☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

1288 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5590
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

Sapir » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:43 pm

· #174854
מאראנצןזאפט
היימישער ליטוואק
היימישער ליטוואק
פ"וו שטאמט דער ווידעא.
זייער אינטערסאנט!

<a class="postlink" href="http://newyork.cbslocal.com/2014/01/08/new-video-shows-suspect-in-slain-real-estate-developers-kidnapping/">http://newyork.cbslocal.com/2014/01/08/ ... idnapping/</a>

פראפעסיאנאלע סי.בי.עס. קאנטרעדיקט זיך אינעם זעלבן ארטיקל.
איינמאל אכט קינדער און עטליכע שורות דערנאך זיבן.
זייט איך ליין אביסל די אלגעמיינע מידיא שטוין איך פון זייער אומפראפעסיאנאליטעט.
זלמן ווידער איז הונדערט מאל מער אויטענטיש.

וויפיהל קינדער באמת?

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 8, 2014 8:45 pm

· #174856
שומרים טאר זיך נישט לאזן.

ברעט מענינג » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:14 pm

· #174864
דאכצעך אז אין פארענט פין שטארק'ס אפיס געפינט זיך א קעמארע! וואס זעט מען דארט?
image.jpg

חביבי » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:33 pm

· #174871
פון די זעלבע קעמרע וואס מען זעט די סאספעקט ארום וואקען דארף מען אויך זען די פארכאפאנג זייער קלאר
נאר זעט אויס אז נישט אלעס געבען זיי ארויס

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:37 pm

· #174873
קוועלער געבן אן אז ס'גייט ארויסקומען א זייער קלארע שוידעליכע ווידיאו פון דער פארכאפונג. אפשר טאקע פון יענע קאמארע

חביבי » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:39 pm

· #174874
[list]ו[/list:u]
אפטעמיסט
קוועלער געבן אן אז ס'גייט ארויסקומען א זייער קלארע שוידעליכע ווידיאו פון דער פארכאפונג. אפשר טאקע פון יענע קאמארע

ווי זענען די קוועלער אין ווער האט זיי געגראבען

ברעט מענינג » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:42 pm

· #174876
איך הער אויך זאגן אז די גאנצע האט גענימען איבער 5 מינוט, נישט אזוי ווי אויפן video צוויי א האלב מינוט. עפעס געט מען נישט ארויס דא!

days » מיטוואך יאנואר 8, 2014 9:59 pm

· #174886
איך ווייס שוין נישט וואס צו זאגן...
ביז יעצט האב איך געהאלטן אז מען האלט זייער נאנט זיי צו כאפן, והא ראיה מהערט נישט קיין נייעס, ליעדס, וכדומה, איז לכאורה האבן זיי ערענסטע שטאף נאר באהאלען עס פונעם פאבליק..
אבער יעצט אז עס הייבט שוין אן ארויסקומען שטיקלעך מעשיות ווי צ.ב.ש. אז זיי קומען פון יאראפ, און די קאר פון אהייא, האבעך מורא אז מען האלט גארנישט ווייטע ווי די מקוה חלומת..

outspoken » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:02 pm

· #174893
א פרישע ווידיא 5 אזייגער נאכמיטאג

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:04 pm

· #174896
ס'האט מיר געכאפט א קעלט, כ'האב געדענקט עפעס זיין פנים - עפעס שטארק.. מנחם שטארק, כ'געדענק דאך נישט אלע מיינע חברים, אבער היינט רעדט איך מיט א חבר מיינע זאגט ער מיר, אז יא, ער איז א איידים געווען ביי בערנאטה, איז עס טאקע ער? האב איך דאך אמאל פארברענגט מיט עהם א שיינעם שבת פ' שופטים אין ברך משה באנגעלאו.
און כ'האב געפרעגט אפאר בלעטער צוריק, וויאזוי סטרולעוויטש איז זיין קרוב, און יעצט כאפ איך דעם פאזל.. אוי ס'ווערט מיר קאלט.. איך האב דאך עהם געקענט

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:17 pm

· #174905
דוכט זיך אז ער גייט מיט א טי-שירט אויף אן אנדערע, און הויזן על גבי הויזן.
זע איך גוט?

outspoken » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:25 pm

· #174906
היימישער ליטוואק
דוכט זיך אז ער גייט מיט א טי-שירט אויף אן אנדערע, און הויזן על גבי הויזן.
זע איך גוט?

