגובה איז איינס פון די צוויי, אדער האט איר געשריבן אן טראכטן בכלל, אדער זוכסטו אויף עפעס קאמפלעינען מיט ליכט, און די ווייסט שוין נישט וואס צו טאן פאר מושוגעת ווען די טרעפסט נישט!

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:12 am

· #173425
Zev Brenner Radio Show 570am is Now Talking about the Tragedy Listen 212-419-4240 #1

חולם » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:13 am

· #173426
CP

!shaul reichman picked up from Stark that same day a check for UTA in the amount of $18,000

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:16 am

· #173428
גארנישט פערסאנעלל, איך בין סתם דעפרעססד.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:16 am

· #173429
ידידינו הרב @פרישער איז געגאנגען קלאגן אין אייוועלט.
אפנים ער איז ברוגז אויף מאנכע דא אין שטיבל אז מען רעדט צופיל זאכן שלא לצורך וללא תועלת.

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:18 am

· #173430
עטליכע האבן עם דארט פארשריגן אז ער טרייבט איבער. און דאס איז דעראמת

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:21 am

· #173431
ער טרייבט נאר איבער מיטן חלק אז מען האט נישט מתפלל געווען. איך אליין האב געזאגט תהלים פאר אים. אבער קבל האמת ממי שאמרו. ער האט ריכטיגע און זאכליכע טענות אויך.

מפני חיבת ההספד והדברי מוסר בין איך עס דא מעתיק.

פרישער
ווי זאל איך אנהייבן, זאל איך קודם רעדן פון די צער פון די אינגערמאן, וואס איז ארויסגעריסן געווארן פון די חבריי'ה, אינמיטן זיינע שענסטע יארן, זאל איך וויינען אויף זיין אינגע אלמנה, וואס איז אזוי פליצלינג נהפכה הקערה על פיה, זאל איך קלאגן אויף די אכט אינגע יתומים וואס זענען נאך נישט חתונה געהאט, זאל איך וויינען פאר זיינע אלע חברים וואס האבן פארלוירן זייער שמייכל געיבר, זייער עי-טי-עם מאשין ווי די אנטיסעמיטישע און רשעותדיגע נ"י פאסט שר"י האט מעיד געוועין, ווי נעמט מען די שרעקליכע פאסירינג און מען לייגט עס אויף פאפיר, עס איז נישט דא קיין ווערטער אים צי באשרייבן, א איש החסד, א איש המעש, א אפען הארץ פאר יעדען, געוועין זייער א פארנימענער מאן, אבער נישט געניג פארנימען צי פארלירן זיין שמייכל, וואס איז געוועין געשמידט צי זיין געזיכט, יעדער וואס איז געקימען מיט אים און בארירינג האט געשפירט מיט אים נאנט, מי יתן לנו תמירתו, וואס ברויכן מיר זיך ארויס נעמען פון אזא פאסירינג, וואס ברויכן מיר אנדערש טיען, וואס האט מנחם געטיען נישט גיט, ער האט דאך גארנישט געטיען וואס קיין אנדערער האט נישט געטיען.

כך גזרה חכמתו, מיר קענען נישט פרעיגן קיין קשיות וואס מען קען נישט פארענטפערן, מיר ברויכן נישט קיין תשיבות, מיר זענען און גלות, אינטער די יאך פון פרנסה, אינטער די יאך פון רשעי ישראל, רשעים וואס רייצען אן אויף אינז מערדער, עכרי ישראל וואס שארפן זיך ציין און נעיגל אפילו ווען דאס בליט זידעט נאך, קענען נישט איינהאלטן זייער בלינדע שנאה אפילו ביז נאכן סתימת הגולל, איך מיין נישט בדווקא די נ"י פאסט, איך מיין נאר די רשעים ביננו שלעכטע אימפארגינערישע פארשוינען, מענטשען וואס זענען עובר אויף לא תחמוד בית רעיך, אדער לשון הרע, רכילות און נאך צאלאזע שלעכטע מידות מעכרת, אפילו ווען ער איז פארלוירן און אנגעוויזן אויף אינזער הילף, קענען מיר זיך העלפען און אויף קימען מיט רשעות'דיגע מיינינגען, ער האט שלעכטע ריוויאס אויף יעלפ.קאם, ער איז א סלאם לארד, האט דאך באגנב'ט זעכציג מיליון, ער האט אוועק גענימען א ביסן פון א באנק'ס מאהל, ער איז מחייב לא עלינו ככל אשר יעבור עליו תחת השמש, אדער אפילו ארים שיקען ווייטער אזעלכע שעידליכע מיינינגען.

