כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
עס איז אפשר נישט דאס פלאץ אבער דער פאקט ווי א היימישער אינגערמאן איז אזוי פארכאפט געווארן אינמיטן גאס , ער האט פרובירט זיך קעגנשטעלן אן ערפאלג, זאגט אונז אפשר מיר מוזן זיך לערנען פייטן. מיר דארפן לערנען די קינדער סעלף דעפענס קעגן מאנסים און סתם פארברעכער. מיר ערוואקסענע מעגן זיך לערנען ווי מען נוצט א ביקס און געוויסע זאלן טראגן געווער. דער לאנגער גלות לערנט אונז מיר קענען זיך נישט פארלאזן אויף די גוים אונז צו באשיצן.
ללמד את בני יהודא קשת הלא הוא כתובה על ספר הישר.
חברה, ס'איז נישט קיין JOKE
ס'באלט שבת, וואס וועט דא זיין???????
הלוואי איך וואלט געקענט העלפן.
כחול שויוהו רבנן.
ווער עס קען זאל זיך אויסטוהן דעם שטריימל און גיין העלפן!!!!
היימישער ליטוואק
ווער עס קען זאל זיך אויסטוהן דעם שטריימל
איך!
מען דארף אויך אויסלערנען פאר די קינדער אז מען דארף מאכן מערדעליכע קולות טאמער ל"ע עס געשעט
איך טראכט דאס זעלבע. אינטרעסאנט פארוואס ער האט נישט געשריגן קולי קולות. כאפצעם..
אפשר האבן די רשעים אים געסטראשעט.
סיי וויאזוי, די מעשה איז ביטער. מען וועט זיכער מקיים זיין דעם עשה שבתך חול מיט אלע הידורים ביז מען וועט אים האפענטליך ראטעווען געזונטערהייט.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
C/p Update: police are looking For someone Gurewits and another Russian guy
CONFIRMD: His shitef shimon yisroel perelmuter went over all his email's in office and last email was that he will pay money for someone he owed
The private lenders he once owed money where Russian guys'll
היימישער ליטוואקפארוואס אפעררט נישט די פאליס/שומרים/אסעמבלימאן א ריווארד פאר דער וואס ברענגט אינפא?
מ'האט אנגעבאטן און זיי האבן עס דערווייל אפגעווארפן. מעגליך ווייל זיי שפירן זיי האבן די נויטיגע אינפארמאציע. אבער ווער ס'וויל פאריפען א פרעסע קאנפרענץ און אנבאטן א באלוינונג און זיך פארזיכערן א בילד מיט א פארשנייטע היט און א מיקראפאן אין די מיטעלע בלעטער פון די אידישע צייטונגן איז זיכער וועלקם.
אז מען רעדט שוין פון פרעיגן מקובלים ווי ער איז, ביי לייבי קלעצקי איז געוועין א רב אין בארא פארק וואס האט געוויסט פונקטליך אויף וועלכער גאס די לוי ארון וואוינט, אפשר קען מען עים פרעיגן
איך רעד פון די רומענעווער רבי!
zurichאז מען רעדט שוין פון פרעיגן מקובלים ווי ער איז, ביי לייבי קלעצקי איז געוועין א רב אין בארא פארק וואס האט געוויסט פונקטליך אויף וועלכער גאס די לוי ארון וואוינט, אפשר קען מען עים פרעיגן
איך רעד פון די רומענעווער רבי!
די מקובלים ברויך מען איינשפארן פארן כובש זיין זייערע ידיעות בשעת מ'האט נאך געקענט ראטעווען א אידיש נפש...
בן תמליוןעס איז אפשר נישט דאס פלאץ אבער דער פאקט ווי א היימישער אינגערמאן איז אזוי פארכאפט געווארן אינמיטן גאס , ער האט פרובירט זיך קעגנשטעלן אן ערפאלג, זאגט אונז אפשר מיר מוזן זיך לערנען פייטן. מיר דארפן לערנען די קינדער סעלף דעפענס קעגן מאנסים און סתם פארברעכער. מיר ערוואקסענע מעגן זיך לערנען ווי מען נוצט א ביקס און געוויסע זאלן טראגן געווער. דער לאנגער גלות לערנט אונז מיר קענען זיך נישט פארלאזן אויף די גוים אונז צו באשיצן.
ללמד את בני יהודא קשת הלא הוא כתובה על ספר הישר.