גיב אן די טיפ, אפשר וועסטו באקומען די 74 אלפים

מאן דאמר » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:34 pm

· #174908
ער זעהט אויס ווי א באם

איך אויך » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:35 pm

· #174910
וואס האסו געמיינט דער דיין האט עס געטוהן?

איינער » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:37 pm

· #174911
כתר מלכות
איינער
די טראגעדיע האט נאכמאל ארויס געברענגט וואס איז ראנג מיט די חסידים, אנשטאט מען זאל אראפלערנען א מוסר השכל מיט וועמען נישט צו די דיעלן אדער בארגען געלט, איז מען ביזי מיט תשובה, און קוקן וואספארא עבירות האט צוגעברענגט די טראגעדיע, דאס מאכט דעם רושם ביי טייל אז ווילאנג מען איז ערליך אדער מען האט דעם "משומר פילטער" איז אקעי צו בארגן געלט פון די מאפיא און גארנישט וועט פאסירן.

אזא רושם מאכט עס ?
איך מיין אז דאס פארשטייט יעדער איינער אליין אז דילען מיט די נישט גוטע איז גאר שעדליך, און עס פאדערט בכלל נישט מען זאל רעדן דערפון, די מעשה רעדט פון זיך אליינס, אדרבא ווען איינער וועט יא רעדן דערפון וועט דאס זיין אומסענסעטיוו, (קוק אפאר תגובות ארויפציר). משא״כ תשובה ותיקון המעשים פאדערט זיך אז מען זאל מעורר זיין דערויף.
דאס ענין פון תשובה בעת צרה זאגט דער רמב״ם, און פון זיינע ווערטער איז משמע אז סתם תולה זיין און פשטות הדברים, שעדי ביזנעס וכו׳ איז גאר א ענין פון רציחה, איך האב נישט יעצט דעם רמב״ם אויפן פלאץ, אבער הדברים ידועים ועתיקים.

אויב עס איז צו סענסיטיוו צו רעדן דאן זאג גארנישט, לאז די פרשה רעדן פאר זיך אליין. דאס רעדן פון תשובה מאכט נאר ערגער, עס מאכט די וואס האבן שוואכקייט אין די נושא אנשטאט קעיר צו נעמען פון זייער פראבלעם צו נעמען א תהילים און ווייטער אנגייען מיט זייער טונקעלע ביזנעס.
דער רמב״ם רעדט ווען עס געשעט אן עקסידענט נישט אזא מעשה.

Sapir » מיטוואך יאנואר 8, 2014 10:54 pm

· #174914
The person blurred in a box is not the suspect just a shopper in amazing savings. The double parked car is looking for parking so when he say that murderer going to his car he thought he could take his spot. And no. The spot in front was too short.

איינער » מיטוואך יאנואר 8, 2014 11:08 pm

· #174921
days
איך ווייס שוין נישט וואס צו זאגן...
ביז יעצט האב איך געהאלטן אז מען האלט זייער נאנט זיי צו כאפן, והא ראיה מהערט נישט קיין נייעס, ליעדס, וכדומה, איז לכאורה האבן זיי ערענסטע שטאף נאר באהאלען עס פונעם פאבליק..
אבער יעצט אז עס הייבט שוין אן ארויסקומען שטיקלעך מעשיות ווי צ.ב.ש. אז זיי קומען פון יאראפ, און די קאר פון אהייא, האבעך מורא אז מען האלט גארנישט ווייטע ווי די מקוה חלומת..

אזוי ארבייט די פאליציי, קודם פראבירן זיי אליין צו אינדענטיפיין אן ארויסגעבן בילדער/ווידאוס כדי זיי צו כאפן ביי סורפרייז, אויב קענען זיי נישט, וועלן זיי ארויסגעבן צוביסלעך וואס זיי האבן, צו האפן אז אדער איינער וועט כאפן ווער זיי זענען אדער האט איינער כאטשיג מער קלארע בילדער פון זיי. אזוי איז טאקע געווען ביי די באסטן באמבעדירונג, ווען נאך א פאר טעג, נישט קענעדיג אינדענטיפיין די באמבעדירער, האבן זיי ארויס געגעבן א בילד, עס האט טאקע געברענגט די ריכטיגע רעזאלטאטען, אבער עס האט צוגענומען דעם סורפרייז, פירענדיג צו די פארשלעפטע און דערמאטישע געיעג זיי צו כאפן וואס געקאוסט נאך קרבנות.

