☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:23 pm

· #173692
נאר,,פרייליך
כתר מלכות
אלס א זאלי גיי איך פארענטפרן הגה״צ אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, ער האט נישט מבשר געווען קיין בשורה רעה, יעדער האט עס ממילא געוואוסט, ער האט סך הכל מעורר געווען לתשובה.

שיינע זאך,
זאל'ס זיין לעילוי נשמתו
א הסבר פון א צד לסטרא אחרא דילי' איז ניש קיין קלייניגקייט

וואס איז עס אזא גרויסע זאך? ס'האט עפעס צוטון מיט א פארטיי ? וואס ס'איז אמת איז אמת

בן תמליון » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:37 pm

· #173696
ר אלבערט פרידמאן פונעם צייטונג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט, פרעגנדיג פארוואס די NYPD פרובירט מיט אלע כוחות באשמוצן ר' מנחם הי"ד. ער פרעגט צו דער נפטר האט אפשר נישט נכנע געווען צו קארופטירטע מאכטפולע אינטערעסן וואס האט איהם געקאסט דאס לעבן, און די אוטאריטעטן ווייסן און ווילן עס באגראבן.

<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/01/05/statement-de-tzeitung-ny-post-dragging-us-back-tale-two-cities/">http://jpupdates.com/2014/01/05/stateme ... wo-cities/</a>

בן תמליון » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:39 pm

· #173698
אגב אורן יניב, דער דעילי ניוס ריפארטער, האט געשריבן אויף טוויטער, אז דער פאסט זאפטיג לשון הרע מכלומרשט באקומען פון פאליס איבער אן ארעסט איבער טאטשן א קינד איז א פאבריקאציע. ער וועט האבן א באריכט אינדרויסן היינט שפעט אדער מארגן אינדערפרי

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 6:43 pm

· #173699
אקעי גענוג געווען פליס יעדער זאל זיין שטול און זיך נישט רייצן מיט קיינעם דו ביסט אין גלות קיינער רעכנט זיך נישט מיט דיר ווער עס וויל לאכט פון דיר און פערטיג קענסט שרייבן וויפיל סטעיטמענטס דו ווילסט מ'האלט זיך נאר אונטער מיט דעם קיינער שרעקט זיך נישט פאר דיר

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:01 pm

· #173703
בן תמליון
אגב אורן יניב, דער דעילי ניוס ריפארטער, האט געשריבן אויף טוויטער, אז דער פאסט זאפטיג לשון הרע מכלומרשט באקומען פון פאליס איבער אן ארעסט איבער טאטשן א קינד איז א פאבריקאציע. ער וועט האבן א באריכט אינדרויסן היינט שפעט אדער מארגן אינדערפרי

דער אורן יניב איז, דוכט זיך, גווען דער "אנטיסעמיט" אין די נ.וו. פרשה. גדענק איך גוט?
דער נעכטיגער אנטיסעמיט איז דער היינטיגער פרייהייט קעמפער...

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:01 pm

· #173704
גאנצל
אקעי גענוג געווען פליס יעדער זאל זיין שטול און זיך נישט רייצן מיט קיינעם דו ביסט אין גלות קיינער רעכנט זיך נישט מיט דיר ווער עס וויל לאכט פון דיר און פערטיג קענסט שרייבן וויפיל סטעיטמענטס דו ווילסט מ'האלט זיך נאר אונטער מיט דעם קיינער שרעקט זיך נישט פאר דיר

ווי איך האב שוין געשריבן,קומט גלות דא נישט אריין.

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:03 pm

· #173705
דער פאסט פארענטפערט זייערע ''באריכט'' ווען זיי ווייסן גאנץ גוט אז דער גרעסערע חלק פונעם אויפברויז איז אויף זייער ''העדליין'' !!

בשבילי! » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:15 pm

· #173707
איינער האט אריינגעקאלט צום פאוסט אז ער ער האט געזען דעם פאוסט פון היינט און אזוי ווי ער איז אן אנטיסעמיט וויל ער באשטעלן דעם פאוסט פאר איין יאר, און ער וויל וויסן דעם פרייז. זי פרעגט אים זיין זיפ קאוד און ער פרעגט איר צו ער וועט טאקע באקומען אלע אנטיסעמיטישע גוטע ארטיקלען קעגן אידן, ער וויל וויסן צו אלעס איז אינקלודיט אין דעם פרייז... און זי ענטפערט יא! נאכדעם זאגט ער איר א שכוח און אז ער האט איר אפגעטעיפט.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:19 pm

· #173710
גאנצל
אקעי גענוג געווען פליס יעדער זאל זיין שטול און זיך נישט רייצן מיט קיינעם דו ביסט אין גלות קיינער רעכנט זיך נישט מיט דיר ווער עס וויל לאכט פון דיר און פערטיג קענסט שרייבן וויפיל סטעיטמענטס דו ווילסט מ'האלט זיך נאר אונטער מיט דעם קיינער שרעקט זיך נישט פאר דיר

אפשר סטאפט מען שוין מיט די גלות ב"ש? איך בין נישט בעד אדער נגד די קאמאנדווען דא, כ'ווייס נישט, אבער יעדע מאל איינער הייבט אן צו מאכן אביסל נויז איבער אן אומרעכט קומען די גלות חברה ארויס פון די לעכער. מעג מען נאר פראטעסטירן אין מאנהעטן ווען דיר געפעלט? אדער נאר קעגן ציונים. ביי ציונים זעמער נישט אין גלות? שדפ"א!

