☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

יואליש » דינסטאג יאנואר 7, 2014 6:55 pm

· #174417
היימישער ליטוואק
ראשית, ווער זאגט אז יענער קייס איז "סיעלד"? אפשר נאר 'פארמאכט'?
צווייטנס, זענען נישט דא קיין אנדערע וועלכע ווייסן דערפון? למשל, די לאיערס וכו'?
דריטנס, אויב איז דאס נאר גקענט קומען פון די פאליס, דאן קען מען דאס יא אויספיגערן און אנקלאגן.


די לאויער האט טאקע געגעבן פאר די דעילי ניוז די" רעסט אוו די סטארי". די פאסט אבער האט עס באקומען פון די פאליס.

דעת תורה » דינסטאג יאנואר 7, 2014 6:56 pm

· #174418
אין פאוסט איז קלאר געשטאנען "סיעלד".

דעת תורה » דינסטאג יאנואר 7, 2014 7:48 pm

· #174428
דער פאליס קאמישאנער בראטאן זאגט אז דערווייל איז נישטא קיין "סיגניפיקענט ליעד'ס" אין די פרשה.

ודי למבין » דינסטאג יאנואר 7, 2014 7:51 pm

· #174430
דעת תורה
דער פאליס קאמישאנער בראטאן זאגט אז דערווייל איז נישטא קיין "סיגניפיקענט ליעד'ס" אין די פרשה.


און ווי באקאנט זענען די ערשטע פאר טעג גאר וויכטיג אין יעדע קריים אינוועסטיגעישאן. אז זיי האבן דערווייל נאך גארנישט איז עס נישט קיין גוטע סימן.

זלמן זאפיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 7:52 pm

· #174432
ווי ס'שטעלט זיך ארויס איינמאל אין נאך אמאל אז די פאליס דעפ. איז דא מבאיש ריח צי זיין דעם נפטר מיט כאלריי סקאנדאלן ווי קיינמאל בעפאר וואס איז נישט געשטויגן אין געפלויגן אלעס פארן נישט טרעפן קיין סאספעקט ווי למשל ארויס געבן אינפארמאציע אז זיי קוקן אריין אויב אן אפעיר איז אין אינוואלוואט
איז אויך אויס געזויגן פין פינגער אים צי באשמיצן ווייל לאמיר זאגן זיי קוקן טאקע אריין אבער פארוואס פארציילן פאר די מידיא אז זיי קוקן סתם אריין
לכאורה ביי א יעדע קעיס קוקן זיי אין זיי פארציילן עס קיינמאל נישט

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 7:57 pm

· #174434
דעת תורה
אין פאוסט איז קלאר געשטאנען "סיעלד".

סיעלד איז גווענטליך ווען א מיינאר איז אינוואלווד. איז ער אדער זי גווען א מיינאר?
אויב נישט וועלן מיר מוזן מאכן אן אוקימתא אין דער פאסט אז "סיעלד" איז לאו דווקא, און די משמעות איז "קלאזד". ואם כן לא קשה מידי.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 7:58 pm

· #174435
בפשטות, דער פחד פון פערלמוטטער איז נישט די בלו-קאללער עבירה נאר ענדערש א ווהאיט קאללער. וד"ל.
און שמע השומע, און קונפיוסד מיט א פחד פון ווערן אריינגשלעפט אין די אינוועסטיגיישן פון דער קריים.

מורינו הרב » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:01 pm

· #174436
דער בעסטער עצה פאר פערלמוטער בפשטות, איז עוקר צו זיין פון דא און פארטיג.

דעת תורה » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:05 pm

· #174437
היימישער ליטוואק, אזוי אויך קען עס זיין "סיעלד" ווען א אנדערקאווער האט געמאכט א שטורעם אין א גלעזל לופט און די א.ג. "וויקטים" ווייסט נישט בחייכון פון קיין טאטשינג צו זאגן. ביי די ענדע קלאגט דער אומריכטיג אנגעקלאגטער די פאליציי פארן מאכן א בלבול אויף אים, די פאליציי פארהאנדלט מיט אים איינזעענדיג אז זיי קענען נישט געווינען די קעיס אין געריכט, און זיי צאלן אים אנטשעדיגונגס געלט. ווי א פארשטענדליכע חלק פונעם דיעל, איז אז דער קעיס ווערט גע'סיעל'ד כדי אזאלכע בלוט צאפער ווי דער פאוסט זאלן נישט האבן קיין האלבע מעשיות צו פארציילן.

אוהב ישראל » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:21 pm

· #174441
קשה כשאול קנאה........ דרייען זיך ארום אום-מענטשען וואס האבן ליידער נישט געארבעט אויף זייערע מדות........... און פרעסען אויף הרב שמעון ישראל פאר קנאה...... און פרייען זיך אויף יעדן פארברעצירטען שקר וואס רשעים שונאי ישראל ווילען אים באשולדיגען....... עטס ווילטס געלד??? עטס ווילטס גוטע קינדער?? שידוכים???..... כבוד???? נישט קיין פראבלעם...... בעט ביים וועם שמעון ישראל האט דעס באקומען....... השי"ת זאגט לי הכסף לי הזהב, ער איז דער באסס....... פארוואס גיסט איר יודיש בלוט???? קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיין לעבן....... איך קען דעם יוד פערזענליך.. הלוואי ויהי חלקי עמו בעוה"ב ... איך בין איגאנצען אויף די פארקערטע ריכטונג פון אים אין די היימישע לאקעל פאליטיק, סיי לגבי סאטמארע פארטיי.. און אויך לגבי די קברים... קעמפס.. ארמארי.. ווילסאן שול.. ער איז א צדיק פין א יוד, זיין טיר איז אפען 24 שעה א מעת לעת פאר אורחים און פאר נשברי לב, איר דארפט קיינמאל נישט פרעגן צי איר קענט עסען ביי אים שבת, גייטס אריין און הייבט אהן די עבודת האכילה איר וועט זעהן ווי ער שטראלט פאר שמחה צו אייך........ געט אוועק זיין לעבן ברו"ג און לויפט נאך געלט פאר יודן.... קומט אים דאס?????

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:25 pm

· #174445
מורינו הרב
דער בעסטער עצה פאר פערלמוטער בפשטות, איז עוקר צו זיין פון דא און פארטיג.

אויב ער קען...

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:29 pm

· #174447
דעת תורה
היימישער ליטוואק, אזוי אויך קען עס זיין "סיעלד" ווען א אנדערקאווער האט געמאכט א שטורעם אין א גלעזל לופט און די א.ג. "וויקטים" ווייסט נישט בחייכון פון קיין טאטשינג צו זאגן. ביי די ענדע קלאגט דער אומריכטיג אנגעקלאגטער די פאליציי פארן מאכן א בלבול אויף אים, די פאליציי פארהאנדלט מיט אים איינזעענדיג אז זיי קענען נישט געווינען די קעיס אין געריכט, און זיי צאלן אים אנטשעדיגונגס געלט. ווי א פארשטענדליכע חלק פונעם דיעל, איז אז דער קעיס ווערט גע'סיעל'ד כדי אזאלכע בלוט צאפער ווי דער פאוסט זאלן נישט האבן קיין האלבע מעשיות צו פארציילן.