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 11:25 pm

· #174925
איך האב גסקיפפט א הארט-ביט. למעשה נישט נוגע.
‘Yes, I did it!’ — alleged killer claims he murdered landlord

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 11:32 pm

· #174926
אויב ווילט איר סובמיטן א טיפ.
קריים סטאפפערס

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 8, 2014 11:33 pm

· #174927
פארוואס האבן זיי נישט דארט די האלב-גלונגנע בילדער פון די רוצחים?
אויך איז די דיסקריפשן פון image 2 א טעות.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:49 am

· #174941
איין זאך וואס איך האב אויפגעוויזען איז, אז רוב עולם האט נישט קיין נארמאלע סיבות און תירוצים פין ווי זיי ווייסען זיכער אז ער האט נישט קיין שייכות.

די גמרא זאגט כבדהו וחשדהו, און אלץ ווייסט צו זאגען להיפוך, אפילו קיין הוה אמינא איז נישטא.

מיר האט מען דא מעניש געוועהן מיט קללות נמרצות, אלץ פאר ארויסברענגען אז גארנישט איז נישט זיכער, און מען דארף זיין גרייט אויף אלעס.

עד כדי כך אז אפילו פין די געוועהנליכע געזעצטע ניקס האבען אויסגדרעקט רז מיין תגובה איז רשעות, על לא דבר.

אויב די מנהלים האלטען אז מען טאר נישט שרייבען עפעס וואס ברענגט ארויס אז אידען קענען זיין רוצחים זאלען זיי עס אריין לייגען אין די תקנות.

און פאר דעם הויך געשעצטען ניק יאנקעל, ביסט א פעיקער, איך ווייס גאנץ גוט וואס די האלסט, די ווילסט נאר געפעלען די סארט בהמערישע ניקס זיי זאלען דיך מקבל זיין אויף אנדערע שרייבסטו און באוואשט מיר וואס דאס אליין, אטאקירען א ניק פערזעהליך איז קעגען די תקנות.

אדרבה זאל דער מנהל אדורך גיין די תגובות, און מסלק זיין יעדעסנמאל איינער רופט מיר רשע, אויב וויל ער זיך האלטען צו זיינע תקנות.

נאר מיט נאכגעבען לאזט ער די בהמערישע ניקס האלטען א קנטראל דא, אז אנדערע, און סאיז דא גענוג אנדערע וואס האלטען ווי מיר, האבען פ פשוט מורא ארויס צו ווייזען שטיצע.

אלזא, דאס בעיקר האב איך געוואלט ארויסברענגען מיט דער סומאטאכע.

די מיינסט די האסט דא א פלאץ ווי יעדער קען שרייבען וואס ער וויל?

בכלל נישט, עס ווערט געפירט דורך א סומע ניקס וואס כאפען זיך ארויף אויף יעדעס זאך וואס איך.שרייב אזוי וונ עס וואלט געוועהן עק וועלט.

און די מנהיגים זענעןננעבעך בלינד, עיניים להם ולא יראו.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:51 am

· #174942
איצט טוט זיך וועגן דער שווארצער מיני-ווען. די פאליס איז חושד אז דער שווארצער מיניווען איז אויך פארבונדן מיט דעם קריים.
ער פארקירט דאבל, כאטש ער האט א ספאט פארנט, ווייל ער וויל פראוויידן "קאווער" פאר דעם ווייסן קאראוואן.
א חסיד'ישע יונגערמאן קוקט אריין אין דעם שווארצן אויטא. דא הייבן אן זאכן צו ווערן פארדעכטיגט...
זעט דא

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:54 am

· #174943
אבגד
ווער כאפט נישט אז אונטער דער ניק איחוד שטייט דער טרויעריג באקאנטע עקלהאפטיגען ״נחש רשעבערג״

אוי ווי האסט מיר מגלה געוועהן, פליס זאג נישט אויס פאר קיינעם.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:56 am

· #174946
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר דיך פרעגען, פארוואס טאקע קומט מיר אוחסצושפארען?

האב איך עפעס געטוהן קעגען די תקנות?

