☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

פיש כאפער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 8:39 pm

· #176741
משה פון ווארשע
אויף גאגל מעפס קען מען זעהן די קאר 328 Blake av

יענער קאר קוקט אויס צו האבן ניו זשערסי פלעיטס, נישט פענסילוועניע פלעיטס ווי באריכטעט.

יואב » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:04 pm

· #176743
ברעט מענינג
עס קען זיין אז זיי האבן עם נישט געוואלט הארגענען, נאר וואס דען זיי האבן עם ציגעמאכט דאס פיסק כדי ער זאל נישט שרייען, יעצט נאכן זיין און קאר האבן זיי שוין געזען אז ער איז שוין האלב טויט, (וועגען אטעם) קיין הצלה וואלטען זיי נישט געריפען שטייצעך, וואס טיט מען??!!! פארברענט, אריין דראפענען אין גארביטש, אזוי האפענטלעך וועט קיינער וויסן, למעשה האט זיך עס אויסגעשטעלט נישט גיט!


אזא סינעריו ווייס איך טאקע נישט צו מ'קען זיגלן מיט רויט בלוט אז ס'איז געוועזן במזיד, אבער קיין שגגה איז דאס נישט. אנטשולדיגט. כ'מיין אז ליווי ארון האט געמאכט, צו געקענט מאכן דעם זעלבן חשבון. א רעיפער ווען ער דאמפט אן אויסגעברענטן נקיבה אין א זאק אויפן וואסער, האט ער איר אויך נאר גע'הרג'ט צוליב זיכערקייט צוועקן. אין אנדערע ווערטער: מ'ברויך קענען מאכן אן אונטערשייד, צווישן א פלאן איבער רציחה, וואס די מאטיוון האבן גאנץ מעגליך געקענט זיין גענצליך אומפאראויס געזען; צו רציחה זעלבס, וואס איז יא געוועזן במזיד. איך ווייס נישט צו דאס איז די טייטש פון ואשר לא צדה. נאך א זאך. אזא מזיד-שוגג דיבאטע איז געוויס א שטיקל פארטיידיגונג מצד דעם משלח, ווי איידער די מערדער.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:26 pm

· #176752
דערוילעם כאפט הייסע לאקשן, פוירסט דעגרי מערדער, סעקאנד דעגרי, יא בכוונה, שלא בכוונה.

די קילערע שבינינו גייען סייווי נישט גלייבן די ען וויי פי די ביי סיי וועלכע ארעסט, די נאמען דעיוויד רענטע גייט צוריק ארויף אויף די ארענע

יואב » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:34 pm

· #176754
משולם שטיינפעלד
דערוילעם כאפט הייסע לאקשן, פוירסט דעגרי מערדער, סעקאנד דעגרי, יא בכוונה, שלא בכוונה.

די קילערע שבינינו גייען סייווי נישט גלייבן די ען וויי פי די ביי סיי וועלכע ארעסט, די נאמען דעיוויד רענטע גייט צוריק ארויף אויף די ארענע

מ'ברויך לאו דווקא זיין קיהל; סקעפטיזם איבער יוסטיץ אין אמעריקע, איז נאך עני טיים אזוי בארעכטיגט ווי פארדעכטיגן א מזונות בייגל אין זיין המוציא.

פארט, קומט יעצט נישט אריין צו דער יא צו נישט פארברעכער, גייט יא צו נישט זיין נאך א דוד רענטה.
דער יעניגער אויפן באשולדיגונג'ס באנק, אמת'ער צו פאלשער, גייט מען דן זיין -- הפנים אויב זענען די שגגה ארגומענטן בכלל אקוראט -- צו דאס איז געוועזן א מזיד, קרוב למזיד, שגגה אדער אונס.

