שואל כענין - קושיות ותמיהות
789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
נחום כץאיינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.
איז עס דאס?
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=734235#p734235">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 35#p734235</a>
איינער האט מיר געבעטן עס דא צו פרעגן, ער שעמט זיך. ס'איז אים אויסגעקומען צו דאווענען איינמאל אן א הוט ביי מנחה מעריב האט ער געלייגט זיין האנט אויפ'ן קאפ כמנהג אבותינו. ער קומט אן צו סלח לנו דארף ער דאך קלאפן אויפ'ן הארץ אבער דאן וועט ער דאווענען מיט א בלויזן קאפ. וואס דארף ער טון, יא קלאפן? אדער ענדערש בלייבן מיט'ן האנט אויפן קאפ?
קלאפן מיט די לינקע האנט מאכט נישט קיין סענס זאגט ער
לייגן די לינקע האנט אויפן קאפ? אדער אפשר זאגן כי חטאנו, זיך אפשטעלן, שנעל אראפנעמען די האנט, געבן א קלאפ, און צוריקלייגן די האנט איידער ער גייט ווייטער צו מחל לנו...
@זר זהב גוט.. 🙂 די דערמאנסט מיר פון יענעם וואס האט געפרעגט (נאך זיין דורוכפאל..) ווי אין די בוק עס שטייט אז מען קען נישט צאלען טאל מיט די לינקע הענט..
פארוואס לייגט נישט יענער לכתחלה נאר די לינקע האנט אויפן קאפ?
און קלאפן מיט א הוילן קאפ איז עפעס א קלייניקייט?
געפילטע פישאדער אפשר זאגן כי חטאנו, זיך אפשטעלן, שנעל אראפנעמען די האנט, געבן א קלאפ, און צוריקלייגן די האנט איידער ער גייט ווייטער צו מחל לנו...
דאס איז שוין א ערענסטע שאלה פון א הפסק תוך כדי דיבור צווישען זאגען כי חטאנו און געבן די קלאפ.
א טיכטיגע יונגעמאן מיט פלינקע הענט וואס קען אראפשלונגען צוויי כזיתים מצה בכדי אכילת פרס, קען אניאגען צו קלאפן נאך פאר כדי דיבור "שלום עליך מורי ורבי", פראביר עס אויס וועסטו זען דו קאנסט אויך. חוץ מזה וואס ווילאנג מ'איז עוסק אין אראפנידערען די האנט פונעם קאפ צום ברוסט איז ער דאך עוסק אינעם זאך אליין, פונקט ווי אויסשטרעקן די האנט צום טלית בייטל צו נעמען דעם של ראש הייסט נישט קיין הפסק.
כבוד אהובי ומיודעי, עטרת תפארת ק"ש, זהב שבע פרות, אדומות ותמימות, מקים עולה של תורא, אשר לא עלו עליהם עול ארחא דארעא, מקבל את הבריאות בסבר פ"י, ואת הרעות – ישדפם הקדים, זרו זר זהב ס"ט יצ"ו נס"ו, בבנין ערי אלקינו יחזה, כאשר קיווינו מאז לזה.
מכתבו הגיעני, ואני בתוך הגולה פה רעגענסבערנעפטארדארף להתחדש כנשרים והנעורים, ואין ספרי אתי, אמנם לגודל אהבתו אצלי אאזור חלצי ואראנו נפלאות מתורתי.
הנה תוכן מה שנסתפק הוא בענין חבר שלו, חברותא כלפי שמיא אשר במצח נחושה יבוא בית ה' בגילוי ראש כאחד הרקים [וכבר הכו על קדקדם בקול על"ה נידף], אחוריהם אל היכל ה' בסוד גילוי עורף ולא פנים כידוע בענין שיפוע הכובע.
הנה בדיעבד ודאי יש לסמוך במה שישלים מנין הכאותיו אחר העמידה באמירת אשמנו, וביותר אצל אנחנו ואבותינו חטאנו, ובפרט לפי דבריו שכך נהגו אבותיו, ונגד אבותיו יעשה פלא ויפליא בהם את מכותיו – וברא כרעא דאבוה.
אמנם לענין איך ינהגו לכתחילה, הנה לא ראיתי מנהג בזה, אך עלה בדעתי לחקור בכמה אנפין.
א. אם נאמר כי ידו על ראשו כמשא דמיא ואסור לו להתפלל בענין זה, אז בודאי מפסקינן להכאה כדי שיהי' חטאו וכפרתו באין כאחד.
ב. אחרי שנחקור אם ענין ההכאה הוא ביטוי של כעס על לבו שהכשילו, כי אז ודאי יעשן אפו בשעה שאומר תיבת חטאנו, אך אם הוא כענין כפרה אז די לו במה שיכה אחר אמירת התיבה, וימתין עד אחרי חזרת היד למקומו ואח"כ ימשיך בתפלתו, דלא גרע מעניית קדושה.
ג. דלכאורה הי' יכול לשווי' לחבירו שליח שיכנו בבוא העת, אך נסתפקתי אם נחשבנו כמצוה שבגופו, ובפרט למאי דקיי"ל בכל מקום דיבוא בעל השור ויעמוד על שורו, וכענין יכה יוסי את יוסי, הפה שאסר וכו', ובאם לאו אולי יש מקום להתיר שיכה חבירו את עצמו ויוציאנו מדין שומע כעונה, ודלא כהגאון מראגאטשוב.
