☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

גנדי » זונטאג פעברואר 9, 2014 9:51 pm

· #182556
די היינטיגע שמיעה קומט ווייל די עולם פארשטייט נישט ענגליש.

אונזער אלעמען באקאנטען אורן יניב האט היינט געטוויט. און דער עולם האט נישט פארשטאנען. עיין בטוויטער ודו״ק

ברוך שאמר » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:12 am

· #182603
דער שכן
גרוש
מ'ווארט שוין 5 וואכן


איי עגרי.

לערן דיך אויס אז מארד אינוויסטיגעישאן נעמט געוועהנליך אסאך מער ווי פינעף וואכן. מ׳דארף צאמשטעלן א פאזעל פון טויזענטער באשטאנדטיילן פון אנדערע מינע צוזעמענשטעלעכץ. עס מוז ווערן געבויעט אויף אזא מין באפעסטיגקייט אז דער בעסטער לויער זאל עב נישט קענען אומווארפן, צו שאקלן אדער לעכערען. גאנץ מעגליך אז די פאליציי ווייסט שוין גענוי ווער זענען אלטץ געווען פונקליך פארמישט, אבער נאכנישט דערזאמעלט אללע באפעטיגונגן.

אדרבא זיי מסבר וואס די רעדסט! סיז דא א באדי ,לאקעשין ,ווען , ווידיא, email,קאנטראקטאר ,ועוד ועוד ! סא הא דא יע טינק יא אר קידינג וועק אף ענד סמעלל די קאאפי !

גנדי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:56 am

· #182622
אפשר ווארט מען פאר די רבנים אהיים צוקומען פון וואקאציע צו קענען מאכן א ישיבת בי"ד צו באקומען א היתר אויף התגרות באומות אין פאל עס איז מער נישט פיקוח נפש...

ליצנות אין א זייט. מען דארף מן הסתם ווארטן פאר פארענזיק טעסטס זאלן צוריק קומען פון די לעבראטאריס, מען דארך צוזאם שטעלן די סליידס צו ווייזן פאר די דזשורי, מען דארף זיצען מיט די פראסעקוטערס און אפמאכן וועלכע סטראטעגיע צו נוצען ביים אנקלאגען...

איך האף נאר אז עס איז נישט יד ישראל באמצע, און מען לייגט דרוק צו פארוואסערען...

מ גפני » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:03 am

· #182623
גנדי
די היינטיגע שמיעה קומט ווייל די עולם פארשטייט נישט ענגליש.

אונזער אלעמען באקאנטען אורן יניב האט היינט געטוויט. און דער עולם האט נישט פארשטאנען. עיין בטוויטער ודו״ק

נו אפשר ביזט דו עס מסביר פאר די אומוויסענדע

גנדי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:32 am

· #182628
Oren Yaniv @OrenNYDN

Jewish benediction at @BrooklynDA inauguration will be sung by Cantor Yaakov Stark, brother of slain landlord Menachem Stark

4:15 PM - 9 Feb 2014



Oren Yaniv @OrenNYDN

Stark's killer(s) have yet to be arrested by law enforcement.
4:16 PM - 9 Feb 2014


<a class="postlink" href="https://twitter.com/OrenNYDN/status/432624115959484416">https://twitter.com/OrenNYDN/status/432624115959484416</a>

לויט וואס די עולם פרעגט אים, האבן זיי נישט פארשטאנען...

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:10 pm

· #182751
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/02/10/bratton-nypd-close-to-making-arrest-in-stark-murder-case/">http://jpupdates.com/2014/02/10/bratton ... rder-case/</a>

דער שכן » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:07 pm

· #182786
I just got @senSerfes: Police department of NewYork R having progress in arrest of killer of M.M.Stark near future. They are saying case will be solved & resolved.this:

גרוש » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:09 pm

· #182788
מ'מאלט וואסער, בקיצור

דער שכן » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:20 pm

· #182797
גרוש
מ'מאלט וואסער, בקיצור


יא אייזיגע פארפרוירענע וואסער גייט יעצט ווערן רינעדיג מ׳גייט טרונקן עס, מ׳גייט זיך אביסעלע דערפרישן.. אהההה מחי׳ה!... יאם.

zurich » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:19 pm

· #182855
arrest on the way

סקאסט געלט צו שרייבן?