פאר די וואס פארשטייען צו טארענטס
<a class="postlink" href="http://thepiratebay.se/torrent/3599525/Krav_Maga_Instructions_Video___PDF">http://thepiratebay.se/torrent/3599525/ ... ideo___PDF</a>
יואלישzurichאז מען רעדט שוין פון פרעיגן מקובלים ווי ער איז, ביי לייבי קלעצקי איז געוועין א רב אין בארא פארק וואס האט געוויסט פונקטליך אויף וועלכער גאס די לוי ארון וואוינט, אפשר קען מען עים פרעיגן
איך רעד פון די רומענעווער רבי!
די מקובלים ברויך מען איינשפארן פארן כובש זיין זייערע ידיעות בשעת מ'האט נאך געקענט ראטעווען א אידיש נפש...
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט די רימעניווער רבי האט דעמאלטס ביי לייבי קלעצקין ארימגעגאנגן און געזיכט ביי די גאס ווי ער איז געוועין
zurichיואלישzurichאז מען רעדט שוין פון פרעיגן מקובלים ווי ער איז, ביי לייבי קלעצקי איז געוועין א רב אין בארא פארק וואס האט געוויסט פונקטליך אויף וועלכער גאס די לוי ארון וואוינט, אפשר קען מען עים פרעיגן
איך רעד פון די רומענעווער רבי!
די מקובלים ברויך מען איינשפארן פארן כובש זיין זייערע ידיעות בשעת מ'האט נאך געקענט ראטעווען א אידיש נפש...
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט די רימעניווער רבי האט דעמאלטס ביי לייבי קלעצקין ארימגעגאנגן און געזיכט ביי די גאס ווי ער איז געוועין
איז ער עפעס א שמעק הונט? פארוואס האט ער נישט אנגעוויזן אויפן בוידעם און געשריגן צו די פאליציי רייסט אייך אריין אהין בעוד מועד?
נו? וואס זאגט נחום? וויפיהל מאל איז ער מאלעסטערט געווארען?
אלע ווערטלעך צו די זייט, מדארף אנרייסען צום באשעפער,
.
אויב איז עס אמת דאן ברוך דיין האמת.
דא איז באריכטעט געווארן אז מ'האט געפונען זיין קערפער פארברענט אין א מיסט קאסטן אין גרעיט נעק, ניו יארק.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63253">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63253</a>
בלע מוות לנצח ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים.
הי"ד
די מעשה איז שרעקליך און אומגלויבליך, ווער האט זיך געגלייבט אז דאס קען פארקומען און הארץ פון היימישן וויליאמסבורג און אזא פריע שעה פון די נאכט, אוי השם ירחם...
עיני עיני ירדה מים, שאק, טרויער, נישט צום גלייבן. המקום ינקום דמיו וינחם את קרוביו ומכיריו.
נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם.
אוי כי רחק ממנו מנח"ם משיב נפש.
כיון ששב"ת וי אבדה נפש.
והשי"ת יגדור פרצות ישראל.
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל, בב"א.
והייתם נקיים
קיינער האט נישט געזוכט מקטרג צו זיין אויף ר׳ מנחם הי״ד.
יעדער איינער דא אינעם שטיבל, אהן א אויסנאם, וואלט ווען זיך פיזיש געשלאגן צו פארמיידן דאס פארכאפעניש.
נאר וואס דען,
ס׳געווען א באריכט אז א היימישע אינגערמאן איז פארכאפט געווארן, קיינער ווייסט נישט פארוואס, האב איך אלס א נייעס באריכטער אונטערזוכט אויף גוגל ווער עס האט עס געקענט טון, און וואס זענען זיינע מאטיוון.
און ס׳ליידער אויפגעקומען אסאך ווער׳ס און אסאך מאטיוון.
אוי איך האב נישט קיין ווערטער. אינאיינעם מיט כלל ישראל בין איך צושאסן און פארווייטאגט, עס גלייבט זיך מיר נישט, עס קריכט מיר נישט אין קאפ אריין.
איך בין צושוידערט, צושיטערט, אך, אזא מיתה משונה, ווער וועט טרייסטן די צובראכענע אלמנה וועלכע האט פלוצלינג באקומען אזא טויש אין לעבן, ווער וועט מחזק זיין די צעבראכענע יתומים פון זייער טראומא, איז דען בכלל פאראן די ווערטער דערפאר?
איך האלט עס נישט אויס
איך וויין
,
,
,
בד״ה
ווייסט איינער ווען אין ווי די לוי׳ איז
כלל ישראל האפט אז ס'זאל נישט מקוים ווערן די ברכה פון קול מבשר אז ס'זאל זיין "עליה השלם כל הקרבנות כולם", וואס דאס טייטש אז אלע קרבנות פון טאג איז א המשך פון דעם קרבן של שחר.