אך האיש אשר יעשה בזדון ויוסיף שנית ידו והכה גם בשומע תפלה אשר אינה מעיקר הדין, בודאי יזרקנו מבית הכנסת בבזיונות, וטמא טמא יקרא אחריו – פושע ואפיקורוס כאשר שמענו וראינו, אך הסושי אשר עמו יעכב אצלו כי זבח רשעים תועבה.
פירות הנושרים:
הנושרים? יזרקם בעוד מועד, עד אשר לא יוציאו ריח על קהילתו ויבואו ימי הרעה.
כ"ז כתבתי בחפזי, דו"ש.
ונבנתה העירג. דלכאורה הי' יכול לשווי' לחבירו שליח שיכנו בבוא העת, אך נסתפקתי אם נחשבנו כמצוה שבגופו, ובפרט למאי דקיי"ל בכל מקום דיבוא בעל השור ויעמוד על שורו, וכענין יכה יוסי את יוסי, הפה שאסר וכו', ובאם לאו אולי יש מקום להתיר שיכה חבירו את עצמו ויוציאנו מדין שומע כעונה, ודלא כהגאון מראגאטשוב.
בזה יש לדון אם הענין הוא שיכה בידו, או שליבו תקבל המכה, שאם זה שיעשה מעשה חרטה, או כעין עונש ללב. לפי הצד שהעיקר הוא שיכה בידו, מה לי מכה לב עצמו, מה לי מכה לב חבירו, אבל אם הענין שישתלשל מכה לליבו באיזה אופן שהוא, נראה שיצא יד"ח ע"י שליח, אפי' אם זה מצוה שבגופו, שהרי חבירו יכה את ליבו, והוי כמי שחבירו מניח תפילין על יד המשלח.
עוד יש לעיין בענין טובל ושרץ בידו, שבשעה שמוריד ידו מעל ראשו כדי לבקש מחילה, הרי הוא מוסיף חטא על פשע ונשאר בגלוי ראש, והוא רחום יכפר וגו'.
עס איז באוואוסט אז סאיז דא א חשיבות אין טראגן א היטל ביים דאווענען אדער ביים בענטשען אחוץ דעם געווענליכען כיסוי אבער די סיבה איז נישט וואו מאנכע פארשטייען דאס אלטץ שני כיסויים, דוקא דעם געווענליכען כיסוי וואס מהאט אז מזאל נישט זיין בגילוי ראש רעדן ארום די פוסקים צו יענעמס האנט קען ווערן גערעכנט אלטץ א כיסוי אבער דעם היטל וואס מטראגט איז דאך אלטץ א כבוד וואס דאן איז דאס צושלעפן די ארבעל צום קאפ אזוי אז נישט נאר סהעלפט נישט צו ס'מאכט נאך קאליע ווייל סאיז זייער נישט בדרך כבוד בפרט די ראבאטן וואס מאכן דעם שפיל יעדעס מאל זיי מאכן א שהכל אדער בורא נפשות'ל בעסער זיץ איינגעלייגט
פאראן אזעלכע וואס זאגן אז די היינטיגע קאפלעך פארמאגן שוין שני כיסויים, די אונטערשטע און די אויבערשטע חלק ווערן פאררעכנט ווי 2.
ונבנתה, A+, דו ביסט סחורה ווי גאלד!
וואס איז דאס בדיעבד?
איך האב לעצטענס עפעס א פראבלעם מיט דעם קאנסעפט פין 'בדיעבד' אין הלכה.
ווי מ'קוקט זעהט מען מ'דארף טוהן אזוי, אבער אז די האסט שוין געטון אנדערש....אקעי סעט שוין גיט זיין. מאכט דעס נישט ביליג די גאנצע נידון? ווי אזוי קען א זאך, אדער חלק פין א זאך, זיין וויכטיג און ערנסט, אבער ס'איז אויך גיט אהן עס? איז יעלה ויבוא ראש חודש ביי מעריב וויכטיג אדער נישט?
ווי זאגט די פאלקסווארט? אז ס'איז בדיעבד גוט, האט עס לכתחילה נישט אויסגעפעלט...
ווייל תפילת מעריב איז דאך לכתחילה א בדיעבד... דארף מען נישט איבערדאווענען
ביזט געווען אין גראסערי קויפן אפאר זאכן, דיין ווייב קאלט דיך אן אז זי האט זיך דערמאנט אז זי דארף נאך א מילך. אה, ביזט שוין כמעט אינדערהיים? פארגעט איט, נעווער מיינד.
וואס מיינט דאס? דארף זי יא די מילך אדער נישט?
😢
געפילטע פישביזט געווען אין גראסערי קויפן אפאר זאכן, דיין ווייב קאלט דיך אן אז זי האט זיך דערמאנט אז זי דארף נאך א מילך. אה, ביזט שוין כמעט אינדערהיים? פארגעט איט, נעווער מיינד.
וואס מיינט דאס? דארף זי יא די מילך אדער נישט?
עס מיינט אז זי דארף עס נישט. אויב יא וואלט זי נישט געזאגט פארגעט איט. פאר די זאכען וואס זי האט באמת געדארפט האט זי דיך דאך געשיקט אין גראסערי און נישט געזאגט נעווער מיינד...
אט דאס איז טאקע וואס איך האב געפרעגט. אין מינדערוויכטיגע זאכען, ווי איינקויפען א באטעל מילך איז שייך אז באמת דארף זי עס נישט, נאר אז די ביסט שוין עניוועי דארט, מהיכי תיתי. אבער אין הלכה כאפ איך נישט ווי אזוי ס'ארבעט?