וואס איז פליצלינג מיט עס איז געוועין אזוי באשערט? רבותי ווי איז אינזער אהבת חנם, ווי איז אינזער צער און עגמת נפש, ווי איז אינזער קרעכץ פאר א איד, וויפיל האבן נישט געקענט שלאפן באנאכט פאר מנחם'ס אנגסט, וויפיל האבן פארלאזט א טרער ווען מען האט געזעין דאס שוידערליכע מציעות אז מען האט אים פארכאפט, פארוואס איז נישט געוועין קיין איין בקשו רחמים צעטל און שטאט נאר אויפן טריפה'נעם כלי, פארוואס זענען נישט געוועין קיין מניני תהילים פאר זיין טובה וועיגן ארים די זייגער, מיר האבן פארלוירן אינזער זיק כל שהוא איד, אינזער שטאלץ אז מען העלפט אן אנדערן איד אן קיין מחשבות זרות איז פארביי, איך ציטער וואס מען וואלט געזאגט אויף מיר ווען עס וואלט פאסירט מיט מיר, יעדע שלעכטע מעשה שבדה מליבם ליפטערט מען, יעדען שטיקל אינפארמאציע ווערט אויסגעדראשן, אזש אז די רשעותדיגע פאסט קען נאך זאגן אינפארמאציא פון די געיגענט,

ווען א איד וואס האט נאך נישט שלעכט געטיען פאר קיין זעהל אויף דער וועלט ווערט פארלוירן עטליכע וואכן ציריק, אנשטאט מיר זאלען זיך ארויס לאזען זיכען אזוי ווי מיר פלעיגן טיען ביז נישט לאנג ציריק, איז דער תירוץ ווי זאל איך זיכן, אין זיין קאר? אבער מען פארגעסט אז זיין קאר איז געוועין א מאביל הכנסת ארחים שטיבל, וואס איז געוועין אלע מאל גרייט על כל אורח פורח שיבוא, פארוואס זענען מיר אזוי לעקטערזירט געווארן איש על טעלעפאניתו, וקאמפיאטריתו, ווען האט דאס פארסירט, ווי האבן מיר פארלוירן אינזער רחמנים בני רחמנים, ציגיין און ציפיצעלט ווערן פאר א אנדערן איד, דאס ברויכן מיר זיך מקבל זיין, מיר וועלן נישט לאזן דעי אימגליק גיין פארביי אן א שטארקע קבלה על העתיד, מיר וועלן דערווארעמען אינזערע הערצען פאר יענעם, מיט דעים זכות גיימער בקרוב ארויס פון גלות, מיר וועלן נישט קיקן אויף אנדערע אידן מיט פארדאכט, ווען א איד איז און א עת צרה, קיקן מיר מער נישט אז ער איז דאך געוועין א משהו שילדיג אליין, על כן מיז ער זיך אליינס ספראווענען, מיר מאכן מער נישט קיין חשבונות אויף א אנדערען איד.

הרינו מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך, מיר וועלן זיך אויף פירן מיט א אנדערען איד די זעלבע וועיג ווי מען וואלט געוועין שטאלץ אז אנדערע פירן זיך אויף מיט אינז אליינס, שטעלט אייך פאהר ווען מנחם ע"ה באווייזט זיך, און קיקט אויף וואץ עפפ גרופעס, טוויטער, וואס עס איז אלס געליפטערט געווארן דורך אחינו בני ישראל און די גוים, אדער ווי גארנישט כלל ישראל האט געטיען אים צי ראטעווען, וואלט ער דאך תיקף ומיד אויסגעהויעכט זיין נשמה, לאמיר דאס נישט לאזן פאסירן נאכאמאל, און דאן וועט זיין ומחה השם אלקים דמעה מעל כל פנים.