כתר מלכות » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:20 pm

· #173711
געפילטע פיש

וואס מיינט שדפ״א ?

גאנצל » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:27 pm

· #173712
געפילטע פיש
גאנצל
אקעי גענוג געווען פליס יעדער זאל זיין שטול און זיך נישט רייצן מיט קיינעם דו ביסט אין גלות קיינער רעכנט זיך נישט מיט דיר ווער עס וויל לאכט פון דיר און פערטיג קענסט שרייבן וויפיל סטעיטמענטס דו ווילסט מ'האלט זיך נאר אונטער מיט דעם קיינער שרעקט זיך נישט פאר דיר

אפשר סטאפט מען שוין מיט די גלות ב"ש? איך בין נישט בעד אדער נגד די קאמאנדווען דא, כ'ווייס נישט, אבער יעדע מאל איינער הייבט אן צו מאכן אביסל נויז איבער אן אומרעכט קומען די גלות חברה ארויס פון די לעכער. מעג מען נאר פראטעסטירן אין מאנהעטן ווען דיר געפעלט? אדער נאר קעגן ציונים. ביי ציונים זעמער נישט אין גלות? שדפ"א!

אקעי נישט גלות ביסט סתם אזוי נישט ביי דיר אינדערהיים מ'לאכט פון דיר אין די פויסטן מ'קוקט נישט אויף דיין זייט און .. צו ווילסט דעס הערן צו נישט מ'האט דיך בכלל נישט ליב דא און די פלאץ ווי דו ביסט נישט קיין נפק"מ ווי אזוי דו ווילסט עס אנרופן

פראטעסטירן אין מאנהעטן איז א גאנצע צווייטע דערהער ווי שיקן מעסעדזעס פאר nypd און זיך רייצן מיט די מענטשן וואס האלטן דיך דא אויף ווער האט דיך געפרעגט ווי אזוי איך זאל אנפירן מיינע אקטיוויטעיטן זיי שטול מיט דיין חוצפה דאס טראכטן די nypd און לאכן זיך אונטער א גוטס אויף די אומבאהאלפענע שעפעלע

מאנדלבאום » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:33 pm

· #173714
געפילטע פיש
גאנצל
אקעי גענוג געווען פליס יעדער זאל זיין שטול און זיך נישט רייצן מיט קיינעם דו ביסט אין גלות קיינער רעכנט זיך נישט מיט דיר ווער עס וויל לאכט פון דיר און פערטיג קענסט שרייבן וויפיל סטעיטמענטס דו ווילסט מ'האלט זיך נאר אונטער מיט דעם קיינער שרעקט זיך נישט פאר דיר

אפשר סטאפט מען שוין מיט די גלות ב"ש? איך בין נישט בעד אדער נגד די קאמאנדווען דא, כ'ווייס נישט, אבער יעדע מאל איינער הייבט אן צו מאכן אביסל נויז איבער אן אומרעכט קומען די גלות חברה ארויס פון די לעכער. מעג מען נאר פראטעסטירן אין מאנהעטן ווען דיר געפעלט? אדער נאר קעגן ציונים. ביי ציונים זעמער נישט אין גלות? שדפ"א!

ביזט געלאדנט אויסרופן קריג קעגן אלע אנטיסעמיטן, זיג איז פארזיכערט!...

ערנסט גערעדט,
איינער רעדט פון אידישן שטאנדפונקט?...נו נו, בייס אים אריין וויפיל דו קענסט גולעס שמולעס...
אבער וואו איז דאס שכל, און דאס ריאליטעיט? קען מען דען איינשלינגען דעם ים הגדול?... ס'איז דאך א געלעכטער, ווי יונגל סטראשעט דעם באבן...
ליידערף אבער א פאקט, א שאד די מיה. ס'פאסט נישט, אמת, אבער דאס איז.

#גאנצל האקט...

מאנדלבאום » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:44 pm

· #173718
[ציטאט אראפגענומען]

קיין חידוש נישט, זיינע חברים זענען די גויים און נישט די אידן.
ער וועט אפשר אויף יוצא זיין אפמורמלען א התנצלות לחש, וואס וועט ענדרעש זיין מער חוזק.