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:58 pm

· #182878
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז באמת פשט פון אן 'אימפראמפטו' פרעסס קונפרענס פון ברעטון?

דער שכן » דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:02 pm

· #184605
ארעסט אהער ארעסט אהין. גארנישט מיט גאר נישט. א זייפן בלאז.

און איך האב מיך געלאזט שיינערהייט פארדרייען אז אן ארעסט גייט שוין באלד געשעהן..

ברוך שאמר » דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:33 pm

· #184610
דער שכן
ארעסט אהער ארעסט אהין. גארנישט מיט גאר נישט. א זייפן בלאז.

און איך האב מיך געלאזט שיינערהייט פארדרייען אז אן ארעסט גייט שוין באלד געשעהן..

די ווייסט מיטעמאל ווי גיט די זאגסט ווי עס זעט אויס מאכן זיי פין די עולם גולם סתם בילבול המוחות

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:52 am

· #186346
וואס איז פשט פון 'עבריינים' האבען געהאט שייכות דערצו? אזוי ווערט געברענגט אין איינע פון די העברעאישע סייט'ס.

איחוד פעלד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:26 am

· #186362
עבריינים מיינט מענטשען וואס זענען עוסק אין געחט וואס איז נישט לעגאל, און האבען אייגינע וועגען צו פראטעקטען זייערע פינאנציעלע אינטערעסען.

בכל אופן, מיינט מען נישט די עבריינים פין כל נדרי.

לאליפאפ » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:16 pm

· #186573
פארט ארום מעסעדזשעס איבער עפעס אן ארעסט, עניבאדי??

דער שכן » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:23 pm

· #186575
לאליפאפ
פארט ארום מעסעדזשעס איבער עפעס אן ארעסט, עניבאדי??


וואס פאלט׳דיר ביי?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:55 pm

· #187281
שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:25 pm

· #187293
מנשה לוסטיג
שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.

כ'האף אז דאס איז קאמעדי, מנשה.

דער שכן » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:40 pm

· #187296
מנשה לוסטיג
שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.


איך גיי דיך נישט פרעגן אין ׳אישי׳ וואס די גילוי סוד איז (געווען). איך ווייס אויך סודות פון חיידער. ביג טיים מענאשע!.. אוי, פארוואס זאג איך עס יעצט? וואס איז די purpose? איינער האט געפרעגט?

איך ווייס טאקע סודות וועגן דיר מענאשע.. שששששששששששש

חחחחחחחחח

דער אמת איז: עס עגבערט מיר צו וויסן וואס גייט פאר מיט שטארק מארד עפאכע. פארוואס איז אזוי שטיל ווען אונטער די קוליסן טוט זיך אפ עפעס זייער נישט בא׳טעם׳ט?! איך וויל נישט גלייבן וואס איך טראכט אז ס׳קען זיין. ה׳ ישמרנו!

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:48 pm

· #187299
האלב געבאקענע רמזים איז נאך ערגער ווי שקר. אז דו האסט א קראנטע ראיה לסברותיך קענסטו רעדן קלאר אז נישט איז עס סתם געשפילט מיט יענעמס בליט.

שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:59 pm

· #187303
מנשה לוסטיג
שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.

פארדעם הער מיר שוין נישט פון דיר פאר א וואך? אוי וויי

העלא » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:34 pm

· #187317
איך פרוביר שוין צו פרעגן פון מנשה דורך אלע וועגן וואס ליגט אינטער זיין געוויסן? ווער שטייט אונטער די מעשה רציחה?
אויף:
טעלאפאן קאלס
טעקסט
אימעיל
אישי,
ואין עונה,

מנשה ביטע זאג מיר כאטש אין אישי, ווער שטייט אינטער דעם,
גיב ארויס די מיסטעריע לאז מיר נישט אנגעצויגן פאר אזויפיל צייט

פליז, איי עם קרייאינג

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:15 pm

· #187414
די גאס שמועסט אז אידען זענען אונטער דעם. דעטס איט. און ס'איז נאר די גאס.

