☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שואל כענין - קושיות ותמיהות

שואל כענין - קושיות ותמיהות

789 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:14 pm

· #150929
וואס איז בכלל הושענה רבה וואס גייט דא פאר? מ'האט דאך שוין תשובה געטוען ניין? סדא צוויי יום הדין'ס?? וואטס גויאינג אן?

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:18 pm

· #150931
ונא אל תצרכנו לא לידי מתנת בשר ודם "ולא לידי הלואתם" שלא נבוש ולא נכלם לעולם ועד,וואס איז די בושה אויף יענער וועלט??

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:20 pm

· #150932
יש ליישב בד"א. שהנה בשעה שאדם חוטא פועל בזה ב' פעלות. האחד, גורם צער שכינה ופגם, והשנית, מביא עליו עונש על פעולה הא'. ובזה יש ליישב תמיית חברינו מו"ה ריחא ני"ו בלשון התפלה, אשר לא יזכרו ולא יפקדו ולא יעלו על לב לעולם. הכוונה על הפגם, אבל העונש במקומו עומדת.

או יש לומר איפכא מסתברא. כוונת התפלה הוא על חלק העונש, אבל הפגם קאי וקיים עד ביאת הגואל כמבואר בספרים והיה ה' למלך על כל הארץ וכו. ועל זה נאמר ראשון לחשבון עוונות, שהפגם - הזדונות נעשה לזכיות.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:22 pm

· #150933
zurich
וואס איז בכלל הושענה רבה וואס גייט דא פאר? מ'האט דאך שוין תשובה געטוען ניין? סדא צוויי יום הדין'ס?? וואטס גויאינג אן?

די הושענא רבה איז מיר אלע יארן געווען א מיספארשטענדעניש. מען האט אפגעבעהטן די פארכטיגע עשרת ימי תשובה, און אויסגעבעטן א גוט יאר, והא ראי' מיר גייען אהיים מוצאי יום כיפור מיט אזא שמחה וואס כמעט עס טרעפט זיך נישט אינמיטן יאר. מעו האט שוין אפגעזיגלט, ואין אחר מעשה בי"ד כלום. אצינד הייבן זיך אן די ימי השמחה. מען גייט שוין מיטן לולב אים דער הייך צו ווייזן יעדן אז מיר האבן מנצח געווען... ביז יעצט איז געווען תשובה מיראה, עס ווערן נאר זדונות כשגגות, אבער יעצט, אה! תשובה מאהבה, אלעס ווערט זכיות, אזא הויכע מדריגה! אבער פלוצים, נאך 6 געהויבענע פרייליכע טעג, און דער יום הדין האט זיך ווידעראמאל אריינגעריקט! טראץ אין די תורה שטייט ושמחת בחגך אויף אלע 7 טאג סוכות, ווערט דער טאג פארוואנדלט אויף א שרעקעוודיגער טאג, און אויפאיינמאל קען מען זיך נאך יא אויסבעהטן... אויב אזוי, דאן וואס האסטו אזוי פארפירט ביי נעילה?

און וואס פאסירט דען הושענא רבה? אה, דער קעניג גייט אהיים... נו וואס מאכסטו אזעלכע געוואלדעס? קען מען דאך בעהטן אויך חול המועד, בשעת דער קעניג זיצט נאך רואיג! אבער נאך מער, דער קעניג וויל דאך פארבלייבן מיט אונז אויף שמחת תורה, ער קען זיך נישט געזעגענען, ער בעהט זיך, עכבו עמי יום אחד, אלזא גייט ער יא אהיים אדער נישט? און אויב נישט, האבן מיר דאך צייט איינצורייסן ביי די הקפות?

עפעס שטימט נישט דא מיט לאגיק, עס מוז זיין טיפערס.

