☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:39 am

· #175336
[ציטאט אראפגענומען]

סתם אזוי צו נעמען א שוידערליכע מעשה און עס אויסקוועטשן פאר פערזענליכע נגיעות? מאושר טעלעפאנס?! סתם אזוי, רעב מרגלית, אין ארץ ישראל ארבעט מען נישט. דא ארבעט מען, און מען נוצט דעריבער א אינטערנעט טעלעפאן לכתחילה, נישט ווייל מ'האט נישט קיין ברירה, נאר ווייל די תורה זאגט וברכתיך בכל אשר תעשה און דאס איז גימטריא ענדרויד און אוי עס סיקס, מיט'ן כולל פארשטייטזעך.

#כ'זאגסתם

מצטמק ויפה » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:45 am

· #175340
אזא שווערע וואך דורך געגאנגען
פון ווי זאל איך בכלל אנפאנגען
די קליינע הערצעלע מיין
קען נישט נעמען אזוי פיל פיין

איך האב דיך טאקע נישט געקענט
אבער יעצט וויינען אפילו די ווענט
אזוי פרי פון אונז זיך געשייד
מיין הארץ פאר דיר צוגייט

פאר דיר איז יעצט שוין לעכטיג און פיין
דיין נשמה ארויף אזוי ערליך און ריין
אבער אונז זעמיר דא געבליבן אליין
און דעם פינסטערן נאכט עלנד וואו א שטיין

דעם חושך האלט'ן מיר שוין נישט אויס
טאטע אין הימל נעם אונז פון דא ארויס
עס איז שוין העכסט צייט די זאלסט צו אונז קומען
און די גאולה פאר אונז באשטומען

מיר ווארטען שוין אזוי לאנג אויף דיר
קום אונז נעמען ווייל מיר קענען שוין נישט געבען א ריר
דיינע גרויסע ניסים זאלסטו אונז ווייזן
און פון דעם פינסטערן נאכט אויסלייזן

הדד בן בדד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:19 am

· #175368
הילל
מ'דארף שוין אויך נישט גלייבן אלעס וואס די אידישע נייעס קוועלער ברענגען? איך זע ווי ישיבה ווארלד ניוס ברענגט אראפ דעם פרישן ווידיא וואו מען זעט דעם מערדער עטליכע שעה פאר די קידנעפינג, שרייבט ער אז
The guy, putting on a black mask, is seen walking near the victim’s Brooklyn office about six hours before the projected kidnapping.
פארוואס דארף ער צולייגן אז ער האט אנגעהאט א שווארצע מאסק? ווי גלייך דער מערדער וואלט זיך געדרייט דארט אין די גאסן מיט א מאסק אויפ'ן קאפ און קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף אים? ער האט פשוט אן א העט וואס איז אראפגעשלעפט אויפ'ן קאפ, ווי אנדערע צייטונגען שרייבן.
אויך שרייבט דארט א קאמענט ווי גלייך מען זעט אינמיטן די ווידיא אז א איד געט אים עפעס איבער, און ער פרעגט שוין פארוואס די פאליס רעדט נישט דערפון און וואס זיי ווילן מאכן א קאווער-אפ, אבער דאס איז סתם זיין דמיון, מ'זעט גארנישט נאר אויב איינער האט שוין אפגעמאכט אז דאס דארף מען זען. יענער איז סתם דארט דורכגעגאנגען און גייט זיך ווייטער זיין וועג. מיינט ער טאקע אז די פאליס געט ארויס פונקט די ווידיא אבער דערווייל ווילן זיי באהאלטן און קאווער-אפ'ן עפעס וואס מ'זעט דערויף? די קאנספיראציעס זענען ענדלאז.
ווען מ'וועט אי"ה כאפן די מערדער זאל מען זיך דערמאנען פון די נארישע קלעימס. נישט יעדע זאך וואס איז אביסל מיסטעריעז מיינט אויטאמאטיש אז עפעס גייט במזיד פאר אונטער'ן טיש. ווארט ביז די אינוועסטיגעישן וועט זיך ענדיגן, וועלן אלע קשיות אוועקפאלן (חוץ פאר די וואס מוזן פאר יעדן פרייז בלייבן מיט די קשיות).

ניין, ווען מען גייט בעז"ה כאפן די גוי'אישע מערדער, וועלן געוויסע דא שרייען אז "ר' יחזקאל שמש", מ'קען נישט וויסן, עס איז נאך אלץ נישט אויסגעשלאסן אז עס איז עכט דער שותף און מען האט סתם אזוי עס ארויפגעלייגט אויף די אומשולדיגע גוים...

הדד בן בדד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:22 am

· #175369
רויטע וואנצעס
הילל, ס'איז נישט קיין דמיון, קוק איינער געבט אים קלאר עפעס איבער.

קוק פון 1:14 און ווייטער, (קוק אביסל פריער ווי ער גייט צום אפיס און ווארט פאר יענעם צוויי סקונדעס) ביידע געשטאלטן קומען זיך צאם פאר א סקונדע, און נאכדעם דרייען זיי זיך אויס און גייען זייער וועג. פארוואס גייט ער פון זיין קאר אהין און לויפט גלייך צוריק? ווייל ער האט עפעס אפגענומען פון איינעם.