הילל » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:44 pm

· #173719
איך פארשטיי די פראסטרעישען קעגן די פאוסט און עס איז גוט אז זיי באקומען היץ, און הלוואי זאלן זיי נעקסט טיים מער אכט געבן וואס זיי שרייבן, אבער איך האלט נישט למעשה אז מען גייט דא עפעס אויפטון. איך האלט אז אויב זיי וואלטן געוואוסט פון פאראויס די גאנצע יעצטיגע איבערקערעניש וואלטן זיי עס אויך געטון, און וואלטן עס נאכמאאל טון ווייל זיי זענען זיך מחיה אז עס טוט זיך אויף טישן און אויף בענק מיט זייער צייטונג. אין בעסטן פאל וועלן זיי לייגן אן אנטשולדיגונג (אפילו דאס איז אינגאנצן נישט די סטייל פון דעם "פאוסט"), אבער אחרי ככלות הכל וועט זיך עס זיכער האבן געלוינט פאר זיי און די רעפארטערס פון די געשיכטע וועלן נאך אפשר באקומען א באנוס. אויב איינער מיינט אז דאס וואס מען זאגט "בעד פאבליסטי איז סטיל פאבליסיטי" איז בלויז א דזשאוק, האבן א גרויסן טעות און ווייסן נישט אז עס איז הונדערט פראצענט אמת, און צייטונגען ווינטשן זיך באמת דאס צו האבן.
נאך א פוינט וואס מ'מעג אפשר נעמען אין באטראכט. עס איז אפשר גוט צו פראטעסטירן און אויסרוקן דעם שארפסטן קול מחאה, ווייל מיר האבן אלע רעכטן צו זיין זייער פארווייטאגט אויף זייער פרעכע שפראך, אבער דאך זאל מען אפשר נישט איבערדרייען די וועלט מיט צופיל סטראשונגען און אקציעס וואס קענען איבערציען די שטריקל, ווייל למעשה ווילן מיר זיי נישט מאכן פאר גרעסערע שונאים ווי זיי זענען , און מען וויל נישט אז זיי זאלן פון היינט און ווייטער זיכער מאכן צו טרעפן "לעגיטימע" נעגאטיווע סחורה און דעמאלט עס באשמירן אויף אלע זייטן. עס איז אויך נישט שלעכט אז זיי זאלן אמאל בטעות אויך קענען האבן עפעס אן ארטיקל וואס נעמט זיך יא אן לטובת אידישע אישוס, ווי זיי האבן געשריבן ביי די דיסקרימינאציע געזעצן קעגן היימישע געשעפטן און מציצה בפה, אבער אויב וועלן זיי שפירן אז מען האט איבערגעצויגן דעם שטריקל (אפילו מיר זענען גערעכט) וועלן זיי אונז מער נישט ציווארפן קיין ביינדל און אפשר נאר ווערן מער אגרעסיוו ווען זיי טרעפן עפעס נעגאטיוו אויף אונז.
נאכאמאל, איך בין פונקט אזוי בייז אויף זייער מיאוס'ע באשרייבונג, נאר ווען די מאמענט פון כעס איז געענדיגט דארף מען קוקן אויף דעם גרעסערן בילד. וואס איז יעצט למעשה די גרעסטע טובה וואס קען ארויסקומען פון אלע פראטעסטן און שטיקלעך וואס מיר וועלן זיי אפטון? א געצווינגענע און האלב-קאלטע אנטשולדיגונג. און וואס ווייטער? גארנישט! ווידער קעגן דעם דארף מען זיכער מאכן אז מיט איבערגעטריבענע ווילדע מעשים (ווי פאוני קאלס, בויקאטירונגען, וכדומה) טוט מען זיי נישט אוועקשטופן נאך ווייטער אוועק אז זיי זאלן נאר מער זוכן שמוץ אויף אידן אין יעדע געלעגנהייט און עס באשמירן מיט נאך מער שמאלץ, אין צייטן ווען עס וועט אפשר יא זיין האלב לעגיטים.

איינער » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:52 pm

· #173723
בן תמליון
ר אלבערט פרידמאן פונעם צייטונג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט, פרעגנדיג פארוואס די NYPD פרובירט מיט אלע כוחות באשמוצן ר' מנחם הי"ד. ער פרעגט צו דער נפטר האט אפשר נישט נכנע געווען צו קארופטירטע מאכטפולע אינטערעסן וואס האט איהם געקאסט דאס לעבן, און די אוטאריטעטן ווייסן און ווילן עס באגראבן.

<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/01/05/statement-de-tzeitung-ny-post-dragging-us-back-tale-two-cities/">http://jpupdates.com/2014/01/05/stateme ... wo-cities/</a>

ער ברענגט ארויס מיין פונקט זייער גוט, איך האף אז די גרודער וועט מאכן זיכער אז די פאליציי נעמט די אויספארשונג זייער ערענסט.