יעקעלע חכם » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:36 am

· #173432
ישר כח פאר די מנהלים פארן פאריכטן די אשכול העדליין מיט פאסיגערע אויסדריקן...

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:04 am

· #173437
איך האב א בילד פונם suspect איך וויס נישט ווי אזוי צי עטיטשן

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:05 am

· #173438
ווי אזוי עטעטשט מען אימעדזשעס ?

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:07 am

· #173439
ער איז נישט א suspect די פאליציי וויל פשוט רעדן צו אים און צו אסאך אנדערע.

חזקיהו המלך » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:07 am

· #173440
קוק אינטען איז דא א אפציע "צילייגען א פייל"

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:09 am

· #173441
זיין נאמען איז Alex Gurvitz ס'מיינט גארנישט, ער איז פשוט איינע פון די צענדליגע חברה וואס האבן געהאנדלט מיט ר' מנחם.

חזקיהו המלך » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:16 am

· #173443
Alex Gurvitz פרייוועט מאני לענדער דיטעילס,
📎 dump.jpg

משה געציל » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:24 am

· #173446
על משכבי בלילה טוה איך זיך וואלגערן. א פחד פון א געשעהניש. אפגעזען פאקטן, טעאריעס, שפעקעלאציעס, פון; בלאגערס, אלטסווייסערס, וואטסעפערס. איך בין צושטיקלט.

קליגער אינגערמאן » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:30 am

· #173447
חזקיהו המלך
Alex Gurvitz פרייוועט מאני לענדער דיטעילס,

the last line is photoshoped.
its scary as is you don't need to make it more.

kliger » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:24 am

· #173448
א שרעק די מחשבות וואס ער האט געהאט פארן דערמארדערט ווערן, אז קיינער וועט אים קיינמאל נישט טרעפן. און ער וועט ניטאמאל איבערלאזן א קבר פאר די משפחה!

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:37 am

· #173449
קליגער אינגערמאן
חזקיהו המלך
Alex Gurvitz פרייוועט מאני לענדער דיטעילס,

the last line is photoshoped.
its scary as is you don't need to make it more.

It's not photoshopped. It's genuine. The message is very ominous. Only Mr. Gurvitz will come to regret his decision to insert that line, even though he meant to add something funny to his business plan. It will come back to haunt him. Or. Was he serious?! 🙄 😮 😢

יואליש » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:47 am

· #173450
berlbalaguleh
קליגער אינגערמאן
חזקיהו המלך
Alex Gurvitz פרייוועט מאני לענדער דיטעילס,

the last line is photoshoped.
its scary as is you don't need to make it more.

It's not photoshopped. It's genuine. The message is very ominous. Only Mr. Gurvitz will come to regret his decision to insert that line, even though he meant to add something funny to his business plan. It will come back to haunt him. Or. Was he serious?! 🙄 😮 😢


וואס האקסטו אין קאפ. נאדיר דעם לינק אן די צוגעלייגטע ווערטער.

<a class="postlink" href="http://www.privatemoneylendingguide.com/borrowers/realtors/detail.php?advisor_id=000355">http://www.privatemoneylendingguide.com ... _id=000355</a>

חזקיהו המלך » זונטאג יאנואר 5, 2014 4:52 am

· #173452
יואליש
berlbalaguleh
קליגער אינגערמאן
חזקיהו המלך
Alex Gurvitz פרייוועט מאני לענדער דיטעילס,

the last line is photoshoped.
its scary as is you don't need to make it more.

It's not photoshopped. It's genuine. The message is very ominous. Only Mr. Gurvitz will come to regret his decision to insert that line, even though he meant to add something funny to his business plan. It will come back to haunt him. Or. Was he serious?! 🙄 😮 😢


וואס האקסטו אין קאפ. נאדיר דעם לינק אן די צוגעלייגטע ווערטער.

<a class="postlink" href="http://www.privatemoneylendingguide.com/borrowers/realtors/detail.php?advisor_id=000355">http://www.privatemoneylendingguide.com ... _id=000355</a>


חכם, ער האט עס שנעל אראפ גענומען ...

