☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

סאשי פיש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 4:29 am

· #173054
כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
אינגערמאן געקידנעפט אין וויליאמסבורג!!!

א אינגערמאן איז געקידנעפט געווארן אין וויליאמסבורג אויף ראטלידזש סט.
ער הייסט מנחם שטארק.
די פאליציי האט פארופען א לעוועל 1,
באריכטען געבן איבער אז מען האט אים פארכאפט פון זיין אפיס אויף ראטלידזש סט, מען האט געטראפען דאק טעיפ דארטען.
זיין ווייב האט געזען אז ער קומט נישט אהיים און ער היבט נישט אויף זיין סעלפאון האט זי גערופען פאר הילף.
image.jpg
image.jpg image.jpg image.jpg

סאשי פיש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 6:04 am

· #173055
דא איז די קעסטעל ווי זיי האבען געהאלטען די שטריק מיט די דאק טעיפ.
image.jpg
א בילד פון א קאמרע פון די ווען מיט וואס זיי האבען אים פארכאפט
image.jpg

סאשי פיש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 6:35 am

· #173056
זייט מתפלל פאר מנחם משולם בן שניא עטיא זאל ווערן געטראפען ווי שנעלער אין א געזונטע צושטאנד!

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יאנואר 3, 2014 7:03 am

· #173057
פליז מער דעטאלען
ווי אזוי זענען זיי אריין אין זיין אפיס?
וויפיהל אזייגער איז עס פארגעקומען?
ווי אלט איז דער יונגערמאן?
ווי געהערט ער?
איז עס צוליב מיט וואס ער האנדלט (געשעפטען)?
ס'געווען א רענדאם קידנעפינג אדער דווקא עיהם??
נעבעך. איך קען נישט שלאפן

סאשי פיש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 7:17 am

· #173058
די מעשה איז אזוי,
זיין אפיס איז העכער עמעזינג סעווינגס צוויי גוים האבען אים אפגעווארט אונטען אויפען גאס, 11:30 ווען ער איז ארויס פון אפיס צום גאס האט זיך אנגעהויבען א שווערע געראנגעל צום סוף האבען זיי אים געבינדען מיט שטריק און דאק טעיפ און אים אריינגעווארפען אין די בעשיע ווען און אנטלאפען.
שומרים ביי די ארבעט
image.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 7:51 am

· #173062
אוי, א פחד.

ברוך שאמר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 8:08 am

· #173064
סאשי פיש
זייט מתפלל פאר מנחם משולם בן שניא עטיא זאל ווערן געטראפען ווי שנעלער אין א געזונטע צושטאנד!

אין א-וועלט האט איינער געשריבן אז Sean Penn is on the scene!

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 8:20 am

· #173066
סאטמאר לייוו פון קהילת מהר''א האט ארומגעשיקט א בקשת תפילה פאר'ן אינגעמאן זעהט אויס ער איז משלנו

ווי מען הערט האט מען שוין זיך פארבינדען מיט גדולי בעלי מקובלים איבער'ן געפינען דעם ארט ווי דער אינגערמאן געפינט זיך,

זייט'ס מרבה בתפילה

געוויסע וויליאמסבורגע געבן אהן אז עס האט מיט חברה וואס זיכען אים פשוט צו בארויבען דעם געשעפט
בחדרי זאגט אז עס איז חשש כבד לחייו

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 8:31 am

· #173067
אין איי צייכענט מען צו אהער צו דעם לינק

מען זעהט ווי גוים רעגן זיך אויף יענע בעל בתים

באריכט איבער די מצב:


השתדלו והרבו תחינה ובקשה: רבנים און עסקנים רופן כלל ישראל איינצורייסן פאר דער חסידי'שער אינגערמאן ר' מנחם משולם בן שאניא עטי-ה - וועלכע איז בייזוויליג פארכאפט געווארן נעכטן דאנערשטאג אויפדערנאכט אין הארץ פון וויליאמסבורג דורך צוויי אומאידענטיפיצירטע פארברעכער - אז ער זאל וואס שנעלער אפגעפונען ווערן אין א גוטע צושטאנד, און זיך קענען צוריק פאראייניגען מיט זיין פאמיליע.דאנערשטאג נאכט, אום 11:30 האט דער אינגערמאן פארלאזט זיין אפיס וועלכע איז סטאנציאנירט אויף ראטלידזש, ווען פלוצלינג איז ער איבערגעפאלן געווארן דורך צוויי פארמאסקירטע פארשוינען. ווי די זיכערהייט קאמערעס צייגען, איז אנטשטאנען א 5-מינוטיגע העפטיגע געראנגל צווישן דעם אינגערמאן אין זיינע פארכאפער, ביז ער איז ענדגילטיג אריינגעצויגען געווארן אין דער ווייסער-דייטש ווען, וועלכע האט נישט פארמאגט קיים פלעטס אויף זיך.שומרים און פאליציי זענען אלארמירט געווארן עטליכע שטונדן שפעטער, דורך זיין פרוי וועלכע האט זיך באקלאגט אז זי קען נישט צוקומען צו איר מאן, און איר טעלעפאן רופן ווערן געענטפערט דורך זיין וואויסמעיל. שומרים אין פאליציי האבן אין איילעניש אינטערגענומען א אינטענסיווע זוך-אקציע און אויספארשונג צו קומען אויף די שפורן פון דעם אינגערמאן אין זיינע פארכאפער.דער אויספארשונג זעצט ווייטער פאר מיטן גאנצן קראפט, עס האלטן און איין אריינגעברענגט ווערן פרישע אגענטורן וועלכע זענען ספעציעל טרענירט צו האנדלן מיט אזוינע סענסעטיווע פעלער, און נאך פאליצייאישע עקספערטן וועלכע האבן זיך אין לויף פון די נאכט זיך אנגעשלאסן אין די מאסיווע אויספארשונג.דערווייל האלט מען שוין 7 שטונדן פון ווען דער אינגערמאן איז פארכאפט געווארן, און דערווייל האט מען נאכנישט געהערט קיין פאזעטיווע ענדערונגען אינעם קעיס.נעמט ארויס א תהלימ'ל און רייסט איין אז אונזער ברודער זאל אפגעפונען ווערן אין א גוטע געזונט-צושטאנד, גאנץ אן קיין שום שאדן.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 8:36 am

· #173069
שומרים בעהט מען זאל רופען
718.237.0202
ווער עס האט עני אינפא. אין יענע גאנצע עריע קעמרע'ס פון בראדוועי
העריסאן
ראטלידזש,
נעמט א חלק טראץ דעם שווערן וועטער און אפגעפינען דעם יונגערמאן און העלפט ארויס די פארפייניגטע בני משפחה

א הרהור תשובה וקבלה טובה לטובת דעם יונגערמאן קען שטארק בייהילפיג זיין
(ליין די חתימה)

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 8:45 am

· #173070
א ברידער רבי יואל רעד אויף קול מבשר

ער געט אהן אז דער ציבור קען דער מערסטע בייהילפיג זיין מיט תפילות
און איבערקוקען אלע קעמרע'ס פון יענע געגנט
....
מ'זאגט אז אין זיינע אימעיל'ס האט מען געפינען שטארקע סטראשונקעס פון חברה

טייל זאגען אז אין בושוויק געגנט האט מען געפינען סיגנאלען פון זיין טעלעפאון

מצטמק ויפה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 8:50 am

· #173072
עס איז נאך ברוך השם גענוג פרי אין די געים, אז מען זאל זיך דערמאנען, אז נישט לאנג צירוק האט מען פאר אביסעל רייץ און תאווה געהרגעט איינעם עטליכע מאל על לא דבר.
יא יא, איך באצו זיך דא אויף די "וואטס אפ" באניצער וואס געדענקען נאך גאנץ גוט דעם קאפי פעיסט (ק/פ) מוצאי שבת נישט מער געדאכט. טייערע אידן הערטס אויף מיט די מעשי רשעות! אלעס האט א שיער, יענעמס בלוט איז עפעס א ראבבע"ר בענ"ד??, פאר די פארשטונקענע אזוי געריפענע גוטע געפיל צו זיין די ערשטער צו מעלדן די נייעס ביסטו מפקיר יענעם'ס בלוט ?? ווי איז אייער אחריות?? .
יעצט ווען עס שפילט זיך אפ נאכאמאל א דראמאטישע מעשה ביטע ר' איד גייטס צום שאנק אין נעמט ארויס א תהילים'ל אין זאגטס אפאר קאפיטלעך תהלים לזכות פון דעם אינגערמאן, און פאר איר שיקט ארויס סיי וואס פאר א מעסידש, זיפט דאס דורך צען מאל און מאכט זיכער אז קיינעמס נשמה גייט נישט גערירט ווערן פון אייער פארנאכלעסטיקייט, און אויב קענט איר זיך נישט איינהאלטן, דאן מאכט צו אייער פאון, און הערט אויס קול מבשר פאר אפדעיטס.
א דאנק,