אבוויאסלי, איז דאס נישט גווען סיעלד.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:31 pm

· #174448
אוהב ישראל
קשה כשאול קנאה..........דרייען זיך ארום אום-מענטשען וואס האבן ליידער נישט געארבעט אויף זייערע מדות........... אין פרעסען אויף הרב שמעון ישראל פאר קנאה..........אין פרייען זיך אויף יעדען פארברעצירטען שקר וואס רשעים שונאי ישראל ווילען אים באשולדיגען..........עטס ווילטס געלד ??? עטס ווילטס גוטע קינדער ?? שידוכים ?????..... כבוד ??????. נישט קיין פראבלעם........בעט ביים וועם שמעון ישראל האט דעס באקומען ...........השי"ת זאגט לי הכסף לי הזהב ער איז דער באס..........פארוואס גיסט איר יודיש בלוט ???????????? קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיין לעבען ..........איך קען דעם יוד פערזענליך.. הלוואי ויהי חלקי עמו בעוה"ב ... איך בין איגאנצען אויף די פארקערטע ריכטונג פין אים אין די היימישע לאקעל פאליטיק סיי לגבי סאטמערע פארטיי ..אין אויך לגבי די קברים... קעמפס.. ארמארי ..ווילסאן שול .. ער איז א צדיק פין א יוד זיין טיר איז אפען 24 שעה א מעת לעת פאר אורחים אין פאר נשברי לב איר דארפט קיינמאל נישט פרעגען צי איר קענט עסען ביי אים שבת גייטס אריין אין הייבט אהן די עבודת האכילה איר וועט זין ווי ער שטראלט פאר שמחה צי אייך........געט אוועק זיין לעבען ברו"ג אין לויפט נאך געלט פאר יודען קומט אים דאס ??????

Wow
איר האט מיינונגען אין דברים העומדים ברומו של עולם. זייט נישט כובש אייער נבואה, ווער וויל דען נישט וויסן וואס א אוהב ישראל האלט?

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:32 pm

· #174449
היימישער ליטוואק
מורינו הרב
דער בעסטער עצה פאר פערלמוטער בפשטות, איז עוקר צו זיין פון דא און פארטיג.

אויב ער קען...

לאמיר האפן אז ער ליינט קאווע שטיבל, אזוי וועלן מיר קענען זיין רוהיג און זינגען ידינו לא שפכה, מיר געבן דאך עצות און הדרכה פאר יעדעם יחיד.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 8:57 pm

· #174460
אין מאנהעטטען ארבייטן מער דטעקטיווס פער מארדער ווי אין ברוקלין
NYDN

אוהב ישראל » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:15 pm

· #174463
קאווע טרינקער
אוהב ישראל
קשה כשאול קנאה..........דרייען זיך ארום אום-מענטשען וואס האבן ליידער נישט געארבעט אויף זייערע מדות........... אין פרעסען אויף הרב שמעון ישראל פאר קנאה..........אין פרייען זיך אויף יעדען פארברעצירטען שקר וואס רשעים שונאי ישראל ווילען אים באשולדיגען..........עטס ווילטס געלד ??? עטס ווילטס גוטע קינדער ?? שידוכים ?????..... כבוד ??????. נישט קיין פראבלעם........בעט ביים וועם שמעון ישראל האט דעס באקומען ...........השי"ת זאגט לי הכסף לי הזהב ער איז דער באס..........פארוואס גיסט איר יודיש בלוט ???????????? קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיין לעבען ..........איך קען דעם יוד פערזענליך.. הלוואי ויהי חלקי עמו בעוה"ב ... איך בין איגאנצען אויף די פארקערטע ריכטונג פין אים אין די היימישע לאקעל פאליטיק סיי לגבי סאטמערע פארטיי ..אין אויך לגבי די קברים... קעמפס.. ארמארי ..ווילסאן שול .. ער איז א צדיק פין א יוד זיין טיר איז אפען 24 שעה א מעת לעת פאר אורחים אין פאר נשברי לב איר דארפט קיינמאל נישט פרעגען צי איר קענט עסען ביי אים שבת גייטס אריין אין הייבט אהן די עבודת האכילה איר וועט זין ווי ער שטראלט פאר שמחה צי אייך........געט אוועק זיין לעבען ברו"ג אין לויפט נאך געלט פאר יודען קומט אים דאס ??????

Wow
איר האט מיינונגען אין דברים העומדים ברומו של עולם. זייט נישט כובש אייער נבואה, ווער וויל דען נישט וויסן וואס א אוהב ישראל האלט?

ווי זעט איר דא מיינונגען אין דברים העומדים ברומו של עולם ???????????. אין וואס מיינט איר מיט כובש נבואתו ??????????

יעקעלע חכם » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:27 pm

· #174467
היימישער ליטוואק
קרעקער
מורינו הרב 100% גערעכט!!!!!
לויט די דירעקשאן וויזוי זאכען פארען יעצט איז פערעלמוטער אין בעד שעיפ
פין אייןזייט האט ער געדאפט דינגען באדי גארדס אויס מורא אז די מאפיא גייט עם נעקסט הרגענען
פין די צווייטע זייטהאלט נישט ווייט אז די פאליס וועט ארויפווארפען אויף עם די גאנצע קעיס און דע רבש"ע זאל אפהיטען וואס סערווארט עם דעמאלטס
קיק ביי ר' יחזקאל שמש די פאליס האט געהאט דרוק און געגעבען א ווארף ארויף די קעיס אויף א אימשילדיג גוי וואס איז געזיצען 25 יאהר אימזיסט, אויך דא פעלט נישט קיין סאך סזאל ח"ו געשעהן, ער האט ליגענט געזאגט צי די פאליס, סוועט אפירקימען אימעילס אין וועלכע ער טענהט זיך ארים מיט זיין שוואגער וכו' וכו' די פאליס וועט אויפבלאזען אז זיי זענען געוועהן אויף מעסער שטעך
מערערע זענען שוין געפאלען קרבנות אין אזעלכע פעלער
אלע סייטס יודישע און היברו באריכטען עס אזוי פשוט אז ער איז א ספק אז ער איז געוועהן דער מערדער, און ער האט שוין היינט געדאפט אויפנעמען א לויער און פי אר ריינציוואשען זיין נאמען

חברה מכאפט זיך נישט ווי אזוי זאכען שעיפען זיך דא אויס ווייל מיר זענען אזוי ציטימעלט, וועקטס ענק אויף און מאכט ענק רעדי פאר א ווילדע מאווי רייד, אבער האלטס די קאפ גראד און גלייבטס נישט אלעס וואס מפארקויפט ענק עולם גולם

חברה איך האב נישט קיין השגה ווער סעם פערלמוטטער איז. אבער, אויב, און איך חזר איבער: אויב, די פאליס וועט מצליח זיין אריינצוברענגען אין מיין קליינע מוח'ל אפילו א ספק -מצד די סירקומסטענסיס- אז דער פערלמוטטער איז שולדיג, דאן וועל איך אים בהחלט יא אנקוקן ווי א ספק רוצח.
דערווייל האב איך נישט קין שום חשש. אבער מיין פוינט איז, אז די פאליס קען נישט סתם צוליב פרעשיר אריינלייגן פערלמוטטער אין זאק. אויב איז ער אביסל שולדיג, דאן אין מיינע אויגן איז ער אסאך שולדיג, כאטש ע"פ גזעץ איז ער איננעסענט אנטיל פרווען גילטי.


דער הייליגער באשעפער זאל אפהיטן...

איים סארי אויב איך רייס מיך אויף אבער איי קענט טעיק איט...