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:53 pm

· #173725
הלוואי, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז זיי זאלן האבן געלייגט דעם נפטר בלויז 2 בלאקס פון ווי זיי וואוינען!

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:55 pm

· #173726
אגודת ישראל האט יעצט פארדאמט דעם פאסט

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 7:55 pm

· #173727

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:05 pm

· #173731
הייסט עס ס'יא געווען ער?!

חביבי » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:08 pm

· #173733
פארוואס מעלדן די אידשע נייעס אגענטארען גארנישט וועגן דעם

פיש כאפער » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:10 pm

· #173735
[ציטאט אראפגענומען]

דא האסטו די מקור פונעם בילד.
<a class="postlink" href="http://www.patheos.com/blogs/yimcatholic/2013/03/my-minvan-burned-up-today-the-present-moment-holds-infinite-riches.html">http://www.patheos.com/blogs/yimcatholi ... iches.html</a>

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:12 pm

· #173736
מאנדלבאום
ביזט געלאדנט אויסרופן קריג קעגן אלע אנטיסעמיטן, זיג איז פארזיכערט!...

ערנסט גערעדט,
איינער רעדט פון אידישן שטאנדפונקט?...נו נו, בייס אים אריין וויפיל דו קענסט גולעס שמולעס...
אבער וואו איז דאס שכל, און דאס ריאליטעיט? קען מען דען איינשלינגען דעם ים הגדול?... ס'איז דאך א געלעכטער, ווי יונגל סטראשעט דעם באבן...
ליידערף אבער א פאקט, א שאד די מיה. ס'פאסט נישט, אמת, אבער דאס איז.

#גאנצל האקט...

געפילטע פיש
איך בין נישט בעד אדער נגד די קאמאנדווען דא, כ'ווייס נישט

ממילא רעד איך נישט דוקא וועגן דעם ספעציפישן פאל, נאר דאס אז אנהענגער פון א געוויסע קרייז, וואס איך וויל נישט פורט בשמם זיין, רופט זיך אן די התגרות באומות\גלות סלאגאנען ווען ס'קומט זיי אויס באקוועם, און ווען נישט וועלן זיי זיין די העכסטע קולות מחאה במחנה, דאס האט מיר געגרידזשעט.

אבער אויב ווילסטו דוקא יא רעדן וועגן דעם פאל, איז אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן אז די פאוסט האט גארנישט ספעציעל קעגן אידן, חרדים, אדער חסידים. זיי וואלטן געלייגט די זעלבע העדליין ווען ס'וואלט געווען א איטאליענער גלח, מוסלמענער אימאם, אדער שווארצע וואטעווער. זיי הערן האלבע ווערטער סלאם לארד, שעידי ביזנעס און זיי האבן שטאף אויף וואכן. יענער איז געשטארבן? געהארגעט? הכל ריווח, ס'גיט נאר צו צו די סענסעישנאליזם. ממילא די שאלה אויב מ'דארף שרייען? אוודאי דארף מען שרייען! אבער וואס וועקסטו זיך אויף יעצט? וואו ביסטו געווען ווען זיי האבן געמאכט יעדע שווארצע פאר א מאלפע? אדער יעדע מוסלים פאר א טערראריסט? ווען זיי האבן געשאסן די אבאמאקעיר מאלפע האסטו זיך געפרייעט, און ווען זיי האבן "געוויזן" אז יעדע אראבער וויל זיך אויפרייסן אויף גראונד זערא האסטו מיט געשטומט. יעצט ביסטו די קרבן ווילסטו יעדער זאל זיך פאר דיר אננעמען?

איינער פון די וואטסעפפ דרשנים האט געזאגט גוט פאר א טשעינזש, ווער געדענקט נאך ווען די NYPD האט געשאסן גדעון באש ע"ה, די עולם איז געווארן אויפגעברויזט, פאליס ברוטאליטעט, trigger happy, מ'האט פראטעסטירט, פרעסס קאמפרענסען. די NYPD טוט דאס שוין יארן פאר שווארצע און אנדערע מינאריטעטן, די טריגגער העפפינעס האט זיך נישט היינט אנגעהויבן? יעצט שרייעסטו? נישט נאר דאס, ווען על שארפטאן קומט קיין בארא פארק צו פראטעסטירן באש'נס בלוט צוזאמען מיט דיר האט מען עם פארטריבן מיט קולות, מ'וויל מיט דעם שווארצער אפילו נישט פראטעסטירן צוזאמען.

אז מיר נעמען זיך נישט אן פאר אנדערע, מאנכע קענען זיך נאך פרייען ווען א כינעזע פאמיליע ווערט אויסגעשאכטן הארט נעבען בארא פארק, "זאלן זיי אלע צוריק גיין קיין כינע" האט מען געהערט, האסטו נאך די חוצפה צו עקספעקטן סימפאטיע ווען עפעס געשעהט צו דיר?