יואב » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:22 pm

· #150934
שמעקעדיג
באמת, איך האב שוין געטראכט וועגן דעם חילוק הלשון פון חטאים און עוונות. אבער דערנאך מחליט געווען אז עס קען נישט זיין אז מיר בעטן און רייסן אזוי שטארק איין בלויז אויף אונזערע שגגות, און אויף די זדונות בעהט מען בכלל נישט? פונקט פארקערט, די הייליגע טעג איז דאך תשובה מיראה, ווערן דאך די זדונות נאר כשגגות. ממילא איז דער תירוץ מופרך געווארן מעיקרא ביי מיר. הגם מען בעהט יא, הזדונות והשגגות אתה מכיר.... (אוי עס דערמאנט מיר פון א הונגעריגער מיטן קיטל..)

נו, די זדונות האט מען שגגוזירט, און די שגגות (שוין יעצט אינקלוט געוועזענע זדונות אויך) שיקט מען במקום אשר לא יזכרו ולא יפקדו לעולם. נו, הייבט מען יעצט אן א פרישע אקאנט מיט די זדונות באזונדער. ווי מ'זאגט אויף יום כיפור זענען מיר געוועזן אין א ראש, און הגם מיר וואלטן געקענט איינקעשן די זדונות פאר מער, האבן מיר מחליט געוועזן פאר 'עקאנאמי קלעס' אבער פאר שוין פון דא מיטן ערשטן פליגער. יעצט אבער אונטער די הענגעדיגע פרוכט אין בינען איינגעזינקענע האניג, ווילן מיר א סעפרעט אקאוינט. אדער איז אזוי פשט. מ'בעהט דער באשעפער זאל אזוי אוועקווארפן די עבירות, און נאכדעם זאגט מען לאמיר זעהן פון די זעלבע מאטריאל זאלסטו קענען פראדעצירן דאס פארקערטע, אזש קיינער וועט זיך נישט חלום'ן דאס איז אמאל געוועזן עבירות.

חכם באשי » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:33 pm

· #150938
zurich
וואס איז בכלל הושענה רבה וואס גייט דא פאר? מ'האט דאך שוין תשובה געטוען ניין? סדא צוויי יום הדין'ס?? וואטס גויאינג אן?

ווען מיר וועלן ביי זאת חנוכה, דערמאנט מיך אז איך האב א שאלה צו פרעגן... וואס איז בכלל זאת חנוכה וואס גייט דא פאר? מ'האט דאך שוין תשובה געטוען ניין? סדא דריי יום הדין'ס?? וואטס גויאינג אן?

אה, און ווען מיר ועלן האלטן ביי חמשה עשר בשבט, דערמאנט מיך אז איך האב א שאלה צו פרעגן... וואס איז בכלל ט"ו בשבט וואס גייט דא פאר? מ'האט דאך שוין תשובה געטוען ניין? סדא פיר יום הדין'ס?? וואטס גויאינג אן?

אוי, שיעור פארגעסן. ווען מיר וועלן האלטן ביי פורים קטן, דערמאנט מיך אז איך האב א שאלה צו פרעגן... וואס איז בכלל פורים קטן וואס גייט דא פאר? מ'האט דאך שוין תשובה געטוען ניין? סדא פונעף יום הדין'ס?? וואטס גויאינג אן?

וכך היה מונה...

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:46 pm

· #150945
האללוי איטס דיפרענט א קנאפע וואך נאכדעם ווי צוויי חדשים נאכדעם, נישט אזוי?

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:48 pm

· #150946
בד"וו שכוח שמעקעדיג פארן אזוי גיט ארויסברענגען מיין שאלה.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:42 pm

· #151364
כבין געגאנגן צי אפלאץ חול המעוד האלטן אן א סוכה. וואס איז די הלכה מיין נעקסטע סוכה איז פינעף שעה אוועק דארף איך ווארטען ביז כקים אן דארט?

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 7:43 pm

· #151379
1) אכילת ארעי פטור
2) הולכי דרכים פטורים מן הסוכה.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 7:44 pm

· #151381
3)דרך ארץ קדמה לתורה
4)שמחת יום טוב

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 7:53 pm

· #151387
1) אכילת ארעי פטור
2) הולכי דרכים פטורים מן הסוכה.