באמת דארף נישט כביכול זאלסט זאגען יעלה ויבוא ביי מעריב ראש חודש. אבער אז די ביסט נאך ביי רצה...געב שוין א זאג???
קלוג און יונג:cry:
געפילטע פישביזט געווען אין גראסערי קויפן אפאר זאכן, דיין ווייב קאלט דיך אן אז זי האט זיך דערמאנט אז זי דארף נאך א מילך. אה, ביזט שוין כמעט אינדערהיים? פארגעט איט, נעווער מיינד.
וואס מיינט דאס? דארף זי יא די מילך אדער נישט?
עס מיינט אז זי דארף עס נישט. אויב יא וואלט זי נישט געזאגט פארגעט איט. פאר די זאכען וואס זי האט באמת געדארפט האט זי דיך דאך געשיקט אין גראסערי און נישט געזאגט נעווער מיינד...
סאו דיין הגדרה פון 'דארפן' איז אויב מאכט זי מיר צוריק גיין אין גראסערי פאר דעם, און וואס איז אויב די גראסערי איז א צוויי שעה דרייוו? אויב זאגט זי נעווער מיינד, מ'דארף נישט פארן צוויי שעה פאר חלות און פיש אויף שבת, מ'וועט עסן קרעקערס און טונא, מיינט דאס אויך אז זי דארף נישט? במחכ"ת, איר מאכט נישט קיין סענס. ס'דא אסאך לעוועל'ס און דארפן, און כדי צוריק צו גיין אין גראסערי\איבערדאווענען דארף די need דערגרייכן א לעוועל פון וויכטיגקייט אז ס'זאל מצדיק זיין די עפפערט וואס פעלט זיך אויס.
נחום כץאיינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.
דער בעל ה'סושי אויס מורא פאר התחברות לרשע האט'ר דיר ניש געוואלט סערווירען און ברענגען לקירוב הדעת
נעקס טיים גיי צו איינער וואס האט ניש מורא פאר קירוב הדעת העסטי קענען קויפען סושי
אדער קער דיך אום צו פון ווי די שטאמסט העלן אלע תושבי העיר דיר מקרב זיין נאך מער ווי אמאל ''ס'א גרויס ווייטאג פאר דער לאנדאנער יודנטם אז מ'ברויך זעך באפאסען מיט די סארט שאלות
צוויי וואכן צוריק האמיר געלייענט אין די תוכחה, די שרעקליכע פסוק: והיה כאשר שש ה' עליכם להיטיב אתכם ולהרבות אתכם כן ישיש ה' עליכם להאביד אתכם ולהשמיד אתכם ונסחתם מעל האדמה אשר אתה בא שמה לרשתה.
די פסוק אויבערפלעכליך איז שרעקליך, נאך די אלע צרות וואס די תוחכה רעכענט אויס גייט נאך די באשעפער אונזער פאטער זיך פרייען מיט אונזער צרות כביכול? נאר רש"י זאגט אויפן פלאץ,
כן ישיש ה' את אויבכם עליכם להאביד וגו' אבל הקדוש ברוך הוא בעצמו אינו שש, מיכן שאין הקדוש ברוך הוא שמח במפלתן של רשעים, שלא נאמר ישוש אלא ישיש, אחרים משיש, אבל הוא אינו שש, אבל בטובלת של צדיקים הוא בעצמו שש שנאמר כאשר שש ה' עליכם.
די מקור איז א גמרא אין מגילה און אין סנהדרין.
לכאורה איז עס שיין פארענטפערט, אבער איך האב אנגעהויבן טראכטן, און איך קען מיך נישט דערמאנען ערגעץ וואו ס'שטייט יא ישוש. יעדער קען דאך די בית אין לכה דודי, "והיו למשיסה שאסיך ורחקו כל מבלעיך ישיש עליך אלוקיך כמשוש חתן על כלה" וואס איז באזירט אויפן
פסוק אין ישעיה, "ומשוש חתן על כלה ישיש עליך אלקיך", און ביי ביידע פארשטיי איך פשוט פשט אז די באשעפער וועט זיך פרייען און נישט משיש זיין אנדערע. אפשר ווייסט איינער נאך ערגעץ וואו ישיש\ישוש ווערט דערמאנט אין פסוק?
תנ"ך מנוקד - תהילים פרק יט
לַשֶּׁמֶשׁ, שָׂם-אֹהֶל בָּהֶם. ו וְהוּא--כְּחָתָן, יֹצֵא מֵחֻפָּתוֹ; יָשִׂישׂ כְּגִבּוֹר, לָרוּץ אֹרַח. ז מִקְצֵה הַשָּׁמַיִם, מוֹצָאוֹ--וּתְקוּפָתוֹ עַל-קְצוֹתָם; וְאֵין נִסְתָּר, ...
תנ"ך מנוקד - צפניה פרק ג
יז יְהוָה אֱלֹהַיִךְ בְּקִרְבֵּךְ, גִּבּוֹר יוֹשִׁיעַ; יָשִׂישׂ עָלַיִךְ בְּשִׂמְחָה, יַחֲרִישׁ בְּאַהֲבָתוֹ--יָגִיל עָלַיִךְ, בְּרִנָּה. יח נוּגֵי מִמּוֹעֵד אָסַפְתִּי, מִמֵּךְ ...
תנ"ך מנוקד - איוב פרק טו
י גַּם-שָׂב גַּם-יָשִׁישׁ בָּנוּ-- כַּבִּיר מֵאָבִיךָ יָמִים. יא הַמְעַט מִמְּךָ, תַּנְחוּמוֹת אֵל; וְדָבָר, לָאַט עִמָּךְ. יב מַה-יִּקָּחֲךָ לִבֶּךָ; וּמַה-יִּרְזְמוּן עֵינֶיךָ.