פיטומי מיליבד״ה
ווייסט איינער ווען אין ווי די לוי׳ איז
אויף טוויטער זאגן זיי אלע, 8:30 אויף מארסי צווישן הופער און וויליאמבסבורג סטריט.
8:30 ביי די ליאדני בית מדרש אין ווילאמסבורג
וועט אמאהל ארויסקומען דער פארוואס?
ס'האט פין די אנהייב אויסגעקוקט ווי א פראפעשענעל קידנעפינג, דעי חברה שפילען נישט קיין סאך, ס'האט גלייך אויסגעקוקט ווי א שרעקליך דענזשערעס סוטואציע,
למעשה האבען די רוצחים געמאכט א מיסטעיק, זיי האבען זיך געוואגט צי קידנעפען א יונגערמאן אינמיטען די היימישע וויליאמסבורג, ממילא האבען זיי אנגעהויבען מיט א גרויסע קאמיוניטי וואס ארבעטען אינאיינעם, ממילא וועט יעדע קעמרע אין וויליאמסבורג וואס קען האבען עפעס אויפגעחאפט ווערען דורעך געקוקט, און אזוי אויך איז דא גרויסע פרעשור אויף די אינסטאנצען צי ברעכען די קעיס, ממילא לכאורה וועט מען מיטען אייבערשטען'ס הילף ברעכען די קעיס, אין ברענגען די שולדיגע צי גערעכטיגקייט,
לעת עתה האב איך פריער געליינט אויף טוויטער אז די פאליציי איז אויף די יאגד נאך געוויסע, סאו ווי עס זעהט אויס האבען זיי שוין אינפארמאציע אויף ווער ס'שטייט אונטער דעם, לאמיר האפען אז מען וועט זיי טרעפען ברענגען צי גערעכטיגקייט,
בלייבט נאר צי בעטען אז דער באשעפער זאל טרייסטען די אלמנה מיט אירע אכט יונגע יתומים'לעך וואס גייען זאגען קדיש אין אזא יונגען עלטער,
(ביי דע וועי צי דעי אלע "גאן קאנטראל פריעק'ס", וואס וואלט געווען ווען דער יונגערמאן האט א גאן מיט זיך ???, מסתם וואלט געווען צוויי טויטע גוים ....)
דאס הארץ בלוטיגט. א גזירה מן השמים, מען ברויך תשובה טוהן.
קאווע טרינקערכלל ישראל האפט אז ס'זאל נישט מקוים ווערן די ברכה פון קול מבשר אז ס'זאל זיין "עליה השלם כל הקרבנות כולם", וואס דאס טייטש אז אלע קרבנות פון טאג איז א המשך פון דעם קרבן של שחר.
קאווע,
איך האב פונקט געטראכט צומאכען אן אשכול פין אזעלעכע עם הארצות.
סי דא אזוי פיל סי גיט ציוויסען
עס פאלט דיר נישט ביי אז ווען מען מעג ווען האבען גאנס וואלטן דע חברה אויך געהאט (אויב יעצט האבען זיי נישט געהאט)
ס׳קוקט נישט אויס וואו איינער איז גערעגט געווארן מיטוואך און האט אים פארכאפט דאנערשטאג.
דאס קוקט אויס וואו א לאנג אויספלאנירטע פארכאפונג וואס האט נאר געווארט אויף די ריכטיגע געלעגענהייט, אוו דיזען פאל א שניי בליזארד.
די וועג וויאזוי זיי זענען געפארן, אהין און צוריק, יו טוירנס, פטור געווארן פונעם סעלפאון אויף נארטסטראנד עוועניו, און געפארן קיין לאנג איילענד ווייזט אויך אז דאס איז נישט קיין חדר אינגלעך, דאס איז געווען א פארזוך צו פארמישן די פאליציי, אפילו אויב די פאליציי וואלט ווען גערופן געווארן גלייך וואלטן זיי מן הסתם גארנישט געקענט טון.
השם ינקום דמו.
אויב מ׳קען נישט האבן קיין גאנס לעגאל דארף מען זיך פארשאפן טעיסערס, ס׳שרעקליך.
חביביעס פאלט דיר נישט ביי אז ווען מען מעג ווען האבען גאנס וואלטן דע חברה אויך געהאט (אויב יעצט האבען זיי נישט געהאט)
נו, טאמער שטארבען איז בעסער אין א גאן-פייט, ווי ס'דא שאנסען אויך זיך צי ראטעווען אדער חאטשיג אויך צי הארגענען די אנגרייפער, בעסער ווי צי ווערען געפייניגט און דערשטיקט און געווארפען אין א דאמפסטער, וואס מיט רחמי שמים האט מען עס געטראפען, אבער ווען מען טרעפט עס ווען נישט אין די קערפער גייט אוועק מיט די מיסט דאן איז עס א עגונה קעיס, ה"י.