אבל בספר ראש בכותל כתוב במפורש, שאין לאכול חוץ לסוכה כלל, שכן נהגו בכל תפוצות ישראל, ומוטב שירעב את עצמו ולא יאכל כלום עד שיזדמן לו סוכה לאכול בה. ובהגהות חור בראש העיר על זה, דמאן תפיס ליה להעדיף חומרת אכילת ארעי בסוכה נגד מצות סעודת יום טוב, ועונג יום טוב, ואיסור צום ביום טוב. ובשו"ת לב אטום אחר שהביא דברי שניהם, כתב דהיכי דמירתת מדביתהי' ודאי יחוש ולא יכול, דחילי עלויה דין וחי בהם ולא שימות בהם, ומוטב ימות מיתת עצמו ואל ימות מחמת פגעות אשתו, אבל מי שנתברך באשה טובה ומאופקת, ודאי יקיים מצוות שמחת יום טוב כדת וכדין.

והביאום כל ספרי הליקוטים.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:06 pm

· #151390
געפילטע פיש
1) אכילת ארעי פטור
2) הולכי דרכים פטורים מן הסוכה.

כ'האב געקאלט מיין דיין און ער האט מיר געזאגט דאס זעלבע אז כ'בין פטור אלץ הולכי דרכים.
כ'זעץ מיך אראפ עסן, די אנדערע אידן וואס קענען נישט הלכה האבן מיר אנגעקוקט כאילו כ'שלאג כפרות מיט געלט.
כ'האב למעשה געדארפט גיין אין א זייט, ווייל די געקוקעכטס איז געווען געפערליך.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:17 pm

· #151391
נהורא נפישא
כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?

פארוואס פרעגסטו אונז? זיך אויף עפעס א צדוקי און פרעג עם..

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:18 pm

· #151393
פארוואס זאגען מיר "לדווד ה' אורי" שבת, יום טוב, צווישען שחרית און מוסף און נישט נאך מוסף צוזאמען מיט "עלינו"?
מה דאך, די קהילות וואס זאגען א גאנץ "עלינו" צווישען שחרית און מוסף אז זיי זאגען "לדווד ה' אורי" פארשטיי איך נאך,

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:19 pm

· #151394
דער פטור פון הולכי דרכים גילט אויך אויב מען לאזט זיך ארויס בכוונה תחילה אז עס וועט נישט זיין קיין סוכה, און די מטרת הנסיעה איז נישט מוכרח, נאר סתם אלס שוואוילטאג?

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:24 pm

· #151397
די פוינט איז דאך אלס תשבו כעין תדורו, ממילא איז לכאורה נישט קיין חילוק צוליב וואס מען פארט.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:28 pm

· #151400
בכת"י ישן נושן נמצא "אבל מי שנתברך באשה טובה ומאופקת, ודאי יקיים מצוות שמחת יום טוב כדת וכדין, וימות מיתת נשיקה". ולא זכיתי להבין.

נולד מאוחר
געפילטע פיש
1) אכילת ארעי פטור
2) הולכי דרכים פטורים מן הסוכה.

כהאב געקאלט מיין דיין און ער האט מיר געזאגט דאס זעלבע אז כבין פטור אלץ הולכי דרכים.
כ'זעץ מיך אראפ עסען, די אנדרע אידן וואס קענען נישט הלכה האבן מיר אנגעקוקט כאולי כשלאג כפרות מיט געלט.כהאב למעשה געדארפט גיין אין א זייט ווייל די געקוקאכטס איז געווען געפערלעך.

וואס איז מיט די "ולא יתבייש מפני המלעיגים"?
חכם באשי
דער פטור פון הולכי דרכים גילט אויך אויב מען לאזט זיך ארויס בכוונה תחילה אז עס וועט נישט זיין קיין סוכה, און די מטרת הנסיעה איז נישט מוכרח, נאר סתם אלס שוואוילטאג?