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:58 am

· #174947
מאראנצןזאפט
איחוד, כהאב הנאה פון דיין חתימה, א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז ודפח''ח.

זעהט אויס אז דיין תגובה וועגט מער ווי א קש נדף של קטטות, ווען נישט שרייבסטו נישט אזוי.

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:59 am

· #174948
אויף גוגל מאפס איז מיר אויפפאלנד געווען אז פונקט אין פראנט פון 331 ראטלידזש שטייט איינער מיט די זעלבער אנגעטועכץ ווי דער יעניגער וואס מ'זעהט אויף די ווידעאו, א געקעסטעלטע העמד מיט דזשינס הויזן (די בילד איז געכאפט פונקט א יאר צוריק Dec 2012)
📎 Fullscreen capture 192014 125530 AM.jpg 📎 yt.jpg

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:03 am

· #174950
[ציטאט אראפגענומען]

מעגסט דיך גוט שעמען מיט דיין רשעותדיגער תגובה.

ס'פאסט באמת נישט פאר דיר צו שרייבען אזעלכע פאלנער שטותים נאך אמאהל און נאכאמאהל.

איך האב געבויט עפעס אויף "פאקטען"?

איך האב אמאהל געזאגט איך ווייס?

און די, די האסט א חוצפה צו שרייבען אז איך בין א רשע פאר זאגען אז עס איז דא א מקום לספק פאר די איינער סיבה ווייל ער האט געזאגט ליגענט פאר די פאליציי?

די שעמסט דיך באמת נישט?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:04 am

· #174951
DotCom
אויף גוגל מאפס איז מיר אויפפאלנד געווען אז פונקט אין פראנט פון 331 ראטלידזש שטייט איינער מיט די זעלבער אנגעטועכץ ווי דער יעניגער וואס מ'זעהט אויף די ווידעאו, א געקעסטעלטע העמד מיט דזשינס הויזן (די בילד איז געכאפט פונקט א יאר צוריק Dec 2012)

מורא'דיג!!!
גיב דאס איבער פאר די פאליס. נאט דזשאקינג.

דעמאלט איז ער גווען דארט צו לייען דאס געלט...

איינער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:05 am

· #174953
קען מען צוריק צום גייען צו שטארק, און נישט מאכן דעם אשכול איבער @איחוד פעלד, ער האט א רעכט צו זאגן זיין מיינוג, כאטש איך אגרי נישט מיט אים, אן ווערן פערזענליך אראפ געריסן, רייס אראפ זיין פוינט נישט אים.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:57 am

· #174959
OMG, מ'זעהט פון די נייע ווידיאו אז די פרשה איז דיפ דיפ שיה*. מ'זעהט קלאר אז איינער געבט אים עפעס איבער פון מנחם'ס אפיס. אדער צאלט מען אים צוריק א חלק פון אן הלואה און זיי ווערן בייז אז ס'פעלט פונעם תשלום און קומען שפעטער צוריק אים פארכאפן, אדער צאלט אים איינער...שוין איך וויל נישט מ'זאל מיך מחרים זיין דא. די פאקט אז איינער קוקט אריין אין די דאפעלט פארק קאר זעה איך נישט עפעס ספעציעל, מ'קוקט מיר אלעמאל אריין אין די קאר ווען איך בין אין וומבס"ג. דאס וואס דאטקאם האט געברענגט פון גוגל בילדער כאפט א פחד, ביטע רוף עס שוין אריין צו קריים סטאפערס, ס'איז זייער זייער וויכטיג. דאס איז זעכער זיין שותף ווייסט אסאך מער ווי די גאס וואס דא איז פארגעגאנגן מיט די הלואות און תשלומין וכדומה. מ'דארף אויך רופן גוגל פאר די קלארע בילד (כידוע בלורן זיי די פעינימער).

shefele » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:09 am

· #174960
בנוגע איחוד-gate,

זענען מענטשן דא אינגאנצן משוגע?
קיינער זאגט נישט ח"ו אז דער שותף איז שולדיג,
אבער צי זאגען אז "עס קען נישט זיין, ווייל אידען הרג'נען נישט"
איז סתם טיפשות.
איך אליין קען א היימישער איד וואס האט שוין געשיקט אמאל א היט-מען אויף א צווייטן
(אגב, ביי ר' חיים שנעעבאלג איז אויך געווען יד ישראל באמצע. פרעגט ענק נאך)