איינער » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:55 am

· #173453
קוק גוט וועסטו זען אז מען האט די ליין ארייגעשטופט מיט פאטאשאפ.

סאשי פיש » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:01 am

· #173454
שוידערליך!! די ניו יארק פאסט טוט אויפשוידערן יעדע נארמאלע מענטש מיט וואס זיי האבען געשריבען אויף זיי פראנט פעיזש און אויף זייער וועבסייטעל!!
image.jpg image.jpg image.jpg image.jpg

איינער » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:44 am

· #173459
עס קוקט מיר אויס אז די פאליס האט אן אגענדע מיטן ליעקן פארן פאוסט, עס קוק אויס א שווערע קעיס צו לעזן, ווילן זיין אים מאכן אויסקוקן פאר ווי א גרעסערער פארברעכער, אזוי וועט מען האבן ווייניגער טענות צי זיי, ווען זיי סאלווען נישט די קעיס.

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:53 am

· #173461
חולם
CP

!shaul reichman picked up from Stark that same day a check for UTA in the amount of $18,000

לכאורה טארען זיי נישט דיפאזיטען דער טשעק, עס איז געלט פין יתומים קטנים, און קענען אפילו נישט געבען קייין רשות אויף דעם.

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:59 am

· #173462
איינער
עס קוקט מיר אויס אז די פאליס האט אן אגענדע מיטן ליעקן פארן פאוסט, עס קוק אויס א שווערע קעיס צו לעזן, ווילן זיין אים מאכן אויסקוקן פאר ווי א גרעסערער פארברעכער, אזוי וועט מען האבן ווייניגער טענות צי זיי, ווען זיי סאלווען נישט די קעיס.


די אמתע שאלה.איז אויב זיי ווילען עס לעזען, טאמער זיי טרעפען יא דער פארברעכער מאכען זיי אויף א קעסטעל ווערים, וואס גאנץ מעגליך אז זיי האבען נישט דער גאטס.פין זשילואני צו קעמפפען.

לדעתי ווען עפעס.רירט אהן מאפיא ריקען זיי זיך אין דערזייט און לאזען עס לויפען.

איינער » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:01 am

· #173465
[ציטאט אראפגענומען]


דער גאנצער פאוסט ארטיקעל איז פיל מיט אינפארמעישאן פון אנאנימעס פאליס סאורסעס.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:19 am

· #173469
די גייסט פון דעם צייטונג איז נאך ערגער ווי די טראגעדיע גופא,
דאס איז דאך ממש ווי גיסן אויל פעך און שוועבעל אויף אידן.

איינער האט עפעס אן עצה וויאזוי מ'קען צופיקסען דעם צייטונג?

הילל » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:34 am

· #173470
שמעקעדיג
ידידינו הרב @פרישער איז געגאנגען קלאגן אין אייוועלט.
אפנים ער איז ברוגז אויף מאנכע דא אין שטיבל אז מען רעדט צופיל זאכן שלא לצורך וללא תועלת.


קען זיין מיר זענען אויך שולדיג, אבער לויט ווי איך ליין פון זיינע ווערטער און לויט די משלים וואס ער געט ("אדער אפילו ארים שיקען ווייטער אזעלכע שעידליכע מיינינגען", "שטעלט אייך פאהר ווען מנחם ע"ה באווייזט זיך, און קיקט אויף וואץ עפפ גרופעס, טוויטער") זעט מען אז ער האט דירעקט נישט געמיינט אונזער שטיבל, נאר אין אלגעמיין די היינטיגע מענטשן ("פארוואס איז נישט געוועין קיין איין בקשו רחמים צעטל און שטאט נאר אויפן טריפה'נעם כלי") און די וואטעס גרופעס.

הילל » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:41 am

· #173471
קאווע טרינקער
די גייסט פון דעם צייטונג איז נאך ערגער ווי די טראגעדיע גופא,
דאס איז דאך ממש ווי גיסן אויל פעך און שוועבעל אויף אידן.
איינער האט עפעס אן עצה וויאזוי מ'קען צופיקסען דעם צייטונג?