כ'געדענק אז חכם באשי לרפו"ש פסקנ'ט אז ס'איז אזויווי איינער וואס גייט נישט קיין ארבע כנפות, ער איז זיך מפקיע פון א עשה, און ער איז נישט מחוייב, נאר בעידן ריתחא איז א פראבלעם. אנדערע זענען מער מיקל אז די נסיעה מוז נישט זיין לצורך כלל, נאר תשבו כעין תדורו, און ווען מ'גייט אגאנץ יאר אויף טיולים עסט מען אונטערוועגענס, נישט אינדערהיים, די זעלבע דא.
-------
יאיר האקט שוין כמו שכתבתי.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:30 pm

· #151403
מיין דיין האט מיר געזאגט יאיר'ס סברא. אבער דא זע איך א יש מחמררים ''האגרות משה (או"ח ח"ג, צג) כתב: "ובדבר לצאת לטיול ולתענוג בעלמא למקום שלא יהיה לו סוכה מסתבר לע"ד שאסור דהולכי דרכים שאיתא בסוכה... הוא כשהולכין למסחר וכיוצא שהוא צורך ממש, וגם הוא לכל אדם שבשביל זה היה צריך לצאת גם מביתו... אבל לטיול ולתענוג בעלמא שאין לזה שום צורך אינו כלום". וכן הגאון הרב עובדיה יוסף שליט"א בשו"ת יחווה דעת (ח"ג, מז) טען שיש לדמות את ההולך לטיול לאדם המפקיע ממנו לקיים מצוות ציצית שעל זה נאמר בגמרא במנחות (מ"א ע"א) ש"בעידן ריתחא ענשינן אעשה".
געפילטע האקט

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:33 pm

· #151405
נולד מאוחר
וכן הגאון הרב עובדיה יוסף שליט"א בשו"ת יחווה דעת (ח"ג, מז) טען שיש לדמות את ההולך לטיול לאדם המפקיע ממנו לקיים מצוות ציצית שעל זה נאמר בגמרא במנחות (מ"א ע"א) ש"בעידן ריתחא ענשינן אעשה".
געפילטע האקט

דער בקי האט פארזען א מפורש'ער תוספות אויפ'ן פלאץ אז דאס איז נאר במקום וואס עס איז דער סדר צו גיין אן ארבע כנפות, וה"ה הכא איז דאס נאר אין פאל וואס עס איז דער סדר דוקא צו זיצן אינדערהיים א גאנצן יום טוב און נישט ארויסגיין. אפשר אין איראק איז אזוי געווען דער מנהג.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:38 pm

· #151409
@געפילטע פיש,

דער כתב יד ישן נושן האט מען מייחס געוועהן צו די חכמי צרפת.

ומני אז והלאה, האט מען עס גערופן נשיקה צרפתית. 😂

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:41 pm

· #151414
מיינסט זיכער במקום וואס עס איז יא דער סדר צו גיין מיט ארבע כנפות.

לגוף השאלה, מען קען עסן אלעס אויף דער וועלט - חוץ מזונות או פת יותר מכביצה - לכתחילה דלכתחילה. וואס איז דער פראבלעם בכלל?

-----

באטשי האקט

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:44 pm

· #151418
ומי שנהג לא לאכול שום דבר חוץ לסוכה, אפילו פון די קליינע סופפער מינטס, האם חייב להתיר את נדרו אם צריך לאכול חוץ לסוכה? והאם מתירין לו את נדרו ביום טוב?

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:44 pm

· #151419
די גמרא אין סוכה ברענגט אז א אלע גדולי הדור האט זיך געמאכט אמאל אז זיי האבן דאס ערשטע באגעגענט א סוכה אום שמיני עצרת, וואס איז ? נישט מער אין נישט ווייניגער זיי האבן פארברענגט אויפן פעלד א גאנץ יום טוב ניטאמאל דעם ערשטן כזית ט"ו ט"ו האבן זיי געגעסן

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:45 pm

· #151420
מ'האט דאך יעצט געזאגט כל נדרי און התרת נדרים.
ומתירין נדרו ביום טוב כשהוא לצורך היום טוב.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:58 pm

· #151426
דעת תורה


לגוף השאלה, מען קען עסן אלעס אויף דער וועלט - חוץ מזונות או פת יותר מכביצה - לכתחילה דלכתחילה. וואס איז דער פראבלעם בכלל?