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:15 am

· #174961
רבותי די goole street בילדער מאכט מיר קאלט די ביינער. סתם א השערה בעלמא. ווי דאטקאם ברענגט איז די מענטש זייער ענדליך צו די מענטש אינעם היינטיגן ווידיאו. ס'איז ידוע אז א הארד מאני לאן איז געווענדליך פאר א יאר. אביסל מער ווי א יאר צוריק האט מנחם געבארגט די געלט, מנחם זיצט אין קאר און איז אויפן טעלעפאן(?) דער חברהמאן אויפן בילד איז אויך אויפן פאן, קען זיין ער זיכט מנחם ווייל מנחם איז נישט אין אפיס, ער ענטפערט נישט די טיר רופט ער אים אויפן טעלעפאן. קען מען נאכקוקן די פאן רעקארדס פון יענעם טאג? כ'האב געזוכט אויף גוגל, ארום די קארנער איז געפארקט א ווייסע מיני ווען, איז עס זיינס?

<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps/preview#!q=331+Rutledge+St%2C+Brooklyn%2C+NY&data=!1m8!1m3!1d3!2d-73.951581!3d40.704622!2m2!1f170.99!2f57.93!4f75!2m9!1e1!2m4!1sYnEUM77aWR3bZeIo5fmgWg!2e0!9m1!6sHeyward+Street!5m2!1sYnEUM77aWR3bZeIo5fmgWg!2e0!4m15!2m14!1m13!1s0x89c25be46dd0e629%3A0x85ae95a1f6e76a93!3m8!1m3!1d98262!2d-74.206325!3d41.3187275!3m2!1i1440!2i787!4f13.1!4m2!3d40.7057655!4d-73.9513438&fid=5">https://www.google.com/maps/preview#!q= ... 3438&fid=5</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:19 am

· #174962
איחוד פעלד

די גמרא זאגט כבדהו וחשדהו, און אלץ ווייסט צו זאגען להיפוך

און די תוה"ק זאגט לא תעמוד על דם רעך.
איינער האט פריער מעורר געווען אז ביי ווב"מ און גלויבער ביסטו אויך געווען אויף די כף חובה זייט.
אלמלי פון צייט צו צייט זאל מען הערן א גוט ווארט פון דיר, עס זאל ארויסשיינען כאטש א טראפעלע אהבת ישראל פון א תגובה דיינס, וואלט מסתמא נישט געווען דער איחוד-געיט אויסברוך, אבער ווי עס קוקט אויס איז שוין די יעצטיגע חשדות ווי דער שטרוי אויפן קעמל, און אלע דיינע תגובות פונעם עבר הייבן אן אויסקוקן נאך ערגער ווי עס האט לכתחילה אויסגעזעהן. דער פעלד פון איחוד איז קענטליך געווארן צו שטארק באמיסטיגט מיט צופיל פערטילייזער..

מעגסט אמאל פרובירן דן זיין לכף זכות, און אויב ווילסטו זיין א אויבער חכם און דווקא שרייבן אקעגן די נארמאלע מענטשליכע געפילן דא, זיי'זשע גרייט צו נעמען אביסל היעט, אדערווייז פליעז געט אוט אף דע קיטשען. קענסט נישט עקספעקטן אז דער עולם זאל טרינקען מיט דארשט דיינע בליטש און נישט שרייען ווען עס ציפט.

אז דו זעהסט אז ביי יעדע סומאטוכע ביסטו מקבל נזיפות וקללות, מאך א חשבון הנפש, אולי איז דער פראבלעם יא ערגעץ ביי דיר, און פרוביר מתקן צו זיין.

חביבי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:46 am

· #174964
רויטע וואנצעס

!!!Wow
באמת צוזאמען געשטעלט א גוטע מעשה אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין אמת קענסטו ווערן א פרייוועט אינוועסטעגעטער
די האסט די פאך אין דער האנט

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:52 am

· #174965
גוגל האט בילדער פון אלע צייטן פון סיי ווי? וויאזוי ארבעט עס

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:56 am

· #174966
זיי נעמען איבער די בילדער יעדע פאר יאר.