תנ"ך בכתיב מלא - איוב פרק לט
כא יחפרו בעמק, וישיש בכוח; ייצא, לקראת-נשק. כב ישחק לפחד, ולא ייחת; ולא-ישוב, מפני-חרב. כג עליו, תרנה אשפה; להב חנית וכידון. כד ברעש ורוגז, יגמא-ארץ; ולא-יאמין, כי-קול שופר.
ישוש קומט בכלל נישט אויף אין א search
געפילטע פישצוויי וואכן צוריק האמיר געלייענט אין די תוכחה, די שרעקליכע פסוק: והיה כאשר שש ה' עליכם להיטיב אתכם ולהרבות אתכם כן ישיש ה' עליכם להאביד אתכם ולהשמיד אתכם ונסחתם מעל האדמה אשר אתה בא שמה לרשתה.
די פסוק אויבערפלעכליך איז שרעקליך, נאך די אלע צרות וואס די תוחכה רעכענט אויס גייט נאך די באשעפער אונזער פאטער זיך פרייען מיט אונזער צרות כביכול? נאר רש"י זאגט אויפן פלאץ,
כן ישיש ה' את אויבכם עליכם להאביד וגו' אבל הקדוש ברוך הוא בעצמו אינו שש, מיכן שאין הקדוש ברוך הוא שמח במפלתן של רשעים, שלא נאמר ישוש אלא ישיש, אחרים משיש, אבל הוא אינו שש, אבל בטובלת של צדיקים הוא בעצמו שש שנאמר כאשר שש ה' עליכם.
די מקור איז א גמרא אין מגילה און אין סנהדרין.
לכאורה איז עס שיין פארענטפערט, אבער איך האב אנגעהויבן טראכטן, און איך קען מיך נישט דערמאנען ערגעץ וואו ס'שטייט יא ישוש. יעדער קען דאך די בית אין לכה דודי, "והיו למשיסה שאסיך ורחקו כל מבלעיך ישיש עליך אלוקיך כמשוש חתן על כלה" וואס איז באזירט אויפן
פסוק אין ישעיה, "ומשוש חתן על כלה ישיש עליך אלקיך", און ביי ביידע פארשטיי איך פשוט פשט אז די באשעפער וועט זיך פרייען און נישט משיש זיין אנדערע. אפשר ווייסט איינער נאך ערגעץ וואו ישיש\ישוש ווערט דערמאנט אין פסוק?
די עבר פון די פועל "שוש" איז געשריבן אין תנ"ך אין די בנין הקל וואס איז גענוצט פאר פועלים עומדים. די עתיד פון די פועל "שוש" איז געשריבן אין די בנין הפעיל וואס איז גענוצט צווישן אנדערע זאכן פאר פועלים יוצאים (עס קען אבער אויך גענוצט ווערן פאר פועלים עומדים).
אין תנ"ך ווערט די עתיד פון שוש נאר איינמאל געשריבן (ווי ווייט איך ווייס) בבנין הקל "ישעיה לה פסוק א: יְשֻׂשׂוּם מִדְבָּר וְצִיָּה וְתָגֵל עֲרָבָה וְתִפְרַח כַּחֲבַצָּלֶת".
די איבעריגע מאל איז עס געשריבן בבנין הפעיל הגם עס איז נישט קיין פועל יוצא. דא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.
אודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.
און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.
יאיר
און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.
פון דיר האב איך געוואוסט. אבער ווער ביזטו צו רעפרעזענטירן די עולם? 😎
תחכמונייאיר
און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.
פון דיר האב איך געוואוסט. אבער ווער ביזטו צו רעפרעזענטירן די עולם? 😎
דער עולם האלט מיר אין איין אישי'ן 😂.
תחכמונידא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.
יאיראודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.
אהא, פון די המשך הגמרא וואס זאגט "ודיקא נמי דכתיב כן ישיש ולא כתיב ישוש שמע מינה" האט מיר אויסגעזעהן אז ס'איז מער ווי סתם א מדרש אגדה, נאר אז די גמרא לערענט אזוי פשוט פשט.
געפילטע פישתחכמונידא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.
יאיראודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.
אהא, פון די המשך הגמרא וואס זאגט "ודיקא נמי דכתיב כן ישיש ולא כתיב ישוש שמע מינה" האט מיר אויסגעזעהן אז ס'איז מער ווי סתם א מדרש אגדה, נאר אז די גמרא לערענט אזוי פשוט פשט.
ווען איך האב געשריבן אז דאס איז א דרש האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז די גמרא האט נישט געלערנט אזוי פשט אין פסוק. איך האב נאר געזאגט אז דאס איז נישט פשוט פשט. די קענסט לערנען אז די גמרא האט אויך נישט געהאלטן אז דאס איז פשוט פשט אין פסוק אדער אז חז"ל האבן יא אפגעלערנט אזוי דעם פסוק. די רד"ק אין ספר השרשים שרייבט "והפועל הכבד...כן ישיש ה' עליכם (דברים כח, סג) כולם
פועלים עומדים. ודעת רבותינו ז"ל (מגילה י ע"ב) להיות הפועל הכבד
פועל יוצא שאמרו ישיש ה' עליכם הוא אינו שש אבל אחרים משיש דיקא נמי דכתיב ישיש ולא כתיב ישוש"
משמע אז ער האט געהאלטן אז לויט חז"ל איז דאס פשט אין פסוק.