ווי קענען זיין אזאלעכע שלעכטע מענטשען בתוכינו, איך זאג שלעכט ווייל איך האלט אז דאס איז בעסער ווי זאגן שוטה ווייל א שלעכטער קען נאך תשובה טהון א שוטה בלייבט א שוטה שטענדיג.

דרייען זיך ארום משפחות צובראכען און צושאסן, זיי ציטערן פאר זייער לעבן, פאר זייער טאטעס לעבן, זיי זענען צושאקלט און דערציטערט און צובראכן, זייער טאטע׳ס לאנגיעריגע שותף און בעסטער חבר איז געווארן ערמארדעט און געדאמפט און דערנאך פארברענט, סקילה שריפה הרג חנק אויף איינמאל, זיי ווייסן נישט ווי ערשט צו קוקן... און מאנכע רשעים ״שפעקעלירן נאר הויעך אז עס קען זיין אז זייער טאטע האט גע....., פאר דיין אייגענע הנאה בשעת די זיצט אויפן דעקל פונעם טוילעט קאסטן און די האסט פארצאפאל נישט וואס צו ליינען, קומסטו ארויף אויף קאווע שטיבל און די פארשמירסט די בלעטער מיט דיינע השערות, ווען בשעת מעשה צאפסטו דאס בלוט פון דיינע ברודער.

די מיינסט אז קרובים פון פערעלמוטער ליינען נישט וואס מען שרייבט דא?

איין פארשטונקענע טעבלויט האט געשריבן א ווארט, און די מוזט נאך פלאפלען זייערע הוילע השערות...

איך ווייס וואס די גייסט זאגן... האב איך דען געזאגט אז ער איז דאס וואס די מייטונג שפעקעלירט???

איך האב נאר געזאגט אז אויב גייט זיין אזוי און אזוי, גיי איך טראכטן אזוי און אזוי...

דיינע אזוי׳ס וואס די גייסט טראכטן... זענען רשעות במלא מובן המלה...

איך ווייס נישט וואס דא איז פארגעקומען... און ווילאנג איך ווייס נישט אויף טויזנט פראצענט וואס דער אמת איז, גיי איך נישט זיין קיין רשע און שפעקעלירן אויף א יוד און זיין גאנצע משפחה׳ס בלוט, סתם ווייל איך זוץ יעצט און טוילעט און איך בין בארד...

נאה דורש » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:33 pm

· #174469
געלייקט פאר די ווערטער, דאס געטראכט
געלייענט דא פון פרייטאג ווען מען האט אים פארכאפט און דאס בלוט קומט מיר ארויף פון די אלע שפעקולאנטן אויף יענעם'ס בלוט. איין זאך געדענקסט פאר עטס שרייבטס "בלוט איז נישט קיין וואסער"

אוהב ישראל » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:40 pm

· #174473
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב חלילה נישט געמיינט קיינעם פערזענליך וואס איז דא אויפען פורום.........איך האב געמיינט דע מענטשען וואס איך דאס געהערט רעדען אין שול מיט שמאלץ אין זאפט מיט א היבש ביסעל קנאה אין די אויגען... אין איך קען זיי נישט מלבין פנים זיין ברבים אין אפילו ביחיד אין גלייב אז זיי קומען דא אמאל ליינען דע נייעס קען מען זיי דא אויסמוסרען אן עובר זיין אויף אזיל סומקא ואתי חיוורא............דער אוה"ח הק זאגט אין פרשת מצו-רע וזלה"ק וגם אין לך דבר שמרחיק האדם מן קונו " כלשון הרע "

סאו וואט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:03 pm

· #174482
יעדער ווייסט דער כלל: ווער ס'ווייסט רעדט נישט, און ווער ס'רעדט ווייסט נישט.
און ממילא ווערט קיינער - אבער קיינער - נישט צוקראצט פון די גאנצע זיבען און צוואנציג בלעטער דא.
ווייל דער שרייבעס וואס שרייבן דא, ווייסען גארנישט, און ווי אויך ווייסען נישט דער צייטונגען באמת וואס גייט פאר, נאר זיי פילען אן זייערע בלעטער מיט הוילע ליגענס שטותים און בלאף, נאר פשוט כדי צו פיטערן דער קליענטען. ווייל ווער ס'ווייסט יא, רעדט נישט.

דעת תורה » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:53 pm

· #174494
היימישער ליטוואק
דעת תורה
היימישער ליטוואק, אזוי אויך קען עס זיין "סיעלד" ווען א אנדערקאווער האט געמאכט א שטורעם אין א גלעזל לופט און די א.ג. "וויקטים" ווייסט נישט בחייכון פון קיין טאטשינג צו זאגן. ביי די ענדע קלאגט דער אומריכטיג אנגעקלאגטער די פאליציי פארן מאכן א בלבול אויף אים, די פאליציי פארהאנדלט מיט אים איינזעענדיג אז זיי קענען נישט געווינען די קעיס אין געריכט, און זיי צאלן אים אנטשעדיגונגס געלט. ווי א פארשטענדליכע חלק פונעם דיעל, איז אז דער קעיס ווערט גע'סיעל'ד כדי אזאלכע בלוט צאפער ווי דער פאוסט זאלן נישט האבן קיין האלבע מעשיות צו פארציילן.

אבוויאסלי, איז דאס נישט גווען סיעלד.


דער פאוסט שרייבט דאך קלאר אז עס איז יא געווען סיעלד.

shem-tov » דינסטאג יאנואר 7, 2014 11:36 pm

· #174500
סאו וואט
יעדער ווייסט דער כלל: ווער ס'ווייסט רעד נישט, און ווער ס'רעד ווייסט נישט.
און ממילא ווערט קיינער אבער קיינער נישט צוקראצט פון דער גאנצע זיבען און צוואנציג בלעטער דא.
ווייל דער שרייבעס וואס שרייבן דא, ווייסען גארנישט, און ווי אויך ווייסען נישט דער צייטונגען באמת וואס גייט פאר, נאר זיי פילען אן זייערע בלעטער מיט הוילע ליגענס שטותים און בלאף, נאר פשוט כדי צו פיטערן דער קליענטען. ווייל ווער ס'ווייסט יא, רעד נישט.


אבי כאטשיק איינער ווייסט וואס ער רעדט. פליז געב אונז נישט אזוי א מאך אוועק בשתי ידים ווען אונזער גאנצער ציל דא און בכלל פון ק"ש איז בלויז צו שמועסן און פארברענגן. עיין בחתימה של הוואנזעס האדום

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 11:40 pm

· #174502
דעת תורה,
היימישער ליטוואק
דעת תורה
אין פאוסט איז קלאר געשטאנען "סיעלד".

סיעלד איז גווענטליך ווען א מיינאר איז אינוואלווד. איז ער אדער זי גווען א מיינאר?
אויב נישט וועלן מיר מוזן מאכן אן אוקימתא אין דער פאסט אז "סיעלד" איז לאו דווקא, און די משמעות איז "קלאזד". ואם כן לא קשה מידי.

דעת תורה » דינסטאג יאנואר 7, 2014 11:50 pm

· #174503
איך האלט נישט דערביי נאכאמאל צו קוואוטן מיין אלע תגובות בנושא, סאו איך סטאפ דא.