עס באדערט מיך אויך שטארק און איך וויל נישט קלינגען ווי זייער פארטיידיגער, נאר געדענק אז פאר דעם ציל איז דער פאוסט דא, צו זוכן און גראבן און ארויסלייגן לעיני העדה. יעדן טאג האט ער א פרישן שונא, יעצט ליידער איז א איד אויף זייער ליסטע. ער האט צוזאמגענומען אלע סארט נעגאטיווע קאמענט פון מענטשן און דאס ארויפגעשטעלט אונטער אן עקלהאפטיגן קעפל.
טראכט נישט פון צופיקסן דעם צייטונג, ווייל קליינע שאנסן וועסט אנקומען, נאר העכסטנס זאלן מיר נישט דרוקן אויף זייער לינק, וועלן זיי אפשר אבן אביסל ווייניגער קליקס צו קענען ווייזן פאר זייערע אדווערטייזערס.

טיטאניק » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:49 am

· #173472
קאווע טרינקער
די גייסט פון דעם צייטונג איז נאך ערגער ווי די טראגעדיע גופא,
דאס איז דאך ממש ווי גיסן אויל פעך און שוועבעל אויף אידן.

איינער האט עפעס אן עצה וויאזוי מ'קען צופיקסען דעם צייטונג?

מיר האבען דאס "עסקנים" וויכטיג מאכערס
לאמיר זען צי די אלע וויכטיג מאכערס און עסקנים וועלען הייבען קול צעקה צי פארדאמען די רוצחישע אנטיסעמיטישיע נאצישע צייטונג
ווען די צייטונג זאל דאס שרייבען קעגען א שווארצער וואס וואלטען זיי געטיען, געגאנגען פראטעסטירען בקול רעש גדול
לאמיר נאר זען צי די עסקנים אינזערע קענען אויך שרייען ווען עס םעלט זיך אויס, צי זיי קענען נאר זיך פאטאגראפירען פאר אלע צייטינגען יעדער שני וחמישי

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:54 am

· #173473
דאס וואס דער פאסט ארטיקעל ברענגט אז ער איז געוועהן א מאלעסטער, איז א טאטאלער חוצפה. ווי קומט עס יעצט אריין?

מיילא די געלט ענינים, נו, כאטש ווילען זיי מאכען דער שפיל כאילו פארדעם איז ער געשטארבען.

איך שמעק טאקע דא, אז די דיטעקטיווס פילען אז היות ער איז געוועהן א קרימינאלער מענטש, איז עס אים געקומען און ממילא דארף מען נישט אפילו זוכען די שולדיגע מענטשען.

ועל דא קבכינא. ווייל בעצם זענען אלע זאכען נישט אפילו אזוי שלעכט, זיי מאכען עס כאילו זעכציג אפענע ווייעלעישענס איז א הימל געשריי, ווען עס מיינט גארנישט.

און ווייל ער'ט אנגעזעצט א באנק פאר 29 מיליאן מיינט נאך נישט אז דאס געלט איז געגאנגען אין זיין טאש, והראיה ער'ט זיך גוט געמיטשעט צו באצאלען נארישע קליינע בילס, וואס די טענענטס האבען פארלאנגט ריפיערס.

און ווייל ער האט געקויפט א הויז וואס איז געעועהן מוחזק ביי זונות און דראגס, און די פאליס האלטען נישט ביים קלינען אזעלכע הייזער, ווערט ער נישט קיין שלעכטע מענטש.

איין זאך קען מען זאגען פאר די פאליציי, ענק זענען ווערט א הויקער, ענק זענען גוט פאר פעטי קריימס און שטותים, טאמער יאנקעל גיט ברוך א פאנטש, אדער ווען א פרוי רופט אהן אז דער מאן וויל זי הרג'נן, טאמער האנדעלט זיך עפעס ארגאנאזירט, זענען ענק ווירטלאז.

שוין הויך צייט אז די אחב"י וואס ארבעטען פאר פרנסה, זאלען זיך לערנען סעלף דיפענס, און ארגענאזירען א נייע שומרים וואס נעמט נקמה אויף אזעלכע אקציעס, און ווייזען אז אידיש בלוט איז נישט הפקר.