איינגעמיירעט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:36 pm

· #176764
כאפטס א בליק

<a class="postlink" href="http://www.israelnationalnews.com/wap/Item.aspx?type=0&item=176339">http://www.israelnationalnews.com/wap/I ... tem=176339</a>

ער ברענגט נאך פון דעם רעפארט און ער פארדרייט אינגאנצען

<a class="postlink" href="http://www.newsday.com/news/new-york/bank-records-of-slain-brooklyn-businessman-sought-1.6799726">http://www.newsday.com/news/new-york/ba ... -1.6799726</a>

די ניוסדעי שרייבט אז זיין אקאונט south side וואס איז געווען און בעינקראפ איז אראפ פון 1.2 מילליאן ביז 190k און די וואכען פאר די פאסירונג ביז jan 6 (מאנטאג מאכען פטירה דאס קען שוין זיין פרייטאג withdrawals ) און די באנק וואס האט רעכטען אויף דעם account היות south side איז bankrupt פארלאנגט א אינוועסטיגעשין.

קומט דער ארץ שבוע מאכט א מעשה אז דאס גאנצע withdrawals איז געווען נאך די מאורע, ער רוקט דעם דעיט צו jan 9 , און געט שוין הינטס צו פערלמוטער, כאילו די רוצחים האבען דא ארוסגענומען די געלט, און ווער איז זייער מקור די ניוס דעי.

יוסף מ » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:51 pm

· #176768
. The phone was not found attached as a tracking device to the car as had been reported, the official stressed.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:11 pm

· #176881
הודו לד'
מען הערט אז הרב פערלמוטער איז שוין פריי געלאזט פון די אלע באדי גארדס וכו' די פאליציי זאגט אז די מצב איז שוין גענוג קלאר אז ער ברויך זיך נישט פארכטען פאר'ן לעבן

ודי למבין » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:32 pm

· #176935
אין אן אינטערוויא אין די עמי מאגאזין, זאגט א ברודער ר' יוצי אז די טרעקינג דיווייס וואס דער עולם רעדט פון איז נישט געווען קיין סעלפון נאר א גאר סאפיסטעקירטע דיווייס. די פאליס דעפערטמענט האט דאס נישט באמערקט. דאס איז בלויז באמערקט געווארן נאך דעם וואס מ'האט עס געשיקט צו א ספעציעלע דערפארטמענט וואס גיבט זיך אפ מיט "סקענען" די חפצים וואס קענען זיין עווידענס און אפילו זיי האבן עס נאר געטראפן נאך צוויי מאל סקענען.

אזוי אויך זאגט ער אז פאליס האט געטראפן פינגער אפדרוקן פון די רוצחים אויף די גארבידזש קען ווי ר' מנחם איז אפגעפוומען געווארן און אזוי אויך האבן זיי סאלידע די ען עי.

די ניפד האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע אפיס אינערהאלב דעם פריסינקט ווי גאר מושטירטע דעטעקטיווס ארבעטן דארט אימערמידלעך צו טרעפן דעם שוידערליכן פארשוין. זיי האבן עקסטענדעד א אפען אינועטעישען פאר די שטארק משפחה צו אריבער קומען און זען די ארבעט פון די נאנט ווען אימער זיי ווילן. ר' יוצי זאגט אז ער איז שוין כמה פעמים אריבער געגאנגען און ער קען עדות זאגן אז די ניפד נעמט די קעיס מיט די העכסטע מאר ערענסקייט.

לויטווי ער גיבט איבער טוען דעטעקטיווס כסדר אפדעיטן די משפחה ווי מ'האלט און זיי רופן אים לכה"פ איינמאל אין פיר שעה. ער איז א מליון פראצענט זיכער אז מיט סייעתא דשמיא ווען מען זיי טרעפן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:50 pm

· #177068
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/152479/2014/01/17/brooklyn-ny-ny-daily-news-menachem-stark-killed-over-single-20000-debt/">http://www.vosizneias.com/152479/2014/0 ... 0000-debt/</a>
א חוב פון בלויז 20,000 $

יתרו » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:01 am

· #177070
מאכט נישט קיין סענס. צו דינגען צווי פארכאפער וואס זאלן אים נאכקוקן צוויי וואכן קאסט שוין באלד צוואנציג טויזענט דאללער.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:02 am