דארט קוקט אויס מער ווי א קארנער, מ'זעהט דארט מערערע מענטשן קומען און גייען ביי יענעם קארנער. נאך א זאך וואס איך באמערק יעצט. קוק גוט אויף דעם קליפ, אויבן אויף די לינקע זייט זעהט מען דעם זייגער לויפן, און תיכף נאך וואס מ'זעהט דעם כלומר'שטן צוזאמענטרעף פון די צוויי מענטשן, גיט זיך דער זייגער אויב א טויש, און עס שפרונגט מיט א האלבע מינוט. דאס מיינט אז דו קענסט גארנישט רעכענען וואס דו זעהסט דארט, דער גוי גיט זיך נישט גלייך א דריי אויס און קומט צוריק, דער צוריק קומען איז א האלבע מינוט שפעטער, און אין די האלבע מינוט איז ער לכאורה געווען אריינגעדרייט דארט ביי יענעם קארנער, און דערפאר האט מען אים די האלבע מינוט נישט געזעהן, און דערפאר האט מען ארויסגעשניטן די האלבע מינוט און עס גערוקט צו דעם שטיקל ווי ער קומט צוריק. יעצט קוק נאכאמאל איבער און דער גאנצער איבערגעבן באבל טעאריע וועט צופלאצן ווי א זייפן בלאז.

הדד בן בדד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:24 am

· #175370
הילל
פישל'ע העררינג
די טריט פון דער גוי זענען זייער פעסט און באשטימט, ווי איינער וואס ערגעץ פאר א באשטימטע ציל. אזוי ווי ער קראכט אריין אין יענעם ביים דריי פון די קארנער, דרייט ער זיך זאפארט צוריק, און וואלקט צו צום קאר ווי איינער וואס האט שוין ארלעדיגט זיין געשעפט, און זעצט זיך צעפרידענערהייט אריין אין קאר.

טראכט גוט אריין וויפיל ווערטער פון דעם סטעיטמענט זענען פאקט און וויפיל זענען מסקנות וואס זענען ממש בלויז אין דעם דמיון פון דעם קוקער (פעסטע באשטימטע טריט, באשטימטע ציל, קראכט אריין, ערלעדיגט געשעפט, צופרידענערהייט)? דו מוזט וויסן אזויפיל ארומיגע פאקטן צו קענען מאכן אזעלכע מסקנות, און איין אומבאקאנטע נארישע דעטאל קען אויסדרייען די מעשה און וועסט כאפן ווי די ווידיא ווייזט פונקט א פארקערטע מעשה.
איין פירכא אויף דיין ווערסיע איז, אז אויב האט ער יעצט געענדיגט זיין מיסיע און זיך צוריק אריינגעזעצט צופרידענערהייט אין קאר, פארואוס זאגט די רעפארט אז ער איז נאך דארט געבליבן זיצן אפאר שעה? וועט מען ווייטער מוזן שפינען געשיכטעס.

יעצט קוק מיין פריערדיגע תגובה און דא האסטו דעם איינעם קליינעם נארישען דעטאל וועלכע צובלאזט די גאנצע טעאריע...

הדד בן בדד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:26 am

· #175371
רויטע וואנצעס
אסאך אינטערעסאנט דיטעילס (ס'זעהט גראדע אויס פון דעם ארטיקל כבית הילל און די ווידיאו איז פשוט געשניטען ביי יענע סקונדע ווי איך און אנדערע מיינען ער האט איינעם געטראפן, ס'איז פשוט צאמגעשטעלט צוויי שטיקלעך. ס'איז דא אפאר מינוט אינצווישן. זיי האבן ארויסגענומען די חלק ווי מ'זעהט אים נישט ווייל ס'איז דאך נישט אינטערעסאנט.)
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in-slumlord-slay-caught-on-tape-hours-before-murder/">http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/</a>

איך וויל נישט דא קליקן ווייל איך פארגין נישט די עקלהאפטיגע שלעכטע חיות נאך א קליק, אבער עס קוקט מיר אויס אז זיי האבן צוגעטראפן צו וואס איך האב ערשט געשריבן.

איש עברי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:40 am

· #175372
מאנדלבאום
[ציטאט אראפגענומען]

ש.ב. מרגליות

גאנץא שארפע פעדער אבער א מין געמישעכץ פון קלינגענדיגע פראזן און הוילע לאזונגען, ער פקרובירט עפעס צו זיי א סארט שילוב פון סענדער הדייטש ומנשה הפיליפיני, עס קומט ארויס אזא אומאפעטיטליכע סאלאט, און איין זאץ קלעבט צום צווייטן ווי ארבעס צו די וואנט.

בלויז א קרישקעלע פון די ים מיט שטותים וואס ער פלוידערט צוזאם דארט
"פון די צווייטע זייט האט דער רבש"ע געצייגט זיין ווארימע האנט, דודי שלח ידו מן החור, לית נהורא אלא דנפיק מגו חשוכא, אין די ביטערע חושך אפילה האט כביכול געוויזן זיין רחמנות, אן עפ"י נס ממש [ממש? און די נצחון ביי ששת הימים איז געווען בדרך הטבע?] האט דער טאטע אין הימל צוריק געגעבן דעם קערפער פונעם נפטר ז"ל, וואס אזוי האט ער זוכה געווען צו קומען לקבורה, און דאס האט געברענגט א געוואלדיגער קידוש שם שמים.
יא, דאס איז געווען א שמייכל פון כביכול צו אידישע קינדער אין א שווערע מאמענט. עס האט גערעדט פון זיך, קודשא בריך הוא צו כנסת ישראל "קינדערלעך, אפילו ווען איך גיב אייך א פאטש, בין איך נאך אלס ענקער געטרייער ליבליכער טאטע".