איינגעמיירעט » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:11 am

· #173477
אזוי ווי די פריערדיגע דא,בין איך אויפגעשוידערט פון די פאוסט ארטיקעל, אנשטאט שרייבען און היילייטען די גרויזאמע רציחה, שרייען זיי אופען נרצח בשעת די בלוט שרייט נאך,און ברענגען נאך פון איינעם וואס זאגט ער וואלט עם אוכט געהארגעט.
די ליבעראליוזים און די גרויזאמע געמיינקייט און השחתה פון די רעדאקציע איז ארויס פון אלע גבולים.
נישט קיין משהו הרגש פון פארדאמען די רציחה,ווען זיי שרייבען וועין ביידע רעאקציעס איז א צווייטע מעשה,אבער נאר דאס שרייבען, who wouldn't .
און וואס א וועלט לעבט מען.
ווי אוכט די טיפשות פון נאכשרייבען פון די נערישע קאממענטס פון פעילד מעסייע טיפשות׳דיגע וועיבזייט.
ווען איך בין וועין א פאלאטישען נעם איך צאם אלע מיינע כוחות און קשרים, און איך פארבינד זיך מיט רעכטדענקיגע מענטשען פון אנדערע קאממיונוטיס, און איך ארגענעזיר א ריזיגע קול צעקה, סאיז ארויס פון אלע מענטשליכע גדרים אזא ארטיקעל.

אפטעמיסט » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:19 am

· #173478
Send a email it takes 10sec...

Contact @nypost & demand removal of disgusting assaulting article regarding M Shtark.
212-930-8000 Ext 2
<!-- e --><a href="mailto:Letters@nypost.com">Letters@nypost.com</a><!-- e -->
#StopNYPostHate
Fwd: dont break the chain

איינגעמיירעט » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:21 am

· #173479
די מיינסט אז זיי גייען געיבן א דעים צו אימעילס.

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:37 am

· #173480
הילל
קאווע טרינקער
די גייסט פון דעם צייטונג איז נאך ערגער ווי די טראגעדיע גופא,
דאס איז דאך ממש ווי גיסן אויל פעך און שוועבעל אויף אידן.
איינער האט עפעס אן עצה וויאזוי מ'קען צופיקסען דעם צייטונג?


עס באדערט מיך אויך שטארק און איך וויל נישט קלינגען ווי זייער פארטיידיגער, נאר געדענק אז פאר דעם ציל איז דער פאוסט דא, צו זוכן און גראבן און ארויסלייגן לעיני העדה. יעדן טאג האט ער א פרישן שונא, יעצט ליידער איז א איד אויף זייער ליסטע. ער האט צוזאמגענומען אלע סארט נעגאטיווע קאמענט פון מענטשן און דאס ארויפגעשטעלט אונטער אן עקלהאפטיגן קעפל.
טראכט נישט פון צופיקסן דעם צייטונג, ווייל קליינע שאנסן וועסט אנקומען, נאר העכסטנס זאלן מיר נישט דרוקן אויף זייער לינק, וועלן זיי אפשר אבן אביסל ווייניגער קליקס צו קענען ווייזן פאר זייערע אדווערטייזערס.

מיר ברויכען געדענקען און האלטען די קאפ אויף די פלייצע
מיר זענען אין גלות


בפרט אז די באהערדע האט צוגעלייגט דערין א יד, וואס האבען מיר פון זיך אריינטאן אין דעם בזמן וואס מען פאדערט פון יעדן עפעס א קבלה טובה לעילוי נשמתו, לכה''פ זיך מקבל זיין אז ווען מ'הערט אזא טראגישע מעשה קודם זיכען זיין ''גוט'ס''
ווען מיר זעהן וויאזוי דער נידריגער גוי פירט זיך אויף אין אזא זמן, נעם אין די מחשבה וויפיל זענען 'מיר' בעסער, לאמיר אפירזוכען
די אומצאליגע פינעף מאות וואס דער נפטר האט געטיילט וועכענטליך פאר פילע נצרכים
וויפיל מקומות האט דער נפטר געגעבן גרויסע סומעס און אנגעזאגט מען זאל זיין נאמען נישט אויסהענגען אין פובליק
וויפיל יונגע פארלעך האבען 'פורניטשער' וואס דער נפטר הי''ד האט באצאלט בסתר פאר'ן פורניטשער געשעפט.