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 8:57 am

· #173074
מען קען ווען צוזאמשטעלן דא עטליכע מאל אמירת תהלים יעדער זאל נעמען א צען קאפיטלעך
איך הייב יעצט אהן פון צ-ק

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 9:15 am

· #173076
א פחד, א שרעק.

Bye יעדער. איך גיי זאגן תהלים.

נח בער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 9:18 am

· #173078
צייטליכע און וויכטגע בקשה!

שטייענדיג געציילטע וואכן נאך די פטירה פון ר׳ ליפא ברייער ע״ה, געדענקט זיך נאר גאר גוט די צעמישטע און פאלשע באריכטן וועלכע זענען ארויסגעקומען יעדע ליאדע מינוט. טייל איז גאר געווען העכסט קראנט און באשטעטיגט דורך די חברה קדישא אדער נאנטע פאמיליע מיטגלידער.
ס׳זענען פארהאן פולע טוויטער אקאונטס וואס זענען זייער ענליך צו די אקאונטס פון די היימישע ארגאניזאציעס און מענטשן ערלויבן זיך צו שרייבן דארטן אלע זייערע בויך וויי.
צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע קאנפירמעד אופדעיטס זענען געווען ׳בי עס׳ פון א׳ ביז ת׳.

ס׳קאכט זיך איצט א פאל פון א שוידערליכע פארכאפונג אין וויליאמסבורג. און ס׳איז ערווארטעט א פארפלייצונג פון פולע שפעקולאציעס וואס וועט ווערן א רעאליטעט ווען מען פאוסט עס אויף די גרופעס.

דעריבער גייט ארויס דער רוף צום ציבור: האלטס ענק רואיג.
שרייבט נישט גארנישט וואס איר טראכט... און אויב האט עמיצער געשריבן עפעס גלייבט נישט קיין שום ׳קאנפירמעד׳ אופדעיט.

צו וויסן דעם מערסט פארלעסליכסטע אופדעיט גייטס ארויף אויף וואסאיזנייעס.קאם, אדער רופטס קול מבשר.

לאמיר האפן צו הערן בקרוב גוטע נייעס, אבער אויפדערוווייל שפילט זיך נישט ארום מיט אידיש בלוט...

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 9:23 am

· #173079
אין די סאטמארע צענטערן
הן די והן די אנדערע שטייען פילע מנינים און רייסען איין בעד דעם יונגערמאן

אין אנדערע קהילות איז מען זיך אויך מצטרף בתפילה בעד די הצלחה פינעם אינגערמאן

יעדער ביי זיך אין שטוב קען ארגאנאזירען א חברת תהלים בזמן וואס די קינדער געפינען זיך אין שטוב צוליב די שווערע שנייען, זאגט פאר די קינדער דאס אוועקגעבן עטליכע מינוט הנאה פון שאוולען די שניי פאר א צווייטען יוד האט א גרויסער כח

.......
יעצט געהערט אז די משפחה האט געפאדערט אויף קול מבשר צו טון דעם געדאנק פון צוזאמנעמען אין אלע יידישע שטובער די קינדער 10:30 צוזאמען און איינרייסען אינאיינעם

shem-tov » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:11 am

· #173085
הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לריעך כמוך מיטן גאנצן הארץ און מח. איך וועל אויך האבן אסאך מער געדולד צו מיינע טייערע זיסע קינדערלעך און זיך נישט זוכען ארויסצודרייען ווען זיי רעדן צו מיר. און אויך נעם איך זיך אונטער אויפצוהייבן יעדען פאון קאל פון מיין ווייב און איר קלאר אויסהערן און נישט וועלן גלייך אראפלייגען, נאר זי זאל זיין די וואס לייגט אראפ ווען זי פארטיגט צו רעדן. ויהי רצון מלפניך ה' אלקי ואלקי אבותי אז די זכות פון די מצוה זאל גיין פאר די באלדיגע באפרייאונג פון אונזער ברודער מנחם משולם בן שניא עטיא ער זאל ארויסקומען פון אונטער זיינע פענגער גאנץ און שטארק.