חביבי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 2:58 am

· #174967
דער (פינטעל) איד
גוגל האט בילדער פון אלע צייטן פון סיי ווי? וויאזוי ארבעט עס

לכאורה זענען די בילדער פון די לעצטע אפדעט פון גאגעל מעפס וואס עס איז בערך א יאר צוריק
אין יא,,, גאגעל האט בילדער פין יעדע גאס

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 3:02 am

· #174968
איך פארשטיי אבער נישט. פונקט האבן זיי בילדער פון יענעם גוי און פון מנחם אין קאר? איך ווייס אז זיי האבן פון יעדע גאס נישט דאס איז מיין פראגע

חביבי » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 3:08 am

· #174969
ווער זאגט אז עס איז די זעלבע גוי?
אלעס איז חלומות
אין די כלל איז אז
חלומות שוא ידברו

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 3:09 am

· #174970
Killers who kidnapped Brooklyn landlord during snowstorm dumped body earlier than planned: sources

Read more: <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/nyc-crime/brooklyn-landlord-killers-plan-snowed-article-1.1570290#ixzz2pt2Fx4mp">http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... z2pt2Fx4mp</a>

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 7:44 am

· #174972
רויטע וואנצעס
... מ'דארף אויך רופן גוגל פאר די קלארע בילד (כידוע בלורן זיי די פעינימער).

גראדע איז די פנים דאסמאל נישט געבלורט... קוק אונטן

אז דעס פנים זאל האבן א שייכות מיטן באנדיט פון די ווידיאו איז מסתם איין אין א ביליאן טשענס, אבער כבר הי' לעולמים.
📎 Fullscreen capture 192014 72412 AM.jpg

יואליש » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:08 am

· #174973
היימישער ליטוואק
DotCom
אויף גוגל מאפס איז מיר אויפפאלנד געווען אז פונקט אין פראנט פון 331 ראטלידזש שטייט איינער מיט די זעלבער אנגעטועכץ ווי דער יעניגער וואס מ'זעהט אויף די ווידעאו, א געקעסטעלטע העמד מיט דזשינס הויזן (די בילד איז געכאפט פונקט א יאר צוריק Dec 2012)

מורא'דיג!!!
גיב דאס איבער פאר די פאליס. נאט דזשאקינג.

דעמאלט איז ער גווען דארט צו לייען דאס געלט...

נישט די זעלבע געשטעל.

שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:28 am

· #174974
רויטע וואנצעס
רבותי די goole street בילדער מאכט מיר קאלט די ביינער. סתם א השערה בעלמא. ווי דאטקאם ברענגט איז די מענטש זייער ענדליך צו די מענטש אינעם היינטיגן ווידיאו. ס'איז ידוע אז א הארד מאני לאן איז געווענדליך פאר א יאר. אביסל מער ווי א יאר צוריק האט מנחם געבארגט די געלט, מנחם זיצט אין קאר און איז אויפן טעלעפאן(?) דער חברהמאן אויפן בילד איז אויך אויפן פאן, קען זיין ער זיכט מנחם ווייל מנחם איז נישט אין אפיס, ער ענטפערט נישט די טיר רופט ער אים אויפן טעלעפאן. קען מען נאכקוקן די פאן רעקארדס פון יענעם טאג? כ'האב געזוכט אויף גוגל, ארום די קארנער איז געפארקט א ווייסע מיני ווען, איז עס זיינס?

<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps/preview#!q=331+Rutledge+St%2C+Brooklyn%2C+NY&data=!1m8!1m3!1d3!2d-73.951581!3d40.704622!2m2!1f170.99!2f57.93!4f75!2m9!1e1!2m4!1sYnEUM77aWR3bZeIo5fmgWg!2e0!9m1!6sHeyward+Street!5m2!1sYnEUM77aWR3bZeIo5fmgWg!2e0!4m15!2m14!1m13!1s0x89c25be46dd0e629%3A0x85ae95a1f6e76a93!3m8!1m3!1d98262!2d-74.206325!3d41.3187275!3m2!1i1440!2i787!4f13.1!4m2!3d40.7057655!4d-73.9513438&fid=5">https://www.google.com/maps/preview#!q= ... 3438&fid=5</a>

מ'זאגט דאך ס'איז געווען א זילבערנע ווען, ועוד די ווייסע ווען קוקט אויס אויפן געשטעלט אנדערש ווי די אויף די ווידיא