אידען, און מען האט אים געוואלט געבען א מישקאנטע, און מען האט געדינגען א גוי וואס ווייסט נישט וויאזוי צו געבען א מישקאנטע, און ער איז בטעות געשטארבען.

די פאליציי ווייסט איבער דער גוי, אבער די משלחים ווייסען זיי נישט פונקטלעך, זיי ארבעטען מיט דער גוי ער זאל ארויסגעבען אלעס און באקומען א שוואכערע סענטענס.

דאס איז וואס יעדער זאגט, מער פין דעם ווייסט קיינער נישט. אזוי הייסט בשם פאליציי.

נארמאלער » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:51 am

· #187471
איחוד פעלד

אידען, און מען האט אים געוואלט געבען א מישקאנטע,

מאלעסטונג בּלשון נקי ?

דער שכן » פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:09 am

· #187475
איחוד פעלד
די גאס שמועסט אז אידען זענען אונטער דעם. דעטס איט. און ס'איז נאר די גאס.

אידען, און מען האט אים געוואלט געבען א מישקאנטע, און מען האט געדינגען א גוי וואס ווייסט נישט וויאזוי צו געבען א מישקאנטע, און ער איז בטעות געשטארבען.

די פאליציי ווייסט איבער דער גוי, אבער די משלחים ווייסען זיי נישט פונקטלעך, זיי ארבעטען מיט דער גוי ער זאל ארויסגעבען אלעס און באקומען א שוואכערע סענטענס.

דאס איז וואס יעדער זאגט, מער פין דעם ווייסט קיינער נישט. אזוי הייסט בשם פאליציי.


אזוי האב איך אויך געהערט פון א גאנץ ערענסטע מענטש, אבער ער האט עס אויך נאר געהערט. עטס ווייסטס די מעשה פון ״האסט עס געזעהן אדער נאר געהערט?״.. ?

עפעס נאך א פרט האב איך געהערט (איך ווייס שוין נישט וואס צו גלייבן), ..אז זיי ווייסן גאנץ גוט ווער די משלחים זענען, אבער צוויי צוריקהאלטס:
זיי דארפן מער פיזישע איבערווייז.
די משלחים פארארבעטן מעשים......

ווער די משלחים זענען?..לאז איך פאר אייך אליין צו שפעקולירן.
פרעגט מיך נישט מער. ווייל איך ווייס נישט.

דער שכן » פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:31 pm

· #187620
אוי געוואלד! וויפיל וואכן צוריק פרייטיג ערב שבת קודש און די שניי זענען מיר אללע געזעסן אויף פינס און נידעלס באזארגט צו וויסן וואו איז דער חשוב׳ער לעבעדיגער מ.מ. שטארק אהין געקומען, האפענדיג אז ער לעבט און אללעס וועט זיין גוט? ווי סאך וואכן שוין אדורך?

מנשה לוסטיג » מוצ"ש מערץ 1, 2014 8:34 pm

· #187640
איך האב נישט געזאגט אז איך ווייס הונדערד פרעציז אלעס, אבער פארשטאפן מיין מויל, מיטן אויסמעקן און בלאקירן פאר א וואך, איז א גוטע נקמה, אבער א בושה פאר קאווע שטיבל וואס אירע טרונקער דארשטן אויף אמת נישט אויף שפעקולאציעס.
דא גייט פאר א דעסקרימינאציע, וואס נישט מיך קלאפט עס, נאר דעם ציבור, ממילא ווער ס'האט א השפעה דא, זאל זען עס פאר'רעכטן באצייטנס

איך אויך » מוצ"ש מערץ 1, 2014 10:39 pm

· #187661
מנשה לוסטיג
נישט אויף שפעקולאציעס.

דער שכן » מוצ"ש מערץ 1, 2014 10:45 pm

· #187663
מנשה לוסטיג
איך האב נישט געזאגט אז איך ווייס הונדערד פרעציז אלעס, אבער פארשטאפן מיין מויל, מיטן אויסמעקן און בלאקירן פאר א וואך, איז א גוטע נקמה, אבער א בושה פאר קאווע שטיבל וואס אירע טרונקער דארשטן אויף אמת נישט אויף שפעקולאציעס.
דא גייט פאר א דעסקרימינאציע, וואס נישט מיך קלאפט עס, נאר דעם ציבור, ממילא ווער ס'האט א השפעה דא, זאל זען עס פאר'רעכטן באצייטנס


נא! נו! נא טאקע, וואו איז דער אמת?