לאמיר זינגען דעם הארציגען אחינו כל בית ישראל, הנתונים בצרה ובשבי' וכו' המקום ירחם, ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה וכו'

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:13 am

· #173086
נאך א לינק
ליינט דא

טיטאניק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:14 am

· #173087
איך האב דא 3 מקובלים וואס מען קען פרעגען
אלע 3 ווייסען זייער גיט וואס עס טיט זיך, בדידי הווה עובדא, געזען ביי אלע 3 עקסטערע אפנע אפענע קראנטע ישועות
1) הרב בעריש האלפערט פון מאנסי, נאמבער איז:845.304.8520 ער מאכט פון זעך גארנישט, זעט אויס ווי א געהריגע בעלזער כאניאק מיט שווארצע זאקען אין די וואכען, אבער ער איז אעפעס נישט סתם, א קאמארנער און זידיטשובער אייניקעל, ער איז א ת"ח א מחנך, א פסיכאלאג, וע"כ א גרויסער מקובל ויודע זאכען וואס איך און דיר ווייסען נישט
2) הרב שמואל ארי עקשטיין, שטעלט זיך ארויס מער פראפעשאנאל, א תלמיד פון הגה"ק מזמיגראד זצ"ל מסטקאפקאוו זצ"ל רמ"א פריינד זצ"ל ועוד גרויסע צדיקים פון אונזערע קרייזען, אידען (וגם אנכי9 שווערען זיך אין זיין בארד, זיין נומבער איז: 347.675.7201.
3) הרה"צ ר' אליעזר סאפרין פון ארץ ישראל, א קאמארנער אייניקל, א איד וואס שטעלט זיך ענדערשט ארויס זייער זייער "בעל בתיש" מאכענדיג די רושם פון איידער א פראפעסער ווי א מקובל, אבער למשעה זאגען אלע נושעים אז ער ווייסט נאך איינמאל, וגם אנכי, ער איז בכלל א געשמאקער גאר קליגער איד, עק קימט מזמן לזמן אהער א גיטער ידיד פון הרב העסקן ר' אייליש באכנער פון ב"פ (פארווער עס קען עם). זיין נאמבער האב איך נישט אויפען מיניט

אבער די ווייסען זייער גיט וואס טיט זעך

טאמבל סאס » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:18 am

· #173089
איך געדענק, כ'האב אזויפיל געהערט פון עמיצן ר' שמואל בנימין קרויס אין לאנדאן. מ'האט געזאגט, ביי אים זעט מען אפענע רוח הק'. ער טרעפט דיר אפ' אן אוצר אונטערן בריק.
זייענדיג אמאל אויף א באזוך אין דעם פאראייניגטן קינגדאם, בין איך אריין צו אים, כ'האב מיך געשטעלט אין די רייע, ס'געווען פאר מעריב, ווי נאר כ'האב געזען ווי ער זוכט זיין גארטל אין זיינע טאשן, האב איך ארויסגעפוצט פון דארטן.

טיטאניק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:27 am

· #173091
טאמבל סאס
איך געדענק, כ'האב אזויפיל געהערט פון עמיצן ר' שמואל בנימין קרויס אין לאנדאן. מ'האט געזאגט, ביי אים זעט מען אפענע רוח הק'. ער טרעפט דיר אפ' אן אוצר אונטערן בריק.
זייענדיג אמאל אויף א באזוך אין דעם פאראייניגטן קינגדאם, בין איך אריין צו אים, כ'האב מיך געשטעלט אין די רייע, ס'געווען פאר מעריב, ווי נאר כ'האב געזען ווי ער זוכט זיין גארטל אין זיינע טאשן, האב איך ארויסגעפוצט פון דארטן.

איך האב געברענגט נעמען פון מענטשען וואס "איך" האב אויספראבירט, און איך בין א שוואכער מאמין אין צדיקים, איך האב ליב צי "טעסטן", און מה אומר? די חברה ווייסען זייער זייער גיט וואס עס טיט זיך, איך האב ביי יעדער פון די 3 געזען זייער אסאך

עס איז גיט בכלל צי האלטען די נאמבערס, אים קעיס פון נויט, זאל נישט זיין

יואליש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:28 am

· #173092
די מקובלים וועלן זיך איטליכער אויפיקן זייער מופתים, נישט געזארגט. כ'בין מאמין אין דעם באמונה שלימה אז ערגעץ וועט וועט איינער האבן געזאגט עפעס וואס איז ענדליך צו די אויסגאנג, און ס'וועט פאראייביגט ווערן אין א גרויע קעסטל אין די צייטונג נייעס און מיט א אינטערוויוא פון א "מקורב" אויף קול מבשר.