אויב געדענק מען נאך פון פסח די שיעור כזית קען מען ראויג עסן צוויי בייגעלס פת און מ'האלט נאך ווייט פון א שיעור ביצה.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:15 pm

· #151440
סאשי פיש
פארוואס זאגען מיר "לדווד ה' אורי" שבת, יום טוב, צווישען שחרית און מוסף און נישט נאך מוסף צוזאמען מיט "עלינו"?
מה דאך, די קהילות וואס זאגען א גאנץ "עלינו" צווישען שחרית און מוסף אז זיי זאגען "לדווד ה' אורי" פארשטיי איך נאך,

טאקע פאראן מקומות וואו מ'איז זיך נוהג צו זאגן לדוד נאך מוסף, וכמדומה שכן נהגו בספינקא וכן שאר מקומות.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:52 pm

· #151456
אין שמחה אלא בבשר, זאגן אונז חז"ל. צי מיינט דאס אז מען דארף עסן ביי יעדע סעודה א פארציע פלייש (און וויין)?
אין א אנדערע אשכול פלאגן זיך די חברים ארום איבער דעם צו סאך פיש פראבלעם, וואס איז מיט צופיל פלייש? מעג איך הלכה'דיג איבערהיפן איין (אדער מער) סעודה פון פלייש?

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:29 pm

· #151461
שמעקעדיג
אין שמחה אלא בבשר, זאגן אונז חז"ל. צי מיינט דאס אז מען דארף עסן ביי יעדע סעודה א פארציע פלייש (און וויין)?
אין א אנדערע אשכול פלאגן זיך די חברים ארום איבער דעם צו סאך פיש פראבלעם, וואס איז מיט צופיל פלייש? מעג איך הלכה'דיג איבערהיפן איין (אדער מער) סעודה פון פלייש?

איך נעם אן איר ווייסט אז רש"י טייטשט אין שמחה אלא בבשר, בזמן שבית המקדש היה קיים היו שמחים בבשר שלמים.

דעת תורה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:36 am

· #151479
נולד מאוחר
דעת תורה


לגוף השאלה, מען קען עסן אלעס אויף דער וועלט - חוץ מזונות או פת יותר מכביצה - לכתחילה דלכתחילה. וואס איז דער פראבלעם בכלל?

אויב געדענק מען נאך פון פסח די שיעור כזית קען מען ראויג עסן צוויי בייגעלס פת און מ'האלט נאך ווייט פון א שיעור ביצה.


ס'איז נישט ממש אזוי, די הלכה איז אז מען רעכנט דעם שיעור לויט איר אקטועלע סייז בשעת מעשה, אריין גערעכנט אלע לעכער און אויפגעיוירענע טייג. דער פראבלעם ביי מצה איז אז זי יערט נישט, נאר בלייבט געדיכטע שטיקער טייג כמות שהיא, פון די מאס טייג וואס איז פסח דא בדוחק א כזית, קען מען חמץ'יגערהייט האבן מסתמא א גאנצן טאפ זתים.

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:43 am

· #151480
נולד מאוחר
מיין דיין האט מיר געזאגט יאיר'ס סברא. אבער דא זע איך א יש מחמררים ''האגרות משה (או"ח ח"ג, צג) כתב: "ובדבר לצאת לטיול ולתענוג בעלמא למקום שלא יהיה לו סוכה מסתבר לע"ד שאסור דהולכי דרכים שאיתא בסוכה... הוא כשהולכין למסחר וכיוצא שהוא צורך ממש, וגם הוא לכל אדם שבשביל זה היה צריך לצאת גם מביתו... אבל לטיול ולתענוג בעלמא שאין לזה שום צורך אינו כלום". וכן הגאון הרב עובדיה יוסף שליט"א בשו"ת יחווה דעת (ח"ג, מז) טען שיש לדמות את ההולך לטיול לאדם המפקיע ממנו לקיים מצוות ציצית שעל זה נאמר בגמרא במנחות (מ"א ע"א) ש"בעידן ריתחא ענשינן אעשה".
געפילטע האקט