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 12:03 am

· #174507
אויך יוסי געשטעטנער
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/01/07/stark-family-where-is-mayor-de-blasio/">http://jpupdates.com/2014/01/07/stark-f ... de-blasio/</a>

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 8, 2014 12:06 am

· #174509
גערעכט זענען זיי. פערסענעלי האלט איך אז דיבלזיא איז נישט א אידן פריינט

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 12:10 am

· #174514
טויש דיין ניק צו "איחוד פעלט" שכל

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 8, 2014 12:33 am

· #174517
אפטעמיסט
טויש דיין ניק צו "איחוד פעלט" שכל


יישר כח.

כ'וועל אנהייבען ציילען וויפיל זאכליכע תגובות קעגען נישט.

1-0 נישט זאכליך מער.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:15 am

· #174525
איחוד פעלד
[/b]

א - נאר מנחם איז ארויסגגאנגען דעמאלט. איך ווייס נישט וואו פר"מ איז דאן גווען (דו ווייסט יא?)
ב - אויב איז דאס גאר אן אויסערגווענטליכע זאך, איז דאס - אין מיינע אויגן - א גרויסע רויטע פאן. אבער דו דארפסט ערשט אוועקשטעלן די מציאות, איז דאס גווען אינגאנצן לא שכיח?
ג - פארוואס נישט?
ד- ווייל ער וויל נישט ווייזן אז ער האט נישט גצאלט גנוג כסף גולגלתא און ארנונא מנדא בלו והלך.
ה - ער האט נישט. ער וויל נישט. ער ווייסט נישט ווער עס איז דער וואס וויל.
הB - ער וויל אז זיינע גארדס זאלן רייט-אוועי קענען מודיע זיין די שומרים...

יעקעלע חכם » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:16 am

· #174526
איחוד פיעלד איך גיי נישט אנפאנגען צו שעלטן ווייל דעמאלס גיי איך נישט ענדיגן אזוי שנעל.

לאמיר צונעמען די פענאמענאן, דיין ווייב׳ס בעסטע חבר׳טה איז פאריגע וואך געפארן מיט דיין ווייב שאפינג, און פארשטייט זיך אז מען האט דיך מכבד געווען צו זיין דעם שאפער, פלוצלינג רופט אריין דיין ווייב׳ס מאמע מיט איין בהלה אז פאר איר טאטען איז שלעכט געווארן און זי זאל שוין קומען און שפיטאל, הקיצור דער שפיטאל איז אופן וועג צו דעם מאלל ווי די טראגסט איר, פארשטייט זיך אז מען פארט קודם אראפלייגן דיין ווייב און שפיטאל, אבער די חברטע איז דאך דא געבליבן אופן וואסער א שעה אוועק פון דערהיים, טראגסטו דיך אן אז די טראגסט איר צום מאלל די גייסט איר דארט אפדראפן און קומסט צירוק, הקיצור אזוי איז טאקע געווען האסט איר אראפגעלייגט ביים פארקינג לאט און געמאכט א באו בשלום, אופן וועג צירוק צום שפיטאל האט זיך דיר געמאכט א שווערן טרעפיק און די וועג וואס נארמאל נעמט עס 5 מינוט האט איצט גענומען א גאנצע שעה.

To make a long story short, די חברט׳ע איז קיינמאל און מאלל נישט אנגעקומען, מען האט איר געטראפן טויט ל״ע ולא עליכם ח״ו אויף קיין שום יודוש קינד געזאגט, א טאג שפעטער בערך צוויי מייל פון מאלל געדאמפט און א אפענע סוער, אינגאנצן צובליטוגט און צוביילט מיט צייכענעס פון רעיפ ל״ע.

פארשטייט זיך אז יעדער איינער וואס קען דיך אלס טייערער יוד ווייסט אז די האסט דאס נישט געטאן, און דא ביסטו אינגאנצן צושאדערט, שפירסט דיך פארט אביסל שילדוג אז קאן זיין די האסט איר ווען געדארפט לייגן ביי די טיר און ווארטן ווילאנג זי גייט אריין, און דיין ווייב זיצט און רעדט נישט צו קיינעם איינגעשפארט און איר צימער און פארגיסט שוין די לעצטע צוויי טאג זונדיגע טרערן אויף איר בעסטע חברט׳ע.

מיר אלע ווייסן אז די ביסט דאך א היימישער יוד, וואס האט געהאט א הערליכן שלום בית (לייען א הערליכע שותפות) און די ביסט אן עהרליכער יונגערמאן (לייען הרב פערלמוטער)

אבער א טאג שפעטער קומט די דעילי ניוס ארויס מיט א העדליין איחוד פיעלד איז א סוספעקט און די קעיס...

פארשטייט זיך אז ״רוב״ נארמאלע אידן מיט א הארץ גייען דאס פאר קיין רגע נישט אפקויפן... זיי גייען דאס נישט צוכאפן ווי קיין הייסע לאקשן, נאך אלעם ווייסט מען אז די ביסט א נארמאלע מענטש, גוטע שלום בית, וכו׳ און דער אמת איז לכאורה טאקע אז איינער האט איר ליידער פארכאפט און פארקינג לאט נאכדעם וואס די ביסט שוין לאנג געווען אויפן וועג צוריק.

אבער דאן גייען ארויסשווימען אזאלעכע ניקום טאקע ווי די וואס ח״ו זיי טוען עפעס ראנג, זיי באשולדיגן נישט קיינעם ח״ו זיי שמועסן נאר איבער דעם דעלי ניוס ארטיקל.

עס איז דאך דא שטארקע שאלות, קודם כל דער איז דאך פאקטיש געווען מיט איר צען מינוט פאר זי איז געהארגעט געווארן? (לייען צען מינוט פארדעם מיט אים און אפיס).

דערנאך, האסטו געזאגט ליגענט פאר די פאליס אז זי איז געזעצן און די לעצטע רייע פון דיין מיניווען ווען זי איז עכט געזעצן און די צווייטע? דער אמת איזהאז די האסט פשוט נישט געדענקט, אבער איחוד אויף קאווע שפעקעלירט שוין אז לכאורה האט דער א חשבן אז אויב מאכט ער עס סאונדען אז זי איז געזעצן ווייטער פון אים....... דאן.... (לייען געזאגט נאר געזעהן איין אימעיל)

בקיצור, דיין גאנצע משפחה איז דיר פארקלאפט און צובראכן, און יעדער און הויז דרייעט זיך ארום פארוואלקענט, דא זיצן צען דיטעקטיווס און רעדן צו דיר און א פארמאכטן ראם צעהן שעה א טאג און פראבירן דיך צו כאפן ביי א ליגענט.

דיין לעבן גייט קיינמאל די זעלבע זיין (לייען מר׳ פערלמוטער) דיין ווייב גייט זיין א פארביטערטע פרוי אויף אייביק (לייען מרס פערלמוטטער און נישט פארביטערט נאר פארציטערט)

און דא קומט דער רשע וואס ער זיצט אויפן טוילעט זיץ און בהמ״ד און ווערט משוגה פאר ליידיגיין, דעם דבר יום ביומו האט ער שוין אפגעליינט, די רשעות פון נחום ראזענבערג שוין אויסגעהערט, די שטותים פון קול מבשר שוין נאכגעטוויט אויף איינער פון זיינע נייעס גרופעס וואס ער איז די סי אי אוי אויף די טוויטער אקוינט וואס האט שוין נאך אזאלעכע לאזערס ווי אים אלס פאלויערס, איצטעט איז ער שוין בארד, גייט ער זיך ארויפזעצן שפעקעלירן אויף קאווע...