· #177071

פינחס מאנדעל » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:46 am

· #177085
סאונד ווי הבלים, מען הארגעט נישט פאר צוואנציג אלפים, ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס, ס'קוקט מער אויס ווי א שפיל פין די פאליציי צי פארדרייען א קאפ, אז די ריכטיגע מערדער זאלען טראכטען אז מען איז נישט אויף זייערע פיסטריט,

צי ס'אמת צי נישט, ווער ס'גלייבט עס, איז א שוטה, ס'איז הבל הבלים, פאר ווער ס'גלייבט עס האב איך די ברוקלין בריק צי פארקויפען פאר האלב פרייז, אין אויף פארקויף איך לאט'ס אויף די לבנה,

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:54 am

· #177088
איך האב געמיינט פארקויפסט חלקה אין ארץ ישראל.

משה פון ווארשע » פרייטאג יאנואר 17, 2014 6:53 am

· #177112
די פאסט שעמט זיך אפילו נישט צי שרייבן היינט אז 20,000 איז ביג באקס nypost.com/2014/01/17/police-eye-possible-suspect-in-killing-of-brooklyn-slumlord/

הילל » פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:33 am

· #177118
פינחס מאנדעל
סאונד ווי הבלים, מען הארגעט נישט פאר צוואנציג אלפים, ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס, ס'קוקט מער אויס ווי א שפיל פין די פאליציי צי פארדרייען א קאפ, אז די ריכטיגע מערדער זאלען טראכטען אז מען איז נישט אויף זייערע פיסטריט.

מען הארגעט טאקע (געווענליך) נישט פאר צוואנציג אלפים, אבער ווארענען און סטראשען טוט מען יא, און אויב אינמיטן סטראשען און דערשרעקן ווערט דער מצב קאמפליצירט, איז עס ליידער געקומען לידי הריגה. און דאס איז מסתמא ליידער געשען (און איך האב שוין עטליכע בלעטער צוריק געשריבן אז מעגליך איז דאס געשען, ווייל עס איז גרינגער אנצונעמען אז מ'איז אים נישט סתם געקומען הארגענען אפילו אויב ער איז געקומען איינעם מיליאן דאלער, ווייל איך גלייב אז יענער דארף אייביג ענדערש די געלט ווי סתם הארגענען און כבין זיכער אז נאך ערנסטע סטראשונגען וואלט ער אויפגעקומען מיט'ן געלט.).

בן תמליון » פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:56 am

· #177122
מאכט נישט קיין פינטל סענס. פאר צוואנציג אלפים פאללאוט מען נישט צוויי וואכן, אינסטאלירט א טרעקינג דעווייס אויפן קאר און נאך אלעם קינדנעפד מען אינמיטן גאס. וואס נאכדעם וועט ער איהם נאכלויפן מיט געלט אדער גיין צו פאליס? בפרט הער איך אז עס איז זיך זיי נישט געקומען די צוואנציג אלפים, די זשאב איז געווען אויסגענומען א פרייז נאר לאחר המעשה האט דער קאנטראקאטער ג'טענה'ט עס האט געקאסט מער. עפעס טויג נישט מיט דעם גאנצן געשיכטע.

איך מיין אז וויל דער קאנטראקטער איהם צופיקסן גיסט ער אריין צוקער אין מנחם'ס מאטאר, לייגט איהם צוגרינד א בילדינג און מאכט זיכער אז מנחם חאפט די מעסעדזש בעסער באצאל מיר. דאס קידנעפן פאר א חוב איז נישט וואס איז געשען.

מורינו הרב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:35 pm

· #177158
הילל

מען הארגעט טאקע (געווענליך) נישט פאר צוואנציג אלפים, אבער ווארענען און סטראשען טוט מען יא.