אז
קאווע טרינקער האט זיך ערלויבט, וועל איך זיך אויך ערלויבן - כאטש כ'בין נישט זיכער אז דאס איז שואל "כענין".
איך פאר אסאך מאל אין געוויסע געגנטער, בפרט ביי וואקאציעס, און איך גיי שיער אראפ פון זינען פון די הערליכע וועלט פון גאט'ס באשאף. פאראן גויים וועלכע וואוינען אין פאלאצן, אנדערע אין קלענערע רואיגערע הייזקעס אבער ווערן דערטרונקען אין שטחים פון גראז און בלומען/ביימער, הערליכע פאנארעמעס וואס דער אויג קען קוים באגרייפן; אנדערע האבן גאר טייערע לוקסעריעזע אויטאס פון די שענסטע און די בעסטע, אנדערע רייכע גויים לעבן אפ מיט אנדערע תענוגי עוה"ז, זיי האבן צו פרעסן די טייערסטע און בעסטע עסנס, זיי האבן אייגענע יאכט שיפן אדער גייען זיי אויף קרוזעס צו די באהאמאס אינזלען און אנדערע געשמאקע קור-ערטער, וואו אימער זיי פארן קענען זיי עסן אן קיינע כשרות פראבלעמען, (לאמיר שוין נישט רעדן אין די שמוץ אין וואס זיי זענען איינגעטינקען אן קיינע פראבלעמען, עכ"פ ווילאנג עס איז לעגאל), גייען אין טייערע האטעלן און רעסטוראנטן, אין ווערד פון טויזענטער דאלער (איר ווייסט אז עס זענען פאראן האטעלן וועלכע טשארדזשן א האלב מיליאן א נאכט, און זיי זענען פול? גייט נאר אביסל אין וועגאס גיט א קוק וואס טוט זיך דארט, אדער אפשר נישט,
ס'איז נישט רעקאמענדירט...), די עשירים זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט אזויפיל געלט... פריוואטע דזשעטס איז זיי שוין גארנישט גענוג...
און מיר אידעלעך? זיצן צאמגעפרעסט ווי די הערינג אין פיצעלע הייזער, מען מוטשעט זיך אויף דעם מינימום, קוים קוים וואס מען קען אפפארדן דעם אדעסי, דער עולם זינקט אין חובות, מען קען נישט נאכקומען די טייערע בילס פאר כשר פלייש און ערליכע חינוך...
יעצט וואס איך וויל וויסן: זענען טאקע די אלע שיינע הערליכע זאכן באשאפן געווארן נאר פאר די 'שמוציגע גויים'? דער עם סגולה קאן גארנישט הנאה האבן דערפון? קיינמאל? עס מאכט דאך נישט קיין סענס!
יעצט הייב אן מיט די תירוצים. עולם הזה איז פאר עשו... אבער עס זענען דאך פאראן עט-ליעסט א טוץ תירוצים אז מיר קענען אויך הנאה האבן, מיר זענען דאך מציל מזוטו של ים.. נישט אזוי? קוק נאר אין בני יששכר ווי שיין ער צעלייגט עס! קומסטו מיטן צדיק רע לו? מאכט זיך נישט אפילו איין איד וואס איז נישט אזא צדיק?
איך ווייס אז עס איז א איסור פון לא תחמוד, באט איי קענט העלפ איט. איך קען נישט צוקוקן ווי דאס אידישע פאלק מוטשעט זיך אין א ביטערע דחקות, און די שקצים און שונאים האקן א לעבן. 😈 😈
כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
נחום כץאיינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.
[סאררי פאר ביעינג לעיט, כ'האב יעצט באגעגענט דער שאלה:]
לכאורה איז עס קלאר אסור צו פארקויפן פאר אזא איינעם, ווי עס ווערט גע'פסק'ענט ביי הל' סעודה אז מען טאר נישט געבן צו עסן פאר אזא איינער וואס מ'ווייסט ער גייט נישט מאכן קיין ברכה, און כ'מיין נישט אז איינער וועט האלטן אז דער מחלל שבת וועט מסתמא יא מאכן א ברכה!
געבן איז די זעלבע ווי פארקויפן?
זר זהבגעבן איז די זעלבע ווי פארקויפן?
גערעכט, כ'האב נישט געטראכט דערפון, עס קען זיין אנדערש, אבער עס איז זיכער שטארק מעגליך אז ס'איז יא דער זעלבע.
ס'איז אביסעל צו שפעט צו פרעגן, אבער וועמען איז בייגעפאלען דעם תענית נדחה קאנסעפט?
מ'האט אומגעברענג גדלי' אויף א פרעכיגען אופן און מיר ווייזען ארויס אז מיר אנערקענען אז די דאטום ג' תשרי האט פאסירט עפעס שרעקליך, און אונז האבען חרטה.
אז ס'געפאלט אום שבת האבען מיר עפעס וויכטיגער און הייליגער ארויס-ציווייזען, כי ששת ימים עשה השם את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש!
ווי קומט דא יעצט אריין נדחה? ס'איז עפעס א קרעדיט קארד בעלענס? ס'דא א מאס pain וואס יעדע שומר תורה דארף האבען, אז מ'קען נישט פייניגען היינט זאל זיין מארגען?
ג' תשרי האט עפעס פאסירט, אז מקען פאסטען און ארויסווייזען חרטה און תשובה, שיין. אז ס'דא עפעס וויכטיגער דעם טאג, עט זיין נעקסטע יאר...