יעצט אבער ברויך מען זיך קאנצעטרירן אויף טרעפן דעם אינגערמאן געזונטערהייט, דורך מגושמ'דיגע מיטלן, ווי סורוועילענס ווידיאו, זשי פי עס טרעקערס און אנדערע קריים פארענסיקס.

shem-tov » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:35 am

· #173093
סארא לץ דער טאמבול. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס פונקט ביים זוכען זיין גארטל האסטו אפגעצויגן.

לגבי פריילעכס לינק. איך געדענק מיט א שיינע פאר יאר צוריק איז געווען באשריבן אן ארטיקל אין עפעס א צייטונג איבער אן אפארטמענט בילדינג וואס גיט צרות פאר זיינע טענעטס, דאכצעך אז סהאט באלאנגט פאר מנחם און נאך א שותף. אבער איך מיין סאיז נישט מענטשלעך מען זאל יעצט רעדן פון די ענינים. אוודאי דארף מען זיך אויך פארנעמן מען זאל אלץ מאכן א קידוש השם. סאיז שרעקליך צו זעהן אסאך מאל ווי יונגעלייט וואס אונען אדער מענעדשען אפאר דירות סרוחהלעך וויאזוי זיי קומען זיך אן צו זייערע הייזער און טוען אונטערדריקן זייערע גוישע ארימע טענענטס. אבער דא קומט עס נישט אריין יעצט. דער יוד ברויך יעצט רחמי שמים און נאר דאס זאל אים דער אייבערשטער שענקן אין זכות פון אונזערע קבלות טובות

outspoken » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:39 am

· #173096
טיטאניק, די טיטאניק האט געזינקען ווייל ער האט זיך געהאלטען פאר עפעס גרעסערס, לאז אפ די אלע שטותים, מ'דארף טון אלעס בדרך הטבע און נוצן אינזער3000 יעריגער געווער פון תהילים זאגן, די איבריגע זענען שטותים.

טאמבל סאס » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:42 am

· #173098
אט אזוי! כ'האב הנאה אז אחינו בני ישראל היקרים טוען צו דער זאך.
ענדליך זעה איך שוין א אידישע אויספיהל-פראגע-בויגן אהן א שאלה "צו מ'פארמאגט אינטערנעט".

בשםואין » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:52 am

· #173102
צו האבן א קלארען בילד איבער וואס עס האנדלט זיך דא האב איך געמאכט א שטיקל גוגל זוכעניש אויף זיין נאמען (max stark) אדער (Menachem stark) און אויף זיינע ריעל עסטעיט קאמפאניס:

* South Side Associates, LLC
* Sage Franklin, LLC
* South Side Housing, LLC
* SYC Realty, LLC
* Greenpoint Management, LLC
* Israel Perlmutter, LLC
* Meserole Factory, LLC
* Melrose Realty, LLC
* Melrose Deals, LLC

און וואס זאל איך אייך זאגן, ער האט ליידער מער פיינט וואו פריינט.

ער האט אנגעקאקט עטליכע בענק אין פריוואטע לענדערס מיט צענדליגער מיליאנען:

<a class="postlink" href="http://therealdeal.com/blog/2011/07/12/israel-perlmuter-known-as-sam-perl-and-menachem-stark-face-51m-in-property-suits-over-williamsburg-and-greenpoint-developments/">http://therealdeal.com/blog/2011/07/12/ ... elopments/</a>

אין זיינע טענענטס רעדן זיך אפ וואו מ׳באהאנדלט זיי זייער אומ-מענטשליך, נישטא קיין הייס וואסער, די בילדונגס צופאלן אויף שטיקער, אלעס שטינקט און ס׳נישטא צו וועם צו רעדן:

<a class="postlink" href="http://www.yelp.com/biz/southside-associates-llc-brooklyn?nb=1">http://www.yelp.com/biz/southside-assoc ... oklyn?nb=1</a>