ס'איז הויך צייט צו מאכן א חשבון הנפש איבער אונזער התיחסות צו אונזערע שכנים, די חינוך וואס מיר גיבן אונזערע קינדער, לאמיר זיין בעסער ווי זיי, נישט ווי די חלק וועלט וואס איז געשטאנען גלייכגילטיג און צוגעקוקט די שחיטות פון אנדערע כאילו מ'מיינט נישט זיי, נאר צו זיין א אור לעמים, להראות העמים והשרים את יפינו, לאמיר זיך פירן מענטשליך נארמאל, ציוויליזירט.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:15 pm

· #173739
Alex Gurvitz
Person of interest
not a suspect at all at this point
Untitled-1.jpg

איינער » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:15 pm

· #173740
[ציטאט אראפגענומען]

געפיקסט

הילל » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:20 pm

· #173743
געפילטע פיש, אפילו איך האלט אויך אז מען דארף נישט איבערדרייען, קומט אבער נישט אריין דיין טענה אז "וואו זענען מיר ווען מען טוט עוולות פאר אנדערע?". מען טאר דען נישט שרייען און ווייטיגן ווען מען האט בא'עול'ט אונזערס א ברודער? און שווארצע פראטעסטירן דען ווען מען שיסט א ווייסן? און ווייסע שימפן ווען מען באהאנדלט שלעכט א מוסולמענער? אפשר האסטו אויך טענות אויף איינעם ואוס נעמט זיך קאמפיינען קעגן ביקסן נאכדעם וואס זיין ברודער איז געשאסן געווארן, ווייל היתכן ווען אנדערע זענען געשאסן געווארן איז דיך גארנישט אנגעגאנגען?
כך הוא דרך העולם .

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:22 pm

· #173744
@ES053: BREAKING; police just arrested Alex Gurvitz after he was caught trying to flee the country!

פיטומי מילי » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:25 pm

· #173745
דא
📎 image.jpg

מ גפני » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:26 pm

· #173747
פיטומי מילי
@ES053: BREAKING; police just arrested Alex Gurvitz after he was caught trying to flee the country!

duplicated

חביבי » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:37 pm

· #173750
קול העולם האט יעצט געמאלדען אז מען האט עם ארעסטירט אין פארבינדאג מיט די מערדעריי
זעט אויס אז עס איז שוין קאנפירמט

יואליש » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:39 pm

· #173752
[quote="פיטומי מילי"]דא[/quoteZ]

דאס בילד פונעם ארעסט איז פארפירעריש און קומט פון דא.

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/mob-fearing-witness-testifies-30-years-old-gambino-gang-slay-article-1.1288115">http://www.nydailynews.com/new-york/mob ... -1.1288115</a>

מאן דאמר » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:40 pm

· #173753
אין JFK איז שוין טונקל אפאר שטונדן

חביבי » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:45 pm

· #173754
מאן דאמר
אין JFK איז שוין טונקל אפאר שטונדן

סא וואט
זיי מעלדן קיינמאל נישט גלייך ווען זיי ארעסטירען איינעם זיי ווארטען צי ביז זיי פארשען אויס אא׳׳ו

בעל הבית » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:59 pm

· #173757
1/2: @vosiznies: New York - False Rumors Going Around that an Arrest was Made in Murder of Menachem Stark, NYPD Confirms its Not True. <a class="postlink" href="http://t.co/WykObrgKQa">http://t.co/WykObrgKQa</a> (1

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:59 pm

· #173758
YWN has been flooded with emails in the past hour claiming that a suspect has been arrested in the murder of Menachem Stark HY”D. Social media has been forwarding the rumor, with one large twitter account going as far as saying that a suspect had been arrested in JFK Airport.

YWN has spoken with highly-credible, high-ranking brass of the NYPD, and can report with certainty, that there has been no arrest as of this time. There is not even a person of interest being sought. There are hundreds of leads that detectives are working on, and many people are being interviewed and spoken to, but there is absolutely no suspect in police custody.

(YWN World Headquarters – NYC)

- See more at: <a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/208932/clarification-no-arrest-made-in-murder-of-menachem-stark-850pm-et.html#sthash.dUSQScMN.dpuf">http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... QScMN.dpuf</a>

בן תמליון » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:04 pm

· #173759
פאסט האט יעצט ארויסגעלייגט אן ארטיקל באשרייבן אליין די מערכה קעגן זיי. זעט אויס מיר גייען אין א גוטן ריכטונג, לאמיר האפן זיי וועלן מארגן אינגאנצן אפאלאזשייזן.