מפניני ש,ב, מרגליות,

אויב איז דאס טרעפן די קערפער געווען א שמייכל פון כביכול, איז עס געווען גאנץ א צינישע.

zurich » פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:18 am

· #175373
פון איי וועלט!

כ' קום נאר וואס צוריק פון טרייסטן די
צובראכענע משפחה, איז דארט געזיצן
דער חרדישער קאנסולמאן ר' דוד
גרינפעלד פון ב"פ, די משפחה האט עם
שטארק באדאנקט פאר זיין רעדע
זונטאג ביי דעם פרעס קאנפערענס, און
גלייכצייטיג האט די משפחה זיך
אויסגערעדט אז זיי פילן נישט ווי מ'טוט
גענוג, זיי זאגן למשל אז קיין איין
דידעקטיוו האט נישט געפונען פאר
וויכטיג צו קומען נעמען די ווידיא פיילס
פון ר' מנחם'ס הויז און פון די שכנים,
נאר די קאמפאני וואס געהערט פאר א
חרדישער איד האט עס שפעטער אליין
אריינגעשיקט צו די פאליציי האפענטלך
וועט עס ווארפען עפעס א ליכט און
געבן עפעס מער ווי מ'האט ביז איצט .
ר' ישראל האט נאכגעזאגט פון ערגעץ
אז עס שטייט אז די נשמה רוהט נישט
געהעריג בשלום ביז מ' כאפט נישט
דעם רוצח, און פאר די משפחה האט
נאך די פאליציי נישט געלאזט הערן קיין
איין ווארט אויב מ' מאכט בכלל
פראגרעס, אלע פאבליק אפישעלס
פרעגן צו דער מעיאר האט זיך שוין
געלאזט הערן אבער א בוידעם
גארנישט , און ס' איז נישט שיין.
ר' דוד האט ארויסגעברענגט אז ער
רעדט נישט אין מעיאר 'ס נאמען און
פארענטפערט עם נישט, נאר מ' דארף
פארשטיין אז עס ווערן ליידער
אומגעברענגט אזוי פיל מענטשן אין נ" י
אוודאי דא איז שרעקליך און פאר אונז
נאך ערגער, אבער פון דעם מעיארס א
בליק איז דא שוואכע טשאנסן ער זאל
קומען, ) מ'האלט דאך נישט פאר וואלען
יעצט, הבחור הזעצער( אבער מ' קען
נישט וויסן ווי ווייט מ' האלט מיט די
אויספארשונג זיי זאגן געווענליך
גארנישט , און אפילו וואס מ' לאזט יא
ארויס קען זיין מיט א חשבון, ער האט
אויך געזאגט אז ער האט גערעדט מיט
די הויעכע פענסטער און ער ווייסט
קלאר אז עס איז היי פריארעטי און
מ'פראבירט וואס מ' קען, זיי צו כאפן .
ער האט אויך געזאגט אז יעצט אז ער
הערט אז די משפחה האלט אז מ'טוט
נישט גענוג, וועט ער רופן באקאנטע און
נעסאו קאנטי וואס דארט האט מען עם
געטראפן און זיי זיכן אויך, דארט אויך צו
לייגן פרעשור מ'זאל מער ארבעטן,
אבער ער ווייסט נישט וואס נאך ער קען
טוען .
ער זאגט אז מ' שטעלט עם אפ אין די
גאסן און אין סיטי האל ארויסצוברענגן
ווייטאג מיט די מעשה און מיט די
דעקונג, אסאך גוים קענען נישט
פארשטיין וויאזוי מ' קען אזאנס טוען.
נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו

הדד בן בדד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 5:24 am

· #175374
איך בין עס
איך פארשטיי נישט די צייט פין די ווידאו שטייט אז עס איז פין צויי טעג צוריק

ניין, עס שטייט דארט יאנואר דעם צווייטן, קוק בעסער

סלינקי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 6:25 am

· #175376
-
image.jpg image.jpg

הערשי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 6:48 am

· #175377
אל תכסי שרייבט מען מיט א יד. אמעראצעס.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 7:13 am

· #175379
נישט אזוי געפערליך

כתר מלכות » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:42 am

· #175393
איש עברי

יא, דאס איז געווען א שמייכל פון כביכול צו אידישע קינדער אין א שווערע מאמענט. עס האט גערעדט פון זיך, קודשא בריך הוא צו כנסת ישראל "קינדערלעך, אפילו ווען איך גיב אייך א פאטש, בין איך נאך אלס ענקער געטרייער ליבליכער טאטע".[/b]
מפניני ש,ב, מרגליות,

אויב איז דאס טרעפן די קערפער געווען א שמייכל פון כביכול, איז עס געווען גאנץ א צינישע.

לאמיר זיך פרובירן צו פארשטעלן ווען מען טרעפט ווען חלילה נישט דעם נפטר, וויפיל צער און יסורי הנפש וואלט דאס געווען פאר די משפחה, די אלמנה וואלט ווען געבליבען א אייביגע עגונה, דער נפטר וואלט נישט געקומען לקבר ישראל.

און יא ! ס׳האט אזוי שיעור נישט פאסירט. עס איז ריכטיג געווען נהורא דנפיק מגו חשיכה, פינסטערער ווי פינסטער, אבער א שיין פון ליכט אינעם חשכות.

די זעלבע ווערטער וואס ער שרייבט, האט די אלמנה געזאגט פאר די מנחמים וואס זענען איר געקומען טרייסטן, אפנים זי האט געזהען דעם שמייכל און באמערקט אז ס׳איז בכלל נישט ציניש. הודאת בעל דין כמה עדים דמי.