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:31 am

· #174975
שמעקעדיג
איחוד פעלד

די גמרא זאגט כבדהו וחשדהו, און אלץ ווייסט צו זאגען להיפוך

און די תוה"ק זאגט לא תעמוד על דם רעך.
איינער האט פריער מעורר געווען אז ביי ווב"מ און גלויבער ביסטו אויך געווען אויף די כף חובה זייט.
אלמלי פון צייט צו צייט זאל מען הערן א גוט ווארט פון דיר, עס זאל ארויסשיינען כאטש א טראפעלע אהבת ישראל פון א תגובה דיינס, וואלט מסתמא נישט געווען דער איחוד-געיט אויסברוך, אבער ווי עס קוקט אויס איז שוין די יעצטיגע חשדות ווי דער שטרוי אויפן קעמל, און אלע דיינע תגובות פונעם עבר הייבן אן אויסקוקן נאך ערגער ווי עס האט לכתחילה אויסגעזעהן. דער פעלד פון איחוד איז קענטליך געווארן צו שטארק באמיסטיגט מיט צופיל פערטילייזער..
פ
מעגסט אמאל פרובירן דן זיין לכף זכות, און אויב ווילסטו זיין א אויבער חכם און דווקא שרייבן אקעגן די נארמאלע מענטשליכע געפילן דא, זיי'זשע גרייט צו נעמען אביסל היעט, אדערווייז פליעז געט אוט אף דע קיטשען. קענסט נישט עקספעקטן אז דער עולם זאל טרינקען מיט דארשט דיינע בליטש און נישט שרייען ווען עס ציפט.

אז דו זעהסט אז ביי יעדע סומאטוכע ביסטו מקבל נזיפות וקללות, מאך א חשבון הנפש, אולי איז דער פראבלעם יא ערגעץ ביי דיר, און פרוביר מתקן צו זיין.

אנטשולדיגט, איך בין דער וואס איז דן לכף זכות. די ביסט דער וואס באשולדיגט מיר מיט עפעס.

איך בין נישט באזארגט, ווען עס הייבט ארויסקומען אז איך.בין געוועהן גערעכט, וועט מען זעהן אויב איינער וועט האבען דער דיסינסי מיך איבער צובעטען פאר די שרעקליכע עוולה וואס מען איז באגאנגען קעגען מיר.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט דער שותף האט עס געטוהן, נאר געזאגט אז עס איז דא א מקום לספק אז עפעס ווייסט ער דא מער, און ער רעדט נישט.

דאס אז מען באשרייט מיר, און מען לערנט אריין אין מיר גאילו איך האב יא געזאגט עפעס אזוי, ווייזט אז עס איז דא אגרויסע עלעפאנט אין דער שטוב, און ווען איינער זאגט נאר עפעס איז דא, שרייט יעדער עס איז נישט קיין עלעפאנט. איך האב אמאהל געזאגט עס איז דא אן עלעפאנט?

אלא מאי, די און אלע וואס באשרייען מיך ווייסען אויך גאנץ גוט איך בין גערעכט, און שרייען נאר איך זאל זיין שטיל און עס נישט זאגען.

והראיה, כמה וכמה האבען אפילו נישט דעבאטירט, נאר געשריבען איך בין א רשע, צאפ בלוט, פארוואס?
ווייל זיי האבען נישט וואס צו ענטפערען.

צום שלוס, א וויכטיגע הערה,

די מנהלים דא זענען א חברה היפאקריטס, נישט אנדרעש פין אנדערע מנהיגים אן א ריקען ביין, וואס ווען א חברה בהמהרישע ניקס מאכען א געוואלד איבער שטותים, נעמען זיי זיך אהן פאר די בהמהרישע ניקס, פשוט אלץ פחד זיי וועלען פארלאזען וכדומה.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:49 am

· #174980
איחוד אפילו על פתחו של אייוועלט אינו חוזר. ווילסט דעפעקטירן צום צד שכנגד? כ'גלייב שווער איינער וועט דיר באוויינען.
#איחודגעיט

וחלופיהן » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:52 am

· #174981
איחוד, העם איתך!