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 2, 2014 11:24 am

· #187793
דער אמת הייבט זיך אן, ביים צוריקדרייען דעם בלעטל, קודם איין בלאט, וואס איז געווארן א שטימעניש מיט 'ליפא ברייער', נאך אפאר בלעטער מיט די אנדערע פעלער וואס מ'האט געמעקט מיינע זכרון דברים.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 2, 2014 11:45 am

· #187803
זאג שוין וואס די ווילסט וועגען ליפא ברייער, הער אויף דרייען א שטילע ספאדיק.

פיטומי מילי » זונטאג מערץ 2, 2014 3:27 pm

· #187874
איחוד,

גיסט בכלל א האד וואס מנשה זאגט?,
זעהסט דען נישט? לאז אים געמאכט!!!!

גבאי » זונטאג מערץ 2, 2014 3:33 pm

· #187876
@מנשה לוסטיג, מיר האבן שוין פראבירט אויף כל מיני אופנים דיר קלאר צו מאכן אז דו קענסט נישט אנגיין מיט א אגענדע קעגן געוויסע מענטשן וואס די גלייכסט נישט. ביטע הער אויף מיט די העצערייען תיכף ומיד, ווייל נאכ'ן אויסשפארן אזויפיל מאל פאר קורצע תקופות, וועלן מיר זיין געצווינגען דיר גענצליך אויסצושפארן.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 2, 2014 3:38 pm

· #187879
גבאי
@מנשה לוסטיג, מיר האבן שוין פראבירט אויף כל מיני אופנים דיר קלאר צו מאכן אז דו קענסט נישט אנגיין מיט א אגענדע קעגן געוויסע מענטשן וואס די גלייכסט נישט. ביטע הער אויף מיט די העצערייען תיכף ומיד, ווייל נאכ'ן אויסשפארן אזויפיל מאל פאר קורצע תקופות, וועלן מיר זיין געצווינגען דיר גענצליך אויסצושפארן.

יוי אידעיס א שאקירנדע אויפדעקונג אין די אנטוויקלונג פון די שטארק מארד אינוועסטיגעטעט אויספארשונג.

שרייבער » זונטאג מערץ 2, 2014 3:39 pm

· #187880
לאליפאפ
גבאי
@מנשה לוסטיג, מיר האבן שוין פראבירט אויף כל מיני אופנים דיר קלאר צו מאכן אז דו קענסט נישט אנגיין מיט א אגענדע קעגן געוויסע מענטשן וואס די גלייכסט נישט. ביטע הער אויף מיט די העצערייען תיכף ומיד, ווייל נאכ'ן אויסשפארן אזויפיל מאל פאר קורצע תקופות, וועלן מיר זיין געצווינגען דיר גענצליך אויסצושפארן.

יוי אידעיס א שאקירנדע אויפדעקונג אין די אנטוויקלונג פון די שטארק מארד אינוועסטיגעטעט אויספארשונג.

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 2, 2014 4:36 pm

· #187902
וואס האב איך געשריבן מער ווי פאקטן? איך מעג נישט שרייבן און פרעגן וואס טוט זיך וועגן דעם און יענעם סקאנדאל? וואס מאכסטו א אישה פון א טישו?

לאליפאפ » זונטאג מערץ 2, 2014 5:59 pm

· #187926
מנשה לוסטיג
וואס האב איך געשריבן מער ווי פאקטן? איך מעג נישט שרייבן און פרעגן וואס טוט זיך וועגן דעם און יענעם סקאנדאל? וואס מאכסטו א אישה פון א טישו?

מנשה פליזזזזז פיר דיך אויף.. אונז דארף מיר דיך דא!

דער שכן » זונטאג מערץ 2, 2014 6:39 pm

· #187931
לאליפאפ
מנשה לוסטיג
וואס האב איך געשריבן מער ווי פאקטן? איך מעג נישט שרייבן און פרעגן וואס טוט זיך וועגן דעם און יענעם סקאנדאל? וואס מאכסטו א אישה פון א טישו?