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/05/post-report-on-slain-slumlord-draws-harsh-criticism/">http://nypost.com/2014/01/05/post-repor ... criticism/</a>

דעת תורה » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:07 pm

· #173760
הילל
געפילטע פיש, אפילו איך האלט אויך אז מען דארף נישט איבערדרייען, קומט אבער נישט אריין דיין טענה אז "וואו זענען מיר ווען מען טוט עוולות פאר אנדערע?". מען טאר דען נישט שרייען און ווייטיגן ווען מען האט בא'עול'ט אונזערס א ברודער? און שווארצע פראטעסטירן דען ווען מען שיסט א ווייסן? און ווייסע שימפן ווען מען באהאנדלט שלעכט א מוסולמענער? אפשר האסטו אויך טענות אויף איינעם ואוס נעמט זיך קאמפיינען קעגן ביקסן נאכדעם וואס זיין ברודער איז געשאסן געווארן, ווייל היתכן ווען אנדערע זענען געשאסן געווארן איז דיך גארנישט אנגעגאנגען?
כך הוא דרך העולם .

כך הוא דרך העולם, השטחי והרדוד.

אבער אודאי איז געפילטע גערעכט אזוי אויך די וואטס עפפ נאוט, מיטן שטעלן זאכן אין קאנטעקסט. איה"נ, רוב עולם ווערט געפירט פון געפילן און קענען נישט פארנעמען אביסל גראדע נקודות צו קענען אנקוקן פון א ריכטיגן פערספעקטיוו, בפרט אויב די נקודות זענען אביסעלע צו טיף, רוב מענטשן זענען נישט אינטערעסירט און נישט געאייגנט דאס צו הערן.

לאידך גיסא, נאכן האבן דעם ריכטיגן בליק, קען מען ווייטער צוריק קומען צו וואס דו שרייבסט, דאס איז א טעות וואס אסאך חכמים מאכן ביז זיי זענען נאך מער מוסיף חכמה על חכמתם און כאפן אז גם זה הבל. ווייל סוכ"ס, גערעכט אז ווען די שווארצע האבן ווען זייער "געפילטע פיש" וואס זאל זיי האלטן אין די ראמען, און אזוי אויך די אנדערע באקריוודעטע עטנישע / פאליטישע / נאציאנאלע גרופעס וואלטן געהאנדלט רואיג אין א ענליכן פאל, מתוך הבנה עמוקה אז נאר יעצט - ווען דער פראבלעם אפעקטירט זיי גופא - גייט זיי עס אן און אז דער פאוסט מיינט נישט דירעקט זיי וכו' וכו', דאן וואלטן מיר אויך געדארפט אזוי האנדלען. אבער די מינוט וואס דאס איז די געים, ברויכן מיר שפילן לויט די רולס פונעם געים.

און דערפאר פעלט אויך אויס דער געווענליכער המון עם זאל זיך קאכן אין די בתי מדרשים און אין די קאווע שטיבלעך, ווייל אויב כולנו חכמים און כולנו נבונים און עס וואלט נישט געווען קיין פוש צו טון קעגן דעם פאוסט ווייל דער עולם וואלט פארשטאנען וכו', וואלט דאך למעשה נישט גענומען געווארן קיין שריט, און אויף דעם שרייט אדמון בשביל שאני חכם (זכר) הפסדתי? בכלל וואלט דאך נישט געווען קיין עקאנאמישער ציקל לולי המשתגעים, כידוע.

בקיצור, די בעסטע זאך איז צו לאזן עולם כמנהגו נוהג און שטיין פון די זייט און זיך צוקוקן.

shem-tov » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:09 pm

· #173762
פארט פון די חבלי לידה ביזן ארעסט. לאמיר נאר האפן מען זאל נישט ווייל די קאמיוניטי ברויזט. סתם כאפן א שעיר לעזאזעל
בד"וו. דער געווירטץ, פאר די לוק אויף זיין פנים קומט זיך אים כאטשיק זעקס יאר... ר

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:20 pm

· #173767
For the record
ר' מנחם האט 7 קינדער נישט 8.

פידלער » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:27 pm

· #173770
בן תמליון
פאסט האט יעצט ארויסגעלייגט אן ארטיקל באשרייבן אליין די מערכה קעגן זיי. זעט אויס מיר גייען אין א גוטן ריכטונג, לאמיר האפן זיי וועלן מארגן אינגאנצן אפאלאזשייזן.

<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/05/post-report-on-slain-slumlord-draws-harsh-criticism/">http://nypost.com/2014/01/05/post-repor ... criticism/</a>

ווילאנג מ'רופט אים slumlord, זע איך נאך נישט זייער חרטה אדער proof פון אונזער "גוטן ריכטונג".

ממרום שלח אש » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:48 pm

· #173773
שוין לאנג נישט דא געווען, הלואי נאר אויף גוטע פאסירונגען. כוויל נאר אריינווארפן מיינע צוויי סענט.