פארט האט דאך דער איחוד איר געטראגן און געזעהן די לעצטע... און פארט איז זי דאך געווען צען יאר יונגער פון זיין ווייב... און נאך אלעם בין איך דאך קלוג און איך האלט נישט אז ווייל איחוד איז א היימישער יוד עקסקלאט אים עס שוין אז ער קען נישט זיין קיין מערדער...

פארשטייט זיך אז די ״פיעלד״ משפחה ליינט אויך קאווע און כאטש זיי ווייסן זיכער אז עס איז שטותים דארפן זיי זיך ספראווען נישט נאר מיט א מאמע וואס גייט צוגרינד פאר זייערע אויגן, נישט נאר מיט ווייבער וואס האבן מורה ארויסצוגיין אויפן גאס, נישט מיט קיין טאטע וואס זיצט 18 שעה א טאג מיט אויספארשער, נאר אויך צו פארענטפערן די רשע וואס האט נאר געפרעגט אומשילדיגע שאלות אויף קאווע שטיבל, וואס מען טאר נישט פרעגן? אונז זעמיר עפעס און רוסלאנד???

די רשע איינער, די ארבייטסט פאר די פאליס? דיין פרעגן און שפעקעלירן גייט עפעס ברענגען איינעם צו געכאפט ווערן... א פלענע בהמה אן קיין שום מענטשליך געפיעל וואס פאר דיין אייגענע נייגעריגע תאווה סרוחה ביסטו גרייט צו צאפן דאס בלוט פון א יודישע משפחה.

ב״ה דא קענסטו דיך נישט באהאלטן אונטער א מאנטל פון ״פראטעקטן קינדער פון מאלעסטער״ דא ווייזט זיך ארויס דיין ריכטיגע געפיעלן וואס פאר א קאלט בלוטוגער רשע די ביסט! א יוד אן קיין שום יודוש געפיעל! פוי אויף דיר, פוי אויף דיינע חבירים!

אה און ראשקעל... מיין משל איז אביסעלע הארש Harsh אמת? אה! איך רעדט אבער מיט שכל נישט קיין געפיעל.

און יא מיין ברודער איז א נאנטער קרוב מיט דעם פערלמוטער און ער ליינט דא, און זיי שפורן אוקאראט וואס איך האב דא דיסקרייבט...

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:20 am

· #174529
חכם, דיין משל איז נישט אזוי גלייך מיט דעם נמשל. אבער עניוויי, דו ווייסט פון דיין ברודער אויף שאלה ב' און שאלה ג' פון איחוד פעלד? אויב יא ביטע שרייב עס דא (אדער אין אישי)

יעקעלע חכם » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:21 am

· #174530
היימישער די ביסט דער חבר פון וועם איך רעדט

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:21 am

· #174531
נמחק בעצת חברים

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:24 am

· #174535
איז דער נ.י.ד.נ. גרעכנט פובליצירט גווארן?

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:27 am

· #174536
שאלה א - [ס'איז נאך כלל נישט זיכער אז זיי האבן איינעם יא געוואלט הארגענען, עיין בתגובתו המאלפת פון הילל אפאר בלעטער צוריק, לדעתי האט ער א גאר שטארקע נקודה. בר מן דין] - זיי האבן נישט געקענט הארגענען ביידע, כאטש זיי האבן געוואלט.

שאלה ב - אויף וואס בויסטו אז געווענליך איז ער נישט אין זיין אפיס די צייט? א אומבאגרינדעטע שמועה וואס דו האסט שוין ביי דיר אין מוח קובע געווען פאר א אומאפפרעגבארע פאקט, גענוג אנצונעמען אז אפשר האט א היימישער צדיק פון א אינגערמאן געזוכט צו מסלק זיין זיין שותף מן העולם, און באמת געהאלטן אז הי וויל געט אוועי וויט איט. נאר אפילו לו יהיבנא לך די גאנצע זאך, איז די תירוץ "מסתמא האט ער געדארפט דארט זיין צו ערלעדיגן ביזנעס. ווען דו וואלסט געווען א ערפאלגרייכער ביזנעסמאן (נישט א הארעפאשנער 9 - 5 ארבעטער וואס גייט אויס פאר קנאה אויף יעדן סוקסעספולן איד) וואלסטו מסתמא געוואוסט פון אזא מושג אז צומאל פארשלעפט זיך די ביזנעס אקטיוויטעטן ביז שפעט ביינאכט".

שאלה ג- דער שותף האט אזוי געזאגט ווייל אזוי האט ער געזען אין זיינע אימעילס.

שאלה ד - קודם כל, ער קאאפערירט יא. א מפורש'ער ניו יארק פאוסט. אויב רעדט ער נישט איז דא גענוג אנדערע זאכן צו באהאלטן פון די פאליציי אין זיינע ביזנעס אנגעלעגנהייטן, און ברענגט נישט אויף א חשד ביי א אידיש רעדנדער געווענליך אז דאס האט מיט שטיין אונטער מארד. דיין שוועריגקייט צו כאפן די פשוט'ע קאנצעפט, לעומת זה דיין גרייטקייט אנצונעמען די מארד חשד אויף א היימישן איד, מאכט מיר טראכטן אז דו ביסט נישט צו שטארק באהאוונט אין די חסידי'שע קאמיוניטי און איר הלך ילך.

שאלה ה - ווער זאגט דיר אז ער ווייסט וואס "זיי" ווילן, און ווער "זיי" זענען? דאס איז אויך די זעלבע עוואלוציע וואס מען זעהט אן אין דיינע תגובות. (מען קען צוריק גיין עס טשעקן דא אין דעם אשכול, אדער קען זיין אין נאך א אשכול). קודם שרייבסטו אז דער שותף ווייסט לכאורה, מסתמא, נאכן דורכשלאפן א נאכט ביסטו שוין זיכער בתכלית אז דער שותף ווייסט פונקטליך וואס עס גייט פאר. לגוף השאלה איז דא 2 תירוצים - 1) ער האט נישט דאס געלט צו באצאלן 2) ער ווייסט אז איצט ווילן זיי שוין נישט קיין געלט, נאר נקמה, והא ראיה זיי האבן געהארגעט שטארק, נישט פארלאנגט קיין געלט. 3) ווער זאגט דיר אז ער גייט זיי נישט באצאלן? ער זאל דיר צ'עפפן א בילד וואו אר טרעפט זיך מיטן לענדער?

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:31 am

· #174539
דעת, דו שרייבסט דאך - כמעט - דאס זעלבע ווי איך, וואלטס דאך מיך גקענט לייקן?!

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:34 am

· #174540
5:40 די בלאזיא זאגט אז די נעסאו קאנטי פאליציי פירט אן די אויספארשונג נישט די NYPD ער זאגט אויך תנחומין פאר די משפחה.