וואס? - האסט שוין אמאל געהערט אז מען זאל איינעם פארכאפן פאר א צוואנציג אלפים? - איז נישט רופן אין קארט ווי א מענטש ביליגער און מער סוקסעספול? - פאר אזעלכע קליינע סכומים טוט מען נישט אזעלכע זאכן.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:52 pm

· #177163
@בענדזשאמין פרענקלין האט געפענט א אשכול אין געמאכט קולות היתכן די משפחה איז נאר גרייט צו געבן א נישטיגע 25 קעי פאר דער וואס וועט איבער געבן די פארברעכער,
ווער האט געגלייבט אז די סכום וואס די משפחה איז געווען גרייט צו באלוינען איז נאכמער ווי די סכום וואס מר שטארק איז אויפציעל געווען שולדיג?
מיין גראסערי מענטש קען נעמן די לעבן פון צענדליגע מענטשען טאמער אזא סכום איז שוין חייב מיתה,

שרייבער » זונטאג יאנואר 19, 2014 8:33 am

· #177290
איך האב דעם שבת געהערט אביסל מער פרטים איבער די 20 אלפים, וואס אויב דאס איז אמת גייען מיר זיך שעמען אויפצוהייבן די פנים פאר בושה פאר די גויאישע גאס וד"ל
ווייסט איינער וואס איך רעד?
איך בין פשוט נישט אין די משפחה פון ק"פ ממילא שרייב איך נישט, איך ווייס נישט ווי ווייט אמת ס'איז, איך בין אבער געווען זיכער אז דא גייט מען רעדן דערפון, דערווייל זע איך ס'איז שטיל, שוין כ'האף ס'איז נישט אמת

ברוך שאמר » זונטאג יאנואר 19, 2014 8:47 am

· #177291
שרייבער
איך האב דעם שבת געהערט אביסל מער פרטים איבער די 20 אלפים, וואס אויב דאס איז אמת גייען מיר זיך שעמען אויפצוהייבן די פנים פאר בושה פאר די גויאישע גאס וד"ל
ווייסט איינער וואס איך רעד?
איך בין פשוט נישט אין די משפחה פון ק"פ ממילא שרייב איך נישט, איך ווייס נישט ווי ווייט אמת ס'איז, איך בין אבער געווען זיכער אז דא גייט מען רעדן דערפון, דערווייל זע איך ס'איז שטיל, שוין כ'האף ס'איז נישט אמת

אוי וויי עס האלט שוין ביי מה נאמר ומה נדבר וד"ל ?

שרייבער » זונטאג יאנואר 19, 2014 10:03 am

· #177298
מיין אישי באקס קראכט באלד פון אזויפיל אישית, נאכאמאל איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, און אויב ס'איז אמת וועט איר מן הסתם ממילא אלע וויסן, ווייל היינט איז נישטא קיין סודות.
כאמור איך האב עס געהערט שבת פון א איד וואס פארקויפט געווענליך נישט קיין לאקשן, און ער האט מיר געזאגט אז ס'איז דא צוויי נחשדים, אדער דער פוילישער קאנטראקטער אדער א אנדערער, און אז די ווען איז געווען גערעדזשיסטעט אויף יענעם'ס נאמען אויך, בקיצור דעם ביזנעס מאן פון וועם מ'רעדט כסדר, ס'איז דא אסאך רגלים לדבר, אבער אזוי ווי ס'איז נישט קאנפירמד וויל איך נישט זיין סתם א הולך רכיל און שופך דם זיין יענעם אומזיסט.
אזויפיל קען איך אייך זאגן, יענער האט אזויפיל גרויסע שונאים אז טאמער איז דא א שמץ אמת אין דעם חשד וואלט עס שוין געדארפט היינט זיין אין די נייעס, און דאס אז קיינער רעדט נאכנישט דערפון דאס מאכט מיך טראכטן אז ס'האט נישט קיין האפט, ממילא דארף איך דערווייל האלטן דאס מויל.

ואתכם הסליחה

ברוך שאמר » זונטאג יאנואר 19, 2014 10:46 am

· #177309
דאס מויל.
ואתכם הסליחה[/quote]
די מאכסט עס גיט 😛

ברוך שאמר » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:17 pm

· #177323
ברוך שאמר
דאס מויל.
ואתכם הסליחה

די מאכסט עס גיט 😛[/quote]
ב ד וו חברה גייט אריין אין ט א ט .קאם זיין ערשטע תגובה. ער פרעגט גאנץ גוט

שרייבער » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:34 pm

· #177327
אוי פרעגט ער בייסיגע קשיות

איז די קשיא באזירט אויף עפעס, אדער סתם א קושיא נוסח שאולזאהן

* The police were only contacted by the family and by Shomrim hours after his abduction, at that time Shomrim had all video footage of the abduction. Was all the video footage from shomrim given to the NYPD?