אז מען וויל באמת אויפטון, ברויך מען צוזאמשטעלן א באריכט פון זיינע טענעטס אז ער איז נישט געווען א שלעכטער מענטש. אבער למען השם נישט רעדן בכלל פון די חסד "אין" די קאמיוניטי, עס רייצט נאר מער אויף.

איך האב נישט איבערגעליינט אלע דפים דא, אבער אין מיינע אויגן איז די העדליין נישט אזוי געפערליך, סאיז פשוט א ווערטער שפיל אויף די ווערטער פון א דעטעקטיוו אז מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן ווייל די ליסטע איז אזוי גרויס.

צוויי אנדערע חלקים אין די ארטיקל זענען פיל ערגער,

1) נאכשרייבן פון א דעטעקטיוו אז "ער איז געווען א חסיד פון וויליאמסבורג און א סקעמער" אפילו אויס דער דעטעקטיוו זאל האבן געזאגט די ווערטער שרייבט מען עס נישט נאך. עס קלינגט זייער אנטי-סעמיטיש.
2) זיי ברענגען קאמענטירער פון פעילד מעסייע אויף א וועג אז עס זאל זיך דאכטען אז דאס זענען ווערטער פון זיינע טענעטעס, עס איז א בייזוויליגע ליגענט וואס די פאוסט האט זיכער געוויסט.

ביי די וועי, אלבערטס פרעס רעליס איז זייער גוט, איך האב מורא ער איז גערעכט, אזא ארטיקל פארקלענערט פיל די פרעשער אויף די נ.י.פ.ד.

אוהב ספרים » זונטאג יאנואר 5, 2014 10:35 pm

· #173778
איך גיי נישט ארויפלייגען די ווערטער, ווייל קען זיין מען האט עס מיר נישט פונקטליך נאך געזאגט

אבער ווער עס קען מברר זיין און פאפא תלמוד תורה אין מאנסי איז דא א מלמד אין כתה ח איך וועל נישט דערמאנען כעת זיין נאמען דא, וואס האט מסביר געווען וועגען די טראגעדיע פאר די קינדער, וואס זאל איך ענק זאגען די פאוסט קען זעך פארשטעקען פאר די דבר נבלה וואס איז דארט גערעדט געווארען, און בפרט פאר קליינע קינדער

שומו שמים

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 10:42 pm

· #173779
Family of Menachem Stark Speaks Out: New York Post Cover Story Added Salt to Our Wound

<a class="postlink" href="http://www.algemeiner.com/2014/01/05/family-of-menachem-stark-speaks-out-new-york-post-cover-story-added-salt-to-our-wound">http://www.algemeiner.com/2014/01/05/fa ... -our-wound</a>

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 5, 2014 10:46 pm

· #173780
איך קען נישט נאכיאגן צו ליינען אזוי שנעל, איך האלט נאך ביי בלאט 12 און דא האלט מען שוין ביי 17, איך פיל אבער פאר וויכטיג אריינצואווארפן אפאר ווערטער, ספעציעל יעצט ווען איך זעה אז דער עולם איז אביסל אנגעווארעמט זיך אנצונעמען קבלות טובות, און גלייכצייטיג איז מען אויפגעברויזט אויפן ניו יארק פאוסט איבער זייער עקלהאפטיגע קעפל און דעקונג, פיל איך פאר זייער וויכטיג צו מעורר זיין איבער א ענין וועלכע ווייטאגט מיך גאר שטארק שוין פאר א לאנגע צייט.

מיר פארפירן אויפן פאוסט, מיר ברענען אויף פעילד שמרי' (ימ"ש) אבער אין די זעלבע צייט איז דא עמנו בבית א זייטל וועלכע איז מיט גארנישט בעסער. דער שענדליכער זייטל ווי"ן ניוס, אדער וואס איז נייעס, איז פונקט אזוי מיאוס, און אין א געוויסן זין נאך מיאוס'ער, ווייל די פאוסט ווי נישט ווי ווייסט יעדער איז א ביליגער טעבלויד וועלכער שפילט ערנסטע צייטונג, פעילד שמרי' איז לכתחילה אן אפענער אנטיסעמיט און זיין גאנצער עקזיסטענץ איז נאר דאס, פונקט ווי דער שטירמער, אבער ווי"ן ניוס, וועלכער איז אפיציעל אונזערס א זייטל, און אלע זיינע אדווערטייזערס זענען אידן, און כמעט אלע זענען אדער היימישע, אדער אזעלכע וועלכע האבן גאר אסאך היימישע קאסטומער, און דאך ברענגט ער אראפ יעדעס ברעקל שמוץ אויף יעדן היימישן איד, און גיט נאר אמאל א קוק אריין אין די קאממענטס דארטן און עס כאפט א פחד און א שרעק, איך בין נישט משיג ווי היימישע אידן ערלויבן זיך בכלל אויפצועפענען דעם זייטל.