מנשה פליזזזזז פיר דיך אויף.. אונז דארף מיר דיך דא!


איי עגרי מיט @לאליפאפ

א tissue איז א גרויסע issue ווען די נאז רינט.

דער שכן » זונטאג מערץ 2, 2014 6:41 pm

· #187932
לאמיר זיך האלטן צו דע טעמע פון די מארד ממש. ביטע!
PLEASE!

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 3, 2014 7:01 pm

· #188238
פרישע ארטיקל
<a class="postlink" href="http://therealdeal.com/issues_articles/menachem-starks-portfolio-revealed/">http://therealdeal.com/issues_articles/ ... -revealed/</a>

סאשי פיש » זונטאג מערץ 9, 2014 6:16 pm

· #189691
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/03/09/nypd-nowhere-close-arrest-menachem-stark-murder-case/">http://jpupdates.com/2014/03/09/nypd-no ... rder-case/</a>

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 6:51 am

· #190432
דער געוואונער פון דער באבוב'ער ראפל היינט נאכט איז געווען:
האברך מו"ה ר' מנחם שטארק ע"ה

וואלט ער עס געוואונען אפאר חדשים צוריק -
וואלט ער אפשר געקענט באצאלן זיין חוב און ער וואלט געבליבן לעבן...
ווער ווייסט...

נתן מנחם » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:31 am

· #190439
ר' מנחם שטארק ע"ה געווינט 18 אלפים
די באבוב'ער קרן חתנים $18000 ראפעל האט נעכטן נאכט ארויסגעצויגען די געווינער: ר' מנחם שטארק ע"ה. זעהט אויס ער האט עס געקויפט לפני המעשה.

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:40 am

· #190442
זייער טוויעט
📎 IMG-20140313-WA001.jpg

לאליפאפ » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 10:18 am

· #190448
מורינו הרב
דער געוואונער פון דער באבוב'ער ראפל היינט נאכט איז געווען:
האברך מו"ה ר' מנחם שטארק ע"ה

וואלט ער עס געוואונען אפאר חדשים צוריק -
וואלט ער אפשר געקענט באצאלן זיין חוב און ער וואלט געבליבן לעבן...
ווער ווייסט...

Should of. Would of. Could of...

(בכלל מיינעך אז זיין חוב איז געווען $18,100)

טיטאניק » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:38 am

· #190461
איך גלייב עס נישט
די גאליציאנער האבען זיכער געמאכט עפעס א דיעל מיט די משפחה
פינקט דער וואס איז אזוי טראגיש אימגעקימען זאל דאס געווינען??
בכלל זיי כאפען נישט, מענטשען וועלען מורא האבען צי קויפען די ראפעל, ווייל אויב געווינער ענדיגען אזוי וויל איך קיין געווינער נישט זיין

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:15 pm

· #190466
דער טאג וואס ער איז נפטר געווארן האט ער געשריבן פאר צדקה א טשעק פון 18 אלפים, און יעצט האט ער ארלעדיגט פאר זיין משפחה פורים געלט די סומע פון 18 אלפים! וויאזוי פלעגט דער רבי זאגן? ונתנו קען מען לייענען אויך אויף צוריק...

נ.ב. געגעבן דאן האט ער פאר די אונגארישע, אבער צוריק באקומען האט ער פון די גאליציאנער... נו, איינער זאגט נאך אז די גאליציאנער זענען די קארגערער?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:26 pm

· #190469
כ'האב שוין געהערט אז די באבובער געליצאנע זאגן אז היות ס'איז נישט דא בנמצא היינט א מענטש ווי מנחם שטארק, בלייבן זיי מיט די געלט 😉

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:28 pm

· #190472
טיטאניק
די גאליציאנער האבען זיכער געמאכט עפעס א דיעל מיט די משפחה
פינקט דער וואס איז אזוי טראגיש אימגעקימען זאל דאס געווינען??
בכלל זיי כאפען נישט, מענטשען וועלען מורא האבען צי קויפען די ראפעל, ווייל אויב געווינער ענדיגען אזוי וויל איך קיין געווינער נישט זיין


הדא הוא דאמרי אנשי "זייט א גליקליכע געוואונער"!
א גליקליכע - ווייל איר לעבט נאך יא.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26