ברוך שאמר » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:39 pm

· #177328
שרייבער
אוי פרעגט ער בייסיגע קשיות

איז די קשיא באזירט אויף עפעס, אדער סתם א קושיא נוסח שאולזאהן

* The police were only contacted by the family and by Shomrim hours after his abduction, at that time Shomrim had all video footage of the abduction. Was all the video footage from shomrim given to the NYPD?

יעך ווייס נישט באט סאמטינג לאאקס פישי

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג יאנואר 19, 2014 1:02 pm

· #177336
שרייבער
אוי פרעגט ער בייסיגע קשיות

איז די קשיא באזירט אויף עפעס, אדער סתם א קושיא נוסח שאולזאהן

* The police were only contacted by the family and by Shomrim hours after his abduction, at that time Shomrim had all video footage of the abduction. Was all the video footage from shomrim given to the NYPD?


איך האף האסט נישט געמאכט קיין ברכה אויף דעם געבייסעכטץ דיינער, עס איז א וודאי ברכה לבטלה.
די מעשה איז געשעהן 11:35, געב עפעס צייט פאר די ווייב צו ווארטן ביז זי איז מחליט צו רופען די שומרים. כפי השמועה איז די שומרים אנגעקומען בערך 12:15. עס געדויערט ביז מען רעדט מיט די ווייב\ברודערס, מען פארט ארום די גאס, מען רופט אהן דעם שותף, מען גייט נאכאמאל גוט זוכען ביי די חתונה וואס ער האט נעבעך געפלאנט צו גיין. עס איז שוין איינס אזייגער און ליידער אין קול ואין עונה. מען פרובירט איבערקוקען די קעמערע פון די אפיס. מען ווארט ביז דער אפיס מענעדשזער פון מאנראו זאגט אינסטראקשענס וואיזוי צו עפענען דעם פראגרעם. למעשה זעהט מען גארנישט. מען איז מחליט אז אויב הערט מען פון אים גארנישט ביז נאך פופצען מינוט מען גייט זוכען די אייגענטומער פון אנדערע קעמערעס אויפן גאס.
עס גייט פארביי די פופצען מינוט ואין קול ועונה. מען ווערט שנעל געוואויר ווער די אייגענטומער איז פון די קעמערעס וואס זענען דא אינדערויסען. יעצט פאנגט זיך אבער אהן א נייער יריד. מען דארף אנרופען די אייגענטומער נאך 1:00 ביינאכט. מען רופט אויף דעם סעל כדי נישט אויפצווועקן די גאנצע משפחה. אבער עס גייט גראד צו וואויסמעיל. מען רופט דעם לענדליין, דער בעל הבית פאנגט אהן מיט טענות אז זיי זענען אינגאנצען משוגע צו פארלאנגען די קעמערעס ווען א אינגערמאן פעלט פאר אנדערטהאלבן שעה. ארי בדרך, שחל בדרך, שרייט ער. איך גיי נישט קריכן אין אזא שניי שטורעמדיגע וועטער 1:30 ביינאכט פאר אזא פאנטאזיע. בקיצור צום סוף רופט ער זיין ארבעטער. דער ארבעטער זאגט אז ער איז מסכים אריבערצוגיין. ער איילט זיך מוראדיג און ביז פופצען מינוט איז ער שוין אויפן וועג.
מאך דעם חשבון וויפיל אזייגער עס איז שוין יעצט. לייג צו ווילאנג עס געדוירט פאר דעם ארבעטער זיך צו דערמאנען וויאזוי צו אפערעיטן דעם playback, און זאג מיר צו עס איז נישט קיין חידוש גדול אז אויף 2:30 האבן זיי שוין געמאלדן די פאליציי.

נישט אלע איינצעלהייטן זענען דוקא כפי המעשה שהיה. איך בין פשוט משער אביסעלע וויאזוי זאכן ארבעטן אין Real Life.