ער איז מתיר ד. לעומתם יש פוסקים המתירים לצאת מהסוכה גם "לטיול בעלמא".
רבי בנימין זילבר, כתב בשו"ת אז נדברו [4] ש"למטיילים יש לו דין הולכי דרכים, שבטח גלוי לפני כבודו הדין בסי' תרמ סעי' ח', ואין לחלק בין הולכי דרכים לשם מסחר או סתם טיול"

דעת תורה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:16 am

· #151482
הדבר פשוט מאוד בעיני ווי דער אז נדברו. ר' משה'ס סברא איז מופרך מיני' וביה, ווייל ער שטעלט דען גדר פון מסחר אלס א זאך וואס מענטשן גייען אוועק פונדערהיים אויכעט, נו אוודאי איז טיול אויך בכלל זה.

נאר בר מן דין, זעה איך נישט מהיכי תיתי זאל זיך בויען אזא מין הלכה'דיגער עסק, מילא די ערשטע כזית די ערשטע נאכט איז א חובת גברא, אבער די אנדערע צייטן איז נאר א חובת המאכל אז דו עסט א כביצה פת, נו מאן יימר ער וועט אפילו וועלן עסן א כביצה פת אז מען זאל עס קענען אנרופן מפקיע זיין פון א עשה. (אפגערעדט אז לויט רוב ראשונים איז דער עבירה נישט דער מפקיע זיין נאר בפירוש עובר זיין אויף'ן עשה).

נאכמער, לויט די סברא טאר מען נישט פארן סוכות פון א פלאץ וואס עס רעגנט נישט צו א פלאץ וואס עס רעגנט יא ווייל מען איז זיך מפקיע פון מצוות סוכה. און אויב גייט איינער זאגן פאר נולד ער זאל צו ווארטן 5 שעה ביז ער קומט אן צו א סוכה, זאל יענער מוחל זיין און ווארטן 5 שעה מיטן עסן ווען עס רעגנט, אפשר וועט דאס רעגן אויפהערן.

כל זה להלכה, ולמצוה מן המובחר כבר כתב הרמ"א שאפילו כוס מים ישתה בסוכה והכי ראוי לנהוג.

שליח » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:50 am

· #151515
אויב איז ער מצטער, אדער אפילו יש במניעתו העדר שמחת יו"ט, דארף ער עסן אפי' א סעודה שלימה (כמבואר בשבות יעקב ח"ג סי' מה אז אפשטופן א סעודה און עסן דערווייל עראי איז אויך העדר שמחת יו"ט). אויב נישט, מבואר בפמ"ג (סי' תרמ א"א סקט"ז) דתלמיד חכם ראוי לו להחמיר אפי' בשתיית מים (אבער ער דארף נישט, ומבואר בר"ן אז מ'הייסט נישט קיין אינו מדקדק במצוות, און דאס איז נאר כשאינו מצטער אדער ער האט מער צער פון עסן בחוץ, עי' עולת שמואל סי' צח), בשאר כל אדם גייט אפשר אויך אהן דער לעולם יעשה א"ע כת"ח (וכעין דברי המחבר סי' תרלט שציין הרב דע"ת, הגם דארט רעדט מען נישט פון הולכי דרכים), אבער ס'איז נישט קיין שמץ חיוב, וכ"ש במקום חשש העדר שמחת יו"ט.

אז מ'רעדט שוין, בדידי הוה עובדא, כ'בין ב"ה נזהר בסעודתא דדוד מלכא משיחא, וואס איז בפשטות א געהעריגער חיוב דרבנן. אלס יונג בחור'ל האט אמאל גע'מבול'ט מוצ"ש חוהמ"ס, פון זיצן אין די סוכה איז נישט געווען קיין רעדע, פארשטייט זיך כ'האב זיך געמיטליך געוואשן צו עסן חוץ לסוכה. ושם אתנו נער עברי, איינער וואס איז אויפגעצויגן געווארן מיט די סיפורי צדיקים פון "א הדיוט וועל איך זיין און פון סוכה נישט ארויסגיין", הוי האט ער מיר באוואשן, מילא אכילת עראי, אויך א קלות, אבער געהעריג א סעודה?!
א קלאסישע דוגמא פון פארטוישן דעם עיקר מיטן טפל.
(כ'מאך חלילה נישט אוועק די עובדות פון די צדיקים, ס'זענען דא אסאך הסברים זיי צו פארענטפערן, אבער אז איינער רעדט זיך איין אז יעדער דארף זיי נאכמאכן, און נאך פארקוקן אויף אנדערע חיובים לכבוד דעם, איז עס ריין טיפשות).