קודם כל איז די גאנצע צום גדליה א נדחה לויט דיעות, די מעשה הריגה לויט די שיטות איזפארגעקומען אום ראש השנה, און ווייל ס'איז א יום טוב האט מען קובע געווען די תענית א טאג נאך יום טוב משום כבוד יום טוב.
פארוואס מ'איז מדחה נאך שבת? שטעל דיך פאר דו פייערסט דיין אניווערסערי און דו ביזט זיך נוהג צו גיין קויפן אייזקרעים מיטן ווייב יעדעס יאר ביים יארצייט. ווען ס'פאלט אויס שבת וועסטו אויך זאגן דאס יאר איז פארפאלן, וועלמער עסען אייזקרעים קומענדיגע יאר? אדער וועסטו גיין קויפן מוצאי?
איינגעפאלן איז עס פאר די חז"ל, כמבואר בגמרא (דוכט זיך אין שיח שרפי קודש איז דא א ראי' פונעם קאצקער לגבי תענית אסתר נדחה אז נישט די אנשי כנסת הגדולה האבן עס מתקן געווען).
ובנוגע לשאלתך, שטייט אין ריטב"א ר"ה יח: ד"ה והא (ותשב"ץ ח"ב סי' רעא ומנ"ח מצוה שא) אז די מעשה איז פארקערט, די נביאים האבן מתקן געווען די תעניות לויט די חדשים (צום הרביעי וצום החמישי וצום העשירי), בכלל נישט אויף א באשטימטן טאג, נאר שפעטער האבן דאס די חכמים קובע געווען ביום הפורעניות. וממילא מובן אז לפי"ז איז נישט שווער, ווייל ווען מ'קען נישט פאסטן דעם באשטימטן טאג איז נאכנישט בטל געווארן דער דין פון די נביאים מ'זאל פאסטן בחודש הזה.
נהורא נפישאכ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
איך האב געפרעגט דאס פריער קען זיין מ'האט עס נישט באמערקט כ'האב געזוכט און נישט געפינען אן ענטפער.
אפשר ר' שליח ברוב בקיאותך קענסטו טרעפן אן ענטפער אויף דעם.
נהורא נפישאנהורא נפישאכ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
איך האב געפרעגט דאס פריער קען זיין מ'האט עס נישט באמערקט כ'האב געזוכט און נישט געפינען אן ענטפער.
אפשר ר' שליח ברוב בקיאותך קענסטו טרעפן אן ענטפער אויף דעם.
עס איז נאך מער אינטערעסאנט אז אין גמרא סנהדרין ברענגט נישט דעם מקור פאר תחיית המתים, אויך נישט צווישן די ויכוחים מיט די מינים, נאר ברענגט אזעלכע פארשטיפטע מקורות ווי אז ישיר משה וכדו'. עס איז נישט מסתבר אז מ'ברענגט דאס נישט ווייל מ'קען לערנען אנדערש פשט, ווייל אין דעם פסוק הקיצו ורננו שוכני עפר קען מען אויך לערנען אנדערש פשט און פונדעסטוועגן ברענגט עס די גמרא. פון א היסטארישע שטאנדפונקט איז מסתבר אז די צדוקים האבן נישט געהאט די פרקים אין דניאל.
ר'
@נהורא נפישא, כ'האב אייך געשיקט א פריוואטע הודעה. אנהייב בלאט (נעבן "באניצער'ס קאנטראל פאנעל") דארף צו שטיין "1 נייע הודעות", געבט א דרוק. אדער דרוקט פשוט
דא.
הרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?
רש"י טייטשט אז הרהורים שוואכן מער אפ דעם מענטש ווי די עבירה אליין. דאס איז שוין יא מער מסתבר?
זאג איך אזוי די תפלה נוראה פון רבי'ן ר' אלימלך, ובתוך התפלה בעטן מיר: ועתה תעורר נא רחמיך וחסדיך הגדולים והמרובים עלינו לגרש ולבער את יצרנו הרע מקרבינו, ותגער בו שיסור וילך מאתנו, ואל יסית אותנו להדיחנו מעבודתיך חלילה.
איז מיר שווער, איז דען דאס נישט א תפלת שוא? איז נישט די עיקר מטרה פארוואס מיר זענען אויף דער וועלט כדי זיך צו שלאגן מיטן יצר? פארוואס עפעס זאל השי"ת פארטרייבן דעם יצה"ר פון אונז? ווי אזוי קענען מיר אפילו בעטן דערויף?
די זעלבע זאך קענסטי אויך פרעגען אויף וואס מיר בעטען יעדען טאג "ואל תבאינו לדי נסיון"
נאר דער אמת איז ווי עס ווערט מבואר און דע ספרים אז דע יסוד פין מלחמת היצר איז איז דע תפילה
דע הייליגער חידושי הרי"ם טייטש וסקלתם אותם באבנים ומתו--את-הנערה על-דבר אשר לא-צעקה בעיר
טייטש ער אז ווען מען א מענטש פאלט דורך איז דער עונש אשר לא-צעקה ווייל ער האט נישט מתפלל געווען
שמעקעדיגהרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?
דע פשט איז פשוט ווען א מענטש טיט א עבירה ווערט ער נאכדעים ציפרידען אין תאווה הערט זיך אויף משא"כ ביי הרהורים נישט נאר ער ווערט ער נישט זאט ווערט זיין תאווה סאך שטערקער
.