ברוך שאמר » זונטאג יאנואר 19, 2014 1:15 pm

· #177339
שרייבער
אוי פרעגט ער בייסיגע קשיות

איז די קשיא באזירט אויף עפעס, אדער סתם א קושיא נוסח שאולזאהן

* The police were only contacted by the family and by Shomrim hours after his abduction, at that time Shomrim had all video footage of the abduction. Was all the video footage from shomrim given to the NYPD?

זאג איהם אז ער פרעגט ליידער מער פון איין בייסיגע קושיא 👍

נאטרוליסט » מאנטאג יאנואר 20, 2014 12:03 am

· #177582
רוב קשיות פון TOT זענען גאנץ שטארק. אבער א חלק קשיות זענען איינפאכע שטותים און סטרעטשט האר.

א משפחה מיטגליד האט מיר היינט געזאגט אז אלע באריכטן פון די ווען וכו' זענען אומבאשטעטיגט.
ווי מער איך גריבל, ווי מער איך ליין דערפון ווערט די מיסטעריע גרעסער און טיפער און מער פארנעפלט!

ברוך שאמר » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:07 am

· #177644
נאטרוליסט
רוב קשיות פון TOT זענען גאנץ שטארק. אבער א חלק קשיות זענען איינפאכע שטותים און סטרעטשט האר.

א משפחה מיטגליד האט מיר היינט געזאגט אז אלע באריכטן פון די ווען וכו' זענען אומבאשטעטיגט.
ווי מער איך גריבל, ווי מער איך ליין דערפון ווערט די מיסטעריע גרעסער און טיפער און מער פארנעפלט!

נא נא מיר האלטן אז ריבם ככולם סאמטינג איז פישי

שעפטל » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:49 pm

· #177826
אקעי נישטא נייעס! גוט, וועלן מיר צוריקקומען שפעטער...

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:06 pm

· #177846
כ'הער די גאס שליקערצט מיט א טענה.
אז ביז מ'האט געהאלטן ס'איז עפעס א פולישער מאפיאנער איז קול מבשר געווען פול אפדיעטעט, יעצט אז מ'שמעקט שוין עפעס היימישע הענט דערין, פלוצלינג האט מען נישט געוואלט הארגענען.. ס'האט זעך..
אינטערעסאנט ביי יענעם זאגט מען נישט אזוי, דא איז עפעס שטיל געווארן די היימישע קוועלער.. מ'ווייסט נישט מ'האט נישט געוואלט, ס'בעסער נישט צו רעדן..
וואס איז געשען פלוצלינג שעפעלעך..?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:31 am

· #177892
מנשה לוסטיג
כ'הער די גאס שליקערצט מיט א טענה.
אז ביז מ'האט געהאלטן ס'איז עפעס א פולישער מאפיאנער איז קול מבשר געווען פול אפדיעטעט, יעצט אז מ'שמעקט שוין עפעס היימישע הענט דערין, פלוצלינג האט מען נישט געוואלט הארגענען.. ס'האט זעך..
אינטערעסאנט ביי יענעם זאגט מען נישט אזוי, דא איז עפעס שטיל געווארן די היימישע קוועלער.. מ'ווייסט נישט מ'האט נישט געוואלט, ס'בעסער נישט צו רעדן..
וואס איז געשען פלוצלינג שעפעלעך..?

היימישע אידן מאכן סך הכל ל"ג בעומר פייערס ביי יענעם אויפן פארטש פירע פארטאגס

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:04 pm

· #178124
שאאאאא שטיל!
מ'האט געקייטעלט היינט אפאר קארפן קעפ אינערהאלב דעם היימישער געמיינדע אינעם עיר הנידחת.
ווייסט טאקע קיינער נישט צו פארציילן אדער איר ווילט מער נישט דערציילן..

מורינו הרב » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:16 pm

· #178130
מנשה, אויב איז עס נישט אמת, ביסטו א 'איך וויל נישט זאגן' וואס.

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:18 pm

· #178131
און טאמער יא!

מורינו הרב » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:24 pm

· #178135
איך האב נאר גערעדט פון 'טאמער נישט'.