איך וויל דא בעטן יעדן ערליכן איד, וואס די כבוד פון אידישע קינדער איז טייער ביי אים, אז ער זאל היינט אריינגיין דאס לעצטע מאל אין דעם שמוציגן סייט, זיך מאכן א ליסטע פון די אלע וואס עדווערטייזן דארט (אסאך צדקה ארגאניזאציעס אדווערטייזן דארט ליידער) און אויב איז דא דארט א ביזנעס וועמען ער האט אמאל געגעבן צו לייזן זאל יענער באקומען פון אים א פאון קאל און אים מודיע זיין אז ער וועט אים מער נישט געבן צו לייזן אזוי לאנג ווי ער אדווערטייזט אויף דעם העסליכן וועב זייטל.

און דאס זאל טאקע זיין דאס לעצטע מאל, מער זאל מען נישט ארייגיין אין זיין סייט, ווייל די איינציגסטע וועג ווי ער מאכט געלט איז דורכן ווייזן אז ער האט אסאך קליקס און אזוי באקומט ער אדווערטייזמענטס. זאל דאס טאקע זיין נאך א גוטע זאך וואס מען זאל זיך אונטערנעמען לע"נ ר' מנחם, אז מען וועט נוצן אונזער כח אויסצורייניגן טאקע אט די סארט רשעות, כאטש ביי אונז אינדערהיים. מיר קענען ליידער נישט פארריכטן דעם גוי. אמת עס איז אסאך פאן צו לויפן אין סיטי האל אדער אין בארא האלל און גיבן כבוד פאר די אלע רעדנערס וועלכע רייסן אראפ דעם פאוסט (נישט אז מען דארף עס נישט טאן, אבער דאך האלט איך אז אויסער פובליסיטי פאר די פאוסט וועט עס קיין שום פאזיטיווע רעזולטאטן נישט ברענגען) אבער טון עפעס למעשה איז שוין שווערער, פשוט ווייל עס איז נישט אזויפיל פאן, און עס פאדערט אויך אביסל אומבאקוועמליכקייט, מען דארף האלטן א חשבון ווער עס אדווערטייזט דארט און טאקע געדענקען זייי נישט צו שטיצן און זיי לאזן וויסן אז דאס איז די סיבה פארוואס מען שטיצט זיי נישט.

רבותי, לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט.

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 5, 2014 10:49 pm

· #173781
אנגעהויבן 13:50 אינטערוויאו מיט צוויי פון זיינע טענענטס.

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=youtu.be&v=XYP-lUt6O30&desktop_uri=%2Fwatch%3Fv%3DXYP-lUt6O30%26feature%3Dyoutu.be&app=desktop">http://www.youtube.com/watch?feature=yo ... pp=desktop</a>

איינער פון זיי זאגט "מסתמא די בעסטע לענדלארד איך האב נאר אמאל געהאט"

outspoken » זונטאג יאנואר 5, 2014 10:52 pm

· #173782
דא האט איר דאס אימבעדעט

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 5, 2014 11:05 pm

· #173783
A Developer Is Mourned and Vilified in Brooklyn

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2014/01/06/nyregion/a-developer-is-mourned-and-vilified-in-brooklyn.html?hpw&rref=nyregion&_r=0">http://www.nytimes.com/2014/01/06/nyreg ... egion&_r=0</a>

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 5, 2014 11:09 pm

· #173784
Murdered Brooklyn landlord Menachem Stark was ‘a good man,’ relatives say

Read more: <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/nyc-crime/murdered-brooklyn-landlord-good-man-relatives-article-1.1567157#ixzz2paWe6aIV">http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... z2paWe6aIV</a>

קאווע ברוטער » זונטאג יאנואר 5, 2014 11:11 pm

· #173785
אוהב ספרים
איך גיי נישט ארויפלייגען די ווערטער, ווייל קען זיין מען האט עס מיר נישט פונקטליך נאך געזאגט

אבער ווער עס קען מברר זיין און פאפא תלמוד תורה אין מאנסי איז דא א מלמד אין כתה ח איך וועל נישט דערמאנען כעת זיין נאמען דא, וואס האט מסביר געווען וועגען די טראגעדיע פאר די קינדער, וואס זאל איך ענק זאגען די פאוסט קען זעך פארשטעקען פאר די דבר נבלה וואס איז דארט גערעדט געווארען, און בפרט פאר קליינע קינדער

שומו שמים

און וועלעכע ת״ת פונקטליך ?
פאפא!
נו שוין

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 5, 2014 11:18 pm

· #173787
New York Post's headline on landlord's slaying angers family, friends

<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2014/01/05/us/new-york-post-headline-controversy/">http://www.cnn.com/2014/01/05/us/new-yo ... ntroversy/</a>

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 5, 2014 11:19 pm

· #173788
כ'ציטער אז מארגן גייט די NYPOST האבן די מערסטע היטס אין היסטאריע...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26