פיש כאפער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:02 am

· #174983
רויטע וואנצעס
רבותי די goole street בילדער מאכט מיר קאלט די ביינער. סתם א השערה בעלמא. ווי דאטקאם ברענגט איז די מענטש זייער ענדליך צו די מענטש אינעם היינטיגן ווידיאו. ס'איז ידוע אז א הארד מאני לאן איז געווענדליך פאר א יאר. אביסל מער ווי א יאר צוריק האט מנחם געבארגט די געלט, מנחם זיצט אין קאר און איז אויפן טעלעפאן(?) דער חברהמאן אויפן בילד איז אויך אויפן פאן, קען זיין ער זיכט מנחם ווייל מנחם איז נישט אין אפיס, ער ענטפערט נישט די טיר רופט ער אים אויפן טעלעפאן. קען מען נאכקוקן די פאן רעקארדס פון יענעם טאג? כ'האב געזוכט אויף גוגל, ארום די קארנער איז געפארקט א ווייסע מיני ווען, איז עס זיינס?

<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps/preview#!q=331+Rutledge+St%2C+Brooklyn%2C+NY&data=!1m8!1m3!1d3!2d-73.951581!3d40.704622!2m2!1f170.99!2f57.93!4f75!2m9!1e1!2m4!1sYnEUM77aWR3bZeIo5fmgWg!2e0!9m1!6sHeyward+Street!5m2!1sYnEUM77aWR3bZeIo5fmgWg!2e0!4m15!2m14!1m13!1s0x89c25be46dd0e629%3A0x85ae95a1f6e76a93!3m8!1m3!1d98262!2d-74.206325!3d41.3187275!3m2!1i1440!2i787!4f13.1!4m2!3d40.7057655!4d-73.9513438&fid=5">https://www.google.com/maps/preview#!q= ... 3438&fid=5</a>

די פארברעכערס קאר איז געווען זילבער מיט שווארצע הענטלעך, די קאר איז אינגאנצן ווייס. די מענטש אויפ׳ן בילד האט זייער אן ענליכער געשטעל (קוקטס וויאזוי ער האלט זיין פיס) ווי דעם פארברעכער אינעם ארויסגעגעבענער ווידעאו.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:35 am

· #174986
היימישער ליטוואק
DotCom
אויף גוגל מאפס איז מיר אויפפאלנד געווען אז פונקט אין פראנט פון 331 ראטלידזש שטייט איינער מיט די זעלבער אנגעטועכץ ווי דער יעניגער וואס מ'זעהט אויף די ווידעאו, א געקעסטעלטע העמד מיט דזשינס הויזן (די בילד איז געכאפט פונקט א יאר צוריק Dec 2012)

מורא'דיג!!!
גיב דאס איבער פאר די פאליס. נאט דזשאקינג.

דעמאלט איז ער גווען דארט צו לייען דאס געלט...

דאס קען זיין איינער פון די בעסטע טיפס וואס איז נאר פארהאנען. א קלארע פנים אויף גוגעל? און מעגלעך א טרעקל וואס ער האט געדריווד.

אבגד » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:01 am

· #174997
איחוד פעלד

צום שלוס, א וויכטיגע הערה,

די מנהלים דא זענען א חברה היפאקריטס, נישט אנדרעש פין אנדערע מנהיגים אן א ריקען ביין, וואס ווען א חברה בהמהרישע ניקס מאכען א געוואלד איבער שטותים, נעמען זיי זיך אהן פאר די בהמהרישע ניקס, פשוט אלץ פחד זיי וועלען פארלאזען וכדומה.

איך מיין אז מיט דעם האט שוין דער ״נחש״ (איחוד פעלד) איבער געצויגען דעם שטריק און ממעג פאר דעם אליין אים אויסשפארען, מנהלים ביטע טוהן צום זאך, יישר כח

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:03 am

· #174998
shefele
בנוגע איחוד-gate
קיינער זאגט נישט ח"ו אז דער שותף איז שולדיג,
אבער צי זאגען אז "עס קען נישט זיין, ווייל אידען הרג'נען נישט"
איז סתם טיפשות.
איך אליין קען א היימישער איד וואס האט שוין געשיקט אמאל א היט-מען אויף א צווייטן
(אגב, ביי ר' חיים שנעעבאלג איז אויך געווען יד ישראל באמצע. פרעגט ענק נאך)

גערעכט, כבר היה לעולמים, סיי דא נאכן קריג און סיי אינדערהיים פארן קריג. אבער איר וועט אויך מודה זיין אז דאס זענען אויסנאמס פעלער וואס נארמאל לייגט זיך עס נישט אויפ שכל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26