<a class="postlink" href="http://www.newyorktrue.com/de-blasio-press-qa-the-afternoon-edition/">http://www.newyorktrue.com/de-blasio-pr ... n-edition/</a>

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 8, 2014 1:42 am

· #174544
היימיער ליטוואק, איך געב דיר דיין - פארדינטן - לייק, פשוט איך האב אנגעהויבן צו שרייבן מיין תגובה און ביים פאוסטן האב איך שוין געזען א פולע פעיזש פון תגובות וועלכע זענען אינצווישן צוגעקומען, אפי' איך וואלט באמערקט און אפגעליינט דיין תגובה וואלט איך נישט אוועק געווארפן פופצן מינוט ארבעט.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 7:45 am

· #174550
איחוד, כהאב הנאה פון דיין חתימה, א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז ודפח''ח.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:13 am

· #174552
[ציטאט אראפגענומען]



העננג דיך אויף א צוקער שטריק

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:16 am

· #174553
כ'האף האסט מעדיקעיד, איחוד. כאפ א טעקסי און יאג צום רופא. ביסט בבחינת גייסטיש.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:27 am

· #174555
יעקעלע חכם
איחוד פיעלד איך גיי נישט אנפאנגען צו שעלטן ווייל דעמאלס גיי איך נישט ענדיגן אזוי שנעל.

לאמיר צונעמען די פענאמענאן, דיין ווייב׳ס בעסטע חבר׳טה איז פאריגע וואך געפארן מיט דיין ווייב שאפינג, און פארשטייט זיך אז מען האט דיך מכבד געווען צו זיין דעם שאפער, פלוצלינג רופט אריין דיין ווייב׳ס מאמע מיט איין בהלה אז פאר איר טאטען איז שלעכט געווארן און זי זאל שוין קומען און שפיטאל, הקיצור דער שפיטאל איז אופן וועג צו דעם מאלל ווי די טראגסט איר, פארשטייט זיך אז מען פארט קודם אראפלייגן דיין ווייב און שפיטאל, אבער די חברטע איז דאך דא געבליבן אופן וואסער א שעה אוועק פון דערהיים, טראגסטו דיך אן אז די טראגסט איר צום מאלל די גייסט איר דארט אפדראפן און קומסט צירוק, הקיצור אזוי איז טאקע געווען האסט איר אראפגעלייגט ביים פארקינג לאט און געמאכט א באו בשלום, אופן וועג צירוק צום שפיטאל האט זיך דיר געמאכט א שווערן טרעפיק און די וועג וואס נארמאל נעמט עס 5 מינוט האט איצט גענומען א גאנצע שעה.

To make a long story short, די חברט׳ע איז קיינמאל און מאלל נישט אנגעקומען, מען האט איר געטראפן טויט ל״ע ולא עליכם ח״ו אויף קיין שום יודוש קינד געזאגט, א טאג שפעטער בערך צוויי מייל פון מאלל געדאמפט און א אפענע סוער, אינגאנצן צובליטוגט און צוביילט מיט צייכענעס פון רעיפ ל״ע.

פארשטייט זיך אז יעדער איינער וואס קען דיך אלס טייערער יוד ווייסט אז די האסט דאס נישט געטאן, און דא ביסטו אינגאנצן צושאדערט, שפירסט דיך פארט אביסל שילדוג אז קאן זיין די האסט איר ווען געדארפט לייגן ביי די טיר און ווארטן ווילאנג זי גייט אריין, און דיין ווייב זיצט און רעדט נישט צו קיינעם איינגעשפארט און איר צימער און פארגיסט שוין די לעצטע צוויי טאג זונדיגע טרערן אויף איר בעסטע חברט׳ע.

מיר אלע ווייסן אז די ביסט דאך א היימישער יוד, וואס האט געהאט א הערליכן שלום בית (לייען א הערליכע שותפות) און די ביסט אן עהרליכער יונגערמאן (לייען הרב פערלמוטער)

אבער א טאג שפעטער קומט די דעילי ניוס ארויס מיט א העדליין איחוד פיעלד איז א סוספעקט און די קעיס...

פארשטייט זיך אז ״רוב״ נארמאלע אידן מיט א הארץ גייען דאס פאר קיין רגע נישט אפקויפן... זיי גייען דאס נישט צוכאפן ווי קיין הייסע לאקשן, נאך אלעם ווייסט מען אז די ביסט א נארמאלע מענטש, גוטע שלום בית, וכו׳ און דער אמת איז לכאורה טאקע אז איינער האט איר ליידער פארכאפט און פארקינג לאט נאכדעם וואס די ביסט שוין לאנג געווען אויפן וועג צוריק.

אבער דאן גייען ארויסשווימען אזאלעכע ניקום טאקע ווי די וואס ח״ו זיי טוען עפעס ראנג, זיי באשולדיגן נישט קיינעם ח״ו זיי שמועסן נאר איבער דעם דעלי ניוס ארטיקל.

עס איז דאך דא שטארקע שאלות, קודם כל דער איז דאך פאקטיש געווען מיט איר צען מינוט פאר זי איז געהארגעט געווארן? (לייען צען מינוט פארדעם מיט אים און אפיס).

דערנאך, האסטו געזאגט ליגענט פאר די פאליס אז זי איז געזעצן און די לעצטע רייע פון דיין מיניווען ווען זי איז עכט געזעצן און די צווייטע? דער אמת איזהאז די האסט פשוט נישט געדענקט, אבער איחוד אויף קאווע שפעקעלירט שוין אז לכאורה האט דער א חשבן אז אויב מאכט ער עס סאונדען אז זי איז געזעצן ווייטער פון אים....... דאן.... (לייען געזאגט נאר געזעהן איין אימעיל)

בקיצור, דיין גאנצע משפחה איז דיר פארקלאפט און צובראכן, און יעדער און הויז דרייעט זיך ארום פארוואלקענט, דא זיצן צען דיטעקטיווס און רעדן צו דיר און א פארמאכטן ראם צעהן שעה א טאג און פראבירן דיך צו כאפן ביי א ליגענט.

דיין לעבן גייט קיינמאל די זעלבע זיין (לייען מר׳ פערלמוטער) דיין ווייב גייט זיין א פארביטערטע פרוי אויף אייביק (לייען מרס פערלמוטטער און נישט פארביטערט נאר פארציטערט)

און דא קומט דער רשע וואס ער זיצט אויפן טוילעט זיץ און בהמ״ד און ווערט משוגה פאר ליידיגיין, דעם דבר יום ביומו האט ער שוין אפגעליינט, די רשעות פון נחום ראזענבערג שוין אויסגעהערט, די שטותים פון קול מבשר שוין נאכגעטוויט אויף איינער פון זיינע נייעס גרופעס וואס ער איז די סי אי אוי אויף די טוויטער אקוינט וואס האט שוין נאך אזאלעכע לאזערס ווי אים אלס פאלויערס, איצטעט איז ער שוין בארד, גייט ער זיך ארויפזעצן שפעקעלירן אויף קאווע...

פארט האט דאך דער איחוד איר געטראגן און געזעהן די לעצטע... און פארט איז זי דאך געווען צען יאר יונגער פון זיין ווייב... און נאך אלעם בין איך דאך קלוג און איך האלט נישט אז ווייל איחוד איז א היימישער יוד עקסקלאט אים עס שוין אז ער קען נישט זיין קיין מערדער...

פארשטייט זיך אז די ״פיעלד״ משפחה ליינט אויך קאווע און כאטש זיי ווייסן זיכער אז עס איז שטותים דארפן זיי זיך ספראווען נישט נאר מיט א מאמע וואס גייט צוגרינד פאר זייערע אויגן, נישט נאר מיט ווייבער וואס האבן מורה ארויסצוגיין אויפן גאס, נישט מיט קיין טאטע וואס זיצט 18 שעה א טאג מיט אויספארשער, נאר אויך צו פארענטפערן די רשע וואס האט נאר געפרעגט אומשילדיגע שאלות אויף קאווע שטיבל, וואס מען טאר נישט פרעגן? אונז זעמיר עפעס און רוסלאנד???