<a class="postlink" href="http://www.chamberofcommerce.com/brooklyn-ny/11885915-southside-associates-llc/">http://www.chamberofcommerce.com/brookl ... iates-llc/</a>

די ניו יארק טיימס האט באריכטעט און 2006 אז נישט נאר וואס די הייזער זענען נישט בעסער געווארן, מ׳האט זיי נאך געהעכערט די רענט מיט $200

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2006/01/01/nyregion/01greenpoint.html?pagewanted=all&_r=0">http://www.nytimes.com/2006/01/01/nyreg ... d=all&_r=0</a>

כ׳וויל נישט ציען קיין מסקנות, אבער דער מצב קוקט נישט גוט אויס.

shem-tov » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:07 am

· #173107
ביטער ווי א גאל. אויב האט ער שונאים ל"ע ברויך דאך ווען נישט צו זיין קיין שווערע ארבעט פאר די אינוועסטיגעיטארס צו לייגן די הענט. איבערהויפט אז ער האט שותפים מיט ארביייטער וואס קענען אויסקלארן די פיקטשער.

אבער מיר דארפן מתפלל זיין. אפי' חרב חדה מונחת על צאורו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים דער אייבערשטער קען אלעמאל העלפן. יעדער זאגט זיך אפאר קאפיטלעך תהלים וואס ער קען פון אויסענווייניג.

שיר המעלות ממעמקים
למנצח מזמור לדוד יענך ה' ביום צרה
אשרי יושבי און די הללוקה'ס

לשוא הכיתי » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:10 am

· #173109
While police are not officially calling Stark’s disappearance an abduction, they have confirmed that security footage show Stark leaving his office at 2:30 AM.
“We are still taking reports,” said an NYPD spokesman. “A male appears to have been taken from his place of work in a van by two people.”

איז דאס נישט א שטיקל סתירה?

According to Yoely Stark, security footage shows his brother fighting with the men briefly outside his office at 331 Rutledge Street before he was bound with duct tape and thrown into a light colored Dodge van. Stark urged volunteers to come forward immediately.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:11 am

· #173112
זיך פארנעמען נישט צו מאכען א חילול השם
בפרט אז מען זעהט אז עס קען צומאל קאסטען טייער
וואלט אויך געקענט צונוצקומען דעם יונגערמאן וואס ברויך רחמי שמים מרובים
......
יעצט ווען יעדער איז פארנומען מיט די גשמיות'דיגע הילף, קעמרעס, עייצעס אויף די געוועבעכץ, הערן ק''מ, זאגען מיינונגען,

טארן מיר נישט פארגעסן דער שטארקסטער כח וואס איז דא בעולם וואס איז נאר די באשעפער אליין און נאר אין זיין כח קענען מיר זיך אנהענגעןאוודאי ברויכען מיר טון דאס ביסעל פון אינזער זייט וואסע שייך אבער דר'עיקר טאר מען נישט פארגעסן

shem-tov » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:26 am

· #173120
מה נאמר ומה נדבר. נאכן ליינען אביסל דא און דארטן פון בשם-ואיןס לינקס קומט צו וויינען מיט הייסע בכיות. רבותי לאמיר צוזאמן איינרייסן און זיך אויך פארנעמן צו פארבעסערען אונזערע מעשים בין אדם לחבירו, סאיז נישט קיין פשוטע זאך וואס דא קומט פאר.

בשםואין » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:27 am

· #173121
נאר,,פרייליך
זיך פארנעמען נישט צו מאכען א חילול השם
בפרט אז מען זעהט אז עס קען צומאל קאסטען טייער
וואלט אויך געקענט צונוצקומען דעם יונגערמאן וואס ברויך רחמי שמים מרובים
......
יעצט ווען יעדער איז פארנומען מיט די גשמיות'דיגע הילף, קעמרעס, עייצעס אויף די געוועבעכץ, הערן ק''מ, זאגען מיינונגען,

טארן מיר נישט פארגעסן דער שטארקסטער כח וואס איז דא בעולם וואס איז נאר די באשעפער אליין און נאר אין זיין כח קענען מיר זיך אנהענגעןאוודאי ברויכען מיר טון דאס ביסעל פון אינזער זייט וואסע שייך אבער דר'עיקר טאר מען נישט פארגעסן