און לאמיר דיר פרעגן די מדינה (וואס איך פארשטיי אז די זעסט דערין נסים גלוים, א ברייטע שמייכל), געדענקסט ווען מען האט דאס באקומען? נאכן אומקום פון זעקס מיליאן יודען ה״י. די מחלמת ששת הימים דאכט זיך האט אויך געקאסט יודישע נפשות רח״ל.

ווער עס גלייבט אינעם פראסק, גלייבט אויך אינעם שמייכל.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:42 am

· #175395
דער (פינטעל) איד
נישט אזוי געפערליך

זייער געפערליך.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:44 am

· #175396
הערשי
אל תכסי שרייבט מען מיט א יד. אמעראצעס.

ער האט עס געשריבן מיט א רגל?

שאולי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:55 am

· #175399
הערשי
אל תכסי שרייבט מען מיט א יד. אמעראצעס.

א טעות אויף א דעקל איז זייער א שלעכטער זאך
מילא אניער ווייניג נו אבער אזוי בראש כל חוצות?
(עס איז דאך נישט נאר געמאכט פאר די קאווע שטיבל ליינער 🙄 )

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:57 am

· #175400
שאולי

א טעות אויף א דעקל איז זייער א שלעכטער זאך
מילא אינדערווייניג נו אבער אזוי בראש כל חוצות

יעדעס מאהל זיי שרייבן אויפן דעקל "די" אויף א מאנספערזאן, כגון: די רבי האט זיך מסגף געוועהן דורך עסן קוגעל, איז עס אזא גרויסע טעות אז עס לאזט זיך נישט קויפן.

איש עברי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:59 am

· #175401
כתר מלכות
איש עברי

יא, דאס איז געווען א שמייכל פון כביכול צו אידישע קינדער אין א שווערע מאמענט. עס האט גערעדט פון זיך, קודשא בריך הוא צו כנסת ישראל "קינדערלעך, אפילו ווען איך גיב אייך א פאטש, בין איך נאך אלס ענקער געטרייער ליבליכער טאטע".[/b]
מפניני ש,ב, מרגליות,

אויב איז דאס טרעפן די קערפער געווען א שמייכל פון כביכול, איז עס געווען גאנץ א צינישע.

לאמיר זיך פרובירן צו פארשטעלן ווען מען טרעפט ווען חלילה נישט דעם נפטר, וויפיל צער און יסורי הנפש וואלט דאס געווען פאר די משפחה, די אלמנה וואלט ווען געבליבען א אייביגע עגונה, דער נפטר וואלט נישט געקומען לקבר ישראל.

און יא ! ס׳האט אזוי שיעור נישט פאסירט. עס איז ריכטיג געווען נהורא דנפיק מגו חשיכה, פינסטערער ווי פינסטער, אבער א שיין פון ליכט אינעם חשכות.

די זעלבע ווערטער וואס ער שרייבט, האט די אלמנה געזאגט פאר די מנחמים וואס זענען איר געקומען טרייסטן, אפנים זי האט געזהען דעם שמייכל און באמערקט אז ס׳איז בכלל נישט ציניש. הודאת בעל דין כמה עדים דמי.

און לאמיר דיר פרעגן די מדינה (וואס איך פארשטיי אז די זעסט דערין נסים גלוים, א ברייטע שמייכל), געדענקסט ווען מען האט דאס באקומען? נאכן אומקום פון זעקס מיליאן יודען ה״י. די מחלמת ששת הימים דאכט זיך האט אויך געקאסט יודישע נפשות רח״ל.

ווער עס גלייבט אינעם פראסק, גלייבט אויך אינעם שמייכל.

איך גלייב אז יעדע זאך פירט זיך מיט א השגחה עליונה און טאמער וואלט מען נישט געטראפען די קערפער וואלט געווען זייער אומבעטעמ'ט אבער פון דאנעט ביז "ניסים ממש" און "שמייכל פון השגחה עליונה" איז פאלג מיר א גאנג, און דער שרייבער ניצט די אלע ווערטער בלויז צוזאמענצושטעלן שיינ-קלונגעדיגע זאצן,
בכלל זעה איך אז ער פארלייגט זיך מער אויף די באמבאסטישקייט פון די ווערטער ווי די עצם תוכן, איך האב אנגעהויבען ער האט גאנץ א גוטע פעדער אבער גאנץ א שוואכע מוח'ל

איש עברי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:00 am

· #175402
איך געב גערעכט פאר פישעלע, די גראבע טעותים אין די צייטונגען איז א זלזול אינעם ציבור

הילל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:02 am

· #175403
שאולי
הערשי
אל תכסי שרייבט מען מיט א יד. אמעראצעס.

א טעות אויף א דעקל איז זייער א שלעכטער זאך
מילא אינדערווייניג נו אבער אזוי בראש כל חוצות

און מילא אין קאווע שטיבל, אבער אין א מאגאזין?... אבער צו זייער דיפענס זענען זיי דאך נאר געמאכט פאר די קינדער וואס גלייכן בילדער. אויב פאלט אמאל אריין א ווארט, נו, ווער קוקט דען...
אגב, דיין טעות'דיגע "אינדערווייניג" איז אפשר א פיינע דערהער אויף דעם שורש פון די ווארט. אפשר איז פון "אין דער ווייניג" (אזוי ווי "אינדערנאכט") געווארן "אינעווייניג", און עס איז ארויסגעפאלן די ד' און ר' וואס שטערן.