די רשע איינער, די ארבייטסט פאר די פאליס? דיין פרעגן און שפעקעלירן גייט עפעס ברענגען איינעם צו געכאפט ווערן... א פלענע בהמה אן קיין שום מענטשליך געפיעל וואס פאר דיין אייגענע נייגעריגע תאווה סרוחה ביסטו גרייט צו צאפן דאס בלוט פון א יודישע משפחה.

ב״ה דא קענסטו דיך נישט באהאלטן אונטער א מאנטל פון ״פראטעקטן קינדער פון מאלעסטער״ דא ווייזט זיך ארויס דיין ריכטיגע געפיעלן וואס פאר א קאלט בלוטוגער רשע די ביסט! א יוד אן קיין שום יודוש געפיעל! פוי אויף דיר, פוי אויף דיינע חבירים!

אה און ראשקעל... מיין משל איז אביסעלע הארש Harsh אמת? אה! איך רעדט אבער מיט שכל נישט קיין געפיעל.

און יא מיין ברודער איז א נאנטער קרוב מיט דעם פערלמוטער און ער ליינט דא, און זיי שפורן אוקאראט וואס איך האב דא דיסקרייבט...


דער משל איז נישט דומה לנמשל מיט אסאך נקודות, דערווייל האסטו איינס.

דער ליגענט איז נישט וועלכע סיט זי איז געזעצען, נאר ווי ער האט איר אנגעדראפט.

און ווען איינער זאגט ליגענט איז עס א רויטע פאן, און מען "מוז" דאס אינוועסטיגעיטען.

אפשר דארף מען מסביר זיין פאר די דיטעקטיווס אז אידען הרג'נן נישט, אפשר וועלען זיי גלייבען. אה, חוץ ווען געלט קומט אריין, שוין געוועהן גענוג מאל וואס אידן האבן ל"ע גהרגט אנדערע פאר געלט.

און יישר כח פאר שרייבען אז די גייסט נישט שעלטען, אקעי צום סוף האסטו זיך נעבעך נישט געקענט איינהאלטען, טו בעד. כאטש האסטו פראבירט מיט א משל און געטוישט דער משל וויזוי די ווילסט......


רבותי, מען רעדט שפיכת.דמים, נישט מאלעסטען, כ'פארשטיי ס'שווער מקבל.צו זיין אז א איד זאל זיין א רוצח, אבער פין דא ביז זיין זיכער איז א ווייטער וועג.

יעצט כדי ליתן פתח ארויס פאר די וואס ווילען נישט גלייבען, און פאר די בהמות וואס זאגען מען דארף מיך ארוסשפארען (הא הא), וועל איך שרייבען תירוצים.

עס קען זיין ער זאגט ליגענט צוליב א פשוטער סיבה, ער איז א געבוירענער ליגענער וואס ווייסט נישט צו זאגען קיין אמת, ער מיינט אז דער ליגענט קלינגט בעסער, עס איז דא אסאך אזעלכע.

ואת"ל, ער וויל באצאלען דער חוב, ער ווייסט ווער עס האט עס געטוהן, אבער ער וויל נישט זאגען ווייל דעמאלס וועלען זיי אים אוועקלייגען נאר פארען רעדען. ענדרעש וויל ער זיין שטיל, זיין א גוט אינגעל פאר דער רוצח, אפצאלען און לעבען א גוטער מארגען.

דער פאליציי וועלען אים נישט העלפען זיין פראטעקטעט לעולם וועד פאר די רוצחים, מאכט ער זיך א חשבון אז ער וועט ענדרעש מיטארבעטען מיט די רוצחים ווי איידער מיט די פאליציי.

עם כל זה, קיין האניג וועט ער נישט לעקען פנן די אינוועסטיגעיטערס, זיי וועלען אים גוט רודף'ן ער זאל מיט ארבעטען מיט זיי. א בחינה פין אוילנ מיצרי, אוי לי מיוצרי.

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:38 am

· #174557
שוין, איחוד. יעצט איז שוין דא אן אנדערע השערה. קענסט שוין אויפהערן טערארזירן און מוציא לעז זיין.
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/clues-point-to-creditor-in-hit-on-slumlord/">http://nypost.com/2014/01/08/clues-poin ... -slumlord/</a>

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:55 am

· #174562
אנאנים, האסט טאקע א שותף צו ווישן די שווייס פונעם שיבער? וואס איז ענקער אגרימענט, 50/50?

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:16 am

· #174567
אפטעמיסט
שוין, איחוד. יעצט איז שוין דא אן אנדערע השערה. קענסט שוין אויפהערן טערארזירן און מוציא לעז זיין.
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/clues-point-to-creditor-in-hit-on-slumlord/">http://nypost.com/2014/01/08/clues-poin ... -slumlord/</a>


וואו! עס האט באמת געדויערט ביז מיטוואך, כמעט א וואך נאכן מארד, די פאליציי זאל אנהייבן טראכטן אז אפשר קומט עס פון די לאון שארק'ס? (פארשטייט זיך מען רעדט נישט פון די מין לאון שארק וואס ר' מנחם איז געווען, אזא מלוה וואס פארבארגט אפילו ער ווייסט גאנץ זיכער אז דער לוה וועט נישט באצאלן, מען רעדט פון א וואוילן "קרעדיטאר" וואס האט א מנהג אז אויב באצאלט מען נישט טרעפט מען זיך אין א דאמפסטער). איי מין, דאס איז א זאך וואס יעדער חדר אינגל וואס האט געליינט "די רינג אין געראנגל" ווייסט דערפון צוזאגן! (און דאס איז נישט קיין תירוץ אז ס'איז אויף אידיש, ווייל מען האט דאך שוין איבערגעזעצט דעם ביכל אין ענגליש. בן נח נהרג - די פאליציי לאזט צו הריגות, שהיה להם ללמוד ולא למד, זיי העטן געברויכט ליינען אביסל).

ערנסט גערעדט, עס איז גאנץ זיכער אז דער פאוסט ואתו עמו דער דעילי ניוס נעמען אונז אלע אויף א רייד, זיי דרוקן קימעא קימעא יעדן טאג א אנדערע שמועה וואס זיי האבן באקומען פון אונז אויף וואטס עפפ, און מיר שטייען און קויפן עס ווי נאראנים. וויאזוי קען די פאליציי וויסן פון די טיפס וועלכע האבן אראפגעמאלן די פארברעכער אז זיי זענען מענטשן פון אויסלאנד? און נניח אז זיי זענען, וואס מאכט דאס א צוזאם שטעל צו "קרעדיטאר"ס זאלן זיי דינגען?

עס הערשט א טיפע געהיימניס איבער די גאנצע אויספארשונג, דעבלאזיא כאפט זיך ארויס ביי א פרעס קאנפערענץ אז די נ.י.פ.ד. פירט למעשה נישט די קעיס נאר די נעסאו קאונטי פאליציי, (דאס פארענטפערט אגב די פארטויבנדע שטילקייט מצד די סיטי אפישעלס, הוברר הדבר למפרע אז ווען זיי קומען יא מנחם אבל זיין אין אזא צייט איז עס נאר ווען זייער פאליציי איז געווען / גייט זיין פארמישט, דאס איז אויסער דעם וואס מען איז גראדע אנפאנג פון א קאדענץ און קען זיין זיי האבן נאכנישט די ריכטיגע סטעף און גבאים וואס זאלן אראנזשירן אזא סארט זאך), דאס איז א פאקט וואס די טאבלאויד'ס ווייסן נאך ניטאמאל זיי האבן עס נאכנישט באריכטעט (זיי האבן געהאט א פאלשע באריכט פארקערט אנהייב וואך), אבער זיי האבן שוין סארסעס אינערהאלב די אויספארשונג רייען! נאך פאר זיי ווייסן אפילו ווער עס פארשט. חוץ מזה איז א דבר ידוע אז די מארד דעטעקטיווס זענען א אפטיילונג פאר זיך, וואו סיקרעסי איז א הויפט פריאריטעט.