אין מיין שפעקולאציע איז די שניי געווען א טובה אין די זין אז ווען נישט די שניי וואלט די קערפער שוין לאנג געווען אויפגעפיקט פארטאגס, און מ'וואלט קיינמאל נישט געהערט דערפון.
היות כ'האב געזעהן אויף אייוועלט האט א ניק "עם הארץ", וואס קען נישט אויפקומען מיט עפעס אייגענס, געמאכט קאפי פעסט
פון מיין תגובה אהין, לייג איך יעצט א קאפי רייט אויף מיין תגובה. וכל הזר הקרוב...
סאו וואטנחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם.
אוי כי רחק ממנו מנח"ם משיב נפש.
כיון ששב"ת וי אבדה נפש.
והשי"ת יגדור פרצות ישראל.
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל, בב"א.
כאפן די פארברעכער וועט דעם איד ליידער נישט צריקברענגען, עס וועט די צובראכענע אלמנה נישט טרייסטן, און עס וועט זיינע אכט אומשילדיגע עופה׳לעך נישט ראטעווען פון די שרעקליכע קאשמארן וואס וועט זיי בייגלייטן אגאנץ לעבן, אבער עס וועט יא אביסל באראויגען דעם היימישן ציבור וואס דרייט זיך ארום צובראכן און צושאקעלט, אבער נאכמער פון דעם פארציטערט, אז חיות בצורת אנשים האבן אזא זאך געקענט אפטאן און היימישן וויליאמסבורג, און די פריע נאכט שעות און קיין נפש חי האט דאס נישט באמערקט.
ממילה איז זייער וויכטיג אז די פארברעכער זאלן געברענגט ווערן צו יוסטיץ, נישט אלס נאר אלס נקמה, נאר קודם כל ארפצונעמען די שעדליכע פארשוינען פון די גאסן, און דערנאך צו שיקן א מעסידש, אז אויב הייבט איר זיך אן מיט א מעמבער פון די Hassidic קאמיונעטי, הייבט איר זיך אן מיט א גאנצע קאמיונעטי פערזענדליך וואס גייען לייגן פרעשור אויף די איסטאנצען און גייען נישט איינרוען ווילאנג די פארברעכער וועלן געכאפט ווערן און געברענגט ווערן צו יוסטיץ.
איך בין נישט קיין עף בי איי אגענט, און אויך נישט קיין פרענזיק עווידנס עקספערט, אבער פון וואס איך האב צוזאמגעליינט און געהערט, זעהט דאס נישט אויס פאר מיר ווי א מאפיא ארבייט.
קודם כל, די מאפיא פארנעמט זיך נישט מיט קיין פייניגען, ווען זיי ווילן פון איינעם נקמה נעמען קנוילן זיי אים אראפ ה״י מיט אפאר קוילן צו און א דרייוו ביי שיסעריי, אדער כאפן זיי זיך אריין ביי אים אינדערהיים צו און אפיס.
דערנאך די וועג וויאזוי זיין קערפער איז איבערגעלאזט געווארן און אזא פובליק פלאץ ווי א גאז סטאנציע (וואס אגב האט לכאורה אויך קאמארע׳ס) נאך רויכערענדיג ל״ע (עס איז ממש שווער צו קאנצעטרירן אויף די ריינע פאקטן אן אריינגיין און דעם חלק אז דאס איז אנזער׳ס א ברודער, א היימישער יוד וואס לאזט איבער א צובראכענע משפחה) איז נישט קיין ארבייט וואס וייזט אויף פראפעסניאלע מאפיא הענקער, וואס געווענטליך דיספאויזען זיי די באדי׳ס אדער און וואסער, אדער באגראבן זיי דאס, און עס נעמט לאנגע יארן ווילאנג מען טרעפט דאס אויב טרעפט מען עס בכלל.
עס זעהט ענדערש אויס ווי א נקמה אקציע דורך איינער אדער אפאר וואס איז טאקע גוט אויסגעפלאנט געווארן, אבער איז נישט געווארן דורכגעפירט דורך געשולטע פראפעסניאלע הענקער.
המקום ינחם די צובראכנע משפחה, און השם ינקם את דמו.
ימים ידברו...
אוי ווי קען מען עס אויסהאלטן. נעבעך א יונגעמאן ווערט אזוי ברוטאל אוועקגעריסן פון א משפחה. מיר גייען זיך דערנענטערן צום רבש"ע באשעפער מיר זענען פארלוירן.