שאולי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:12 am

· #175408

שוין געפיקסט והוא רחום יכפר

zurich » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:13 am

· #175409
איך פארשטיי נישט איין זאך, די ווידואוי וואס זיי האבן לעצטענס ארויס געגעיבן איז זייער קלאר, די קעמערע האט זיך נישט אויסגעלאשן א שעה נאכדעים! דעיס מיינט אז זיי האבן א קלארער ווידואוי פון די פארכאפונג!! סא ווי איז עס פארוואס געבן זיי עס נישט ארויס???

איך האב מורא די פאליס דרייט אונדז סתם דא א קאפ

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:16 am

· #175410
zurich
איך פארשטיי נישט איין זאך, די ווידואוי וואס זיי האבן לעצטענס ארויס געגעיבן איז זייער קלאר, די קעמערע האט זיך נישט אויסגעלאשן א שעה נאכדעים! דעיס מיינט אז זיי האבן א קלארער ווידואוי פון די פארכאפונג!! סא ווי איז עס פארוואס געבן זיי עס נישט ארויס???

איך האב מורה די פאליס דרייט אונדז סתם דא א קאפ

דאפרסט נישט 'מורא' האבען דאס איז'ס וזהו.

פארלאז דיך אויף איין בורא עולם און נישט אויף אגענדע ארגענעזאציעס וואס זיכען נישט באמת אונז צו העלפן

כל מה דעבדי לגרמייהו דעבדי

שאולי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:18 am

· #175412
zurich
איך פארשטיי נישט איין זאך, די ווידואוי וואס זיי האבן לעצטענס ארויס געגעיבן איז זייער קלאר, די קעמערע האט זיך נישט אויסגעלאשן א שעה נאכדעים! דעיס מיינט אז זיי האבן א קלארער ווידואוי פון די פארכאפונג!! סא ווי איז עס פארוואס געבן זיי עס נישט ארויס???

איך האב מורה די פאליס דרייט אונדז סתם דא א קאפ

מיין דעה איז אז די פאליציי דרייט גארנישט
זיי זענען ריכטיג פארנומען מיט כאפן די באנדיטען, און זיי קאנטראלירען וואס זאל יא ארויס ליעקען צו די מידיא און וואס נישט, מיט די כוונה צו ארום דרייען מיט די מח פון די רוצחים אז זיי זאלן נישט וויסן וואס עס ווארט זיי אפ און ווי מען האלט באמת מיט די אויספארשונג אז דער רוצח זאל נישט וויסן ווי אזוי צו האנדלען אדער גאר אים צו ברענגען אז ער זאל באגיין א טעות וואס וועט פירן צו זיין ארעסט
דאס איז די וועג ווי אזוי זיי פירן זיך אייביג אויף ביי א ערנסטע אויספארשונג, גיי קוק אויף יו טוב ביי די ווידאוס פון "FBI files"
לדעתי האבן זיי זיכער ווידאוס פון דער פארברעכער, און זיי זענען זיכער מיט א שיינע פאהר טריט ווייטער אינעם אויספארשונג ווי אונז
און זייער מעגליך אז די ווידאו וואס מען האט דא ארויף געלייגט און עס איז "געשטיקלט" און זייער מעגליך אויך די ארבעט פון די פאליציי
בויען קאנספיראציעס קאסט נישט קיין געלט אבער נישט די גאנצע וועלט איז איין שטיק קאנספיראציע עס איז נאך דא נארמיילקייט אויך
און רעדט נשיט ווי קליינע קינדערלעך

ברוך בערל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:46 am

· #175425
זלמן עס האט מוראדיג אויסגעפעלט דיין קאפי פעיסט, ניין?
די ווייסט פאר א פאקט אז יוסי בראך איז עס אדער סתם באשמיצט א איד

דעת תורה » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:48 am

· #175427
אנאנים דיין לעצטע דעילי ניוס לינק ווערט דירעקטעד צו די מעין נ.י. פעיזש.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:50 am

· #175465
ברוך בערל
זלמן עס האט מוראדיג אויסגעפעלט דיין קאפי פעיסט, ניין?
די ווייסט פאר א פאקט אז יוסי בראך איז עס אדער סתם באשמיצט א איד

עס קוקט אויס אז ס'האט שייכות צו א פראיעקט אין בי'ש ווי זלמן האט איינגעשטעקט אסאך תגובות

בעריש » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:51 am

· #175466
איש עברי
כתר מלכות
איש עברי

יא, דאס איז געווען א שמייכל פון כביכול צו אידישע קינדער אין א שווערע מאמענט. עס האט גערעדט פון זיך, קודשא בריך הוא צו כנסת ישראל "קינדערלעך, אפילו ווען איך גיב אייך א פאטש, בין איך נאך אלס ענקער געטרייער ליבליכער טאטע".[/b]
מפניני ש,ב, מרגליות,

אויב איז דאס טרעפן די קערפער געווען א שמייכל פון כביכול, איז עס געווען גאנץ א צינישע.

לאמיר זיך פרובירן צו פארשטעלן ווען מען טרעפט ווען חלילה נישט דעם נפטר, וויפיל צער און יסורי הנפש וואלט דאס געווען פאר די משפחה, די אלמנה וואלט ווען געבליבען א אייביגע עגונה, דער נפטר וואלט נישט געקומען לקבר ישראל.

און יא ! ס׳האט אזוי שיעור נישט פאסירט. עס איז ריכטיג געווען נהורא דנפיק מגו חשיכה, פינסטערער ווי פינסטער, אבער א שיין פון ליכט אינעם חשכות.