גאלד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:36 pm

· #178141
אלס והייתם נקיים, שלא יאמרו הבריות אז אני הקטן "גאלד" איז אויך אין די געהיימע קאנספיראציע וואס פרובירט צו פארהוילן די א"ג ארעסט פון היימישע אידן,
שפיר א חיוב צו מכריז זיין קבל עם, אז די אורזאך פון מיין שטיל שווייגעניש איז אך ורק ווייל איך ווייס נישט פון אזא זאך צו זאגן,

א לייק איז ווי א הסכמה,

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:29 pm

· #178316
יעצט הער איך שוין, אז איינער פון די מגידי עתידות האבן געלאזט פאלן ווערטער, אז מ'וועט זיין געפלעפט, סורפרייזט, ווען מ'וועט געוואויר ווערן ווער עס האט עס געטון..
נו, פארוואס האט מען דאס נישט געהערט א צוויי וואכן צוריק??

elter-zeide » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:48 pm

· #178323
פאר וואס האט ער דאס נישט מגלה געווען ביפאר דע לעצטע שניי? וואלט זיך דע גאנצע מעשה זיך נישט אנגעהויבן,

יעקעלע חכם » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:26 am

· #178361
ווארט נאר ווארט...
אויב גייט מען הערן און צוויי וואכן ארום אז עפעס א סקווערער איז אינוואלווד געווען, גייט מנשה בויען אזא קאווער אפ... אוי גייט ער אנפאנגען צו ספינען... ס׳געווען,געמיינט,נישט געוואלט,טעות...

עס האט דאך אבער פאסירט און וויליאמסבורג, און שטארק איז א סאטמערער משפחה, האפט דער מנשה אז עפעס סאטמערער יודן זענען אינוואלווד, קאכט ער שוין א גאנצער קאשע.

מנשה׳לע אויב וואלט מען ארעסטירט א האלבע חסיד און פארדאכט אינעם פארכאפונג פון דעם שטארק ע״ה וואלט עס די פאוסט צושמירט אויף זייער וועב סייט דריי מינוט דערנאך...

אויב די קאכסט קאשעס און די באקסט מעשיות און די פראבירסט צו Fryען עפעס א סאטמערער און די מעשה, דארפסטו זעהן אז די פאוסט זאל מיט דיר קאפערירן...

נא עפעס א סקווערער לעלא איז זיכער גוט מיטן פאוסט, זעה ער זאל אריינווארפן א גוט ווארט...

ביי דעי וועי איך ליין יעצט אז און סקווער האט מען ארעסטירט עפעס א שיינעם יוד פארן באבערן יונגעלעך, דאס ריפארט שוין יא די צייטונג, און פלוצלינג זענען די עסקנים דארט שטול געווארן... קענסט אינז אפדעיטן מיט די פרטים מנשה׳לע?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:58 pm

· #178540
די פרטים שטייען דא. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2847">viewtopic.php?f=24&t=2847&start=100</a><!-- l -->

און איך פרעג צוויי שאלות שוין, און ס'דא קלארע תירוצים, ס'איז א שאלה ווען מ'וועט ברעכן די אייז און ארויסגעבן די פרטים, אבער איך וועל עס נישט שרייבן ווייל איך שרייב נישט יענעמס קאראפשען.
די סאטמארע לשון הרע זאלט עטץ אליינס פארציילן, איינער שרייבט מיר, אז איך בין א שונא ישראל, איך האב דווקא ליב יודען, נישט די וואס פאר'רופן זיך כלל ישראל און לייקענען אין אלע צדיקי הדור, און שפעטען פון אלע מנהיגים.
ס'איז דא פאקטן, און נישט איך דארף עס דא פארציילן.

איך פרעג אבער יעצט צוויי שווערע שאלות.

שאלה איינס:
קול מבשר איז שטיל געווארן, די עסקנים מוטשען שוין נישט די וועלט צו ברענגן ברעקלעך ידיעות, בלויז משפחת שטארק זיצט מיט די דעטעקטיווס און האלטן די מויל פארמאכט..
שאלה צוויי:
דער ליפא ברייער וואס איז געשטארבן אפאר וואכן צוריק, מהי סיבת מותו? ווער האט עהם אוועקגעלייגט אין בעט פון ווי ער איז מער נישט אויפגעשטאנען?