איינע פון די שטארקע פראבלעמן אין אזעלעכע פעלער איז וואס צו טאן מיט די קליינע קינדערלעך, יא דערציילען אדער נישט דערציילן, פאקטיש וועלן זיי דאך עס הערן מארגן דא דארט איז אפשר אז איך זעץ מיך אוועק מיט זיי און באהאנדעל עס.
וואס טוט דער עולם אין אזא צייט וואס וואלט געווען די ריכטיגע אפראוטש.
ביסט שוין אמאל געווען אין וויליאמסבורג דאנערשטאג נאכט?
ווען נישט די שניי זענען דא צענדליגער מענטשן אויפן גאס.
יא, דארט אין יענעם געגענט אויך.
סאו וואטנחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם.
אוי כי רחק ממנו מנח"ם משיב נפש.
כיון ששב"ת וי אבדה נפש.
והשי"ת יגדור פרצות ישראל.
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל, בב"א.
של"ם ישל"ם המבעיר את הבערה.
עס כאפט א שרעק ציזאמען פארברענגט זייט קליינווייז אן. געטון צוזאמען געשעפטן יעצט דארף איך דיר זעהן אין אזא מצב.
[ציטאט אראפגענומען]
אלעס גייט פאבליק, גיב עס אפאר מינוט, און זיין ניק ווערט דא נספד שלא כהלכה.
שכנים פון די שטארק פאמיליע גיבן איבער אז די זעלבע מיניווען איז געזיצן פארנט פון זיין הויז די לעצטע אנדערטהאלבן וואך.
אוי, טרערן ס'גיסט,
איכה אתנחם,
די הארץ ס'רייסט,
אויפן ערמארדערט'ן ר' מנחם,
א שוידער א שרעק,
די ביינער ס'קלאפט,
ווי רוצחים בדמות אנשים,
אים בייזוויליג פארכאפט,
נישט אין א וויסטן מדבר,
געקומען איז דער שטן,
נאר אין וויליאמסבורג אליין,
ביים טאטע'ן אין וויינגארטן,
ס'לאזט זיך נישט גלייבן,
אזא זאך קען פאסירן,
פארכאפן א מענטש,
אנע לאזן נאך זיך שפירן,
גאט אין הימל,
זיי זיך שוין מרחם,
כי נאנחה אני,
אין לי מנחם.
רבותי, יעדער זאל ארויסקומען צו די לווי', א איד איז געקידנעפט געווארן אין מיטן וויליאמסבורג (נישט קיין חילוק פארוואס) מ'דארף ווייזען פאר די מערדער'ס און די פאליציי אז מיר וועלן דאס נישט פארשווייגען.אידיש בלוט איז נישט הפקר.
ווי אוטספאוקען, קומט יעצט ארויס מארסי הופפער, דערווייל איז נישטא קיין עולם. לאמיר ווייזן אז אידיש בלוט איז נישט הפקר. ווי מער ציבור וועט ארויסקומען אלס שטערקער וועט זיין די דרוק צו חאפן די מערדער.
פיטומי מיליקאווע טרינקערכלל ישראל האפט אז ס'זאל נישט מקוים ווערן די ברכה פון קול מבשר אז ס'זאל זיין "עליה השלם כל הקרבנות כולם", וואס דאס טייטש אז אלע קרבנות פון טאג איז א המשך פון דעם קרבן של שחר.
קאווע,
איך האב פונקט געטראכט צומאכען אן אשכול פין אזעלעכע עם הארצות.
סי דא אזוי פיל סי גיט ציוויסען
עס זענען דא אסאך מליצות וואס ווערן גענוצט כאטש עס איז פארקערט פון די ריכטיגע אפטייטש, ווי למשל כי האדם עץ השדה שרייבן אלע ספרים אז דער מענטש איז געגליכען צו א בוים, ביזדערווייל ווער עס האט געלערנט חו״ר ווייסט אז די פשט איז דאס פונקט פארקערטע אז דער פסוק ווינדערט זיך איז דען א בוים אזוי ווי דער מענטש לבוא מפניך במצור עיי״ש, נאר וואס דען מנוצט דעם פסוק ווי א מליצה, דאס זעלביגע מיט דעם פסוק ווערט גענוצט ווי א מליצה אז מיט דעם זאל מען האבן גע׳ענדיגט אלע קרבנות (דאכט זיך אז אין פריערדיגע ספרים ווערט עס שוין דערמאנט ביי א הספד פון א מגפה אד״ג) כאטש די ריכטיגע פשט איז פארקערט, כך שמעתי וגם נלענ״ד ואם שגיתי ה׳ הטוב יכפר....