די זעלבע ווערטער וואס ער שרייבט, האט די אלמנה געזאגט פאר די מנחמים וואס זענען איר געקומען טרייסטן, אפנים זי האט געזהען דעם שמייכל און באמערקט אז ס׳איז בכלל נישט ציניש. הודאת בעל דין כמה עדים דמי.

און לאמיר דיר פרעגן די מדינה (וואס איך פארשטיי אז די זעסט דערין נסים גלוים, א ברייטע שמייכל), געדענקסט ווען מען האט דאס באקומען? נאכן אומקום פון זעקס מיליאן יודען ה״י. די מחלמת ששת הימים דאכט זיך האט אויך געקאסט יודישע נפשות רח״ל.

ווער עס גלייבט אינעם פראסק, גלייבט אויך אינעם שמייכל.

איך גלייב אז יעדע זאך פירט זיך מיט א השגחה עליונה און טאמער וואלט מען נישט געטראפען די קערפער וואלט געווען זייער אומבעטעמ'ט אבער פון דאנעט ביז "ניסים ממש" און "שמייכל פון השגחה עליונה" איז פאלג מיר א גאנג, און דער שרייבער ניצט די אלע ווערטער בלויז צוזאמענצושטעלן שיינ-קלונגעדיגע זאצן,
בכלל זעה איך אז ער פארלייגט זיך מער אויף די באמבאסטישקייט פון די ווערטער ווי די עצם תוכן, איך האב אנגעהויבען ער האט גאנץ א גוטע פעדער אבער גאנץ א שוואכע מוח'ל

בעלזער חסידים זאגן נאך פונעם בעלזער רב הרה"ק מהר"א אז די מדינה איז געווען א שמייכל פון הקב"ה נאכן חורבן.
דער שמייכל דא איז אסאך מער פערפארשענעל ווי דארט.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:52 am

· #175468
די פאליס זאגט אז דער קאר איז יתכן געווען פון א רענטעל קאמפעני

וואס האט אפיסעס אין ב''פ און נאך

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:51 pm

· #175485
בעריש
איש עברי
כתר מלכות
איש עברי

יא, דאס איז געווען א שמייכל פון כביכול צו אידישע קינדער אין א שווערע מאמענט. עס האט גערעדט פון זיך, קודשא בריך הוא צו כנסת ישראל "קינדערלעך, אפילו ווען איך גיב אייך א פאטש, בין איך נאך אלס ענקער געטרייער ליבליכער טאטע".[/b]
מפניני ש,ב, מרגליות,

אויב איז דאס טרעפן די קערפער געווען א שמייכל פון כביכול, איז עס געווען גאנץ א צינישע.

לאמיר זיך פרובירן צו פארשטעלן ווען מען טרעפט ווען חלילה נישט דעם נפטר, וויפיל צער און יסורי הנפש וואלט דאס געווען פאר די משפחה, די אלמנה וואלט ווען געבליבען א אייביגע עגונה, דער נפטר וואלט נישט געקומען לקבר ישראל.

און יא ! ס׳האט אזוי שיעור נישט פאסירט. עס איז ריכטיג געווען נהורא דנפיק מגו חשיכה, פינסטערער ווי פינסטער, אבער א שיין פון ליכט אינעם חשכות.

די זעלבע ווערטער וואס ער שרייבט, האט די אלמנה געזאגט פאר די מנחמים וואס זענען איר געקומען טרייסטן, אפנים זי האט געזהען דעם שמייכל און באמערקט אז ס׳איז בכלל נישט ציניש. הודאת בעל דין כמה עדים דמי.

און לאמיר דיר פרעגן די מדינה (וואס איך פארשטיי אז די זעסט דערין נסים גלוים, א ברייטע שמייכל), געדענקסט ווען מען האט דאס באקומען? נאכן אומקום פון זעקס מיליאן יודען ה״י. די מחלמת ששת הימים דאכט זיך האט אויך געקאסט יודישע נפשות רח״ל.

ווער עס גלייבט אינעם פראסק, גלייבט אויך אינעם שמייכל.

איך גלייב אז יעדע זאך פירט זיך מיט א השגחה עליונה און טאמער וואלט מען נישט געטראפען די קערפער וואלט געווען זייער אומבעטעמ'ט אבער פון דאנעט ביז "ניסים ממש" און "שמייכל פון השגחה עליונה" איז פאלג מיר א גאנג, און דער שרייבער ניצט די אלע ווערטער בלויז צוזאמענצושטעלן שיינ-קלונגעדיגע זאצן,
בכלל זעה איך אז ער פארלייגט זיך מער אויף די באמבאסטישקייט פון די ווערטער ווי די עצם תוכן, איך האב אנגעהויבען ער האט גאנץ א גוטע פעדער אבער גאנץ א שוואכע מוח'ל

בעלזער חסידים זאגן נאך פונעם בעלזער רב הרה"ק מהר"א אז די מדינה איז געווען א שמייכל פון הקב"ה נאכן חורבן.
דער שמייכל דא איז אסאך מער פערפארשענעל ווי דארט.

שטות

מאראנצןזאפט » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:40 pm

· #175497
[ציטאט אראפגענומען]

,
,
,
(קרעדיט: רויטע וואנצעס.)

א גאסט אויף א וייל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:53 pm

· #175502
.

Ok, I did my detective work, and I am going to call Crime stoppers in about 2 hours, but if somebody could do it before, I would appreciate it. Let me know
I was always wondering how come you can rent such an old car, because lt looks like a 2006-2008 Dodge Caravan, so i did some searching, found a car rental company <a class="postlink" href="https://www.rentawreck.com/cheap-car-rental-akron-OH.html">https://www.rentawreck.com/cheap-car-re ... on-OH.html</a>

I did an image search on google, yup the car sits there.