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:12 pm

· #151582
לעיקוואד
נהורא נפישא
כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?

פארוואס פרעגסטו אונז? זיך אויף עפעס א צדוקי און פרעג עם..

אינטערסאנט אנצומערקן אז לעקואד איז בגימטריא צדוקי מיטן כולל, חושבנא דדין כחושבנא דדין.
איי פארוואס עפעס מיטן כולל זעהט אויס דאס איז דערפאר וואס אין לעיקוואד שטיצט מען שטארק די כוללים
אלענפאלס דאס איז נאר דרך צחות.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:48 pm

· #151591
נהורא נפישא
די גמרא אין סוכה ברענגט אז א אלע גדולי הדור האט זיך געמאכט אמאל אז זיי האבן דאס ערשטע באגעגענט א סוכה אום שמיני עצרת, וואס איז ? נישט מער אין נישט ווייניגער זיי האבן פארברענגט אויפן פעלד א גאנץ יום טוב ניטאמאל דעם ערשטן כזית ט"ו ט"ו האבן זיי געגעסן

זיי זענען זיך געגאנגען אויסלערנען וויאזוי צו בודק זיין בהמות, לגבי מומי בכור. כדי צו ווערן א מומחה מוז מען וויילען א לאנגע תקופה אין שטאל.

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:39 pm

· #151613
קאווע טרינקער
נהורא נפישא
די גמרא אין סוכה ברענגט אז א אלע גדולי הדור האט זיך געמאכט אמאל אז זיי האבן דאס ערשטע באגעגענט א סוכה אום שמיני עצרת, וואס איז ? נישט מער אין נישט ווייניגער זיי האבן פארברענגט אויפן פעלד א גאנץ יום טוב ניטאמאל דעם ערשטן כזית ט"ו ט"ו האבן זיי געגעסן

זיי זענען זיך געגאנגען אויסלערנען וויאזוי צו בודק זיין בהמות, לגבי מומי בכור. כדי צו ווערן א מומחה מוז מען וויילען א לאנגע תקופה אין שטאל.

שיינער פשט אבער קיינע פון די ראשונים ברענגן נישט אזא פשט.

חכם באשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:33 am

· #151964
הקפת המזבח בערבה

לויט די משנה אין מסכת מידות, איז לויט איין דעה געוועהן איין אמה צווישן די מזבח און די מדריגות פון די אולם, און לויט'ן אנדערע דעה איז בכלל נישט געווען קיין פלאץ צווישן די מזבח און דער אולם.

לפי זה, וויאזוי האט מען געקענט מקיף זיין די מזבח מיט די ערבות?

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:05 pm

· #151972
די חלק וואס איז געווען מחובר צום כבש, האט טאקע נישט געהאט קיין ערבות, אבער אויף די צוויי זייטן יא. ודי בזה.

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:06 am

· #155471
אזוי ווי עס איז פארגעקומען א חתונה אין וויליאמסבורג אין די כלה איז געגאנגען מיט א טלית ביי די חופה,
וויל איך וויסען צו עס האט א מקור?
image.jpg

משה געציל » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:07 am

· #155473
אוודאי! מאפיל בטליתו!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:55 am

· #155482
דא שטייט עפעס איבער דעם, זעהט אויס צו זיין א אנגענומענע אלטע מנהג.

<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_20252_647.pdf">http://hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewb ... 52_647.pdf</a>
נאך:
<a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_20252_654.pdf">http://hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewb ... 52_654.pdf</a>

ברסלבער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:02 am

· #155498
סאשי פיש
אזוי ווי עס איז פארגעקומען א חתונה אין וויליאמסבורג אין די כלה איז געגאנגען מיט א טלית ביי די חופה,
וויל איך וויסען צו עס האט א מקור?