שטארקע פונקט, ורחמיו על כל מעשיו גייט ארויף אפילו אויפן עם הדומה לחמור.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:32 am

· #173122
נישט צו מאכען קיין חילול השם במו''מ מיט גויים האט פשוט מיט רחמנות אויף זיך און דעם ארום

שוין אפגערעדט פינעם איסור צער בעלי חיים וואס גייט אהן בין שהוא בן ברית ובין שאינו

חביבי » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:52 pm

· #173156
אפאר טעג ציריק האט איינער געפענט א אשקול אינטערן נאמען גנבים היימישע געגענטער זענען אפען פאר אייך אין ער האט געשריבען אז יעדער זאל אינסטערלירען סירוועליענס קעמרעס פארענט פון די הייזער ער האט גראדע גערעט פון קאר גנבות אבער צים סוף האט ער אויסגעפירט און געשריבען פאר וואס ווארטמען פאר נאך א קלעצקי מעשה?
למעשה האט די עולם עם פארשריגען אז ער איז די גאנצע שולדוגער פארן איבער לאזען זאכען אין די קאר
אבער ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס זעט יענער אויס צי זיין גערעכט ווער ווייסט צו ווען אינזער גאסען וואלטן געווען אנגעפילט מיט קעמרעס אפשר וואלט מען שוין געהאלטען ערגעץ

סא רבותי יעצט ווען מען איז דערשראקען טו כאטש עפעס צים זאך רוף אן א סעקיארעטי קאמפעני אז זיי זאלען אינסאלען קעמרעס אויף דיין לאט
אמת׳דיג הגיע עת דודים קארג שוין נישט אויף דיין געלט אזוי פיל ניץ עס אויף גיטע זאכען

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:55 pm

· #173159
חביבי
אפאר טעג ציריק האט איינער געפענט א אשקול אינטערן נאמען גנבים היימישע געגענטער זענען אפען פאר אייך אין ער האט געשריבען אז יעדער זאל אינסטערלירען סירוועליענס קעמרעס פארענט פון די הייזער ער האט גראדע גערעט פון קאר גנבות אבער צים סוף האט ער אויסגעפירט און געשריבען פאר וואס ווארטמען פאר נאך א קלעצקי מעשה?
למעשה האט די עולם עם פארשריגען אז ער איז די גאנצע שולדוגער פארן איבער לאזען זאכען אין די קאר
אבער ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס זעט יענער אויס צי זיין גערעכט ווער ווייסט צו ווען אינזער גאסען וואלטן געווען אנגעפילט מיט קעמרעס אפשר וואלט מען שוין געהאלטען ערגעץ

יא, את חטאי אני מזכיר.
ער איז גערעכט אז קעמרעס איז א דבר הגון.

יעקעלע חכם » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:57 pm

· #173161
לאמיר האפן אז דער איבערפאל אויף אים איז געטאן געווארן און א פארזוך צו בעטן א רענסאם, און עקסטארטן די משפחה פאר געלט, ווייל דעמאלס וועלן זיי אים לכאורה נישט שעדיגן ווייל זיי ווילן דאך באקומען דאס געלט, און ביי רוב פעלער וואס די קידנעפינג איז מאטאווירט צו בעטן א רענסאם מאכן די קידנעפער א מיסטעיק און לויף פון די קאמיונעקעשאנס ווען מען פארהאנדעלט און דאס פירט געווענטליך צו גינסטיגע רעזולטאטן, אנדערש איז אבער ווען די קידנעפינג איז ריין פאר רעווענדש (נקמה) וואס דאן איז אסאך שווערער זיי צו טרעקן און זיי האבן אויך אן איטערעסע צו שעדיגן דעם פארכאפטן.

עס זעהט מיר אויס ווי א גוט געפלאנטע זאך, נישט ווי אפאר יונגאטשעס וואס ווילן האבן א גוט טיים.
1) די ווען האט נישט קיין פלעיטס מען זאל נישט קענען טרעקן די קאר.
2) די פאליציי האט פון זיי נישט ארויסגעלייגט (דערווייל) קיין בילד, דאס קען זיין ווייל זיי זענען געווען גוט פארמאסקירט.
3) די וועטער און וואס זיי האבן דאס געטאן, עס קען זיין אז זיי האבן דווקא געווארט אויף אזא וועטער פאר אפאר סיבות, איינס ווייל די גאסן זענען דאן ליידיג, אבער נאך מער וויכטיג פון דעם, אז עס זאל זיין א פארנומענע נאכט פאר Law אינפארסמענט אזוי עס איז ביי יעדן שטורעם, ממילה זאל עס נעמען לענגער צו ריספאנדען.