מילא איז גאר גאר מסתבר אז די פאוסט חוש'ט אונז ארום. אויב אבער האבן זיי באמת געהערט פון די פאליציי אזא ווערסיע, מיינט עס אין אנדערע ווערטער אז די פאליציי זאגט אונז די זעלבע ווי דער פאוסט: "סקרו יורסעלף" פארגעט אבאוט כאפן די מערדער עני טיים סון.

יעקעלע חכם » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:45 am

· #174571
איחוד די ביסט דער גרעסטער רשע וואס איך האב מיך באגעגענט און מיין לעבן!

איך זאג דיר קלאר אז דיינע תגובות פייניגן מענטשען, איך זאג דיר קלאר אז די צאפסט דאס בלוט פון א משפחה, אבער די קענסט דיך ווייטער נישט איינהאלטן פון פארמאכן דיין עקעלדיגן פרעססער?

די ביסט טאקע ריין פון יעדער יודשער געפיעל????

רעדט מען דא פון זשאני איך ווייס וואס? מען רעדט דאך פון אונזערע היימישע ברודער.

פארוואס? פארוואס זענען דא אזאלעכע רשעים וואס דרייען זיך ארום בתוכינו און זיכן נאר צו פייניגן אנדערע יודן?

וואס האסטו פון דיין רשעות? עס ברענגט הנאה? נחת?

פוי שעם דיך!

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:55 am

· #174575
יעקעלע חכם, עס איז דא א נודניק אפציע פאר דעם. אויב איינעם'ס תגובות "פייניגן" דיך אדער א צווייטן, קען מען אנשטעלן נישט צו זעהן די דאזיגע תגובות. נישט אז ס'פארענטפערט א טשעפעניאק, אבער אויסלופטערן טענות וואס ווערן אויסגעקייעט אין אנדערע פלעצער און ס'נישט קיין סוד - דאס איז אויף וואס קאווע שטיבל איז געמאכט געווארן. לאמיר נישט מאכן דער "זאגער" פאר דער אישו, לאמיר מאכן פון דער אישו זעלבסט א אישו.

#כ'זאָגסתם

איך אויך » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:01 am

· #174579
נו ,ובכן וואס ענפערסטו עם? מעג איך אויפמאכן (אדער 'שפעקעלירן' אויב עס געפעלט דיר בעסער) מעשיות אויף דיין שוועסטער ,עס ארומשיקן צו וואטסאפ ליידיגייערס און דעמאלטס וועט עס ווערן מותר לבוא בקהל ק"ש?

הילל » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:02 am

· #174580
ווער עס קען יעצט אפי' חלומ'ען פון חושד זיין דעם נפטר'ס חבר און שותף אין האבן א האנט אין די אקציע, איז ממש צריך בדיקה אחריו, איך ווייס נישט מער רשעות צי מער טיפשות. נישט נאר איז נישטא קיין סיבה אין די וועלט צו קלערן אזוי, נאר אין דעם פאל איז ביי מיר אפי' גענוג דער פאקט אז ער איז א איד ממילא איז עס שוין אן אויסגעשלאסענע זאך סיי אלס איד און סיי אלס א סטאטיסטישע פאקט, ווייל פאקטיש האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געהערט אז א איד, נאך אן ארטאדאקסישער איד, זאל אומברענגען אן אנדערן איד, און נאך זיין אייגענע חבר. פאר די זעלבע סיבה וואס דו האלטסט אז א היימישער איד גייט געווינען די אלימפיקס, ווייל מיר זענען נישט באקאנט צו האבן א יד אין דעם פעלד, דאס זעלבע מעג מען האלטן וועגן מארדן. ניין, עס איז בכלל נישט קליינקעפיג. אויב איינער גלייבט די מעשה אויף וועבערמאן, ווייל ער האלט אז עס איז דא איבערגענוג באווייזן, מיינט דאס שוין אז יעצט דארף מען טראכטן אז פערלמוטער האט געדונגען איינעם צו ערלעדיגן זיין אידישן חבר און שותף? האט מען טאקע בכלל נישט א שטיקעלע כוח המבדיל?
עס איז באמת א ווייטאג אז געוויסע מענטשן האבן נישט די פשוטסטע קאמען סענס וואס פעלט זיך אויס צו וויסן ווען עס מאכט אביסל סענס צו חושד זיין אדער גלייבן און ווען עס מאכט נישט קיין פינטל סענס אפילו צו חושד זיין.
אפילו אויב מען פארענטפערט אלע קשיות וואס איחודפעלד פרעגט און מען זאל אויפווייזן ווי זיי זענען בכלל נישט קיין קשיות וואס איז שייך צו פרעגן ווי לאנג מען ווייסט נישט קיין שום פאקטן, וועט עס געווענליך נישט העלפן, ווייל די זעלבע סיבה וואס שטופט לכתחילה א קאנספיראטארישע מוח אין דעם דירעקשאן וועט נאך די תירוצים ווייטער טרעפן קאנספיראטארישע פירכות וואס ווייזן אפשר נאך מער אז זיין מסקנא איז די ריכטיגע. דערזעט מען זיך אין א צרה ווי פון איין זייט קען מען ציען די ווילדסטע סארט קאנספיראטארישע מסקנות קעגן אן אומשולדיגע איד וואס עס מאכט נישט קיין פינטל סענס אים צו חושד זיין, און פון די אנדערע זייט קען מען באשליסן נישט צו גלייבן מסקנות אפילו אויב עס איז דא א ריזיגן איבערפלוס פון באווייזן קעגן א שולדיגן.

יעקעלע חכם » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:04 am

· #174582
פישעלע איים סארי דא רעדט מען נישט פון קיין סאטמערע פאליטיקס אדער וויזניץ אדער גאב״ד ראב״ד פאשקעווילן שטותים.

און ניין איך לייען שוין קאווע א לאנגע צייט (טאקע נישט אלס שרייבער, אבער אלס ליינער) און איך האלט אז קאווע איז אויף סאך א העכערע סטאנדארט ווי די האסט אים נארוואס אראפגעלייגט, קאווע איז א פלאץ ווי מענטשען מיט א קאפ פארבינדן מיט די איבריגע חלקים פונעם באדי קענען זיך אויסשמיעסן געשמאקערהייט,

איך גלייב נישט אז עס איז דא איינער וואס איז מסכים אז דער שטיבל זאל געניצט ווערן פאר איינים אלס א פלאטפארמע פון ווי ער קען זיך אויסגעבען זיין אינערליכע דראנג אויף רשעות, זיין אינבאדיד קראנקע עקעלהאפטיגן מח זאל ווערן באפרידיגט אז ער האט שוין געפייניגט איינעם היינט, יא עס זענען דא אזעלעכע מענטשען...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26