איידער מיר נעמען זיך צום גוי וואס מיר ברויכען שטיין ווייט פון זיי כמטחוי קשת און לפחות אין אזא צייט זיך לערנען די חיוב הרחקה פון זיי

לאמיר לכה''פ 'זיך' מתקן זיין צו זעהן אז לכה''פ צען תגובות אין אזא לאנגער אשכול זאלען זיין אנגעפילט מיט'ן חלק הטוב פון דעם נרצח הי''ד

shem-tov » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:40 am

· #173481
די פאוסט איז דער פריוואטער טוי פון רופערט מארדאק. סמאכט נישט קיין געלט שוין אסאך יארן. סהאט קוים עדס. דער מולטי ביליאנער נוצט עס נאר ווען ער דארף איינעם באשמוצען. איך מיין אז די אלע זאכן צו שרייבן פאר די פאוסט איז איבעריג די קענס זיי נישט בייגען. זיי לעבן פון דעם. די איינציגסטע מאל וואס זיי בעטן איבער, איז אויב סוועט זיין ריאטען אויף די גאסן און די פאליטישאנס וועלן לייגען היעט אויף זיי און אויף רופערט אליינס, דאן וועט קומען אן אפאלעדשי. אזוי ווי סאיז געווען ווען זיי האבן זיך דערוואגט צו מאכן א קארטאן אויפן חשבון פון מאהאמעד. און פארשטייט זיך אליינס אז קיין ריאטען גייען מיר נישט מאכן און די פאוסט ווייסט דאס.

אויב ווילן מיר זיך לאזן הערן מיין איך אונז זאל מער אויפזוכען טאקע רופערט מארדאקס אי מעיל און אפיס נומבערס אא"וו ווי אויך זיין זוהן דער משנה למלך ווייל פארט זענען זיי נישט באקאנט פאר קיין יודן פיינט.

כקען אפשר טראכטן אז די דעטעקטיווס האבן א שטיקל גוטע כוונה דא, אז טאקע ווייל ר מנחם ע"ה הי"ד האט געהאט אזויפיל שונאים ל"ע און זיי וויסן נישט ווי אנצ5והייבן רוקען זיי ארויס אזעלעכע סטעיטמענטס אזוי וועט אפשר דער מערדער זיך נעמען זינגען און זיך וועלן בארימען אז ער האט עס געטאן.

נאטרוליסט » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:43 am

· #173483
דער ניו יארק פאוסט האט ליידער עקספיריענס אז "אידן גלייכן שמוץ אויף אידן" ליידער. ווען אידן האבן באצלט פאר'ן פאוסט צו באשמוצן א גרויסן עסקן (ביז יענער איז איינגעזעצט געווארן פאר דעם) א וואך צייט האט דער פאוסט באשמוצט דעם עסקן נאר ווייל עס איז געווען יד "חסידים" באמצע. ליידער האט זיך דער שמוציגער פאוסט דערלערנט אז פון חסידישע אידן דארף מען נישט קיין סאך ציטערן.

דערמאנט זיך, און ציט די שטריכן. וד"ל.

מצטמק ויפה » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:44 am

· #173484
איך האב מיך אפירגעקראצט אפאהר ווערטער און ענגליש און זיי געשיקט א אי-מעיל, פשוט ווייל איך האב עז נישט אויסגעהאלטן ווי אזוי מ'קען אזאנ'ס שרייבן, און ווען עס טוט וויי שרייט מען!
דאס איז וואס איך האב געשיקט
Wow I'm shocked!  How could somone write an article like this.

please remove the disgusting assaulting article regarding M Shtark. I just can't believe that I'm in a world together with people who can write like this on somone who had such a tragedy!  What a shame.

פישלע העררינג » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:45 am

· #173485
Shem-tov, דיין לעצטע פאראגראף איז דברים של טעם.