די ספרדישע אידן פירן זיך אזוי. גראדע איז עס נישט נאר די כלה, די חתן מיט די כלה זענען אינאיינעם אונטער איין טלית.

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:30 pm

· #158969
מיין שכן האט געלאזט א מכשל אינטערוועגנס, כהאב מיר אויסגעגליטשט. מעג איך עם סאען אין קארט?
אויב יא קען מיר איינער געבען אן הלכה מקור. הגם כזע נישט די איסור וואס דארף מען היתר.

ער האט אינשארנס. און ער איז מיר גרייט צי באצאלען מיין שאדן.
כהאלט אז מיטן סאען זיין אינשארענס קען איך מאכן מער.

אחד העם » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:26 pm

· #159472
אויף וואס איז די שאלה אויף א חפץ, אדער אויף דיין גוף

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:53 pm

· #159512
גוף. אויב מאכט עס א נפק"מ איז מיין שכן א מוסד.

הוגה » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:54 am

· #164105
הנח להם לישראל אם לא נביאים הם בני נביאים הם. וואס איז פשט אין דעם? א בן נביא ווייסט עפעס מער ווי א בן דזשעניטאר? שטעל דיר פאר ווען איינער מאכט אן אפעראציע אויפן רעקאמענדאציע פון א בן רופא. אדער איינער וואס פארט קיין ארץ ישראל און די דרייווער פון די עראפלאן איז א בן פיילאט.

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 10:01 am

· #164106
אפשר איז נבואה א גינעטישע זאך, אזויווי א שנעלע לויפער, שיינע זינגער, אד"ג, ממילא הנח להם, ווייל אויב זענען זיי נישט אליינס קיין נביאים, it runs in the family.

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 10:22 am

· #164108
די גמרא אין פסחים ניצט עס אלץ א מליצה. די מעשה איז דארט אז נאך גלות בבל האט מען פארגעסן א דין מיטן קרבן פסח, האט איינער געזאגט הנח וכו' מ'וועט זעהן וואס די עולם וועט טוען למעשה און אזוי וועט מען זיך פירען. פשט, אז די קינדער וועלן טוען וואז זיי האבן געזעהן ביי די עלטערן.

יואב » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 10:25 am

· #164110
מכאן אמרו "שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים און בעלי תשובות". שאוועל אהער די הערינג דארטן זיי מוחל. אט אזוי. לחיים! לחיים!

לעצם הענין איז ווי רויטע וואנצעס זאגט.
אגב, רש"י זאגט אין פרשת כי תשא אז די אייבערשטער האט צוגעזאגט די שכינה וועט מער נישט שורה זיין צווישן די אומות העולם. קען זיין מ'האט געמיינט צו זאגן אז פון די חברה קען נאך ארויס קומען נביאים. שוין, אריין אינעם דרוש אשכול.

נהורא נפישא » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:28 pm

· #167544
ס'איז מיר אלס שווער געווען איבער די באשילדיגונג פון ר' יעקב עמדין אויף ר' יונתן אייבשיץ אז ער איז אן אנהענגער פון שבתי צבי וואס טייל היסטאריקער זענען ביי די מיינונג אז יש דברים בגו און בימיו זענען געווען גדולים וטובים וואס האבן מצדד געווען לכאן ולכאן, וויל איך פשוט פארשטיין וויאזוי איז פארשטאנדיג געווען יענע צייט אזא סארט ערשיינונג אז אזא גאון ווי ר' יונתן וואס איז געווען א גרויסער תופס ישיבה אין וואו מ'האט עוסק געווען בש"ס ופוסקים און מעמיד געווען תלמידים למאות און אזוי אויך די מחבר פון מערערע ספרי הלכה ווי ער איז יורד לעומקה של הלכה זאל גאר זיין אן אנהענגער פון א משיח וואס איז שוין דאן געווען מפורסם אז ער האט זיך געטויפט צו איסלאם ?
ס'לייגט זיך מיר עפעס נישט אויפן שכל סיידן ס'פעלט מיר עפעס היסטארישע הינטערגרונד.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16