<a class="postlink" href="https://maps.google.com/maps?q=137+E.+Waterloo+Rd.+Akron,+OH+44319&hl=en&ll=41.028381,-81.520765&spn=0.007543,0.016512&sll=41.029354,-81.522054&sspn=0.015086,0.033023&gl=us&hnear=137+E+Waterloo+Rd,+Akron,+Ohio+44319&t=m&z=17&layer=c&cbll=41.02878,-81.522009&panoid=ny1Dv0Kaszl8Lk0cYk-MIw&cbp=12,349.92,,0,3.22">https://maps.google.com/maps?q=137+E.+W ... 92,,0,3.22</a>

Second location, no car, but who knows maybe it's not the first one

<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps?q=10225+Madison+Ave,+Cleveland,+OH+44102&hl=en&ll=41.477058,-81.756402&spn=0.008175,0.018915&sll=41.477058,-81.756402&sspn=0.008207,0.018915&oq=10225+Madison+Ave.+Cleveland+OH+44102&hnear=10225+Madison+Ave,+Cleveland,+Ohio+44102&t=m&z=17&layer=c&cbll=41.477058,-81.756402&panoid=j_DKmtE4PX-s3ZtFqjQgpA&cbp=13,184.71,,0,0">https://www.google.com/maps?q=10225+Mad ... 84.71,,0,0</a>

Third location

<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps?q=8003+Brookpark+Rd.+Parma,+OH+44129&hl=en&ll=41.417822,-81.739376&spn=0.008182,0.018915&sll=41.418308,-81.740023&layer=c&cbp=13,170.67,,0,-0.15&cbll=41.418603,-81.740077&hnear=8003+Brookpark+Rd,+Parma,+Ohio+44129&t=m&z=17&panoid=2Ylc9MSSLjjubGnu6BHLUA">https://www.google.com/maps?q=8003+Broo ... bGnu6BHLUA</a>

Sof duver Hakol Nishmu.

I found a company that rents "OLD" cars, and minivans and I am sure they have Ohio plates, you will not find this breakthrough on whatsapp, I just did it, I will report it to crime stoppers. meanwhile I called the . dlocation and they dont answer the phone, if you did this job for me, let me know. I dont want the location to be hammere.

שעפטל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:01 pm

· #175506
[ציטאט אראפגענומען]

איינער קען מיר מסביר זיין וואס די מאטיוו פון דעם בילד כאפער איז? ווי איז זיין שכל? ווי איז זיין נארמאלקייט? ווי זענען זיינע פילינגס? האט באמת נישט געהאט בעסער וואס צו טוהן נאר כאפן א בילד? ווי אזוי האט ער אפילו געקענט קוקן אז זיי קוקן דאס? זענען זיינע אויגן נישט פיל געווען מיט טרערן?

אזוי זעה מיר שוין היינט אויס? מורא'דיגע הירא איז דער כאפער, מסתמה איז ער שוין געווען דער וואס פארשפרייט דעם בילד פונעם אינגל ביים לוי' און אזוי אויך די קדיש זאגן.

וואט א סיק ווארלד!!! פעעעך!

@אנאנים, נישט צו דיר האבעך טענות.... כ'רעד פונעם מקור הראשון

א גאסט אויף א וייל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:11 pm

· #175513
[ציטאט אראפגענומען]

If it had Ohio license plates, it wasn't rented in Brooklyn, must be an unreliable source.

Soem said that it was a one way rental to Brooklyn and then rented, but that cant also be the fact because like I said national car rental chains dont keep cars for more than 1 or maximum 2 years. The Chrysler Dodge caravan, has the new shape for the last 4 years or more. An the thugs used a vehicle with the old shape.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:16 pm

· #175516
שעפטל
[ציטאט אראפגענומען]

איינער קען מיר מסביר זיין וואס די מאטיוו פון דעם בילד כאפער איז? ווי איז זיין שכל? ווי איז זיין נארמאלקייט? ווי זענען זיינע פילינגס? האט באמת נישט געהאט בעסער וואס צו טוהן נאר כאפן א בילד? ווי אזוי האט ער אפילו געקענט קוקן אז זיי קוקן דאס? זענען זיינע אויגן נישט פיל געווען מיט טרערן?

אזוי זעה מיר שוין היינט אויס? מורא'דיגע הירא איז דער כאפער, מסתמה איז ער שוין געווען דער וואס פארשפרייט דעם בילד פונעם אינגל ביים לוי' און אזוי אויך די קדיש זאגן.

וואט א סיק ווארלד!!! פעעעך!

@אנאנים, נישט צו דיר האבעך טענות.... כ'רעד פונעם מקור הראשון

מיר באדערט מער אז מ'האט זיי געגעבן דעם בילדער צייטונג.

א גאסט אויף א וייל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:20 pm

· #175517
Ok, I shared it with crime stoppers. Lets hope this will lead to something.....Gut Shabbos.

zurich » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:34 pm

· #175519
שעפטל
[ציטאט אראפגענומען]

איינער קען מיר מסביר זיין וואס די מאטיוו פון דעם בילד כאפער איז? ווי איז זיין שכל? ווי איז זיין נארמאלקייט? ווי זענען זיינע פילינגס? האט באמת נישט געהאט בעסער וואס צו טוהן נאר כאפן א בילד? ווי אזוי האט ער אפילו געקענט קוקן אז זיי קוקן דאס? זענען זיינע אויגן נישט פיל געווען מיט טרערן?