שמעקעדיגזאג איך אזוי די תפלה נוראה פון רבי'ן ר' אלימלך, ובתוך התפלה בעטן מיר: ועתה תעורר נא רחמיך וחסדיך הגדולים והמרובים עלינו לגרש ולבער את יצרנו הרע מקרבינו, ותגער בו שיסור וילך מאתנו, ואל יסית אותנו להדיחנו מעבודתיך חלילה.
איז מיר שווער, איז דען דאס נישט א תפלת שוא? איז נישט די עיקר מטרה פארוואס מיר זענען אויף דער וועלט כדי זיך צו שלאגן מיטן יצר? פארוואס עפעס זאל השי"ת פארטרייבן דעם יצה"ר פון אונז? ווי אזוי קענען מיר אפילו בעטן דערויף?
לויט די ווערטער פון די תניא און לקוטי אמרים, קומט אויס אז מ'בעט דא פשוט זוכה צו זיין צום מדריגה פון א צדיק גמור. די תניא איז מבאר באריכות אז א צדיק גמור איז איינער וואס האט עוקר געווען די רע מלבו. איי די עבודה איז דאך די מלחמה? נאר ווי עס ווערט שוין געברענגט אין ספרים איז די עבודה פון א צדיק גמור אנדערש פון א פשוטע איד. א פשוטע איד האט די אייבישטער א נחת רוח פון זיין מלחמה, אבער א צדיק גמור האט די אייבישטער הנאה פונעם געווינען די מלחמה , בבחינת ובהרעת הרע, אוכל מתוך פסולת, תיקון חטא עץ הדעת, מרכבה ויחוד לשכינה, ויחוד נר"נ לחי יחידה, וואס זענען אלע הויכע מדריגות. (לפי דעם ווער זאגט ר' אלימלך האט עס פארשפרייט, אפשר האט ער עס געמאכט פאר זיך פריוואט.)
שמעקעדיגהרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?
<a class="postlink" href="http://www.kipa.co.il/ask/show/11437-%D7%94%D7%A8%D7%94%D7%95%D7%A8%D7%99-%D7%A2%D7%91%D7%99%D7%A8%D7%94-%D7%A7%D7%A9%D7%99%D7%9D-%D7%9E%D7%A2%D7%91%D7%99%D7%A8%D7%94--%D7%9C%D7%9E%D7%94">http://www.kipa.co.il/ask/show/11437-%D ... 7%9E%D7%94</a>
הדס שלום,
מפרשים רבים עסקו בשאלתך.ואציין בפניך כמה מהם.
הרמב"ם במורה נבוכים הסביר,כיון שהרהורי עבירה נעשים ע"י חטא של כח המחשבה,יש בהם פגם גדול יותר מהעבירה עצמה שנעשית ע"י הגוף בלבד.
ואור החיים הקדוש פירש שאחר העבירה האדם מגיע לסיפוק
ויכול לעשות תשובה,ואילו בהרהורים אין סיפוק, אין שביעה,ולפיכך אין חרטה.
רש"י והרי"ד על הגמרא שהבאת, מפרשים שהחומרא היא בגירוי היצר,כי התאוה שיש בהרהור של העבירה גדול יותר מבשעת העבירה.
ולבסוף אצטט את פירושו הנפלא של בעל ה"בן איש חי" בספרו בן יהוידע על הגמרא הנ"ל,וז"ל:
"נראה לי בס"ד דעבירה הוא גוף המעשה והרהורי עבירה הוא כוונת האדם שמתכוון בעשייתה לעשות רע שלבו נהנה מן הרע שהוא עושה,והוא כוונתהעושה עוון במזיד.משא"כ העושה עוון בשוגג שאינו מתכוון לעשות רע,אע"פ שגופה של מעשה הוא שוה עם אותה מעשה שעושה במזיד,הנה חסר מזה הרהור לבו שוא כוונתו שאינו מתכוון לעשות רע ואינו נהנה מן הרע.נמצא ההפרש שיש בין שוגג למזיד,הוא הכוונה שהיא בהרהור הלב מומחמת כן זה חייב מיתה וזה פטור.ועל זה אמר הרהורי עבירה קשים לנפש האדם יותר מגוף העבירה עצמה,כי בעל המזיד אשר מתחייב מיתה,החיוב בא לו מצד הכוונה שהיא בהרהור הלב".
כאמור הבאתי לך חלק קטן מהפירושים הרבים לשאלתך.
בברכה וכל טוב,
שמואל זעפרני
התשובה התקבלה מהרב שמואל זעפרני
@שמעקעדיג, איך פיל מיך אביסל נער'יש דאס צו שרייבן, אבער ערגעץ אין די טיפע קעמערליך פון מיין מח ליגט פארלייגט וואס איך האב געזעהן יארן צוריק אין אריז"ל (או בסידור או בכתבים) איבער דער מאמר חז"ל. די אר"י איז מסביר אז די הרהורי עבירה ליגן אזוי ערגעץ נישט אהין און נישט אהער, וממילא א"א להחזירה לשרשה. משא"כ די עבירה אליינס, אין די עולם וואס עס געפונט זיך קען מען עס מחזיר זיין לשרשה דורך די י"ג מכילין דרחמים כידוע. בקיצור, טראץ דעם וואס די הרהור עבירה איז נישט ערגער ווי די עבירה איז עס אבער יא קשה מעבירה צוליב דעם וואס מען קען נישט צוריק גיין צו די מצב פון פאר די הרהור, כאילו לא היה.