לאמיר האפן אז מיינע השערות זענען טאקע סתם הוילע לופט און מען וועט דעם יונגערמאן און טאטע, מאן, ברודער פריינט, שנעל טרעפן בעז״ה געזונטערהייט בלי שום מכשול ונזק כלל וכלל.

חביבי » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:00 pm

· #173162
ביי די ווע איך האב די פיקטשער פין די גאס ביי מיר אין קאפ אין דע גאס איז אנגעפאקט מיט קעמרעס
אבער ווי מער אלץ בעסער

ברעט מענינג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:03 pm

· #173164
אין דאכצעך מיר אז אויף broadway איז אויך דא קאמערע'ס

יואליש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:06 pm

· #173166
כ'האף די פאליציי רעספאנדט מיטן פולן ערענסטקייט און ווארטן נישט אויף די 24 שעה, ווי זייער פראטאקאל זאגט.

יעקעלע חכם » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:09 pm

· #173167
געווענטליך ווען עס איז דא קלארע רגלים לדבר אז עס איז א פארכאפונג (ווי דא, ווי מען זעהט קלאר אויף די קאמארע׳ס ווי מען צווינגט אים אריין און א ווען) ווארטן זיי נישט קיין 24 hours.

ברעט מענינג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:10 pm

· #173168
מען קען יעצט אויסניצען דעם נייעם דעבלאזיא

יעקעלע חכם » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:13 pm

· #173169
ווייסט איינער צו מען נוצט אן Amber Alert ביי ערוואקסענע אויך אדער נאר ביי קינדער?

גוטע פינטעלך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:15 pm

· #173172
נאכמער אינטערסאנט די מעשה האט פאסירט און די בעק פון די פאליציי סטאנציע.

הצעה: מען זאל זיך פארבינדען מיט יענקל בויער ער וועט זיכער לייגען א האנט אויף די חברה.

גנדי » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:19 pm

· #173174
He was carrying a lot of money at the time, cops said.

Source: Daily News

ברעט מענינג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:20 pm

· #173175
נישט וועגן דעם האבן זיי עים געכאפט

חביבי » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:21 pm

· #173177
נע דיבלאזיא איז נאך ביזי נעמען קרעדיט פאר די שניי


איך מיין אז עמבער אלערט איז נאר ביי פארלוירענע

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:21 pm

· #173178
גנדי
He was carrying a lot of money at the time, cops said.

Source: Daily News

האבן זיי דען א מקור אויף דעם, אדער זיי לייגן דאס אויף די חזקה, אידן האבן געלט?

יעצט הער איך אז די קאר האט געמאכט א U דריי, ממילא דארף מען די קעמרעס פון די אנדערע דירעקציע.

אנאנים האקט -- (נקמה..)

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:37 pm

· #173183
נאר צו דערמאנען מיינע ברודער וועלכע וואוינען אין וויליאמסבורג. מען מעג און מען מוז מחלל שבת זיין אויף כדי אים צו ראטווען. יעדער וואס האט עפעס אינפורמאציע, אדער טראכט אז זיין ווידעאו וועט עפעס מעגליך צוהעלפן מעג טוהן אלע מלאכות דאורייתא אויף צו ראטווען.
זייט נישט פרום.
נוצט דעם טעלפון כאילו עס איז חול גמור.
ויה"ר שבקרוב נשמע בשורה טובה.

נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:03 pm

· #173187
@היימישער ליטוואק
פרום? והשואל הרי זה מגונה!

Sapir » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:03 pm

· #173188
חביבי
נע דיבלאזיא איז נאך ביזי נעמען קרעדיט פאר די שניי


איך מיין אז עמבער אלערט איז נאר ביי פארלוירענע


איך געדעק יענער עמבער פאריאר וואס האט צישריגען אלע אייפאן,ס מיטען נאכט, יענץ איז געוועהן א קידנעפינג קאסטאדי געשלעג.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:19 pm

· #173190
פארוואס אפעררט נישט די פאליס/שומרים/אסעמבלימאן א ריווארד פאר דער וואס ברענגט אינפא?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26