ס'נישט קיין תיקי, ס'דא די תירוצים, און די מדברי לשון הרע ומחרפי כל הקדוש לנו, זאלן 'יעצט' עפענען די מויל און רעדן.. דער עולם איז 'טויט' נייגעריג..

מ גפני » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:04 pm

· #178544
מנשה לוסטיג
די פרטים שטייען דא. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2847">viewtopic.php?f=24&t=2847&start=100</a><!-- l -->


שאלה צוויי:
דער ליפא ברייער וואס איז געשטארבן אפאר וואכן צוריק, מהי סיבת מותו? ווער האט עהם אוועקגעלייגט אין בעט פון ווי ער איז מער נישט אויפגעשטאנען?

די משפחה זאגט ער איז געשטארבן פון א נאטורליכע טויט, נישט געכאפט קיין שום מכות

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:22 pm

· #178550
יא יא דאס ווייסן אלע אז די משפחה זאגט אזוי, זיי האבן אינמיטן די שבעה שוין געמאכט זיכער אז ס'ווערט שטיל.
און אויך שטארק משפחה וועט טון דעם נארישקייטן און שווייגן צוליב פאליטישע חשבונות??

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:27 pm

· #178553
That motzai shabbos right after the levaya on Zev Brenner someone called in and said "what's going on with us? first Leiby Kletzki, then R' Elazar Abuchatzera?" No one had any idea why he assumed it was a heimishe thing. I wonder where he got his info from

מורינו הרב » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:37 pm

· #178556
פארוואס זענען מיר אזוי אומצופרידן פון זיך, אז מען פראבירט אויף אלע קאסטן צו זאגן אז עס איז געווען א היימישע זאך (עיין ערך איחוד ומנשה לוסטיג, ועוד)? פארוואס קומען היימישע יונגעלייט און זוכן אוועקצושטעלן אן עומדנא און פראבירן אריינצוזעצן בדוחק אז עס איז יא היימישע. וואס שטיפט דעם עולם אריינצולייגן א מעסער אין די אייגענע הארץ?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:47 pm

· #178559
לדעתי איז דאס אלעס די דין גרמא פון ביזוי תלמידי חכמים, און ווילאנג מ'וועט נישט דערהערן דעם מסר, וועט מען ליידער אלץ זאגן, עה, ס'איז א מקרה
די זעלבע וואס זענען מטמא זייער מויל מיט חירופים וגידופים קעגן די צדיקי הדור, די זעלבע וועלן צאלן א פרייז.
ליידער דערווייל איז די חרון אף געפאלן אויף אומשולדיגע, און לאמיר האפן אז מ'וועקט זיך אויף פון די 'דינייאינג דרים'

שעפטל » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:48 pm

· #178560
אז ס'נישטא קיין נייעס מאכט מען נייעס...

מורינו הרב » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:49 pm

· #178561
מנשה לוסטיג
לדעתי איז דאס אלעס די דין גרמא פון ביזוי תלמידי חכמים, און ווילאנג מ'וועט נישט דערהערן דעם מסר, וועט מען ליידער אלץ זאגן, עה, ס'איז א מקרה
די זעלבע וואס זענען מטמא זייער מויל מיט חירופים וגידופים קעגן די צדיקי הדור, די זעלבע וועלן צאלן א פרייז.
ליידער דערווייל איז די חרון אף געפאלן אויף אומשולדיגע, און לאמיר האפן אז מ'וועקט זיך אויף פון די 'דינייאינג דרים'


וואס?

איך אויך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:50 pm

· #178562
עסקן בדברים
That motzai shabbos right after the levaya on Zev Brenner someone called in and said "what's going on with us? first Leiby Kletzki, then R' Elazar Abuchatzera?" No one had any idea why he assumed it was a heimishe thing. I wonder where he got his info from


וואס?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:51 pm

· #178563
האסט א לאנגע נאז..
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26