איך געדענק, ווען כ'האב געזעהן דער אויבן דערמאנטע אריז"ל האב איך געפרעגט איינער פון מיינע רביס, אויב אזוי, פארוואס זאל איך נישט מוציא מן הכח אל הפועל זיין א יעדע הרהור עבירה? אויב לאז איך עס ביים הרהור וועל איך אלעמאל בלייבן מיט א פלעק? (בחור'ישע דאגות..... 😃 ) ער האט מיר מסביר געווען עפעס א מהלך ע"פ קבלה ווי אזוי מען קען עס יא מחזיר זיין לשרשה, כ'געדענק נישט פונקטלעך. לפי"ז איז צוריק שווער די מאמר חז"ל.
אגב, איינער איז אמאל געקומען צום צאנז'ער רב און האט איבערגעלאזט א ספר פאר א הסכמה. די צאנז'ער רב איז ארויס פאר א מינוט און ווען ער איז צוריק געקומען האט ער געזעהן ווי די גארליצער רב ווארפט ארויס די ספר פון די פענסטער. ווען די צאנז'ער רב האט אים געפרעגט פארוואס ער האט עס געטון, האט די גארליצער רב ערקלערט אז ער האט געזעהן אן אינטערעסאנטע ווארט אינעם ספר. די מחבר האט מסביר געווען וואס איז פשט אז אזעלכע הייליגע צדיקים ווי ראובן, יהודה, דוד ושלמה האבן געזינדיגט, און נאך דערצו אזעלכע הארבע עבירות? נאר היות הרהורי עבירה קשה מעבירה, און ס'האט זיך געמאכט ביי די צדיקים א הרהור, האבן זיי עס נישט געוואלט לאזן ביים הרהור, נאר זיי האבן עס אויסגעפירט למעשה. האט די גארליצער אויסגעפירט, "בשעת'ן ליינען דער ווארט איז מיר אריין א הרהור ארויס צו ווארפן די ספר פון פענסטער, האב איך עס נישט געוואלט ח"ו לאזן ביים הרהור האב איך עס תיכף ומיד ארויס געווארפן".
.
אפשר איז עס אין די בחינה ווי תלמידים פון איינע פון די צדיקים האבן געפרעגט זייער רבי'ן, אז לויט ווי מיר ווייסן פון די מקובלים זענען דאך אלע נשמות געווען נכלל אין אדם הראשון, טא ווי אזוי האט דעם רבי'ן נשמה צוגעלאזט אדם צו עסן פון עץ הדעת? האט דער רבי גענטפערט, ענדערש זאל אדם עובר זיין אויף א צווי פון גאט וויי איידער א גאנץ לעבען זיך דרייען מיט מחשבות אז מי יודע וואספארא פעט שטיקל איך האב פארפאסט דארט אינעם עץ הדעת.
וכל חטאת עמך בית ישראל תשליך במקום אשר לא יזכרו ולא יפקדו ולא יעלו על לב לעולם...
איר הערט? א טריפעלטן לשון. לא יזכרו. ולא יפקדו. ולא יעלו על לב לעולם!!! קיינמאל! גענצליך פארשוואונדן פון די מאפע, נישטא קיין וועג אויף צוריק!
וויפיל מאל האבן מיר איינגעריסן דערויף סליחות? תשליך? יום כיפור?
און פלוצלינג קומט סוכות, זאגט מען "ראשון לחשבון עוונות", מען נעמט אפיר די עבירות, און זיי ווערן זכיות.
פון וואו נעמט מען זיי? זיי זענען דאך שוין מבוער געווארן מן העולם?
👍
שמעקעדיגוכל חטאת עמך בית ישראל תשליך במקום אשר לא יזכרו ולא יפקדו ולא יעלו על לב לעולם...
איר הערט? א טריפעלטן לשון. לא יזכרו. ולא יפקדו. ולא יעלו על לב לעולם!!! קיינמאל! גענצליך פארשוואונדן פון די מאפע, נישטא קיין וועג אויף צוריק!
וויפיל מאל האבן מיר איינגעריסן דערויף סליחות? תשליך? יום כיפור?
און פלוצלינג קומט סוכות, זאגט מען "ראשון לחשבון עוונות", מען נעמט אפיר די עבירות, און זיי ווערן זכיות.
פון וואו נעמט מען זיי? זיי זענען דאך שוין מבוער געווארן מן העולם?
חטאת מיינט מען דאך שגגות. עוונות דאס איז במזיד. או יאמר, קענסט לגמרי ארויסרייסן די בראוזינג היסטאריע. פארמעק אלצדינג, אויף די בעסטע מהלך וואס איז שייך. נישטא מער. ס'קומט אבער פיר טאג דערויף אונטער א גלעזל וויין, הייבט זיך א פריש היסטארי בלעטל. טראכט איך יעצט אז "עוונות" איז מלשון "עונה". צווישן יום כיפור ביז סוכות איז מען טאקע פארנומען, אבער ס'קומט סוכות, איז ראשון לחשבון. ודו"ק.
באמת, איך האב שוין געטראכט וועגן דעם חילוק הלשון פון חטאים און עוונות. אבער דערנאך מחליט געווען אז עס קען נישט זיין אז מיר בעטן און רייסן אזוי שטארק איין בלויז אויף אונזערע שגגות, און אויף די זדונות בעהט מען בכלל נישט? פונקט פארקערט, די הייליגע טעג איז דאך תשובה מיראה, ווערן דאך די זדונות נאר כשגגות. ממילא איז דער תירוץ מופרך געווארן מעיקרא ביי מיר. הגם מען בעהט יא, הזדונות והשגגות אתה מכיר.... (אוי עס דערמאנט מיר פון א הונגעריגער מיטן קיטל..)