אזוי זעה מיר שוין היינט אויס? מורא'דיגע הירא איז דער כאפער, מסתמה איז ער שוין געווען דער וואס פארשפרייט דעם בילד פונעם אינגל ביים לוי' און אזוי אויך די קדיש זאגן.

וואט א סיק ווארלד!!! פעעעך!

@אנאנים, נישט צו דיר האבעך טענות.... כ'רעד פונעם מקור הראשון

דו רעדסט פון דעים? דעיס איז נישט אזוי געפערליך! ווי עקלדיג אין גרויליג דארף א מענטש זיין צו כאפן א קליפ ווי די קינדערליך זאגן קדיש?? ווי הארט קען מען זיין? ווי זוי איז נישט דערמענטש געבליבן פארפרוירן סטיףף ווען ער האט געזעהן די טאטע ציכליפעט זיך?? מיין קעמרא וואלט מיר ארויסגעפאלן פון מיין האנט!!

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 7:03 pm

· #175543
VINeias‏@VINeias
NEW YORK: Mayor Bill De Blasio will be on Zev Brenner talk line show tonight on 570 Am at 10pm regarding R' Menachem Stark case.

ברוך שאמר » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 7:55 pm

· #175557
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר קאנסטי מיר זאגן וואס דאס מיינט"איך הער "?

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:02 pm

· #175561
הער נאר און זעה נאר זענען די ווערטער וואס די אלטע דור נוצט צו ריפען זייער מאן/ווייב.

אויס מענטש » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:24 pm

· #175570
די מעשה מיט די ריבניצער ציון איז געווען מיט א לעקסאס און די ווידיאו זעהט מען אבער אז עס נישט מנחם נאר גאר א צווייטער איד סאו איז עס אראפ פון טיש.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:04 pm

· #175577
מעיאר די בלאזיא אויף zev brenner יעצט. רעדט איבער די מנחם שטארק קעיס.

<a class="postlink" href="http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/">http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/</a>

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:32 pm

· #175582
WABC TV is reporting tonight, that a cell phone was found strapped underneath Menachem Stark’s car that was apparently being used as a tracking device. Police are trying to find the phone’s registered owner.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:32 pm

· #175583
WABC TV is reporting tonight, that a cell phone was found strapped underneath Menachem Stark’s car that was apparently being used as a tracking device.

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:34 pm

· #175585
איך האב געזאגט פאר דיר...

ישמעאל הכהן » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:38 pm

· #175586
רויטע וואנצעס
מעיאר די בלאזיא אויף zev brenner יעצט. רעדט איבער די מנחם שטארק קעיס.

<a class="postlink" href="http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/">http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/</a>

א צווייטער איז די האוסט נישט ברענער

נולד מאוחר » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:54 pm

· #175588
Vin קאמענטער פרעגט גוט ''How long will a cell phone battery keep it's juice? Makes no sense  Reply

טיטאניק » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:59 pm

· #175590
zurich
שעפטל
[ציטאט אראפגענומען]

איינער קען מיר מסביר זיין וואס די מאטיוו פון דעם בילד כאפער איז? ווי איז זיין שכל? ווי איז זיין נארמאלקייט? ווי זענען זיינע פילינגס? האט באמת נישט געהאט בעסער וואס צו טוהן נאר כאפן א בילד? ווי אזוי האט ער אפילו געקענט קוקן אז זיי קוקן דאס? זענען זיינע אויגן נישט פיל געווען מיט טרערן?

אזוי זעה מיר שוין היינט אויס? מורא'דיגע הירא איז דער כאפער, מסתמה איז ער שוין געווען דער וואס פארשפרייט דעם בילד פונעם אינגל ביים לוי' און אזוי אויך די קדיש זאגן.

וואט א סיק ווארלד!!! פעעעך!

@אנאנים, נישט צו דיר האבעך טענות.... כ'רעד פונעם מקור הראשון

דו רעדסט פון דעים? דעיס איז נישט אזוי געפערליך! ווי עקלדיג אין גרויליג דארף א מענטש זיין צו כאפן א קליפ ווי די קינדערליך זאגן קדיש?? ווי הארט קען מען זיין? ווי זוי איז נישט דערמענטש געבליבן פארפרוירן סטיףף ווען ער האט געזעהן די טאטע ציכליפעט זיך?? מיין קעמרא וואלט מיר ארויסגעפאלן פון מיין האנט!!

לידיעה בעלמא, עס איז גרויליג דאס צי טין
אבער כפי ששמעתי האט עס א פעטער זייערע גענימען (א פעטער וואס זיצט שבעה)

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:21 pm

· #175591
געוועזענע editor פון NY POST אויף טאלקליין רעדט איבער די פאסט און פ"וו ער האט איר פארלאזט.

<a class="postlink" href="http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/">http://tunein.com/radio/WMCA-570-s30922/</a>

שעפטל » זונטאג יאנואר 12, 2014 12:00 am

· #175595
דער (פינטעל) איד
WABC TV is reporting tonight, that a cell phone was found strapped underneath Menachem Stark’s car that was apparently being used as a tracking device. Police are trying to find the phone’s registered owner.

לויט די ערשטע אויספארשונג אויף די געטראפענע סעלפאון ווייזט אז ס׳איז געווען א מאושר טעלעפאון.... די אויספארשונג גייט יעצט אריבער צו משומר׳ס הויפטקווארטיר...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26