מען דארף אויך פארשטיין, אז די פאליציי מוז זיך דא ריינוואשן אויף דער "עמי בבית" וואס איז דא פארגעקומען, הארט אונטער זייער נאז, ביים פאליציי סטאנציע גופא. דורכ'ן מאכן א גוטע דזשאב פון טרעפן די מערדער פלינק און געשיקט, וועלן זיי עטוואס אפראטעוון זייער פארלוירענע ריספעקט.

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:46 am

· #173486
יעצט געהערט נאך אן עובדא פון דעם נפטר הי''ד
נישט לאנג צוריק איז ער אריין ביי א שמחת ה'וואך נאכט פון זיינס א נאנטער און ער האט געזעהן דער שטוב צושטאנד ברויך א גרויסער תיקון, איז ער געגאנגען בעטן דעם פריינט זיינער אוועקצושיקען די פרוי פאר א וויילע אויף אפרוה
און דערווייל האט ער איבערגעבויט און אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו פארשענערן און פארעכטן די צרכי הבית,

לאמיר זיך פארנעמען צו טון עטוואס פון די גיטע מעשים זיינע, און נישט חלילה אויסזעהן ווי דער נידריגער גוי וואס פארנעמט זיך די קאפ און אזא צייט צו טרינקען יענעמ'ס בלוט, 'בלויז ווייל ער איז א גלות איד'

אדרבה יעדע דבר טוב וואס וועט געברענגט ווערן דא וועט זיכער אריינברענגען א געפיל פון זיך מקבל זיין צו טון עטוואס פון זיינע שיינע מעשים

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:55 am

· #173488
נאר,,פרייליך. זאגסט פיין. כ'האב ממש געוואלט זאגן דאס זעלבע.

מיר זענען אין גלות ביי די גויים און מיר קענען זיי נישט צופיקסן.

אפגעזעהן צי די שמועות זעמען אמת צי נישט, טאר מען אזא קעפל נישט דרוקן, א העדליין וואס קען אויסקוקן צו א צושטימונג צו אזעלכע שוידערליכע מעשים אשר לא יעשו.

פארט דארף מען פארשטיין אז אויב מיר וואלטן דאס געליינט אויף א נישט איד וואלטן אסאך פון אונז נישט געווען בעסער, אלזא אויב אזוי וואס ערווארטסטו פון אזא פארדארבענע עקלדיגע צייטונג וואס לעבט אסאך אויף אידיש בלוט. ווילסט אים גיין לערנען מדות טובות?

איך גלייב נישט אלע געשיכטעס אזוי פשוט, יעדע מעשה האט נאך א זייט פון די מטבע, און הגם עס איז מעגליך אז נישט אלע געשעפטן וואס ער האט געטון איז געווען 100% לעגאל, איז דא גענוג און נאך פלאץ צו דן זיין אזא מענטש לכף זכות, ער האט נישט געוואוסט, געכאפט, אדער געווען צו ביזי זיך אפצוגעבן מיט יעדן ווייאלעישאן, א.א.וו. און נישט זוכן ארויפצושמירן שלעכטע שמועות אויף אזא בארעמהארציגן פריינדליכן איד, הי"ד, נאר מיר זאלן פאוקעסן אויף זיינע אומצאליגע פאזיטיווע מעשי חסד מיט וואס ער איז געווען באקאנט, וילך לפניו צדקו. און מיר זאלן טון מעשים טובים לעילוי נשמתו.

מיר פון אונזער זייט טארן נישט רעדן און באשמוצן. מיר מעגן פארלאנגען אן אנטשולדיגונג פונעם פאוסט אויף א איידעלן וועג, אנע סטראשונקעס. עס איז נישט אקצעפטירבאר אזא קעפל און אזא עקלהאפטיגע אפהאנדלונג פון א פרישן נרצח, בפרט ווען זיי אליינס זענען מודה אז ער פלעגט בארגן געלט פאר מענטשן אין שווערע מצבים, וואס צייגט זיין גוט הארץ.

מיר בלייבן רחמנים בני רחמנים. און בשום אופן נישט בארואיגן אונזער געוויסן אויף דעם מעשה רציחה צוליב אפאר איבערגעטרעבענע עפיזאדן. ה' ינקום דמו און מיר האפן זיך צו טרעפן בקרוב ממש ביי תחיית המתים.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26